לאנצוט.
פארדריי נישט קיין פאקטן
איך רעדט פון תשס"ב ווען מ'איז איז אריין די ערשטע מאל אין געריכט, און די רעדסט פון איבערשרייבן דאס דיעד תשע"א.
איצט לאמיר גיין ווייטער, מחנה רב טוב האט אן הנהלה פאר זיך, און זיי זענען אן ארגאניזעישאן פאר זיך (אפגערעדט אויף וועמענס נאמען ס'איז פארשריבן די שטחים) קהל יטב לב האט קיינמאל נישט געמאכט קיין דעסיזשאנ'ס פאר מחנה רב טוב.
דאס ארגאניזעישאן "מחנה רב טוב" האט מען קיינמאל נישט גערופן צו די"ת.
אדרבה ווייז אויף אז יא.
צווייטענס, הגה"צ ר' משה מנחם טירנויער, שרייבט קלאר און זיין הית אין מאנטרעאל, אז מ'גייט גיין צו די"ת מיטן צד השני און עס איז נאר אן עיקול, ביז ווילאנג מ'גייט, וואס דאס מיינט אז מ'האט יענעם מודיע געווען אז מ'וויל מיט עם גיין צו א די"ת, נישט אז ער איז אויפגעשטאנען אין א שיינעם העלן טאג, און האט זיך דערוויסט פון געריכטליכע מארשאל'ס אז עס עקזעסטירט א גערטליכע קלאגע קעגן אים.
דאקעגן איר האט ר' דוד ראזענבערג קיינמאל נישט מודיע געווען אז מ'גייט גיין צו די"ת, און איר האט געמאכט אן עיקול, אן מודיע זיין דעם צד השני פאר'ן עיקול אז איר האט בכלל א תביעה צו אים, און אז איר זענט גרייט צו גיין צו א די"ת.(און דאס שרייסט דער נאבארדאקער בי"ד)
דריטענס, דער גאנצער היתר פון רמ"ע מפאנו איז באזירט אויף א מציאות, אז טאמער מ'וועט נישט מאכן דעם עיקול, קען מען אנווערן די נכסים אדער דערלייגן געלט, דאן האט רמ"א מפאנו מתיר געווען צו מאכן קודם אן עיקול, ווייל אנדערש קען זיין א פסידא דלא הדר, אבער ווען מ'קען גארנישט אנווערן די נכסים פון נישט מאכן אן עיקול בעפאר א די"ת דארף מען מאכן דאס עיקול ביי א בי"ד.
אין מאנטרעאל איז דא א געזעץ, אז טאמער א צד וואס טענה'עט אז א נכס א פארמעגן איז זיינס און איז נישט מערער ביז 30 טעג אין געריכט אויף א פארגעקומענע טרענספערוואס האט עם צוגענומען דאס בעלות אויפן נכס, קען ער נישט אנגעבן א קלאגע אויפ'ן טרענספער, און דעריבער איז געווען דער חשש, אז טאמער מ'וועט נישט מאכן א טי. אר. או. אויפ'ן טרענספער, וועט מען עס גענצלעך אנווערן.
דאקעגן דאהי אין וומ"ס ביי קהל יטב לב, האט קיינער נישט איבערגעשריבן דאן קיין נכסים (אויב יא האבן עס דאן נאר געמאכט די אהרונים מיטן גרויסן ביהמ"ד אין מיטן בית החיים), און אפילו מ'וואלט ווען יא איבערגעשריבן קען מען גארנישט דערלייגן פונעם נישט מאכן אן "עיקול" ווייל מ'קען שטענדיג מערער זיין אויף א טרענספער, און צווייטענס, אויף די אלע טענות וואס די אהרונים האבן געהאט, איז נישט געווען פארוואס צו מאכן אן עיקול, וואס זיי זאלן ווען קענען טענה'ן אז אויב נישט איז עס א פסידא דלא הדר.(און טאקע דעריבער האט עטץ דערלייגט און דער ריכטער האט נישט געוואלט לאזן דעם עיקול).
לגבי די נובהרדאק בי"ד שרייבן זיי קלאר, אז דער היתר איז געווען נאר אויף אן עיקול "בתנאי שלא יהא כרוך בשום מסירה ח"ו", אויס עס איז נישט געווען קיין מסירה וואס האבן זיי געדארפט ארויסשרייבן די פאראגראף.
תוקן על ידי יוסף90 ב- 15/05/2012 22:53:53