היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » פלאקערט! ארונים-אראבער נייע צייטונג קעגן בּלאַט!

פלאקערט! ארונים-אראבער נייע צייטונג קעגן בּלאַט!

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2945384

הנגיד_רבי » 22/2/2012 23:57

יעצט הייבט אהן מער און מער ארויסצורינען, אז די נייע ארונים "אוצרות צייטונג" פון די אראבישע ארונים פראקציע, איז געצילט צו אינטערהאקן די פיס פון די בּלאַַט אינגאנצן!

ש. ש. טעלער האט אנגערופן די וואך שמואל ווידער מיט טויטע קללות אז ס'איז געווען אפגעשמיעסט ווען ער האט געפרעגט אהרן פאר'ן פארן וואס מ'גייט זאגן פאר'ן עולם גולם אויפ'ן בעלזע פגישה, און אהרן האט אים מדחה געווען אז מ'גייט הערשט דעסיידן ווען ער קומט צוריק פון א"י, און אויב אזוי פארוואס האט ער אריינגעלייגט תיכף אין בלאט בילדער פון די באזוך, מיט א קאווערעדזש, אהן זיין דעת תורה!? מ'וואלט עס געדארפט קודם איגנארירן אזוי ווי נאכ'ן מעמד מחילה אין ק"י.

אבער ש. ווידער האט זיך אויסגעלאכט פון און אים געזאגט אז ער האט אים מיט אהרנ'ן אין דר'ערד, און אז ער איז אזא תמים און ער כאפט נישט אליין אז די רבי פגר'ט פאר די אטטענשאן....?! און אראפגעקנאַקט די טעלעפאון אויף שמואל שלמה'ן.

דאס האט אים אינגאנצן אנגעצינדען און ס'איז איז געבליבן אז מ'גייט איצט נאכמער אויסברייטערן די אוצרות אויסגאבע, צו א פול קאמפעטישען מיט די בלאט, און שמואל שלמה טעללער  גייט פערזענליך זעהן אז ס'זאל מער נישט אריינקומען קיין בלאט צו די יעשיווע בחורים, נאר מנחם גרשון'ס "אוצרות" צייטונג!

ימים ידבירו 


תוקן על ידי הנגיד_רבי ב- 23/02/2012 00:29:58

הנגיד_רבי » 23/2/2012 00:01

שמואל אבערלענדער מיט מנחם גרשון לעבאוויטש מוטיגן שטארק שמואל ש/למה'ן און זיי לייגן אריין דאס געלט פאר די "אוצרות" אבי ס'זאל אראפקנאקן די בלאַט וואס איז לויט זיי "סר מן הדרך".
*
-די פרומע חברה כאפן נישט איין זאך אז אהרן-מיט-די-בלאט-מיט-די-פיקטשערס מיט בעלזע-סערעט-וויזניץ דאס איז אלעס איינס, און ער, ואלא הוא, דארף עס ווי אקסידזשען צו לעבן!

אישור » 23/2/2012 00:07

די אשכול זעהט מיר אויס ווי א נקמה

אויף וואס די ארונים זאגן אז די זאליס פלאנען א נייע צייטונג קעגן די איד

איז זייער מעשה יא אמת ?

היראים » 23/2/2012 00:15

שרייבסט זייער גיט
איין זאך פארריכט נאר,
ווייל ר' שמואל שלמה'ס מאמרים ערשיינען דערווייל סיי אין דער באלט אין סיי אוצרות
קענסט פיקסען די מעשה מיט א צווייטען כ'וועל דיר העלפן

אגב, ווינטש איך דיר א רפואה שלימה בתושח''י
די מאכסט נאר זיכער אז יעדער זאל וויסן פין 'דער באריכט' געשלעג

הנגיד_רבי » 23/2/2012 00:27

הייסע ווארע!
קוקטס נאר ווי די חברה שפרינגען, און האבן געמוזט מאכן אן עמערדזשענסי טויש אין פאלעסי, און רעספאנדען דא אין "אידישע געדאנק".
אבער חברה איי העיט טו דיססעפוינט יו:
ש. ש. ט. מאכט עס ליידער נישט פאר קיין סוד, אזוי ס'וואלט זיך אפשר געפאסט פאר א פארטיי מענטש, און ער זאגט דאס פאר יעדן איינעם, במילא מאכטס ענק נישט ווי א בת היענה, ווייל ס'וועט עניוועי ארויסשפרינגען פון זאק אין די נעקסטע פאר טאג! 

טעיסט » 23/2/2012 00:35

העי היראים וואס איז נייעס? שלום עליכם!!!

אישור » 23/2/2012 00:45

הנגיד רבי

ביטע מיר צוערשט זאגן אויב די צייטונג קעגן די איד איז אמת



נאכדעם וועל איך שוין אליינס וויסן אויב דעי נקמה מיינט עפעס אמת ....

זעליג_כהן » 23/2/2012 00:46

ס'איז נישט נאר זייערע 'אראבערס'.
ס'איז שוין א לאנגע צייט וואס זייערע כלומפערשט מער נארמאלערע זענען שוין פעד'אפ מיט די בלאט'ס טיפשות, יעצט האט עס נאר געקראכט!

הנגיד_רבי » 23/2/2012 00:55

קומט מיט א ספין און פארדרייט די אשכול. האסט וואס צו ענטפערן אויף וואס די נושא איז דא: געזינטערהייט.

קענסט עפענען א עקסטרעאשכול וועגן די איד, לא בעיא.

היראים » 23/2/2012 00:59

טעיסט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
העי היראים וואס איז נייעס? שלום עליכם!!!


עליכם השלום

דא האסטו די נייעס
אראבער בן ציון שווארץ קומט מיט א ניי צייטנונג

וואס האט געמאכט דעם פותח האשכול כאפען אן אטאקע
אין איר אלע טאנצט מיט זיינע אטאקעס....

היראים » 23/2/2012 01:01

הנגיד_רבי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קומט מיט א ספין און פארדרייט די אשכול. האסט וואס צו ענטפערן אויף וואס די נושא איז דא: געזינטערהייט. קענסט עפענען א עקסטרעאשכול וועגן די איד, לא בעיא.


גערעכט
נישט פארדרייען די נושא

דא רעדט מען פין די 'עכטע'פייער וואס פלאקערט ביי די ארונים צווישן די אוצרות אין דער בלאט
וואס הנגיד רבי אנדעקט
מ'רעדט נישטו פין דער באריכט
ביטע זיך האלטן צום נושא

סטראבערי » 23/2/2012 01:16

אבי נישט צווישן....

אגב, איז אינטערעסאנט צו ווארטן און זעהן ווער ס'וועט געווינען, ווייל די פרימע ארונים האבן יעצט מער מאמענטוהם נאכ'ן אויפברויז, אויף ווי זעלטן ליבעראל די באזוך איז געהענדלט געווארן.

און מ'טרייט צו ווארפן די שולד אויף די פראגאנדע בלאט, אנשטאט צו פארשטיין אז ס'שטינקט פון קאפ.... 

לאנצוט » 23/2/2012 01:31

סטראבערי,
אויב איך מעג מגיב זיין.

עס איז מעגליך אז די ארונים זענען זייער בייז אויף דער בלאט.
עס איז מעגליך אז מען גייט מאכן א צייטונג קעגן דער בלאט
עס איז מעגליך אז רוב פרומע ארונים זענען בייז אויף דער בלאט.

דער מציאות איז אבער:
קעגן דער בלאט האבן די "ארונישע" רבנים נישט געמאכט קיין פראטעסט בריוו.
קעגן דער איד האבן די "זאלונישע" רבנים יא געמאכט א פראטעסט בריוו.

נאך מער מאדנע איז געווען, אז דעם בריוו וואס זיי האבן געמאכט קעגן דער איד (צו דער איד) איז ניטאמאל געדרוקט געווארן אויף די שפאלטן פון דער איד.

איך טראכט אז עס זאגט עפעס.

נפל » 23/2/2012 03:00

לאנצוט דאכט זיך אז די ביסט אמאל געווען א זאלי, וואס האט פאסירט?
לעצם הענין, איך גלייב נישט אז אין די היינטיגע אקנאמיע וועט א קאמפעטישאן מצליח זיין

דייקן » 23/2/2012 03:34

יא לאנצוט, געב ביטע צו פארשטיין דיינע קאלעגעס וואס האט דיר געמאכט טוישן דיינע שטעלונגען

הנגיד_רבי » 23/2/2012 05:43

יעצט געזעהן די דעקל פון'ם נייעם אוצרות:
מערכה אין פילן ברען!
ווי צו אריינריקן קעגן באזיכן בעלזע, באשרייבן זיי רביה"ק מסאטמאר זי"ע באזיך מיט בריסקע רב אין אה"ק.
(יא דעם סאטמאר רבי'ן וואס די בלאט avoid, און וועם די בלאט דארף שרייבן אייביג "דברי יואל", לייגט אוצרות יעדע וואך)
און נאכדעם לעקט מען די פרימע ארונים אויפן דעקל אז די יאר איז די דאסטערס אנדערש ווי פאריאר....

וועגן בעלזא זעהט מען גארנישט אויפן דעקל, ס'עקזיסט נישט....


הנגיד_רבי » 23/2/2012 23:50

נאך די מעידזשער מלחמה וואס ס'האט אויסגעבראכן צווישן היידפארק און בלאט 
צו מ'האט געקויפט 16 לאטס צו 12 לאטס פאר א מיידל סקול וד"ל

ווארטן מיר מיט שפאנונג אויף די קימענדיגע "אוצרות צייטונג" להכריע ביניהם!

הנגיד_רבי » 26/2/2012 23:10

אויב איינער וואונדערט זיך פארוואס יונה האט געכאפט אן אטאקע,
און עפנט 3 מאל א טאג היסטעריש קינדישע אשכולות,
צו אויפבויען די געמיטער אז די קינדישע בלאט איז די צייטונג וואס יעדער מאכט נאך....
בגדר "רבי!, איך וויל אויסזאגן יענקי: ער קוקט אויף מיך!..."  [בילד – נישט אפגעהיט] 

א זאך וואס האט געמאכט אלע זיינע אמאליגע פריינט זיך שעמען צו שטיין אין וואָרט מיט אים...

קען טרעפן די תירץ אויף זיין היסטעריע, אין דעם אשכול!
פשוט, ער ציטערט אז די נייע "אוצרות צייטונג" גייט אים שיקן ליפטערן ווי זיין 'קלינערס' ליפטערט זיך...

יונה קיעפ איט אפ!
באט איטס טו ליטעל, טו לעיט...! 

הנגיד_רבי » 26/2/2012 23:15

הנגיד_רבי » 1/3/2012 23:04

הנגיד_רבי » 29/4/2012 04:58

מערכה געקומען צו א הויכפונקט די שבת מיט מאסן פאשקעווילן און הופפער שוהל!