היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » 2 בלאפער'ס שפיל'ן רבי

2 בלאפער'ס שפיל'ן רבי

130 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2927931
בלאט: 1 2 3

ריפל » 1/12/2011 21:48

עס איז דא א איד וואס הייסט א. וואס איז א ביטערע בני יואל. ער איז געזיצן פארגאנגענע זוממער אין פליישמאנס אויף דאשטע, האט ער דערציילט דארטן אין א שמועס פאר די איינשטייערס פון אפענהיימערס אן אונטערעסאנטע מעשה. אז עס איז געווען איינמאל וואס די רבי ז"ל איז געווען אין בעל האלבער אויף אפרוה, און דער ברך משה האט געוואלט אריינגיין צום פעטער, אבער מ'האט אים נישט אריינגעלאזט. 
דער א. איז אויך דאן געווען דארט אין בעל האלבער, און איין טאג זעהט ער דעם סיגוטע רב זיך ארומדרייען אין בעל האלבער ממש צוטראגן, פרעגט ער אים וואס גייט פאר?פארציילט אים דער סיגוטע רב די גאנצע מעשה ווי אזוי ער וויל אריינגיין און מען ערלויבט אים נישטו.
דער א. זייענדיג א גרויסע געלט שטיצער פונעם רבי'ן האט מען אים כסדר אריינגעלאזט ווען אומער ער האט נאר געוואלט, האט ער א טובה געטוהן פאר'ן ברך משה און ער האט אריינגעלאזט איין פארטאגס ווען יעדער איז נאך פיין געשלאפן. דער רבי האט זיך ממש געפריידט צו זעהן דעם סיגוטע רב און זיי האבן זייער שיין פארברענגט.

פון יענע פרשה האט מען אים נישט אריינגעלאזט צו רבי'ן פאר צוויי חדשים, און שבת האט ער געדארפט דאווענען אין יונג איזראעל. נאך צוויי חדשים האט אים דער רבי געטראפן אויפן גאס, פרעגט ער אים דער רבי אלי וואס גיייטט פאר? פארוואס זעהט מען דיר נישט? האט אים א. פארציילט די גאנצע מעשה. האט אים דער רבי געזאגט קום אריין מיט מיר אין ביהמ"ד און קיינער וועט דיר גארנישט טוהן.

דער א. קען נישט חושד זיין אין אהבת רבינו בעל ברך משה אדער דעם רבי'ן שליט"א. ער איז א ביטערע שונא, אבער קבל את האמת ממי שאמרו. אפילו אזא איינער קען נישט לייקענען די אהבה צום רבי'ן בעל ברך משה און די שנאה וואס די שטוב מענטשן האבן אים אנגעמאכט. 


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/12/2011 01:46:53

היראים » 1/12/2011 22:04

נישט אלעס דארף מען שרייבן אין נישט אלעס מעג מען שרייבן
אפי' אויב עס איז לשיטתך אמת
כ''ש כגון דא, מעק אויס דיין תגובה

צום ענין, מ'קען נישט אנלייגן אלע רציחה'ס פין 'די שטוב' אויף די רעביצין ע''ה
קוק אהער זי לעבט שוין נישט פאר א שיינע פאר יאר, אין 'די שטוב' זענען געבליבן די זעלבע גראבע יונגען אפי' זי איז נישטו
די זעלבע ביליגע שיכורים אין אויסגערופענע מוסרים והולכים בערכעות אין זיי זענען מחלל ש''ש מיט א לשם יחיד
די איינציגסטע חילוק פין היינט איז אז זיי קענען נאר קיינעם נישט צירוקהאלטן פין אריינגיין ווייל ס'נישטו צו וועם אריינצוגיין ביי זיי
אין ס'ב''ה נישטו ווי אריינצוגיין

שלמהווייס » 1/12/2011 22:23

מר ריפל:

אויב צווי מענטשן זאגן שיכור, לייגט מען זיך שלאפן

שלמהווייס » 1/12/2011 22:28

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
געלעכטער, מיר האלטן אין איין הערן פון דיר אז די ארונים זענען נישט גוט, מיט וואס זענען די זאלי'ס אדער די בני יואל'ע בעסער?

וואס פאלט דיר ביי אז עס קען אפילו זיין עפעס בעסער'ס ווי די ארונים? 


יא, עס קען זיין בעסער, און עס דארף צו זיין בעסער, אבער מיט וואס זענען די זאלי'ס אדער די בני יואל'ע בעסער?

ריפל » 1/12/2011 22:32

גיב עס אפאר יאר און מען וועט מער נישט טארן שרייבן קעגן אביגדור אויך. ווייל די מעשה רשע גייט אן נאך זיין פגירה אויך

שלמהווייס » 1/12/2011 22:48

מר ריפל:

ס'איז גרויסע בישות

ריפל » 1/12/2011 22:55

מר שלמה, דו האסט שוין גע'ענדיגט עוסק זיין אין פריוואטע גיטין וקדישין אויף א פאבליק סייט און מישן אין שמוץ בכדי מבזה צו זיין אידן

oאטמארער » 1/12/2011 23:06

ריפל, נאכן ליינען דיינע תגובות רייסט זיך ארויס א דאנק צו השי"ת אז איך בין נישט קיין ארוני.

הולך_לבגץ » 1/12/2011 23:20


רבותי!!!

איך פארשטיי נישט וואס איז די רוגזה אויף ריפל

האט דען דער לעצטער לייב עזריאל גליק נישט בידיים געווען א רוצח?

וואס האט ער געמיינט? אז אראפ ווארפן א פרוי וואס איז טראגעדיק פון א שטאק טרעפ וועט זי נישט שטארבן?

ער איז געווען א שליח פון די רעבעצין, און הקולר תלוי בצוורה, און ריפל אל תירא ואל תיחת.

אין האדם מתמנה להיות פרנס על הציבור אלא אם כן קופה של שרצים ......

oאטמארער » 1/12/2011 23:25

אהה, נאך איינער האט זיך צוגעשטעלט,

גיט ארויס וואס ליגט אייך אינעווייניג, זאל די וועלט זען וואס איר האלט

גרוינים » 1/12/2011 23:39

וואס ליגט אינעווייניג איז קלאר אז ווער עס ווייסט ווייסט אז סאיז געווען פארשידענע שווערע מעשיות, אבער מיר דארפן גיין בדרך התורה וואס זאגט אונז הוי דן את כל האדן לכף זכות און אויף אלעם קען מען קלאר זאגן אז ווען נישט די מיטהעלפער וואס האבן געהעצט וואלט זי געלעבט בשלום מיטן ברך משה און רבינו שליט"א
און באמת וואס פעלט אויס צו רעדן אויף אן אשת חבר בפרט אז זי האט געטון אזויפיל חסד פאר אידן 

לא זו הדרך צו רעדן אויף מענטשן, אפילו אויף א יחיד פון די שטוב מענטשן האב איך אויך נישט געצילט מדארף קיינעם נישט מבזה זיין סקען יעדער פאר זיך זאגן אז נישט ער איז שולדיג, 
איך האב נאר ארויפגעברענגט דאס ענין אז ווען א זאלי אדער בנ"י רעדן ווי קאזאק הנגזל אז מהאט זיי געפייניגט אלע יארן זאלט איר וויסן ווער די רוצחים און ווער זענען די נרדפים
 
מזאל וויסן ווער עס האט געהאט דעם "ציל" פון גוטס און דערצי איז אמאל מעגליך אריינגעפאלן טעותים ביים "מיטל" ווי א בשר ודם
און וועלכע באוועגונג (אן קיין נעמען)  עס האט געהאט דעם ביטערן "ציל" פאר די אויגן צו צעווארפן אלעס וואס דער רבי ז"ל האט געבויט אלעס צוליב אני אמלוך און אז מיר זאלן דרייוון דעם שיף אפילו עס ווערט דורך אונז געלעכערט, און ווי אומגלויבליך די "מיטלען" דערצו זענען געווען וואס איז תסמר שערות אנוש,

און אויב קען מען ממשיך זיין אנע נעמען איז עס קלאר א מצוה לפרסם לכל
ומכאן הקריאה יוצאות פאר ווער עס האט מייטגעהאלטן סיי וואסערע רדיפות פון מהרסים (אן קיין נעמען) וועלכע האבן אויסגעטיילט פאר רבינו בעל ברך משה און פאר רבינו שליט"א ועוד די לעצטע 50 יאר איז מכובד צו עס מיטטיילן מיטן ציבור.



תוקן על ידי גרוינים ב- 01/12/2011 23:42:31

שלמהווייס » 2/12/2011 00:07

ריפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מר שלמה, דו האסט שוין גע'ענדיגט עוסק זיין אין פריוואטע גיטין וקדישין אויף א פאבליק סייט און מישן אין שמוץ בכדי מבזה צו זיין אידן

 

[בילד – נישט אפגעהיט]

אבער וואס דו טוסט, האט ער נישט געטאן

outspoken » 2/12/2011 00:42

דעקלעראציע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

די ביליגע רודפים זענען אלץ געבליבען זיינע שונאים עד היום,



ווי באלנגען די ביליגע רודפים ? ווי לערנען זייערע קינדער אין בחורים
רעדט אין דיטיעלס ביטע


נאך 8 בלעטער תגובות האט איר די תירוץ, נאך תשל''ט האט זיך די טאפ איבערגעדרייט און די רודפים זענען געווארן נרדפים(עכ''פ אזוי האלטן זיי), און ווען רז''ל איז געווארן רב האבן זיי זיך איבערגעבעטן, און שלום על ישראל.


גרוינים » 2/12/2011 00:43

הרב ריפל ראי' לדברי אז לא זו הדרך ווייל אונזערע ברידער אינעם קינדער פארום זענען עפעס מלא שמחה פון דיין תגובה ממש ווי זייי האבן מיט דעם ענדליך אראפגעשלונגען דעם שווערן פיל וואס מהאט דא אויפגעדעקט בפני כל עם ועדה
אבער וואס איך זעה יא אז דאס קרענקט זיי געפערליך אז מהאט אפגעהאקט זייערע תירוצים וואס שטופט זיי עובר צו זיין אויף די גאנצע תורה אלעס ווייל רבינו מהר"א איז דאך ממש א רודף ממילא איז הותרה דמו.. 
און געלעכטער פרובירט מיטן לעצטן אטעם אנצוכאפן די לאנג יעריגע הארעוואניע פון אריינפרעדיגן דעם לאזינג פון נרדפים וואו ילד שעשועים און שטיינער ווארפן (וואס יעדער ווייסט גראדע ווער סאיז געווען אונטער דעם) און דער צווייטער שרייט גאר אשרינו (איך וואלט געוואלט וויסן צו ער איז נישט געווען ביי איינע פון די פארטעסטן אויף יוז סט און אויף סאנז פארא יאר זעהט אויס אז ער האט שוין פארגעסן)
און טאקע דאס איז געוווען מיין ציל צו אויפדעקן דעם פאלשקייט פון די לאוזינגען און ב"ה מהאט עס ערייכט!

נארפאקטן » 2/12/2011 01:23

עס איז א חיוב אויף יעדען מוחה זיין אויף די דברי בלע קעגן די רעבעצן ע״ה
ביטע לאזט זיך הערן

outspoken » 2/12/2011 01:51

איך האב נישט געוואלט מוחה זיין, כדי נישט אנצידרייען נאך, אבער אפשר ביסטו גערעכט,

 א אידענע א צדיקות וואס האט זיך מפקיר געווען פארן רבין 24 שעה אטאג, (מ'רעדט שוין נישט ווען ער האט געוואלט פאסטען  תענות חלומות און זי האט אים נישט געלאזט פאסטען צוליב געזינט און זי האט געזאגט אז זי נעמט עס אויף זיך, כאטש זי האט גוט געוויסט אז זי שפילט זיך מיט פייער),

  זי האט חתונה געמאכט הינדרעט'ער יתומים ויתומות און סתם ארימילייט, געלאפען אין שפיטעלער מיט פעקליך עסען(ניין, נישט מיט א דרייווער נאר מיט די טרעין) געלאפען פרייטאג צונאכטס שלום בית צומאכען, ארויסגעהאלפען גימפעטארענס און נאך און נאך, און לאגער האט זי זיך געבריט די האנט ווען זי האט געקאכט קרטאפעל פאן רבין, כדי ער זאל נישט דארפן עסען פון די (כשר'ע) קאך, ואחרון די לעצטע 12 יאר האט זי זיך נישט אוועקגעריקט פונם רבין 24 א מעת לעת.

יהא זכרה ברוך

ריפל » 2/12/2011 02:05

אויף די אלע וואס ווערן באטראפן פון מיינע ווערטער אויף אלטא פיגא, וועל איך דא קודם מאכן אן הקדמה. מיין זיסטע נקמה אין סיני טייטלבוים איז צו זעהן ווי אזוי ער פארטיידיגט אלטא פיגא, עס קען נישט זיין זיסער פון דעם. מיין חלום איז צו הערן פונעם בן השני דברי שבח והלל אויף איר, דאס וועט זיין מתוק מדבש. 

אויף די אלע וואס געדענקן נישט ווי זי (יא! זי און נישט נאר שליחים. זי פערזענדליך האט געצאפט דאס בלוט פונעם בעל ברך משה און רבינו שליט"א) האט וויי געטוהן דעם רבי'ן, נאר איז אויפגעוואקסן מיט'ן חינוך ווי א אשה חסד זי איז געווען (און זי איז באמת געווען, "קיינער" קען און טוט דאס נישט לייקענען) ווערט זייער אין שאק צו הערן אזעלכע ווערטער אויף איר.

איר חבר ביגדור איז אויך געווען אן איש חסד, און אויך געגעבן פיל צדקה בחייו, דאס מאכט אים אבער נישט א צדיק. איך האב פאר ענק נייעס, הגרז"ל גייט אויך אסאך אין שפיטאל און גיבט זייער אסאך צדקה, דאס מאכט אים אבער נישט פאר א צדיק. משה גבאי אליינס גיבט אויך זייער שיין פאר יעדע ארץ ישראל'דיגע בחור אן ארוני פונקט ווי א זאלי, דאס מאכט אים אבער נישט פאר קיין צדיק. איינער וואס פייניגט אזא צדיק ווי דעם ברך משה און רבינו שליט"א, אין מיינע אויגן מאכט נישט אויס קיין פעני איר מעשי חסד (וואס זי וועט זיכער באקומען שכר דערויף).

נאך מער, די רביצין תליט"א, איז אויך באקאנט אלס א מוסד חסד פאר זיך, האבן זיך דען אמאל די בני יואל צוריקגעהאלטן פון שרייבן אדער רעדן קעגן דעם רביצין תליט"א צוליב איר מעשי החסד (וואס זיי אליינס האבן הנאה דערפון נישט איין מאהל). 

בלומבערג » 2/12/2011 03:02

די זאלי'ס האלטן אז דעם רבי'ן ז"ל גאנצע גרויסקייט איז ווייל ער האט חתונה געהאט מיט אלטע פייגא ט"ב

אין פארקויפן שטותים מיט כפירה אז פריערדיגע צדיקים האבן זיך ביי געקענט לערנען חסד
ווער דער דברי חיים מיט מאור ושמש

חס ושלום נאר ביי די זאלי שקצים קען מען אזוי משפיל זיין פריעדיגע צדיקים צי הייבן אלטע פייגע

א פרוי וואס האט מצער געווען יודען רעכטס אין לינקס

געלעכטער » 2/12/2011 03:45

איך האב ביז היינט גארנישט געוויסט ווי ווייט די רעבעצין אלטא פיגא ע"ה האט צוגעפיקסט די אהרונים. איך זע דא קללות און בויך ווייטאג וואס זיי שרייבן ניטאמאל אויף משה גבאי.

גרוינים » 2/12/2011 07:12

ריפל ערשטנס ביזט נישט אין הימל צו קענען זאגן וואס וועגט מער די עוולה'ס אדער די מצוות
און צווייטנס אלס איד ביזטו מחיוב דן צו זיין לכף זכות ובפרט אז זי איז געווען א צעבראכענע פרוי אנע קינדער
איך פארצייל די זאכן בלויז אפצוענטפערן די זאלישע לויזינגען קעגן ברך משה און רבינו שליט"א כדי דער ציבור זאל ויסן ווער סזענען די נרדפים און ווער די רודפים  
אבער סתם צו בארעדן אן קיין ציל און עד הסוף א איד ובפרט אן אשת חבר איז נישט קיין שום מצוה 
מיר מעגן ניצן דעם דרך פון רביה"ק אין ציונית אויך אין אנדערע ענינים מדארף פארדאמען אקטן און מיסיעס און מרעסטענס באוועגונגען און פארטייען און נישט קיין פערזענליכקייטן מהאט דערפון גארנישט נישט בזה און נישט בבא.
בדרך אגב וואונדערט מיר נורא נוראות אויף די זאלונים אינעם קינדער פארום וואו פלוצלינג פארשטייען זיי נישט וואס הייסט אז מרעד אויף איד אין דער צייט וואס ביי זיי איז א מצוה צו רעדן אויף כל הקודש לנו אפילו צו מאכן מעשיות שלא היו און פלוצלינג ווען איינער זאגט אויס גראדע אמתע מעשיות איז מען נבהל ונשתומם, אתמהה! קשוט עצמך תחילה. 

תוקן על ידי גרוינים ב- 02/12/2011 07:18:11

ריפל » 2/12/2011 08:34

 

צו מיינע טייערע ברודער אחים לדעה.

 

איך זעה אז עס טוט ענק וויי וואס איך האב געשריבן קעגן אלטא פיגא, וויל איך קלאר מאכן וואס איך האב געשריבן, און וואס איך האלט און גלייב באמונה שלימה.

איך בין אויפגעוואקסן מיט די אמונה אז איינער וואס קען וויי טוהן א תלמיד חכם, מצער זיין ווען אומער, רודפן עד זוב דם, קען א צדיק און א מוסטער "נישט" זיין. זאלן זיי זיין די גרעסטע בעלי חסד, דאס גיבט זיי אבער נישט קיין רעכט צו פארשעמען די תודה ולומדיה. אביגדור למשל, איך ווייס פון אסאך מעשיות וואס ער האט ארויסגעהאלפן פריוואטע מענ טשן, דאס מאכט אבער נישט אוועק זיינע מעשים וואס ער האט געטוהן קעגן דעם רבי'ן בעל ברך משה ולהבדיל בין חיים לחיים דעם רבי'ן שליט"א. אזוי ווי איך גלייב אין שכר ועונש, גלייב איך באמונה שלימה אז עס איז דא א פלאץ אויבן אין הימל פאר אזעלכע מענטשן ווי אביגדור און אלטא פיגא.

 

אויף די אלע וואס שרייען אז מען דארף דן זיין לכף זכות און מען טאר נישט רעדן קעגן איר ברבים, עס איז דא דערויף א שיינע מעשה פונעם הייליגן שינאווע רב זי"ע:  דער שינאווע רב איז אמאל געגאנגען צו א משפחה קרוב אויף א וויזיט, אנקומענדיג אהין האט ער געזעהן ווי אזוי די בעל הבית'טע גייט מיט א שייטל, האט ער זיך זייער צובייזערט און ער האט זייער באוואשן דערויף ברבים אויף גאס. האט זי ברוב חצפתה זיך אנגערופן: היתכן דו פארשעמסט מיר ברבים, זאג מיר עס שטילערהייט אין שלאף צומער. האט דער שינאווע רב גענטפערט: ווי גייסטו מיט דיין שייטל? אין שלאף צומער אדער אויפן גאס? איך בין נישט געגאנגען פארציילן פאר מענטשן אז דו גייסט מיט די שייטל, איך האב דיר אנגעשריגן פאר די מענטשן וואס זעהן דיר מיטן שייטל.

 

די זעלבע דא ביי אונז, איך בין עפעס געקומען פארציילן נייע מעשיות אויף אלטא פיגא? דירעקט נישט, איך האב סך הכל פארציילט מיינע געפילן און הרגשים אויף א פאקט וואס יעדער דא ווייזט און קיינער לייקענט עס נישט.

 

זי האט פערזענדליך מצער געווען דעם רבי'ן,

זי האט פערזענדליך וויי געטוהן בשעט נפש דעם רבי'ן,

זי האט פערזענדליך געשיקט מענטשן זאל רודפן דעם רבי'ן ווען אומער,

זי האט פערזענדליך מיטגעהאלטן די אלע רשעות און רדיפות פון וואס דער רבי האט זיך צוזאמגעליטן.

(פארשטייט זיך איך רעדט פונעם רבי'ן בעל ברך משה זי"ע און רבינו שליט"א)

 

נארוואזע דען? מיר האבן זיך אלע יארן געשעמט דערמיט, און נישט גערעדט דערפון, עס איז היינט א צייט שוין וואס עס איז גענוג, מ'מעג שוין ארויסנעמען די שמוץ פון אונטער דעם קארפעט. גענוג אונטערגעווישט. יא! עס איז ליידער א פאקט אז דער רבי בעל דברי יואל זי"ע איז געווען ארומגענומען ווי די פסוק זאגט שוין: סבבנו כלבים רבים, ער האט געהאט אסאך הינט ארום זיך, זיי האבן זיך נישט אפגעשטעלט פון גארנישט צו רודפ'ן מענטשן וואס זיי האבן זיך איינגערעדט אז עס שטייט זיי אין וועג, קודם האבן זיי געהייסט די רביצינ'ס מענטשן, דערנאך האבן זיי געהייסן בני יואל, און היינט מיט זייער פרישע נאמען בעלי נועם מידות. אוי האט מען געליטן פון זיי, און ב"ה זייט תשל"ט ווערט מען מער און מער פטור פון זיי, מיינע אינגערע קינדער לערנען מער נישט מיט זיי אין די מוסדות, אן עקסטערע ביה"ח, א עקסטערע מקווה, א עקסטערע שחיטה וכו' וכו', איך וויל זיי נישט קענען און נישט הערן פון זיי.

 

אבער זיי זענען נישט צופרידן דערמיט, כל זמן סאטמאר האט אן המשכה, כל זמן וואס איך שטיי שמחת תורה ווי א סארדין שעות על גבי שעות צו קענען זעהן דעם רבי'ן בעבודת הקודש, כל זמן וואס איך ווארט שוין אויף שבת צו קענען פארציילן ביי די סעודה וואס איך האב היינט געזעהן אין שוהל אינעם קול התאחדותינו, כל זמן וואס דער רבי שליט"א גייט אן בעבודותו, דאס האלטן זיי נישט אויס, און פראבירן צו טוהן וואס מען קען נאר דאס צושטערן, אבער ב"ה מיר האבן צוויי רבי'ס אויבן אין הימל וואס ארבעטן זייער שווער אז סאטמאר זאל ווייטער בליען און שטראלן, שרייען די בני יואל: אוי ווי מ'רודפט!! מיר זענען נרדפים!!! לאמיר ענק זאגן א קליינע סוד, נישט זיין ביים שיסל הייסט נישט קיין נרדף, עסן די קאשע וואס מ'האט אליינס געקאכט, הייסט נישט קיין נרדף. סטאפס מיט די נאן סענס.

 

און פאר די אלע בני יואל וועלכע רייסן זיך איצט קריעה, אז מ'האט לא עלינו ולא עליכם, השם ירחם גערעדט אויף אלטא פיגא וועלכע האט געטוהן אזוי סאך חסד פאר אידן און פאר סאטמאר.

 

לאמיר ענק ענטפערן זייער קורץ, אונזער רביצין תליט"א שטייט נישט ווייט (אפשר גאר מער לויט די היינטיגע מעגליכקייטן) צו העלפן פאר יעדע איד, נישט קיין חילוק קרייז, חסידות, אפשטאם. אין אלע הינזיכטן, א ריכטיגע מוסד של חסד דעפירט אדורך איין מענטש. צו האבן ענק זיך "איינמאל" צוריקגעהאלטן פון רעדן קעגן איר "איין" ווארט צוליב אירע מעשי חסד? א נעכטיגן טאג. פלוצלינג יעצט ווערט אן איבערקערעניש.

 

און אלטא פיגא האט געבויעט סאטמאר? ענק לאכן נישט ווען ענק שרייבן דאס? ווער נאך האט זייט תשל"ט פראבירט אזוי חרוב צו מאכן סאטמאר ווי איר מיט אירע מענטשן?

 

במילא מיינע טייערע ברודער, עס דארף ענק נישט וויי טוהן וואס איך האב געשריבן. אודאי מעגן ענק האלטן אנדערש (פרעגטס ענק אבער גוט נאך פארדעם וואס ענק אטאקירן), אבער פון דא ביז די איבערקערעניש איז זייער א ווייטע וועג.

 

ייש"כ

ריפל

שלמהווייס » 2/12/2011 09:38

מר ריפל:

נאך אזא שווערע וואך פאר די זאלי'ס און די בני יואל'ע, געסטו זיי היפש אביסל חיזוק

וואלןסח » 2/12/2011 16:24

איך נעם נישט קיין שטעלונג בנוגע די רעבעצין, ווייל למעשה האב איך איר נישט געקענט, און כבר היה לעולמים אז מען האט אנגעלייגט מעשיות אויף א מענטש וואס יענער האט גארנישט געהאט דערמיט.
מיינע ווערטער זענען אבער געוואנדן צו די זאליס (נישט די בני יואל, די זאליס) ביז תשנ"ט איז די רעבעצין געווען אפגעפרעגט אין סאטמאר, איך גיי נישט דא שרייבן וואס דער ברך משה האט געזאגט אויף איר, אבער זיינע ווערטער הידועים לכל זאגט עפעס, און דאס מיינט אז דער ברך משה האט געהאט א שטארק אנגעווייטאגט הארץ אויף איר, אבער לאמיר מישן דעם בלעטל ביז תש"נ ווען רז"ל איז נאך געווען דער מגי"ש אין צעירים, וואס האט רז"ל אליין געזאגט אויף די רעבעצין דעמאלטס? איך האב נישט די טעיפ ביי די האנט, ווער עס האט איז מכובד עס דא מפרסם צו זיין.
זינט תש"נ עד יום פטירתה האט זיך די רעבעצין נישט געטוישט נישט לטוב און נישט לרע, ממילא אונז האלט מיר פון איר אזוי ווי מען האט געהאלטן פון איר דעמאלטס, קיינער איז נישט שולדיג אז רז"ל וכת דילי' האבן פאר זייער פאלטיק געמאכט א פליפ פלאף
און נישט נאר רז"ל נאר א גרויסע חלק פון די שרייבערס דא אין ה"פ וואס פייערן פאר רז"ל, זענען בדרך כלל די וואס זייערע עלטערן האבן זיך געדרייט ביים ברך משה און מאיזה סיבה האבן זיי געסוויטשט, נו איך האב פאר אייך נייעס, דיין טאטע האט אזוי גערעדט פאר צוואנציג יאר צוריק! נו ווייל יעצט האט ער געמאכט א פליפ פלאפ מוז איך מיטפליפן מיט אים? וויל איך נישט!

געלעכטער » 6/12/2011 01:23

2 בלאפער'ס שפילן רבי
[בילד – נישט אפגעהיט]

קריסטאל » 6/12/2011 01:36

לויט די זאלי'ס  איז יעדער  א שייגץ אין א בלאפער אפילו סקווירא רבי

דער עיקר אז זשיגאן איז אן ערליכער יוד אין פאר דעם עם הארץ ווערט יעדער א שייגץ
מען דארף דעם דאנקן באשעפער 10 מאל א טאג אז מען האט מיט די פארשאלטענע קיין שייכות

געלעכטער » 6/12/2011 01:40

איך רעד נישט פונעם סקווערער (כאילו האסט נישט געוויסט), איך רעד פון כ"ק אדמו""ר דינג-א-רב שליט"א

קריסטאל » 6/12/2011 01:46

קודם איז יענער ר' חיים לייביש ראטנבערג שליט"א פין פארשעי
אין לויט ענק איז ער אויך א בלאפער אזוי ווי יעדער ערליכער יוד אפילו סקווירא רבי

די האסט האבט אבער פיין געכאפט אז חמ"ץ מיטן בן התימני זענען שקרנים אין פוסטע בלאפער'ס

געלעכטער » 6/12/2011 01:52

גערעכט, דאס איז פארשעיער רב... נישטא ווער ס'זאל לאכן פון דיינע אפענע שקרים ווען מ'קען אין איין מינוט ברענגן א בילד און זען אז ס'איז נישט פארשעיער רב

דעקלעראציע » 6/12/2011 01:59

פארשעי שמארשעי ....

ביז ווילאנג ער הייסט נישט ר' מנשה פר"מ דער דיין פין ראסס סטריט עולמי איז יעדער א שייגץ

אפשר אפרתי מיט וויינטראה זענען אויך ערליכע יודען.

אפשר אפשר ..

צאן_ברזל » 6/12/2011 17:29

געלעכטער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]


וועלכע צוויי?
בלאט: 1 2 3