בדי"ץ: תולדות אהרן הערט אויף מיט די פריצות!
153 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2497528
השתלשלות הדברים בקיצור היא, שמידי שנה בשנה ב"שמחת בית השואבה" המתקיימת בבהמ"ד תולדות אהרן, משתתפים מאות ואלפי אנשים, כשמוסדות תולדות אהרן בעצמם שולחים כ 7000 הזמנות לכל רחבי הארץ. כתוצאה מכך נגרמת בחוה"מ סוכות פריצות ותערובת נוראית ברחוב מאה שערים ובכל הסימטאות שמסביב, דבר ההופך את חיי התושבים לגיהנום רוחני, שלא לדבר על זה הגשמי.
חסידי תו"א אמנם נוהגים מידי שנה להתקין מחיצה ארוכה לכל אורך רחוב מאה שערים, אך המחיצה הינה רק לאורך חלקו הראשון והרחב של רחוב מא"ש, כשהחלק הצר הנו ללא כל מחיצה.
לאחר שנים של תחנונים והבלגות עשו השנה חלק מתושבי השכונה מעשה ובליל שישי ג' דחוהמ"ס פשוט התייצבו בפתח רחוב מא"ש הצר (במא"ש פינת חבקוק) וחסמו את המשך המעבר לנשים כשהם משתמשים במחיצה שהציבו חסידי תו"א.
כעבור זמן קצר רחוב מאה שערים הצר התנקה מפריצות ותערובות, וכשהמעבר בו נותר לגברים בלבד.
לאחר כחצי שעה לאחר החסימה, הגיעו לפתע כמה עשרות מחסידי תו"א, והתנפלו על התושבים. הם היכו ללא רחם בצורה סדיסטית ואכזרית בחורים ואברכים, ולא נרגעו עד שגם עלו אל ביהמ"ד אהל שרה שם זרעו הרס וחורבן.
גם במוצאש"ק חוהמ"ס הם המשיכו להתפרע ולהכות, והגיעו שוב אל ביהמ"ד.
כל זה נעשה תחת שתיקתו הרועמת של האדמו"ר שלהם (ר' דוד קאהן), שגיבה אותם ואף שלח אותם.
מיותר לציין שבתקשורת החרדית על סוגיה השונים (העיתונים וקווי הטלפון למיניהם) הנושא כולו הושתק כליל וצונזר, שלא לפגוע חלילה בחצר ה"קודש" של חסידות "תולדות אהרן".
יזכר לשבח העיתון "דער בלאט" היו"ל בניו יארק ע"י חסידי סאטמאר ("אהרונים") שציין בידיעה קטנה את הפוגרום.
גם גאב"ד ירושלים הרב טוביה וויס, מחה בפני האדמו"ר מתו"א על הפוגרום שביצעו חסידיו.
http://news.1800550.net/news_read.php?n_id=352&cat_id=4
גם גאב"ד ירושלים הרב טוביה וויס, מחה בפני האדמו"ר מתו"א על הפוגרום שביצעו חסידיו.
שקר וכזב! דער גאב"ד האט געגעבן גרויס חיזוק פאר האדמו"ר מתו"א די גאנצע צייט ער זאל זיך נישט לאזן פארפירן פון די פאר ציהיצטע בעלי מחלוקת וואס גאנץ ירושלים ליידט פון זיי.
דער גאב"ד בכבודו ובעצמו איז געווען מוצ"ש ביי שמחת בית השואבה אין תו"א ווי ער האט זיך מיטגעפרייט מיט די טויזענטער טויזענטער משתתפים און ער האט פארגעזאגט א שיר המעלות, ארויסגייענדיג האט ער געזאגט פאר דעם תו"א רבי'ן, שרעקט אייך נישט אלעס איז נאר קנאה.
דער גאב"ד איז פארדעם אדורכגעפארן גאנץ מאה שערים און האט באוואונדערט ווי מען האט משקיע געווען צענדליגער טויזענטער דאלער און טאקע מצליח געווען צו מאכן מחיצות על טהרת הקודש, אפילו מיט א פארגרעסערינג גלאז האט מען נישט געקענט געפינען קיין פרוי, חוץ די אהל שרה ליידיג גייער "סיקריקין" ווי מען ריפט זיי אין ירושלים, וואס זיי זעהן אין יעדן שטיין א פרוי.
שמחת בית השואבה אין תולדות אהרן
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי למען_האמת ב- 28/10/2008 16:46:30
תוקן על ידי למען_האמת ב- 28/10/2008 16:49:41
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי למען_האמת ב- 30/10/2008 18:23:02
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
סתם אינטרעסאנט
דער קעפל פונעם אשכול: בד"ץ: תו"א הערט אויף, ווי עס קוקט אויס חוץ דעם וואס זיי האבן געקלינגען רבי יונה און אים איבערגעגעבן זייער בקשה ווייסט קיינער נישט פון דעם, פארקערט גאר, ווי איר זעהט פון די בריווען זענען אלע חברי הבד"ץ (באמערקט: אפילו רבי מאיר בראנסדארפער...) און אלע גדולי ירושלים פון אונזער קרייז זענען מחזק תולדות אהרן און רייסן אראפ די פאר מחרחרי ריב (ווי איר קענט זעהן די בילד פון די פאר אפגעריסענע בחרוים ביי די הפגנה...)
דאס אלעס איז קעגן איין נחום אטיק
אבער וואס תולדות אהרן כאפט נישט איז, קיינער זאגט נישט אז זיי האבן נישט געמאכט קיין מחוצה, היכי דמי שפיכת דמים ?
מען האט פארגאסן אידיש בלוט, ווער ? מען האט געמאכט א פאגראם און א מקום קדוש, ווער ?
דער בריוו פון בית דין וואס איר האט מיט לחץ ארויס גערוקט איז געווען זייער פרווה וואס טוט מען מען מאכט אייגענע.
נניח וועגן מחיצה און שיינע שמחת בית השואבה אבער פארוואס האט תולדות אהרן געשלאגן?
פארוואס האבן תולדות אהרן געשטאכן מענטשן מיט עלעקטריק שאקערס?
פארוואס האט תולדות אהרן געווארפן טרערן גז ?
קיינער רעדט נישט פון די שפיכות דמים!
א יונגערמאן דארף אן אפעראציע!
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי קומפוט ב- 31/10/2008 0:35:00
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווי יעדער פארשטייט אליין אז מען ליינט די ערשטע בריוו פון די עדה החרדית און נאכדעם די צווייטע פארשטייט מען די דריק און סטראשנוגען וואס תולדת אהרן האט געלייגט אפען בדי"ץ אז זיי מיזן ארויסגעבען די בריוו לטובת זיי, און בדי"ת האט ניש געהאט קיין ברירה נאר זיי נאכגעבען.
תולדת אהרן איז שרעקליך באשמיצט אין גאנץ ירושלים, און אין די גאנצע וועלט, זיי ווייסן זיך נישט ווי אהין צו טאן, די אוהל שרה חברה האבן געמאכט מיט זיי א קטארקע דזשאב, וויפיל די בריוון וועלן העלפן פאר זיי וועט מען נאך זעהן, אזוי פיל איז עס אז עס גייט נישט אראפ פון טיש און עס ברענט.
די בדי"ץ העדה החרדית האט פאר יו"ט געבעטען תולדת אהרן אז זיי זאלן עס אינגאנצען מבטל זיין די שמחת בית השואבה, אבער זיי האבן געטאנעט אז זיי קענען נישט בשום אופן ווייל דאס איז גאר א גרויסע געלט אינקאם פאר זיי, אזויפיל האט די בדי"ץ אויפגעטאן אז היי יאר האבן זיי צום ערשטן מאל געמאכט גהעריגע מחיצות, און אכטונג געגבען אז די פריצות זאל נישט פארקומען.
אבער די אוהל שרה חברה טאנען לא מדובשך ולא מעוקצך מאך נישט קיין מחיצות און מאך נישט קיין שמחת בית השואבה, זיי זאגן אז די פריצות איז נאך אלס שטארק און מען ברויך עס גענצעליך מבטל זיין.
למען האמת איז אז היי יאר איז די פריצות אסאך אסאך בעסער געווען ווי אלע יארן, אבער עס דארף נאך א תיקון גדול אז עס זאל גענצעליך נישט זיין קיין שום פריצות, און ווי די בדי"ץ שרייבט ועוד ידם נטי' אז זיי האפן נעקסטע יאר וועלן זיי מאכן נאך מער תיקונים אז עס זאל נישט זיין קיין שום פריצות וואס איז היי יאר יא געווען.
א צעטיל וואס דרייט זיך ארום.
מאכנע זאגן אז די ארבעטערס פון דער איד, און די וואס פירן איצט מלחמה גדולה מיט תולדת אהרן יצחק ווייס מיט נחום אתיק האבן עס געמאכט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
פון איין זייט פאשקעווילן פול מיט שקרים וכזבים, פארשטייט זיך אן קיין נעמען, (אנטשולדיגט, איין פאשקעוויל איז גע'חתמ'עט דורך אברהם יעקב עפשטיין וואס איז אן עקסטרעמיסט און איז אלע יארן געווען אפגעפרעגט ביי יעדן נארמאלן מענטש)
פון די אנדערע זייט בריוון פון גאב"ד ירושלים, אלע חברי הבד"ץ און אלע רבנים אדמורים און אנשים חשובים פון מאה שערים.
יעצט נאכמיטאג איז ארויס א בריוו אויך פון הרב וואזנער שליט"א.
יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אליינס דעם חילוק.
מען האנדעלט מיט אפאר אומערצויגענע חיות, מענטשן וואס האבן נישט מקבל מרות געווען פון בית דין הגדול שבירושלים און פון קיין שום תורה'דיגן אויטריטעט, נטורי קרתא איז שוין נישט געווען גענוג ווילד און עקסטרעם פאר זיי האבן זיי זיך אפגעטיילט און געעפנט א קרעמל פאר זיך, ווער עס גייט נישט מיט זיי אין שפאן פאלט אריין אין זייער דרוק מאשין און פאשקעווילן נעמען זיך וואקסן ווי שוועמלעך נאך א רעגן.
אפשר אפאר תמימי לב פלאטשיגע קעפ גלייבן נאך היינט פאשקעווילן, אבער א נארמאלער מענטש וואס האט דעם קאפ אויפן פלאץ זעהט גלייך מיט וועם מען האט דא צו טון.
וגם ראיתי את הלחץ אשר מצרים (תולדות אהרן) לוחצים אותם
עטץ האט געשלאגן?!!! האט עטץ
קענסט שרייען אפגעפרעגט???
אן אריינגיין אין די עצם טעמע איז אינטערעסאנט א זייטיגער נאטיץ.
פאריגע וואך זענען די יונגעלעך אין בלאט נאכנישט געווען אינגאנצן אפדעיטעט, האבן זיי אויסגענוצט די געלעגענהייט זיך צאמשטעלן מיט די אפגעפרעגטע משוגעים פון נטורי קרתא אבי צו שמייסן זייערע לאנגיאריגע שונאים די ק"ק תולדות אהרן אין שפיץ פון דעם וועלט'ס מנהיג און עובד כ"ק מרן אדמו"ר מתו"א שליט"א.
די וואך האבן זיי שוין געהערט אז ס'איז א טיפע אינערליכע מחלוקה ווען די סאטמארע קהילה אין שפיץ פון הגה"צ גאב"ד סאטמאר ירושלים שליט"א האט זיך ארויסגעשטעלט קעגן די פריצות און טעראר שטיקלעך האבן זיי אן די מינדעסטע בושה געמאכט א 360 דעגרי טוירן און מיט א בלעכענעם פנים נעמען זיי זיך גאר אן פאר די ק"ק תולדות אהרן קעגן די 'אפגעפרעגטע' סאטמארע קהילה.
דאס איז דער פנים פון די גאנצע סטרא אחרא, א באנדע קינדער וואס ווילן פירן דעם גאנצן דור לויט זייער כיתה ג' שכל.
יא דער איד האט וואס צו צוריק ציען
מען האט זיי אריינגערוקט אן ארטיקל אז אויסגעדרייט די מעשה פארקערט כאילו אז נישט תולדות אהרן האבן געשפריצט גז מדמיע טרערן באמבעס
דער פאקט איז אז די בוליס פון תולדות רבי דוד האבן געשלאגן מיט עלעקטריק שאקערס
און טרערן גז באמבעס
,,
תוקן על ידי majyar718 ב- 31/10/2008 23:38:53
ס'איז באקאנט אין גאנץ ירושלים ווער די ריכטיגע שלעגערס זענען
שטעלט אפ יעדן איד אין ירושלים אין פרעגט זיי ווער זענען שלעגערס די נטורי (מחריבי) קרתא פון אהל שרה אדער די איידעלע אינגעלייט פון די קהילה קדישא תולדות אהרן.
דינסטיג באנאכט די ערשטע נאכט פון שמחת בית השואבה אין מטוואך נאכט די צווייטע נאכט פון שמבה"ש איז ב"ה אריבער רוהיג און ריין ס'איז ממש געווען א קידוש ה' ווי פרויען גייען אויף איין זייט אין מענער אויף די צווייטע זייט, אבער די באוואוסטע שלעגערס וואס האבן נישט קיין שום דעת תורה (קיין רב ופוסק איז נישט גוט פאר זיי) די זעלבע וואס סאטמער רבי זצ"ל בעל ויואל משה האט געזאגט אויף זיי אז זיי זענען מחריבי קרתא אין נישט קיין נטורי קרתא האבן דאס נישט אויסגעהאלטן אין נישט געקענט צוזעהן אז אזויפיל אידן קומען זיך צוזאמען און טאנצן און פרייען זיך מיט א שמחה של מצוה.
אין נאך א זאך האלטן זיי נישט אויס אז ס'איז דא א פלאץ וואס טויזנטער אידן אפילו נישט קיין היימישע טאנצן צוזאמען אין שרייען אויס "בשלטון הכופרים אין אנו מאמינים ובחוקותיהם אין אנו מתחשבים ובדרך התורה נלך באש ובמים ובדרך התורה נלך לקדש שם שמים" וואס לויט זיי טאר דאס קיינער נישט זינגען נאר זיי אין דא קומען זייערע קונקורענצן וואס האבן יא א דעת תורה און זיי ווייסן וואס אמתע קנאות מיינט אזווי זיי האבן דאס מקבל געווען פון זייער רבין זצוק"ל און פון רבותינו הבד"ץ העדה החרדית פון פריערדיגן דור און להבל"ח פון רבותינו הבד"ץ החיים עמנו היום און מאכן אזא קידוש השם.
האבן זיי מחליט געווען דאנערשטיג אז מען דארף דאס צושטערן מיט אלע כוחות, אן פארשטייט זיך אז אלעס איז כשר כדי דאס אפצוהאלטן, און זיי האבן אוועק געשטעלט אינגעלייטלאך מיט בחורים היציגע קעפ אינמיטן מאה שערים אויף די זייט פון די פרויען און מיט זייערער קערפערס און בלויזע הענט צוגעהאלטן די פרויען אריבער צוגיין.
אינגעלייט חשוב'ע עסקנים פון תולדות אהרן וואס זענען דערציטערט געווארן פון די שמוציגע אקציע וואס די אינגע בחורים מיט אינגעלייטלעך האבן געטאן וואס ס'איז שיעור נישט געווארן א תערובות נורא ואיום צוליב דעם האבן זיי פראבירט צו פארטרייבן די שקצים (אזווי שטענדיג ווען סי קומט צו ענינים של קדושה), אבער דא האבן די איידאלע אינגעלייט אריין באקומען אין זייערע אויגן טרערן גז און זיי האבן געזעהן אז מ'האט נישט קיין ברירה האט מען גערופן נאך א פאר אינגעלייט און מיט כח זיי פארטריבן פון דארט אין ב"ה דער פארקער איז צוריק געווארן נארמאל.
מוצ"ש זענען זיי ארויס מיט שילדן (סיינס) און נאכאמאל געוואלט ארויס גיין אין גאס און שטערן די גדרי הצניעות, דא האט זיי שוין אפגעווארט א גרעסערע קבוצה מענטשן נישט פון תולדות אהרן (זכה נעשית מלאכתו ע"י אחרים) און מ'האט זיי צוגענומען די שילדן און זיי פארטריבן.
קיינער איז נישט אריין אין זייער שוהל און קיינער האט נישט גיהאקט קיין אויג דער בחור וואס איז אריבער א אפאראציע האט שוין געהאט באשטימט די אפאראציע נאך א פאר וואכן פאר סוכות.
אי"ה די נעקסטע יאר וועט מען פראווענען די שמחת בית השואבה אין הייליגן בית המקדש אבער אויב חלילה בעוונ"ה וועט משיח נאך נישט זיין וועט מען מאכן די שמחת בית השואבה ביתר שאת וביתר עוז אין מיר וועלן מתפלל זיין צום באשעפער אז די אידן זאלן איינזעהן אין זייער פאלשן וועג און זיי וועלן אויך קענען קומען זיך פרייען מיט די צענדליגער טויזנטער אידן וואס קומען זיך צוזאם פון די גאנצע וועלט.
דער אויבערשטער זאל שוין העלפן מ'זאל שוין זוכה זיין "לישב בסוכת עורו של לויתן" אמן ואמן
ממש סתם אינגעלייט נישט תולדות אהרן?????
הערש מיכל העלער האט געווארפן די טרערן גז באמבעס
יא סאיז באוואוסט אז עטץ זאגט אויף נאכט טאג און פארקערט
מיטן איבערזאגן א שקר ווערט עס נאכנישט אמת
הערש מיכל העלער איז פון די ראשי העסקנים ביי יעדע דבר שבקדושה אין ירושלים, ער האט אויף זיך גענומען די שווערע צענדליגער טויזענטער דאלער מסדר צו זיין די גדרי הצניעות חול המועד, ווען די בריונים פון אהל שרה האבן זיך אריינגעריקט ביי די פרויען, מקיים געווען דעם "עושה מעשי זמרי" און צושטערט דעם הערליכן סדר הצניעות און געוואלט אנדרייען א תערובות אויף מאה שערים כדי זיי זאלן האבן דערנאך אויף וואס צו שרייען, האט הערש מיכל העלער געהאלפן זיי פארטרייבן פון דארט כדי צוריקצושטעלן דעם סדר הצניעות ווי די רבנים האבן געהייסן.
עס איז טאקע זייער ווייטאגליך פאר די אלע וואס האבן זיך שוין געפרייט אז עס איז דא שטאף קעגן תולדות אהרן, עס זענען נעבעך ארויסגעקומען בריוו פון אלע גדולי התורה והחסידות פונעם היימישן קרייז אין ירושלים זיך אנצונעמען פאר תולדות אהרן, עס פאלט נעבעך אוועק זייער שמוץ קאמפיין וואס זיי פירן שוין די לעצטע פאר חדשים, האט מען גענומען א נייעם נוסח, מען האט געשלאגן, מען האט געשפריצט געז וכו' וכו'. אן עצה טובה פאר די פאר ליידיג גייער וואס מען האט אפשר אוועקגעשטיפט פון די פרויען שלא לפי כבודם, גייט נישט צושטערן קיין גדרי צניעות, שטעלט אייך נישט פראטעסטירן קעגן א מעכטיגע קהילה אפאר טריט אוועק פון זייער ביהמ"ד, און קומט נישט וויינען נאכדעם אז איר האט געכאפט קלעפ...
יענקי מיט למען
דא האט איר די בילדער און וועט קענען ווייטער לייקענען
דא איז בילדער פון די שלעגערס פון תולדות אהרן
[בילד – נישט אפגעהיט]
תולדות אהרן מאכט דעם פוגרום אין אוהל שרה
[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס איז אין אהל שרה
[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס איז א בילד פון דעם רוצח צבי מיכל הלר'ס זון מיט די עלקטרישע שוקרס ביי דעם פאגראם אין ביהמ"ד אהל שרה
[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס איז איז א בילד פון איינעם פון די בחורים פון אהל שרה מיט די פלעקן פון די טרערען - פעפער - גז וואס די בריונים פון תולדות אהרן האבן געשפריצט
[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס איז א בילד פון איינעם פון די בחורים פון אהל שרה צובלוטיגט דורך די בריונים רוצחים פון תולדות אהרן בשליחות רבי דוד
[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס איז א בילד פון די שלעגערס בריונים פון תולדות אהרן אין די סוכה פון אהל שרה
[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס איז א בילד פון דעם שמוציגן שח"פ איינער פון די מפקדים פון תולדות אהרן אויפן פוגרום אין ביהמ"ד אהל שרה
[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס איז א בילד פון דעם בחור וואס די רוצחים פון תולדות אהרן האבן אים מזיק געעווען די אויג וואס האט געדארפט דורכגיין א אפערציע פון 2 שעה כדי צו ראטעוון די אויג וואס האט אפגעקאסט 10.000 $
[בילד – נישט אפגעהיט]
נאך א בילד פון די רוצחים פון תולדות אהרן אין די גאס פארנט פון אהל שרה
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא איז א בילד פון דעם רוצח שפל ישראל אהרן קלצקי וואס האט געארבעט צוזאמען מיט די רוצחים פון תולדות אהרן
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא איז נאך א בילד פון דעם רוצח שפל קלצקי וואס נאכ'ן פוגרום האט ער געקראגן כיבוד אין תו"א וואס מען האט געטאנצט צוזאמען מיט אים ורקדו על הדם
[בילד – נישט אפגעהיט]
דא איז נאך א בילד פון די רוצחים פון תולדות אהרן מיט א פארמאכטן פויסט צו הרגינען די ערליכע יידן
[בילד – נישט אפגעהיט]
דאס איז א צעטל וואס עס איז געווען אויסגעקלעפט אין די גאסן פון ירושלם פאר סוכות
[בילד – נישט אפגעהיט]
הערליכע בילדער
נאר איין פראבלעם, מען זעהט גארנישט דערויף, חוץ איין בחור וואס האט זיך נעבעך אנגעגאסן מיט אראנדש דשאוס און א צווייטער וואס האט זיך צוקראצט די נאז מיט די ברילן זעהט מען נאר שיינע בילדער פונעם ציבור בשעת די מהומה.
מען קען פונקט אזוי שרייבן דעם קעפל פון די פיקטשערס, די בריונים פון אהל שרה בשעת'ן צושטערן די גדרי הצניעות.
דער קומפוט וויל אונז דא פארקויפן פארדארבענע קומפוט.
ער מיינט אז מיר זענען אזעלכע תעמעלעך ווי די סאברעס וואס מעןק ען פארקויפן לאקשען תורות.
יעדער ווייסט דא וואס דארט איז פארגעקומען, דער בית דין צדק און אלע זקני ירושלים זענען ארויסגעקומען לטובת תולדות אהרן. דער שמוץ קאמפיין שטאמט פון די אהל שרה'ניקעס וואס פארן קיין איראן זיך קושן און האלזען מיטן איראנער פרעזידענט, און האבן צוגעכאפט צו זיך נאך אפאר ליידיגייער וואס זוכן צו שטופן דעם טאג אין ירושלים.
וואס זאגט בן ציון שווארץ צי די תולדות אהרן רייאיטן , ער איס דאך אויך געווען ביים איראנער פרעזידענט אין די יו.ען.