דער שוטה פארשטייט נישט אז א שונא ממש קען אפילו נישט מנדה זיין... זיין נידוי איז גארנישט.
די טיפש איינער, ווען א רב איז מנדה איד איד אין מארגן איז ער איהם דן, שרייט יענער בע"ד שונא
ווען ר' ישראל חיים מנשה שרייבט קשר בוגדים וויל מ'האט פוגע געווען אין סמכות פון מרא דאתרא דער ברך משה, מיינט עס אז ער איז א שונא אדער ער האט יענעם מוכיח געווען אויף זיין זלזול בכבוד התורה?
נעבעך. לאנצוט האט צעשאסן דאס איינרעדעניש דיינעם מיט דיין באראש בית דין. די בית דין וואס באשטייט פון א לעדערהעט. קיינמאל נישט געלערנט קיין חושן משפט. קיינמאל נישט געפירט קיין דין תורה אין זייער לעבן. איין זאך וואס זיי האבן איז שונאה ורשעות, וואו קומען זיי בכלל צו זאגן דא א מיינונג?
דער באראש בי"ד ווי די די רופסט עס, האט שוין באוויזן זייער אסאך שיינע זאכן, אויך איצט ביי דעם כינוס כלל ישראל, ווען עס האט דיין גרויסן רבי'ן געשטעלט אין די קארנער ווי אן אפגעשמוסענער שוטה
אויב מעג א שונא פסק'ן, קען מען שוין נעמען יוסף90 און ר' שאול פערלשטיין. די דריי דיינים האבן די זעלבע כח התורה אין דעם סכסוך פון סאטמאר ווי ר' יוסף90.
א וודאי, דיין רבי האט גע'פסקנ'ט אלטער משה ג"ב, ווייל ער איז געווען זיין אוהב.
תוקן על ידי יוסף90 ב- 18/05/2012 05:17:47