גיין צו דין תורה – איז דא מיט וועמען?
|
די דריי פעיראלל דיינים ווייסן נישט אזא פשוט'ע הלכה, ווייל זיי האבן אין זייער לעבן נישט געלערנט קיין חושן משפט. זיי קענען גוט פסק'ן שמאטעלעך, זיי קענען פסק'ן א מילכיג לעפל אין א פליישיג טעפל. אבער חושן משפט? געוואלד און געשריגן, איז די תורה הקדושה א ליצנות?
לאמיר זעהן וואס ער קען.
אין ערוך השולחן סימן ז' שרייבט ער ווי פאלגענד:
סי' ט שטייט: "אז א בע"ד קען נישט פסל'נען א דיין ווייל ער איז א שונא, אין די גאנצע זאך וואס א דיין זאל נישט דן זיין א שונא איז נאר ממדות חסידות, אבער לא מעיקר דינא"
סי י' שטייט: "אז אז נישט יעדער קען שרייען אויף א דיין אז ער איז א שונא, מ'דארף אויף דעם האבן ראיות ברורות"
אויך שטייט דארטן אז טאמער א בע"ד איז מכשיר א דיין וועמען ער האט ליב און דער צווייטער בע"ד איז זיך מתנגד, קען ער נישט מעכב זיין, "כי אין זה דומה לכל הפסוליןשאין בזה פסול ממש ששניהם יהיה ביכלתם לעכב".
סי' י"ג שטייט: "אפילו א בי"ד וועלכע איז פסול מחמת אהבה אדער שנאה, אע"פ זיי זעלבסט זענען פסול לדון מ"מ זענען זיי ביכולת לצו שטעלן דיינים תחתם, אנדערש ווי א פסיל מחמת קירבה וואזס קען נישט שטעלן קיין דיינים תחתם".
סי' ט"ו שטייט:"המנדה לחבירו {בזמן הקדמונים} מפני שזיזל בכבודו יכול לדונו אח"כ מאחר שאינו שונאו זולת זה וזה עשה מדינא.
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווי זיי שרייבט לאנצוט?
א שונא איז פסול לדון בלי שום חולק.
תוקן על ידי יוסף90 ב- 07/05/2012 20:49:43
אלע דיינע לאקשן תורה'ס שטייען ווייטער בסימן שאלה
צווייטענס דער בארא פארק'ער סכסוך האט זיך אנגעהויבן נאך די הסתלקות פון ברך משה, די הזמנה לדין איז געווען ערב ל"ג בעומר תשס"ו.
די זעלביגע זאך די געריכטליכע קלאגע איבער שיכון קרית יואל בני ברק האט זיך אנגעהויבן חודש סיון תשס"ו נאך די הסתלקות פון ברך משה.
ביסט דאך אזא למדן, אז עס איז צום שטוינען !
קוק אין סעיף י'. קלארע ווערטער:
אבל באוהבו ממש, כגון שושבינו או ריעו אשר כנפשו, או שונאו ממש, דהיינו שהוא אויב לו, ומבקש רעתו
או שלא דיבר עמו ג' ימים מחמת איבה, אפילו בדיעבד אין דינו דין!
אפילו בדיעבד אין דינו דין!
און דאס איז ביי דיינים וועלכע האבן "סמיכה", נישט פון או"ח דיינים, וועלכע האבן אין זייער לעבן נישט געפסק'ט קיין דיני ממונות, זייער איינציגסטע קענטעניס דא איז שנאה און רשעות.
תוקן על ידי לאנצוט ב- 07/05/2012 21:30:22
אפשר איז נאר נידוהו מפני שזלזל בכבודו
וואס דאס איז דער אמת געווען
האבן די דיינים פיינט געהאט בערל פר"מ אדער דוד הויער פערזענליך?
במחילת כבוד הדיינים, זענען אלע בלוט-שונאים פאר ר' אהרן טייטלבוים, און האבן געלאזט פאלן מיאוס'ע ווערטער אויף אים. עס איז נישטא קיין נידוי און קיין שמתא און קיין ארור'ס. בלויז שנאה, נאכאמאל שנאה און נאכאמאל שנאה.
און דאס איז נישט וואס ראובן זאגט אויף שמעון אז ער איז אים א שונא. ר' מנשה איז געווארן א דם שונא פאר ר' אהרן וועגן די מקוה טהרה, וואס מ'האט געטראגן לשון הרע'לעך, און אין כאן מקומם להאריך, ווייל ער איז בארעכטיגט צו זיין א דם שונא, אבער נישט בארעכטיגט צו זאגן ביי א דין תורה, וואס די דיינים דארפן זיין "נוטראל" כלשון המחבר:
אם לא היה מכיר את אחד מהם ולא את מעשיו, אין לך דיין צדיק כמוהו...
דאס איז תורת משה.
נעמען א או"ח דיין וואס האט נישט קיין שום ערפארונג אין דיני ממונות אין זיין גאנץ לעבן. זיי האבן קיינמאל נישט געפירט קיין דין תורה, זיין איינציגסטע קוואליטעט איז זיין שנאה. אזא איינער איז פסול לכל הדעות און זיין פסק דין איז בטל אפילו בדיעבד.
קענסט קריגן אויף לאנצוט, אבער נישט אויפן מחבר בלי שום חולק.
האבן די דיינים נישט גערעדט דען מיט בערל פר"מ
די אהרונים זעלבסט האבן דעמאלץ ארויסגעגעבן א קונטרס נאך א' שמות, ווי זיי שרייבן אז פאר טאג נאך די החלטה פון "קשר בוגדים" האט בערל פר"מ באזוכט ביים דיין ר' ישראל חיים מנשה פר"מ אין האט מיט עם גערעדט איבער דעם בריוו.
דאס מיינט אז ער האט יא גערעדט מיט עם
צווייטענס, אז איינער רעדט נישט מיט א צווייטן ווייל ער איז א שונא זיינער (נישט ווייל ער האט עם מנדה געווען) איז ער נאכנישט פסול צו שטעלן דיינים תחתיו.
ר' אהרן איז נישט געווען דא א תובע, און ער איז דאן נישט געוועזן א בע"ד
פסולין מחמת שנאה, איז נישט מעיקר דדינא
דיינים קענען שטעלן תחתם נייע דייינים
זיי קענען שרייבן "קשר בוגדים" אויף איינער וואס איז פוגע אין סמכותא עליונה אין ער ווערט נאכנישט פסול.
מ'רעדט אויף אן ערליכער רב (נישט קיין שונא) איז מנדה איז זיין נידוי א נידוי, אבער ער קען נישט פסק'ן בשעת נידויו. און מוז קודם אראפנעמען דעם נידוי און נאכדעם פסק'ן.
דאס איז אלעס ביי א דיין מוסמך נישט פון א או"ח דיין, וואס האט אין זיין לעבן נישט געפירט קיין דין תורה.
די דיינים פון סאטמאר קענען פסק'ן נאר איסור והיתר. נישט קיין שום דיני ממונות.
מ'האט זיי גענומען פאר די קעיס, ווייל זיי האבן געהאט אסאך רשעות און שנאה, און משה פריעדמאן האט געוואוסט אז ער וועט אריינשמייסן אין די ארונים וויפיל עס לאזט זיך.
נישט אויף דעם איז געמאכט א דין תורה. פארדעם קען מען שוין נעמען יוסף90 אלס דיין.
לאמיר מסכם זיין דעם ענין
האסט געשריבן אז א שונא איז פבול לדין באין חולק..
למעשה דער ערוך השולחן זאגט אבער אנערש.
ער זאגט:
איינס, אז א פסול פון שנא איז נישט מעיקר דדינא נאר א מידת חסידות
צווי. ער שרייבט, אז נישט יעדער איינער קען שרייען פאר דיין שונא, מ'דארף האבן ראיות ברורות.(ביז היינט האט קיינער מיר נישט געברענגט א ראיה פארוואס ר' זלמן לייב האט דער ישראל חיים מנשה זאל פיינט האבן בערל פר"מ וואס האט אונטערגעשריבן קאנסוס פאר ר' זלמן לייב)
דריי. ער שרייבט אז א ת"ח וואס הנאט מנדה געווען א איד ווייל ער האט מזלזל געווען בכבודו, קען עם דן זיין שפעטער און ער איז נישט קיין נוגע. (כ"ש אז ער האט עם מדה געווען נישט בשביל חילול כבודו, נאר בשביל חילול כבוד ת"ח אחר, אז דעמאלץ איז ער א וודאי נישט קיין נוגע).
נישט יעדער בע"ד דין קען שרייען איפן דיין עם הארץ, אנגדערש קענסטו בטל מאכן אלע בתי דינים שבעולם, ווייל יעדער בע"ד וואס וועט נישט זיין צופרידן וועט שרייען אויף די דיינים שונאים עמי הארצים.
אגב: דאס איז שוין אן אלטער כלל, אז ר' אהרן ווען אימער ער האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן פאר א רב לגופו של ענין, פלעג ער עם שרייען אז איר זענט א שונא.
דו זאגסט פאלש.
דער ערוך השלחן שרייבט קלאר אז א שונא ממש איז פסול לדין, דער ערוך השלחן פסק'ט אזוי:
און דא רעדט מען פון א דיין וואס האט סמיכה, נישט פון איסור והיתר דיינים, וואס זייער גאנצע קאמפענטענץ איז שנאה און רשעות.
דער דיין רבי מנשה האט פיינט רבי אהרן און אלע זיינע נאכפאלגער, מיט א שנאה כבושה, אז איינער איז פסול לדין, ופסקיו בטלים באין חולק.
חוץ יוסף90 קריגט קיינער נישט.
פאקט אז לויטן ערוך השולחן האבן די דיינים געמעגט שרייבן "קשר בוגדים" אינו מן המנין אויף בערל פריעדמאן, אינעם מארגן דן זיין, ווייל זיי האבן עם מנדה געווען און עכ"פ שטעלן אנדערע דיינים תחתם
שטייט נישט קיין ווארט פון סמיכה מיט אנדערע נארישקייטן
זיי האבן אפילו אויסגעהערט א צד?
דאס הייסט פוסטע שונאים האבן געמאכט א פאליטישן פאשקעוויל.
נישט קיין נידוי און נישט קיין חרם, און נישט קיין שמתא. א געהעריגע היידפארק נידוי!
נאכאמאל, א שונא ממש איז אסור לדין, און זיין פסק איז בטל כעפרא דארעא לויט אלע פוסקים.
א דיין וועלכער האט קיינמאל נישט געלערנט קיין חושן משפט איז בכלל נישט קיין דיין. ער קען פסק'ן פינקט ווי א הדיוט, אבער מ'זאל אזא איינעם ארויפצווינגען אלס דיין, נאר ווייל ער האט גענוג רשעות?
אפשר די איסלאמער גלויבן האלט ווי יוסף90. די אידישע נישט.
|
אזוי זאגט עכטער חסיד. איך ווייס אז אין קאורט האבן די זאליס געזאגט אז זיי ווילן נישט קיין דין תורה.
אוי לאותה בושה.
און זי מיזן נישט אויסהערן זייער צד, ווען יענער צד דריעקט אפיציעל זייערע דברי בלע ברחובות קריה.ץ
א שונא איז טאקע פסול לדין, אבער ממידת חסידות
אין נישט יעדער לאנצוט אין פנים אל פנים שרייבער קען שרייען שונא, מ'דארקף האבן ראיות ברורות דערפאר
1) א שונא ממש איז אסור לדין, און זיין פסק איז בטל כעפרא דארעא לויט אלע פוסקים.
2) א דיין וועלכער האט קיינמאל נישט געלערנט קיין חושן משפט איז בכלל נישט קיין דיין. ער קען פסק'ן פינקט ווי א הדיוט, אבער מ'זאל אזא איינעם ארויפצווינגען אלס דיין, נאר ווייל ער האט גענוג רשעות?
ווער שרייבט דאס יוסף90 אדער דער ערוך השולחן?
נישט יעדער שמויגער קען שרייען אויף א דיין האסט נישט געלערענט קיין חו"מ, איבערהויפט נישט קיין בע"ד.
דריי נישט מיט לשונות. ער שרייבט אז א שונא ממש איז אסור לדין.
נישט לאנצוט זאגט עס. נאר דער ערוך השלחן.
יעצט לגבי חו"מ פרעג אלע דיינים צי איינער פון זיי האט שוין אמאל געלערנט חושן משפט. אדער געפירט איין דין תורה.
זיי מאכן ליצנות פון די תורה און פון זיך אליין.
ווען האסט די געלערנט חו''מ?
און ווער האט דיר געשטעלט אלס דיין ומורה צדק אויף יעדער זאך?!
איך מיין דיר נישט ח''ו צי אטאקירן נאר אז די קימסט שוין יא מיט אביסעל דעת תורה טראכט אמאל אריין אז אסאך פון דיי וואס די האסט באשמוצט האבן יורה יורה
האסט די אויך?
אויף זייער יורה דעה רעדט איך חלילה נישט. אבער פון זייער חושן משפט, וואס זיי האבן קיינמאל נישט געלרנט און זענען נאר אריינגעקומען אין די פיקטשער צו שטויסן ווי א שור נגח זייערע פאליטישע שונאים, אויף דעם זאגט דער מחבר און דער ערוך השלחן קלאר ארויס:
שונא ממש אסור לדין.
און די דיינים האבן קיינמאל נישט געפירט קיין דין תורה אין זייער לעבן, נאר דא זענען זיי געבוירן... איז עס נישט פאני?
שוין צייט אויסצוטאן די קינדער שיך.
"ידין ידין" איז שיינע מליצה. זיי האבן נישט געלערנט קיין חושן משפט, און האבן קיינמאל אין לעבן נישט גע'פסקט קיין שום חושן משפט דין תורה.
זיי זענען דריי הדיוטות שונאים עצומים פאר ר' אהרן טייטלבוים, ואסורים לדין.
קענסטו דעקן דעם סטעטמענט דיינע?
הכל בכל זענען זיי שונאים עצומים. ואסורים לדין.
ער שרייבט אז איינער וואס מאכט א בריוו פון קשר בוגדים על שזילזל בכבודו (כ"ש בכבוד אחרים) וואס דאס איז אייער גאנצע טענה קעגן די דיינים, ווערט נישט אנגערופן א שונא און ער קען דעם בעל דין שזיזל בכבודו דן זיין,
אין זיכער קען ער שטעלן דיחינים תחתם.
צולייגער וואס וויל ח"ו נישט ליצנות מאכן פון דברי חיים וועגן א חרם וואס ער האט אונטערגעשריבן
פירט א מערכה מיטן דברי חיים'ס אן אייניקל
שנית, זיי זענען נישט קיין דיינים! פשוט'ע הדיוטות.
ער שרייבט אז איינער וואס מאכט א בריוו פון קשר בוגדים על שזילזל בכבודו (כ"ש בכבוד אחרים) וואס דאס איז אייער גאנצע טענה קעגן די דיינים, ווערט נישט אנגערופן א שונא און ער קען דעם בעל דין שזילזל בכבודו דן זיין,
אין זיכער קען ער שטעלן דיינים תחתם.
יוסף90 מאכט אויך דריי פעטע טעותים, און יעדער לאכט פון זיין אמעראצעס:
1) זיי זענען דריי הדיוטות. נישט קיין דיינים.
2) זיי זענען שונאים ממש. ממילא זענען זיי פסול לדין, און זייער פסק איז בטל.
3) זיי האבן נישט געמאכט קיין נידוי, נאר א פאשקעוויל.
טעות נומער פיר: א שונא קען נישט מאכן קיין נידוי. גארניקס. ממילא איז יוסף90 שאח-מאט.
ביטע:
טראכט גוט איידער דו דרוקסט שלח.
תוקן על ידי לאנצוט ב- 08/05/2012 00:45:20
2), פארוואס זענען זיי שונאים ממש, מוחה זיין אויף כבוד התורה איז א פסול
3) טיפש איינער, א נידוי איז ערגער ווי א מחאה, און אפילו אויב אויף א נידוי קען מען שפעטער דן זיין איז ביי אר מחאה לא כ"ש
4) א פשוטער בעה"ב קען נישט שרייען אויף א בי"ד שונאים, אם כן אין לדבר סוף, מה גם אז פאר די מחאה האבן זיי ר' בערל פריעדמאן קיין זאך נישט שלעכטס געטאן.
2) זיי זענען שונאים ווייל זיי האבן אלע פיינט צום טויט ר' אהרן טייטלבוים און אלע זיינע מענטשן. די סיבה פאר זייער שנאה איז א באוואוסטע און ווען יוסף90 זאל זאגן אז ער האט נישט פיינט ר' אהרן וועט יעדער לאכן פון אים.
די זעלבע איז מיט די דיינים, זענען זיי זענען שונאים ממש, און אלע ווייסן עס.
3) עס איז נישט קיין נידוי און נישט קיין מחאה, עס איז א פאשקעוויל. ביי דיר איז א פאשקעוויל א נידוי.
האט מען זיי אפילו גערופן פאר דעם זיך פארענטפערן. מ'האט געשאסן א צעטל אין איין פרי-מארגן אין דער איד.
נוסח פאשקעוויל. פוי.
4) זיי זענען שונאים ממש. און פראביר נישט צו לייקענען שמש בצהרים. ווייל ס'איז פשוט א ליצנות דאס לייקנען.
ממילא איז זייער פסק ליצי ליצנות, ואסורים לדון.
די טענה קען נישט קיין בע"ד טענה'ען אם כן אין לדבר סוף, אגב דייני הקהלה מיז מען פאלגן אפגערעגט צו זיי קענען חו"מ צו נישט
2) זיי זענען שונאים ווייל זיי האבן אלע פיינט צום טויט ר' אהרן טייטלבוים און אלע זיינע מענטשן. די סיבה פאר זייער שנאה איז א באוואוסטע און ווען יוסף90 זאל זאגן אז ער האט נישט פיינט ר' אהרן וועט יעדער לאכן פון אים.
ר' אהרן איז נישט דער בע"ד געווען דארט.
די זעלבע איז מיט די דיינים, זענען זיי זענען שונאים ממש, און אלע ווייסן עס.
3) עס איז נישט קיין נידוי און נישט קיין מחאה, עס איז א פאשקעוויל. ביי דיר איז א פאשקעוויל א נידוי.
האט מען זיי אפילו גערופן פאר דעם זיך פארענטפערן. מ'האט געשאסן א צעטל אין איין פרי-מארגן אין דער איד.
נוסח פאשקעוויל. פוי.
א ת"ח ווען ער איז מוחה אויף בזיון ת"ח דארף נישט הערן דעם צווייטן צד, ווען זיי פאשפרייטן זייערע דברי בלע בריש גלי.
|
לאנצוט שרייבט:
זיי האבן קיינמאל נישט געפירט קיין דין תורה אין זייער לעבן. און קענען נישט קיין חושן משפט. 2. מיר ווייסן אז אויב פירט מען זיך עפ"י תורה טאר מען נישט פאלגן די דיינים. אויב ווען מיין רבי וועט זאגן אנדערש ווי די תורה זאגט, וועל איך אים נישט הארכן. דאס האט אונז דער רבי זי"ע אויסגעלערנט. יעצט אז די דיינים האבן געטאן אפען כנגד התורה צוליב פאליטיק, אוודאי זענען זיי אפגערעגט.
ווידער שרייבט מען דיר די זעלביגע און ענטפער צו די זאך, נישט דער בע"ד איז דער מענטש וואס קען טענה'ען די טענה וואס די שרייבסט איצט,אם כן אין לדבר סוף.
זיי זענען שונאים עצומים פאר ר' אהרן און פאר אלע ר' אהרנ'ס מענטשן. פינקט ווי יוסף90 האט פיינט צום טויט אלע ארונים. די דיינים זענען נישט בעסער קיין טראפ, און ממילא זענען זיי אסורים לדין. וזה פשוט, כדברי הערוך השלחן.
נאכאמאל ענטפערט מען דיר די זעלביגע און ענטפער צו די זאך, קען זיין אז זיי זענען שונאים פאר ר' אהרן, אבער ר' אהרן איז נישט דער בע"ד דא.
צווייטענס, האסט נאכנישט איבערצייגט וואספארא א שנאה האט ר' חיים דוד כ"ץ אדער ריח"מ געהאט צו דעם דין ר' בערל פרי"מ בעפאר א' שמות.
דער המון עם אהרונים זענען נישט קיין בעלי דין געוועזן דאן.
זיי האבן בכלל נישט מברר געווען. זיי האבן געמאכט א פאשקעוויל אן פרעגן קיין שום עדות, נאר געפאלגט די הוראות פון ר' משה פריעדמאן פון דער איד אפיס, געמאכט דעם פאשקעוויל גלייך נאך די אסיפה און עס אריינגעשטעלט אין דער איד, נוסח פאשקעוויל. פוי פאר אזעלכע השחתה אין נאמען פון די תורה הקדושה.
זיי דארפן נישט גובה עדות זיין, ווען די שרייסט אויס דיין עדות ברחובות קריה אויפן "בלאט".
לאנצוט, גיב נישט אויף חזר איבער די זעלבע שטותים נאכאמאל.
איי דער בלאט שרייבט... א נייע תורה פון די החזרת עטרה ליושנה פארטיי.
עס איז שאקירנד צו ליינען וויאזוי דיינים וועלכע דארפן זיין ארויפגעקוקט קוקן אויס ליידער.
יוסף90 איז מסביר אז מ'דארף אפילו נישט פרעגן דעם אנדערן צד, איז אמת אז דו האסט דאס געטאן.
נאר צופרי אריינשטעלן א פאשקעוויל אין דער איד.
ארור שזה ילדו!
לאנצוט
דער רבי זי"ע האט גערעדט מיט די ציונים און זיי אויסגעפרעגט בעפאר ער האט מוחה געווען קעגן זיי.
יוסף90
ביטע טראכט א טראפ פאר די שיסט צוריק.
צווייטענס וועמען זענען די דיינים שונאים (אויב זיי זענען בכלל שונאים) פאר ר' אהרקן (וועלכער איז נישט קיין בע"ד, אדער פאר בערל פר"מ?
|
|
פישמאן.
דו פרעגסט זייער גוט. אבער לאנצוט האט א גוטן תירוץ:
דו האסט ערגעץ געזען איין בריוו פון ר' געציל קעגן ר' אלטר משה גאלדבערגער?
האסט געזען איין פאשקעוויל קעגן אים פון די דיינים?
ניין. ניין. ניין.
זיי זענען "נישט געווארן קיין שונאים פאר אים", משא"כ ר' ישראל חיים מנשה און אלע אנדערע מיט אים, האבן קלאר יא גענומען א שמוציגע ליניע פון פערזענליך אטאקירן זייערע שונאים.
זיי האבן זיך גע'פסלט. און דיר פאסט נישט מודה צו זיין.