פאריגע וואך בלויז א טאג נאכדעם וואס דער טריפה'ענער בג''ץ האט מבטל געווען דעם חוק טל און עס איז פריש נולד געווארן די סכנה פון נעמען בחורים אין מיליטער האט דער ''בלאט'' דאס באריכטעט ווי א מעכטיגע נייעס אלס הויפטנייעס אויפ'ן עמוד ראשון.
אויך האט דער'' בלאט'' פאריגע וואך פרשת תרומה מקדיש געווען פאר די טעמע דעם מאמר המערכת און נאך עטליכע זייטן מיט א שרייענדן טעליפאון רוף פון מירון דורך ר' הערשל ראטטער פון מטה הסברה.
לעומת זה, דער ''איד'' האט דאס קוים באריכטעט , גאר טרוקען און זיכער נישט א צענטל פון בלאט.
דעם איד'ס גרויסע און הויפט נייעס איז געווען פאריגע וואך : איראן - אן קיין ארטיקלן און מאמר המערכת.
-
היינט פרשת תצוה האט זיך דער ''איד'' אויפגעוועקט מיט א גרויסן קאפ אויף די ערשטע זייט אז '' גדולי ישראל ובראם ביד''צ העדה החרדית שליט'''א שטורעמען איבער געפאר פון פרישע גזירת גיוס בני הישיבות'' (עפעס אזא לשון)
עס קומט זיך קרעדיט פאר'ן ''איד'' אז מ'שעמט זיך נישט זיך צו לערנען פון ''בלאט'' וויאזוי צו דעקן מערכות קעגען גזירות פון ממשלת הכופרים.
איין פלא וואס איך האב: פארוואס שרייבט דער ''איד'' אין העדליין ''ביד''צ העדה החרדית'' און נישט ''ביד''צ ירושלים''.
וויל מען דערמיט איינעם צופיקסן?
אויב יא , וועמען?
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 01/03/2012 21:52:31