היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בדי"ץ: תולדות אהרן הערט אויף מיט די פריצות!

בדי"ץ: תולדות אהרן הערט אויף מיט די פריצות!

153 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2497528
בלאט: 1 2 3 4

קומפוט » 3/11/2008 00:58

דא איז א בילד פון די "תולדות אהרן" סוכה, וואס די מזרוחניקעס זענען א חלק בלתי נפרד פון די תולדות אהר'ניקעס
[בילד – נישט אפגעהיט]

יענקי123 » 3/11/2008 01:03

איך גיי מיך נישט אראפלאזן אזוי נידעריג ווי דעם פרעכער משתמש וואס ברענגט בילדער אין לייגט צו העד'ס צו דעם און ער מיינט אז די ליינערס פון דעם פורום זענען אזוי אום אינטעלעגענט ווי אים אין וועלן אים גלייבן אלעס וואס ס'שמעקט אים וייל ער האט דאך צוגעשריבן העדס צו די בילדער, איך גיי אים אפילו נישט ענטפערן אויף די שטותים ווייל איך וויל נישט מזלזל צו זיין אין די ליינערס.

איך וועל האבער אראפ לייגן וואס ס'גייט אלס פאר אין תולדות אהרן.

תולדות אהרן איז היינט צו טאג פון די איינציגע מבצרים וואס זענען נאך געבליבן פון פריערדיגן דור וואס האבן מקבל געווען דעם ריכטיגן וועג וויאזוי מלחמה צו האלטן מיט די ציונים הארורים, אפילו זיי גייען נישט זיך קושען מיט די אראבער אין עזה אין אויך נישט מיט די פרסים אין איראן, 99 פראצענט פון תולדות אהרן משפחות נעמען נישט קיין שום געלטער פון די ביטוח לאומי וואס געבן שווערע געלטער פאר איעדע משפחה, די מוסדות נעמען נישט קיין געלט פון קיין שום ריינע מקור אין נישט פון קיין מחללי שבתות. די מאמעס קענען נישט שיקן די קינדער אין גראסעריס וואס די בעלי בתים רעדן די טרייפענע שפראך ווייל די קינדער קענען נישט קיין עברעאיש.

יא אין תולדות אהרן קומען זיך צו זאם איעדעס יאר טויזנטער אידן פון אלע סארטן און פון אלע קרייזן זיך צו פרייען אין טאנצן אין דעם יו"ט פון זמן שמחתנו, דאס איז שוין אזא טראדיציע פון לאנגע צענדליגער יארן נאך פון די צייטן פון דעם פריערדיגן תולדות אהרן רבין רבי אברהם יצחק זצוק"ל,

יא אמת די יינגע קינדער צאן קדשים פון גאנצן געגנט (לאו דווקא פון תו"א) קומען זיך צוזאם אין תולדות אהרן צו מיטהאלטן מיט די הייליגע שמחת בית השואבה אין גייען נישט חלילה פאשען אין אנדערע פלעצער וואס אין רוח חכמים נוחה מהם און שעפן זיך אן מיט קדושה וטהרה אויף א גאנץ יאר, אין אויף דעם קענען מעיד זיין טויזנטער אידן פון די גאנצע וועלט וואס קומען יעדעס יאר און קענען נישט מוותר זיין אויף דעם פארגעניגן   זיי לאזן זיך קאסטן שווערע געלטער כדי דאס מיצוהאלטן, די זעלבע איז אין מירון לג בעומר יעדעס יאר ווערט מער און מער דער עולם וואס שטראמט אין די מאסן מיט צוהאלטן די הדלקה לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי אין דערנאך די שיינע התלהבות'דיגע טענץ.

און דאס קענען זיי נישט אויסהאלטן און זיי מאכן אלעס כדי דאס צו צושטערן און פארשטייט זיך אז אלע וועגן צו אפהאלטן די רעבאראלך איז כשר.

אבער ס'וועט אייך גאר נישט העלפן, מיר גידענקען נאך די מלחמות וואס איר האט געפירט מיט דעם  פריערדיגן תולדות אהרן רבין זצ"ל און מיט דעם רב בעל מנחת יצחק זצ"ל און אויך מיט דעם רב רמ"א פריינד זצ"ל און מיט דעם רב רבי ישראל משה דושינסקי זצ"ל און מיט דעם ראש בית דין ר' ישראל יעקב פישר זצ"ל און מיטן גאנצן פריערדיגן בית דין, איז סך הכל האט איר אריין גיברענגט דעם היינטיגן תולדות אהרן רבין ר' דוד אין א גוטע סביבה צוזאמען מיט די אלע פריער דערמאנטע צדיקים.

מ'בעט אייך כאפט אייך צוריק באצייטנס.

קומפוט » 3/11/2008 01:52

 

די נידערטרעכטיגע נידעריגע שמוציגע חברה, שעמען זיך נישט, נישט גענוג וואס זיי האבן געהאקט און געשלאגן בחמת רצח ובחימה שפוכה, מיט א מוראדיגע אכזריות, וואס אזוינס איז נאכנישט געהרט געווארן, איבער הונדערט תו"א יונגעלייט זענען ארויסגעקומען פון זייער ביהמ"ד ביז צום ביהמ"ד אהל שרה ווען זיי קומען גרייט מיט טרערן באמבעס, שלאגן און האקן אויף רעכטס און אויף לינק, ווען דער רוצח גבאי פון תולדות אהרן רבי, משה יוסל צימעט שטייט בראש און שרייט "עפענט'ס קעפ איינמאל פאר אלעמאל",


זענען זיי נאך מהפך קערה על פיה, איבערצודרייען די פאקטן און די מוראדיגע רציחות, וואס עס איז געטוהון געווארן לעיני אלפי ישראל.

דעריבער איז קיין וואנדער ווען ס'ערשיינט בילדער ווי דעם רוצח הערש מיכל העלער דער ראש הקהל פון תולדות אהרן און פון די נענטסטע מענטשען פון תולדות אהרן רבי שטייען זיינע קינדער אין היכל הביהמ"ד אהל שרה מיט א חמת זעם אויפן פנים, ווייזט דאס גארנישט דע בילדער, (איי לויט זייער שקר איז דאך דע מעשה פונקט פארקערט, די קנאים זענען גאר איינגעבראכן אין תולדות אהרן און געווארפן טרערן באבמבעס).

און אזוי די אנדערע בילדער ווי תולדות אהרן יונעלייט שטייען אין ביהמ"ד אהל שרה און אין די גאס פון בית המדרש ביים אריינגאנג, (וואס עס איז עטליכע מינוט אוועק פון תולדות אהרן בית מדרש) מיינט דאס אויך גארנישט, פרעג פארוואס?

די זעלבע סיבה פארוואס תולדות אהרן רבי דער צדיק עניו וקדוש האט נישט געוואסט אז מ'רודפט זיין ברודער ר' שמואל יעקב, ער האט נעבעך געמיינט ערנסט ווייל זיין ברודער איז נישט קיין קנאי, און ער איז דאך דער הופט און שפיץ קנאי בדורינו.

עס איז נישט קיין סוד און יעדער ווייסט ווער תולדות אהרן רבי איז, וואספארא איש אמת ער איז, וואספארא עניו ער איז, ווי שטארק קנאי ער איז, און ווי שטארק חסיד פון זיין טאטן און זיידן ער איז.

נאר פערצופאל, האט ער נאכנישט זייט ער איז רעבע געווארן ארויסגעזאגט דאס ווארט "ציונות פון זיין מויל", און גייט יעדע פון מיטוואך ביז ערש"ק ביים זמן ביים כותל המערבי, און טרעפט זיך מיט כל צרוע וכל זב וכל טמא לנפש, און רעדט און שימפט קעגן די קנאים, און דערמאנט נישט זיין טאטן אפילו בטעות, (אויסער ביים יארצייט וכו',) און האט געגעבן א ארדער אויפצושטעלן א גרויסן שאטער שבועות ביינאכט נעבן תולדות אהרן פאר אלע וואס גייען צום כותל, ווי עס ידוע אז שבועות ביינאכט איז געועהן די ערשטע נאכט וואס מ'האט געקענט גיין צום כותל נאך די זעקס טאגיגע מלחמה, און דעריבער שארן זיך טויזנטער ציוניסטן צום כותל, וואו עס ווארטן זיי אפ תולדות אהרן יונגעלייט מיט כיבוד, און מאכט א שמוציגן בונד מיט רב הכותל ר' שמואל רבינוביץ איבערצוגעבן מירון אין גי הענט פון די ציונים, און לאנדנט איין חברי כנסת המינים מאיר פרוש, הרב דוד יוסף זון פון הרב עובדיה יוסף צו זיינע שמחות, לויפט צו יעדע לינקע טרייפענע חתונה אדער שמחה, ווארפט ארויס א יונגערמאן פון תולדות אהרן וויל ער האט מוחה געוועהן קעגן חבר כנסת המינים מאיר פרוש, און דער תנאי אויף צוריק קומען איז נאר אויב ער בעט איבער דעם פושע ישראל פרעזענליך, און רודפט און מבזה ברבים יונגעלייט וואס זענען זיך משתתף ביי א מחאה, און האט גהייסן מבטל זיין דעם שיעור אין ויואל משה וואס עס איז געוועהן אין תולדות אהרן, און ועל כולם, בלאפט ער און שקרע'ט אוף א אופן שלאה היתה כמוהו.

און די אלע אויבדערמאנטע נקודות, איז גארנישט קעגן וואס עס ליגט אנגעלייגט אויפן הארצן פון אלע קנאים אין ירושלים, וועלכע האבן נעבעך געגלייבט דעם אופארשעמטן פארשוין אז ער רודפט דעם עלטערן ברודער ר' שמואל יעקב וויל ער איז נישט קיין קנאי, און ער איז דער אמתער קנאי וואס גייט ראטעווען דע שיטה הקדושה.



האלט זיך רואיג, דא ווערט נישט טאלערירט קיין מיאוס'ע נעמען קעגן רבנים


 


 


און אז מ'האט אזא רעבן, פארשטייט זיך שוין גאר אנדערשט, ווי די חסידים קענען נעמען א מעשה וואס האט פאסירט לעיני אלפי ישראל, און אפילו אין תולדות אהרן בית מדרש איז געוועהן ערב שמחת תורה א צעצטעלע בשם דעם רעבן מכלומרש'ט קעגן די רציחות וואס עס איז פארגעקומען, און יעצט לא דובים ולא יער, דע מעשה איז געוועהן אז די צעהן אויסגעדארטע קנאים זענען איינגעבראכן אין תולדות אהרן בית מדרש וואו עס געפינען זיך צענדליגער טויזנטער מענטשען און געהאקט און געשלאגן און געשאסן טרערן באמבעס.



תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 03/11/2008 3:52:42

_________________

קומפוט » 3/11/2008 01:57

אפילו די העדה שרייבט וואס דארט גייט פאר
[בילד – נישט אפגעהיט]

קומפוט » 3/11/2008 03:29

 

תולדות אהרן איז היינט צו טאג פון די איינציגע מבצרים וואס זענען נאך געבליבן פון פריערדיגן דור וואס האבן מקבל געווען דעם ריכטיגן וועג וויאזוי מלחמה צו האלטן מיט די ציונים הארורים, אפילו זיי גייען נישט זיך קושען מיט די אראבער אין עזה אין אויך נישט מיט די פרסים אין איראן, 99 פראצענט פון תולדות אהרן משפחות נעמען נישט קיין שום געלטער פון די ביטוח לאומי וואס געבן שווערע געלטער פאר איעדע משפחה, די מוסדות נעמען נישט קיין געלט פון קיין שום ריינע מקור אין נישט פון קיין מחללי שבתות. די מאמעס קענען נישט שיקן די קינדער אין גראסעריס וואס די בעלי בתים רעדן די טרייפענע שפראך ווייל די קינדער קענען נישט קיין עברעאיש.

יא אין תולדות אהרן קומען זיך צו זאם איעדעס יאר טויזנטער אידן פון אלע סארטן און פון אלע קרייזן זיך צו פרייען אין טאנצן אין דעם יו"ט פון זמן שמחתנו, דאס איז שוין אזא טראדיציע פון לאנגע צענדליגער יארן נאך פון די צייטן פון דעם פריערדיגן תולדות אהרן רבין רבי אברהם יצחק זצוק"ל,

יא אמת די יינגע קינדער צאן קדשים פון גאנצן געגנט (לאו דווקא פון תו"א) קומען זיך צוזאם אין תולדות אהרן צו מיטהאלטן מיט די הייליגע שמחת בית השואבה אין גייען נישט חלילה פאשען אין אנדערע פלעצער וואס אין רוח חכמים נוחה מהם און שעפן זיך אן מיט קדושה וטהרה אויף א גאנץ יאר, אין אויף דעם קענען מעיד זיין טויזנטער אידן פון די גאנצע וועלט וואס קומען יעדעס יאר און קענען נישט מוותר זיין אויף דעם פארגעניגן   זיי לאזן זיך קאסטן שווערע געלטער כדי דאס מיצוהאלטן, די זעלבע איז אין מירון לג בעומר יעדעס יאר ווערט מער און מער דער עולם וואס שטראמט אין די מאסן מיט צוהאלטן די הדלקה לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי אין דערנאך די שיינע התלהבות'דיגע טענץ.

ע"כ פון דעם אנגעריסענעם יענקי

א) זייט ווען האט משה יוסף צימענד א פריש צוגעקומענער מקבל געווען דעם ריכטיגן וועג וויאזוי מלחמה צו האלטן מיט די ציונים הארורים

ב) שקר בפירוש פארקערט זייט דעם בעל שומרי אמונים זענען די טירן געווען פארשפארט ביי אלע געלעגענהייטן טישן פרייטאג צו נאכט, שמחת בית השואבה, הקפות וכדומה און נאר בין פרק לפרק האט מען בדוחק געעפנט די טירן כדי סדק צר כדי שלא יתערב זר בשמחתינו, אין די לעצטערע יאהרן [בערך 5-7 יאהר] פון בעל דברי אמונה ווען ער איז שוין נישט געווען אזוי בתוקפו און ער האט שוין נישט געהאט קיין כח אליין ארום צוגיין, האט מען אים איינגערעדט אז די טירן זענען פארמאכט, בשעתו איז דאס געווען א סוד פאר גאנץ בראד, היינט האט מען מהפך געווען קערה על פיה און נישט נאר וואס די טירן זענען ברייט אפען גייט מען נאך מודיע זיין פאר כל צרוע וזב צוקומען, מזרחניקעס פון גאנץ לאנד, און אומדירעקט אריינרוקן ביי די רעדיא קאמערשאלס אז אין תולדות אהרן דארף מען קומען, וכדי בזיון וקצף.

ג) די הדלקה און געפארעכץ קיין מירון איז אפשר אויך א המשך פון זיין טאטןס דרכים

למען_האמת » 3/11/2008 05:34


דער קומפוט איז נעבעך צעווילדעוועט געווארן.

שוין וואכן לאנג וואס מען גיסט פעך און שוועבל אויף תולדות אהרן און ס'איז שטיל, קיינער נעמט זיך נישט אן, עס גייט א מחי' מען קען פארקויפן וואס מען וויל, די שקרים וואקסן איינס גרעסער פון צווייטן, פלוצלינג, אוי א בראך, מען האט זיך אים גענומען ענטפערן, עס קומען ארויס בריוו פון אלע גדולי ישראל, עס שטעלט זיך ארויס וואסערע נארישקייטן מען האט פארפירט דעם עולם, וואס טוט מען, מען טוישט פאנט... מען היילייט אפאר שורות..., מען ברענגט בילדער ווי אינגעלייט שטייען אויף די גאס און שמייכלען..., אז מען קען שוין נישט צולייגן קיין שקרים צו די יעצטיגע מעשה נעמט מען אפיר אלע שקרים פון די לעצטע 10 יאר, מען שטופט אריין 10 שקרים אין 5 שורות, און גיי ווענד אים אפ...

עס לאזט זיך נאר זאגן איין ווארט.

די וועלט זאגט: אז דער ... בילט איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען...

יענקי123 » 3/11/2008 09:05

קומפוט??
איך בין זייער צופרידן צוזעהן ווי דו ביזט געווארן אזוי צושפילט, ממש נישט צופארשטיין, מ'זעהט נישט קיינעם אין דעם פורום וואס זאל אזוי ארויס גיין פון די כלים, איך מיין אז דו האסט שוין גיענדיגט דיין קאריערע דא און די קענסט שוין צוריק גיין קיין פאפא, איך מיין אז דו וועסט זיי שטארק בעטן וועלן זיי דיר צוריק נעמען.

לעצם הענין צו דיינע אלע שקרים גיי איך מיך אפילו נישט מזדקק זיין ווייל די גמרא לערנט אונז אז מילתא דעבידא לגלויי לא משקרי אינשי און אז דו ברענגסט אזויפיל בלאף וואס יעדערער קען דאך מברר זיין ביזטו דאך נישט אין דעם כלל פון אינשי ביזטו דאך קיין מענטש נישט איך כדי נישט צו פארשעמען די ליינערס פון דעם פורום גיי איך דיר אפילו נישט ענטפערן אויף דעם.

קומפוט » 3/11/2008 13:31

למען!
האסט פראבירט מיטן לחץ אויף די רבנים צו פארדרייען די פאקטן קומט דיר אפאר בילדער וואס ווייזט שווארץ אויף ווייס וויפאלגענד:

1) ס'איז באקאנט אין גאנץ ירושלים ווער די ריכטיגע שלעגערס זענען

2)דא איז בילדער פון די שלעגערס פון תולדות אהרן

וואס זוכט עטץ דארט?????!!!!!!

3) תולדות אהרן מאכט דעם פוגרום אין אוהל שרה

4) דאס איז אין אהל שרה

5)  דאס איז א בילד פון דעם רוצח צבי מיכל הלר'ס זון מיט די עלקטרישע שוקרס ביי דעם פאגראם אין ביהמ"ד אהל שרה

6) דאס איז איז א בילד פון איינעם פון די בחורים פון אהל שרה מיט די פלעקן פון די טרערען - פעפער - גז וואס די בריונים פון תולדות אהרן האבן געשפריצט


7) דאס איז א בילד פון איינעם פון די בחורים פון אהל שרה צובלוטיגט דורך די בריונים רוצחים פון תולדות אהרן בשליחות רבי דוד

8)  דאס איז א בילד פון די שלעגערס בריונים פון תולדות אהרן אין די סוכה פון אהל שרה


9) דאס איז א בילד פון דעם שמוציגן שח"פ איינער פון די מפקדים פון תולדות אהרן אויפן פוגרום אין ביהמ"ד אהל שרה

10)  דאס איז א בילד פון דעם בחור וואס די רוצחים פון תולדות אהרן האבן אים מזיק געעווען די אויג וואס האט געדארפט דורכגיין א אפערציע פון 2 שעה כדי צו ראטעוון די אויג וואס האט אפגעקאסט 10.000 $

11) נאך א בילד פון די רוצחים פון תולדות אהרן אין די גאס פארנט פון אהל שרה


12)  דא איז נאך א בילד פון די רוצחים פון תולדות אהרן מיט א פארמאכטן פויסט צו הרגינען די ערליכע יידן


13) דא איז א בילד פון די "תולדות אהרן" סוכה, וואס די מזרוחניקעס זענען א חלק בלתי נפרד פון די תולדות אהר'ניקעס


אזוי פיל בילדער אזוי פיהל פאקטן נישט קיין וואונדער דו ביזט צושפילט!

יענקי123 » 3/11/2008 13:37

אזווי איך האב דאך געשריבן אז איך וועל זיך נישט מזדקק זיין צו די אלע שקרים פון דעם אזוי גערופענעם קומפוט, אבער אזווי איך באקום אסאך הודעות עידוד אויף די הודעות וואס איך שרייב דא  אין אין פרטית אין איינער וואס קען נישט שרייבן דא אין דעם פורום האט מיר אויך געשיקט אן ארטיקל אין פרטית איך זאל דאס דא ברענגען פאר די ליינערס, און נאכדעם וואס איך האב דאס איבער געקוקט האב איך מחליט געווען צו צוליב טהאן פאר דעם שרייבער פון דעם ארטיקל אין איך ברענג עס אראפ ככתבו וכלשונו.

יענקי.

דא האט איך דעם ארטיקל.

עס ליגט דיר נעבעך זייער אסאך אנגעלייגט אויפן הארץ קעגן קהלת תולדות אהרן, ווייל די ביסט דער איינציגער געבליבענער פון די וואס האבן אנגעפירט די מחלוקת פון תולדות אהרן מיט תולדות אברהם יצחק וואס היינט צו טאג נאך וואס דע אלע האבן געזען ווי עס האט זיך אויסגעשפילט, און תולדות אהרן בליהט און אלע מובנים בגשמיות וברוחניות, זענען זיי זיך אלע צולאפן ווי די ראצן און נאר די ביסט געבליבן אליין ווי א דארן אין מדבר און די דארפסט זיך נעבעך אליין מתמודד זיין מיט דעם יעצטיגן מצב,

א יעדער ווייסט היינט דער מצב און עס איז נישט שייך צו אפווענדן מיט דיינע נארישע פראפעגאנדע קעגן תולדות אהרן, ווי עס נעמען זיך צוזאם א יעדן יאר צענדליגער טויזנטער היימישע אידן צו פראווען די שמחת בית השואבה, אז איך גיי אריין אין תו"א זע איך געפאקט, איך גיי אריין אין תוא"י זע איך ווי עס איז ליידיג, און נעבעך די שטייסט אין זייט און קוקט זיך צו מיט א בלאסן פנים, און וויפיל די האסט נאר פראבירט צו מאכן עצות כדי תוא"י זאל אויך ציהען דעם עולם צו קומען, גייט דיר נעבעך נישט,


וועגן דעם האסטו זיך יעצט צוגעכאפט צו אהל שרה און די צייט וואס די ביסט דער ערשטער וואס האט זיי פיינט אזוי ווי די האסט פיינט יעדען קנאי און יעדן פרומער וואס דערפאר האסטו געפירט דיין מלחמה קעגן תולדות אהרן די לעצטע יארן, נאר אזוי ווי מואב מיט מדין האסטו זיך יעצט צוגעכאפט צו דעם אבי אויב מוועט קענען מבטל זיין די שמחת בית השואבה,


איז וויסן זאלסטו אז נישט דע פראפעגאנדע און נישט דע טראסקעס ברענגט דעם עולם נאר עס איז דא עפעס א מין אינערלעכע זאך ביי תולדות אהרן וואס עס שלעפט דעם עולם ווי עס זאל נאר נישט זיין, צו דאס איז ביי מירון ווי עס פראוועט זיך א הערליכע שיינע הדלקה א שיינע פאר יאר מיט א מורא'דיגע התעוררות דקדושה ווען טויזנטער אידן זענען זיך מקדש ומטהר ביי די מעמד ההתרוממות ווען דער תולדות אהרן רבי צינד אן די הדלקה, און עס גיסן זיך טייכן טרערן פון טויזנטער אידן צו אויספויעלן א ישועה, צענדליגער יאר צינד שוין דער בויאנער רבי און דער קרלינער רבי און נאך, און קיינעם צוהט דאס נישט אזוי ווי ביי די הדלקה פון דעם תולדות אהרן רבי שליט"א, אויך היי יאר ווען תולדות אברהם יצחק האט פראבירט נאכצימאכן דעם תולדות אהרן הדלקה נאך וואס זיי האבן געפירט א שמוציגע מערכה קעגו תולדות אהרן און זיי האבן באקומען א שטח לשם ולתפארת און דארט משקיע געווען זייער טאטן מיטן זיידן, און אפילו א יעדער ווייסט אז דער תולדות א"י רבי קען גוט און ער איז א גוטער פאכמאן אין הייבן די הענט און טאנצן און שפרינגען, בכל זאת האט קיינעם דאס נישט אינטרעסירט, אפי' ווען עס האט זיך דארט באטייליגט אלע הויפטן פון די פאליציי,


און אזוי ווייטער ביי שמחת בית השואבה וויפיל תוא"י וועט זיך צושטעלן מיט פראפעגאנדעס און מיט לייגן מייקס אויף גאנץ מאה שערים און געבן צו עסן און פראבירן וואס נאך זיי קענען צו נאכמאכן תולדות אהרן, וועט זיי נישט העלפן, זיי האבן שוין פראבירט צו ברענגען וועלטס זינגערס,


און די זעלבע אויך ביי הקפות, פארדריי נישט קיינעם א קאפ אז אין תולדות אהרן איז געווען אלעמאל פארמאכט ביי טישן און ביי שמחת בית השואבה, דו ביסט קיינמאל אין תו"א נישט געווען ווייל דו קומסט דאך פון פאפא, מען פלעגט פארמאכן נאר ביי די הקפות ווי עס איז נאך היינט צו טאג אויך פארמאכט, און דוקא און תוא"י איז אפן אלע טויערן ביי די הקפות און עס טוהט דיר זייער וויי אז עס איז בכל זאת ליידיג, און ביי תולדות אהרן מיט דעם וואס עס איז פארמאכט איז נישט שייך א נאדל צו אריינצולייגן, איך האב באזוכט ביי ביידן, נאר וואס? ווייל תולדות אהרן האט אין זיך עפעס א עקסטערע חן וואס די קענסט דאס נישט פארשטיין ווייל די ביסט קיינמאל קיין תו"א חסיד נישט געווען, נאר נאך די פטירה פון הגה"ק רבי אברהם יצחק זי"ע האסטו זיך צוגעשארט צו א באנדע בעלי מחלוקת וואס האבן קיין מושג נישט געהאט וואס תולדות אהרן מיינט, און ווי געזאגט האבן זיי זיך שוין לאנג צוריק אפגעטראטן פון דארט און דו מיזט זיך ליידער מתמודד זיין אליין אין די מערכה,


איז וויסן זאלסטו, אז דער תולדות אהרן רבי האט א געוויסן חן אין די גאנצע וועלט ווי מען האלט פון אים עולם ומלואו צוליב זיין באשיידנהייט און ווי ער קומט און ווי ער גייט האט מען פאר עם א יראת הכבוד, סיי ביי די חסידישע רבנים און אזוי אויך ביי די ליטווישע גדולים, וויל ער איז באמת א גדול בישראל א גדול בתורה און א געוואלדיגער בעל חסד ווי טויזנטער אלמנות ויתומים זענען נהנה פון זיין מתנת חינם עטליכע מאל א יאר, א איד וואס זיצט על התורה ועל העבודה שוין צענדליגע יארן, און טאקע דערפאר ווייסט א יעדער אז ער האט א ביהמ"ד אין רובע היהודי אין די אלטע שטאט ירושלים, דארט ווי אלע הערליכע אידן און אזוי אויך סאטמאר רבי זי"ע פלעגט גיין צו זעהן דער מקום מקדש, ווי ער איז זיך מתבודד ווען ס'איז נאר שייך כדי מ'זאל עם נישט שטערן זיינע עבודת ה', און פארדריי נישט קיין קאפ אז דער תו"א רבי גייט און כותל קיינער וועט דיר ממילא נישט גלייבן.

צבי
 


אפילו א [פאלשער] פרואוו פאר גילוי שמות וועט זייער שטרענג גענומען ווערן

די הנהלה
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 04/11/2008 2:56:06

_________________

קומפוט » 4/11/2008 02:21

צבי זיידן... האסט פארגעסן אויסצומעקן די לעצטע שורה

 

דער ר' דוד קאהן, וועלכער האט גענומען דעם בענקל פון תולדות אהרן רעבסטיווע בכח הזרוע און מיט מוראדיג'ע טעאראר און השחתה און רדיפות קעגן זיין עלטערן ברודער תולדות אברהם יצחק רבי, ווי יעדער איינער געדענקט.

 

און אלעס נאר ווייל זיין ברודער תולדות אברהם יצחק רבי איז נישט קיין קנאי, און ער איז ווי ער האט פארעפנטליכט דער גרעסטער קנאי און עקסטרעמיסט וואס עס איז דא אויף דער וועלט, איינע פון די פונקטן וואס עס איז דענסמאל פארקויפט געווארן איז אז ער איז גאר שטארק בידידות מיט ר' משה בער בעק פון נטורי קרתא.

 

אבער ווי נאר ער האט איבערגענומען דעם בענקל, האט ער גלייך אנגעהויבן איבעדרייען די גאנצע מעשה קאפויער.

 

אזוי ווי ער איז מוראדיג באשמוצט געווארן אין די גאנצע וועלט, האט ער דער חכם הרזים מחליט געוועהן פארשטייט אלס מיט מורא'דיגן כח האמת זיינע, אז ער וועט ווייזן פאר די וועלט אז די אלע רדיפות און השחתה וואס עס איז אפגעטהון געווארן אין תולדות אהרן איז ער נישט שולדיג געוועהן נאר די גבאים און די מענטשען וועלכע האבן אים ארויפגענומען אויפן טראן,

 

 

וואס האט ער געטוהון, כדי זיך ריינצוואשן, און ארויפלייגן די גאנצע שמוץ אויף זיינע געטרייע שליחים טעראריסטן, כאילו אז אלעס איז געטהון געווארן נאר דורך זיי אן זיין ידיעה, פארשטייט זיך, אזוי ווי ער ווייסט נאכנישט עד היום ווער איז דער מחבר פון ספר "חטאת נעורייך", א.א.וו.

 

 

האט מיט איינמאל געגעבן א שליידער דעם גבאי שמעון ברוין, און דערנאך דעם בעל הצואה רותחת ר' אהרן ברנסדורפר, און דערנאך האט ער פרובירט די צווי הויפט טעראריסטן אהרן אייזנברג און גבריאל שישא, וועלכע איז אים ביז דערווייל נישט געלונגען, ווייל זיי זענען שטארקער פון אים, און אנשטאט זיי האט ער צוגענומען די איידעלע יונגעלייט ממש נועם המידות משה יוזל צימעט, הערש מעכל העלער, אהרל'ע סאמעט, א.א. וו.

 

די זעלבע סצענע שפילט זיך אפ, אלעס ווען ער גייט אריין אין א פראבלעם,

 

געמיינט האט ער אז ער וועט שיקן זיינע רוצחים שלאגן און האקן וועט אים ראטעווען, אבער ווי נאר ער האט געזעהן אז עס וועט אים קאסטן א פרייז, איז ער ווי זיין דרך הקודש, (ווי צום ביישפיל: פרשת וואלאווע, שלום בית, מאיר פרוש, א.א. וו.) איבערגעדרייט די גאנצע מעשה אויף קאפויער.

 

רבותי! נישט די אהרלא'ך האבן געשלאגן, נאר מען האט זיי געשלאגן, (דע פיקטשערס זענען אין תולדות אהרן בימ"ד)!!!


(נישט ער האט מוותר געוועהן אויפן לבוש נאר דער וואלאווער האט אים אויסגעפאפט, נישט ער האט געהעצט דע פרויען פון תולדות אהרן קעגן דע מענער נאר דער ברודער האט געהעצט די מענער קעגן דע פרויען, נישט ער האט ארויסגעווארפן דעם יונגערמאן וואס האט מוחה געוועהן קעגן דעם ח"כ המינים פרוש נאר אדרבה ער האט אים גאר מקרב געוועהן, א. א. וו. ועוד חזון למועד)
 

און די אפעראציע וואס דער בחור גייט דורך אויף זין אויג, איז גאר פון אנדער געשלעג, און ער האט אויף דעם אפילו דאקמונטען וועלכע ווייזן דאס אויף, נאר דער נועם המידות וויל דאס נישט מפרסם זיין ווייל ער וויל נישט טשעפען און מבזה זיין א איד.

 

ווי פארשטענדליך וועט יענקי מיט למען, נישט זיך אראפלאזן צו ענטפערן, ווייל דער הייליגער רבי זייערער האלט נישט פון טשפענען א איד, ח"ו.

קומפוט » 4/11/2008 02:23

 

יענקי שרייבט:

 

"און טאקע דערפאר ווייסט א יעדער אז ער האט א ביהמ"ד אין רובע היהודי אין די אלטע שטאט ירושלים, דארט ווי אלע הערליכע אידן און אזוי אויך סאטמאר רבי זי"ע פלעגט גיין צו זעהן דער מקום מקדש,"

 

די אזוי איבעראשנדע ידיעה וואס שלאגט ווארצלען אין גאנץ סאטמאר האסטו זיכער געהרט מפה קדשו פון דיין הייליגן רבי'ן אליינס.

 

ממש מורא'דיג, דער סאטמערער רבי זי"ע פלעגט זיצן דריי טעג א וואך אויף א פארטש וואס גייט ארויס ממש צום כותל המערבי.

 

 

אפשר קענסטו איבערפרעגן דיין רבי'ן וועלכע הערליכע אידן זענען דארט געוועהן, און ווען פונקטליך איז דער סאטמערער רבי זי"ע דארט געוועהן, תשי"ב, תשט"ו, תשי"ט, תשכ"ו, פאר די ציונים האבן איינגענומען דעם כותל.


קומפוט » 4/11/2008 02:26

א צימער אין "ישיבת" אש התורה, (מזרחי) ביים כותל
 

ר' דוד קאהן האט זיך איינגעפירט די לעצטע זעקס זיבן יאהר, ער האט זיך איינגעהאנדלט א צימער אין "ישיבת" אש התורה, (מזרחי) ביים כותל המערבי, וואס עס האט א פארטש צום כותל המערבי ממש, און דארט זיצט ער יעדע וואך פון מיטוואך ביי מיטאג ביז ערש"ק ממש ביים זמן,

 

 

תולדות אהרן חסידים וועלכע זענען געטריי געוועהן אלע יאהרן די שיטה הק' וואס זיי האבן מקבל געוועהן פון זייער רבי'ן בעל דברי אמונה, מוזן נעבעך גיין אהין ווען זיי דארפן לייגן תפילין פאר א בר מצוה בחור'ל, אזכרה, וכדו'.

 

פארשטייט זיך אז יענקי וועט גלייך לויפן צום הייליגן רבי'ן, וויאזוי מ'לייקנט אפ די גאנצע מעשה, נאר למזלו הרע האט ער שוין מודה געוועהן פריער דא אויף דעם, נאר צוגעלייגט א פרעכן שקר אז סאטמערער רב זי"ע פלעגט אויך גיין אהין, (נישטא ווער זאל לאכן!)

 

פאלגענד אפאר לינקס איבער די אזוי גערופענע מזרחסטישע "ישיבה" אש התורה ביים כותל המערבי.

 

 

http://www.ynet.co.il/articles/0,7340,L-3355169,00.html

 

 

http://www.aish.com/hebrewsite/Aish_Hesder.asp

 

 

http://www.aish.com/hebrew/

 

 

און פאר וועם ס'האט שוין פארגעסן, תולדות אברהם יצחק רבי איז ארויסגעווארפן געווארן מיט אכזריות און בזיונות ווייל עס איז געוועהן א בילד ווי ער גייט צום כותל, און ווי יעדער ווייסט, זייט ער איז אויפגענומען געווארן אלס רבי גייט ער נישט צום כותל, אויך נישט דארט וואו ווי יענקי זאגט איבער פון זיין רבי'ן, אז סאטמערער רבי זי"ע איז געגאנגען.

 

און לאמיר אוועק לייגן דעם כותל, וואו האט ער גענומען דע הנהגה פון זיצן טאג און נאכט אין א מזחסטישע ציוניסטישע ישיבה וואס שטאלצירן מיט קוק שר"י.

 

דאס האט ער אויך געזעהן ביי זיין טאטן אדער ביים סאטמערער רבי זי"ע.

 

איך וועל נישט צו לאנג מאריך זיין, ווייל באלד וועלן די רבאהרלא'ך זיך ארומדרייען מיט א גאן איבער די הייזער פון די עלטערערע ירושלימע'ר אידן און בעטן חתימות אז ר' דוד קאהן איז ממשיך שושילתא קדישא בלי זיז כלשהו און שטייט אין שפיץ פון די מלחמה קעגן ציונות. (א ביטערער שמייכל)

 
און צום שלוס יענקי , פארוואס איז נאכנישט געהרט געווארן די שימפעריי פון דעם הייליגן רבי'ן קעגן דע רציחות פון זיינע חסידים - (אדער ווי דע יעצטיגע לעכרליכע גירסא, קעגן דע רציחות פון די קנאים וואס האבן נעבעך געשלאגן די תולדות אהרן יונגעלייט,) אזוי ווי ער האט געפונען פאר אזוי וויכטיג צו אטאקירן און שימפן קעגן דע קנאים אז דרכם לילך ולהזיק און מ'טאר נישט אנטייל נעמען אין קיין מחאות אויף אידשקייט וויל מ'מיינט דאס נישט לשם שמים, ווי עס איז פארעפנטליכט געווארן דע דרשה אין צייטונג "בקהילה" און "העדה" פרשת מסעי


דוד46 » 4/11/2008 02:27

קומפוט

א שאד פאר די ארבעט וואס דו לייגסט אריין.

קיינער גלייבט דיר נישט.

דער ציבור איבעראל גלייבט ענדערש די רבנים הגאונים הצדיקים שליט"א חברי הביד"? און די זקני וחכמי ירושלים, וואס זענען ארויסגעקומען אין שטיצע פאר תולדות אהרן ומלכם בראשם כ"ק מרן אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א.

קומפוט » 4/11/2008 02:27

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?whichpage=2&topic_id=2500915&forum_id=771


דא קענט איר זעהן בילדער.

1) פון שרעקליכע פריצות אין מאה שערים גאס,

2) דער צאמלויף פון טויזנטער מענטשען ביים פאגראם פון די רבאהרלא'ך אין אהל שרה.

3) א בחור וואס איז שרעקליך אנגעהאקט געווארן.

4) דע היזיקות וואס עס אנגעמאכט געווארן אין שטוב פון רה"ג ר' ישעי' רוטמן אייניקל פון הרה"צ ר' עמרם בלויא זצ"ל


קומפוט » 4/11/2008 02:33

ליין איבער נאכאמאל די העדה

דוד46 » 4/11/2008 02:49

שוטה

אודאי אז עס ווערט א שטומל אויף א פלאץ איז דא א צוזאמענלויף פון אלע סארט מענטשן.

באדעם ליין איז: פארוואס האבן די עקסטרעמיסטן צעריסן די מחיצה וואס איז אויפגעשטעלט געווארן עפ"י בהוראת הגאב"ד שליט"א וועלכער האט עס פערזענליך דורכגעגאנגען און באטראכט צו עס איז גוט.

און פארוואס האבן די עקסטרעמיסטן געגאסן וואסער אויף די פרויען.  

למען_האמת » 4/11/2008 03:27


קומפוט טייערער

קודם תתחדש, ווידער א נייער פאנט... קוקט אויס אז פאר יעדן שקר דארף מען האבן נייע אותיות... דער אויבערשטער זאל העלפן זאלסט נישט אויסלויפן פון פאנטס, ווייל ווי ס'קוקט אויס האסטו נאך א היבש ביסל שקרים צו פארקויפן...

יעצט צום ענין.

קודם כל פארוואס פארציילסטו אונז האלבע מעשיות, דו זאגסט אז מען האט צובראכן א אינגערמאן ראטמאנ'ס פענסטער און דו לייגסט א לינק, ווען מען קוקט דארט זעהט מען אז עס איז געווען א פריוואטע מחלוקה, דער ראטמאן האט אנגעגאסן דעם אינגערמאנ'ס ווייב מיט וואסער, (אלס א חלק פון די עבודת הקודש פון מסדר זיין צניעות...) האט אים דער אינגערמאן באצאלט, ווען ער טוט דאס מיט דיין אשת חיל וואלטסטו געטון די זעלבע, (איך קען נישט דיין שלום בית אבער עכ"פ אזוי האף איך...)

צווייטנס.

קוקט אויס אז די שקרים אויף די פרשה לאזן זיך דיר שוין אויס פראבירסטו צו פארדרייען דעם שמועס צום כותל, קודם גייט ער צום כותל, יעצט האט ער נאר א צימער אין ישיבת אש התורה, און נאכדעם קוקט שוין גאר אויס ווי ער איז אליינס א תלמיד אין די ישיבה, און ביים סוף לייגסטו שוין אראפ ווי די רבי אהרעלעך ווערן נעבעך געצווינגען אליינס צו ווערן תלמידים דארט..., איך וועל מיך זייער גערן מתווכח זיין מיט דיר אין די נושא און דיר אויפווייזן די פאקטן, (אויב עס אינטרעסירט דיר בכלל) אבער פארדריי נישט די נושא פון דעם אשכול, אויב ביז יעצט האט מען גערדט פון שמחת בית השואבה, אנטלויף נישט ווען עס ווערט דיר אומבאקוועם, עפן א צווייטן אשכול (אדער ברענג ארויף דעם אלטן אשכול) בנוגע דעם כותל און דארט וועל איך דיר ענטפערן.

ביז אהין, אסאך הצלחה...

שיק מיר אין אישי אויב דו דארפסט נאך פאנטס...  אדער גאר א היילייטער...

קומפוט » 4/11/2008 08:06

דוד'ל פרעגט א הארבע פראגע: און פארוואס האבן די עקסטרעמיסטן געגאסן וואסער אויף די פרויען.

אפשר ענטפערסטו פון ווי האט משה טארים געהאט די רעכט צו גיסן וואסער כמעט ביי יעדע חתונה ביי די מחיצה אין זאל (ז"ל) פון בימ"ד הגדול פון קרית יואל.

רבי_יונה » 4/11/2008 17:21

איין זאך איז זיכער ווען תולדות אברהם יצחק זאל מאכן אזא שמחת בית השואבה פריצות, וואלטן תולדות אהרן איבערגעדרייט די וועלט מיט מחאות און געשריגען געלארעמט אפען העכסטן טאן.

און אפשר גאר צוזאם גענומען אלע קינדער און געפענט די ארון הקודש און געוויינט אזוי ווי געטאן א טאג נאך די חתונה פון בן אדמו"ר מתולדת אברהם יצחק.

די תולדת אהרן וואלטן ווען איבערגעדרייט די וועלט, נאר איצט איז פארקערט די מעשה אז זיי מאכן די פריצות, זיי מעגן דאך... זיי זענען די הייליגע... זיי האלטן ירושלים זאל בלייבן הייליג... זיי מאכן הייליג די אלע זונות וואס קומען טאנצן...

דוד46 » 4/11/2008 18:37

קומפוט

הרב טארעם האט געגאסן וואסער ווען עס איז געווען תערובות נישט איבער די מחיצה (איך גיי נישט אריין דא צו עס איז אויסגעהאלטן). אבער די עקסטרעמיסטן האבן דוקא געגאסן וואסער און חרוב געמאכט די מחיצה וואס איז געמאכט געווארן עפ"י הוראות והסכמת הגאב"ד שליט"א. 

רבי_יונה » 4/11/2008 21:21

טא גיי פרעג די גבאים פון ר' חיים הערש פון ירושלים נ. אתיק מיטן קדוש י. ווייס פארוואס זייי האבן עס געטאן.

קומפוט » 5/11/2008 01:43

הערליכן קאלירפולן ספר וועט ערשיינען אין די קומענדיגע טעג
 

דוד יענקי, למען.


אלס אין דער וועלט איז בלאפ, נאר ר' דוד קאהן דאס איז אמת, ממש איין שטיק אמת.


צום ענין, אין קיין איין בריוו פון די רבנים וואס תולדות אהרן האט ארויסגענומען שטייט נישט אז מען מעג שלאגן און האקן מיט רציחות, אפילו אויב די קנאים זענען נישט גערעכט.

 

און ווער ס'איז גערעכט, און וואס ס'האט זיך פונקטליך אפגעשפילט דארטן, וועט איר ליינען מיט גרויס שפאנונג אין דעם הערליכן קאלירפולן ספר וואס וועט ערשיינען אין די קומענדיגע טעג

רבי_יונה » 5/11/2008 01:44

נטורי קרתא מיט א מחאה קעגן "דער איד"

[בילד – נישט אפגעהיט]

קומפוט » 5/11/2008 01:59

די בילד פון דעם בחור וואס מען האט באשפריצט מיט טרערן גז און געמזיקט די אויג אזוי ווי מען זעהט די געשוואלנקייט אונטער די אויג וואס צוליב דעם האט ער געדארפט דורכגיין די אפעראציע רח"ל
[בילד – נישט אפגעהיט]

קומפוט » 5/11/2008 02:02

מחאה נמרצת
[בילד – נישט אפגעהיט]

יענקי123 » 5/11/2008 11:16

קומפוט טייערער, היטלר האט שוין געזאגט פאר זיינע נאנטע "מיר וועלן אזויפיל בלאפן פאר די גאנצע וועלט ביז מיר אליין וועלן שוין אליין גלייבן"

יענקי123 » 5/11/2008 11:25

איך קען דאך דיין קאפ נאך פון די צייט פאר מ'האט דיר ארויס געווארפן פון תולדות אהרן בית מדרש מיט 18 יאר צוריק צוליב!!!.
 איז איך וועל שרייבן שטאץ דיר ווייל דו מוזט דאך ענטפערן קענסט דאך נישט בלייבן שטיל איז איך וועל דיר פארשפארן אביסל ארבעט.
היטלר מיט זיינע נאציס זענען שוין געווען אזעלכע סאדיסטן אזווי ענק רעבאראלך.

איך האף אז ס'איז גוט פאר דיר, אז נישט שרייב נאך.

אבי_גיזונט » 5/11/2008 13:10

אייך וייס ניט ווער איז גירעכט

איך גיי ניט אריין ווער איז גירעכט תולדות אהרן (ר' דוד) אדער אהל שרה, אבער איין זאך ווייס איך אז די וואך פרייטיג צו נאכט האט מען גירעדט ביי אונז אין ברסלב אין גרייסן שוהל אז אייב די רעבאראלך האבן א בריוו פון ר' מרדכי אהרן שיינברגר דארפן זיי שיין גאר ניט ווייל אייב אזא גרייסער גאון ווי ער שרייבט אזיי שארף שטייען זיי גוט.
איינער האט נאך צוגילייגט מער אז ר' מרדכי אהרן פאקט אריינעט גאנץ סאטמער מיט ביידע רעבעס סיי ר' אהרן און סיי ר' זלמן לייב אין די לינקע קעשינע סיי אין גאונות און סיי אין יראת שמים אזיי אז זיי האבן ניט ווס זאך צו מישן אין דעם.

אבי_גיזונט » 5/11/2008 13:31

די בריוו פון ר' מרדכי אהרן שיינברגר שליט"א

[בילד – נישט אפגעהיט]

קומפוט » 5/11/2008 14:28

כרטיס אדום לסיקריקים

 

התרעה חמורה לקנאי מאה שערים (הסיקריקים): בעקבות חסימת מאה שערים לנשים בשמחת בית השואבה והאלימות נגד "תולדות אהרון" יוצא לראשונה בד"ץ העדה החרדית במחאה חריפה נגדם - "גדול העוון והעונש של מבזה תלמיד חכם"

נטע סלע

פורסם:  05.11.08, 10:32

 

 

הקץ לסיקריקים? לאחר המאורעות שפקדו את מאה שערים במהלך ימי חג הסוכות, הגיעו רבני בד"ץ העדה החרדית למסקנה שהסאה נגדשה עד תום. המלחמה החזיתית שהתחוללה בין קנאי מאה שערים, ובתוכם, כחץ שלוח לפני המחנה, הסיקריקים, במהלך חג הסוכות, הביאה לראשונה את רבני הבד"ץ, להוקיע את הקנאים ודרכי פעילותם.

 

כך, תחת הכותרת "מחאה נמרצת" פירסמו הרבנים מודעה רשמית מטעמם כנגד ביזוי האדמו"ר מתולדות אהרון, הרב דוד קאהן, והוצאת שם רע על הקהילה בראשה הוא עומד. חסידות תולדות אהרון זכתה במודעה לשבחים בשל עמידתה על משמרת הקודש והצניעות, ואילו הצד שכנגד, הלא הם קנאי מאה שערים, והסיקריקים בתוכם, זכו להתרעה חמורה: "גדול העוון והעונש של מבזה תלמיד חכם". למחאתם של רבני הבד"ץ הצטרפה גם שורה ארוכה של רבנים מהשכונה והאזור.

 

 

 

הרקע למודעה הוא המלחמה על הצניעות שהתחוללה בין אנשי חסידות תולדות אהרון לפלג הקנאים במאה שערים שמעוזו הוא בית הכנסת "אוהל שרה".
מורה נבוכים
הסיקריקים
הסיקריקים (או: סיקריים) היו קבוצה קיצונית שהתבלטה בתקופת המרד הגדול של ממלכת יהודה נגד הכובשים הרומאים. שמה של קבוצה זו נגזר מהמילה 'סיקה' - פגיון קטן, שבני קבוצה זו נהגו לשאת מתחת לגלימותיהם. הסיקריים היו ידועים כקבוצה אלימה, שאינה בוחלת באף אמצעי, כולל רצח פוליטי, כדי להשיג את מטרותיהם - שהיו שמירה, בכל מחיר, על עצמאות יהודית מול רומא.

מדי שנה גודשים אלפים את שכונת מאה שערים בכדי להשתתף בשמחת בית השואבה המתקיימת בבתי הכנסת שבאזור. בשנים האחרונות, לאור התרבות המבקרים, החלו להסדיר הפרדה בין נשים לגברים לאורך רחובה הראשי של השכונה, אלא שבחג הסוכות האחרון, ההסדר הזה לא סיפק את הקנאים והם החלו מאיימים כי ימנעו בכוח את כניסתם של המבקרים הרבים, ובכללם גם של הנשים, זאת בשל החשש לפגיעה בצניעות המוקפדת הנהוגה בשכונה במהלך שאר ימי השנה.


הקרב על גדר הצניעות במאה שערים (צילום: ישראל מאיר)

 

אולם, על אף האיומים, פסקו רבני הבד"ץ כי החגיגות ימשכו, אלא שהן יסתיימו מוקדם מהרגיל וכמו כן, הוחלט לסגור את עזרות הנשים בפני מבקרות מבחוץ. על מערך ההפרדה, שכלל בין השאר גם בניית גשר מיוחד למעבר הגברים וכיסוי המעבר לנשים בבד יוטה אטום, היו אמונים אנשי חסידות תולדות אהרון וכסף רב הושקע על ידם בבנייתו.

 

 

בתפריט: גניבת שטריימלים, וניתוץ משקפיים

אלא שהנחיות הבד"ץ לא הותירו רושם רב על הקנאים וגם כנגד מערך ההפרדה שהוקם היה להם טענות. כך, במהלך ימי החג, הגיעו מספר קנאים וחסמו את המעבר לנשים במחאה על הסדרי ההפרדה הקלוקלים לטעמם. כתוצאה מכך, הנשים שביקשו לעבור במעבר הנפרד נאלצו לשוב על עקבותיהם, ואילו חלקן, באין מעבר אחר, חזרו לאחור וצעדו לאורכו של הכביש, במקום בו צעדו גם גברים. תוצאות מעשיהם של הקנאים כבר העלתה את חמתם של אנשי 'תולדות אהרון' והתגובה לא אחרה לבוא ובין הצדדים החלו חילופי מהלומות שכללו גם שימוש בשוקרים חשמליים וגז מדמיע, גניבת שטריימלים וניתוץ משקפיים. ביום שלמחרת כבר הונפקו שלוש מודעות שכללו חלופת האשמות וגידופים.  


בדרך אל שמחת בית השואבה, במעבר נפרד (צילום: חיים צח)

 

אחת המודעות אף כללה דברים חריפים אישיים כנגד האדמו"ר מתולדות אהרון, הרב דוד קאהן. בין השאר, הואשם האדמו"ר כי לעומת אביו, האדמו"ר הקודם (הרב אברהם יצחק קאהן) הוא נוטה להקל בגדרי צניעות והכול למען בצע כסף. "להתרפס בפני העשירים בזמן טקס ההדלקה אשר עורך בל"ג בעומר במירון. עומד ומרקד לפני הפרוצים והפרוצות שיפתחו את כיסיהם התפוחים בממון להעמידם קרובים לאדמו"ר תוך פריצות כל גדרי הצניעות". כלומר, כדי למצוא חן בעיני העשירים מוכן האדמו"ר "לסלוח" על פריצת גדר בנושא הצניעות, לקרבם אליו, ולרקוד עימם.

 

כדור שלג

 

החל מאותו רגע, הלכה הקלחת והתלקחה. הקנאים האשימו את אנשי 'תולדות אהרון' שהפליאו בהם את מכותיהם בבריונות ואכזריות. במהלך שבת חול המועד אף נרשמו מספר תקריות של יידוי אבנים. לאור ההסלמה בין הצדדים, כבר נאלץ הגאב"ד, הרב יצחק טוביה וייס, העומד בראש בית הדין של העדה החרדית, לבקש מהצדדים "להוריד פרופיל", אך פנייתו נותרה ללא מענה חיובי. כאשר הקנאים ארגנו עצרת תפילה ברחבת מאה שערים כנגד הפריצות שפשתה בשכונה, אחד ממשתתפי העצרת נשא שלט עליו התנוסס הכיתוב- "רוצחים לובשי פסים" - זאת כמחאה על המכות הנמרצות שהוכו בהם יומיים קודם לכן על ידי אנשי החסידות המזוהים בלבושם המפוספס.

מורה נבוכים
הסיקריקים - בגילגול המודרני
קבוצת 'הסיקריקים' בגלגולה המודרני זכתה לכינויה על ידי ישראל קלקצין, בעל בית דפוס בירושלים. כאשר קיבל קלצקין זיכיון מעיריית ירושלים להדבקת המודעות על הלוחות באזור שכונת מאה שערים וסביבותיה, דעתם של הקנאים לא הייתה נוחה מההסדר. הקנאים החלו מנהלים נגד קלצקין מלחמת חורמה שכללה אלימות והולידה את הכינוי נגדם

 

בתגובה, הופיעו במקום עשרות מחסידי 'תולדות אהרון' ועל פי הדיווחים מהשטח, הם שפכו גז מדמיע, היכו חלק מאנשי חבורת הקנאים, זרקו שולחנות ושברו ספסלים וגרמו להרס רב לבית הכנסת "אוהל שרה". האירוע הזה כבר הרתיח את חמת הקנאים והם החריפו את מחאותיהם כנגד 'תולדות אהרון' והאשימו אותם ב"תאוות דם ורציחה" וטענו כי אלו אף איימו לשרוף את בית הכנסת על ספרי התורה שבו עד היסוד. גם בביטאון "דער בלאט" (הדף), המשתייך לאחד הפלגים בסאטמר לא ההינו להתעלם מהמתרחש וכבר החלו מכנים את שמחת בית השואבה - 'שמחת בית התועבה'.

 

היסטוריה של מלחמות

כבר מזה כמה שנים ש"הסיקריקים" מהלכים אימים על הציבור החרדי. הם אינם בוחלים באמצעים וגם לא מתייראים מלהטיל חיציהם גם באישים מכובדים או רבנים חשובים. על ביתו של מנהיג הפלג הליטאי, הרב יוסף שלום אלישיב, השליכו הסיקריקים אבנים כאשר הוציא פסק הלכה שלא מצא חן בעיניהם בעניין חילול הקברים בכביש פסגת זאב. הרב אהרון לייב שטיינמן, אחד הרבנים החשובים בציבור החרדי-ליטאי, נאלץ להגיע לחתונת אחד מנכדיו בבית שמש כשהוא מלווה באבטחה כבדה לאחר שהסיקריקים איימו עליו מאחר והתיר את הגיוס לנח"ל החרדי. גם לחייו של הרב מאיר ברנדסדורפר, חבר בית הדין של העדה החרדית הם ירדו, לאחר שהעז ללחוץ את ידו של הרב שטיינמן. לאחר שראש עיריית ירושלים, אורי לופוליאנסקי שכל את נכדו, יצא תחת ידם פשקוויל שהכריז כי מותו של הפעוט נגרם בעקבות קללת "פולסא דנורא" שרבנים הטילו על ראשו.

 

יצוין, כי במודעה הרשמית של הבד"ץ לא ננקב שמם של אותם אלו שנגדם מופנית מחאת הרבנים, אלא רק מחאה כנגד הפגיעה באדמו"ר מתולדות אהרון, אבל "מי שמבין - מבין שזה נגד 'הסיקריקים', רק שלא רצו להכתים את כל הקהילה של 'אוהל שרה'", מסביר יודע דבר. אולם, נשאלת השאלה: מה קרה שדווקא לאור המהומות שהתחוללו בחג הסוכות האחרון הוחלט סוף- סוף לצאת נגד 'הסיקריקים'? "עד עכשיו הפגיעה שלהם הייתה באנשים מבחוץ, והמחאה הייתה כנגד אנשים ותופעות שגם הבד"ץ מתנגד אליהם, גם אם דרכי הפעולה לא תמיד מצאו חן בעיני הרבנים.

 

"אלא שהפגיעה באדמו"ר מתולדות אהרון - זו כבר פגיעה במישהו שהוא בשר מבשרה של העדה החרדית",

מסביר תושב השכונה. אלא שנראה שהמחלוקת הזו, שהמאבק למען הצניעות רק משמש לה כיסוי, עוד תמשיך לדמם זמן רב בקרב המחנה. מאז פרוץ האירועים, לא עובר יום מבלי שמודעות המשמיצות זה את המחנה שכנגד, נתלות על קירות השכונה. המחלוקת הזו אף שוסעת שסע בין משפחות ושכנים. תושבים המזדהים עם צדקת 'הסיקריקים' מודיעים כי הקנאים לא ינוחו ולא ישקטו עד שמפליאי המכות והפוגרום מ'תולדות אהרון' לא יבואו על עונשם הראוי. גם את הדברים שנכתבו במודעות רבני הבד"ץ, שבימים כתיקונם זוכים למעמד בלתי מעורער של אוטוריטה הלכתית- היה כבר מי שכינה כ"כתבי פלסתר מלאי שקר ודופי". אחרים השומעים את איומיהם של הקנאים ולאור מחאת הבד"ץ, הם אומרים: "עכשיו הם עוד לא לוקחים את זה ברצינות וצוחקים - אבל הם עוד גם יבכו".

 

תושב אחר מצר על המצב שלאורו, "גם את הפינה אחרונה שנשארה לנו ביהדות החרדית, שכונת מאה שערים שיצא לה שם של מקום עם יראת שמיים אמיתית - גם את זה הורסים".  


קומפוט » 5/11/2008 14:29

יא יענקי א שיינע ארטיקל

קומפוט » 5/11/2008 14:35

כבר העלתה את חמתם של אנשי 'תולדות אהרון' והתגובה לא אחרה לבוא ובין הצדדים החלו חילופי מהלומות שכללו גם שימוש בשוקרים חשמליים וגז מדמיע, גניבת שטריימלים וניתוץ משקפיים
קיינער פון די בריוון שרייבער לייקענען נישט דאס
"כבר העלתה את חמתם של אנשי 'תולדות אהרון' והתגובה לא אחרה לבוא ובין הצדדים החלו חילופי מהלומות שכללו גם שימוש בשוקרים חשמליים וגז מדמיע, גניבת שטריימלים וניתוץ משקפיים"

יגדיל » 5/11/2008 17:40

ר יענקי
דא האסטו סתם אריין געמישט תולדות אברהם יצחק ווען עס האט באמת קיין שום שייכות צו זיי די גאנצע מעשה נאר פארקערט זיי האבן גאר הנאה געהאט אז מלאכתם נעשית על ידי אחרים
אין וועגען דעם עולם וויל איך דיר זאגען אז איך בין אריין ר"ה אינמיטען דאווענען ביי ביידע אין איך כהאב נישט געזען דעם גרויסן חילוק אינעם עולם
אפשר שמחת בית השואבה האט תולדות אהרן א גרעסערן עולם וועגען עס קומען דארט אהין מער פרעמדע

אין יעצט יענקי טייערער
זאלסט דיך אויסלערנען איינמאל פאראלעמאל אז באשמיצעןן קען מען א יעדען איינעם אין עס איז ב"ה יענוג דא וואס צו שרייבן סיי אויף דער פין פאפא סיי אין אויף דער פין סקווריא במיילא האלט דיר דיך איין אין באשמיץ נישט קיינם ווייל די אליינס מיט דיין פארטיי ווערען נאר באשמיצט נישט אין נישט יענער אין נישט יענעמס פארטיי 

אין איך מיין אז מען וואלט ענדיגען מיט דעי נושא אין גיין ווייטער 

המוח_הקטן » 5/11/2008 20:35

 יגדיל

ביסט ביטער גערעכט, ווער נאך אזוי ווי תוא"י רבי האט געליטן פון די פאלשע קנאים פון אהל שרה ביז זיי האבן עם אפגעסטעמפלט אלץ א לינקער אין השקפה, און יעצט פרובן זיי צו מאכן דאס זעלבע מיט תו"א,

דער נפק"מ איז נאר אז די אהל שרה'ניקעס וועלן דארפן אסאך פעכעווען ביז זיי וועלן -אויב בכלל- דערגרייכן זייער מטרה, ווייל תו"א זענעןן מלומדי מלחה זיי שרעקן זיך נישט פון גארנישט, זיי האבן נאך קיין מערכה נישט דערלייגט און קיין זאך האט זיי נאך נישט צובראכן,

נאר דא איז צוגעקומען נאך א זאך ווי תו"א האט אסאך "ידידים" וואס כאפן זיך ארויף אויף יעדע קלייניקייט וואס עס גייט פאר ארום זיי און מאכן פון דעם א בער אזוי אז ווער עס ליינט די ארטיקלען דא, קען מיינען אז עס איז א תוהו ובוה אין מאה שערים,

לאזט שוין אפ! תוא"י און תו"א זענען חי וקים, און אפילו צווישן זיי איז די שנאה שוין לאנג גאנץ אויסגעוועבט, עס איז נאר געבליבן ביי די חסידים פון דרויסן ווייל זיי שטערט דאס גארנישט, וואס האבן זיי צו דערלייגן, נישט זייערע קינדער דרייען זיך דארט און זיי שפראצן נאר אויס ווען עס הייבט עפעס אן צו רידערן, און לייגן צו שוועבל מיט גז, ווייל וועגן דעם זענען זיי דאך אריין אין די קהילה

עס איז זייער א שאד, אנשטאט אין אזא געלעגנהייט זאלן זיך צוזאם נעמען אלע הערליכע און אמתע קנאים וואס גיין ע"פ דרך העדה ווי תוא"י תו"א ברסלב וכו', [וואס מתוך ידיעה ווייס איך אז אין א געוויסער מצב זענען זיי געשטאנען אין א פארבינדונג וועגן די שמחות בית השואבה אין מא"ש] און אויסשפייען איינמאל פאר אלע מאל די נגע צרעת פון די פאלשע קנאים פון אהל שרה וואס גייען נאר לויט זייער אייגענעם דעה, און מאכן פון זיי א סוף, עס איז א געוואלדיגער געלעגנהייט,

נאר זעהט אויס אז עס איז דא אזעלכע נארישע מענטשן [ווי קאמפאט א.ד.ג.] וואס די שנאה צו תו"א איז צו גרויס, ווייל קיינער איז זיי נישט חושד אז זיי זענען אזעלכע ידידים פון אהל שרה,

אבי_גיזונט » 6/11/2008 19:03

גייט אריין צודעם לינק

יחזקאלאברה » 6/11/2008 20:09

א שיינע לינק, אבער איך זיך נאך די "שרקליכע פריצות" אויף דעם ווידיא...

וואס יא, דא האט איר א לינק ווי מען זינגט 'אמר רבי עקיבא', דער זינגער מיטן שווארצען בעקיטשע וואס זינגט אויף דעם מייק איז פון די מתמידים (אדער ווי אלטר משה ריפט זיי די "כת" המתמידים)

http://www.youtube.com/watch?v=2sfIIxfCqMQ&feature=related

למען_האמת » 7/11/2008 00:21

יענקי123 » 7/11/2008 01:36

יחזקאלאברה
איך ווייס נישט ווער עס האט אריין געלייגט די וידיאו וואס די ברענגסט אבער ס'איז גראדע אין שוהל פון תולדות אברהם יצחק כאטש אין די טייטל שטייט תולדות אהרן.

דוד46 » 7/11/2008 01:51

יענקי123 איז גערעכט

ווער עס אזי שוין געווען אין מאה שערים אין ביידע שוהלן קען זען אז דער קליפ וואס יחזקאלאברה ברענגט איז פון תולדול אברהם יצחק און נישט פון תולדות אהרן.

ארגינעלער » 9/11/2008 10:32

ווייסט איינער די ראלע וואס נחומ'על אטיק נעמט אן קעגן תולדות אהרן ??

אין פארוואס ?

וואס האט דער יפו'ער קעגן תולדות אהרן ??

המוח_הקטן » 9/11/2008 10:58

איך פרעג דיר ווי קען א יפו'ער האבן א שייכות מיט תולדות אהרן, און בכלל מיט הערליכע אידן,
עס איז געווען עפעס א פרשה מיט איהם אין תו"א ווי מ'האט איהם בשם די הנהלת הקהילה שטילערהייט משלח געווען, כדי איהם נישט צו מאכן קיין בזיונות, והא ראיה אז עס איז טעקע געווען געפערלאך ווייל זייט דעמאלס טרעט ער נישט אריין אין תו"א, און אלס נקמה זיכט ער יעדעס מאל צו זיי קריטיקירן מיט וואס זאל נאר נישט זיין, פארשטייט זיך באיצטלא דקדושה, וויל ער איז דאך כלאמפעריש דער פארטרעטער פון אידישקייט.

רבי_יונה » 9/11/2008 22:29

נחום אתיק פון ר' יים הערש גבאים איז פון די הויפט אנפירער קעגן תולדות אהרן, חוה"מ האט אים תולדות אהרן געלזאט ארעסטירען.

עפשטיין » 9/11/2008 23:02

פון  וויפיל מענטשען באשטייט די קהילה פון אהל שרה וואס מען רופט סיקריקים?

דוד46 » 9/11/2008 23:47

נחום אטיק איז נישט קיין גבאי ביי הגאון הצדיק אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א

רבי_יונה » 10/11/2008 00:02

אטיק איז נישט גבאי ממש - טערראריסטעל און זיין מאפיא.

דוד46 » 10/11/2008 00:08

אבי דו מוזט שוין א מודה במקצת...

ארגינעלער » 10/11/2008 01:55

באקומען אין אישית פין ישכר012

ר' חיים הערש איז שוין לאנג אנגעווייטאגט אויפן תולדות אהרן ווייל ווען אלע זאלי קנאקרעס קומען קיין ארץ ישראל ווי די לעפקאוויטש'ס מיט גאדינגער גיין זיי נישט נישט צי מהרח"צ נאר קיין תולדות אהרן
אין אויף דעם בלוטיגט שוין מהרח"צ א לענגערע צייט 

פאר  יאר האט מהרח"צ געוואלט אסר'ן די פירות פין ארץ ישראל אלץ שמיטה אין ער האט געהפט אז תו"א וועט זיך צישטעלן צי אים, אבער דערווייל האט זיך תו"א אויסעלאכט פין אים 
אין ער איז געבליבן מיט א קאליצע פין מנשה פילעף אין מיט אלתר גאלבערגער 

יעצט האט זיך מרהח"צ מיט נחום אטיק צי זאם געשטעלט מיט די נטירה קרתא צי צי פיקסן תו"א 
אין דער ווילדער אטיק קאכט א קאשע אלעס אויפן חשבון פין ר' חיים הערש

 

רבי_יונה » 10/11/2008 03:36

איי עם סארי, ר' חיים הערש איז נחום אטיק גבאי, ער טוט אלע שמוץ און טעראר וואס אטיק הייסט אים.

קומפוט » 14/11/2008 01:38

אינעם גליון "האמת"
[בילד – נישט אפגעהיט]

קומפוט » 14/11/2008 01:39

נאך
[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2 3 4