גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?
134 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2956684
ניין קיין בריוו פון דיינים האב איך נישט געזעהן, אבער דער דעמאלסדיגער קר"י רב האט געשריבן א בריוו פאר ר' אלטר משה גאלדבערגער וזוגתו שינדל, אז יעדער סכסוך קענען דן זיין דייני קהלתינו ובראשם כ"ק אדמו"ר שליט"א, דאס איז נאכדעם וואס כ"ק אדמו"ר שליט"א ובנו האבן ארויסגעווארפן ר' אלטר משה פון די קהלה, און זיינע קליינע קינדער פון די מוסדות, צוליב ר' אלטר משה'ס ארויסרעדן קעגן ר' משה'לע וויזניצער,
אז א רבי ווארפט ארויס א איד פון די קהלה און זיינע קינדער פון די מוסדות, איז דאס ווייניגער ווי דיינים שרייבן בריוו?
די צווייטע זאך, ליין איבער ר' אהרן'ס דעמאלסדיגע דרשה ווי ער האט מסביר געווען אז קיינער אויסער דייני קהלה קענען נישט פארשטיין צו פסק'נען א סכסוך פון די קהלה ממילא איז נישט שייך צו גיין צו קיין אנדערע דיינים עניוועיס
לאמיר זעהן דעם בריוו פון ר' אהרן, און נאכער וועלן מיר רעדן.
קיין שונאים זענען די דיינים נישט געווארן, ווייל "זיי האבן" נישט געשריבן קיין שמוציגן פאשקעוויל בריוו.
די דרשה געדענק איך, ווייל די דין תורה איז געווען איבער זיינע קינדער אין די מוסדות, קיין שום געלט סכסוך איז דאן נישט געווען ענטענגעלט.
לאנצוט איך האב נישט דעם בריוול, אבער לויט ווי איך געדענק איז דאס געשטאנען, אדרבה ווער עס האט דעם בריוו זאל עס ארויפשטעלן, אפשר ביסטו גערעכט.
ארויסשטעלן בערל פרידמאן פון קהל איז יא געלט?
| פישמאן כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | לאנצוט איך האב נישט דעם בריוול, אבער לויט ווי איך געדענק איז דאס געשטאנען, אדרבה ווער עס האט דעם בריוו זאל עס ארויפשטעלן, אפשר ביסטו גערעכט.
ארויסשטעלן בערל פרידמאן פון קהל איז יא געלט?
א געלט סכסוך, א בעלות סכסוך, א מי בראש סכסוך. זיכער נישט קיין רוחניות'דיגע.
|
|
[בילד – נישט אפגעהיט]
לאנצו"ט שרייבט
דאס זאגסטו. דיי זאגן אז די גאנצע זאך האט גארנישט מיט'ן ברך משה. עס איז פשוט'ע געלט סכסוך. קיין שום סמכות עליונה אדער סמכות תחתונה געמויזעכץ קומט באמת נישט אריין.
קענסט טענה'עען ביי א די"ת די טענה, אבער מבזה זיין א רב, אויב די דיינים האלטן אז מ'האט עם מבזה געווען איז א רוחניות'דיגע סכסוך, בזיון ת"ח איז נישט קיין געלט סכסוך
זיי זענען דם-שונאים פאר אלע מענטשן וועלכע נעמען זיך אן פאר ר' אהרן. פינקט ווי יוסף90 האט פיינט אלע מענטשן וואס נעמען זיך אן פאר זיין שונא ר' אהרן. די דיינים זענען פשוט'ע בשר ודמ'ס מיט שלעכטע מידות ליידער, וואס צוליב זייערע געלט אישוס אדער לשון הרע'ס האבן זיי זיך גע'פסול'ט פון אריינרעדן אין יעדע דין תורה מיט זייער שונא ממש.
אבער אלע מענטשן וואס זענען חסידים פון ר' אהרן זענען נישט געוועכן קיין צד לדי"ת, נאר בערל פרי"מ וואס האט אונטערגעשריבן אויף די קאנסוס פאר רז"ל, דאס מיינט אז מ'האט עם נישט פיינט געהאט, ברענגט מיר איין זאך וואס די דיינים האבן געטאן בעפאר דעם בריוו קעגן בערל פרי"מ.
קיי נישט איבער נאכמאל דיינע אלטע שטותים
א דאנק פאר דעם בריוו.
לאמיר עס צענעמען אויף קליינגעלט.
1) זעה איך נישט קיין שמוציגע פאשקעוויל "קשר בוגדים" צעטל.
2) איך זעה אז מ'הייסט אים ארויסגיין פון ערכאות של עכו"ם. וזהו.
3) די טענה פון אלטר משה איז געווען א ריין רוחניות'דיגע אישו, איבער דאס ווארפן פון זיין קינד פון די מוסדות. ממילא איז דאס א זאך וואס געהערט פאר די רוחניות'דיגע פירער, חוץ אויב ער האלט אז זיי זענען נישט די רוחניות'דיגע פירער, דאן וואלט דער דיון זיכער אנדערש געווען.
תבנא לדינא:
ביי אלטר משה ג"ב איז נישט דא קיין שמוציגע פאשקעווילן קעגן אים. ממילא איז נישטא קיין שום שנאה, ממילא מוז זיך קיינער נישט מסלק זיין. בלויז א פסק ער זאל ארויס פון קאורט.
צווייטנס איז עס א רוחניות'דיגע אישו מהחל ועד כלה נישט א געלט סכסוך.
טיפש
דער בריוו איז שוין געשריבן געווארן נאכן נעמען א מיינונג
נאך ווען דער ברך משה האט ארויסגעווארפן אלטער משה מיט זיינע קינדער
פארוואס איז אלטער משה געגאנגען אין געריכט, ווייל מ'האט שוין חורף דינו געווען אן קיין די"ת.
שרייבן קשר בוגדים איז גענומען א מיינונג
אבער ווארפן די קינדער, בעפאר א די"ת איז נישט קיין מיינונג?
ארויסווארפן קינדער פון א ת"ת איז כולו רוחניות
אבער פוגע זיין אין כבוד התורה איז גשמיות?
איך ווייס נישט פון קיין פוגע זיין קיינעמ'ס כבוד התורה ביי ר' בערל פריעדמאן, מ'האט פוגע געווען אין משה פרידמאן. דאס איז נישט קיין תירוץ פארוואס מ'דארף שרייבן "קשר בוגדים" פאשקעווילן.
אויף אלטר משה זעה איך נישט קיין פאשקעווילן פון די דיינים.
ווייל זיי זענען ערליך נישט, און לאזן זיי נישט זייער פאליטישע שנאה דאמינירן.
ביי די וועי, זיי האבן נאר געהייסן אלטר משה ארויסגיין פון ערכאות עכו"ם, ער האט געהאט די ברירה צו גיין צו זיי פון בעפאר זיי וואלטן אים גערן אויסגעהערט. והא ראי' אז ר' יואל מארגנשטערן איז געווען צווישן די דיינים.
ביי די דיינים האבן זיי נישט געוואלט אויסהערן ר' בערל פריעדמאן און קיינעם נישט פון די ארונימ'ס זייט. נאר פאשקעוילן איז געווען דער ענטפער.
א וואונדער אז זיי זענען פסול לדין. והוראתם בטל אפילו בדיעבד?
לאמיר זאגן לאנצו"ט טייערער, אז די דיינים האבן פאלש געטראכט, אין בערל פרי"מ האט אין קיינעם'ס כבוד התורה נישט פוגע געווען.
לאמיר שוין זאגן.
אבער זיי האבן אבער געהאלטן אז יא, איז למעשה זייער בריוו געווען געצילט איבער די פגיעה אין כבוד התורה וועלכע איז א רוחניות'דיגע אישו
צווייטענס, שיקן א מענטש צו די"ת, ביים מרא דאתרא, נאך ווען דער מרא דאתרא זאגט שוין זיין מיינונג במלוא התוקף, מיטן ארויסווארפן עם מיט זיינע קינדער, איז נישט ארויסגעזאגט א מיינונג פון פאראויס.
רוחניות און גשמיות איז 2 זאכן. א געלט סכסוך קען יעדער גיין צי וועלכן בית דין ער וויל.
חוץ ביי די נייע תורה פון "סמכות עליונה"? און "תהלוכי הקהלה" בעלאני.
ליין איבער מיין תגובה
וועסטו זעהן אז די האסט גארנישט גענטפערט
ער האט נישט גערופן איבער א דיני ממונות, נאר איבער א רוחניות.
צווייטנס האבן זיי אים נישט מנדה געווען און נישט מבזה געווען. איך זעה א צעטל אז ער מוז ארויס פון קאורט.
הימל און ערד פון קשר בוגדים פאשקעוויל אין דער איד.
נאכאמאל מוחה זיין אויף כבוד התורה (דגי דיינים האבן געהאלטן אז עס איז אמת) איז ממנות?
ארויסווארפן א קינד פון ת""ת מיטן טאטן צוזאמען אין דערנאך שיקט עם דער ארויסווארפער צו די די"ת ביים ארויסווארפער, איז אנדערש ווי קשר בוגדים?
א פייט צווישן בערל פרידמאן מיט משה פריעדמאן איז נישט קיין כבוד התורה.
אבער די רבנים מעג האלטן אז עס איז כבוד התורה
אפילו די האלסט אנדעירש
דיעריבער איז עס א רוחניות'דיגע אישו
ביי אלטער משה ג"ב האט אלטער משה אויך געהאלט אז עס איז א פייט פון משה פר"מ מיט אלטער משה ג"ב
| יוסף90 כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | אבער די רבנים מעג האלטן אז עס איז כבוד התורה
אפילו די האלסט אנדעירש
דיעריבער איז עס א רוחניות'דיגע אישו
ביי אלטער משה ג"ב האט אלטער משה אויך געהאלט אז עס איז א פייט פון משה פר"מ מיט אלטער משה ג"ב |
|
ווען מ'רופט צו דין תורה איבער "בעלות" ווי קומט דא אריין כבוד התורה?
איך פארשטיי אז ביי יוסף90 איז "אמת און שקר" די זעלבע, מ'נוצט עס ווען עס לוינט זיך. דער מציאות איז דער דין ודברים איז נישט געווען איבער קיין רוחניות'דיגע זאך נאר איבער בעלות.
קען זיין אז אלטר משה ג"ב דארף יעצט ענדערן זיינע טענות. אבער דעמאלט איז עס געווען איבער רוחניות אנגעלעגנהייטן.
די הזמנה פון די די"ת איז געווען צווי דריי ואכן דערנאך
די מחאה איבער זלזול כבוד התורה, איז געווען דריי וואכן בעפאר און עס איז אויל רוחניות
און צווייטענס, דיינים וואס האבן מדה געווען א מענטש איבער זלזול כבוד התורה קענען דן זיין א בע"ד שפעטער
לאנצוט, דער בריוו פון ר' אהרן פאר ר' אלטר משה וזוגתו שינדל, איז געווען נאכדעם וואס ר' אלטר משה האט תובע געווען לדין ביי א בית דין אין מאנסי, און ר' אהרן האט נישט געהאלטן ביים צושטעלן צו דין תורה, גראדע זענען די תביעות געווען ממונות, ווייל מ'האט דעם איד אנגעהאקט די ביינער אין קר"י בית המדרש פאר'ן מוחה זיין קעגן ר' משה'לע וויזניצער,
ר' אהרן האט געהאלטן א דרשה קעגן דעם בית דין, און באשולדיגט אלס א בית דין חצוף, בלויז פאר דעם פאקט אז זיי האבן זיך געוואגט צו שיקן א הזמנה לדין, דער בית דין האט נאך עטליכע הזמנות און התראות געגעבן א היתר בית דין פאר הרב גאלדבערגער צו גיין בערכאות,
ר' אהרן האט נאכן ארויסווארפן די קינדער פון די מוסדות, בעת ווען עס איז נאכנישט געווען קיין אנדערע מוסדות אין שטאט, און נאכדעם וואס ער האט נישט געוואלט גיין צו דין תורה צו א בית דין כשר בישראל המרוצה לשני הצדדים, האט גלייך אויסגעפסק'נט אז עס איז בלויז דא רוחניות'דיגע תביעות און דוקא זיין טאטע בראש פון זיינע איינגעשטעלטע זאלן פסק'נען דעם סכסוך, איך מיין אז די פארשטייסט אויך אז מאכט נישט קיין סענס, אז ר' אהרן זאל באשליסן אויב די תביעה איז רוחניות אדער גשמיות, ער האט דאך נאכנישט פארגעלייגט די טענות ותביעות,
איך פארשטיי אז רוחניות מיינט צו באשליסן אויב מ'זאל מאכן ריסעס 11 אזייגער אדער 12 אזייגער אדער מזאל לערנען מסילת ישרים צו חובת הלבבות, אבער אנברעכן א איד די ביינער אין שול און ארויסווארפן זיינע קינדער אויף די גאס אפשר איז יא דא תביעת ממון,
חוץ מזה איז דער עצם זאך אז א איד רופט צו א נייטראלער בית דין זאל דער בית דין פארשריגן ווערן אלס בית דין חצוף און לכבוד דעם האט מען יארן לאנג געפסל'ט גט'ן פון דעם בית דין, כאטשיק עס איז א הארבע זאך מוציא לעז זיין אויף א גט, עס איז בחרם דרבינו תם, איז דאס א השחתה אויפן נידעריגסטן סארט,
בנוגע דער סכסוך פון בערל פרידמאן מיט יענקל כהנא, האט ר' יצחק ראזענבערג געזאגט זייער קלאר אלף שמות אז דער סכסוך איז איבער דאס רבנות פון רז"ל, וואס ר' אהרן איז באמת שוין געווארן רב הצעיר און קהל האט נישט געקענט אויפנעמען א צווייטן רב, עס קען זיין די דיינים האלטן אז רבנות פון א קהלה איז יא רוחניות,
קען זיין אז לאנצוט האלט אז אנשלאגן א איד און ארויסשטעלן זיינע קינדער איז רוחניות און נישט גשמיות, און די רבנות אין וויליאמסבורג איז בלויז גשמיות נישט רוחניות, אבער די דיינים מעגן מחולק זיין.
די דין תורה איז געווען ווייל מ'האט נישט געוואלט האלטן זיין קינד אין חדר.
אויב איז דאס גשמיות, ביטע זיי מסביר וויאזוי?
רב גאלדבערגער דער תובע זאגט אז ער האט דוקא יא תובע געווען ממונות, און אזוי זאגן אויך די רבנים פון די בית דין המזמינים הרב לייביש לאנדסמאן,
טאמער האלט לאנצוט אז ר' אהרן איז דער מחליט וואס גאלדבערגער איז תובע, דעמאלס איז מצידי דער דיסקאשען געשלאסן,
אבער אביסל קאמאן סענס זאגט אז סיי וועלכער דיספיוט פון א קהלה וואס האט ארויסגעשטעלט א מענטש פון בית מדרש מיט מכות רצח און זיינע קינדער ארויסגעשליידערט אויף די גאס און א שטעטל וואס האט נישט קיין אנדערע מוסד, איז אבסורד צו זאגן קום צו מיינע רבנים צו דין תורה, און קיין שום אנדערער בית דין טאר ח"ו נישט אריינמישן, און אז יא איז מען א בית דין חצוף, וואס זייער פסקים זענען בטל בעבר ובעתיד, זייערע גיטין וקידושין זענען פסול כמשפחות הפנקסים,
פישמאן.
איך האב הנאה פון דיין אויפברענגען די אישו. ווייל איין זעה איך קלאר:
אז אויב די אישו איז טאקע רוחניות, פארשטייסטו לכאורה (דערווייל) אז די דיינים מעגן יא דן זיין.
מיר דינגען זיך נאר יעצט, צי די טענות "דעמאלט" זענען געווען ממונות אדער רוחניות.
אקעי, מיין זכרון זאגט קלאר אז ס'איז געווען רוחניות נישט גשמיות.
ביטע ברענגען עני באווייז אנדערש. (אויב דו ווילסט מיך באשולדיגן).
איך האב זיכער הנאה אז די רעדסט פון דעם נושא, ווייל עס איז א שיין רינגל פון די קייט פון השחתה פון די הנהגה פון צד מהר"א אין די לעצטע 30 יאר,
איך האלט קלאר אז יעדער איד האט א רעכט צו גיין צו א בית דין המרוצה וואס איז נישט פארטייאיש, און דערפאר האלט איך
אז דער איסור קעגן א קהלה קדושה בישראל בני יואל, וואס האבן געוואלט האבן א בית דין זאל דן זיין און אויסהערן ביידע צדדים אויב זיי מעגן עפענען א מוסד אין קרית יואל, און דוקא נישט קיין סאטמארע דיינים וואס זענען נוטה צו די מנהיגים, איז נישט קיין איסור.
אז דער היתר פון סירוב לדין פון קרית יואל קהלה קעגן ר' אלטר משה איז נישט אויסגעהאלטן
אז דער היתר פון סירוב לדין פון קרית יואל קהלה קעגן ר' יוסל וואלדמאן איז נישט אויסגעהאלטן
אז דער היתר פון הליכה לערכאות פון וויליאמסבורג קהלה קעגן די רבנית הצדיקת ע"ה איז נישט אויסגעהאלטן
אז דער היתר פון הליכה לערכאות פון קרית יואל קהלה קעגן די רבנית הצדיקת ע"ה איז נישט אויסגעהאלטן
אז דער היתר לערכאות פון נחמן בראך פון סאטמארע דיינים איז נישט אויסגעהאלטן
אז דער היתר לערכאות פון קרית יואל'ער רבנים פאר בערל פרידמאן יוסי בראך ושותפיו פאר הליכה לערכאות קעגן וויליאמסבורג קהלה ומוסדותיה איז נישט אויסגעהאלטן.
אז דער איסור סידור קידושין אין קרית יואל און דער היתר פון מוציא לעז זיין אויף משפחות חשובות פון ר' געציל בערקאוויטש ור' בנציון לויב זענען בטל ומבוטל אן דעם וואס א בית דין איז דן ווער עס איז מרא דאתרא אין קרית יואל און וואו די גלילות פון קרית יואל ענדיגן זיך,
פישמאן האלט נישט אז די רבנים זענען מושחתים און אז זייערע פסקים זענען פאשקעווילן אדער שמוציג אזיווי לאנצוט רופט אן די וויליאמסבורגע דיינים, אבער די סברא זאגט אז צו פסק'נען יושר'דיג אין זאכן וואס האט צו טוהן מיט קהלה איז זייער שווער צו גלייבן אז מ'קען דעריבער וואלט געווען ריכטיג צו האבן פרעמדע רבנים צו פסק'נען.
בנוגע ברענגן באווייזן קעגן דיין זכרון, איז מיר אביסל שווער,בפרט ווען דיין זכרון האט אינסיידער אינפארמעשן פון די אנדערע זייט, וואס איך קען זיכער נישט איבערצייגן. אבער אזויפיל האבן מיר זיך ביידע איבערצייגט אז מיין זכרון האט געדענקט אז ר' אהרן האט געשריבן פאר גאלדבערגער ובראשם כ"ק אדמו"ר שליט"א און די האסט נישט געדענקט, און איינער האט דא פארשאפט דעם בריוו, וואס האט געוויזן אז מיין זכרון האט בעסער געדענקט,
אויב דיין זכרון זאגט קלאר, ועליו אין להשיב מוזט די נישט ענפערן די פראגע, אבער אויב מעג מען אפילן דיין זכרון'ס באשלוס, ביטע ענפער מיר פארוואס פארשטייסטו נישט אז א איד וואס מען האקט אן די ביינער און מווארפט ארויס זיינען קינדער אז ער מוז יעדן טאג נעמען קאר סערוויס ביז מאנסי פאר די קינדער צו גיין אין חדר, האט נישט קיין שום תביעות ממון, קען זיין דער בית דין וועט אפווארפן זיין פארלאנג אבער א תביעה האט ער.
פישמאן,
ראשית, טענה'ט מען זיך איבער ממון אדער רוחניות. פריער האסטו געזאגט אז ער האט גערופן צוליב מ'האט אים געשלאגן. האב איך געזאגט ניין. די אישו איז געווען אויסדרוקליך וועגן זיינע קינדער.
קומטסו יעצט און דרייסט אויס, יא, ס'איז וועגן זיינע קינדער אין חדר, אבער ער האט געדארפט נעמען א קאר קיין מאנסי. במציאות איז דער חדר רוחניות. נישט גשמיות. דירעקט נישט.
לגבי פארגלייכן דעם קשר בוגדים פאשקעוויל אין דער איד מיט א צעטל אז אלטר משה מוז ארויסגיין פון קאורט, איז הימל און ערד, און איך פארשטיי פשוט נישט וויאזוי די קענסט דאס מדמה זיין. די דיינים זענען געווארן משה פרידמאנ'ס טעראר געצייג מיט א רבני'שע טראגע און האבן ארויסגעוויזן זייער שנאה אויף טריט און שריט.
אויף הרב געציל בערקאוויטש קענסטו מיין איך דאס נישט זאגן. חוץ אויב דו האסט באווייזן.
דער איסור פון סידור קידושין איז בכלל נישט קיין דין תורה. א דיין און א רב דארפן אלעמאל מאכן א תקנה איבער אן עירוב און איבער סידור קידושין אין זיין שטאט, דאס איז אזוי מאז היתה ישראל לגוי. נישט זיי מעגן, זיי מוזן. דאס איז זייער תפקיד !
די מציאות ווייזט אבער קלאר
אז די די אהרונים זענען געווען וואס האבן געהאלטן
אז מ'מוז דן זיין נחמן בראך'ס קעיס דייקא ביי התאחדות הרבנים וועלכע איז געשטאנען תחת נשיאות הברך משה
דארט איז זיכער געווען א תביעת ממון.
און פאר'ן נישט קומען צו התאחדות האט מען געמאכט א סירוב קעגן עם
און אפילו נאכן כתב סירוב האט די התאחדות נאך אלס געהאלטן אז מ'דארף גיין דן זיין ביי התאחדות.
און איצט דרייען זיי איבער דעם דאטשיק
די השחתה פון ר' משה פריעדמאן משב"ק לייג ביטע נישט אן אויף קיינעם.
ער האט געפירט די שמוציגע מלחמה קעגן נחמן בראך. און ער האט מאנעוורירט מיט די דין תורה און די קאורט.
לאז ארויס די ארונים. און לייג אריין די זאלונים (ווייל משה גבאי איז ביי אייך ברוך השם).
לאנצעס, איך וויל זיכער מאכן אז איך בין קלאר אין דעם ענין.
לאנצעס איז מודה אז רוחניות דארף מען יא דן זיין ביי די דייני הקהלה.
יעצט לאמיר דיר פרעגן א פשוטע קשיא. איך גלייב דו ביסט מודה אז קרית יואל באלאנגט פאר קהלת מהר"א, פארוואס בלאנגט דאס פאר זיי ? ווייל כ"ק מרן בעל ברך משה זי"ע האט אים דארטן ממנה געווען. ומי יבוא אחר המלך.
דאס ביסטו אויך מודה, אז אויב דער ברך משה האט ממנה געווען מהרי"י אין וויליאמסבורג, דאן איז נישט דא קיין שום תביעה אויף די נכסים פון וויליאמסבורג.
על מה אנו דנין, צו דער ברך משה האט אים אויפגענומען צו נישט.
אויף וויפיל מיין שכל דינט, איז דאס א ריין רוחניותדיגע תביעה, טראכט איר נישט אזוי ?
נאכאמאהל, די אלע טענערייען אין שמיסערייען איז גיט פאר צייט אויסליפטערונגען, די הלכה אין שו"ע איז קלאהר אין אהן קיין פשעטלעך
אויב איין צד גייט צי די גויישע געריכט אהן קיין רשות בית דין "איז בית דין אין נזקקין להם", פינטעל!
| דזשיגאן כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | לאנצעס, איך וויל זיכער מאכן אז איך בין קלאר אין דעם ענין.
לאנצעס איז מודה אז רוחניות דארף מען יא דן זיין ביי די דייני הקהלה.
יא.
יעצט לאמיר דיר פרעגן א פשוטע קשיא. איך גלייב דו ביסט מודה אז קרית יואל באלאנגט פאר קהלת מהר"א, פארוואס בלאנגט דאס פאר זיי ? ווייל כ"ק מרן בעל ברך משה זי"ע האט אים דארטן ממנה געווען. ומי יבוא אחר המלך.
-ריכטיג. אבער דיני ממונות אין קרית יואל, דארף מען נאך אלץ נישט גיין צו "תהלוכי הקהלה" דיינים וועלכע זענען שונאים ממש, און האבן ארויסגעגעבן פאשקעווילן. ווען ר' געציל זאל דאס טאן, וואלט איך געזאגט אז מ'טאר נישט גיין צו אים.
דאס ביסטו אויך מודה, אז אויב דער ברך משה האט ממנה געווען מהרי"י אין וויליאמסבורג, דאן איז נישט דא קיין שום תביעה אויף די נכסים פון וויליאמסבורג.
-ריכטיג. אבער דיני ממונות אין וויליאמסבורג, דארף מען נאך אלץ נישט גיין צו "תהלוכי הקהלה" דיינים וועלכע זענען שונאים ממש, און האבן ארויסגעגעבן פאשקעווילן.
על מה אנו דנין, צו דער ברך משה האט אים אויפגענומען צו נישט.
דאס באלאנגט נישט דא.
-- |
|
האלט מיר שוין אויף א וועג, לאנצעס איז מודה אז אויב האט מרן בעל ברך משה ממנה געווען מהרי"י איז נישט דא קיין שום תביעות אויף די נכסים אין וויליאמסבורג.
גיבסט אבער א זאג, אז דאס צו דער ברך משה האט אויפגענומען מהרי"י קומט נישט אריין דא, פארוואס קומט עס נישט אריין, דאס און טאקע נאר דאס איז דאך די גאנצע דיון, אזוי ווי לאנצעס אליין זאגט, אז אויב איז מהרי"י רב כדת וכדין אין כאן שום תביעה. נו אויב אזוי אז די ארונים ווילן תובע זיין, מוזען זיי קודם פעסטשטעלן אז די רבנות איז שלא ביושר, און כל זמן זיי טהון דאס נישט המלוכה נכון בידו, און אלע בנינים געהרן צו אים (כפי הודאת לאנצעס).
ווילאנג מהר"א ריפט נישט זיין יונגערע ברודער צו דין תורה, איז נישט דא דא, קיין שום תביעה, און ווייטער די דין תורה אויף די רבנות איז דאך רוחניות, בלאנגט דאס צו די דייני הקהלה (כפי הודאת לאנצעס).
וכלך בדרך זה וועט דיר פארענטפער ווערן נאך קושיות (כאילו ס'איז דיר באמת שווער). די גאונים וצדיקים חברי הבית דין צדק שליט"א, ביי זיי אין די אויגן איז מהרי"י אויפגענומען געווארן אלס אבדק"ק ור"מ וויליאמסבורג, און איך גלייב אז זיי האבן א רעכט אזוי צו האלטן (אפשר לאזט נישט לאנצעס, איך וויס נישט). יעצט האבעדינג דאס פאר די אויגן, און זעהנדיג א קליקע אידן נעמן זיך צנויף און פראקלאמירן אז זיי זענען די ערוויילטע ראשי קהלה, און זיי גייען זיך אריינפייפען און די סמכות העליונה פונעם רבי'ן (ז"ל), איז דאך נישט מער ווי נארמאל צו לאזען הערן זייער דעת תורה, אז דו גרופע איז א קשר בוגדים.
לאמיר זיך פארשטעלן, בשנת תשמ"ה ווען דער ברך משה האט אויפגענומען מהר"א פאר אב"ד קרית יואל, וואס וואלט דעלמאטס געווען ווען די ערוויילטע ראשי הקהלה וואס זענען געווארפן געווארן דורכן רבי'ן – נעמען זיך צוזאם ביי אסיפה און דערקלערן מיר זענען די ערוויילטע ראשי הקהלה און מיר ווילען נישט מהר"א אלס רב, און קרית יואל'ער דיין שליט"א קומט ארויס מיט א בריוו, אז זיי זענען א קשר בוגדים.
וואס וואלט לאנצעס געזאגט דאן ?
רבי געציל איז א פאשקעוויל שרייבער ???
איך בין נייגעריג !
פארוואס אבער האקסטו אפ דעם שמועס אינמיטן. (נישט אז איך פארשטיי נישט פארווואס דו טוט'ס דאס).
דזשיגאן.
דריי נישט אויס מיינע ווערטער, ווייל דו ליינסט עס נישט גרינטליך.
ביטע ליין עס איבער גרונטליך.
איך זאג נאכאמאל: אז דאס צי דער ברך משה האט יא אדער נישט געגעבן דאס רבנות פאר כ"ק אדמו"ר מהרז"ל איז א רוחניות'דיגע אישו... אבער יעצט קומט א שווערער אבער וואס פארלאנגט אביסל טיפקייט - די דיינים וועלכע האבן ארויסגעוויזן א שנאה ממשית פאר די אנדערע צד מיט שמוציגע פאשקעווילן, קענען עפ"י הלכה נישט דן זיין, זיי זענען פסולים לדין, והוראתם בטל אפי' בדיעבד.
דאס איז פונקט א.
יעצט וועלמיר גיין צו פונקט ב.
די אישו פון רבנות קומט נישט דא אריין, ווייל דין תורה איז געווען איבער ריין ממונות אישו. איי וועסטו זאגן אז דער רבי האט געווארפן, זאגט ער דאך אז דער רבי האט נישט געווארפן נאר משה גבאי האט געווארפן, קומסטו זאגן אז דער רבי האט געמאכט כ"ק אדמו"ר מהרז"ל, דאס האסטו דאך אויך נישט באשטעטיגט און כדי דאס באשטעטיגן וועט עס דעמאלט ווערן א רוחניות'דיגע אישו. באשר הוא שם איז ביי די דין תורה געווען א ריין גשמיות אישו, און משה פריעדמאן האט נישט געלאזט מ'זאל גיין צו דין תורה, ווייל ער האט דאך געוואוסט אז די רבנות וועט אפירקומען און דארט איז ער דאך אויף געהאקטע צרות.
יעצט לאמיך נאכאמאל קלארשטעלן:
א) אויף רבנות האט מען נישט דן געווען אין די תביעה. ממילא איז עס ממון.
ב) אויף ממון קען מען גיין צו סיי וועלכן כשר'ן בית דין בישראל, וואס צד מהרז"ל האט נישט געהאלטן דערביי.
ג) אפילו ווען ס'זאל יא עווענטועל אנקומען צו "רוחניות", קענען אויך די דיינים וועלכע זענען געווארן "שונאים ממש" נישט דן זיין, און זייער דין איז בטל אפילו בדיעבד. חוץ אויב זיי שטעלן במקומם א נוטראלע טריבונאל, וואס דאן וואלט איך אוודאי מסכים געווען.
זשיגאן ביסט העפליך אינווייטעד צו ענטפערן.
נ.ב.
דו פרעגסט פארוואס איך האק אפ דעם ענטפער, איז זייער קלאר כנ"ל. ווייל קיינער האט נישט גערופן איבער רבנות. ממילא איז דיין צושטעל אינגאנצן שלא מן הענין.
ידידך לאנצוט
אגב זשיגאן,
עס קוקט אויך אויס אז דו האסט סעלעקטיוו-מעמעארי.
ר' בערל פריעדמאן האט נישט געוואלט אונטערשרייבן דעם מאפיא שטר מיט'ן נאמען "שעבוד הגוף והנכסים" וואס דארט איז געשטאנען אז ער איז זיך מפקיר און מ'קען טאן מיט אים וואס אימער מ'וויל, אונטער'ן נאמען פון סמכעס עליונה.
שוין געווען אזוינס ביי כלל ישראל? האט מען אמאל געהייסן פאר ר' משה מאנראער אזוינס אינטערשרייבן אין תשמ"ה, צי ר' שלמה מיכל ראזנער.
אויסערדעם איז וויכטיג אז דו זאלסט נעמען אין באטראכט, אז די מענטשן וועמען דו רופסט אן דיינים און זיי קענען פסק'ן א דין תורה, האבן אין זייער לעבן נישט געלערנט קיין חושן משפט, און זענען איינפאכע הדיוטות אין דעם געביט (מיט א שפאר ביסל שנאה ווי די שיפע טאשן האבן כידוע).
ממילא ווי קען מען בכלל מאכן ליצנות פון דין תורה מיט'ן פראקלאמירן תהלוכי הקהלה, סמכות עליונה, דיינים וואס דער רבי זי"ע האט ממנה געווען. אויף וואס האט מען זיי ממנה געווען אויף איסור והיתר, נישט אויף דיני ממונות.
א פאליטישע בית דין מיט א באנטש שנאה קען נישט ארויפצווינגען קיין דין תורה צו זיי דייקא. און גוט האבן די פירער פון קהל יטב לב געטאן אז מ'האט מגלה געווען זייער פרצוף.
לאנצעס דו ווילסט מיר אריין שלעפן אין א לענגערע שמועס, אזוי ווי די טוסט מיט יוסף 90, לאמיר דיר קלארשטעלן, איך האב נישט קיין צייט, איך פלאן דיר נישט עלפן שטיפען דיין טאג.
איך וועל דיר ענטפערן קורץ אין שארף :
מהרי"י איז אויפגענומען געווארן פאר רב לעיני כל ישראל. מיט בריוו'ן בכי"ק, דרשות ברבים (וגם העיקר שכחתי בכלל).
אפצוווענדן די רבנות דארף מען א דין תורה. סתם זאגען אז איך האלט אז משה פריעדמאן האט אים געמאכט בלא בלא, איז קיין ווערטער, חספא בעלמא.
איז ער רב, איז אלעס זיינ'ס.
אויב עפעס א דין תורה, דאן דארף דאס זיין די דין תורה.
לאנצעס האלט, אז דער ברך משה און מהר"א האבען געמעגט פסק'ן די 'רוחניתדיגע' די"ת פון אלטר משה, אם כן מאי שנא.
יעצט גייסטו קומען מיט פשטלעך, איך האב קיין צייט צו דעם.
זיי מצליח
לאנצו"ט: שרייבסט:
ר' בערל פריעדמאן האט נישט געוואלט אונטערשרייבן דעם מאפיא שטר מיט'ן נאמען "שעבוד הגוף והנכסים" וואס דארט איז געשטאנען אז ער איז זיך מפקיר און מ'קען טאן מיט אים וואס אימער מ'וויל, אונטער'ן נאמען פון סמכעס עליונה.
די אישו איז א רוחניות'דיגע אישו אדער א ממונות אישו?