היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » ברעיקינג: פרישע הליכה לערכאות אן רשות בי"ד דורך כת מוסרים אי...

ברעיקינג: פרישע הליכה לערכאות אן רשות בי"ד דורך כת מוסרים אי...

116 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2958933
בלאט: 1 2 3

סענעטאר » 14/5/2012 21:07

ברעיקינג: פרישע הליכה לערכאות אן רשות בי"ד דורך כת מוסרים אין אלסטער קאנטי געריכט!
נאך די גרויסע געווינסן ביים קאנטי עקזעקטיוו פאריגע וואך, האבן די כת מוסרים ומלשינים געעפענט היינט א פרישע קלאגע אין אלסטער קאנטי געריכט קעגן די הנהלת הקהלה והקעמפס, און קעגן די קאנטי. דער כת האט פארלאנגט פונעם געריכט א עמערדזשענסי טי.אר.או. מ'זאל איינפרירן אלע פערמיטן פון די קעמפס.

יעצט ווארט מען דער שופט זאל אריינקומען אין געריכט זאל.

פרטים יבאו.

לאנצוט » 14/5/2012 21:10

הליכה לערכאות אן רשות פון וועמען?

א נייע תורה...
אז מ'גייט קעגן די קאונטי דארף מען רשות פון א בית דין ???

kj_monroe » 14/5/2012 21:11

זאל שוין דער אייבישטער רחמנות האבן אויף אינז מזאל ניצל ווערן פון די סבלנים

סענעטאר » 14/5/2012 21:12

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הליכה לערכאות אן רשות פון וועמען?

א נייע תורה...
אז מ'גייט קעגן די קאונטי דארף מען רשות פון א בית דין ???


אז דו קענסט נישט ליינען פארריכט דיר די ברילן. איך האב געשריבן קעגן די הנהלת הקהלה והקעמפס.

kj_monroe » 14/5/2012 21:14

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הליכה לערכאות אן רשות פון וועמען?

א נייע תורה...
אז מ'גייט קעגן די קאונטי דארף מען רשות פון א בית דין ???


נאר אקעגן א ווילדיש דארף מען (וואס זיי האבן אבער מזינגט א ניגון אז נישט)

לאנצוט » 14/5/2012 21:22

סענעטאר כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
הליכה לערכאות אן רשות פון וועמען?

א נייע תורה...
אז מ'גייט קעגן די קאונטי דארף מען רשות פון א בית דין ???


אז דו קענסט נישט ליינען פארריכט דיר די ברילן. איך האב געשריבן קעגן די הנהלת הקהלה והקעמפס.


אין די פאפירן פון דאנערשטאג האב איך געזען אז מ'האט געעפנט א קלאגע קעגן די קאונטי.
זאגסטו יעצט אז ס'איז א נייע קלאגע היינט קעגן די קעמפס?

אה, דאס איז שוין פרישע נייעס, וואס שמעקט פריש געבאקן.

קאקאש_קעיק » 14/5/2012 21:23

ברעיקינג? אפשר א אשכול "ברעיקינג היינט איז מאנטיג!"? עס איז שוין נישט קיין ברעיקינג ווען די ארונים גייען אין קארט נאכאמאל און נאכאמאל.

יוסף90 » 14/5/2012 21:24

לאנצוט

ענקערע רבנים פון בני ברק האלטן, אז מ'גייט קעגן א קאונטי, ווען א צד שלישי קען ניזוק ווערן דערפון, הייסט עס ערכאות לכל דבר, און עס איז אסור.

געלעכטער » 14/5/2012 21:28

יוסף, און דא רעדט מען נישט ווען א צד שלישי ווערט ניזוק. נאר דא האבן זיי פאקטיש אויך געקלאגט די הנהלת הקהילה והקעמפס.

יוסף90 » 14/5/2012 21:30

איך רעדט אפילו לשיטתו פון לאנצו"ט אז די קלאגע איז נאר קעגן די קאונטי

לאנצוט » 14/5/2012 21:38

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יוסף, און דא רעדט מען נישט ווען א צד שלישי ווערט ניזוק. נאר דא האבן זיי פאקטיש אויך געקלאגט די הנהלת הקהילה והקעמפס.


די שאלה איז דא קעגן וועמען מ'גייט אין קאורט?
מ'גייט אין קאורט קעגן א גוי'אישע קאונטי.

האסט אפשר געוואלט מ'זאל זיי רופן צו דין תורה? (צו די באראש בית דין)?

געלעכטער » 14/5/2012 21:43

מ'האב מיר שוין כמעט א גאנצע תורת לאנצו"ט. ווען מ'מסר'ט צוריקצוכאפן א געגנבטן בנין, איז עס מותר. ווען מ'רופט די קאנטי אין קארט, און מ'לייגט צו די הנהלת הקהלה והקעמפס, דארף מען נישט קיין רשות בית דין. ‎​
 
אבער ווען מ'רופט דעם ווילעדזש אין קאורט, דעמאלס איז עס א איסור חמור עד מאוד. ‎​
 
איך האב עפעס פארפעלט פון די תורת לאנצו"ט?

פריש » 14/5/2012 21:46

לאנצי עפען א שלחן ערוך וועסטו אפשר וויסן (אויב די קענסט טייטשן לשון הקודש) וואס דאס מיינט א מסור.

אין שלחן ערוך איז קיין נפק"מ צו מ'קלאגט א איד א גוי צו די רעגירונג, א מסור איז איינער וואס איז מוציא ממון ישראל אדער א איד ווערט ארעסטירט דורך אים דורך ערכאות של עכו"ם.

פארשפארן די קעמפס דורך ערכאות קעגן די קאונטי איז מוציא געווען ממון ישראל ע"י מסירה בלי שום היתר.


תוקן על ידי פריש ב- 14/05/2012 21:47:05

לאנצוט » 14/5/2012 21:47

די גאנצע קאורט איז א דזשואק שבדזשאוק.

יוסף90 » 14/5/2012 22:50

לאנצו"ט


ענקערע רבנים אין בני ברק שרייבן און א בריוו, אז גיין אין געריכט קעגן א רעגירונג אינסטיטוט, וועט א צד שלישי ווערט ניזוק, איז אסור, און עס איז ערכאות לכל דבר.

יוסף90 » 14/5/2012 22:51

לאנצו"ט ענטפער אויף דעם.

לאנצוט » 14/5/2012 22:52

איך ווייס נישט וואס מיינט ענקערע רבנים.
איך האב בריוו פון הרב קרליץ (נישט אונזער) שרייבט פאר וואלערשטיין ארויסצוגיין פון קאורט...

פארוואס הייסט קרליץ פאר וואלערשטיין ארויסצוגיין פון קאורט?

יוסף90 » 14/5/2012 23:00

ענעקערע רבנים מיינט, מיט וועמען די שטאלצירסט אז זיי שטייען לצידך אין בני ברק.



ענטפער צום ענין


מ'מעג אריינגעבן א קלאגע קעגן א רעגירונג אינסטאנץ, ווען א צד שלישי קעגן געשעדיגט ווערן דערפון.


יא אדער ניין.


אז די ווייסט נידשט קיין ענטפער, קאל אן דעם דיין  און מוראה הוראה שלום לאנדא, און פרעג עם אן.

לאנצוט » 14/5/2012 23:02

 
איך ווייס נישט וואס מיינט ענקערע רבנים.
איך האב בריוו פון הרב קרליץ (נישט אונזער) און נאך א הויפן פרעמדע רבנים פון בני ברק מיט הרב וואזנער שליט"א שרייבו פאר וואלערשטיין ארויסצוגיין פון קאורט...

פארוואס הייסט קרליץ פאר וואלערשטיין ארויסצוגיין פון קאורט?

רב_הסוער » 14/5/2012 23:05

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ענטפער צום ענין


מ'מעג אריינגעבן א קלאגע קעגן א רעגירונג אינסטאנץ, ווען א צד שלישי קעגן געשעדיגט ווערן דערפון.


יא אדער ניין.


איך וואלט געזאגט לדעתי, לדעתי, לכאורה יש להקל,

ווייל איך זעה אז איר זענט די ערשטע געגאנגען צו דעם זעלבן דשאדש ארויסשווינדלען דעם דיד ווען א צד השלישי קען מעגליך געשעדיגט ווערן

כנלפע"ד ונראה נכון

יוסף90 » 14/5/2012 23:17

לאנצו"ט

איך זעה אז די האסט נישט וואס צו ענטפערן

יוסף90 » 14/5/2012 23:31

הגר"ש וואזנער וואס האט געזאגט אויף רעב אהרן "כתר תורה" האלט אז איר זענט היינט געגאנגען אין ערכאות, אזוי אויך ענקער רב הגר''נ קארעליץ
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי יוסף90 ב- 14/05/2012 23:32:09

רב_הסוער » 14/5/2012 23:43

נו פארוואזשע האט ער געשריבן א בריוו בלויז צו וואלערשטיין
וכי משא פנים יש בדבר?

לאנצוט » 14/5/2012 23:57

יוסף90
ברענג נישט קיין בריוו געשריבן פאר פרעמדע מענטשן.
ברענג נאר בריוו איבער סאטמאר בני ברק. פארוואס האט מען געהייסן פאר וואלערשטיין ארויסגיין פון ערכאות.

אויב איז ער נישט אריין, פון וואו זאל ער ארויסגיין?
[בילד – נישט אפגעהיט]


איך ווייס אז הרב קרליץ גייט יעצט ווערן א שייגעץ, לאנצוט א חלה דעקל, אהרן ט"ב אן אפיקורס! אלעס איז אמת ויציב.

ביטע ענטפער נאר דאס:
פארוואס הייסט מען פאר וואלערשטיין ארויסגיין פון ציוניסטישן קאורט?

חמץ_גמור » 15/5/2012 00:22

איים סארי לאנצוט אזא בריוו קען יעדער באקומען אפילו ווען דו האסט א היתר בי"ד. קודם שיקט ער דיר א בריוו "גיי ארויס" און נאכדעם וואס דו וויזט אויף דיין היתר בי"ד לאזן זיי דיך אפ. און אזוי איז טאקע דא געווען, ער האט זיי געוויזן דעם היתר און זיי האבן אים צורוה געלאזט.

לאנצוט » 15/5/2012 00:24

אינטרעסאנט
זיי שרייבן אים 4 בריוו ער זאל ארויס פון ציוניסטישן קאורט.

אויסערדעם הייבסטו יעצט אן זינגען א ניגון אז ער האט געהאט א היתר בית דין.
האסט שוין פארגעסן דיין ליגענט אז ער איז קיינמאל נישט אריין אין קאורט...

איך בעט דאך די ליגענער דא, צו געדענקען בעסער.

חמץ_גמור » 15/5/2012 00:28

יא יא א צעטל פון בי"ד אז ער טוט אלעס בהיתר.

לאנצוט » 15/5/2012 00:32

דיין קאלעגע יוסף90 שרייט חי וקים אז די זאליס זענען קיינמאל נישט אריין אין ציוניסטישן קאורט.

צי וואס דארף ער לייקענען אז ס'איז דא א פארטיגן היתר?

חמץ_גמור » 15/5/2012 00:34

ער זאגט אז מען האט זיי אריינגעשלעפט

לאנצוט » 15/5/2012 00:38

איך זעה אבער אז הרב קרליץ און די אנדערע נוטראלע דיינים האבן נישט אנגענומען די לופטיגע היידפארק היתירים.

עכטע ציונים הא?

נישטאמת » 15/5/2012 00:39

לאנצוט
מיט יענעם אפרעגן פארענטפערט מען זיך נישט

לאנצוט » 15/5/2012 00:41

נישט אמת,
מ'רעדט דא ווער עס איז אריין אין ציוניסטישן קאורט.

איר האט אפשר וואס צו צוגעבן זאכליך צו די דעבאטע?

נישטאמת » 15/5/2012 00:43

לאנצוט
מען האט דיך געפרעגט א שאלה האסט די גענטפערט וועגן ציוניסטישע קארט

יוסף90 » 15/5/2012 01:06

נאכאמאל


לאנצו"ט


זיין נישט קיין היפאקריט



ענטפער אויף וואס מ'פרעגט דיך


מעג מען אריינגיין אין געריכט קעגן א רעגירונג אינסטאנץ, ווען א צד שלישי קען געשעדיגט ווערן דערפון?


ענטפער אויף דעם.


ווייל דאס איז נוגע צום אשכול וורס מ'האט איצט געפענט


אויף אלע אנדערע זאכן פון בני ברק, קענסטו עפענען א נייעם אשכול.



האסט וואס צו ענטפערן.


מ'מעג אדער מ'טאר נישט.


וואס האלטן דיינע רבנים פון בני ברק?


מ'מעג אדער מ'טאר נישט?

נישטאמת » 15/5/2012 01:14

לאצוט האלט נישט יעצט ביים ענטפערן

לאנצוט » 15/5/2012 01:41

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
נאכאמאל


לאנצו"ט


זיין נישט קיין היפאקריט
דאס וועל איך נישט זיין בל"נ.


ענטפער אויף וואס מ'פרעגט דיך


מעג מען אריינגיין אין געריכט קעגן א רעגירונג אינסטאנץ, ווען א צד שלישי קען געשעדיגט ווערן דערפון?
דאס איז נישט קיין גלאטער ענטפער, ווי דער אתרוג איז כשר אדער נישט. יעדע זאך האט דינים און הלכות.
ענטפער אויף דעם.


ווייל דאס איז נוגע צום אשכול וורס מ'האט איצט געפענט
ביי די קעמפס זענען די זאליס אריין אין קאורט אן קיין היתר, און איבערגעשריבן די דיעדס. און דער ריכטער האט געזאגט אז ס'איז פראוד. (שווינדל)

אויף אלע אנדערע זאכן פון בני ברק, קענסטו עפענען א נייעם אשכול.

האסט וואס צו ענטפערן.
ביטע ליין.

מ'מעג אדער מ'טאר נישט.
געענטפערט.

וואס האלטן דיינע רבנים פון בני ברק?
-איך האב נישט קיין "אייגענע" רבנים. הרב קרליץ איז גאון הדור, נישט מיין רב. אז ער איז קעגן הולכים בערכאות איז ער נאכנישט מיין.

חמץ_גמור » 15/5/2012 01:47

לאנצוט נאכאמאל.
רב קרליץ האט געשריבן זיין מכתב פאר ער האט נאך געהערט וואלערשטיין, און נאכדעם וואס וואלערשטיין האט איהם ערקלערט דעם ענין האט רב קרליץ זיך ארויסגעלאזט דערפון.

לאנצוט » 15/5/2012 01:54

נישט אמת.
קרליץ האט אים צוריקגעשריבן מערערע מאל. אבער ער האט נישט נאכגעלאזט.
פיר בריוו האט ער אים געשריבן.

חמץ_גמור » 15/5/2012 01:56

אוודאי ס'איז נישט געגאנגען אויף איין מאל, ס'איז דאך צוויי צדדים זה אומר בכה וזה אומר בכה, אבער צום סוף האט ער פארשטאנען וואלערשטיין'ס טענה, און ער האט געזאגט פארן בי"ד זיך אפצולאזן דערפון.

לאנצוט » 15/5/2012 02:04

חמץ:

די מיליאן דאלאר שאלה:

איך האב בריוו ווי ער שרייבט אים גיי ארויס פון קאורט.
האסטו א בריוו צי צייגן אז ער זאגט אז ער קען בלייבן אין קאורט.

שאך מאט.

יוסף90 » 15/5/2012 02:12

לאנצו"ט

מ'פרעג דיר א שאלה ענטפערסטו אז יענער איז א שייגעץ


האט מען געמעגט איינגעבן א קלאגע קעגן די קאוני ווען א דריטער מענטש ווערט געשעדיגט?



וואס ענעערסטו ס'איז נישט קיין אתרוג שאלה?



האסט נישט וואס צו ענטפערן?

חמץ_גמור » 15/5/2012 02:12

מען שרייבט קיינמאל נישט "בלייב דארט", ער איז נישט מחוייב איהם צו שטיצן.

אבער מער וועט ער איהם נישט הייסן ארויסגיין.

יוסף90 » 15/5/2012 02:26

לאנצו"ט


פארוואס ביסטו שטיל.

לאנצוט » 15/5/2012 02:38

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצו"ט

האט מען געמעגט איינגעבן א קלאגע קעגן די קאוני ווען א דריטער מענטש ווערט געשעדיגט?
איר זענט דאך געגאנגען אין קאורט קודם אן קיין שום היתר. כאטש איר האט שאדן געמאכט פאר די ארונים.
הא להן והא להו איז נישט זייער א גוטע ענטפער. איך האב אז דו פארשטייסט דאס.




וואס ענעערסטו ס'איז נישט קיין אתרוג שאלה?
גיין אין קאורט איז א שאלה וואס דארף א כובד ראש אויף יעדע איינציגע זאך עקסטער.

שמעלקאלע » 15/5/2012 02:38

לאנצוט פראבירט א גאנצן טאג אוועקצודרייען אשכולות צו אן אנדערן דעבאטע...

ביטע זיך נישט לאזן פון דעם בייזן רוח וואס וויל פארדעקן זיין רבי'נס אומווערדיגע מעשים אשר לא יעשו מיט הליכה בערכאות של עכו"ם...

יוסף90 » 15/5/2012 04:01

נאכאמאל געכאפט מיט ליגענט מיסטער לאנצו"ט




ביי באטארא חודש אב תשס"ב זענט איר אריין קעגן די קעמפ'ס אדער נישט?



ווער איז דאן אריין די ערשטע?








תוקן על ידי יוסף90 ב- 15/05/2012 04:04:56

זאלי200 » 15/5/2012 16:55

יוסל 90 סטאפ צו פארדרייען פאקטן:

זאליס האבן גע'גנב'ט נכסי הקהלה פון די ארונים, אין אזא פאל מעג מען גיין איינגעבן אז עס איז געווארן גע'גנב'ט און איך דארף עס צוריק, אויב גייט עס נישט צוריק קען ער יענעם רופן צו דין תורה און נישט אין קאורט אז יענער איז א גבר אלים און האלט נישט ביים קומען צו דין תורה, מעג בי"ד גיבן א היתר צו גיין אין קאורט, 


די נגזלים (סאטמאר) האבן באקומען א היתר שוין תשס"א צו גיין אין קאורט בנוגע קהל יטב לב ווילי, די גזלנים (זאליס/בני המן/מוסרים/מסרבים לדין) האבן גע'גנב'ט און גערופן אין קאורט אז מען לאזט זיי נישט גנב'נען מיטן טענה אז עס איז זייערס און קיין איין איינציגע הזמנה נישט געשיקט, סא איך פארשטיי נישט, האיך יכול החי להכחיש את החי

לאנצוט » 15/5/2012 17:14

יוסף90 דו זעהסט נישט אז דו זאליס האבן א  פאני תורה?
ביי די מאנטרעאלע סכסוך האט הגה"צ ר' משה טירנויער "געטראפן" א רמ"ע מפאנו אז מ'מעג נעמען אן עיקול אין קאורט אן א היתר בית דין.

איך פארשטיי אז די "הא לן והא להו" איז זייער שטארק איינגעפירט. טראכסט אבער נישט אז "איך" לאנצוט קען זיך אויך באקוועם מאכן מיט דעם רמ"ע מפאנו.

איך גלייב נישט אז דער רמ"ע מפאנו איז פלעינע זאלי.

יוסף90 » 15/5/2012 20:41

לאנצו"ט ענטפער קודם אויף פאקטן




ביי באטארא חודש אב תשס"ב זענט איר אריין קעגן די קעמפ'ס אדער נישט?



ווער איז דאן אריין די ערשטע?

יוסף90 » 15/5/2012 20:42

[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2 3