היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » דראמא: וויענער רב שטעכט אריין מעסער אין לב אהרן

דראמא: וויענער רב שטעכט אריין מעסער אין לב אהרן

96 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2936911
בלאט: 1 2

RESTLER » 11/1/2012 20:03

דער דברי יואל (רבי ז''ל בלע''ז - בלשון עם הארץ זרילע) האט געהאלטן אז מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא איז אסור באיסור גמור, און ער האלט אז מען דארף איבערמאכן די קידושין, עם כל זה האט ער געפסקעט אז דאס איבער מאכן די קידושין זאל זיין בלי ברכה, נאך האט ער געשריבן אז ס'איז זייער נישט גלייך זיך משתתף זיין ביי די דאזיגע חתונות, אבער דער איסור איז קלאר נאר אויפן חתן/כלה, די עלטערן פון חתן כלה, און דער מסדר קידושין, אויף זיי איז חל א איסור חמור, און דאס קאפל טאר נישט וואוינען צוזאמען ביז זיי מאכן איבער די קידושין, אגב, א גרויסער חלק פון די פסולע חתונות האבן טאקע איבער געמאכט די קידושין, און היינט צוטאג ווילן די מיידלעך דארט נישט חתונה האבן, זיי ווילן נישט בלייבן מיטן פלעק, און טאקע דעריבער איז דארט געווען קרוב צו 5 חתונות דאס לעצטע דריטל יאר, אבער דאס איז נאר בדרך אגב, דער עיקר איז אז צוזאם מישן דעם איסור גמור פון מסדר קידושין זיין בלי רשות, וואס ממש אלע רבנים ודיינים האבן אנגענומען, און קיינער, אויסער אפאר געציילטע מחוצפים און עזות פנים'מער האבן צובראכן און געטרעטן אויפן פסק פון רבינו הקדוש זי''ע, אויסער זיי האט קיינער דארט נישט געוואלט מסדר קידושין זיין בלי רשות, דאס איז א פאקט וואס איר קענט נישט לייקענען, אבער משתתף זיין איז זיכער עפעס אנדערשט, טראץ וואס רובא דרובא תלמידי וחסידי הבעל דברי יואל זי''ע האלטן זיך צום איסור און וועלן דארט נישט איבער טרעטן די שוועל ווען עס קומט פאר א חתונה בלי רשות המרא דאתרא, עם כל זה וועט אלץ זיין א אויסנאם, צו מען נישט ביישטיין דעם פרעשער פון א טאטע, אדער צוליב אנדערע סיבות, און זיי וועלן זיך דארט יא באטייליגן, אבער דעם איסור חמור וועלן זיי זיכער נישט עובר זיין, והדבר פשוט מאוד, אז זיך פרייען מיטן באטייליגן פון וויענער רב ביי א חתונה איז עפעס א ניצחון איז זייער נאריש, לאמיר זען ווינער רב זאל דארט מסדר קידושין זיין, אויב דאס פאסירט וועל איך מודה זיין אז ס'איז א פליק פארן מרא דאתרא, אבער ביז דאן, מיינט עס גארנישט.

דזשיגאן » 11/1/2012 20:14

איך וועל בלויז ציטירן פון דיין חבר לאנצוט: ‎​
 
[quote]
קיין שום רב האלט זיך נישט פון מסדר קידושין זיין דארט.

ווען א נייטראלער רב איז מסדר קידושין זאגן די נארוינים אז ער האט געבעטן רשות.

נפול = געווינען
תפול = נאך מער געווינען !
[/quote] ‎​
 
www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=3&topic_id=2910289&forum_id=21016

רב_הסוער » 11/1/2012 20:18

דעמאלטס וויזוי ביסטו מסביר די גזירה אז מ'מוז דייקא נעמען איינע פון די אויסגעשפראכענע?

דזשיגאן » 11/1/2012 20:26

פרעג לאנצוט'ן, ער דרייט זיך דא לעבעדיג

רב_הסוער » 11/1/2012 20:37

יא יא גערעכט, ער דרייט זיך דא,
כל זמן איך הער נישט קיין ענטפער פון ענק, וועל איך עס לאזן אויף די חזקה אז די גזירה אז מ'מוז דווקא נעמען דעם שארמאשער ודומיהם, איז א הודאת בעל דין, אז א נייטראלער רב איז דא א ערענסטע חשש אז ער נעמט רשות, אויב נישט פארוואס די גזירה,

לאנצוט » 11/1/2012 20:44

דזשיגאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פרעג לאנצוט'ן, ער דרייט זיך דא לעבעדיג


איך בין אויפריכטיג כמעט 100 פראצענט.
דאס גיין פון וויענער רב איז געווען א שנעלקע פאר די ארוינים.

דאס זעלבע, דאס נישט גיין פון קארלסבורגער רב איז א שנעלקע פאר די זאלונים/בני יואל.


זיי אויפריכטיג און זיי מודה.







(איך קלער נישט אז דו קענסט עס באווייזן).

רב_הסוער » 11/1/2012 20:58

אויפריכטיג און מודה זיין זאל דער ניק "דשיגאן"

ווייל דיין סברא אז ס'א "שנעלקע" איז זיך סך מער מחולק מיט אים ווי מיר,

ווייל ער שרייט דאך "דראמא!!", "שטעכט אריין א מעסער!!", ס'טוט זיך, ס'לעבט זיך, דער ווינער רב איז געווארן א זאלי,

אויף דעם זאג איך

NOT SO FAST,

העטער ווען מסדר קידושין געווען וואלט זיך אפשר געפאסט צו זאגן דראמא, שטעכט,

אבער פארן בלויז אריינגיין און זאל ביי א משפחה שמחה?

TAKE IT EASY,

העכסטנס לכל היותר קען מען אפשר זאגן א שנעלקעלע, אבער דראמא???

RESTLER » 11/1/2012 21:14

דזשיגאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך וועל בלויז ציטירן פון דיין חבר לאנצוט: ‎​
 
[quote]
קיין שום רב האלט זיך נישט פון מסדר קידושין זיין דארט.

ווען א נייטראלער רב איז מסדר קידושין זאגן די נארוינים אז ער האט געבעטן רשות.

נפול = געווינען
תפול = נאך מער געווינען !
‎​
 
www.bhol.co.il/forums/topic.asp?whichpage=3&topic_id=2910289&forum_id=21016[/quote
]
אזוי? לאנצוט איז מיין חבר? איך האב נישט קיין חברים וואס רופן די אהרונים נארונים, דאס פאסט פאר א זאלי ווען ער האט נישט וואס צו ענטפערן.

נאכאמאל! די אישוי פון אריין גיין אין יענעםזאל איז קיינמאל נישט געווען קיין מעידזשאר אישוי, אדרבה, ברענג עפעס א אלטע תגובה ווי סיי וועלעכער אהרוני שרייבט וועגן אריין גיין, דאס איז א חומרה בעלמה, וואס ממש אלע ערליכע אידן האבן אנגענומען, און אפילו ערליכע אידן זיידעס פון חתן/כלה האבן זיך נישט באטייליגט ביי זייער אייניקלס חתונה, ווייל זיי זענען פון די מהדרין מן המהדרין, זיי זענען מהדר אויף אלע הידורים, ווי שחיטה מונחת, אריזאנא ווייץ, וכו', האבן זיי אנגענומען אויך די חומרה, אבער נאך אלעמען איז דאס בלויז א הידור און א גדר, אבער דער איסור חמור פון מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא, וואס איז שוין דורך געשמיסט געווארן אין די לענג און אין די ברייט,, האט נאך קיין איין אנגעזעהענער רב נישט געבראכן, איך רעדט שוין נישט פון סעקולענער רבי און רבי לייבוש לייזער, וואס זענען כידוע גרויסע מעריצים פונעם מרא דאתרא, וואס האבן אפגעזאגט דארט צו גיין מסדר קידושין זיין, נאר אפילו דער קאשויער רבי און דער תולדות אהרן רבי וואס זענען ווייט פון נחשד צו זיין אלץ מעריצים פון רבינו שליט''א, עם כל זה האבן זיי אפגעזאגט פון דארט מסדר קידושין זיין בלי רשות המרא דאתרא, דריבער דארפט איר זיך טרייסטן און מחזק זיין מיטן וויענער רב'ס באטייליגן זיך דארט אויף א חתונה, מיט דעם חיזוק זענט איר א שטיק חוזק!!!

KJ » 11/1/2012 21:46

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מיין אויפריכטיגע מיינונג האב איך שוין אויסגעפלוטערט.
אז ווינער'ס גיין איז א שנעלקע פאר די ארונים. פינטל.

און דאס נישט גיין פון קארלסבורגער רב איז א שנעלקע פאר די זאליס/בני יואל.

זיי אויפריכטיג


דו קענסט מיר אפשר ליכטיג מאכן די אויגן? ווי קומט דא אריין קארלסבורגער רב, אויסער וואס דו זוכסט אוועקצוספינען די נושא פון די נייטראלער ווינער רב שליט"א וואס האט ענק געגעבן -כלשונך- א גוטן שנעלקע מיט זיין באטייליגונג, וואס האט קארלסבורגער רב מיט די חתונה איינגעלייגט??

לאנצוט » 11/1/2012 21:50

KJ כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מיין אויפריכטיגע מיינונג האב איך שוין אויסגעפלוטערט.
אז ווינער'ס גיין איז א שנעלקע פאר די ארונים. פינטל.

און דאס נישט גיין פון קארלסבורגער רב איז א שנעלקע פאר די זאליס/בני יואל.

זיי אויפריכטיג


דו קענסט מיר אפשר ליכטיג מאכן די אויגן? ווי קומט דא אריין קארלסבורגער רב, אויסער וואס דו זוכסט אוועקצוספינען די נושא פון די נייטראלער ווינער רב שליט"א וואס האט ענק געגעבן -כלשונך- א גוטן שנעלקע מיט זיין באטייליגונג, וואס האט קארלסבורגער רב מיט די חתונה איינגעלייגט??


איך וועל פראבירן דיר ליכטיג מאכן דיינע אויגן:

דא רעדט מען אז מיט דעם אקט וואס וויענער רב האט געטאן, אז ער איז "אריין" אינעם זאל פון עטרת מאיר צבי האט ער געגעבן א שנעלקע פאר די ארונים !

יעצט, מכלל הן אתה שומע לאו. איז זייער קלאר פאר "א בר דעת", אז מיט דעם אקט וואס קארלסבורגער רב האט געטאן אז ער "נישט געוואלט" אריינגיין אינעם זאל פון עטרת מאיר צבי האט ער געגעבן א שנעלקע די זאלונים / בני יואל!

איך האף אז איך האב עקאמפלישט מיין מישאן דיר ליכטיג מאכן די אויגן.

KJ » 11/1/2012 21:54

ווען איז דאס געווען וואס ער האט נישט געוואלט אריינגיין אין דעם זאל?

RESTLER » 11/1/2012 21:58

לפי עניית דעתי,  אויב איז וויענער רב'ס אריין גיין אין זאל א שנעלקע פאר די אהרונים, איז זיכער אז דאס נישט אריין גיין פון קארעלסבורגער רב צו די חתונה פון זיין נעפיו א''פ, א געזינטער פראסק פאר די זאלונים, אסאך נענטער צו א "דראמא" און צו א "מעסער אין הארץ" ביסטו מסכים מיט מיר?

KJ » 11/1/2012 22:09

איך האב הנאה אז דו דעליווערסט אונז די זאלונים, אבער למען הקלארקייט פאר די וואס ארבעטן נישט אויף די בלאט סיסטעם פון ספין און שקרים, דער זאל געהערט נישט צו די זאלונים, זיי זענען זייער וועלקאם דא צו יעדער צייט, זייע רבי איז שוין געווען דא מסדר קידושין אויך, און דער זאל מאכט גרינגער די ערעפנונג פון זייער נייע חתונה זאל וואס גייט זיך עפענען בקרוב אי"ה.

די זאל געהערט אויסשליסליך צו קהל ומוסדות בני יואל, און דאס אריינווארפן דא יעדע פינפטע תגובה זאלונים איז א א פורים און חוזק, ווען די זאלונים וועלן עפענען זייער זאל, דעמאלס וועט עטץ האבן די ריכטיגע פאן, זיי קענען בעסער ענקער שפראך ווי אונז, גארטלטס ענק אונטער און גרייטס זנעל אן נאך א גרויסן פורים פנקס.


תוקן על ידי KJ ב- 11/01/2012 22:19:23

לאנצוט » 11/1/2012 22:26

דיינע אויגן זעה איך איז שוין אביסל ליכטיג געווארן. ברוך השם.

יעצט לגבי דיין פראבלעם מיט'ן אריינווארפען "זאלונים", מוז איך זיך אנטשולדיגן, און דיר זאגן אז דו האסט א גוטע הערה. ווייל עס איז טאקע אמת אז די זאל באלאנגט פאר בני יואל און נישט פאר די זאלונים.

מיט דעם גיב איך דיר גערעכט.
פון די אנדערע זייט פון די מטבע איז דער זאל געווארן א אישו וואס די זאליס האבן אנגעהויבן נוצן אקטיוו קעגן די ארונים, נישט בשב ועל תעשה, נאר בקום ועשה. און אסאך רבנים פון די זאלונישע קהלה האבן אפילו געגעבן א בריוו צו שטיצן דעם זאל, כאטש וואס זיי האבן קיין שום שייכות נישט מיט די בני יואל געהאט ביז היינט.

אלזא, דאס נוצן זאלונים איז אומדירעקט אויסגעהאלטן.

RESTLER » 12/1/2012 03:21

נאכאמאל ר' לאנצוט, אויב איז וויענער רב'ס אריין גיין אין זאל א שנעלקע פאר די אהרונים, איז זיכער אז דאס נישט אריין גיין פון קארעלסבורגער רב צו די חתונה פון זיין נעפיו א''פ, א געזינטער פראסק פאר די זאלונים, אסאך נענטער צו א "דראמא" און צו א "מעסער אין הארץ" ביסטו מסכים מיט מיר?

אומזיסט » 12/1/2012 06:43

מעג איך אפשר ויסן ווער דער א"פ איז? 

לאנצוט » 12/1/2012 17:48

רעסטלער:
איך אגרי נישט. א שנעלקע אויף היידפארק מיינט געשטאכן א מעסער אויף טויט.

אומזיסט:
א.פ איז ר' אברהם פייערווערקער, א פלומעניק פון קארלסבורגער רב.

אומזיסט » 12/1/2012 18:24

סאיז גוט אז דו האסט געשריבן דעם נאמען, ווייל כמדומה האט ער שוין נישט קיין קינדער אינדערהיים פאר אפאר יאר, על כ"פ איך בין 99 % אז אין דעם זאל האט ער כלל נישט חתונה געמאכט.

בד"וו, וויאזוי איז ער א קרוב, און ועם מיינסטו קארלסבורגער רב?

לאנצוט » 12/1/2012 18:44

אומזיסט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
סאיז גוט אז דו האסט געשריבן דעם נאמען, ווייל כמדומה האט ער שוין נישט קיין קינדער אינדערהיים פאר אפאר יאר, על כ"פ איך בין 99 % אז אין דעם זאל האט ער כלל נישט חתונה געמאכט.

בד"וו, וויאזוי איז ער א קרוב, און ועם מיינסטו קארלסבורגער רב?


איך האב געענטפערט אויף דיין פראגע ווער א.פ. וואס רעסטלער האט ערווענט. און דו ביסט דער וואס האט געפרעגט.

אלזא אומזיסט טייערער, עס איז "נישט" עק וועלט (נאר א שנעלקע) אז קארלסבורגער רב האט נישט געוואלט אריינגיין אינעם זאל. פינטל.
און איך בין דיר מודה אז עס איז "נישט" עק וועלט  (נאר א שנעלקע) אז וויענער רב איז יא אריין אינעם זאל.

עס איז צייט אויפצואוואקסן.

RESTLER » 12/1/2012 20:34

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
רעסטלער:
איך אגרי נישט. א שנעלקע אויף היידפארק מיינט געשטאכן א מעסער אויף טויט.

אומזיסט:
א.פ איז ר' אברהם פייערווערקער, א פלומעניק פון קארלסבורגער רב.

אזוי? ס'איז ממש אייניג? וויענער רב'ס יא אריין גיין אין זאל, און רבי יחזקאל ראטה'ס נישט וועלן אריין גיין איז ממש די זעלבע שנעלקע? איך בין רעסעפקפאלי אין דיסאגרימענט מיט דיר, רוב זאכן האלט איך אז ס'איז דברים של טעם, אבער דאס איז זייער נאריש צוזאגן, לאמיר געבן אפאר הייפעטעטיקל עפיזאדס, און זאג מיר צו אלעס איז בלויז א שנעלקע, צו איינס קען מיט רעכט גערופן ווערן א שטעך אין הארץ, למשל:
1) דער סעקולענער רבי'ס גבאי מאכט חתונה אין דעם זאל און דער סעקולענער רבי זאגט זיך אפפון גיין,
2) מעליצער רבי מאכט חתונה מיט א אייניקל פון טשאדער און זאגט זיך אפ מסדר קידושין זיין בלי רשות,
3) דער כוונת הלב רבי באשיינט דארט די חתונה פון א משפחה זיינס,
4) רבי לייבוש לייזער גייט מסדר קידושין זיין אין דעם זאל,
5) כעזקל בראך מאכט דארט חתונה און איז מכבד דעם תולדות אהרן רבי און ער וויל נישא אנעמען סידור קידושין בלי רשות,
    און וויל זיך אפילו נישט משתתף זיין אויף די חתונה.
6) כעזקל בראך מאכט דארט חתונה און איז מכבד דעם תולדות אהרן רבי און ער וויל נישא אנעמען סידור קידושין בלי רשות,
    אבער איז זיך יא משתתף זיין אויף די חתונה.
7) כעזקל בראך מאכט דארט חתונה און איז מכבד דעם תולדות אהרן רבי און ער נעמט אן סידור קידושין בלי רשות,

איז אלעס איינס און די זעלבע קאטאגאריע, אבער קען מיט רעכט ריין עפיסאד אנגערופן א שנעלקע און דאס צווייטע א געזינטער פראסק און א שטעך אין הארץ.
   

לאנצוט » 12/1/2012 20:43

רעסטלער טייערער: זיי אויפריכטיג.
דאס זענען אלעס שנעלקעס. קליינטשיגע פליקאלעך, נישט מעלה און נישט מוריד און האט נישט קיין לאנג-טערמיניגע אפעקט, עס מאכט נישט אויס גארנישט, עס טוישט נישט גארנישט, און האט נישט קיין שום ממשיות'דיגע אפעקט חוץ אויף הייפדארק (ווי יונגלאך טוישן אויס קללות און זידלעריין).

א גרויסער פליק מיינט: ווען די בני יואל/זאליס קאנידאט פאר מעיאר געווינט.
א גרויסער פליק מיינט: אויב די זאליס פארלירן ראדני.

אלע אנדערע קליינטשיגע "טיט פאר טעט" זענען קלייניקייטן אין די ביג פיקטשער.

א שנעלקע און דאס אלעס. (היידפארק שפראך מיינט דאס דער'הרג'ט, קאפוט).

RESTLER » 12/1/2012 22:08

הייסט אזוי! אז ס'איז נישט א טויט קלאפ, איז עס נאר א שנעלקעלע, במחילת כבודך הרמה, טראץ וואס אין פרינציפ בין איך איינשטימיג מיט דיינע טעאריעס, און אויפאסונגען, אבער ווען עס קומט צו מדמה זיין מילתא למילתא האסטו א מוראדיגן שוואכקייט, ביי דיר איז אדער טויט אדער לעבעדיג, ביי דיר טאמער איינער איז אינוואלווד אין א עקסידענט לא עלינו ולא עליכם, און ער פארלירט זיינע ביידע פיס רח''ל, איז אזוי ווי  ער איז לעבעדיג איז דאס בלויז א שנעלקע, פארלירן א פינגער ל''ע איז איינס און דאס זעלבע ווי פארלירן א פיס ל''ע, ביי נארמאלע מענטשן איז דא גרעידס, ס'איז דא א שנעלקע, ס'איז דא א פעטשל, ווידער איז דא א געזינטער פראסק, און אויך איז דא א טויט קלאפ, וואס רופט זיך  א מעסער אין הארץ, אמת, אלעס וואס איך האב געשריבן איז אזאך וואס איז אויסצוהאלטן, מען קען דאס אלעס אדורך טראגן, מען קען עקזעסטירן ווייטער מיט דעם, און אזוי איז אויך מיט א געזינטער פראסק, מען קען דאס אויסהאלטן, אבער א חילוק איז נאך אלץ דא פון א שנעלקע צו א פראסק, למשל אז סעקולענער רבי וועט גיין אהין מסדר קידושין זיין בלי רשות, וועט דאס זיי א מעכטיגער פראסק פאר די אהרונים, קען מען דאס אדורך טראגן?, זיכער אז יא, אבער א פראסק איז דאס, ווידער ווען רבי יחזקאל ראטה וויל נישט גיין צו זיין נעפיוס אייניקל חתונה, (וואס זיי זענען זייער נאנט) איז דאס א מעכטיגער פליק פאר די בני יואל, אז מעליצער רב זאגט קלאר און דייטליך אז ער וועט נישט גיין מסדר קידושין זיין ביי זיין אייניקלס בלי רשות און מען איז געצווינגען צו גיין קיין מאנסי, טראץ וואס דער אנדערער זיידע איז פון די הויפט אנפירערס פון די מסדרי קידושין שלא ברשות, איז דאס א מעכטיגער פליק פאר די בני יואל, ווען וויענער רב גייט אריין אין דעם האל, איז דאס א שנעלקע פאר די אהרונים, ווען וויענער רב גייט מסדר קידושין זיין שלא ברשות איז דאס א פאטש פאר די אהרונים, און ווען דער ירושלימער רב הרב ווייס גייט דארט מסדר קידושין זיין  שלא ברשות איז דאס א מעטיגער פליק פאר די אהרונים. והארכתי במקום שצריך לקצר נאר כדי ארויס צו ברענגען דאס לעכערליכקייט פון דעם אשכול וואס רופט זיך דראמא: וויענער רב שטעכט אריין מעסער אין לב אהרן  

לאנצוט » 12/1/2012 22:26

לדעתי, אלעס איז בלויז א שנעלקע. מ'ווערט נישט היסטעריש.

בקיצור נמרץ:
שארט טוירם איז א שנעלקע. (99 פראצענט געווינסן און פארלוסטן זענען אין די קאטעגאריע).
לאנג טוירם איז א טויט קלאפ. (מ'קען עס ציילן מיט די פינגער אויף איין האנט, און נאך בלייבן מיט רעשט.)

פינטל.

לאנצוט » 12/1/2012 22:30

רעסטלער, אדרבה נעם אן אנקעטע און זעה וואס די חכמים דא זאגן.

סעלפאן » 16/1/2012 22:48

לאנצוט, דאס אז מען מאכט חתונה און מען באטייליגט זיך אפילו עס איז געאסרט געווארן דורך איינער וואס פארריפט זיך מרא דאתרא אדער דומ"ץ קרית יואל, דעס איז א מעכטיגע פליק בעסער געזאגט א שחיטה מנחת אויף די ארונים ווייל דאס ווייזט אז די אהרונים זענען מער נישט אין קאנטראל ווי אמאל ווען אלע רבנים און סתם מענטשן האבן געציטערט פון דעם "קרית יואל'ע רב".

לאנצוט » 16/1/2012 23:29

סעלפאן.
ביסט אזא פיקח ווי רעסטלער און ביי ביידע איז א "שנעלקע" שחיטה מונחת.

שחיטה מונחת קען מען מאכן "איין מאל".

ביטע זאג מיר נישט נעקסטע וואך אז מ'האט געמאכט "נאכאמאל" שחיטה מונחת.

דאס אז קארלסבורגער רב איז "נישט געגאנגען" צו א חתונה, איז די זעלבע שנעלקע. נישט קיין שחיטה און נישט קיין מונחת.

וואקס אויף מיט דיין בעיבישע לענגוויטש.

ודי בזה

גינגריטש » 17/1/2012 00:14

די גאנצער האלל איז פשוט א סתימת הגולל אויף די זשאויק פון "מרה דאתרא", מיט דעם האט זיך גע'ענדיגט דעי זשאויק. אלע פילפילים איז איבריג!

רב_הסוער » 17/1/2012 00:41

איך קען דיר טראסטן אז דאס דער ענדגילטיגער סתימת הגולל, און דא ענדיגט זיך עס?

ווייל מארגן גייסטו קומען מיט א פרישע "דראמא" א פרישע "מעסער שטעכאכץ"

אונז הער מיר שוין דעם ניגון איבער 10 יאר טאג איין טאג אויס אז "דאסמאל" האט מען ענדליך ערלעדיגט רעבארן,

לאנצוט » 17/1/2012 02:04

[quote]
די גאנצער האלל איז פשוט א סתימת הגולל אויף די זשאויק פון "מרה דאתרא", מיט דעם האט זיך גע'ענדיגט דעי זשאויק. אלע פילפילים איז איבריג!
[/quote]

שיטת לאנצוט:

דאס וואס עוקרי תורה (לשיטת המרא דאתרא והדומ"ץ דמתא) זענען עוקר דת תורתינו הקדושה מאכט נישט אויס איסור.

לדוגמא:
דאס וואס איבער א מיליאן שומרי תורה ומצוות גייען צו די בחירות הטמאות, ווערט נישט די תורה הקדושה בטל חלילה, און דער ויואל משה איז קיין טראפ נישט קלענער.

א חרון אף זיכער יא אבער בטל זיכער נישט.

ע"כ הנוגע לענינינו.
ודי בזה.

וויכטיג » 17/1/2012 17:24

לצים וואס איר זענט, שטעכן א מעסער? ווער שטעכט שוין 25 יאר, די בני יואל, אדער זיי ווערן געשטאכן? ס'איז זייער פארשטענדליך זייער שמחה ווען די לעצטע הארעלע וואס האט געקענט אנדייטן אז ס'איז דא עפעס איין מרא דאתרא אין שטעטל איזצורינען ווי א זייפן בלאז דורך רבנים ודיינים, קיין חילוק וויפיל רבנים האבן נאך מורא צו כאפן פון זייערע "אבני חסד" אדער מיאוסע פאשקעווילן מיט א פלייץ פון פאוני קאלס יעדע נאכט דורך זייערע מצויינים..

אונטערשטע שורה, א מנין רבנים מובהקים תלמידי חכמים האבן שוין מסדר קידושין געווען דארטן אן קיין רשות פון א.ג. מרא דאתרא, נאך א צאל רבנחים האבן געלאזט זייערע שואלים און חסידים דארט מאכן חתונה, און צענדליגער רבנים זענען געקומען באשיינען די שמחות דארט וואס לויט א דעת יחיד (מיט נגיעות, פעיראלל וכו' וכו') האט געזאגט אז ס'איז דא מכלומר'שט א חשש...

RESTLER » 17/1/2012 18:29

וויכטיג כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לצים וואס איר זענט, שטעכן א מעסער? ווער שטעכט שוין 25 יאר, די בני יואל, אדער זיי ווערן געשטאכן? ס'איז זייער פארשטענדליך זייער שמחה ווען די לעצטע הארעלע וואס האט געקענט אנדייטן אז ס'איז דא עפעס איין מרא דאתרא אין שטעטל איזצורינען ווי א זייפן בלאז דורך רבנים ודיינים, קיין חילוק וויפיל רבנים האבן נאך מורא צו כאפן פון זייערע "אבני חסד" אדער מיאוסע פאשקעווילן מיט א פלייץ פון פאוני קאלס יעדע נאכט דורך זייערע מצויינים..

אונטערשטע שורה, א מנין רבנים מובהקים תלמידי חכמים האבן שוין מסדר קידושין געווען דארטן אן קיין רשות פון א.ג. מרא דאתרא, נאך א צאל רבנחים האבן געלאזט זייערע שואלים און חסידים דארט מאכן חתונה, און צענדליגער רבנים זענען געקומען באשיינען די שמחות דארט וואס לויט א דעת יחיד (מיט נגיעות, פעיראלל וכו' וכו') האט געזאגט אז ס'איז דא מכלומר'שט א חשש...

באמת? איבער א מנין רבנים מובהקים תלמידי חכמים האבן שוין דארט מסדר קידושין געווען בלי רשות? פילייכט קענסטו אונז מזכה זיין מיט די נעמען פון די רבנים מובהקים תלמידי חכמים וואס האבן שוין דארט מסדר קידושין געווען בלי רשות? יא, ס'איז א דעת יחיד, ווי דער רבי זי''ע שרייבט, יחיד זה יחידו של עולם, דאס איז תורה מן השמים, תורת משה, וזאת התורה לא תהא מוחלפת, פון הונדערטער רבנים מובהקים אין ניו יארק האבן זיך נישט מתחצף געווען נגד פסקו פון בעל דברי יואל זי''ע נאר אפאר מחוצפים בני בלי שם, מסדרי קידושין בלי רשות, איר האט נישט געהאט מער ווי 5 אזעלעכע, און רבנים וואס האבן זיך אפגעזאגט דארט מסדר קידושין זיין איז דא מער ווי 15, א מעכטיגער סוסקסעס!!! 

לאנצוט » 17/1/2012 18:42

וויכטיג כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לצים וואס איר זענט, שטעכן א מעסער? ווער שטעכט שוין 25 יאר, די בני יואל, אדער זיי ווערן געשטאכן? ס'איז זייער פארשטענדליך זייער שמחה ווען די לעצטע הארעלע וואס האט געקענט אנדייטן אז ס'איז דא עפעס איין מרא דאתרא אין שטעטל איזצורינען ווי א זייפן בלאז דורך רבנים ודיינים, קיין חילוק וויפיל רבנים האבן נאך מורא צו כאפן פון זייערע "אבני חסד" אדער מיאוסע פאשקעווילן מיט א פלייץ פון פאוני קאלס יעדע נאכט דורך זייערע מצויינים..

אונטערשטע שורה, א מנין רבנים מובהקים תלמידי חכמים האבן שוין מסדר קידושין געווען דארטן אן קיין רשות פון א.ג. מרא דאתרא, נאך א צאל רבנחים האבן געלאזט זייערע שואלים און חסידים דארט מאכן חתונה, און צענדליגער רבנים זענען געקומען באשיינען די שמחות דארט וואס לויט א דעת יחיד (מיט נגיעות, פעיראלל וכו' וכו') האט געזאגט אז ס'איז דא מכלומר'שט א חשש...


די פרומע ציונים והגררים אחריהם שרייען אויך די זעלבע זאך לגבי די בחירות הטמאות והאסורות:

אונטערשטע שורה, טויזענטער רבנים מובהקים תלמידי חכמים גייען און זענען מחייב צו גיין צו די בחירות הטמאות טראץ דעם שרעקליכן איסור פונעםמרא דאתרא (מרן הק' בעל דברי יואל), נאך א צאל רבנים האבן געלאזט זייערע שואלים און חסידים גיין צו די בחירות, און צענדליגער רבנים גייען פערזענליך די בחירות הטמאות און לאכן זיך אויס אויף אלע איסורים וחרמות און אז דאס איז ביהרוג ואל יעבור, און אז דאס איז כפירה ומינות.

ביסט העפליך געלאדענט צו ענטפערן.

ודי בזה

אומזיסט » 17/1/2012 22:01

לאנצוט, זיי פונקטליך מסביר דיינע רייד.

לו יצוייר, אז סאטמאר וועט קלעימען אז די שטאט "ביתר" לדוגמא, באלאנגט צו סאטמאר, און מען מוז זיך דארטן פירן ווי דער דעת הויואל משה. אויב אבער וועט זיך ארויס שטעלן אז די תושבי העיר גייען יא צו די בחירות, דאן, הגם אז דער ויואל משה איז קאי וקיים, איז אבער דער מציאות ליידער אז אין "ביתר" איז דער ויואל משה נישט דער מכריע.

יעצט דא איז דאס זעלביגע, לו יצוייר אז די רבנים פון די זאליס און בני יואל וואלטן זיך ארויס געשטעלט בתוקף חולק זיין מיט די תקנה, למשל, אז די גויאישע ארבעטער ברויכן פארלאזן די שטאט א שעה פארן זמן הדלקת הנירות, און למעשה לאמיר זאגן אז מען וועט טון וויאזוי זיי זאגן, נישט ווי די "מתא"ניקעס זאגן, דאן איז ווייטער דער ביאור אז די מתא חברה קענען ווייטער שרייבן וויפיל פסקים און הוראות זיי ווילן, עס איז אבער קיינעם נישט מחייב.

דא בנידונינו, איז ניתוסף געווארן נאך אן ענין, אז די שאלה גופא איז נישט א אומדירעקטע רעפערענדום צי זען ווער עס איז בעה"ב, נאר דאס איז די זאך אליינס. יעצט אז די רבנים פייפן זיך אריין אינעם פסק פון די בעלי "המתא", ווייזט דאס אז די ווארט "מתא" איז נישט ווערט דער פאפיר אויף וואס עס ווערט געשריבן. יעצט נאכאלס, יצוייר אז זייער שיטה איז קאי וקיים, און קיין שום מחוצף קען דאס נישט רירן פון פלאץ, אבער דא איז נישט דער מדובר וועגן זייער שיטה, נאר וועגן זייער בעלות. גאט איט?

"ודי בזה" (קרעדיט:לאנצוט)

לאנצוט » 17/1/2012 22:07

איך בין אביסל פרעפלעקסד פון דעם שטעלונג וואס דו נעמסט, ווייל לויט דת תורתינו הקדושה ווערט די הלכה גארנישט געטוישט צי פופציג אידן זענען מחלל דעם שבת קודש אדער הונדערט.

דאס אז הונדערטער אידן אין וויליאמסבורג טוען מלאכות דאורייתא'ס פאר'ן זמן שיטת רבינו תם, צייגט עפעס אז רביה"ק בעל ויואל משה ווערט אנגעפיפן אין וויליאמסבורג ?

דאס אז הונדערטער אידן אין וויליאמסבורג טראגן מיט'ן עירוב טראץ דעם איסור פון רוב רבנים פון שטאט צייגט עפעס אז רוב רבני העיר ווער יעצט אנגעפיפן אין וויליאמסבורג ?

טעות גדול הוא בידך:

די תורה הקדושה קאי וקיים. איי ס'איז דא אזעלכע וועלכע זענען עובר איסורי דאורייתא'ס ודרבנ'ס, דאס איז זייער פראבלעם, מעג יענער מיט מיט ווייסע אדער גרינע זאקן, ער בלייבט א שייגאץ און אן עבריין.

דאס איז די תורה'דיגע שטעלונג.
ודי בזה


תוקן על ידי לאנצוט ב- 17/01/2012 22:10:14

KJ » 18/1/2012 00:03

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לצים וואס איר זענט, שטעכן א מעסער? ווער שטעכט שוין 25 יאר, די בני יואל, אדער זיי ווערן געשטאכן? ס'איז זייער פארשטענדליך זייער שמחה ווען די לעצטע הארעלע וואס האט געקענט אנדייטן אז ס'איז דא עפעס איין מרא דאתרא אין שטעטל איזצורינען ווי א זייפן בלאז דורך רבנים ודיינים, קיין חילוק וויפיל רבנים האבן נאך מורא צו כאפן פון זייערע "אבני חסד" אדער מיאוסע פאשקעווילן מיט א פלייץ פון פאוני קאלס יעדע נאכט דורך זייערע מצויינים..

אונטערשטע שורה, א מנין רבנים מובהקים תלמידי חכמים האבן שוין מסדר קידושין געווען דארטן אן קיין רשות פון א.ג. מרא דאתרא, נאך א צאל רבנחים האבן געלאזט זייערע שואלים און חסידים דארט מאכן חתונה, און צענדליגער רבנים זענען געקומען באשיינען די שמחות דארט וואס לויט א דעת יחיד (מיט נגיעות, פעיראלל וכו' וכו') האט געזאגט אז ס'איז דא מכלומר'שט א חשש...


די פרומע ציונים והגררים אחריהם שרייען אויך די זעלבע זאך לגבי די בחירות הטמאות והאסורות:

אונטערשטע שורה, טויזענטער רבנים מובהקים תלמידי חכמים גייען און זענען מחייב צו גיין צו די בחירות הטמאות טראץ דעם שרעקליכן איסור פונעםמרא דאתרא (מרן הק' בעל דברי יואל), נאך א צאל רבנים האבן געלאזט זייערע שואלים און חסידים גיין צו די בחירות, און צענדליגער רבנים גייען פערזענליך די בחירות הטמאות און לאכן זיך אויס אויף אלע איסורים וחרמות און אז דאס איז ביהרוג ואל יעבור, און אז דאס איז כפירה ומינות.

ביסט העפליך געלאדענט צו ענטפערן.

ודי בזה


מיר קוקט אויס ווי די רעדע איז נישט תורה אדער שיטה, צו ס'איז איין פעיראל דיין וואס שרייט אז מ'טאר נישט מסדר קידושין זיין און די הוראה פון גרויסע רבנים מובהקים און צוגאב צו די 'מעשה רב' פון עטליכע חשוב'ע רבנים וואס האבן יא מסדר קידושין געווען אן קיין הוא אמינא פון בעטן רשות, ווייזט אז ס'איז נישט קיין שום פראבלעם, דא איז די רעדע פון מרא דאתרא, אויף דעם איז די נייע זאל מיט אומגעצוואונגענע סידור קידושין דער ענטפער, ס'איז א פאקט אז ס'איז דא א זאל אין שטעטל וואס מ'מוז נישט נעמען דעם געצווינגענעם מסדר קידושין,
ודי בזה!

KJ » 18/1/2012 00:09

לאנצוט, איך בין אינגאנצן צעמישט, ליין איבער דיין תגובה, לויט דיין תגובה איז דעת תורה אז מ'מעג יא מסדר קידושין זיין אפילו אנדערע שרייען אז מ'טאר נישט, ווייל ס'איז א דעת תורה, ליין איבער דיין תגובה און דיינע משלים און זאג מיר אויב איך בין נישט גערעכט

אומזיסט » 18/1/2012 07:37

לאנצוט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך בין אביסל פרעפלעקסד פון דעם שטעלונג וואס דו נעמסט, ווייל לויט דת תורתינו הקדושה ווערט די הלכה גארנישט געטוישט צי פופציג אידן זענען מחלל דעם שבת קודש אדער הונדערט. דאס אז הונדערטער אידן אין וויליאמסבורג טוען מלאכות דאורייתא'ס פאר'ן זמן שיטת רבינו תם, צייגט עפעס אז רביה"ק בעל ויואל משה ווערט אנגעפיפן אין וויליאמסבורג ? דאס אז הונדערטער אידן אין וויליאמסבורג טראגן מיט'ן עירוב טראץ דעם איסור פון רוב רבנים פון שטאט צייגט עפעס אז רוב רבני העיר ווער יעצט אנגעפיפן אין וויליאמסבורג ? טעות גדול הוא בידך: די תורה הקדושה קאי וקיים. איי ס'איז דא אזעלכע וועלכע זענען עובר איסורי דאורייתא'ס ודרבנ'ס, דאס איז זייער פראבלעם, מעג יענער מיט מיט ווייסע אדער גרינע זאקן, ער בלייבט א שייגאץ און אן עבריין. דאס איז די תורה'דיגע שטעלונג. ודי בזה

תוקן על ידי לאנצוט ב- 17/01/2012 22:10:14





איך ווייס נישט וואס עס איז דיר שלעכט געווען מיט ביתר, אבער אז דו ווילסט רעדן פון ווילי, אוודאי צייגט עס! ווען די עטליכע צענדליגע מענטשן טוען ווען בורר אדער סחיטה יעדן שבת, צייגט עס סתם אז זיי זענען מחללי שבתות, אבער אז זיי טוען ווי א אנדערע שיטה, צייגט דאס אז די שיטת האוסרים איז נישט
פולקאם בעל באס אין ווילי, וואס איז די פראגע אפילו, ודי בזה...



תוקן על ידי אומזיסט ב- 18/01/2012 07:39:32


לאנצוט » 18/1/2012 17:28

אלזא, לויט דיין פארקרומטע שיטה וויבאלד הונדערטער טוען פייפן אן די קלארע הוראה פון מרן רביה"ק בנוגע שיטת רבינו תם, איז דעם רבינ'ס בעלות אין וויליאמסבורג צערינען ווי א זייפן בלאז (כלשונו הקדוש פון ריכטיג).

די זעלבע איז אז אויב רבבות אידן גייען צו די בחירות הטמאות ווערט דער אוסר וואס האט מברר געווען עפ"י דת תוה"ק אז ס'איז אסור, א חוזק און אפגערעגט.

לדעתי ביזטו קאמפליטלי פארדדרייט און פארקרומט.

סעלפאן » 18/1/2012 17:50

דא רעדט מען פון דעם כח וואס ר' אהרן האט אמאל געהאט און יעצט פארלוירן איבערהויפט נאך וואס די רבנים איינס ביי איינס גייען יא צום חתונה אפילו עס איז דא א קלארע פסק פונעם פעיראל דיין אז מען טאר נישט גיין ווייל עס איז נישט ר' אהרן'ס טעיסט. משא"כ ווען סאטמארע רבי זצ"ל האט געזאגט מען טאר נישט גיין צום בחירות האט זיך קיינער נישט איינגערעדט אז קיינער גייט טאקע נישט גיין.
 
מען האט נישט געמאכט קיין פנקס, און נישט געווארפן פאשקעווילן אויף די וואס גייען יא צום בחירות. אבער אין קרית יואל ווי ר' אהרן איז יארן לאנג געווען אויפן בענקל און אנגעשראקן אלע וואס האבן געטאן אנדערש ווי זיין טעיסט האט זיך קיינער נישט געוואגט צו גיין קעגן זיין רצון. היינט קען מען זאגן קלאר אז ר' אהרן'ס כח איז צובראכן געווארן נישט נאר די מענטשן פייפן און לייכן פון אים נאר אפילו די רבנים לאכן אויך פון אים און גייען יא צו חתונות אפילו לשיטת הפעיראל דיין און לאוב איז אסור צו גיין.

סעלפאן » 18/1/2012 18:02

צי די וואס טענה'ן אז די כח איז וויליאמסבורג איז צובראכן געווארן וועגן די עירוב: איר האט א גרויסע טעות די כח אין וויליאמסבורג איז נישט צובראכן געווארן נאר טאקע ביים א.ג. עירוב שטעלט זיך ארויס וואספארא כח סאטמאר האט.
 
אין הכי נמי עס זענען דא געציילטע מענטשן וואס טראגן יא - אבער די וואס טראגן יא זענען טאקע די פון שוואכסטע און גרעסטע אפפאל ליידער, אבער פון די אנדערע זייט וועט איז פאקטיש נישטא קיין איין איינציגע רב וואס טראגט מיטן עירוב, האט איר שוין געזען איין איינציגע ר טראגן שבת? נאך מער, איז דא איין איינציגע רב וואס האט שוין געזאגט "מען מעג טראגן אין וויליאמסבורג!" ?? אלעס מעשיות וואס מען פארקויפט אז דער האט געהערט פון זיין שכן'ס שוואגער אז ר' פישעלע הערשקאוויטש לרפו"ש לאזט טראגן (איך גיי נישט אריין אין דעם ווי גוט ער איז מיט סאטמאר וואס דאס פארלאנגט א אפהאנדלונג פאר זיך).

לאנצוט » 18/1/2012 18:06

לשיטת הדומ"ץ דמתא איז די קידושין קיין קידושין נישט. (איך נישט אין קיין פאזיציע מחולק צו זיין מיט אים). אז איינער קריגט, סאו וואט.

דער תורה ווערט נישט קלענער, מעג דער הוט פונעם מסדר קידושין זיין פון דא ביז קאנארסי.

ער איז אן עברייין לויט די תורה.

אוי די לאכסט דערפון. דאס איז אויך נישט "מיין" פראבלעם ! און קיין רבנות ווערט נישט קיין זייפן בלאז ווען פורקי עול טוען שלא כהלכה.

זה דעת תורתינו הקדושה. נישט היידפארק ליצנות.

סעלפאן » 18/1/2012 18:10

זיין מיינונג איז קיין מיינונג עס גייט דעם עולם גארנישט אן וואס ער זאגט און האלט, די רעדע איז דא פון זיין כח און פון זיין פסק הלכה, אמאל האט מען געציטערט פון זיינס א ווארט און היינט נישט, אפילו רבנים ווייזן שוין היינט אז זיין מיינונג איז קיין מיינוג און שניידן אים אריין ביזן זיבעטען ריפ.

רב_הסוער » 18/1/2012 18:15

בעל בית און קרית יואל איז די סטייט אוו ניו יארק,
אכתי עבדי דאחשורוש אנן,
אין יד ישראל תקופה,

מרא דאתרא איז נישט קיין מציאות, עס איז א הלכה,

מרא דאתרא איז ער ווייטער, איי במציאות זענען דא מיעוט בני העיר בועטים, וואס זענען באשיצט פון די חוקת העול הגוים והגליות, פארדעם האמיר א חז"ל:
עולם כמנהגו נוהג ושוטים שקלקלו עתידין ליתן את הדין

ודי בזה

לאנצוט » 18/1/2012 18:24

סעלפאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זיין מיינונג איז קיין מיינונג עס גייט דעם עולם גארנישט אן וואס ער זאגט און האלט, די רעדע איז דא פון זיין כח און פון זיין פסק הלכה, אמאל האט מען געציטערט פון זיינס א ווארט און היינט נישט, אפילו רבנים ווייזן שוין היינט אז זיין מיינונג איז קיין מיינוג און שניידן אים אריין ביזן זיבעטען ריפ.


איך זאג דיר אז ס'איז פינקט די זעלבע זאך ווי דעם איסור אויף די בחירות הטמאות ווי רביה"ק איז געווען מרא דאתרא.
און איך טענה אז זיי זענען פוקרים, און דו האסט נישט וואס צי ענטפערן.

וויאזוי ווערט א רב אויס כח אז ריקים און פוחזים מאכן ליצנות פון זיין פסק.

ביי מיר עקספייערט נישט די הלכה ווען ליצים מיט ברייטע ביבער הוטן פייפן עס אן.

KJ » 19/1/2012 18:22

לצים זענען די וואס מאכן חוזק פון אזא הארבע זאך ווי פסולי קידשוין און מ'מאכט עס ביליג מיט די ליצנות מערכה פאר כבוד המדומה אינטערעסן רח"ל

ווען איין "פעיראלל דיין" א דעת יחיד, וואס די דעת יחיד אליין איז נישט זיין דעת כידוע, דאס איז וואס ער "מוז" שרייבן און זאגן, אקעגן צענדליגער רבנים וואס זענען שוין געקומען צו שמחות דארט און געוויזן מיט דעם אז אין כאן לא איסור ולא פסולים ולא איסורים רק ליצנות וחוזק וצחוק גדול!

לאנצוט » 19/1/2012 18:29

רביה"ק האט געמאכט דעם חוזק פון פיסולי קידושין, און עס איז געבויט אויף אזא ריז ווי דער רבינו תם.

ווען עס קומט צו היידפארק דארף מען נישט קיין רבי און נישט קיין רבינו תם, ווייל די תאוה פון פיקסן און גרעסער.

לאנצוט דענקט:
אז אלע רבנים וועלכע גייען נאך זייערע תאוות היצר (מעג עס זיין א מיליאן), קענען נישט רירן איין אות פון די תורה.
בלאט: 1 2