היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בדי"ץ: תולדות אהרן הערט אויף מיט די פריצות!

בדי"ץ: תולדות אהרן הערט אויף מיט די פריצות!

153 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2497528
בלאט: 1 2 3 4

רבי_יונה » 12/10/2008 05:19

די בדי"צ העדה החרדית שליט"א האט פרייטאג געבעטען קהלת תולדות אהרן מבטל צו זיין זייער געמישטע שמחת בית השואבה וואס קומט פאר יעדעס יאר אין ביהמ"ד תולדות אהרן אין מאה שערים.

די יהדות החרדית פון ירושלים פארפירט שוין לאנג קעגן תולדות אהרן וואס זיי מאכן יעדעס יאר זייר שמחת בית השואבה פאר אלע ציונים, מזרחיסטין, פרייע, וכו' זיי טוען דאס שוין ארדוויטייזען וואכן לאנג פארדעם אין אלע געגענטער אין ארץ ישראל, ווייל זיי ווילן אז יעדער זאל קומען און אזוי כאפן זיי אפאר חברה וואס האבן א פאר טאלער.

עס איז אומבאשרייבלעך ווי אזוי מאה שערים קוקט אויס אין די טעג פון שמחת בית השואבה אדאנק תולדות אהרן, עס הערשט אזא מין תערבות אנשים ונשים לא יאומן כי יסופר, און דאס איז חוץ דעם וואס זיי ברענגן אן אלע מיני כאלאזען ציונים פרענקען כל צרוע וכל זב, די מצב איז איום ונורא.

די בי"ד האט דאס שוין לאנג גוואלט מבטל זיין אבער זיי האבן מורא געהאט פון תולדות אהרן וואס האט זיי שטענדיג געסטראשעט אז זיי וועלן ארויס גיין פון די עדה וכו', איצט נאכדעם וואס די קנאים און די בדי"ץ האבן געפירט די מלחמה כבידה קעגן תולדות אהרן וואס זיי האבן זיך מחבר לרשעים געווען מיטן רב הכותל שמואל ראבינאוויטש, און די בדי"ץ האט געווינען מיטן צווינגען תולדות אהרן ארויס צוטרעטען פון דארט מיט בושות וחרפות, איצט האבן זיי זיך גענומען צו זייערע ביינער איבער די שמחת בית השואבה תערובות.

אזוי אויך איז די בדי"ץ אונטערן דריק פון אלע רבנים און ירושלים דאס אפ צושטעלען און די וואך האבן א טייל רבנים מפרסם געווען א קול קורא אז מען דארף דאס מבטל זיין, און זיי מיינען אויף די ליבאוויטשע וואס טוען דאס.

[בילד – נישט אפגעהיט]

האקאבו » 12/10/2008 05:35

ר' יונה איך קען שווער גלייבן וואס די זאגסט ( אויף צוריק צי וועג'ס )
ווייל ווען ר' שמואל יענקעל האט חתונה געמאכט האט ר' דוד קאהן באפוילען צי פאסטן מ'כלומר'פשעט וועגן תערובת

אבער די יודעי דבר וויסן אז מען קען זיין מיט די רבנות הראשות אין מירון וועגן ל"ג בעמור דעמאלס מעג זיין תערובת אין דעמאלס מעג מען רעדן היבראיש אין ניו זשערסי

מבני_בניו » 12/10/2008 05:57

קענסט מיר אפשר זאגן וואס איך דארף זען דא אין די קול קורא?

קומפוט » 12/10/2008 06:20

[בילד – נישט אפגעהיט]

קומפוט » 12/10/2008 06:21

[בילד – נישט אפגעהיט]

האקאבו » 12/10/2008 07:47

ווי אזוי האט ר' דוד קאהן געשריגען איין יאר פורים " איך בין דער גרעסטער שטריק "
ניבא ויודע מה ניבא

רבי_יונה » 12/10/2008 20:09

ליבאוויטש האט שוין געבראכען איז זיי גייען מבטל זיין ש=זייער שמחת בית השואבה, איצט ווארט מען צו זעהן וואס די הייליגע קודש קדשים תולדות אהרן גייט טאן פאר קדושת ישראל.

דייבעטיק1 » 12/10/2008 20:34

רבי יונה איך בעט אייך איין זאך פארגלייך מיר נישט די אויסגעלאסענע ליבאוויטשער ווייבלעך

צו די אראפגעבינדענע תולדות אהרן'ע ווייבלעך

און בכלל גלייב איך נישט אז ס'זאל זיין ווי די זאגסט
און תולדות אהרן איז דא גענוג ערליכע און פרומע מענטשן

משנתחסידים » 13/10/2008 01:53

אין ד'עם קול קורא שטייט נאר אז מען טאר נישט מאכען שמחת בית השואבה אין די גאסען


תולדות אהרן אין תולדות אברהם יצחק אין קארלין מאכען אין א בית מדרש לויט דעם קול קורא נישט קיין פראבלעם.

ארגינעלער » 13/10/2008 02:17

ליידער האט דער היינטיגער תולדות אהרן רבי אראפ געברענגט תו"א צי זייער א נידערג ניווא
אין אלע הינזיכטין מען האט אייביג געוואסט אז תו"א איז נימער איינס צי קנאות
היינט איז דאס אלעס אויסגעריסן געווארן שפיצלעך ארויף צפיצלעך אראפ
סאיז איין שטיק פראפגאנדע היינט איז אלעס פאר די ל"ג בעמור בילדער
אין דאס שוין נאכדעם וואס ער טוט זיך אויס דעם שטריימל ביי די עבדות קודש פין ווארפן די שמאטעס אין פייער

רבי_יונה » 13/10/2008 06:27

ווי אזוי די גאסן פון מאה שערים קוקן אויס בשעת תולדות אהרן מאכט זייער שמחת בית השואבה, איז נישט מעגליך ארויסצושרייבען עס איז לא יאומן כי יסופר, די אלע צרועים וכל טמא וואס זיי ברענגען אן דארט רח"ל, מיר אלע וואס האבן עס שוין אמאל בייגעוואוינט פארטייען דאס.

די תולדות אהרן רבי פירט א מלחמה כבידה אין זיין קהלה מיט זיינע קנאים וואס זענען מוחה, ער רוידפט זיי עד חרמה, נישט לאנג צוריק האט ער געהאלטען א דרשה קעגן די קנאים, נאך דעם וואס אפאר קנאים האבן באשריגען פרוש ווען ער איז געקומען צו א שבע ברכות אין תולדות אהרן, ער האט ארויסגעווארפען פון די קהלה צוויי חשובע אינגעלייט, און געהאלטן א מיאוסע דרשה קעגן זיי.

תו"א רבי האלט אז וויבאלד תולדות אהרן האט די פאן פון קנאות און קדושה מעגן זיי טרעטען דעראויף בשאט ונפש.

פאלאנד » 13/10/2008 06:45

אז דו רעדסט שוין יא פון איינער וואס איז דארט געווען וועל איך דיר דערציילן אביסל, איך בין דארט געווען, שמחת בית השואיבה און מאה שערים איז א ערענסטער באלאגאן כלשונם נישט נאר אין תולדות אהרן נאר אויף מתמידים,סטולן ועוד ועוד, און תו"א איז טאקע די איינציגסטע פלאץ ווי עס איז אפגעטיילט די גאס עקסטער פאר מענער און עקסטער פאר פרויען מיט א גרויסע אלסטו טאקע נאר פארקויפן פאר מחיצה, סאו די אלע תורת לאקשען זדי וואס זענען נאך נישט דארט געווען.

רבי_יונה » 13/10/2008 07:10

מתמידים איז געמאכט פאר קהלת מתמידים.

סטאלין איז געמאכט פאר קהלת סטאלין.

ועוד ועוד איז געמאכט פאר זייערע אייגענע קהלות.

תולדות אהרן איז געמאכט פאר כל צרוע וכל טמא, זייער לייגן ארום צעטלען און אלע שטעטלעך אין ארץ ישראל אזוי אויך אין תל אביב ווי זיי מעלדן אז זיי מאכן די שמחת בית השואבה, זיי ברענגען אן רח"ל די ערגסטע פריצות וואס איז נאך שייך אין מאה שערים.

ווילסט דא סתם משוגע מאכן אין לייקענן אזאך וואס יעדער ווייסט דערפון, און זעט דאס ליידער יעדעס יאר, טא גיי און נער'ן הויז.

פאלאנד » 13/10/2008 18:33

ווי עס שיינט ביסטו נאך קיינמאל נישט דארט געווען ווייל אלע פרטים ווס איך האב אויסגערעכנט אין מיין פאריגע תגובה איז די מציאות, נעם דיר א טיקעט קיין ארץ ישראל און גיי איבערצייג דיר מיט דיינע אייגענע אויגן.

רבי_יונה » 13/10/2008 21:35

כנער ששב על קיאו.

זאג נאכמאל דיין ליגענט און נאכמאל און נאכמאל.

אזאך וואס טויזענטער אידן וגם אני בתוכם האבן דאס שוין ליידער צוגעזעהן, און יעדער קען עס זעהן היי יאר אויך.

techjew » 15/10/2008 22:05

ר' יונה. ביסט א סתם א שקרן!! איך בין און ארץ ישראל און אלעס וואס דו זאגסט איז שקר!!
יעדע זאך וואס דו שרייבסט פון היינט או ווייטער אויפן פורם קען מען דיך נישט גלייבען.

תו''א לייגט נישט קיין איין צעטיל און גאנץ ארץ ישראל וועגען זייערע שמחת בית בשאובה.
זיי זענען די איינציגסטע שמחת בית השאובה ווס לייגט ארויס גרויסע מחיצות אויפן גאס אפצוטיילען מענער און פרויען, די פרויען גייען אריין אויף א באזונדרע גאס, און 85% וואס זענען דארט זענען חסידישע אידען און די אנדרע זענען ליטווישע.

אוך שרייב נישט קיין זאך דא, אבער אז די זאלסט שרייבען סתם די פארקערטע פון די מציאות?? אוך האב נישט מיט תו''א גארנישט וכו'
נאר אייך סאך קען איך יא מעיד זיין אז די ביסט א פאלנער ליגנער.

רבי_יונה » 16/10/2008 03:54

דאס מיינט נישט אז די שרייבסט מיט א נייע נאמען איז דיין ליגענט באגלייבט.

און איך האב נישט געזאגט אז עס איז נישט דא קיין מחיצות.

איך האב דיר נאר געזאגט אז זיי ברענגען אן דארטן כל צרוע וכל טמא און אלע פריצות, אין עס מאכט אן א שרעקליכע תערובת און פריצת אין מאה שערים.

פאלאנד » 16/10/2008 05:32

רבי-יונה  די איינציגסטע זאך וואס איך האב געזאגט איז, אז אין מאה שערים טוט זיך אויף קעסל און כלים שמחות בית השואיבה, און דאס האט נישט דוקא מיט תו"א נאר מיט נאך אסאך אנדערע קהלות וואס גאר א גרויסער עולם גייט אהין ותו"א בתוכם, און אויך איז תו"א אנדערש מיט איין זאך פון אלע קרייזן אז זיי לייגן מחיצות אויף די גאס פון זייער ביהמ"ד וואס אויסער זיי טוט עס קיינער נישט.

און דאס וואס דו שטעלסט צוזאם א קול קורא וועגן שמחת בית השואיבה ווייסטו אליינס אז דו שטעלסט צוזאם הימל אין ערד, דארט רעדט מען פון אפעציעלע געמישטע גטאנצאכץ אויפן גאס וואס דאס איז נישט דא אין קיין איין קרייז אין מאה שערים.

ווי עס שיינט שמעקט דיר נישט אז נאך איינער זאגט ווי מיר, ביסטו אויפגעקומען מיט א פלאן מוועט זיי צאמשטעלן און פטור אן עסק. נא טו ווי עס שמעקט דיר פון מיר וועסטו שוין סייווי נישט הערן איבער דעם נושא, ווייל ווי איך זע ווילסטו נאר הערן דאס וואס דו ווילסט עס זאל זיין.

זיי מיר געזונט און א גוטן מועד.

רבי_יונה » 16/10/2008 06:58

דא האסטו שוין נייעס דערוועגן

משמרות המהפכה הקימו מחסומים בכל רחבי מא"ש

משמרות המהפכה והצניעות הקימו לראשונה השנה מחסומים של ממש לאורך רחוב מאה שערים, כאשר צד אחד של הגדרות מיועד לנשים והשני לגברים, בכל "צומת" עומדים כמה מאבטחים פרחחים, ו"מכוונים" את התנועה, בקטע הפנימי ליד תולדות אהרן, גובה הגדרות הוא כפול ומכוסה בברזנט.

ב"צומת" הרחובות מול תולדות אהרן הקימו המשמרת "מחלף" עם גשר, כאשר הנשים עוברות למטה והגברים עולים על ה"גשר". (ניתן לשלם למשמרת עבור שם המחלף...)

כמו כן בשכונות ירושלים נתלו מודעות ה"מזהירות" את הנשים מפני חומרים כימיים ואקונומיקה שיותזו על המשתתפות, והחתומים תולדות אהרון מזהירים שאין להם אחריות על כך....


יעצט שריי נאכמאל עס איז גארנשיט דא קיין תערובת אין תולדות אהרן

רבי_יונה » 19/10/2008 04:35

א עס איז גארנישט דא קיין פריצות!

רבי_יונה באקט מעשות!

רבי_יונה איז א שקרן!

טא וואס איז געווען דעם חול המועד ווען תולדות אהרן האט צושלאגען מיט רציחה די נטורי קרתא וואס זענען געקומען מוחה זיין אויף די שמחת בית השואבה פריצות?

טא וואס איז געווען דעם חול המועד ווען תולדות אהרן אינגעלייט האבן צושלאגען א בחור וואס האט מוחה געווען אויף די שמחת בית השואבה פריצות אין ער געפינט זיך נאך איצט אין שפיטאל?

טא וואס איז געווען דעם חול המועד ווען תולדות אהרן טעראריסטען האבן זיך אריינגעריסן אין ביהמ"ד אוהל שרה אין געמאכט דארט א חורבן?

קעגן וועם האט ר' אברהם יעקב עפשטיין געשריבען א בריוו אז מען דארף אפשטעלען די שמחת בית השואבה פריצות?

און וואס מיינט דאס?

[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

און ווער עס וויל קען אויך הערן אלטר משה ג"ב דרשה אויףך זיין האט ליין קעגן די פריצות בית השואבה פון תולדות אהרן, און קעגן די רציחות וואס זיי האבן אפגעטאן קעגן די מוחים דעם חול המועד.

אדמיראל » 19/10/2008 05:10

דער מטורף אלתר משה האקט אריין אין תולדות אהרן אז ס'גייט א רויך.

יענקי123 » 19/10/2008 17:53

* http-equiv="Content-Type" content="text/html; charset="utf-8""> * name="ProgId" content="Word.Document"> * name="Generator" content="Microsoft Word 11"> * name="Originator" content="Microsoft Word 11"> *--[if gte mso 9]> Normal 0 false false false MicrosoftInternetExplorer4 *[endif]**--[if gte mso 9]> *[endif]**--[if !mso]>* classid="clsid:38481807-ca0e-42d2-bf39-b33af135cc4d" id="ieooui"><* *[endif]**--[if gte mso 10]> *[endif]*

אינטרעסאנט וויאזוי מ'קען אזוי בלאפן.
די פאקטן:
  (1
שוין א שיינע פאר יאר וואס די עסקנים פון די ק"ק תולדות אהרן האבן גיזעהן אז בלי עין הרע דער ציבור יראים ושלמים וואס קומען זיך משמח זיין מיט די הייליגע שמחת בית השואבה) וואס איז א מנהג קדום בפרט אין ירושלים עיר הקודש( וואקסט אין דער געדרענג אויף די גאסן איז גיווען זייער גרויס אין ס'האט געקענט צוברענגען צו תערובות ח"ו האבן זיי מחליט גיווען בעצת כ"ק אדמו"ר מתו"א שליט"א צו מאכן א תיקון גדול און מ'האט צוטיילט די גאס מיט מחיצות איין זייט פאר מענער אין איין זייט פאר פרויען, ברוך השם ס'האט מצליח געווען אין ס'איז ממש א קידוש ה' צו זעהן אזא זאך וואס איז נישטא אין די גאנצע וועלט.

 

2) נאך מיט יארן צוריק בחייו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצוק"ל בעל דברי אמונה זענען געווען אפאר אידן וואס האבן געטאנעט אז מען דארף מבטל זיין די שמחת בית השואבה (אדער לכל הפחות פארמאכן די טירן אין אריין לאזן נאר די היימישע) ווייל ס'קומען כל מיני מענטשן צווישן זיי מאדערנע מיט אנדערע השקפות, האט ער בשום אופן נישט מסכים געווען פארקערט ער האט זייער הנאה גיהאט דערפון וואס אזויפיל אידן קומען זיך דערהייבן מיט אזא שמחה דקדושה וואס מ'קען זאגן בזעיר אנפין מי שלא ראה שמחה זו וכו'. איך געדענק ס'איז געווען א איד פון די זקני הקהילה (ר' מ. ד.) האט מחליט געווען נישט צו לאזן די מזרחי'ניקעס טאנצן אין ווי ער האט געזעהן א מזרחניק ביי די רקידות האט ער אים ארויסגעווארפן, האט אים רבינו זצוק"ל געשיקט רופען אין אים געווארנט ער זאל חלילה קיינעם נישט שטערן צו טאנצן אין אויב ס'געפעלט אים נישט מוז ער נישט קומען.

 

  (3 תולדות אהרן האט קיינמאל נישט אדווערטייזט די שמחת בית השואבה אין קיין פלאץ (די איינצעלנע זאך וואס מהאט געמאכט איז שיקן הזמנות (ענויטיישנס) צו די ידידים אין שטיצערס פון די הייליגע מוסדות.

 

 

4) די בד"ץ שליט"א האבן קיינמאל נישט געוואלט מבטל זיין חלילה די שמחת בהשא"ב פארקערט פאר איאר צוריק זענען געקומען אידן (נישט די גרעסטע ידידים פון תו"א)  צו בד"ץ העד"ח אין געטענעהט אז בד"ץ זאל הייסן מבטל זיין, בית דין איז געזעצן און פה אחד מחליט גיוועהן אז מטאר נישט מבטל זיין די הייליגע שמחה של מצוה ס'איז איבעריג צו זאגן אז אויב וואלט דער בית דין שליט"א געהאלטן אז מ'דארף דאס מבטל זיין וואלט מען נישט געטראכט א מינוט און געפאלגט.

 

5) תולדות אהרן האט די פילע שטיצע פון כ"ק מרן גאב"ד ירושלים וחברי הבד"ץ שליט"א. די פאקטן באווייזן אויף דעם. איין פאקט: כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א האט פערזענליך געקאלט פאר איינעם פון די אנפירערס וואס פירן דעם טעראר קעגן תולדות אהרן אין אים געווארנט ער זאל זעהן נישט צושטערן און אויב וועט ער נישט פאלגן וועט ער ארויס גיין בחרב וחנית קעגן אים. די צווייטע פאקט: נעכטן מוצ"ש איז כ"ק מרן הגאב"ד געקומען בכבודו ובעצמו אין תו"א אין זיך משתתף גיווען מיט די הייליגע ריקודים אין מהאט אים מכבד געוועהן מיט שיר המעלות און זיך אליין געפרייט מיט די שמחה ער האט זיך אנגערופן אז אזא הייליגע זאך טרעפט מען נישט אין די גאנצע וועלט דרך אגב מרן הגאב"ד שליט"א איז דערעך געפארן דעם לעצטן דאנערשטיג נאכט אין רחוב מאה שערים אין מיט גרויס התפעלות זיך נישט געקענט אפוונדערן פון די מחיצות וואס די עסקנים האבן געמאכט אויף די גאנצע לענג פון די גאס אזאך וואס אסאך שכונות ווילן דאס נאכמאכן.

 

6) תולדות אהרן ווערט פארפאלגט שוין אסאך יארן סיי כ"ק רבינו הקוה"ט זצוק"ל אין סיי להבדיל בחל"ח כ"ק רבינו שליט"א דורעך די אינגאטשעס וואס רבינו הגה"ק בעל ויואל משה האט געזאגט אויף זיי אז זיי זענען די מחריבי קרתא אין נישט קיין נטורי קרתא די אלע וואס האבן געגאסן די בלוט פון מרן בעל מנחת יצחק זצוק"ל אין פון מרן הרמ"א פריינד זצוק"ל אין פון בד"ץ העדה החרדית די אלע וואס וואלטן געוואלט זעהן אראבקעס פון אחמדיניג'אד אין מאה שערים אין נישט אידישע קינדער וואס קומען זיך פרייען בשמחה של מצוה.

 

7) אנשטאט צו דאנקען פאר די עסקנים פון די הייליגע חבורה פארן מאכן אזא קידוש השם פון מרבה זיין די גבולי קדושה אין מפריד געווען בין אנשים לנשים זענען זיי געגאנגען אינגעלייט מיט בחורים דאנערשטאג ביינאכט אריין אין די פרויען זייט און זיך אוועק געשטעלט אין מיט זייערע הענט אפגעהאלטן און נישט געלאזט אריבער גיין די פרויען ס'איז צוגעקומען צו א מצב וואס ס'איז שיעור געווארן א תערובות גדול ונורא (נישט צו גלייבן צו אזא התדרדרות), ווען די עסקנים האבן דאס געזעהן האבן זיי געבעטן זיי זאלן זיך אפטראגן פון דארט, זיי האבן נישט געפאלגט האט מען זיי אוועק געשטופט מיט כח, ווען זיי האבן פראבירט אנהייבן שלאגן פאר די עסקנים זענען געקומען אינגעלייט אין מען האט מחליט גיווען אז מקען נישט צולאזן אזא זאך אז יינגעלייט שקצים זאלן מיט זייערע הענט טשעפענען פרויען מיט מיידלעך אין מען האט זיי גוט אנגעבראכן די ביינער אין מען האט מחליט גיווען אז מען וועט גיין עד הסוף מיט זיי אין פון היינט אין ווייטער וועט מען פאר איעדע שקוצקעריי זייערע זיי פשוט צוברעכן די ביינער ווייל קיין אנדערע ברירה האט מען נישט מיט זיי ווייל זיי האבן נישט קיין רבנים זיי פאלגן נישט קיינעם אין כל הישר בעיניו יעשה.

 

פאלגט נאך ווייטער וועגן די טעראריסטן פון אוהל שרה און פון דעם גנב שמואליק לובעצקי פון וועד הארצי.

רבי_יונה » 19/10/2008 20:20

1) תולדות אהרן האט היי יאר צום ערשטן מאל ענדליך געמאכט געהעריגע מחיצות, אפען פארלאנג פונעם בדי"צ העדה החרדית, און כ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א איז אליין אראפ געקומען באטראכטען די מחיצות, און מאכן זיכער אז היי יאר קומט מער נישט פאר די שרעקליכע תערבות אנשים ונשים וואס פלעגט פארקומען אפען שרעקליכען פארנעם, און צוליב דעם איז ער שוין אריין טאנצען אין תולדות אהרן ביהמ"ד.

2) דאס אז אדמו"ר מתולדות אהרן זצ"ל האט געוואלט אז אלע פוחזים וריקים און כל צרוע וכל טמא זאל קומען טאנצן אין תולדות אהרן, די לאקשאן קענסטו איצט פארקויפען נאכדעם וואס ער לעבט נישט, - אגב די ליבאוויטש האבן דאס אויף פארקויפט אויף זייער רבי'ן אז ער האט געהייסען מאכן די שמחת בית השואבה אפען גאס, אבער די רבנים האבן געזאגט אז עס אינטערסירט אונז נישט ענקערע לאקשן און מען דארף עס סטאפען, און ליבאוויטש האט נאכגעגעבען און עס געסטאפט היי יאר.

3) די אידן אין מאה שערים טאנען לא מדובשך ולא מעוקצך, לייג מיר נישט קיין מחיצות, און ברענג נישט אן די אלע צרועים, עס העלפט פאר זיי ממילא נישט קיין מחיצות. די בדי"צ האט מורא פון תולדות אהרן ווייל זיי סטראשענען אלס אז זיי גייען ארויס גיין פון די בדי"צ, ממילא וויל זיך נישט בי"ד איינרייסען מיט זיי, היי יאר האבן זיי פארלאנגט נאר אז תולדות אהרן זאל צושטעלען ריזיגע מחיצות, אבער די אידן אין מאה שערים זאגן סטאפט דאס אינגאנצען, און זייי פירן איצט א מלחמת חרמה קעגן תולדות אהרן, נעכטן האט די נטורי קרתא זיי באגאסען די אלע צרועים וואס זענען געקומען מיט שמוציגע וואסער, ביינאכט האבן די תולדות אהרן אינגעלייט אנגעריסן מיט רציחה א אינגערמאן רוטמאן ווייל ער האט מוחה געווען אויף די פריצות.

4) היי יאר איז טאקע די פריצות געווען אסאך ווייניגער ווי אלע יארן, אבער נאך אלס איז די פריצות און תערובות געווען שרעקליך, ווען תולדות אברהם יצחק זאל עס טאן וואלט תולדות אהרן ווען גענומען שופרות מיט די ספר תורות און געלארעמט מיט די העכסטע קולות. 
 
5) תולדות אהרן שיקט ארום הזמנות צו יעדער משוגענער מזרחיסט פרייער וכו' וואס זיי חלומ'ען אז זיי גייען מאכן אפאר טאלער, אזוי אויך הענגען זיי ארום צעטלען דערוועגן אין אלע שטעטלעך און קבוצים, ווי זיי לאדנען איין די אלע מצורעים קיין מאה שערים.

ארגינעלער » 19/10/2008 20:44

וואס ר' דוד קאהן האט געטון צי תולדות אהרן איז א שרעק.
גענימען א פרום חסידות אין פליט אויף לינקס שנעלער ווי דער סופטניק.

ער רעדט אויף היברעיש דרשות.
מען האט שוין געלאדענט ביי זיי חברי הכנסת ביי די שבע ברכות.
אין תולדות אהרן גייט מען  שוין מער נישט אויף קיין שום מוחאת.

אלעס ווייל ר' דוד קאהן איז א לינקער בשיטה אין רייסט אויס  דאס גאנצע קינאות .

אין ליידער געלינעגט עס אים אויף א מאסן פארנעם.

יענקי123 » 19/10/2008 23:25

טייערער ר' יונה

לויט ווי ס'זהעט אויס שיינסטע צו זיין א פליינער שונא פון די ק"ק תולדות אהרן, אנהייב שרייבסטע אז ס'טהוט זיך א געפרליכע תערובת וואס איז לא יאומן כי יסופר, אין יעצט נאך די פאקטן וואס איך האב געברענגט דרייסטע אנדערש אז היי יאר האט מען טאקע געמאכט גיהעריגע מחיצות, און אויך שרייבסטע אז בית דין האט געהייסן מאכן די מחיצות, ס'הייבט זיך נישט אן בית דין האט קיינמאל נישט געהייסן דאס מאכן נאר תולדות אהרן מאכן שוין יארן די מחיצות אין ברוך השם ס'ווערט בעסער און בעסער עד כדי כך אז די אלע תלמידי חכמים נקיי הדעת שבירושלים זענען ממש נתפעל פון דעם גרויסן קידוש השם, און דער גאב"ד ירושלים איז דערעקט אראפגעקומען צו די שמחת בית השואבה פון תולדות אהרן מחזק זיין תולדות אהרן אנטקעגן די פאר שקאצים פון אהל שרה,

ווי עס זעהט אויס גייט דיר פשוט ארויס די אויגן צו זעהן ווי עס שיט זיך טויזנטער מענטשן צו דע שמחת בית השואבה פון תולדות אהרן

איז קען איך דיר מציע זיין איין זאך, גיי נישט סוכות אין מאה שערים און זיץ אין שטוב וועסטו האבן א רוהיגערער יו"ט. 

רבי_יונה » 20/10/2008 00:02

עס גייט פשוט ארויס די אויגן פון אלע תלמידי חכמים נקיי הדעת שבירושלים, צו זעהן ליידער ווי עס שיט זיך טויזנטער מצורעים וכל טמא וזב, ציוניסטין, מזרחיסטען, פרייע, פרענקען, צו דע שמחת בית השואבה פון תולדות אהרן, און זענען מטמא מאה שערים.

דוד46 » 20/10/2008 00:12

יונה'לע

פארקויף נישט קיין לאקשן תורות.

דאס קומען און גיין ביים שמחת בית השואבה האלט שוין אן יארן נאך זייט דער תולדות אהרן רבי זצוק"ל האט געלעבט. און דאס איז נישט קיין פרישע ערשיינונג. 

אבער בעיקר, דיך גייט נישט אן קיין תערובות. דיר שטערט דעם היינטיגן תולדות אהרן רבי שליט"א וועלכער איז נישט בדעה אחת מיט דיין רבי'ן.

פינטל!

אדמיראל » 20/10/2008 00:20

דוד'ל

ווייל ער גייט מיט דיין רבי'ן וועט עטץ אים מוחל זיין אלע עבירות שבתורה ווי די פארגאנגהייט האט עס באוויזן

דוד46 » 20/10/2008 00:34

אדמיראל 

ווייל ער גייט "נישט" מיט דיין רבי'ן וועט עטץ אים אנלייגן אלע עבירות שבתורה ווי די פארגאנגהייט האט עס באוויזן 

רבי_יונה » 20/10/2008 01:41

ער איז נישט בדעה אחת מיט מיין רבי'ן ווען:

ער מאכט פריצות'דיגע שמחת בית השואבה.

ער מאכט א יד אחת מיט די ציונים אין מירון.

ער נעמט געלט פון קופת חולים.

ער גייט צום כותל.

ער נעמט א שטיצע בריוו פאר זייינע מוסדות פון הרב שטיינמאן.

ער האלט אז דער קלויזענבורגער רבי איז געווען א צדיק וקדוש און רביה"ק זי"ע איז געווען א קאקראטש.

ער מאכט א יד אחת מיטן רב הכותל ראבינאוויטש.

וכו' וכו'

רבי_יונה » 26/10/2008 04:39

דער בלאט באשרייבט איבער די שרעקליכע תערובת, און פאגראם וואס תולדות אהרן האט געמאכט דעם יו"ט אין ירושלים.

[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 26/10/2008 04:46

צעטלען וואס זענען געווען אויסגעווארפן אויף די ווילי גאסן דעם הושענה רבה קעגן די תולדות אהרן פאגראם.

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

דערסיגעטער » 26/10/2008 08:08

ביטע נישט פארדרייען די טעמע פונעם אשכול

תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 26/10/2008 9:47:21

_________________

דערסיגעטער » 26/10/2008 08:42


תולדות אהרן חול המועד !



[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 26/10/2008 9:47:47

_________________

האקאבו » 26/10/2008 17:40

טוט זיך ביי שמחת בית השאיבה ר' דוד קאהן אויך אויס דעם שטריימל
צי טוט ער נאר אויס ביי ל"ג בעומר ביי די הדלקה

דוד46 » 26/10/2008 19:15

יונה'לע

פארוואס שרייבט נישט דער בלאט איבער דעם פאגראם וואס די אהרונים האבן געמאכט סוכות אין ביהמ"ד פון הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א?...

טאטלע » 26/10/2008 19:37

דוד נישט אז מען דארף אפענטפערן יעדע שקר אין פאנטאזיע וואס פאלט דיר איין נאר כדי קיינער דא זאל נישט אנהייבען טראכטען אז עפעס איז געווען  העל איך דיר זאגען קיינער איז נישט שילדיג אז די האסט געהאט אן אויסטערלישע שיינע יום טוב ראדני האסט עס אליין געקליבען ממילא האלט דיינע פאנטאזיעס ביי דיר אין קעפעלע אדער טראכט אויס עפעס וואס קיינער קען נישט אפפרעגען 

דוד46 » 26/10/2008 19:41

טאטלע

פרעג נאר דיינע חברים אין ק"י צו עס איז טאקע נישט געווען גארנישט.

דיין פראבלעם איז אז דיין (פון ענקער גאנצע קאמפעני) אינפארמעישן קומט פון בלאט.

האקאבו » 26/10/2008 19:50

גייט דער בלאט באשרייבן דעם שוידערליכן יום טוב וואס אריבער אין תלודות אהרן
די תערבות טענץ מיט דעם גרויזאמען טעראר וואס ווערט ארקאסטארירט דורך ר' דוד קאהן

טאטלע » 26/10/2008 20:01

דוד איך האב געפרעגט מיינע חבירים אין ק"י אין זיי זאגען אז זייטען פראפאגאנדע מיניסטער איראק איז נאך נישט געווען אזא פאנטאזירער ווי דוד 46 

דוד46 » 26/10/2008 20:19

האקאבו

זיי ווארטן אויף תשובה פון ועד הרבנים...


רבי_יונה » 26/10/2008 23:20

דעם שב"ק איז דא אין ירושלים געווען ווייס די גאסן פון פאשקאווילען קעגן ר' דוד קאהן, איך געדענק שוין יארן נישט וואס די גאס זאל זיין אזוי ווייס פון פאשקאווילען.
 
חול המועד האט די פאליציי ארעסטירט איינע פון די גבאים ביי ר' חיים הערש פון ירושלים, נחם אטיק וואס ער פירט אן די צעטלען קעגן ר' דוד קאהן, ווייל מען האט אים ארויסגעווארפן פון תולדות אהרן יארן צוריק צוליב וד"ל, איצט איז ער פון די אנפירער פון מערכה, תולדות אהרן האט אנגעריפען ר' חיים הערש ווארענען אז ער זאל זיין אז זיין גבאי זאל אויפהערן מיט די מעשים, אבער ר' חיים הערש לאכט זיך אויס פון זיי.

ר' משה מנחם טירנאווער האט גערופען ר' דוד קאהן חול המועד אז ער זאל אויפהערן מאכן די פריצות'דיגע שמחת בית השואבה, ר' דוד קאהן איז געכאפט געווארן אין שאק אז זיינע געוועזנע בוזעם פריינד די זאליס זאלן דאס טאן צו אים.

איצט שטייט כלל ישראל בכלל און סאטמאר בפרט און זענען נהנה ווי זייערע שונאים זאליס, אטיק, יצחק ווייס, סיקרוקין, אוהל שרה, אברהם י. עפשטיין וכו' רייסן זיך ארום מיט זייערע שונאים תולדות אהרן, און רייסן זיך ביי די קעפ און עס איז א מחי'.

דוד46 » 26/10/2008 23:45

איז די שמחה גענוי די זעלבע ווי סאטמארער חסידים שטייען אין די זייט מיט הנאה ווי די אהרונים קריגן זיך מיט זייערע אייגענע מענטשן וואס שטיצן הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש שליט"א?

רבי_יונה » 26/10/2008 23:52

איז די שמחה גענוי די זעלבע ווי סאטמארער חסידים שטייען אין די זייט מיט הנאה ווי די זאליס קריגן זיך מיט זייערע אייגענע מענטשן וואס שטיצן הגה"צ רבי יצחק ראזענבערגער שליט"א?

Askan » 27/10/2008 23:48

ידיעות: א געראנגל און מאה שערים וועגן צניעות
Sukkot strife in Meah Shearim over modesty

Violence erupts between Hasidic, extremist sects in ultra-Orthodox Jerusalem neighborhood over holiday festivities. 'Hatred existing between sides is awful. Instead of dancing, rejoicing, they are fighting. If this is what's going on in here, I guess Messiah must really be coming soon,' says saddened resident
Neta Sela

*--{cps..0}* They say that if you haven't seen a Simchat Beit Hashoeva festivities (water-drawing festival), you have never really witnessed true elation.
However, the past celebration in the ultra-Orthodox neighborhood of Meah Shearim this Sukkot may leave some room for interpretation.

The water-drawing festival is a time-honored tradition held in the Hasidic courts of the capital for decades. The celebrations are a known crowd draw, with some 15,000 people visiting the events every night, in the past few years.


This year, an all out war ensued between the Toldot Aharon Hassidic sect and the extremists whose stronghold is the Ohel Sarah Synagogue; blows were given and received on both sides.


Each Sukkot, thousands of people pile into the neighborhood to participate in the festivities at the synagogues and batei midrash (religious study halls) spread throughout Meah Shearim and its surrounding neighborhoods.
In the last few, the streets have been divided and the men have been asked to pass on one side and the women on the other.

This holiday eve, the arrangement did not satisfy extreme groups including the Sicarii who began threatening that they will physically prevent the entrance of the masses of visitors, especially women, since this situation is likely to impinge chastity levels which exist in the city throughout the remainder of the year


In addition, about 2,000 signatures were collected from neighborhood residents calling to completely cancel the festivities.
Finally, Badatz (the Court of Justice in the Orthodox community), decided that the celebrations will only continue until 12:30 am instead of 2:30 am as they did every year.
Moreover, it was decided to close the women's section to outside visitors and only the wives and daughters of the area's Yeshiva students were permitted to enter with a special authorization issued to them.

Separation by gender

During the holiday, visitors were separated according to gender on Meah Shearim Street in order to maintain chasteness.


The women-intended side was covered in cloth sheets but people in the neighborhood were angered by the fact that the men's section was on the side of the Toldot Ahahron Beit Midrash and their goal is to attract a crowd to the area, especially donators and to their dismay, ''instead of spending time on Jaffa Street they come to Meah Shearim'' said Yisrael Meir Hirsh who lives in the neighborhood.

According to him, the separation apparatus created by Toldot Aharon was constructed in a way in which it is impossible to pass by on the street or enter the Toldot Avraham Yitzhak Beit Midrash and ''they (Toldot Aharon members) caused all the looseness and disorder in the neighborhood during the holiday.''


Blood boiling

Thus, last Thursday a number of Yeshiva students from Ohel Sarah decided to block all passage to women in protest against what they believe were defective separation arrangements.

The outcomes of the extremists' deeds had already boiled the blood of Toldot Aharon members and punches were thrown on both sides. One of the boys even found himself unconscious at the Bikur Cholim Hospital.


The following day, three accusatory and curse-filled notices were printed.


In one of the announcements, the extremists blamed the, ''group of hooligans from Toldot Aharon.''
They also included messages like, ''Tens of thousands and amongst them whores, arrived from around the country and flooded the narrow alleyways of the neighborhood…''

'Keep a low profile'

The opening shot fired on Thursday night continued to reverberate in the neighborhood throughout Shabbat in which property was damaged.


Hirsh, for instance, had stones thrown on his sukkah and one of them cracked a house window under which his baby daughter was lying. ''It was a miracle nothing happened,'' he said.
Rabbi Yitzchok Tuvia Weiss, the Chief Rabbi or Govad of the haredi Rabbinical Court, was compelled to intervene and asked both sides to, ''keep a low profile.''

After the rabbi's intervention, the extremists really did not go out into the streets to block the women's passageway but they decided to hold a prayer and psalm-reading gathering as a result of the looseness that spread throughout their neighborhood.


However, some of the signs carried by those who assembled after Shabbat at the Meah Shearim square once again boiled the blood of Toldot Aharon.
The signs denounced the phenomenon of looseness and one of them read, ''Murderers in stripes.'' This was in protest to the severe beating they received two days earlier by the Hassidic group identified by their striped clothing.
A short while afterwards, a group of Yeshiva students from Toldot Aharon arrived. According to reports from the scene, they poured tear gas and beat some of the extremists, threw tables and broke benches.

Following the violent acts, additional announcements were printed and placed on neighborhood walls. This time, the title was ''Blood-cravers.'


'Pogrom' will not be left unanswered 

The notices hung by Toldot Aharon claimed that their rivals will not stop beating Yeshiva students at the appearance of blood, but that in the heat of their passion for murder they threw a rock inside one of the sukkot to purposely kill a woman in confinement there.

 

Toldot Aharon was also accused of threatening to entirely burn a synagogue with the Torah scroll in it.

 

Hirsh, and the rest of the Ohel Sarah Synagogue worshippers are unwilling to allow this ''pogrom'' they endured to be left unanswered. ''We will raise hell against their cruelty,'' he promised

.

other Meah Shearim inhabitant who tried to remain neutral actually cried to Ynet about the war  

 between the sides and the fact that it occurred during the Sukkot holiday in which it is a mitzvah (good deed) to be joyful.

 

''The hatred that exists between the sides is awful. Instead of dancing and rejoicing, they are fighting. If this is what's going on in Meah Shearim, I guess the Messiah must really be coming soon,'' he said hopefully.

Askan » 27/10/2008 23:49

ידיעות בילד
[בילד – נישט אפגעהיט]

Askan » 27/10/2008 23:51

מוחים קעגן די אהרל 'ך
[בילד – נישט אפגעהיט]

Askan » 27/10/2008 23:53

Askan » 27/10/2008 23:54

דוד46 » 28/10/2008 00:18

דא איז א בילד פון שמחת בית השואבה אין תולדות אברהם יצחק — ווי מען זעט דעם גרויסן חילוק צווישן זיי און תולדות אהרן אין ווייסע קאפטענעס (קרעדיט: בחצרות חסידים)
[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2 3 4