עוה"פ שושו ושמחו קרית יואל 3טע חתונה אין בני יואל און די זעלבע וואך!
די גרויסע חתונה פון מ' הגה"ץ מאנטיוואדע לאנצעט שליט"א
און משפחת הגה"צ אב"ד דרך החיים הרב קויפמאן שליט"א
איז שוין די 3טע חתונה אין איין וואך! אין די נייע בני יואל זאל
כלל ישראל ווינטש פאר די גאנצע משפחה
און אלע מחותנים א ברכת מזל טוב [בילד – נישט אפגעהיט]
דער ארוינישער טעראר האט די וואך געהאט איינע פון אירע גרויסע מפלות, ווען די גרעסטע ארוינים האבן אינטערגעבראכן אין איינס בא איינס געפאלן ווי די פליגען קעגן די בני יואל! יעצט קען מען שוין מיט רעכט זאגן נאכאמאל U-N-B-E-L-I-V-E-B-L-E
דער קליפ פון די חתונה קע"ה מען דערקענט נאך אז אפאר ארוינים זענען נאך יא געבליבן אינדערהיים
(א יישר כח ווייל עס איז שוין קוים געווען פלאץ פלאץ פלאץ)
די זיידע די מסדר קדושין האט ארויס געבען א בריוו סאיז געהאנגען ביי די שבת שבע ברכות אז סאיז נישט קיין שים פראבלעם מסדר קדושין צי זיין אן די רשות פין די פאקיסטאנע רעזשים ובתוכם ר' געציל אזוי אויך קימט יעצט ארויס די בריוו פין סוואליעווע רב שליט"א וואס די יענקעל פארגעס חברה פארקויפן א מעשהלע מיט רשות איז עס ארויס צי די פאבליק איז שוין יעצט מיין איך געשריבן פין אריבער 15 רבנים דיינים אז סאיז נישט די קיין שום פראבלעם מדארף נאר זען אז זיי זאלן מאכן א מעשה מיט רשות ביי יעדע חתונה אזוי וועלן נאך רבנין אינטער שרייבן
אזוי אויך האט הגה"צ אב"ד מאנטעווידעא שליט"א גערעדט פארן ליינען די וואך שבת ווי ער האט קלאר געשטעלט אז סאיז קיינמאל נישט געבעטן געווארן קיין רשות נישט פין בין לאדין אין נישט פין כלב אהרן
די מעכטיגע בעקערס פינעם כל הנערים כולו האבן אייך אנגערייט 2 וועגן אין די מעשה (געלייגט אין צוויי עקסטערע אשכול'ס מ'זאל נישט אויפכאפן אינטערסאנט די מנהל דארט איז מסכים צי 2 אשכול'ס פאר די זעלבע זאך ....) אויב געפעלט אייך נישט איינס גייט צי די צווייטע אין קען זיין אז באלד קימט נאך איינס
מעשה 1
[בילד – נישט אפגעהיט]
מעשה # 2
[בילד – נישט אפגעהיט]
מעשה #3 קימט נאך אי"ה............
נישט פארגעסן יעדע ניק ווייסט קלאר אז זיין געבעקסעל איז אמת ער ווייסט שוין אפי' וואס די מ"מ פאר בין לאדין האט געזאגט פארן זייד'ן............
נאר וואס דען אז צי פארענפערן א שקר מיז מען מאכן נאך א שקר אזוי ווי זייער געבעקסעלע מיט א רשות'עלע איז אוועק געפלויגן מאכט מען א נייע געבעקסל אין יענקעלע פארגעס מיט שעהר'עלע זאגן אז די מעשה וועט שוין יא שטימען ...........
די ליגנט וואס די זאגסט אז מאנטעווידעא רב האט געזאגט אז ס'איז נישט געווען רשות איז שקר, איך האב עס גהערט פון עם, ער האט געזאט, זייט ווען גלייבן ענק די מענטשען, אבער ער האט נישט געזאגט אז ס'איז געווען אן רשות.
און די גרעסטע ראי' איז אז ר' אהרן קאהן וואס איז א מגיד שיעור אין קרית יואל איז געווען ביי די חתונה, וואס יעדער פארשטייט אז אן רשות וואלט ער נישט געקומען.
אזוי אויך ווער ס'קען דעם שח"ר שליט"א ווייסט אז ער איז א פאברענטער חסיד פון מהר"א, ער לערנט זיינע תורות יעדע וואך ער איז דבוק און עם זייער שטארק און ער וואלט קיינמאל נישט געגאנגען צו אזא חתונה אן רשות
קודם מר אייזנער ער הייסט ר' שמואל חיים ראובן וואגשאהל זיין ספר הייסט טללי שח"ר און קלשיצער רב פלעגט עם רופן שח"ר, ער זיצט ביי יעדע מסיבה וואס ער קומט בעיקר אין מאנסי מקום מגוריו אויבן אן, דאך איז ער 90 יאר, און יא ער לערנט יעדע וואך די תורות מיט דארשט, פרעג זיינע זאלונישע אייניקלעך.
יונהלע איך ווייס נישט וואס די ווילסט אבער פאקט בלייבט פאקט, רשות איז געווען ביי די חתונה, וואס די טעראר זענען דאס שרייבט שוין הולך אין א לאנגע באריכט אויף כל העולם כולו ומשם תדרשנו.
אקס כשמך כן הוא, די הנהלת הישיבה ווייסט זייער גוט צו ס'איז געווען רשות צו נישט און ר' אהרן קאהן און אלע אנדערע איינגעשטלטע ווייסן זייער גוט דעם פאקט און זיי וואלטן נישט געגאנגען אן רשות, און אדרבה ווער איז נישט געגאנגען פון די קרובים דארט? מאנטעווידעא רב'ס איידעם איז געקומען אלע ארונים זענען געווען ביי די חתונה
איך וואלט פארגשלאגן פאר יענקעלע פארגעס אין שעהר'עלע צי מאכן א גאנצע נייע מעשה #4
דא האט איר א משל פין זייערע רשות מעשה'לך
זיי זענען דאך געווען זיכער אז רבינו שליט"א ביי די חתונה פין די ק"י דיינים איז אויך געווען מיט רשות ............ אין וועגן דעם איז די זיידע געקימען אבער אינטעראסאנט אז נאכדעם וואס די זיידע זאל לעבען איז אריין אין די ארונישע טעמפעל די אנדערע צופרי אין זיך געטראפן מיט די הויפן פין די על-קיידע טעראר מיט זייער פוסק הגאון הגדול...... האט ער אנגעהויבן זינגען נע איך האב מיך נישט געכאפט אבער עכט טאר מען נישט .........
ניין איך פארדריי נישט איך שפיל נאר אויף ענקעררשות געים פין די פאקיסטאנע גאווארמענט ווי אזוי סארבייט פארשטייסט........... אין די ריכטיגע חלה דעקליך זענען טאקע נישט געווען אפי נאנטע משפחה חבירים שכינים פארשטייסט סאיז געקימען די צייט צי מאכן א פערטע מעשה געב א קאל יענקעלע פארגעס אדער דעם שעהר'עלע זיי האבן גרייט כסדר נייע איינס בעסער ווי די אנדערע אין זיי אינז מהנה....
........די ליגנט וואס די זאגסט אז מאנטעווידעא רב האט געזאגט אז ס'איז נישט געווען רשות איז שקר, איך האב עס גהערט פון עם, ער האט געזאט, זייט ווען גלייבן ענק די מענטשען, אבער ער האט נישט געזאגט אז ס'איז געווען אן רשות...........
לאמיר קודם רעדן מציאות הדברים, ר' שמואל חיים ראובן וואגשאהל שליט"א האט גענומען רשות צו זיין מסדר קידושין, מאנטעווידעא רב נישט דאס איז קלאר ווי די טאג.
דער מסדר קידושין ביי די חתונה איז געווען שח"ר וואגשאהל וואס האט באקומען רשות, און פארציילט פאר יעדער וואס וויל הערן די מופת פון די סידור קידושין, אז ער איז געגאנגען בעטן רשות צו גבען די סידור קידושין פאר זיין איידעם, האט מען עם גענפערט זארג דיך נישט די וועסט זיין די וועסט עס באקומען, אפי' ס'האט אויס געקוט און יענע טעג ווי א חלום, און ער איז טאקע געווען מסדר קידושין.
מאנטעווידעא רב גייט אריבער א שרעקליכע טעראר די לעצטע טעג עד כדי כך אז ער האט געמוזט שרייבן א בריוו וואס ווער ס'קען עם ווייסט אז ער האלט נישט אזוי, און ער האט עס געזאגט בפירוש שבת צופרי פאר קריאת התורה, יא דאס ווייזט ארויס ווי גרויס די פראסק איז אז דער מ"מ פון דער אוהל אויפן בית החיים האט גענומען רשות און נישט געוואלט מאכן א חתונה אן רשות.
און אדרבה ר' שח"ר האט הונדערטער אייניקלעך וביניהם אסאך זאלונים, זאל יעדער דא פרעגן איינע פון זיינע אייניקלעך צו ס'איז געווען מיט רשות צו נישט
נאך איין פוינט, דער ארויני פארשטייט מיט א פשטות אז הרב וואגשאל האט באקומען רשות און דאס איז גאר זייער געווינס, איך וויל פשוט פארשטיין אז דער כלב אהרן טיילט אזוי אוועק ברצונו הטוב רשות, וויאזוי איז דאס אז עד היום האט הרב וואשאל נישט באקומען רשות ביי זיינע ארוינישע אייניקלעך אין די ארוינישע חתונה זאלן???
קודם כל הרב וואגשאהל שליט"א איז שוין געווען מסדר קידושין ביי עטליכע פון זיינע אייניקלעך אין קרית יואל, אפשר ביסטו נישט אפדעט אבער א זיידע קען אלעמאל זיין מסדר קידושין אויב גייט מען אריין בעטן, דאס איז שוין איבער 5 יאר אזוי
נאכדעם ביסט גערעכט אז יעדער נארמאלער מענטש פארשטייט אז א טאטע און שווער דארף מען מכבד זיין, חוץ די בני יואל וואס האבן עס נישט פארשטאנען און נישט געוואלט געבען סידור קידושין פארן זיידע, ווייל ער האט גבעטען רשות און מאנטעווידעא רב האט מיט כח מצליח געווען עם צו געבען שלא עפ"י רצונם, און דאס איז א גרויסער מופת
בחצר, איך ווייס נישט וועלכע פלאנעט דו לעבסט סיי וועלכע רב אדער מורה הוראה וואס איז יודע בטיב גיטין וקידושין ווען די משפחה האט אים געוואלט מכבד זיין אלס קרוב המשפחה, האט ער עס שטענדיג באקומען, נישט פאר פינף יאר נאר פאר 10 און 15 יאר, צו ר' שח"ר האט שוין אמאל מסדר קידושין געווען צו נישט ווייס איך נישט, קען זיין זיין משפחה האט עס קיינמאל נישט געבעטן, אבער איך געדענק אז אפילו ר' יצחק מאנדל פלעגט מסדר קידושין צו זיין ביי זיין משפחה ביז תשס"ג ביי די גירות פרשה.
אן אריינגיין אין די ווארהייט פון די ווערסיעס. טאמער האלט עס שוין ביי אזא מצב אז ער דארף נאכלויפן א זיידן מיט רשות אינדערצייט וואס די מחותנים זעלבסט (וואס זענען אחריות אויף די קידושין) האלטן נישט דערביי און בניגוד לרצונם, (וואס אגב, איז זייער שווער אנצונעמען פאר ריכטיג אז א זיידע זאל מסד"ק זיין אונטער'ן ריקן פונ'ם בעל שמחה) איז אפשר שוין געקומען די צייט למען ה' געבן איינמאל פאר אלעמאל א גרויסן כלליות'דיגן רשות פאר כל הקהל הקודש.
זיי נישט קיין אייזל, ביי ענק איז ער קיינמאל נישט גיווען דער מרא דאתרא, אבער אז ער איז מרא דאתרא ביי ר' שמואל חיים וואגשאל, ביי ר' יוסף משה פריעדמאן, ביי ר' משה יודל מייזעלס, ביי ר' אפרים שמואל פעלדמאן, ביים קאשויער רבי, וכו' וכו', איז גאנץ א שיינער געווינס פאר די אהרונים, די כאפסט טאקע נישט וואס א בזיונות עס איז אז מען דארף זיך אזוי פרייען ביי יעדע חתונה וואס א אייגענער בני יואלער מאכט דארט? איז דאס טאקע אזא געווינס פאר ענק? איז דען נישט אסאך א גרעסערער בזיון ווי ווייניג שלא ברשות חתונות איר האט דארט? אז אפילו פון ענק גייען כאטשיק 50 פראצענט אוועק פין דארט, אין א שיינער חלק גייט בשתיקה בעטן רשות, די זעסט טאקע נישט ענקער דורכפאל? עטץ האטס אזא פנים ווי די זאליס מיט זייער בית החיים, זיי פרייען זיך ווען ר' יונה האלפערט אין ר' חיים אביגדור קאהן האט מען דארט געלייגט, איי וואס איז דער געווינס? זיי האבן דאך באלאנגט ביי די זאליס ביים לעבן, איז דען א חידוש אז זיי זענען געגאנגען צו זייער בית החיים? דער חידוש -אין בעסער געזאגט- דער בזיון איז, אז ר' משה בראך אין ר' אברהם שמואל ענגלענדער (ענקער שיריים טיילער), ר' וואלף לעפקאוויטש, אברהמי לעפקאוויטש'ס מאמע, ר' שלמה לייב'ס טאטע, האט מען געלייגט ביי די אהרונים, דאס איז א מעכטיגער בזיון פאר די זאליס, אין איר האט דעם זעלבן פנים ווי די זאליס, יעדער בני יואל וואס מאכט דארט נישט חתונה אדער גייט בעטן רשות, איז א פראסק אין פנים פאר די בני יואל.
רוף מיר נישט אייזל ווייל איך וועל דיר רופן שוטה, דעס אז די סאמע גרעסטע זאליס ליגן אין די אלטע בית החיים, איז די גרעסטע באווייז אויף ענקער פארלוירנקייט, נישט ביז צו לאנג צוריק האבן ענק ארויסגעשלעפט פון יעדע נפטר שווערע געלטער צו קענען קומען לקבורה אפילו אויף א פארשטיפטע חלקה ערגעץ ווייט אפגעריקט פון ציון הקדוש, היינט לויפט ענקער שלמה שמש מיט דעם צוקוועטשטע היטל נאכלויפן אז דער נפטר וועט ווערן באגראבן הארט נאנט צום ציון הקדוש און פריי פון אפצאל!! גיי קוק ווי ר' משה בראך און אלע אנדערע שטארקע זאליס זענען באגראבן געווארן אן צאלן א רויטע פעני פאר ענקער קאראפטירטע כלב אהרן, די זעלבע צייט דארפן ענק צאלן ווי טאטעלעך פעטע פרייזן און מיט דעם אלעם וועט א פלעינע נאכשלעפער פון די ארונים נישט בקומען א בכבודיגע מקום !!
אייזל איז א טיטל פאר דיר, אז ר' משה בראך ליגט ביי אונז איז דער גרעסטער באווייז אויף אונזער פארלוירנקייט, ממש א וועלטס חכמה, דייינע סטעיטמענטס איז בלויז נארישע דברי חיזיק פאר די זאליס, די אהרונים האבן קיינמאל נישט גיריסן קיין געלט, געריסן געלט האט שאול פערלשטיין, (ר' אברהם הערש לאנדא יוכיח) ביי די אהרונים דארף מען האבן אדער קויפן א פלאץ, וואס ר' משה בראך האט געהאט, אין מען דארף צאלן מעמבערשיפ, וואס דארף ווערן באצאלט פאר די מצבה שטעלן, (בנציון שווארץ, אין זלמן לייב גאלד יוכיח), איי וואלט איר געפייגערט צי האבן שלמה שמש מיטן צוקראכטן היטל, דאן וואלט כאטשיק ר' בערל קעלנער געלעגן ביי אייך אין ניו דזשערסי, אין יעצט אז שלמה שמש איז ביי אונז, האט איר אפילו נישט ר' בערל קעלנער, I FEEL YOUR PAIN.
די ביסט נישט קיין אייזל, די ביסט פלעין א קעלבל, דיינע ליידיגע אויסגעטראכטע סטעיטמענטס איז נאר א בארוהיגונג פיל פאר די צושאסענע זאלי קעלבלעך, דער פאקט איז זייער קלאר, די אהרונים האבן קיינמאל נישט געריסן קיין געלט, זייערע פרייזן זענען געבליבן כמעט די זעלבע ווי פריער, אדרבה ס'איז גאר געשטיגן מיט א שיבוש, ווער עס האט נישט קיין קרקע איז דא איין פרייז אויב מען קויפט בחיים און א צווייטע פרייז אויב מען קויפט לאחר הפטירה, דאס האט זיך נישט געטוישט, יעדער איינער וואס ליגט ביי אונז דארף זיין אויסגעצאלט די מעמבערשיפ פארן לייגן א מצבה, צוויי חכמים האבן נישט געוואלט באצאלן, איינער האט געברענגט א מצבה מיט א העליקאפטער און איינער האט בכלל נישט געלייגט קיין מצבה, זיי האבן געגלייבט דעם טיפוש שאול פערלשטיין אז אלעס בלייבט ביים אלטן, און אט אט באקומט מען דאס צוריק, ביז זיי האבן אנערקענט אז דאס אלעס איז בלויזע חלומות און האבן באצאלט מעמבערשיפ ווי טאטעלעך, (בנציון שווארץ, זלמן לייב גאלד).קיינעם לייגט מען נישט דארט בחינם, דער זיג איז אז אפילו זאליס וואס האבן יא באצאלט ביי ענקער מפעל ארץ החיים, און קענען ליגן ביי ענק גענצליך בחינם, פארלאנגען צו ליגן ביי אונז, כאטשיק עס קאסט געלט, זעט אויס אז זיי גלייבן באמת אז עס איז איין בית החיים, במילא איז נישט קיין חילוק ווי מען ליגט, (כדברי אברהמי לעפקאוויטש) און זיי ווילן ליגן ווי נענטער צו רבותינו הק' זי''ע.
די זעלבע איז וועגן נייעם זאל, ווען א שיינער מספר בני יואל, טראץ וואס זיי האלטן אז דער איסור איז חספא בעלמא, אבער למען כבוד המשפחה ווילן זיי דארט נישט חתונה מאכן, און אפילו פון די וואס מאכן דארט יא חתונה איז דא דא א שיינער מספר וואס בעטן רשות, איז דאס א מעכטיגער דורכפאל פאר די בני יואל, היינט פעלט שוין נישט אויס קיין מייקס, קיין פאשקעווילן, קיין דרשות, דער דזשאב איז געמאכט אין עס ארבייט זייער גיט, זיכער וועט דארט זיין פלענטי חתונות פין בני יואל, אבער ווי לאנג א גרויסער חלק מאכן דארט נישט חתונה איז דער דורכפאל מעכטיג, און אויב האלסטו נישט אז דער סידור קידושין מיט רשות פון ר' שמואל חיים וואגשאל, און דאס לייגן ר' משה בראך און ר' אברהם שמואל ענגלענדער ביי די אהרונים איז ענק א דואכפאל?, פילט דיר בלויז הערנער און א וויידל.
די זאליס שרייען אז זיי באקומען לאטס אומזיסט ביי אונזער ביה"ח, קען זיין, איך זיץ נישט ביי די קאסע דאס צו קענען וועריפייען אבער איך האב מיטגעהאלטן א שמועס פון איינער מרבני קהלתינו מיט איינעם פון די חברה קדישא, וואס האט געפרעגט מיט וואונדער, פארוואס האט .... (איינע פון די לעצטיגע נפטרים וואס באלאנגן נישט צו אונז) געווען גרייט צו צאלן געלט כדי צו ליגן ביי אונז, ער באלאנגט דאך אינגאנצן נישט אהער. און דער מחברה קדישא האט געענטפערט די סיבה וואס יענער האט געזאגט פארוואס ער פילט ער וויל ליגן דייקא אין איין ביה"ח מיטן רבין ואכ"מ מיר איז גענוג געווען צו הערן א שמועס מסל"ת ווי מען רעדט פון די די געלט אישו און קיין נארמאלע בר נש נעמט נאך נישט אן דעם אויסרייד פון די זאלונים אז מען געט אומזיסט
טאמער צווייפעלט איינער צו עס פעלט זיי הערנער און א וויידל, דאן ליינטס זייערע תגובות, מען איז זיי מסביר אז א חתונה אין זייער זאל פון א בני יואל איז קיין שום געוווינעס, ווייל פארוואס זאל א בני יואל דארט נישט חתונה מאכן? ער לאכט פונעם איסור, זיי וואלטן געדארפט האבן 100 פראצענט פון די בני יואלער זאלן דארט חתונה מאכן, צו דאס מיינט איין חתונה א וואך צו צוויי חתונות א טאג, נישט קיין חילוק, און ביז 50 פראצענט פון זייערע אייגענע חתונות איז נישט דארט און פון די וואס יא, איז מער פון העלפט מיט רשות, שמייסט דאס אין פנים, און די קעלבלעך בארוהיגן זיך מיט די חתונות וואס זיי האבן יא, דאס מיינט אמת'דיגע קעלבלעך.
אפילו יעדער בני יואל זאל דארט חתונה מאכן איז אויך בכלל נישט קיין דורכפאל פאר די אהרונים, ביז א נייטראלער רב וועט נישט גיין אהין מסדר קידושין זיין בלי רשות, ווען דאס וועט פאסירן וועל איך אויפהייבן די האנט און מודה זיין אז די אהרונים האבן געהאט א דורכפאל, ביז דאן קענען די אהרונים שרייען אז כלל ישראל האט אנגענומען דעם איסור, אבער דער פאקט אז זיי, די בני יואל אליין, זאלן אויך דארט נישט וועלן חתונה מאכן מאיזה סיבה שהוא, איז א פראסק אין פנים באופן יוצא מן הכלל, און די פינסטערע קעלבלעך כאפן דאס נאכנישט, דאס מיינט אמת'ע קעלבלעך.
אזוי! די בני יואל האבן 2000 שטימען, 5000 קינדער, 8000 באסעס, קאשויער רב, (וואס וויל נישט מסדר קידושין זיין בלי רשות), ר' אברהם לייטנער, (וואס זיין ממלא מקום האט ענק אזוי ניאוס אריין געפליקט די פאריגע וואך), א חתונה זאל, א בוטשער סטאר, 18 פאראלעל קלאסן, צען חתונות א טאג, און עם כל זה האט מען זיי ארויס געפליקט פון זייער רעבעצין שול, יעקב מאיר האט שוין א גאנצען פילד מיט גראז אויף זיינע הענט, מענדל שוויממער איז מעיאר, שלמה פעדער און קלמן ווייס זענען טראסטיס, מאיר דייטש האט באקומען די 85 מעלאנעס פון די שטאט, די אהרונים קלאגן אן דעם ווילידזש אין קארט, כלל ישראל גייט צום בני יואל בית החיים דעם פרייטיג כ''ו אב צו די יארצייט, (איר געדענקט נאך ווי ר''א האט געזאגט אז דער רבי ליגט שוין נישט אין אלטן בית החיים) , אלע רבנים קומען וועכענטליך צום שארמרשער צו א משולחן מלכים, יאשקע וואלדמאן איז דער טשיף פון פאטרול, דער דיין סופר האט געשריגן דעם לעצטן תשעה באב אז דער ווילידש איז א מלכות הרשעה ביהרג ואל יעבור, הרב וואזנער שליט''א האט געהאלטן א דרשה אז דער הייליגער שארמאשער איז דער כתר תורה בדורינו, יא קעלבעלעך טייערע, חלום'טס ווייטער, פאנטאזירט ווייטער, וועט איר נישט שפירן דעם שחיטה מונחת וואס מען האט מיט ענק געטון.