היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?

גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?

134 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2956684
בלאט: 1 2 3

עכטער_חסיד » 2/5/2012 06:08

די אהרונים זענען כסדר ביזי מיט שרייען: גיין צו דין תורה.

שיינע דיבורים. אבער עס פרעגט זיך א גרויסע שאלה: איז בכלל דא מיט וועמען?

זיצנדיג אין מקוה, האב איך מיטגעהאלטן א שמועס וואס 2 אידן האבן דיסקוטירט דאס ענין פון דין תורה מיט די אהרונים. איינער האט זיך אנגערופן, איז דען שייך צו גיין מיט די אהרונים צו דין  תורה?

און ווייזט אן אויף בארא פארק. נאך לאנגע חדשים וואס דאס בי"ד האט געהערט די טענות פון ביידע צדדים פארוואס ר' מענדל שווימער איז יא אדער נישט פון די הנהלה, און פארוואס אהרן וועלץ מעג יא אדער נישט אליינס באלעבאטעווען, האט אויסגעקוקט אז אט גייט קומען א פסק, ושלום על ישראל.

אבער פלוצלונג ביים לעצטן דיון, ווען דער אהרונישער בורר זלמן גרויז האט זיך דערזען אז עס האלט שוין קרוב צו א פסק, האט ער אריינגעווארפן א פרישע באמבע, אז דאס איז נישט קיין דין תורה צווישן די 2 יחידים, נאר צווישן דעם ציבור. דאס מיינט אז נאך חדשים פון אויסברענגען צייט און צענדליגער טויזנטער דאלארס האט מען זיך דערזען ביים אלף.

מיט דעם אלעם, האט ר' מענדל שווימער דאס אויך נאכגעגעבן, און מסכים געווען אז מען זאל דן זיין לויטן ציבור. דאס בי"ד האט דעמאלסט פארלאנגט פון ביידע צדדים צו ברענגען חתימות פון זייער ציבור.

למעשה האט ר' מענדל שווימער אויסגעפאלגט די בקשה פון בי"ד, אבער דער אהרונישער צד האט נאך ביז היינט נישט געברענגט קיין חתימות.

פארוואס? ווייל זיי "ווילן נישט" קיין פסק!

אבער די אהרונים ווילן כסדר דין תורה!

איז דען בכלל דא מיט וועמען זיך צו שטעלן?

דאסטערס » 2/5/2012 06:17

ניין נישט דין תורה! דין תורה איז סתם א געלט און צייט פארשווענדעריי.

מאירשלום » 2/5/2012 06:28

אין ווישניץ וויליאמסבורג און מונסי האט דין תורה זייער שיין געפאסקענט מען האט ציטיילט לויט מתפללים און נדבנים, אבער דא אין סאטמר האט מען שוין ציטיילט תש״ס, וואס לכאורה גייט דין תורה גארנישט טוישען. נאר די ארונים ווילען ציברעכען סאטמר טרייען זיי דורך די קארט, מיט נאך שרייען און באשמוצען אונזער הייליגע קהלה מיטן זאגן אז מיר ווילן נישט קומען צו דין תורה, און זיי האלטען אז דאס געט זיי א בלענק טשעק, מיט אלע מיני מסירות צוציברעכן אונזער כוח

ריפל » 2/5/2012 07:18

דאסטערס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ניין נישט דין תורה! דין תורה איז סתם א געלט און צייט פארשווענדעריי.
האב איך דא א מורא'דיגע פראבלעם. פון איין זייט האב איך א תורה וואס הייסט גיין צו דין תורה, און פון די אנדערע זייט שרייט דאסטערס אז עס קאסט געלט. דאסטערס טייערע, ווען דו וועסט גרויס ווערן, וועסטו געוואר ווערן אז מצות קאסט געלט, סוכות קאסט געלט, שכר לימוד קאסט געלט, און די גאנצע תורה קאסט געלט. אבער איך בין א שטאלצע איד וואס מיין תורה האט מיר געהייסן גיין צו דין תורה אויב האב איך א סיכסוך, און יא! אפילו עס קאסט געלט!!! פארדעם בין איך א איד

_________________

אומזיסט » 2/5/2012 07:30

סאיז דא בכלל רילייעבל בתי דינים אדער אפילו רבנים פאר א זבל"א צו וועם צו גיין צו דין תורה? דערווייל זעמיר אין א מצב אז עס איז נישטא, ב.פ. ב"ב ובאבוב יוכיחו, מילא איז דערווייל די אפציע נישט שייך. אפשר גייען די צדדים איין אויף שלשה רועי בקר און זיי זאלן אויסהאמערן עפעס? קען זיין אז דאס קען מען יא טרעפן היינט.

דזשיגאן » 2/5/2012 07:40

איך וואלט ענדערש געפרעגט : גיין צו דין תורה, איז דאס פארוואס ? און בכלל פארוואס עפעס גיין צו דין תורה אומגעריפען ?? און וועמ'ן וואלטען זיי געוואלט ריפען ?

רבינו שליט"א פאר'ן אנעמען א רבנות וואס זיין טאטע האט אים  געגעבן.

די ראשי הקהלה פאר'ן אויספירען רצון קדשו פון רבינו הק' בעל ברך משה זי"ע.

אדער גאר הרבנית הצדיקת ע"ה פאר'ן געבוירען רבינו שליט"א

מאירשלום » 2/5/2012 08:17

פינטעל די ארונים ווילן נישט קיין דין תורה, זיי ניצען דין תורה פאר א בלענק טשעק צו פראבירען אונטער ברענגען סאטמר

מאירשלום » 2/5/2012 08:24

והראיה עלף יאר נאכן פורץ גדר זיין צו גייען און ערכאות, וואס ליידער נאכדעים האבן פילע יחידים און קהלות קדושות נאכגטועהן, האבן זיי נישט געברענגט קיין שום כתב פון א בית דין וואס האט זיי מתיר געווען, )אפילו פון שלשה רועי בקר אויכעט נישט( און נישט געשיקט קיין שום הזמנות צו קיין שום בית דין שבעולם, ווייל זיי ווילן נישט קיין דין תורה זיי ווילן ציברעכען סאטמאר

נישטאמת » 2/5/2012 14:25

און בני ברק דארף מען אויך גיין צי דין תורה?

עכטער_חסיד » 2/5/2012 17:33

ריפל

אין די תורה וואס איז געגעבן געווארן אויף הר סיני שטייט אז דין תורה איז נאר מיט א איד וואס פירט זיך ווי א איד, נישט איינער וואס פירט זיך ווי א גוי, און נוצט די תורה נאר ווען עס לוינט אים, בפרט ווען ער האט זיך ארויסגעשטעלט אז דין תורה איז ביי אים א שטעקן פונקט ווי דאס גויאישע קאורט!

דאסטערס » 2/5/2012 17:41

ריפל איך האב געשריבן עס איז געלט און צייט "פארשווענדעריי"!

לאנצוט » 2/5/2012 17:45

און למשל גיין נאר צו אזעלכע דיינים וועלכע פארשטייען "תהלוכי הקהלה" (לייען פעיראלל בלע"ז), דאס למשל ארבעט יא?

יוסף90 » 2/5/2012 18:04

עכטער_חסיד » 2/5/2012 18:04

די אהרונים ווערן הייפער

דין תורה איז א חיוב אויף יעדן איד ווען ער האט צו טאן מיט א איד וואס פירט זיך ווי א איד עפ"י שו"ע!

א איד וואס שרייט דין תורה אבער ער פירט זיך ווי א גוי, מיט אזאנעם איז נישטא קיין שום חיוב צו גיין צו דין תורה!

די תורה איז נישט שייך ביי א גוי!

וואס נאך קעלבער?

לאנצוט » 2/5/2012 18:35

דער תירוץ פון גיין נאר צו תהלוכי הקהלה וועלכע באקומען פעיראלל, איז א שאנדע פאר די תורה.
פינטל.

עכטער_חסיד » 2/5/2012 18:53

פארוואס איז עס א שאנדע?

דיין רבי האט דאך דאס אליינס געזאגט!

האט ער אמאל צוריקגעצויגן דערפון?

לאנצוט » 2/5/2012 19:04

אויב מען שיקט איינעם א הזמנה אין א דיני ממונות און ער זאגט איך גיי נאר צו די דיינים וועמען איך צאל וועידזשעס, איז עס א שאנדע.

דאס איז ראשית.

שנית, האבן שוין די זעלבע פעיראלל דיינים געשריבן "קשר בוגדים" און געמאכט פסקים איידער זיי האבן אפילו אויסגעהערט א צד. וואס א שטוינענדע שאנדע פאר'ן אידישע קינדער זיך אזוי צו פירן.

דאסטערס » 2/5/2012 19:09

יוסף90 מורא'דיג פיין אראפגעלייגט!!!! עס וואלט כדאי געווען עס איבערצוטייטשן אויף אידיש אז יעדער זאל עס פארשטיין.

האורח » 2/5/2012 19:12

עכטער_חסיד כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די אהרונים ווערן הייפער

דין תורה איז א חיוב אויף יעדן איד ווען ער האט צו טאן מיט א איד וואס פירט זיך ווי א איד עפ"י שו"ע!

א איד וואס שרייט דין תורה אבער ער פירט זיך ווי א גוי, מיט אזאנעם איז נישטא קיין שום חיוב צו גיין צו דין תורה!

די תורה איז נישט שייך ביי א גוי!

וואס נאך קעלבער?

אין וועלכע שולחן ערוך שטייט דאס? וועלכע רב האט אזוי געפסק'עט? מיט וואס פירט ער זיך ווי א גוי?

לאנצוט » 2/5/2012 19:57

יוסף90 קען זיך טענה'ן מיט אפאר ליטוואקעס אויף היידפארק. איך שטעל איך צו א פארהער דא.

לאמיר הערן וואס ער ענטפערט פאר לאנצוט אויף די איינציגע פראגע:

פארוואס אין בארא פארק האט מען געמעגט גיין צו "פרעמדע" רבנים, ווען די זאלונים רופן די ארונים?
פארוואס אין בני ברק האט מען געמעגט גיין צו "פרעמדע" רבנים, ווען די זאלונים רופן די ארונים?

פארוואס אין וויליאמסבורג, ווען די ארונים רופן די זאליס, מוז מען גיין נאר צו "פעיראלל".

תנאי כפול:
אויב יוסף90 קען מיר דאס ענטפערן בטוטו"ד, ווער איך בל"נ א זאלי. און איך געב היינט א קוויטל מיט א שיינעם פדיון פאר כ"ק אדמו"ר מהרז"ל שליט"א.

אויב יוסף90 וועט שטאמלען און נישט האבן צו ענטפערן איז דער תנאי בטל.

יוסף90 » 2/5/2012 20:05

איין זאך בעט איך דיר לאנצוט, עס זאל זיין וואס עס זאל זיין, מיט קיין קוויטל צו מיין רבי'ן קום נישט אריין

מיר דארפן נישט האבן קיין "פנים אל פנים" שרייבער'ס.

יוסף90 » 2/5/2012 20:13

לאנצוט

יעצט וועל איך דיר ענטפערן לגופו של ענין

ערשטענס, ביי א קהלי'שע די"ת, ווען די צווי צדדים באלאנגען צום זעלבן קהל דארף מען זיך לכתחילה דן זיין ביים בי"ד פון קהל, אזוי ווערט גע'פסקנט אין שו"ע.

ערוך השולחן חו"מ סי' זי "שבעסק הנוגע לעיר דנים בזה דייני העיר, וכ"ש שאם קבלו על עצמם שדייני העיר ידונו בעסקי העיר אף בעניני המיסים",

בארא פארק אין בני ברק באלאנגט נישט פאר א קהל נאר פאר פריוואטע קאמפאני'ס, און יענע קאמפאניס האבן נישט קיין בי"ד.

צווייטענס, אפילו מיר וועלן זאגן אז יענע קאמפאני'ס זענען אבער נכנע צום בי"ד פונעם קהל, איז עס נאר בחיי הנהגתו פונעם הייליגן ברך משה דער מרא דאתרא, דעמאלץ איז ער דער בעל הבית אויף אלע קהילות אין מוסדות, און אלע צדדי הסכסוך באלאנגען צו איין פירשאפט.

אבער לאחר פטירתו פונעם ברך משה, זענען די צווי קהלות צווי צדדים, און עס קען זיין אז מ'קען נישט מחייב זיין די אהרונים זיך מתדיין זיין ביי א בי"ד פון א קהל יטב לב וועלכע שטייט תחת נשיאותו פון האדמו"ר מוהרי"י.

דריטענס, צוזאגן אז די די"ת קומט נישט פאר ווייל מ'האט  זיך נישט געוואלט מתדיין זיין ביי די סאטמארער דיינים, איז א שקר גס.

ווייל מ'האט פארגעשלאגן, אויך דריי אנדערע בתי דינים, און מ'האט אויך פארדגעשלאגן א נייטראלע בוררות.

עכטער_חסיד » 2/5/2012 20:18

עס איז א דבר ידוע אז דא האנדעלךט זיך נישט אין קיין עניני ממנות, עס האנדעלט זיך אין רבנות פון וויליאמסבורג.

און יעצט צוריק צום ענין:

איך ערווארט אן ענטפער פון די אהרונים: פארוואס האבן ענק נישט צוגעשטעלט די חתימות אין באררא פארק? דאס מיינט "מ'וויל" דין תורה???

יוסף90 » 2/5/2012 20:23

און בארא פארק האבן זיי נישט צוגעשטעלט די חתימות, ווייל זיי ווילן גאר שטארק א די"ת.

אבראהאם » 2/5/2012 20:58

יאסל90 איז שקרן פארן זאגן אז בארא פארק איז א פריווטאטע זאך

ס'באלאנגט פאר די מוסדות סאטמאר אפילו די זאלי'ס ווילן נישט

אין ווען די זאלי'ס וועלן ברענגן שטרי ברורין אויף וויליאמסבורג וועלן די אהרונים מסכים זיין צי זייערע שטרי ברורין אין בארא פארק

ס'איז איין קעיס !!!

kj_monroe » 2/5/2012 21:08

האט אייער די בריוו פינעם וויזניץ'ערס איידעם אז מ'קען נאר גיין צי פעראל דיינים ביי פרשת אלטר משה

דאסטערס » 2/5/2012 21:12

רעבארן האט אמאל ביי א דרשה געזאגט אז סיי ווער עס האט א תבועה קען נאר ריפן צו דין תורה ביי סאטמארע דיינים, יעצט ווען עס קומט אים אויס שלעכט טוישט ער זיין מיינד!?

לאנצוט » 2/5/2012 21:17

ריין שקר.
ער האט גערעדט פון אן אישו פון אלטר משה גאלדבערגער איבער זיינע קינדער פון די מוסדות.
נישט קיין דיני ממונות.

קום מיט'ן אמת ביטע. לאמיר זעהן צו דאן קענסטו אויך ענטפערן?

אבראהאם » 2/5/2012 21:21

דאסטערס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רעבארן האט אמאל ביי א דרשה געזאגט אז סיי ווער עס האט א תבועה קען נאר ריפן צו דין תורה ביי סאטמארע דיינים, יעצט ווען עס קומט אים אויס שלעכט טוישט ער זיין מיינד!?

פארוואס איז מען אין בארא פארק אין בני ברק נישט געדאנגען צי ר' משה דיין דעמאלס, אז טאמיר ער איז זיך נאר מתדיין ביי אייגענע דיינים ?

לאנצוט » 2/5/2012 21:34

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איין זאך בעט איך דיר לאנצוט, עס זאל זיין וואס עס זאל זיין, מיט קיין קוויטל צו מיין רבי'ן קום נישט אריין

מיר דארפן נישט האבן קיין "פנים אל פנים" שרייבער'ס.

דו מאכסט א פעסטן טעות און דו פארטוישט מיך מיט א צווייטען, געזונטערהייט.

לאנצוט » 2/5/2012 21:41

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצוט

יעצט וועל איך דיר ענטפערן לגופו של ענין

ערשטענס, ביי א קהלי'שע די"ת, ווען די צווי צדדים באלאנגען צום זעלבן קהל דארף מען זיך לכתחילה דן זיין ביים בי"ד פון קהל, אזוי ווערט גע'פסקנט אין שו"ע.

ערוך השולחן חו"מ סי' זי "שבעסק הנוגע לעיר דנים בזה דייני העיר, וכ"ש שאם קבלו על עצמם שדייני העיר ידונו בעסקי העיר אף בעניני המיסים",

רבונו של עולם די דאזיגע פעיראלל דיינים האבן געשריבן קשר בוגדים און אלע שמוציגע לשונות אויף איין צד. וויאזוי קען מען גיין צו אזעלכע מענטשן דן צו זיין. ווען זיי זענען אזעלכע קארופטירטע נוגעים בדבר?

בארא פארק אין בני ברק באלאנגט נישט פאר א קהל נאר פאר פריוואטע קאמפאני'ס, און יענע קאמפאניס האבן נישט קיין בי"ד.
בארא פארק איז פריוואט? וויליאמסבורג נישט פריוואט?
שעמסט זיך נישט צו שרייבן אזעלכע נארישקייטן, וואס מארגן וועסטו זאגן אז דו האסט עס קיינמאל נישט געשריבן...

צווייטענס, אפילו מיר וועלן זאגן אז יענע קאמפאני'ס זענען אבער נכנע צום בי"ד פונעם קהל, איז עס נאר בחיי הנהגתו פונעם הייליגן ברך משה דער מרא דאתרא, דעמאלץ איז ער דער בעל הבית אויף אלע קהילות אין מוסדות, און אלע צדדי הסכסוך באלאנגען צו איין פירשאפט.
מיר זאגן דאך אז דער ברך משה האט קיינמאל גארנישט געמאכט. משה גבאי האט געמאכט. אלזא לאז ארויס דעם ברך  משה פונעם בילד.

אבער לאחר פטירתו פונעם ברך משה, זענען די צווי קהלות צווי צדדים, און עס קען זיין אז מ'קען נישט מחייב זיין די אהרונים זיך מתדיין זיין ביי א בי"ד פון א קהל יטב לב וועלכע שטייט תחת נשיאותו פון האדמו"ר מוהרי"י.
וועלכע נשיאות פון וועמען? ווער האט געמאכט אדמו"ר מוהרי"י פאר רב? דאס אליין איז דאך א חלק פון די דין תורה. וע"ז אנו דנים. נישט אזוי?

דריטענס, צוזאגן אז די די"ת קומט נישט פאר ווייל מ'האט  זיך נישט געוואלט מתדיין זיין ביי די סאטמארער דיינים, איז א שקר גס.
-
ווייל מ'האט פארגעשלאגן, אויך דריי אנדערע בתי דינים, און מ'האט אויך פארדגעשלאגן א נייטראלע בוררות.
נייטראל? ווער איז נוטראל?

משפט שלום מיט יצחק מאנדל איז סתם ליצנות. א בית פון די ליצים.
קארלסבורג זענען אלע שונאים פאר'ן דעמאלטדיגן קרית יואל'ער רב. און זענען אסור לדון בענין שהם שונאים לצד אחד.

למעשה האט לאנצוט געוואוסט אז יוסף90 וועט נישט האבן וואס צו ענטפערן צו דער זאך. ווייל זיינע שטותים קען ער פארקויפן פאר די ליטוואקעס אויף בח"ח. דא מוז ער רעדן דברים של טעם, און ער האט נישט.

פריש » 2/5/2012 21:46

לאנצי קענסט אפשר ענטפערן א פשוטע שאלה?

סאטמאר ב"פ געפינט זיך ביי דין תורה כרצון האהרוינים (אזוי עכ"פ שרייסטו אז די אהרוינים ווילן דין תורה און די זאליס נישט) בי"ד האט געבעטן אז אלע סאטמארע חסידים אין ב"פ זאלן אינטערשרייבן אז זיי וועלן אנעמען דעם פסק פון בי"ד.

נאר די זאליס האבן אינטרעגעשריבן און מען ווארט נאך עד היום (אריבער א יאר) אז די אהרוינים זאלן אינטערשרייבן.

אויב זענען די אהרוינים אזוי וויליג און בעטן זיך גאר פאר דין תורה און די זאליס זענען די וואס דרייען זיך ארויס (כפי דיינע דמיונות) ווי אזוי שטימט דאס מיטן פאקטישע מציאות אז די זאליס האבן גע'חתמ'עט און די אהרוינים האלטן נאך עד היום נישט ביים חתמ'ענען?

אבראהאם » 2/5/2012 21:52

ווייטער שקר

בית דין אין בארא פארק האט קיינמאל נישט געבעטן אז א יעדער זאל אונטער שרייבן
די זאלי'ס האבן זיך עס פרייוויליג אונטער גענמיען

די אהרנים זענען גרייט אונטער צי שרייבן בתנאי אז וויליאמסבורג שרייבט אויך אונטער

עכטער_חסיד » 2/5/2012 22:01

אבראהאם

אויב איז אלע מוסדות איין זאך,פארוואס האט דיין רבי נישט געוואלט איינגיין אויפ'ן פארלאנג פון זיין יונגערן ברודער דער סאטמארער רבי שליט"א אז מען זאל שוין דן זיין אויף אלע נכסים איבעראל?

אויב ווילסטו וויסן קלארער פארבינדט זיך מיט שופט שמידט.

אבראהאם » 2/5/2012 22:03

איך האב מיך פארבינדן שמיד ער זאגט מיר  אז ר' זלמן לייב וויל נישט גיין צי קיין דין תורה אויף וויליאמסבורג אפילו מען זאל הרג'ענען

והדברים ידועים

אומזיסט » 2/5/2012 22:07

יוסף, איך געדענק נישט אזא זאך ווי נייטראלע בוררות פארשלאג. ווען יא וואלט עס שוין לאנג געווען ביי דין תורה.

די זאליס האלטן נישט ביים גיין צו דוין תורה אין ווילי, ווייל ווי לאנצוט שרייבט איז די תביעה איבער די וויליאמסבורגער רבנות, און די טענה איז אז דער ברך משה האט געקאלעכט אין תשנ"ט. דער ברך משה האט נישט געגליכן צו גיין צו א בי"ד צו דיסקאסן זיינע פריוואטע געזונט אישוס, און בפשטות קען מען אים דערצו נישט מחייב זיין על פי תורה.

רב_הסוער » 2/5/2012 22:44

אויב זיינע געזונט אישוס איז רעלעווענט מוז מען דאך דאס אויסשמועסן, האסט אן אנדערע עצה? מ'קען דאך נישט אויסרייסן די תורה ווייל איינער גלייכט נישט אז מ'דיסקאסט עפעס,

יוסף90 » 2/5/2012 22:45

לאנצוט (םנים אל פנים רעדאקטער) שרייבט:

רבונו של עולם די דאזיגע פעיראלל דיינים האבן געשריבן קשר בוגדים און אלע שמוציגע לשונות אויף איין צד. וויאזוי קען מען גיין צו אזעלכע מענטשן דן צו זיין. ווען זיי זענען אזעלכע קארופטירטע נוגעים בדבר?

לאנצוט, די ווייסט וואס דער טיישט איז "אף בענייני המיסים", אפילו ווען די דיינים זענען דן און א ענין וואס זיי האבן א נגיעה, בענייני המיסים.
צווייטענס, דער קשר בוגדים צעטל איז נישט אריין אין עצם הסכסוך, דארט שטייט נישט צו מ'האט געמעגט ווארפן בערל פר"מ, אדער צו שאול פערלשטיין איז אין קהל, דאס בריוו איז געקומען שרייען איבער איין זאך אז ווען א קבוצה מעמבער'ס טיילט זיך אפ פון קהל אדער גייט ארויס קעגן א מרא דאתרא זענען זיי א קשר בוגדים.

דריטענס, אפילו לשיטתך אזמיט זייער צעטל האבן  זיך די דיינים יא געמישט, ווערט געפסקנט אין שו"ע, אז ביי א פאל וואס זיי האבן געזאגט א מיינונג, אדער מ'וויל זיין פסל'נען מדין נגיעת שנאה (וואס מצד הדין קען מען זיי נישט פסל'נען ווייל שנאה איז נישט קיין הלכה'דיגער פסול) אויב איז עס דייני העיר, דארפן זיי שטעלן דיינים תחתם, און נישט קיין צווייטער

בארא פארק איז פריוואט? וויליאמסבורג נישט פריוואט?
שעמסט זיך נישט צו שרייבן אזעלכע נארישקייטן, וואס מארגן וועסטו זאגן אז דו האסט עס קיינמאל נישט געשריבן...
בארא פארקער מוסדות באלאנגט נישט פאר קהל, יו. טי. עי. איז א קאנגארגעישאן וואס האט נישט קיין מעמבער'ס, וויליאמסבורגער יו.טי. עי. איז אויך פריוואט, דערמאן זיך די פעטשאן עוועניו בילדונג קעיס, די קאנגראגעשאן האט נישט קיין מעמבער'ס

מיר זאגן דאך אז דער ברך משה האט קיינמאל גארנישט געמאכט. משה גבאי האט געמאכט. אלזא לאז ארויס דעם ברך  משה פונעם בילד.
אלעס פיין און וואויל,די טענה קענסטו זאגן ביי א די"ת, אבער ווילאנג ער לעבט איז די קהלה איינס, נישט צווי אין מדין התורה דארף מען זיך דן זיין בעסק הנוגע לעיר ביי דייני העיר.

אגב אויף בני ברק האסטו גארנישט גענטפערט.

וועלכע נשיאות פון וועמען? ווער האט געמאכט אדמו"ר מוהרי"י פאר רב? דאס אליין איז דאך א חלק פון די דין תורה. וע"ז אנו דנים. נישט אזוי?

אמת דאס אליין איז א חלק פון די"ת, וועגן דעם טאקע לאחר פטירתו פונעם ברך משה האט אויך קיינער נישט געבעטן דן זיין ביי דייני הקהלה פון קהילת סאטמאר מוהרי"י, נאר ביי די דריי אנדערע בתי דינים, אדער ביי א נייטראלע
בוררות.

משפט שלום מיט יצחק מאנדל איז סתם ליצנות. א בית פון די ליצים.
התובע הולך אחר הנתבע און עפ"י הלכה מעג עס זיין אפילו א בי"ד של הדיוטות,  

קארלסבורג זענען אלע שונאים פאר'ן דעמאלטדיגן קרית יואל'ער רב. און זענען אסור לדון בענין שהם שונאים לצד אחד.
שונאים לצד אחד איז נישט קיין פסול מצד הדין,

דריטענס מ'באט פארגעשלאגן א בוררות, תשרי תשס"ג, מצד מהר"א ר' געציל, מצד מוהרי"י ר' ישראל חיים מנשה, און מ'האט שוין גערעדט דעמאלץ פון א שליש, דער דעמאטגער אנטווערפענער דיין

און איר האט נישט מסכים געווען.

לאנצוט » 2/5/2012 23:28

יוסף90 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

לאנצוט (םנים אל פנים רעדאקטער) שרייבט:

רבונו של עולם די דאזיגע פעיראלל דיינים האבן געשריבן קשר בוגדים און אלע שמוציגע לשונות אויף איין צד. וויאזוי קען מען גיין צו אזעלכע מענטשן דן צו זיין. ווען זיי זענען אזעלכע קארופטירטע נוגעים בדבר?

לאנצוט, די ווייסט וואס דער טיישט איז "אף בענייני המיסים", אפילו ווען די דיינים זענען דן און א ענין וואס זיי האבן א נגיעה, בענייני המיסים.
נישט ווען זיי האבן געזאגט א מיינונג קעגן דיר אן אויסהערן דעם אנדערן צד.

צווייטענס, דער קשר בוגדים צעטל איז נישט אריין אין עצם הסכסוך, דארט שטייט נישט צו מ'האט געמעגט ווארפן בערל פר"מ, אדער צו שאול פערלשטיין איז אין קהל, דאס בריוו איז געקומען שרייען איבער איין זאך אז ווען א קבוצה מעמבער'ס טיילט זיך אפ פון קהל אדער גייט ארויס קעגן א מרא דאתרא זענען זיי א קשר בוגדים.

דער קשר בוגדים האט אראפגעריסן ר' בערל פריעדמאן און אלע מענטשן מיט אים. צווייטנס איז לויט זיי ר' זלמן לייב קיינמאל נישט מרא דאתרא. וע"ז אנו דנים.

דריטענס, אפילו לשיטתך אזמיט זייער צעטל האבן  זיך די דיינים יא געמישט, ווערט געפסקנט אין שו"ע, אז ביי א פאל וואס זיי האבן געזאגט א מיינונג, אדער מ'וויל זיין פסל'נען מדין נגיעת שנאה (וואס מצד הדין קען מען זיי נישט פסל'נען ווייל שנאה איז נישט קיין הלכה'דיגער פסול) אויב איז עס דייני העיר, דארפן זיי שטעלן דיינים תחתם, און נישט קיין צווייטער

אזעלכע ליצנות. אז מ'גייט דירעקט צו אזעלכע דיינים וועלכע האבן שוין געזאגט זייער מיינונג און ארויסגעקומען מיט צעדרייטע פסקים קעגן א עדה אידן, און צו "נאר" צו זיי מוז מען גיין.

בארא פארק איז פריוואט? וויליאמסבורג נישט פריוואט?
שעמסט זיך נישט צו שרייבן אזעלכע נארישקייטן, וואס מארגן וועסטו זאגן אז דו האסט עס קיינמאל נישט געשריבן...
בארא פארקער מוסדות באלאנגט נישט פאר קהל, יו. טי. עי. איז א קאנגארגעישאן וואס האט נישט קיין מעמבער'ס, וויליאמסבורגער יו.טי. עי. איז אויך פריוואט, דערמאן זיך די פעטשאן עוועניו בילדונג קעיס, די קאנגראגעשאן האט נישט קיין מעמבער'ס

וואס דרייסטו מיר א קאפ מיט "קאנגרעגעישאן". בארא פארק איז אנדערש. ווייל דארט איז ר' בעריש מייזליש, און זיין בלוט איז הפקר.

מיר זאגן דאך אז דער ברך משה האט קיינמאל גארנישט געמאכט. משה גבאי האט געמאכט. אלזא לאז ארויס דעם ברך  משה פונעם בילד.
אלעס פיין און וואויל,די טענה קענסטו זאגן ביי א די"ת, אבער ווילאנג ער לעבט איז די קהלה איינס, נישט צווי אין מדין התורה דארף מען זיך דן זיין בעסק הנוגע לעיר ביי דייני העיר.

נישטא קיין דייני העיר, ליצני העיר. דיינים וועלכע האבן אויסגעהערט איין צד און ארויסגעגעבן פאשקעווילן קעגן אנדערן צד, אן זיי הערן. זיי זענען נישט קיין דיינים, נאר ליצים.

אגב אויף בני ברק האסטו גארנישט גענטפערט.
פארוואס אין בני ברק איז מען נישט געגאנגען צו "תהלוכי הקהילה" דיינים, נאר געזוכט פרעמדע?
און פארוואס טאר'ן די ארונים נישט רופן אין ירושלים, נאר די זאליס מעגן רופן אין בני ברק.

די אלע זאכן האבן א תירוץ: הא לן והא להו.

וועלכע נשיאות פון וועמען? ווער האט געמאכט אדמו"ר מוהרי"י פאר רב? דאס אליין איז דאך א חלק פון די דין תורה. וע"ז אנו דנים. נישט אזוי?

אמת דאס אליין איז א חלק פון די"ת, וועגן דעם טאקע לאחר פטירתו פונעם ברך משה האט אויך קיינער נישט געבעטן דן זיין ביי דייני הקהלה פון קהילת סאטמאר מוהרי"י, נאר ביי די דריי אנדערע בתי דינים, אדער ביי א נייטראלע
בוררות.

משפט שלום מיט יצחק מאנדל איז סתם ליצנות. א בית פון די ליצים.
התובע הולך אחר הנתבע און עפ"י הלכה מעג עס זיין אפילו א בי"ד של הדיוטות,  
מ'קען נישט גיין צו דיינים וועלכע זענען מיינע אפענע שונאים און זענען אוהבים פאר דיר. פינקט ווי  איך קען נישט ברענגען מיין טאטע זאל זיין דער דיין ביי א סכסוך וואו איך בין א בעל-דין.

א בלינדער, שטימער, טויבער און קראנקער מענטש  פארשטייט עס. נאר א היפאקריט נישט.

קארלסבורג זענען אלע שונאים פאר'ן דעמאלטדיגן קרית יואל'ער רב. און זענען אסור לדון בענין שהם שונאים לצד אחד.
שונאים לצד אחד איז נישט קיין פסול מצד הדין, "אוהבים לצד אחד" איז פעסטע פסול.

דריטענס מ'באט פארגעשלאגן א בוררות, תשרי תשס"ג, מצד מהר"א ר' געציל, מצד מוהרי"י ר' ישראל חיים מנשה, און מ'האט שוין גערעדט דעמאלץ פון א שליש, דער דעמאטגער אנטווערפענער דיין
מיר ווילן נישט קיין אוהבים און נישט קיין שונאים. מיר ווילן נוטראלע מענטשן. פינקט ווי איר האט אויסגעקליבן אין בארא פארק און בני ברק דארט ווי איר רופט.

מיר וועלן דעם זעלבן סטאנדארט. נישט קיין הא לן והא להו. די תורה הקדושה איז נישט קיין זשאוק.

געלעכטער » 2/5/2012 23:33

חוץ אויף היידפארק און אין בלאט איז דא א בריוו אפילו פון איין בי"ד אז די זאליס זענען מסרבים לדין, אזוי ווי דער דין איז ווען א בי"ד שיקט דריי הזמנות און מ'שטעלט זיך נישט צו?

רב_הסוער » 2/5/2012 23:42

דער בעל דין אליין זאגט אז ער איז מסרב, וואס נאך ברויכסטו

לאנצוט » 2/5/2012 23:43

נאווארדאק בית דין האט געשיקט אויף אייך א סירוב.
אבער האבן צוריקגעצויגן נאך דרוק פון צד מהרז"ל.

און ביי די וועי, האט מען דעמאלט געזאגט אז ביי זיי טאר מען קיין גלעזל וואסער נישט טרונקען...
אבער ביי גאביוף בית דין זעט אויס מעג מען  יא...

הא לן והא להו ארבעט מיט דער פולער פארע.
די תורה זאל ווערן א שמאטע, אבי איך בלייב מיט די גניבה.

עכטער_חסיד » 2/5/2012 23:52

אהרונים!

וואו זענען ענקערע חתימות???

לאנצוט » 3/5/2012 01:58

עס קאסט מיר באמת א לאך, ווען איך קוק צוריק די נערישע שאלות הין-און-צוריק איבער די פעיראלל דיינים, היתכן מ'נעמט זיי נישט אויף די דין תורה.

און איך קלער נאר צו מיר:

העי !
די דיינים האבן קיינמאל נישט געלערנט קיין חושן משפט אין זייער לעבן.
זיי האבן קיינמאל קיין דין תורה נישט געפירט אין זייער לעבן.
אויסער שמאטקעלעך און טל-ומטר שאלות האבן זיי נישט קיין שום ערפארונג, פינקט ווי מ'זאל נעמען א כולל יונגערמאנטשיק צו פסק'ן א שווערע דין תורה.

די טפשים האבן געמאכט א פורים בית דין פאר ריכטער באראש, און כדי צו פארוואשן די אויגן זאגן זיי מיר האבן א בית דין, מיר ווילן "נאר גיין" צו די דיינים, וועלכע זענען אייך גרייט צו שח'טן, ממתי'ן און קויל'ן אן א מעסער!

דאס ליצנות וואס די יונגען מאכן פון די תורת משה איז אומבאשרייבליך.

מאירשלום » 3/5/2012 02:40

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

האסטו זיי פארהערט וואס זיי קענען. ?

מאירשלום » 3/5/2012 02:42

לאנצוט זענען די ארונים מסכים צו גיין אין דין תורה אויף גאנץ סאטמאר?

יוסף90 » 3/5/2012 02:54

לאנצוט (פנים אל פנים רעדאקטער) שרייבט:

דער קשר בוגדים האט אראפגעריסן ר' בערל פריעדמאן און אלע מענטשן מיט אים. צווייטנס איז לויט זיי ר' זלמן לייב קיינמאל נישט מרא דאתרא. וע"ז אנו דנים.
ערשטענס, דיינים פון א קהלה מעגן זאגן פאר מחוצפים, אז איר זענט מחוצפים און איר וועט נאר דערמיט נישט פסול צו דיין זיין, עס איז שטייט בפירוש אין שו"ע, איז א פסול פון שנאה איז נאר א חומרא
צווייטענס, די האסט א טענה אז רז"ל איז נישט רב, קענסט עס טענה'ען ביי א די"ת, אבער ארויסטרעטן קעגן א החלטה פון א מרא דאתרא דער ברך משה (וואס די דיינים זענען עדות אז זיי האבן עס אליין געהערט פון עם און זיי האבן עס אונטערגעשריבן) איז א חוצפה, און דערמיט וואס ער טרעט ארויס דערוועגן ווערט נאכנישט פסול.

עס שטייט קלאר און שו"ע, אז א דיין וואס שרייט אן א בע"ד א פאר טעג בעפאר א די"ת, מעג עם דן זיין ביי די די"ת, און אויב ער וויל זיך מחמיר זיין קען ער שטעלן א דיין תחתיו.

מיטן מוחה זיין אויף חוצפה, ווערט א דיין נישט קיין צד, אנדערש איז נישטא מער קיין בתי דינים בישראל.

ווי אזוי האט דיין רבי ר' אהרן געוואלט אז דער ברך משה זאל דן זיין אלטער משה גאלדבערגער, און די צייט ווען ער האט שוין געזאגט א מיינוג קעגן עם.

אזעלכע ליצנות. אז מ'גייט דירעקט צו אזעלכע דיינים וועלכע האבן שוין געזאגט זייער מיינונג און ארויסגעקומען מיט צעדרייטע פסקים קעגן א עדה אידן, און צו "נאר" צו זיי מוז מען גיין. 

יא, ביי דייני העיר, מעגן מעג מיין גיין צו נוגעים, יא, יא, קענסט נישט קיין הלכוץ, שווייג שטיל, שו"ע איז נישט געשריבן געווארן לויטן שכל פון "פנים אל פנים".

זיי זענען נישט ארויס קעגן אן עדה אידן, נאר
קעגן די מחוצפים.

וואס דרייסטו מיר א קאפ מיט "קאנגרעגעישאן". בארא פארק איז אנדערש. ווייל דארט איז ר' בעריש מייזליש, און זיין בלוט איז הפקר.
לא אמרת כלום, האסט גארנישט גענטפערט, בארא פארק קען זיין ווען דיע די"ת וואלט געווען בחיי הברך משה וואלט מען אויך פארגעשלאגן דייני הקהלה, אבער אזויט ווי די די"ת איז שוין פארגעקומען נאך זיין פטירה, באלאנגען נישט די צווי צדדי הסכסוך מצד הדין אונטערן סמכות פון איין מרא דאתרא, דעמאלץ איז די בעסטע לעזונג בוררות.

נישטא קיין דייני העיר, ליצני העיר. דיינים וועלכע האבן אויסגעהערט איין צד און ארויסגעגעבן פאשקעווילן קעגן אנדערן צד, אן זיי הערן. זיי זענען נישט קיין דיינים, נאר ליצים.
איבער דעם ענין הסכסוך כשלעצמו האבן זיי נישט אויסגעהערט איין צד, צווייטענס, אפילו זיי הערן אויס איין צד, ביי א סכסוך הנוגע לעיר דארף מען גיין צו די דייני העיר, אפילו זיי האבן אויסגעהערט איין צד.

פארוואס אין בני ברק איז מען נישט געגאנגען צו "תהלוכי הקהילה" דיינים, נאר געזוכט פרעמדע?

שוין גענטפערט פריער, בני ברק, קען זיין ווען דער ברך משה לעבסט, וואלט ער געקענט מחייב זיין די צדדים צו גיין צו דיינים וואס ער וועט שטעלן, אבער מ'האלט שוין נאך די פטירה פון ברך משה, דאן איז דא צווי צדדים וואס האבן נישט קיין אייניגע סמכותא עליונה.

און פארוואס טאר'ן די ארונים נישט רופן אין ירושלים, נאר די זאליס מעגן רופן אין בני ברק.

ווער לאזט נישט די אהרונים רופן אין ירושלים צו א די"ת?

מ'קען נישט גיין צו דיינים וועלכע זענען מיינע אפענע שונאים און זענען אוהבים פאר דיר. פינקט ווי  איך קען נישט ברענגען מיין טאטע זאל זיין דער דיין ביי א סכסוך וואו איך בין א בעל-דין.

א טאטע איז פסול מחמת קירבה, און כל הסולים לךהעיד פסולין לדון, אבער א שונא איז נישא פסולין להעיד, איז ער נישט פסולין לדון.

אפשר ווייסטו מיר אויף ווי ר' יחזקאל ראטה איז אוהב לצד אחד, מיט וואס?

מיר ווילן נישט קיין אוהבים און נישט קיין שונאים. מיר ווילן נוטראלע מענטשן. פינקט ווי איר האט אויסגעקליבן אין בארא פארק און בני ברק דארט ווי איר רופט.

און שו"ע שטייט זה בורר לזה וזה בורר לזה, והשניים בוררים להם שליש
קענסט מיר נישט איינטיילן וואספארא בורר איך זאל נעמען.

עכטער_חסיד » 3/5/2012 06:35

לאמיר נישט פארפארן פונעם עיקר:

איך האב געפרעגט א שאלה, איז דא מיט וועמען צו גיין צו דין תורה?

בארא פארק איז מען געגאנגען צו א בית דין וואס איז כשר אויך לויט די אהרונים, נו פארוואס צעגערן זיי?

גינגריטש » 3/5/2012 17:57

איך פארשטיי נישט די גאנצער פאלעמיק, אין שולחן ערוך שטייט, אויב גייט איין צד צו ערכאות אהן רשות בי"ד איז בית דין אין נזקקין להם! קעיס קלאוזד!

עכטער_חסיד » 3/5/2012 21:08

די גאנצע פאלעמיק איז איבריג, ווען מען זעט ווי די אהרונים אליינס האבן נישט קיין פאראייניגטע שטעלונג.

איינער שרייט אז די אהרונים מוזן נישט אונטערשרייבן אין בארא פארק דין תורה, ווילאנג סאטמאר שרייבט נישט אונטער איבער די וויליאמסבורג דין תורה.

קומט א צווייטער — און ענטפערט אפ די טענה אז מען זאל מאכן איין דין תורה אויף אלעם — אז עס האט נישט קיין שייכות איין קהילה מיט די אנדערע.

א פלא איז נאר לויטן צווייטן, פארוואס לשיטתו איז זיין רבי יא "רב הצעיר דקהילות הקודש די בכל אתר ואתר"?..
בלאט: 1 2 3