היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » די מצב פון באבאווער רבי

די מצב פון באבאווער רבי

132 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #849831
בלאט: 1 2 3

48street » 28/3/2004 08:46

היינט און באבוב האבן געדווענט א פאר גרויסע שוויצרס פון ארום די וועלט זיי זענען מאיר פרוש חבר הכנסת וואס איז דא און אמעריקא צוליב א שמחה אויך האט געדאווענט נחמן בראך פון סאטמאר וואס האט זיך יעצט משדך מיט א באבובער אויך איז געווען משה שמואל זופניק פון סאטמאר וואס ער איז א שוואגער מיט נחמן בראך און אברהם אייזן פון תולדות אברהם יצחק וואס האט אויך חתונה געמאכט מיט א באבובער

תוקן על ידי - 48street - 28/03/2004 8:47:06
[בילד – נישט אפגעהיט]

48street » 28/3/2004 23:31

כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א
נפתלי צבי בן בלומא רחל לרפו"ש
[בילד – נישט אפגעהיט]

דישיגוטער » 29/3/2004 01:00

ובזכות מצות תמונות אלו יעלו ארוכה ומרפא לאבינו רועינו

allnewspic » 29/3/2004 08:03

מארגן (מאנטיג) מיטאג צייט קומען זיך צוזאם אלע תשב"ר פון גאנץ בארא פארק בעלזא, ווישניץ, סאטמאר, קלויזנבורג, די חיידער, קראסנע, מונקאטש, און וכו' אין באבוב'ר ביהמ"ד 15/48מתפלל זיין לרפואת כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.

48street » 29/3/2004 22:02

פאר א האלבער שעה צוריק האט מען גענדיגט די עצרת התעוררת און גרויסען באבובער ביהמ"ד ווי טויזענטער תינוקות של בית רבן פון די גאנצע וועלט זענען זיך צוזאמען געקומען און די הויפט קוואטיר איז געוועהן און די באבובער בית המדרש- אהנגעהויבען האט זיך דער מצב פונקטלעך האלב נאך איינס ווען הרה"ח מוה"ר משה קליין שליט"א איז צוגעגאנגען צום רם קול און מעורר געוועהן אז מען זאל מעורר רחמים זיין פאר די צדיק הדור כ"ק מרן אדומו"ר הגה"ק עט"ר שליט"א מרן נפתלי צבי בן בלומא רחל
ר' שמואל שמחה לאנדא נ"י האט פארגעזאגט קאפיטאל ו' פסוק ביי פסוק (כמובא ברד"ק שזה סגולה נפלאה לרפואה) און נאכדעם האט מען געזאגט די 15 שיה המעלות און פאר ק' ק"ל האט דער בורשטינער רבי געזאגט דברי כיבושין פאר 10 מינוט אז דער קאפ פון כלל ישראל איז צוגעגליכען צו די ארון הקודש ווי די גמ' זאגט און מען האט עס ארויסגעטראגען און די גאס מיט שק ואפר דאס מיינט מען זאגט די גמ' דארט אז מען איז געגאנגען פון איין בית מדרש צום צווייטען וכו' דערנאך האט מען געזאגט ק' ק"ל פסוק בפסוק, פסוקי דרחמי,און די יהי רצון פתיחה האט געהאט ר' משה קליין די יללות האבען בוקע געוועהן די רקיעים און עולה געוועהן עד לב השמים.
מען האט געטיילט א DIME פאר יעדען קינד צו געבען פאר ר' מאיר בעל הנס לרפואה.
משתתפים באבוב,בעלזא,פאפא,סאטמאר,מונקאטש,וויזניץ, וויען,חדר, סטאלין,קראסנא,יגדיל תורה,תורה תמימה,סקווירא,קלויזענבורג,תפארת אלימלך,מאשלוי,באיאן,

תוקן על ידי - 48street - 29/03/2004 22:55:30

48street » 29/3/2004 22:11

כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לרפו"ש
מרן נפתלי צבי בן בלומא רחל
[בילד – נישט אפגעהיט]

48street » 29/3/2004 22:57

די גרויסער באבובער שול
[בילד – נישט אפגעהיט]

48street » 30/3/2004 07:31

די באבובער דיין האט ביי זיין הלכות פסח דרשה היינט מעורר געווען וועגן רעדן ביים דאווענן און ביים ליינען ווי חמור דאס איז און ער האט געמאכט א וועד מורא מקדש וואס זיי גייען ארום און בית מדרש אננעמן חתימות ביים עולם אז זיי זענען אויף זיך מקבל נישט צי רעדן ביים דאווענן און ביים ליינען אפילו בין גברא לגברא און דאס איז אויך לרפואת כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א מרן נפתלי צבי בן בלומא רחל

דישיגוטער » 31/3/2004 06:09

באראפארקער » 31/3/2004 06:31

וואס האבען זיך די באבובע אזוי פארלייגט אויף דעם בין גברא לגברא?

דער פשט איז אזוי!!

בין גברא לגברא, איז די רמז צווישען איין רבי און די אנדערע, זאל מען נישט רעדען, שטיל זיין, נישט רעדען וועגען דעם, זיך מאכען כאילו דער רבי גייט לעבען נאך צוואנציג יאר!!!

דישיגוטער » 31/3/2004 07:29

DE BORO PARKER

אהבה_ואחוה » 31/3/2004 16:15

למעשה וואס שמעסט מען? ווי אזוי איז דער מצב פון רב?

AnyOne » 31/3/2004 16:44

I heard form my brother's bus driver that the hospital want's to send home the Bobover Rebbe because there is nothing more they can do for him in the hospital.
If that is true then it bad news.

באראפארקער » 31/3/2004 17:07

די מצב איז גאנץ ביטער.

לויט ווי הצלות און קנאקערס געבען איבער, הייבען די דאקטוירים גי הענט, און זיי ווילען נישט אויספסק'נן אז ער איז ברעין דעד, אבער זיי זענען מרמז אז זיי קענען גארנישט טוהען ער זאל אויפשטיין.

ער גייט אהיים כדי נישט צו כאפען קיין אינפעקשאן'ס אין שפיטאל.

דישיגוטער » 31/3/2004 17:24

דישיגוטער » 31/3/2004 20:35

48street » 1/4/2004 00:08

עס האט גהייסן היינט אינדערפרי אז מען גייט מאכן א feeding tube פאר כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און 8:00 עס האבן אפילו געהאנגן צעטליך אז מען גייט דעמאלץ זיך צוזאמען קומען און זאגען תהילים אבער למעשה איז די פיבער ארויף זייער הויך ממילא האט מען נישט געמאכט די פעולה היינט

48street » 2/4/2004 07:24

היינט נאכמיטאג האט מען אריין געלייגט א feeding tube און כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א די פראצידוער איז ב"ה אדורך בשלום

48street » 8/4/2004 05:52

עס איז היינט אנגעקומען א בשורה טובה פון בית רבינו אז כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליו"א איז געווען אראפ פון די רעספירעטער פאר 24 שעה און מען גרייט זיך אי"ה בקרוב אהיים ציקומען ברוב פאר והדר

jewboy » 15/4/2004 22:01

פרייטאג כ"ה ניסן י' למטמונים ה' תשס"ד.

א חשוב'ע קבוצה פון באבובער חסידים תלמידי חכמים זענען געפארן קיין צאנז אויף די יומא דהילולא פרייטאג כ"ה ניסן מתפלל צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש פונעם הייליגן צאנזער זייד'ן זי"ע, אויף די רפואה שלימה במהרה פון זיין אייניקל כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א.

דישיגוטער » 15/4/2004 23:12

די צאנזער רב וועט זיי ענפערן
חברה ווי זענט עטס געווען אלע יאהרן ווען מיין אייניקל איז אויסגעגאנגען מיט אלע חובות כדי אז ענקערע קינדער זאלען האבן מוסדות

וואס זענט עטס געווען אזוי סעלפיש פוילע יונגען גייטס ענק פון דאנעט

48street » 16/4/2004 03:11

בראש פון די באבובער חבורה וואס איז געפארען קיין צאנז איז הגה"צ ר' חיים שלום האלברשטאם שליט"א בן הגה"צ רב הצעיר שליט"א איינצירייסין וועלטן ביים צאנזער זיידע פאר די רפואה פון זיין גרויסע פעטער מרן נפתלי צבי בן בלומא רחל

דישיגוטער » 16/4/2004 03:42

הגה"צ אהאהאהאהא

וואס שרייבסטו אויף אים די זעלבע טיטול ווי זיין טאטע

הרה"צ

אהאהאהאהא

פרעסעריי » 16/4/2004 09:22

דישיגוטער
יפה אמרת
דער באבובער רבי זאגט זיי אלע מיט זייערע תפלות
"לא מעוקצך ולא מדובשך"
נישט ענקערע תפלות האב איך געדארפט נאר ענקער הארץ און געפיל מיך צו העלפין מיט געלד און עסקנות צו בויען די מוסדות פון מיין טאטען.
ווען איך האב ענק געדארפט ווי זענט עטס געווען? (אלע עסקנים און גבירים וחסידים), יעצט ווען עטס דארפטס מיר ווי בין איך?
עס איז ליידער just too bad
השי"ת וועט אוודאי פארגרינגערן זיין שווערן מצב אהן זייערע פאלשע תפלות

48street » 20/4/2004 22:32

וויבאלד עס איז ער"ח אייר א'ני יי' רופיך וועט מען היינט פארנאכטס זיך ציזאם קומען 7:15 און ביה"ד הגדול ד'באבוב און מען וועט זאגן תהילים לרפואת כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א

Baachi » 21/4/2004 01:10

דישוגוטער

איך האב הנאה דו האסט געפאוסט די פסוקי פאר'ן רבינס נאמען אבער זעהט אויס אז די לעבסט נישטצו גוט מיט די ראשי הקהלה.

איך בין היינט געגאנגען ספעציעל דאווענען אין באבאוו. לכבוד ער"ח. אין נאכ'ן דאווענען האב איך ארויס גענומען מיין לעפטאפ אין איך בין צוגעגאנגען צום פאבליק טעלעפון, ארויס דעפלאגט דעם הענטל כדי איינצופלאגען מיין מאדעם, נאכדעהם ארויף צו לאגען אויף היידפארק מסורת און קענען זאגען די תמניא אפי פסוקים לרפואתו השלימה של כ"ק אדמו"ר שליט"א.

האסט געזאלט זעהן וואס דארט האט זיך אגעטוהן. די בחורים און אלטע יחד כולם הודו מ'האט געמאכט אזא טראסק, סאיז געגאנגען ממש הענט. ולא נתקררה דעתם עד שקראו לאפ' ב"ש בכבודו ובעצמו.

וויפיל איך האב מיט איהם איינגעטענהט אז סאיז לדפואתו השלימה של רבינו שליט"א, ס'האט גארנישט געהאלפן, ביז איך האב געזעהן אז די הצלה חברה גרייטן מיך צו בינדן און אוועק פירן ערגעץ האב שנעל פארמאכט דעם לעפטאפ אין ארויס מיט גאנצע אברים.

איך האב אפילו נישט געהעריג צוזאמען געלייגט מיין טלית.

ביטע פארשטענדיגן זיך מיט די ראשי הקהלה כדי צו פארמיידן אומאנגענעמליכקייטן בעתיד.

איך וועל זיין צוריק אי"ה מארגן ביטע ערלעדיגען די זאך.

איך דאוון אין חדר שלאף נעבן די טיהר. אויף מיין טלית ביייטל שטייט

THIS WAY UP

Baachi » 22/4/2004 20:45

דישוגוטער

איך בין היינט נאכמאהל געווען דארט

איך בין געשטאנען קארנער פון חדר שלאף ב' און חדר אבסטפעלד ג' ( איך רוף דאס חדר שלאפטספעלד)

איך הא ארויס גענומען מיין לעפטאפ און די בחורים זענען מיך ווייטער באפאלען. ווען איך האב געזאגט בפירוש אז איך קום בציווי מהרב דישוגוטער האט זיך געמאכט א טאראראם, איך האב געכאפט מיין אלטן לעפטאפ און צוזאמען ארויס געלאפען צו די אלטע שוהל אונטערן גרויסען "ח"י ראטל" טאוול.

איך בין ארויס דורך'ן שער אלימלך לאנדוי וזוגתו חיה ביילא שתחי', אונטער געלאפען אונטער דעם עירוב הקטן, אריבער די גאס, וכל העם ברגלי.

רעכטס איז דעם אלטן רב הויז וואס סדא איין הקפדה נישט דורך צו גיין,

לינקס צו זעכטצען מוז איך דורך גיין דעם בנין הרב אריה לייבוש ממעקסיקא שליט"א און נאך דעם מכון יוחסין בנשיאות הגה"צ מגדיבוב שליט"א

ביך איך בעסער אריין געלאפן אין א דרייווועי צו א בעקיארד.

צו מיין מזל שטייען דארט צווי אלטע בארנבוימער, אין סאיז געווען א מנין באבאווער בחרים וואס האבן געזונגען ברכת אילנות מיטן רב'ס ניגון פון ברכת החמה.

זיי האבן מיך געקעטשט און צוגענומען דעם לעפטאפ. איך מיין ס'איז יעצט ביים דיין.

איך האב זיי מתרה געווהן אז איך וועל מער נישט זאגן קיין תהלים. זיי האבן זיך אויסגעלאכט.
זעהט אויס דאס איס דעם רב הצעיר'ס חברה.

מער קיין תהלים זאג איך נישט!

דישוגוטער איז שולדיג!

כורמיזא » 22/4/2004 21:49

באטשי

Baachi » 22/4/2004 22:18

כורמיזא

shkoyech

כורמיזא » 23/4/2004 10:43

אז איך טאנץ מיט פאקלען קומט מיר נאכנישט קיין שטויס

באראפארקער » 15/6/2004 08:15

ב"ה
חסדי ד' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו

די מצב פין באבווער רבי האט זיך שטארק פארבעסערט אין די לעצטע וואך?

ער איז שוין געווען סנדק ביי דריי ברית'ן.

דאס האב איך געהערט פין אפאר באבובער חסידים.

די מצב האלט זיך אין איין פארבעסערען, געבען איבער די שטוב מענטשען, מען האפט אז באלט ווען מען אים שוין קענען געבען סידור קדושין.

און נאכדעם האפט מען אז ער וועט קענען ליינען תנאים'ס.

און נאכדעם האפט מען אז ער וועט קענען באווייזען מופתים.

מי יתן "מציון" ישועת אחיו.

מקוה_איד » 16/6/2004 17:37

די מצב ווערט בעסער און בעסער!!! ב"ה. באלד וועט ער שוין קענען זיך פארמעסטן אין א באקסינג פייט מיט מייק טייסן.
בלאט: 1 2 3