היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » די מצב פון באבאווער רבי

די מצב פון באבאווער רבי

132 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #849831
בלאט: 1 2 3

allnewspic » 19/3/2004 20:58

יא
[בילד – נישט אפגעהיט]

48street » 19/3/2004 21:42

לכבוד שבת כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א בבגדי שבת
[בילד – נישט אפגעהיט]

דישיגוטער » 19/3/2004 23:50

"איים סארי" פאר די פארשפעטיקונג

יאָר WEL קאָם

דישיגוטער » 19/3/2004 23:54

די רבי אנקומענדיג קיין ניו זשירזי צום ציום הק'

תוקן על ידי - דישיגוטער - 19/03/2004 23:55:04
[בילד – נישט אפגעהיט]

דישיגוטער » 20/3/2004 00:12

רבינו זצ"ל תש"ו חוהמ פסח
[בילד – נישט אפגעהיט]

דישיגוטער » 20/3/2004 00:13

רבינו זצ"ל בבגדי שבת
[בילד – נישט אפגעהיט]

דישיגוטער » 20/3/2004 00:19

רבינו לעצטן שלש סעודות ביים בענטשן

תוקן על ידי - דישיגוטער - 20/03/2004 0:19:43
[בילד – נישט אפגעהיט]

דישיגוטער » 20/3/2004 00:22

רבינו זצ"ל ביי שלש סעודות
[בילד – נישט אפגעהיט]

דישיגוטער » 20/3/2004 00:33

דברי תורה פון רבינו שליט"א
מורי ורבותי איך בין א שליח טאטן זאל לעבן איך זאל מיך משתתף זיין ביי די סעודת הילולא לכבוד די יארצייט פון זיידן ז"ל הי"ד לעצטע וואך דאנערשטאג ביינאכט האט די טאטע זאל לעבן מיך אריינגערופן און מיך געהייסן אהער קומען ס'איז ביי מיר געווען אזא איבערראשונג ס'מיר געקומען אזוי אומערווארטעט מ'האט פון מיר פארלאנגט איך זאל אהער קומען דא, איך האב אינדערהיים א גרויסן עול און אוועקצופארן אזוי פון איין טאג אויפ'ן צווייטן איז כמעט מן הנמנע בכלל איז היינט ביי אונז זייער א שווערע צייט מסתם האט עטס געהערט אינגעלייט מוטשען זיך זייער און דאס פילט זך זייער אין די הנהגה פון די מוסדות כ'האב מיך אנגעהויבן צו בעטן אז ס'איז נישט קיין מציאות זאגט מיר די טאטע זאל לעבן איך וואלט געווען בכח וואלט איך געהאט די יכולת וואלט איך געפאהרן איך קען נישט פאהרן וויל איך אז די זאלסט פאהרן און פארשטייט זיך אז נאך אזעלעכע ווערטער זעהט עטס דאך אז איך בין דא.

כ'האב געזעהן אין מדרש רבה אויפן פסוק אין די וואכענדיגע סדרה ד' אלקיכם הרבה אתכם והנכם היום ככוכבי השמים לרוב דער פסוק ווערט געדרשנט אין מדרש אויף כמה וכמה אופנים איין אופן איז דא אמר ר' אבא עדיף להיות במחיצתן של צדיקים יותר ממלאכי השרת בפשטות פארשטייט מען די מדרש אז צדיקים זענען אין א גרעסערע מדריגה ווי מלאכים אבער וואו איז דער המשך צודעם פון דעם פסוק וואס ר' אבא זאגט עס אויפן פסוק ד' אלקיכם הרבה אתכם והנכם היום ככוכבי השמים לרוב, נאר אפשר קען מען זאגן אזא הסבר די וועלט פרעגט ס'איז דא א סתירה פון צוויי מאמרי חז"ל איין מאהל זאגן חז"ל קשה מיתתן של צדיקים כשריפת בית אלקינו און אין מדרש איכה שטייט קשה מיתתן של צדיקים יותר משריפת בית אלקינו שנאמר ואבדה חכמת חכמיו ובינת נבוניו אפשר קען מען זאגן די רמב"ם פסקנט אין הלכות בית הבחירה אפילו ער פסקנט טאקע אז קדושה ראשונה קידשה לשעתה ולא קידשה לעתיד לבוא אעפ"כ דער מקום המקדש איז געבליבן בקדושתו אפילו נאכן חורבן קען זיין זטייט נאך אפילו שכינה לא זזה משם איז פארוואס טאקע שכינה לא זזה משם נאר חז"ל זאגן כל הלומד תורת עולה כאילו הקריב עולה קומט אויס אז אפילו די ביהמ"ק איז בעונותינו הרבים חרוב געווארן אבער די אלע דיני המקדש האבן ווייטער א המשך ס'קען קומען א איד און לערנען תורת עולה און ס'איז כאילו ער איז אין ביהמ"ק און איז מקריב תורת עולה.

אונז זאג מיר אין נוסח פון די סליחות זאגט מען ואין לנו שיור רק התורה הזאת קען זיין אז די כוונה איז דא צוזאגן אז אפילו דעמאלטס ווען ס'איז נישט דא קיין ביהמ"ק אבער ואין לנו שיור רק התורה הזאת אז מ'קען לערנען די הלכות וואס דעמאלס איז עס גערעכנט כאילו הקריב עולה, ממילא איז פארדאס איז נישט בטל געווארן די קדושת המקדש אפילו נאכן חורבן הבית ווייל דער ענין וואס איז געווען די פעולה פון ביהמ"ק וואס א איד וואס האט געהאט א חטא און ער איז געקומען און האט מקריב געווען א קרבן און ס'איז נתכפר געווארן אידן האבן געזעהן ווי די כהנים האבן געדינט דעם אייבירשטען זענען זיי נתעורר געווארן צו דינען השי"ת מ'איז דורך די ביהמ"ק נתקרב געווארן צום באשעפער און דאס איז אלעס ווייטער געבליבן די תוה"ק גיבט אונז די זעלבע אופנים וואס די ביהמ"ק האט אונז געגעבן קומט אויס איז ווייטער דא דער ענין פארדאס איז דער קדושה נישט בטל געווארן און אפשר קען מען זאגן אז ס'איז נפטר געווארן א צדיק און ער האט נישט איבער געלאזט נאך זיך קיין תלמידים קיין ממשיכים וואס לערנען זיין תורה וואס דינען דעם אויבירשטיין לפי ההדרכה וואס ער האט זיי מדריך געווען וואס דעמאלס איז עס שקולה יותר משריפת בית אלקינו ווייל ביים ביהמ"ק איז דאך יא איבער געבליבן די קדושה און ממילא איז עס ערגער שנאמר ואבדה חכמת חכמיו פון דער מענטש וואס האט געדינט דעם אויבירשטן אבער דער צדיק וואס האט איבער געלאזט נאך זיך א תורה שלימה און א הדרכה און ס'איז ווייטער דא אידן וואס דינען דעם אויבירשטען און ווערן מקורב צום השי"ת דורכ'ן כח פון די השפעה וואס ער האט איבערגעלאזט איז עס דעם זעלבן צוגלייך צום ביהמ"ק וואס בעו"ה איז עס טאקע חרוב געווארן אבער די פעולה ווערט ווייטער געטוהן דער צדיק איז טאקע אוועק גענומען געווארן אבער די פעולה וואס ער האט געטוהן בחייו דארף ווייטער צו האבן דעם המשך איז עס כשריפת בית אלקינו.

ס'איז איבער הונדערט יאר וואס דער עלטער זיידע ז"ל האט מייסד געווען די ערשטע ישיבה אין גאליציע אבער דער אמת איז אז נישט בלויז א ישיבה האט ער דארט מייסד געווען דארט האט זיך אנגעהויבן א נייע דרך ווי אזוי אויפצושטעלן חיילים למקום וויאזוי מדריך צו זיין אידישע קינדער אויפצושטעלן אינגעלייט לשם ולתפארת נאך די פטירה פון עלטער זיידען האט די זיידע ז"ל די בעל ההילולא נישט נאר ממשיך געווען די עבודה פון עלטער זיידען נאר נאך אסאך מער מפיץ געווען און אריינגעלייגט זיין גאנצן כח זיין גאנצן מהות זיין גאנצן וועזן אין מחנך זיין אידישע בחורים ער איז א מנהיג ישראל ער האט אוועק געגעבן אסאך צייט פאר די הנהגה פון כלל ישראל ער איז געווען א פועל ישועות און ער האט אוועק געגעבן אסאך צייט פאר אידן מיט פארביטערטע הערצער וואס האבן געדארפט א ישועה אבער דער גרעסטער כח פון די גרעסטע צייט און דאס מערסטע צייט האט ער אוועק געגעבן פאר אידישע אינגלעך און פאר בחורים'לעך און מ'האמער געזעהן די פירות וואס זענען דארט ארויס געוואקסן מ'דארף דאך נישט צו זאגן אז גאליציע איז געווען א מקור תורה ס'איז געווען נאך אסאך ישיבות ווי מ'איז געזעצן און געלערנט ס'איז געווען נאך מקומות ווי עס זענען געוואקסען חסידישע בחורים אבער דאכט זיך מיר אז דעם אופן די מזיגה נפלאה ווי מ'קען דאס אנרופן מ'איז ארויס געקומען א בחור א למדן א ירא שמים א בר דעת און נישט געבלאזן פון זיך בעל מדות ובעל דרך ארץ מיט א איידעלן אידישן חן אמת'דיגע יראי השם האט מען בלויז אין באבוב בבחי' יכירון כי הם זרע ברך ה' ווער ס'האט געזעהן די באבובער בחורים האט נישט געדארפט צו פרעגן ווער זיי זענען מ'האט זיי דערקענט זייער לערנען זייער דאווענען זייערע התנהגות בעונותינו הרבים איז אנגעקומען ביטערע טעג ימי צער ווען ס'איז אומגעקומען די זיידע ז"ל מיט רוב רובם פון די תלמידים וחסידים דער מצב פון שנת תש"ה האט אויסעגעזהן אזוי וויסט מ'האט נישט געגלייבט אז מ'וועט נאך האבן א קיום אויף די וועלט.


כ'האב געזעהן די ילקוט אליעזר זאגט אז ווען דוד המלך האט מקונן געווען אויף שאול המלך האט ער געזאגט דריי מאהל האט ער געזאגט איך נפלו גיברוים און יעדעס מאהל מיט א שטיקל שינוי דאס ערשטע מאהל שטייט איך נפלו גיבורים די צווייטע מאהל שטייט איך נפלו גיבורים בתוך המלחמה און דאס דריטע מאהל שטייט איך נפלו גיבורים ויאבדו כלי מלחמה זאגט דער ילקוט אליעזר פארוואס דוד המלך האט אלעמאהל משנה געווען ברענגט ער די משל אז א שר צבא ווערט נפטר אויב ס'איז א זמן פון שלום ווען דאס פאלק איז נישט אין קיין מלחמה אוודאי איז עס א גרויסע פארלוסט אז א אלטע גענעראל מיט אסאך ערפארונג איז נפטר געווארן אבער סוף כל סוף אזוי ס'איז ימי שלום און מען שטייט נישט בקשרי המלחמה איז נאכדעם וואקסט דאך אונטער אן אנדערע גענעראל און מיט דערצייט ווערט ער אויך א גוטע גענעראל און מ'פילט נישט אזוי דעם פארלוסט אמאהל זאגט ער איז דא א גענעראל וואס פאלט אין דער מלחמה און דעמאלס ווען דער ארמיי דארף צו האבן דעם גענעראל ער זאל מדריך זיין די אלע תכסיסי המלחמה און אויפפאסן אויף יעדן ענין וואס צוטוהן און דעמאלס פאלט די גענעראל דעמאלס איז אסאך א גרעסערע פארלוסט די ארמיי ווערט איגאנצן פארלאזיערט מ'קען נישט אנגיין מיט די המשך פון די מלחמה און אעפ"כ קומען אריין די סגנים זיי נעמן איבער זיי זעהן דארט די מאפעס וואס ער האט אנגעצייכנט און די הדרכות, אמאהל איז דא וואס ס'פאלט א גענעראל און אלעס ווערט חרוב ונחרב דעמאלס בלייבט די ארמעי כצאן בלא רועה און מ'דארף רחמי שמים דאס האט דוד המלך מקונן געווען אויף שאול המלך דאס ערשטע מאהל האט ער געזאגט איך נפלו גבורים וואס דאס פאר זיך אליין איז א גרויסע אומגליק שפעטער האט ער מוסיף געווען איך נפלו גיבורים בתוך המלחמה שפעטער האט ער געזאגט איך נפלו גבורים ויאבדו כלי מלחמה אונז האבן מיר איבערגעלעבט אין אונזער צייט ווען ס'איז געווען נפלו גיבורים ויאבדו כלי מלחמה ס'איז נישט געווען קיין זמן ווען א צדיק ווערט נפטר כדרך העולם ס'איז געווען דער ערגסטער זמן ווען אידן האבן געדארפט צו האבן א מנהיג ימי צער וצרה פאר'ן כלל ישראל און דעמאלס איז דער זיידע ז"ל אומגעקומען און ס'איז מיט אומגעקומען אלע מענדל'י ראטענבערג יחזקאלי ראטענבערג און עזריאל מאנדלבוים און כהנה וכהנה.

בחסדי השי"ת האט נאך דער מלחמה דער טאטע זאל לעבן האט געפילט א גרויסן אחריות אן אחריות כלפי דעם עבר אן אחריות פון זיידן ז"ל און צו די אלע תלמידים וידידים וואס זענען אומגעקומען אויף קידוש השם און אנגעהויבן פארפלאנצן די זעלבע פירות אויפ'ן זעלבן בוים און ברוב הימים האבן אנגעהויבן נאכצוואקסן און בעזרת השי"ת זעהן מיר היינט אז ס'איז ווידער דער בוים וואס ס'האט אלע יאהרן ביז דער מלחמה ארויס געגעבן אזעלעכע שיינע פירות גיבט היינט ארויס ווייטער די זעלבע פירות בערך מיטן זעלבן טעם מיטן זעלבן אויסקוק אויף וויפיהל ס'איז שייך היינט דאס איז אונזער עבודה דארט און דאס איז ענקער עבודה דאהי ארץ ישראל איז היינט א גרויסע מקום פון תורה אלע חסידישע כיתות האבן היינט א מקום אין ארץ ישראל בכלל אלע נוסחאות וואס זענען געווען ביי אידן זענען היינט ווידער אין ארץ ישראל דא און זענען ווייטער מרביץ תורה יעדער לפי דרכו ליגט ממילא ואיף ענק א חוב אז די ארבעט וואס די זיידע ז"ל האט געטוהן מיט דעם באבאווער אייגנארטיקייט אדער איך וואלט מיך אויסגעדריקט מיט דעם באבווער אנדערשקייט וואס מ'האט דאס דערקענט אויף כל פסיעה ופסיעה דארף ווייטער צו האבן א מקום דא אין א"י וואו רוב רובן של כלל ישראל זענען היינט דאהי.

ס'איז ידוע אז א מלאך איז א בחינה פון א עומד ער ווערט באשאפן צוטוהן א שליחות ער קען טאקע נישט מקלקל זיין ער קען אבער נישט בעסער ווערן ער טוט זיין שליחות אויף וואס ער איז געשאפן געווארן א צדיק איז א בחינה פון א הולך ער איז יעדן טאג מוסיף אין עבדות השם און נישט נאר בחיים חיותו נאר אפילו לאחר פטירתו אויב ער האט איבער געלאזט א דרך אין עבדות השם אויב ער האט איבער געלאזט אידישע קינדער וואס דינען ווייטער דעם אייבירשטען מכח די השפעה מכח די זריעה וואס ער האט זורע וואס דורך זייערע מעשים טובים איז ער בעולם העליון א הולך ממדריגה למדריגה מ'זאגט אז צדיקים אין להם מנוחה לא בעולם הזה ולא בעולם הבא ס'איז שפתותיהם דובבות.

ס'איז דא א פסוק ווייטער (מהפסוק ד' אלקיכם הרבה אתכם) שמך ד' אלקיך ככוכבי השמים זאגט דער ספרי פארוואס איז מען מדמה די אידן צו כוכבי השמים לכאורה די זוהן ער לייכטערט אסאך מער ער ווארעמט אסאך מער זאגט דער ספרי אז פארדאס איז מען מדמה אידישע קינדער צו כוכבים אזוי ווי כוכבים אלע לייכטען אבער יעדער גלאנצט מיט אן אנדערע סארט לעכטיקייט ס'איז דא אין די ליכטיגקייט יעדער אן אנדערע מין בליץ אזוי אויך ביי צדיקים טייל זענען בעלי תורה טייל זענען בעלי מצות בעלי גמילות חסדים אלע אידישע קינדער טוהן די עבודת הבורא און יעדער גלאנצט מיט זיין עבדות השם אין א געוויסע מצוה אויף א געוויסן דרך צו וואס ער איז מער נוטה.

קען זיין דאס איז דער טעם וואס ר' אבא זאגט אויפ'ן פסוק ד' אלקיכם הרבה אתכם והנכם היום ככוכבי השמים און דא אין פרשת דברים איז מען אויך מדמה אידישע קינדער צו כוכבי השמים איז אז מען מדמה אידישע קינדער צו כוכבי השמים אמר ר' אבא עתיד מחיצתן של צדיקים להיות לפנים ממחיצתן של מלאכי השרת אז די צדיקים וואס אונז ווייסן מיר אז יעדער איינער האט געדינט דעם אויבירשטען מיט זיין אייגענעם וועג אזוי ווי די כוכבי השמים וואס יעדער איינער לייכט יעדער גלאנצט מיט אן אנדערן גלאנץ אזוי צדיקים האבן יעדער איינער ואיף זיין אייגענער הדרכה געדינט דעם אייבירטשען און אז זייערע תלמידים טוהן ווייטער די זעלבע הדרכה מיט דעם זעלבן גלאנץ די היינטיגע קערנדליך לייכטען טאקע קליין ווייניג אבער זיי האבן דעם זעלבן אפשיין ווי די אמאהליגע כוכבים איז עתיד להיות במחיצתן של צדיקים לפני ממלאכי השרת וואס זיי זענען בבחי' עומד אבער צדיקים זענען כסדר הולכים.

די טאטע זאל זיין געזונט ברענגט אין די הקדמה פון קדושת ציון בשם ר' נחום טשערנאבלער אז מ'לערנט די דיבורים און דברי תורה פון א צדיק איז כאילו מ'וואלט זיך משתתף געווען אויף זיין ציון ס'איז א בחינה פון אדבקות רוח ברוחא דאס איז שייך אפשר צו זאגן ווען מ'לערנט זיין תורה מערציעט אזוי ווי ער האט געוואלט מחנך זיין דאס הייסט אויך געלערנט זיין תורה ווען מאיז זיך מצייר ווען ער וואלט היינט געווען צווישן אונז וואס ער וואלט פון אונז פארלאנגט און מנעמט זיך דאס פאר א חוב אז אזוי דארף מען אויס צוזעהן אזוי דארף מען זיך ווייטער צופיהרן אזוי דארף מחנך זיין די קינדער און אין דעם זכות וואס אונז וועלן מיר וועלן זיין מקושר צו דעם עץ החיים וואס אונז וועלן מיר וועלן זיין די ברא כרעא דאבוה דער פיס וואס דורך אונזערע מעשים וועט די זיידע ז"ל הי"ד ווייטער זיין א הולך ממדריגה למדריגה און עס וועט ביי אונז מקויים ווערן ווי געברענגט אין קדושת ציון למען יצוה את בניו ואת ביתו אחריו יצוה איז מלשון צוותא אפילו ווען ס'איז אחריו וועט עס זיין א קשר בל ינתק זאל דער זכות מגין זיין מיר זאלן מיר געהאלפן ווערן בקרוב מיט די גאולה שלימה.


jewboy » 21/3/2004 03:03

מאנטיג גייט זיין א צוזאם קום פון אלע מוסדות באבוב אין די וועלט און איין צייט וואס דעמאלט גייט מען זאגן תהילים לרפואת כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א, אין ניו יארק קומט עס אויס ארום 9 אזייגער צופרי.

48street » 21/3/2004 03:24

קיין גרויסער נייעס איז נישט געווען דעם שבת בנוגע דעם באבובער רב שליט"א און דעם ביהמ"ד האט מען זיך זייער שיין צוטיילט מיט די כבודים מנחה ערב שבת האט די דיין שליט"א געדאוונט פתיחת הארון שבת אידערפרי האט געהאט די ראש הכולל שליט"א ששי האט געהאט הרה"צ ר' יהושע רובין חדב"ן ראש חודש בענטשען האט געהאט הגה"צ רב הצעיר שליט"א און מוסף האט געהאט הרה"צ ר' מרדכי דוד אונגער שליט"א חדב"ן הגבה ביי מנחה און ה' מלך ביי שלש סעודות האט מען ווייטער געגעבן פארן הגה"צ רב הצעיר שליט"א און הרה"צ ר' יהושע רובין חדב"ן האט געבענטשט בדרך אגב האט די רב הצעיר בקול בוכים מעורר געווען ביים דברי חיים שיעור וואס ער געט יעדער שבת אינדערפרי אז מען ווייטער דאווענען פארן ברידער אז ער זאל האבן די גאנצער רפואה אזוי ווי מען זעהט אז די דברי חיים האט אמאל אויס געפוילט פאר איינעם א נייע לונג אזוי דא אויך ביים ברידער זאל די אויבשטער העלפן מיט א פרישער געזונטער לונג אזוי ווי די וואך איז שבת החודש אין מען ליינט החודש הזה לכם אין דאס איז סופי תיבות משה אין משה איז ר"ת שבת היא מלזעוק זאל די אויבשטער העלפן מיט די גאנצער רפואה אמן

תוקן על ידי - 48street - 21/03/2004 3:41:38

48street » 21/3/2004 04:00

דברי כבושין מאת הרה"צ ר' יהושע רובין שליט"א חדב"ן ביים ציון ליל שישי ביים ציון פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב זצוק"ל

אונז האמיר בקבלה פון צדיקים, אז ווען מ'קומט אויף א
ציון פון א צדיק, זאל מען מנדב זיין צדקה פאר די ערשטע
נשמה, און שפעטער פאר אלע נשמות וואם מ'גייט זאגן.

שלמה בן בן ציון מ'איז דא געקומען צו פארן
הונדערטער אידן, זיינע תלמידים, זיינע חסידים, ער פלעגם זיי
אנרופן זיינע קינדער, זיי זענען געקומען מתפלל זיין פאר זיין
זוהן, וואם איז ליידער א חולה מסוכן... מ'דארף אויםבעטן א
גרויסע ישועה... מ'דארף מעורר רחמים זיין, מ'דארף
אויפרודערן אלע הימלען...
אונז אלע מאכן אים פאר א שליח, ער זאל נעמען זיין
הייליגען טאטן וואם איז אומגעקומען אויף קידוש השם, מיט זיין
זיידן, מיט רבי מאיר נתן, מיט רבי דוד'ל קשאנובער, מיט'ן
צאנזער זיידן, דער ראפשיצער רב, מיט דעם רבין ר' אליעזר,
מיט די אלע צדיקים, דער רבי ר' אלימלך מים דער רבי ר'
זושא, דער בעל התניא, דער בעל שם הקדוש, זאלן גיין פאר'ן
כסא הכבוד מעורר רחמים זיין, על מי נטשת מעט הצאן, ער
איז גשעט אנען צו דיין האנט אלע יארן, מיום הולדו עד יום
האחרון, איז ער געשט אנען ביי דיר און געהאלפן.
מעען האט יעצ געזאגט אשרי משכיל אל דל ביום רעה ימלטהו ה',
אשרי משכיל אל דל מען דארף האבן
שכל ווי אזוי צו האנדלן מיט א דל, און אם איז זיין זכות, ער
האט אלעמאל געטוהן חמד, יעצט, ביום רעה ימל טהו ד''.
דער ראפשיצער רב טייטשט, די פמוק זאגט אין מגלת
אםתר (ד, מז), ובכן אבוא אל המלך אשר לא כדת, ובכן איז
בגימטריא חסד, דאם איז די מדה פון חסד, אבוא אל המלך,
ווערן די תפילות נתקבל פאר'ן מלך מלכי המלכים, אשר לא
כדת, אפילו משיח בן דוד איז נאך נישט געקומען.
לענינינו קען מען זאגן נאכמער, ובכן א מענטש וואם איז
געשטאנען און געטוהן חסד אלע זיינע יארן, א מענטש וואם
איז גרייט געווען זיך מוסר נפש זיין פאר א צווייטן איד, אבוא
אל המלך, דארף מען גיין צום מלך מלכי המלכים, און מ'זאל
אויסבעטן א ישועה פאר אים, אשר לא כדת, אפילו משיח בן
דוד איז נאכנישם געקומען, דארף מען זיך מרחם זיין אויף
אים. ער דארף ווייטער זיין געזונט, ער זאל זיין געזונט מים
אלע רמ"ח איברים, מיט אלע שס"ה גידים, ער זאל נישם
לעבן אויף קיין מאשינען, נאר ער זאל קענען ווייטער ממשיך
זיין דאס וואס דו האסט איבער געלאזט דא, ביז דער
אויבערשטער וועט העלפן, ער וועט אונז נעזונטערהייט פירן
אקייגן משיח צדקינו,
משיח בן דוד במהרה בימינו, אמן


תוקן על ידי - 48street - 21/03/2004 4:01:11

48street » 21/3/2004 07:56

דברי כבושין מאת הרה"ג ר' חיים דוד בלום שליט"א אצל הציון הקדוש
של כ"ק מרן אדמו"ר זצוק"ל

רער רב'ם קינדער האבן מיך געבעטן, כ'זאל זאגן אביסל
דברי כבושין פארן עולם. מ'טרעפט אין די משנה אין מסכת
תענית (פ"ב מ"א), וויען ס'איז געווען א זמן פון מדת הדין און
מ'האט גוזר תענית געווען האם מען געזאגט דברי כבושין
פאר'ן דאווענען, מ'האט געזאגם קרעו לבבכם ואל בגדיכם
מ'זעהט דעם התעוררות ביי אנשי שלומינו, ם'פעהלט
נישט אויס איך זאל זאגן דברי כבושין אין דער צייט, דאס
געזונט פון רבינו שליט"א רירט אן יעדעם איינעם עד דכדוכי
של נפש, זייט מוצאי שבת איז מען נישט מסיח דעת קיין רגע
מעןן געבט כסדר נאכאמאל געלט אין די פושקע, נאך א
תפילה, נאך א קאפיטל תהלים, נאך א זאך וואם מ'קען מתקן
זיין, נאך א שעה לימוד ברצופות, יעדע ענין, ביי יעדע שמונה
עשרה, מ'בעהט דער אויבערשטער זאל רחמנות האבן און
שיקן א רפואה שלימה אונז זענען געקומען שלוחים פון די גאנצע קהלה קדושה
פון אלע אנשי שלומינו, פון אלע עקן פון דער וועלט אויפן ציון
הקדוש פון רב ז"ל, אונז געדענק מיר בחיים חיותו אז מ'איז
ארריינגעגאנגען, מ'האט זיך אוימגעגאסן דאם הארץ יהי' מי
שיהי', אפילו א פרעמדע איד, ווי דער רב ז"ל האם זיך
איבערגענומען מיטן גאנצען לב ונפש און ער האט מתפלל
געווען פאר יענעם, און ער האט אים מחזק געווען, יעצט זענען
אונז געקומען בעטן פאר זיין הייליג קינד - רבינו שליט"א,
ממלא מקומו, ער ליגם אין אזא שווערען מצב, אפשר זענען
אונז טאקע שולדיג די אלע יארן וואם רבינו שליט"א איז
שוין אין אזעלכע שווערע יסורים, והוא מחולל מפשעינו'מהאט שוין פריער געדארפט מעורר רחמים זיין, אבער יעצט און אזא שווערע זמן מאיז געקומען צום ר"ל ער זאל געדענקן זיין הייליג קינד, די אלע זאכן אזוי ווי רבי יהושע
שליט"א האם פריער דערמאנט, ער האט א גרויסע שותפות
אין די הקמה פון די גאנצע קהלה קדושה, אין אלע מוםדות
פון אלע עקן וועלט. אונז געדענק מיר כמה וכמה פעמים,
ם'איז געווען ממש באו מים עד נפש, און דער רב ז"ל אליין
וואלט גארנישט נעקענט אויפהאלטן דעם שווערן עול, דער
רב זאל זיין געזונט איז געשטאנען לימינו, ער האט נושא בעול
געווען, צוגעהאלפן ממש מים מסירת נפש, ער זאל קענען
ווייטער אנגיין מיט זיין הייליגע ארבעט, מ'זאל געדענקען די
אלע זכותים כ'וויל איבער זאגען וואס די רב זאל זיין געזונט האט .
געזאגט ביים הספד, דאם היילינע ווארט פון תפארת שלמה,
רק הרחק לא תרחיקו ללכת העתירו בעדי (שמות ח, כד), דער רב
ז"ל איז יעצם אין גן עדן, צוזאמען מיט אלע הייליגע צדיקים,
אונז בעהט מיר רק הרחק לא תרחיקו ללכת העתירו בעדי,
דוד המלך האט געבעטן זכרני ר' ברצון עמך, טאמער כ'וועל
ארויפגיין אין די עולמות עליונים כ'וועל פארגעסן פון דיין
הייליג פאלק מעורר רחמים צו זיין אויף זיי, משפיע צו זיין אויף
זיי, זכרני ד' ברצון עמך, כ'זאל געדענקן צו בעטען ווייטער
פאר כלל ישראל, אונז בעט מיר דעם רב ז"ל ער זאל נישט
פארגעסן פון זיין הייליגע קינד, און מעורר רדמים זיין, ער
זאל בקרוב ממש זיין געזונט און שטארק, נאך שטארקער
ווי פריער, ער זאל ווייטער קענען אויף אונז משפיע ויין.
כ'וויל נאך זאגן א הייליג ווארט וואס דער רב זאל זיין
געזונט האט כמה וכמה פעמים נאכגעזאגט פון הייליגען התם
סופר, והותירך ד' לטובה בפרי בטנך (דבר'ם :ך, .א), ס'איז מסתבר אז דער רב זאל זיין געזונט פאר זיך אליין האט שוין
זיכער משלים געווען וואס זיין הייליגע נשמה האט געדארפט
אויפטוהן אויף די וועלט, די אלע הייליגע מצות, מיט זיין
הייליגע הנהגה, מיום הולדו ביז יעצט, מיט זיינע געוואלדיגע
חסדים, און זיינע יסורים וואס ער האט שוין נעבעך
מיטגעמאכט כל ימיו.
דער הייליגער חתם סופר ברענגט אז דער רמב"ם זאגט
אשרי מי שחתם ימיו במהרה, אבער פונדעסטוועגן זאגט די
פסוק אז דאס איז נאר א צדיק וואס לעבט פאר זיך אליין, איז
זיכער אז ער ענדיגט זיין תפקיד שנעל, און ער גייט ארויף
אויפן עולם העליון, דאס איז דאך דער תכלית, אבער א צדיק
וואס איז משפיע אויף טויזענטער אידן יראת שמים, תורה,
צדקה, און תפלה, מ'זאל זיך האלטן ביים דרך ד', אזא צדיק
איז והותירך ד' לטובה בפרי בטנך, צוליב די קינדער, צוליב די
היילינע תלמידים וואם דער רב זאל זיין געזונט איז מקושר
מיט אונז אלע, און ער איז משפיע אויף אונז תורה, יראת
שמים, און תפלה, אונז דארף מיר דער צדיק זאל ווייטער דא
זיין מיט אונז, ער זאל אונז פירן א קעגען משיח צדקינו בקרוב,
די גמרא זאגט ביי רבי, די שפחה איז ארויפגעגאנגען,
עליונים מבקשים את רבי ותחתונים מבקשים את רבי (כתובות
קד.), ם'איז זיכער אז די נשמות פון גן עדן, די מלאכים, פרייען
זיך ווען מ'קומט ארויף אזא הייליגע נשמה אויפן עולם העליון,
א נשמה פון אזא צדיק, וואס כל ימיו איז ער געווען דבוק צום
בורא כל עולמים, אבער תחתונים מבקשים את רבי, אונז דא
אויף די וועלט, ס'איז דא אזוי ווייניג צדיקים, אונז האמיר אזא
הייליגע צדיק וואם אונז זעמיר מקושר צו אים, און דורך דעם
האלטן מיר זיך אין דעם דרך ד', רבונו של עולם, אונז בעהט
מיר, תחתונים מבקשים את רבי... רבונו של עולם, די הלכה
איז תתאה גבר, אונז זעמיר שטארקער.... יהי רצון שיכופו
תחתונים את העליונים... מ'זאל נישט חלילה וחס צונעמען
פון אונז דעם הייליגען צדיק.
אגב, אפשר יעצט טאקע אז די עולם האט א התעוררות,
יעדער איינער וואלט מקבל געווען אפילו א דבר גדול, ס'זאל זיין פאר'ן געזונט פונעם רב זאל
געזונט, מ'זאנט אין די
היילגע טענ ותשובה ותפילה וצדקה מעבירין את רוע
הגזירה, תפילה און צדקה זענען מיר מקיים, אבער אין
געדענק מיר אלעמאל ווען ס'האט זיך געמאכט א זמן, מ'האט
געזעהן אז ס'איז מדת הדין מצויה, ביים רב ז"ל און להבחל"ח
ביים רב זאל זיין געזונט, האט מען אלעמאל נעהאלטען אז
אונז האמיר נאך איין כלי זין, וואם דאם איז דער כח פון
תפלה, מ'קומט זיך צוזאמען אין בית המדרש, מ'דאווענט,
מ'איז מעורר רחמים, דאם איז די כח וואס כלל ישראל האט,
מ'האט נישט קיין בית המקדש, מ'האט נישט קיין קרבנות
מ'האט גארנישט, מ'האט נעבעך נישט אפילו קיין זכותים אין
וואם צו בעהמן, איין זאך וואם אונז האמיר, דאם איז דער כח
פון תפלה. אבער טאמער מ'איז מזלזל אין דעם ענין פון תפלה,
ס'איז דא אידן וואם רעדן ליידער ביים דאווענען, דער רב ז"ל
פלעגט אלעמאל זאגן אז דער וואם רעדט ביים דאווענען, אזוי
שטייט אין עבודת ישראל מאכט קאליע אפילו פאר די וואס
רעדן נישט, די שכינה הק' גייט אוועק פון אזא בית המדרש,
מ'זעהט נאך א זאך דאם איז נאך אפשר מער פון דעם,
ס'איז דא אידן וואם זענען מאחר צו קומען שפעט צום
דאווענען, מ'איז מאריך אין די מקוה פרייטאג פאר'ן זמן, און
מ'איז גורם אז מ'דאווענט נישט מיט מנחה מיט דער מנין פון
גרויסן בית המדרש, און מ'מאכט מנינים אינדרויסען, מ'קומט
אריין אינמיטן דאווענען, מ'האלט נישט מיט מיט'ן ציבור,
מ'שטעלט זיך אוועק שמועסן, מ'מאכט די גאנצע דאווענען אז
ס'זאל נישט זיין אזוי ווי ס'דארף צו זיין, און דער אמת איז אז
מ'וועט זיך בארעכענען ס'איז דאך אזא קלייניקייט, ס'קומט
איינמאל א וואך, שבת קודש, מ'קומט זיך צוזאמען און
מ'דאווענט, ווען מ'וואלט געדאווענט אזוי ווי ס'דארף צו זיין
וואלט עם געהאט אזא הייליגע השפעה אויף אונז אלע.
פארוואס האבן די צדיקים איינגעפירט מ'זאל זאגען לכו
נרננה פאמעלעך, נישט אז מ'זאל האבן צייט חלילה צו קומען
שפעט, די זעלבע זאך פמוסי דזמרה אינדערפרי, א איד וואלט
זיך אמת'דיג איינמאל א וואך, א נאנצע וואך יאגט זיך יעדער
צו גיין... אבער שבת קודש זאל מען כאטש קומען אין צייט,
און מתפלל זיין אזוי ווי ס'דארף צו זיין, און זיך אויסגיסן דאס
הארץ, וואלט דאם געהאט אן השפעה אויף א גאנצע וואך,
לאמיר מקבל זיין דער ענין, מ'זאל נישט רעדן ביים דאווענען,
מ'זאל זיין שטיל ביים דאווענען און ביי קריאת התורה. ס'איז אזא געוואלדיגע בזיון מ'שטייט און מ'ליינט די תורה דער זוהר הק' זאג, אז עם איז אזוי ווי מ'וואלט עס יעצט מקבל
געווען אויפ'ן בארג מיני, שטייען אינגעלייט און זאלן גארנישט
זיין אפילו אינטרעסירט אויסצוהערן, זאל מען זיך מקבל זיין די
זאך און ס'איז זיכער אז דער רב ז"ל וועט פאר אונז מעורר
רחמים זיין.
ר' משה זאבערמאן שלים"א האט מיר היינט פארציילט
אז א אינגערמאן האט אים פארציילט, ער האט געהאט אן
אייניקעל וואם איז געווען זייער שטארק נישט געזונט, מ'האט
געמאכט צוויי אפעראציעס און ס'איז נישט געלונגען, איז ער
אריינגעגאנגען צום רב ז"ל און האט געזאגט, דער רבי איז
כסדר מעורר אז מ'זאל נישט רעדן ביים דאווענען, איך זאג
דעם רבי'ן איך רעד קיינמאל נישט ביים דאווענען, איך קום
אריין צום דאווענען פון תחילת דאווענען ביז צום סוף רעד
איך נישט, דער רב ז"ל איז ווייס געווארן, און געזאגט, יא, דו
זאגסט מיר אזוי, אז דו רעדסט נישט ביים דאווענען, איך בין
דיר מבטיח אז דאס קינד וועט האבן א רפואה שלימה, וכך
הוה, דאם דריטע מאל האט מען געמאכט אן אפעראציע און
דאס קינד איז היינט געזונט און שטארק. אונז וועלן מקבל זיין
די איינע זאך, וועט דער רב ז"ל פאר אונז מעורר רחמים זיין.
אונז בעהט מיר ביים רב ז"ל, אונז זעמיר טאקע געקומען
דא מתפלל זיין פאר די רפואה פון רב זאל זיין געזונט, אבער
מיגו דזכו לנפשיה זכו נמי לחבריה, דער רב ז"ל זאל וויסען, די

גאנצע עדה קדושה דארף א גרויסע ישועה אין אזויפיל
ענינים, בנפש ובגוף, אזויפיל אידישע קינדער ווארטן אויף
רפואות, אויף קינדער, אינגעלייט מוטשען זיך מיט פרנסה,
מען מוטשעט זיך מיט שידוכים, אזויפיל ענינים, גאנץ כלל
ישראל דארף רחמים אין אלע מקומות, מ'הערט כסדר
בשורות רעות פון ארץ ישראל און פון אנדערע מקומות. דער
רב ז"ל זאל וויסן ס'איז באו מים עד נפש, אזוי ווי דער
הייליגער רבי ר' אלימלך זאגט אין צעטיל קטן, כשל כח הסבל
מרוב הצרות והתלאות, מ'קען שוין ממש נישט אויסהאלטן.
רבונו של עולם, אונז שטיי-מיר יעצט אין אזא הייליגע
חודש אדר, וואס דו האסט געוויזען אזעלכע געוואלדיגע
נסים, דעם שבת גיי מיר בענטשן חודש ניסן, החודש אשר
ישועות בו מקיפות, בניסן נגאלו, ובניסן עתידין להגאל,
הייליגער באשעפער העלף אונז, דאס זאל זיין "דער ניסן"
וואס מ'ווארט שוין באלד צוויי טויזענט יאר, מ'זאל שוין
אוימגעלייזט ווערן, יעדער איינער פון זיינע אייגענע יסורים,
און דער רב זאל זיין געזונט זאל האבן א רפואה שלימה
במהרה, מ'זאל שוין אוימגעלייזט ווערן פון דעם ביטערען
גלות, און פון אלע צרות, דער רב זאל זיין געזונט זאל אונז
אקעגען פירען געזונטערהייט, מקבל צו זיין פני משיח צדקינו
במהרה בימינו, אמן


תוקן על ידי - 48street - 21/03/2004 7:57:58

האמתלחוד » 21/3/2004 09:02

שמעתי כי מצבו של הרבי שליט"א מתחיל להשתפר קצת, אבל אינם רוצים לדבר מזה בגלוי, כיון שרצונם שהציבור יתאמצו בתפלתם לרפואותו המהירה
ואל יתרשו מאמירת תהלים במשך כל היום

48street » 21/3/2004 19:49

איך האב היינט באקומען א ידיעה אז כ"ק אדמו"ר שליט"א איז שבת נישט געווען אין בעסטן ארדענוג ווייל די פיבער איז ארויף געגאנגען שבת נאכמיטאג צי 104 מען דארף נאר ווייטער בעטן אז אלעס זאל גיין כשורה



תוקן על ידי - 48street - 21/03/2004 20:21:29

48street » 21/3/2004 22:42

היינט קומט זיך די גאנצער עולם צוזאמען 5:45 און מען וועט זאגען תהילים און די גרויסער בית המדרש יה"ר שיתקבלו תפלתינו ברחמים וברצון

דישיגוטער » 22/3/2004 00:09

היינט נאכט איז די יארצייט פון תפארת שלמה

דישיגוטער » 22/3/2004 01:24

למעשה קומט אויס אז מ'זאגט תהלים נאר אין די שעה
ווייל מ'זעהט נישט דורכ'ן טאג קיין נפש חיה אין באבוב

48street » 22/3/2004 01:26

הרה"ג ר' ברוך חנה גרינפעלד ני"ו משב"ק האט יעצט איבער געגעבן א באריכט אין גרויסע בית המדרש פאר תהילים פון די מצב פון כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א אז די לעצטע צוויי מעת לעת איז ב"ה דא א גרויסע שנוי לטובה ביי די לינגען די נעמאניא גייט ציבסליך אוועק און
די פיבער איז אויך אראפגעגאנגען און עס איז דא פארשידענע סמנים פון זיך צוריק אויפכאפן זאל די אויבשטער ווייטער העלפן

דישיגוטער » 22/3/2004 02:50

נעכטן איז פארגעקומען א מלוה מלכה פארן ראש הכולל ווי ער האט דערמאנט אז די רבי איז נישט אזוי געזונט (אזוי ווי ער וואלט געהאט א פארקילונג) אן אנדערע האט זיך אויסגעדרוקט רבינו הקדוש
ס'זעהט אויס אז די באבאווער עולם האט שוין נישט קיין כח

דישיגוטער » 22/3/2004 03:34

טייערע ר' ברוך חנא די רבי האלט נישט ביים אויפשטיין
וואס הייסט סימנים פון אויפשטיין סאיז שוין אריבער אפאהר טעג און די רבי איז נישט אויפגעשטאנען
די רבי האט גענונג געהאט

דישיגוטער » 22/3/2004 03:45

כדי די רבי זאל זיך אויפוועקן דארף מען זיין ווערט צו דעם
די רבי איז שוין זייער אויסגעמאטערט
און די רבי וועט מחליט זיין אין די נעקסטע . צו ער איז מסכים אויפצושטיין

דישיגוטער » 22/3/2004 03:50

די ערשטע זאך איז צוטוהן תשובת המשקל
צאמרופן אלע באבאווער חסידים מיט האק אפס און מ'זאל אוועקשטעלן רעדנערס וואס זענען אנשי מעשה און מ'זאל זיך דורכרעדן וויזוי מ'האט מזניח געווען דעם רבי'ן אלע יאהרן ווען ער האט זיך געבעטן מ'זאל אים צוהעלפן מיט זיינע חובות און קיינער האט זיך נישט געמאכט וויסענדיג

און ווען ער איז געווארן רבי האט ער צוגעפירהט איינעם צו די בית כסא ווייזען וויזוי מ'האט אים צוגעשטעלט גאלדענע בערשטלעך פאר די ציין
ווי צו זאגן דאס דארף איך?
מ'דארף אריינגיין צום רבי'ן ווייל די רבי הערט אלעס וואס מ'זאגט און מ'רעדט און זאגן פאר'ן רבי'ן אז בשם חסידי באבוב בכל קצוי תבל וויל מען איבערבעטן דעם רבי'ן פאר די עגמת נפש פון די אלע יאהרן און ווי אזוי די אלע יאהרן האט זיך קיינער נישט געזארגט פאר'ן רבין ווען ער איז געווארן מער און מער קראנק פון טאג צו טאג
------

די אמת איז אז מיר האבן זיך איבערגעטראכט אז מקען נישט באשולידגן יעדן איינעם אבער די וואס האבן געקענט העלפן און נישט געהאלפן ווייסן ווער זיי זענען
ספעציעל די וואס ווען זיי האבן געדארפט א רב האבן זיך אנגעהויבן צו מאכן וויסענדיג
ווי זענען זיי געווען אלע יאהרן

תוקן על ידי - דישיגוטער - 22/03/2004 4:04:36

48street » 22/3/2004 04:34

רב דישוגוטער: איך זיץ דא ביי די קאמפיועטר און האלט מיך ביי די זייטען פון די אלע JOKES וואס די קנאקסט אוועק, מיין מיינונג איז די זאלסט אריין גיין און בדחנות וועסטו פיל מער פארדינען.

דישיגוטער » 22/3/2004 04:43

ווי איז דא א זשאוק

תוקן על ידי - דישיגוטער - 22/03/2004 4:46:33

פרעסעריי » 23/3/2004 00:44

ווער עס ווייסט קלארע זאכן בנוגע דעם מצב הבריאות פונעם רב שליט"א ה' ירפאהו, אבער נאר קלארע באריכטען פון פארלעסליכע קוועלער (כגון דאקטורים אדער הצלה וואס זענען נאנט דארט)
זאל עס ביטע דא פאוסטען, ווייל דער עולם ווערט שוין נערוועז פון נישט וויסען פונקטליך וואס גייט פאר.
עס איז זייער שווער אהנצוגיין מיטן טעגליכן סדר היום זייענדיג אהנגעשראקען און צומישט נישט וויסענדיג פון איין רגע צום צווייטע, איך בין זיכער אלע אנ"ש פון באבוב ווען אויך זאגען אזוי

דישיגוטער » 23/3/2004 04:30

זיי נישט אזוי דערשראקן פרעסעריי קענסט דיך נעמן רוהיגערהייט צוריק צום פרעסען
ווייל:
די רבי איז ב"ה געזונט און שטארק
די רבי האט ב"ה אהיימשפאצירט
און אלעס איז אין בעסטן צושטאנד
חוץ דריי משוגענע בחורלעך וואס ווילן נישט אויפגעבן צו זאגן תהלים אין די באבאווער מענשאן
ס'איז דא א באשעפער אויף די וועלט וואס האט זיך צוגעהערט צו די תפלות ותחנונים פון אלע חסידים און די רבי איז ב"ה צוריק ביי די כוחות אזוי ווי צוואנציק יאהר צוריק
נישט צו גלייבן

48street » 23/3/2004 07:55

כ"ק אדמו"ר מבאבוב עם אחיו החביב הגה"צ רב הצעיר שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]

דישיגוטער » 23/3/2004 08:18

גןט מארגען[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי - דישיגוטער - 23/03/2004 8:19:50

48street » 23/3/2004 08:51

.

תוקן על ידי - 48street - 23/03/2004 8:53:36
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 23/3/2004 10:27

מאנטאג פ' ויקרא יום כ"ט אדר תשס"ד

א פאר מנינים באבוב'ער חסידים פון ארץ ישראל און אייראפע געפינן זיך יעצט אין שטאט ראדאמסק אין פולין, צו ווי זיי זענען געפארן מתפלל זיין בתפלה ותחנונים על קברו של הרב הקדוש בעל "תפארת שלמה" וואס היינט (נעכטן) כ"ט אדר איז זיין יומא דהילולא קדישא.

כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לרופ"ש במהרה האלט זיך פאר א "תלמיד" פון דעם הייליגן ספר "תפארת שלמה".

48street » 23/3/2004 23:07

כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א
[בילד – נישט אפגעהיט]

שוכמאכער » 24/3/2004 01:41

איך ווייס נישט אויב איך זאל דאס דא שרייבן, אבער דער עולם וויל וויסן דעם אמת.

איך האב געהערט פון פארלעסליכע מקורות איבער די רעזולטאטן פון דעם "קעט סקען" וואס מ'האט גענומען אנהייב וואך, אז דער מצב איז ליידער...

פארשטייט אליין וואס דאס מיינט.

מען זאל אבער נישט אפשטעלן דעם תהילים, ווייל אפילו חרב חדה...

התאחדות » 24/3/2004 01:52

תודה לך שוכמאכער על ההודעה
צריכים להרבות באמירת תהלים
מכבר רציתי לידע המצב ובכל פעם כשפתחתי האשכול לא מצאתי מה שחפשתי תודה לך

48street » 24/3/2004 02:07

איך האב געהערט שמוסען אז כ"ק אדמו"ר שליט"א קומט אהיים בקרוב ממש מען גרייט שוין צי ביי עם אינדערהיים אלע כלי מכשירים וואס זאל ערמעגליכן דאס אהיים קומען זאל די אויבשטער העלפן אז אלעס זאל גיין כשורה אלע חסידים ווארטן שוין בכליון עינים אז כ"ק אדמו"ר שליט"א זאל מופיע זיין בבית מדרשינו ברוב פאר והדר למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובנינו עד סוף כל הדורות אמן ואמן

פרעסעריי » 24/3/2004 02:39

ווידער טרעפט מען סתירות אין די באריכטען בנוגע דער מצב

פארוואס קען נישט זיין קיין קלארע נייעס פון באבוב

ווער ער ווייסט פונקטליך זאל ביטע שרייבען צום ציבור

עס איז שווער דער טאג טעגליך סדר היום מיט די סתירותדיגע באריכטן

48street » 24/3/2004 03:04

וואס זענען דיינע סתירות דאס אז רבינו שליט"א לינגען ווערן בעסער מיינענדיג צי זאגען אז די נעמאניע גייט אוועק דאס איז אמת קיינער דינגט זיך נישט אויף דעם און אז די פיבער איז אראפ אין און די לעצטע 3 טעג איז עס נישט ארויף דאס איז אויך זיכער אמת די איינציגסטע שאלה איז צי די מוח ארבעט נאך צי נישט טייל זאגן אז די רב שלאפט סך הכל און ווען ער וועט אויפשטיין וועט אלעס זיין און ארדענוג און טייל זאגען.................... אפילו לויט די וואס זאגען אז ער קען ח"ו נישט............ איז נישט קיין סתירה אז מען פלאנט עם אהיים צינעמן ווייל אויב די מצב איז סטעיבל האט ער נישט סתם וואס צי ליגען אין שפיטאל פאר דער געלט קען ער שוין זיין אינדערהיים עס איז אסאך ביליגער צי זיין אינדערהיים ווי צי זיין אין שפיטאל לאמיר האפן אז די רב וועט אהיים קומען פריש און געזונט און ער זאל געזונטערהייט מיט אונז מיט עסן די קרבן פסח במהרה בימינו אמן ואמן

תוקן על ידי - 48street - 24/03/2004 3:05:49

48street » 24/3/2004 07:19

איך האב יעצט באקומען א באריכט פון א מקורב בבית רבינו אז די אינפעקשין איז היינט ארויף זייער שטארק היינט איז די אינפעקשין געווען די שטערקסטע זייט מען איז אריין אין שפיטאל בקיצור מען דארף נאך גרויס רחמים

דישיגוטער » 25/3/2004 00:10

לויט די לעצטע באריכטן האט זיך האמת לחוד געזעצט זאגן תהלים
מ'קען עס נישט באשטעטיגן פאר זיכער

האמתלחוד » 25/3/2004 02:07

שיר המעלות ממעמקים...

48street » 25/3/2004 07:24

איך האב היינט באקומען א ידיעה פון ר' חיים ברוך הלברשטאם נ"י חתן הרה"צ ר' מרדכי דוד אונגער שליט"אזיין זיידע כ"ק אדמו"ר שליט"א אין שפיטאל און ער האט געזונגען דעם ניגון אני ישנה וואס מען זינגט און באבוב פסח ביים סדר און פון די רב'ס אויגן האבען גערינען טרערן דאס מיינט אז די מח ארבעט אביסל אבער די אינפעקשין גייט נאך אלץ ארויף בקיצור מען דארף נאך אסאך בעטן

דישיגוטער » 25/3/2004 07:27

נו בעט
א צובראכענע איד
זאל מען אויך געבן באריכטן פאר די אלע תהלים זאגערס
נישט לאזן הפקר הישמע
תהלים קען מען אגאנצן ואג בעטן מ'זאל זאגן אויפן האטליין פארוואס גיט מען נישט קיין באריכטן

תוקן על ידי - דישיגוטער - 25/03/2004 7:29:08

48street » 25/3/2004 07:31

א בילד פון ר' חיים ברוך הלברשטאם'ס חתונה
[בילד – נישט אפגעהיט]

דישיגוטער » 25/3/2004 07:39

ס'איז קלאהר אז די רבי ווייסט וואס טוט זיך, די רבי איז צו שוואך אויפצושטיין
ער האט נישט קיין כח
אדער ער וויל נישט

דישיגוטער » 25/3/2004 18:29

דא קען יעדער שרייבן
אהן קיין אויסנאם די מצב פון באבאוועררבי
http://www.hydepark.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=8903

הצלחה

תוקן על ידי - דישיגוטער - 25/03/2004 18:29:25

תוקן על ידי - דישיגוטער - 25/03/2004 18:47:09

48street » 26/3/2004 07:46

כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לרפו"ש
נפתלי צבי בן בלומא רחל
[בילד – נישט אפגעהיט]

48street » 26/3/2004 07:51

כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א לרפו"ש
נפתלי צבי בן בלומא רחל
[בילד – נישט אפגעהיט]

48street » 28/3/2004 06:35

דער צעטיל וואס האט זיך ארום געוועלגערט און גאנץ בארא פארק און אלע בתי מדרשים
[בילד – נישט אפגעהיט]

דישיגוטער » 28/3/2004 08:24

תגובה נאמבער 100 קומט זיך פאר ווער עס האט אויפגעמאכט דעם אשכול

אהאה

פרעסעריי » 28/3/2004 08:28

בהצלחה
בלאט: 1 2 3