היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בדי"ץ: תולדות אהרן הערט אויף מיט די פריצות!

בדי"ץ: תולדות אהרן הערט אויף מיט די פריצות!

153 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2497528
בלאט: 1 2 3 4

יחזקאלאברה » 14/11/2008 17:58

קומפוט, עס שטייט אין "האמת" דערפאר מיז עס זיין אמת...?

אישית ווייס איך נישט וואס דארט איז געווען און ווער איז גערעכט, אבער ווען איך זעה די גרופע פון יפו מיט אלטר משה און די משוגעים פון אהל שרה אויף די אנדערע זייט, פארשטיי איך אז תולדות אהרן איז דאס מאל גערכעט.

אגב, ווען די מארקעט איז אראפ אין איך וויל מיך משמח זיין, רוף איך אלתר משה צו הערען ווי ער שעלט, האב איך געהערט דארט זיין אינטערוויא מיט "אן ארץ ישראל יוד", ווי ער לייגט אראפ די מעשה, זאגט ער דארט "מיר האבען זיך אוועקגעשטעלט מאכען זיכער אז קיינער גייט נישט דורך די גאס" אין די תו"א חברה זענען געקומען אין אינז געגעבען מכות, איך וואלט געוואלט פארשטיין, ווער גיט זיי די רעכט אפצושטלען די גאס און נישט אדורך לאזען?

א מינוט שפעטער דערציילט ער "די תו"א זענען געקומען אין געהייסען א בחור אוועקצוגיין, האט ער גענטפערט דאס איז א רשות הרבים אין איך מעג דא זיין", זענען די משוגעים פון אהל שרה מיט חיים הערש בעלי בתים אויף מאה שערים?

למען_האמת » 14/11/2008 18:55


אמאל פלעגט מען זאגן אז א צייטונג איז איין שטיק שקר, דער איינציגסטער אמת איז דער נאמען פונעם צייטונג, דער "האמת" האט ב"ה נישט דעם פראבלעם, עס איז איין שטיק שקר, און דער נאמען איז נאך דער גרעסטער שקר פון אלעם...

קומפוט » 14/11/2008 23:03

גליון האמת קען מען דאונלאודן דא
בלאט: 1 2 3 4