די צושרויפטע זאליס דארפן זיך נעבעך טרייסטן מיט חלשות, אז וויענער רב שטעכט א מעסער אין לב אהרן, נאכדעם וואס כמעט קיינער וויל נישט חתונה מאכן אין דעם געאסרטן זאל, און אפילו כ''ק אדמו''ר הגה''ק מטשאד זללהע''ז האט נעבעך בחרפתו געמוזט נעמען דעם וואנדער שטעקן ביז קיין מאנסי, (די לצים זאגן אז אויב איז פאלאקס לאט איינס מיטן בית החיים דקרית יואל, איז מאנסי זאל איינס מיט זייער טריפה'נעם זאל) און פארוואס איז רעב מאיער יודל געגאנגען חתונה מאכן אין מאנסי איז זייער פשוט, דער מעליצער רבי שליט''א האט געזאגט קלאר און דייטליך, אז אן קיין רשות פון מרא דאתרא טאר מען דארט נישט מסדר קידושין זיין, און ער וועט נישט גיין צו די חתונה מסדר קידושין זיין בלי רשות, האט דער הייליגער טשאדער בחרפתו הגדולה געדארפט פארלאזן זיין באליבטן זאל און געגאנגען גלות אפרעכטן קיין מאנסי, נו, וואס טיט מען מיט די בושות עצומות,דארף מען זיך טרייסטן אז וויענער רב איז דארט געווען ביי א חתונה, האט ער מסדר קידושין געווען דארט בלי רשות?, חס מלהזכיר!, ער האלט אויסדריקליך אז ס'איז אסור ווי חזיר, אבער פאר א טרייסט איז דאס גענוג אז ער איז דארט געווען, ווי גלייך דאס גיין איז דער עיקר און סידור קידושין איז דער טפל, דער איסור אהין צו גיין איז נישט מער ווי א גדר, בבחינת הידור מצוה, נו, וויענער רב איז נישט אזוי מקפיד אויף הידורים, והראי' ער ניצט בראדוועי מצות, וואס איז אסאך א שוואכערע מדרגה ווי אריזאנא מצות, אבער פאר ווינער רב איז בראדוועי מצות אויך כשר, איז ער נישט פון די מהדרין מן המהדרין, אבער קיין איסור גמור ווי דארט מסדר קידושין זיין בלי רשות וועט ער זיכער נישט עובר זיין, פונמקט ווי ער וועט נישט חלילה עסן מאנישעוויץ מצות.
לאמיך ענק פרעגן, אויב איז וויענער רב חלילה געגאנגען צום כותל (רח''ל) איז דאס א מעסער אין ויואל משה?, איך ווייס נישט צו וויענער רב איז יא געווען צו נישט געווען ביים כותל, אבער דאס ווייס איך זיכער אז אסאך גרעסערע היימישע רבנים גייען צום כותל, און שעמען זיך נישט אריין צו שטעכן א מעסער אין הייליגן רעבעזיחרוינעווראחע,
ביז קיין איין היימישער נייטראלער רב וועט דארט נישט גיין מסדר קידושין זיין בלי רשות רבינו שליט''א וואס איז דער מרא דאתרא פון קרית יואל, וועלן זיי דארפן שפרינגען און טאנצן מיט לעכערליכע נצחונות, דער פאקט איז אז פון חצי אלול ביז חצי טבת וואס איז א דריטל יאר איז דארט געווען קנאפע 5 חתונות, און אין וויליאמסבורג/מאנסי איז געווען די זעלבע צייט אריבער 20 בני יואל חתונות, א טרעמענדאס סוקסעס, נו, נאך אזעלעכע סוקסעסן, דארפן זיי זיך טרייסטן מיט חזקי בערקאוויטש און ווינער רב אז זיי זענען יא דארט געווען, א מעכטיגער געווינס פאר א באנטש אוף לוזערס.