2 בלאפער'ס שפיל'ן רבי
|
יא מיטן וד''ל האב איך דאס געמיינט...
דאס מיינט פארטיי!!!
|
ס'איז קלאר געווען ד ראלע פין אלטע פיגא מיט אירע שווענץ יאנקל ברוך ברוך מרדכי אקערמאן מיט משה פראדל'ס אין אלע שלעגער'ס ארום צי הרג'נען אין פלינדערן ווער ס'איז זיי געשטאנען אין וועג
אין מען קען זיך נישט משער זיין וואספארע טעראר דעמאלס איז געווען
(דא לאזן מיר אויס א ווארט א דבר תורה וואס דער רבי האט געזאגט)
וואס איך וויל דאס ארויס ברענגען, עכ"פ בקיצור, כ'וועל נישט מאריך זיין מיט קיין דרושים, כ'וועל זאגן מגלה טפח ומכסה טפחים, נישט נאר טפחים אן א שיעור נישט נאר צוויי טפחים, די ישיבה פלאגט זיך מ'לייגט אריין כוחות, געפינט זיך יחידים, כ'זאג נישט קיין סאך, יחידים, דאס איז א געפערליכע שריט, איכה ירדוף אחד אלף איינער קאן מיט רדיפות ברוחניות אריינקריכן אין בויך אריין ביי טויזנט,
ורדו בכם שונאיכם, זאגט רש"י איני מעמיד אלא מכם ובכם, אשפר א טאפלט לשון?, די גוים זוכן נאר בגלוי די אידן זוכן מטמניות, וואסערע מטמניות?, זיי קענען נישט געוואר ווערן?, מ'גייט זוכן אז די גוים קומען אריין זוכט מען ארויס אלע באהעלטענישן, מטמניות איז פשט אינעווייניג בפנימיות הלב, וועגן דעם זאגט ער בכם איז טאקע ומכם,
זאל מען וויסן אזוי ווי עס איז דא אויף דער וועלט מחריבי עולם פונדרויסן, מיט כיתות שונות מיט דיעות שונות אפיקורסות מיט מינות, די דרכים מעוקמים, די זעלבע סט"א שטעלט אויף צווישן אידישע אידן דייקא מיט א לבוש פונעם פרומסטן אופן, אזוי ווי קנאות האלט אויף די וועלט, דאס אידישקייט, אזוי איז פארהאן א קנאות וואס מאכט חרוב די וועלט, ביים בעל דבר איז נישט פארהנדען ער פאפט זיך נישט, און דאס דארף מען וויסן דער שטן שטעלט אויף בכם ומכם, אינעווייניג אריין אינעם פנימיות, אינעווייניג שטעלט מען אויף,
איך וויל זאגן, איך הער אזוי אז ס'איז דא אין בית המדרש, און אזוי צווישן די בחורים, נישט קיין סאך, יחידים זענען דא וואס גייען ארום מדעת עצמם מ'פרעגט נישט קיין הנהלה, מ'האט נישט קיין דרך ארץ פאר קיינעם, מ'רעדט זיך איין אז מ'ווייסט אלעס, ס'איז דא אזעלכע וואס זאגן אז מ'פאפט מעך אויס, אזא טפשות, זאל מען וויסן די זענען די שלוחים פון די סט"א, די זענען דאס ארגסטע דאס פארדארבט,
פארפאלן, איך בין מגלה דעת אז איינער איז נישט צופרידן, אז איינער קלערט אז איך בין מיך טועה, איך קריך נישט אריין אין קיינעם, איך נייט נישט קיינעם, נאר איין זאך זאל ער זיך געזונטערהייט גיין, זאל ער זיך נישט געפינען מער דא אין די ישיבה, זאל ער זיך נישט געפינען מער אין בית המדרש, אז נישט וועל איך זיך נוקם זיין אין אים, מ'דארף וויסן אז דעס מאכט חרוב, דאס איינע זאג איך אן, עפעס אנדערש קאן איך נישט זאגן, איך זאג נישט קיינעם אז ער זאל גיין אויף מיין דעה, נאר וואס דען, גיין זאל ער זיך פון דאנעט, מ'קען נישט אזוי פירן, אפילו ס'איז מיעוטים ס'איז יחידים אבער דער סוף איז פון דעם אז דאס מאכט חורבנות,
ווייל אז מ'גייט אליין, קאן מען נישט וויסן און מ'קאן אריין פאלן און פארקריכן, ווען מ'קומט צו א פרשת דרכים.... וכו' וכו'
אין ווער ס'האט נישט פארשטאנען אין זיך נישט געגאנגען האט מען געטיען אזוי ווי מען האט געטיען אין אלע דורות כך הוא דרכו של תורה
אט, דאס הייסט א צדיק
דער לעגענדער סאטמארער ראש הקהל הר''ר סענדר דייטש ז''ל פארציילט און זיין ספר בצינא קדושא, אז איין מאל זענען די בחורים און קעמפ געווען זייער צולאזט, און געטאן ''מעשי קנאות'' אויף די אייגענע האנד,
עס האט פארן לוחם מלחמת ה' רבינו הקוה''ט זי''ע זייער שטארק וויי געטאן, האט ער געשיקט זריעל גליק און קעמפ רעדן צו די בחורים, און ער האט געזאגט פאר רבי עזריאל'ן די פאלגענדע ווערטער:
דוד המלך זאגט און תהילים, הֲלוֹא-מְשַׂנְאֶיךָ ה' אֶשְׂנָא, וּבִתְקוֹמְמֶיךָ אֶתְקוֹטָט תַּכְלִית שִׂנְאָה שְׂנֵאתִים לְאוֹיְבִים הָיוּ לִי , אויף פשוט יודיש טייטש: די פיינט פונעם אייבישטען האב איך פיינט, און מיט די וואס שטייען אויף קעגען אייבישטען קריג איך זיך,איך האב זיי פיינט בתכלית השנאה, זיי זענען מיינע שונאים,
אבער, דא קימט דער גרויסער אבער,
חָקְרֵנִי אֵל וְדַע לְבָבִי בְּחָנֵנִי, וְדַע שַׂרְעַפָּי. אידיש טייטש, באשעפער קיק אריין און מיין הארץ, און אין מיינע מחשבות,
און וואס זאלסטו דארטן זען? זאגט דער פסוק ווייטער:
וּרְאֵה, אִם-דֶּרֶךְ-עֹצֶב בִּי, זע צו איך בין נישט קיין אנגעווייטאגער, האס אנגעגעסענער פארשוין, זע צו איך בין נישט סתם אזוי א שלעטער פארביסענער בר נש,
אויב בין איך טאקע נישט פון די אויבענדערמאנטער, איך בין באמת יא א פיינער מענטש, מען קען פון מיר האבן א טובה, איך בין נישט פארנימען שעלטן, און מוחה זיין א גאנצען טאג, מען קען אויך זען א שמייכל אויף מיין פנים, נישט נאר האס און שנאה, דאן,
זאגט דער פסוק ווייטער: וּנְחֵנִי, בְּדֶרֶךְ עוֹלָם. דאס איז די דרך עולם: ע''כ:
וואו הייליג זענען די דאזיגע ווערטער,
און ווער האט דאס געזאגט?
דאס האט געזאגט דער הייליגער רבי זי''ע, וואס ער האט אמאל געשריגען אויף די גורער, און די בעלזער, ''צוזעצט זאלן זיי ווערן'' דער וואס האט געזאגט אויף הרה''ק רבי אהרן מבעלזא זי''ע און הרה''ק דער אמרי אמת פון גור זי''ע, הרה''ק מטשעבין זי''ע, ''חוטאים ומחטיאים את הרבים,''
דאס האט געזאגט די הייליגע רבי זי''ע, וואס האט באצאהלט א סאך געלט פאר אן אפעראציע וואס דער ווייב פון דער רעדאקטער פונעם פנים אל פנים, האט געדארפט דירוך גיין, טראץ וואס ער האט אים ביטער באשמיצט, מיט די ארגסטע השמצות וואס איז נאר שייך, דאס האט געזאגט דער הייליגער רבי זי''ע וואס האט אוועק געטיילט אלעס וואס ער האט געהאט פאר א צווייטען יוד, טראץ ער איז געגאנגען צו די בחירות, כותל, אד''ג,
צום ענין:
תלמידי סאטמאר וואס האבן זיך נאך די הסתלקות פון רבינו הקוה''ט זי''ע אונטער געווארפן אונטערן רבי'ן דער ברך משה זי''ע, און זענען ווייטער זיך מסתופף בצל קדשו פונעם תלמיד מבהק של רבינו הקוה''ט זי''ע, כ''ק רבינו שליט''א, גייען בדרך כלל, אויף דעם דרך וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט מיט אונז געלערענט, מען איז מקנא קנאת ה' צבאות, און מען איז אויף פרייליך און גוט אויפגעלייגט, און מען העלפט אנדער יודן, מען איז נישט פארנימען שעלטען און העצן א גאנצען טאג אוון א גאנצע נאכט!
דער נאך איז דא א פראקציע און סאטמאר, וואס מיסודו זענען זיי נאך פון דער אלטער היים, נאך די מלחמה האבן זיי זיך געריפן שטוב מענטשען, און די צייטען פונעם ברך משה זי''ע האבן זיי געהייסען די בני המן, און היינט הייסן זיי זאליבאנצעס,
די דאזיגע האבן אן היסטאריע פון רשעות און רציחה, און בארבארישקייט, וואס לאזט זיך ניטמאל גלייבן, זיי זענען פארנימען א גאנצען טאג און א גאנצע נאכט וואו נאך מען קען ווייטאן פאר אנדערע מענטשען, זיי שלאגן זיך און דער היים, זי שלאגן זיך ביי די ארבייט, זיי שלאגן זיך, און דער גאס, זיי שלאגן זיך און ביהמ''ד, דאס איז ממש די ארגסטע וואס כלל ישראל פארמאגט,
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן געפירט א שמיציגע פאליטיק קעגן הייליגען עצי חיים זי''ע
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן פראבירט צו פירן א פאליטיק מיטן הייליגן מנחות אלעזר זי''ע
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן געפירט א געמיינעם פאליטיק קעגן דעם זכרון יעקב דער דעש'ער רב זי''ע,
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן געפירט א געמיינעם פאליטיק קעגן דעם הייליגן חקל יצחק זי''ע
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן דערביטערט און דערגאנגען די יארן פאר רבי אביש מקראלי ז''ל,
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן פארברענט א בית מדרש און די שטאט קאשו,
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן דערביטערט און דערגאנגען די יארן פאר הגה''צ רבי חיים'ל האלבערשטאם זי''ע א זון פון הרה''ק רבי שלום אליזער'ל זי''ע
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן דערביטערט און געפיינינג דעם סעמיהייער רב ז''ל
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן ברוטאליש דערמארדערט הרבנית הצדיקות חיי רוזא הי''ד
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט די ''שווארצע'' מיט זייערע ווייבער און קינדער,
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערופט און געפייניגט דעם הייליגן ברך משה זי''ע,
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט כ''ק מרן רבינו שליט''א
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט כ''ק רבי הערשלע ספינקער זי'ע
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט דעם באבוב'ער רב ז''ל
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט פאפא רב ז''ל
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט רבי משה ארי פריינד זי''ע
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט רבי שמעי גרינבוים שליט''א
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט רבי שמאל בראך שליט''א
די דאזיגע חברה, שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / זאליבאנצעס - האבן גערוידפט און געפייניגט רבי אביש ספינקער שליט''א
די ליסטע גייט ווייטער און ווייטער...................
תוקן על ידי מישמאש ב- 30/11/2011 20:07:50
ווי אזוי קען טאקע זיין אז ס'איז אנגעגאנגען אזויפיל יאר רשעות אין רציחה אין די רבי ז"ל האט פין גארנישט געוואסט ?
|
נו, אלא מאי
ווי האסטו געזען אז איך האב געשריבן אז די מכם ובכם דרשה איז געווען קעגן יעדן רב אדער גדול?
דו האסט גערעדט פון א מציאות ווען א ראש האלט א דרשה און רעדט פון א פראבלעם קעגן די הנהגה, און האסט דאס אנגערופן אז דאס מיינט שטיצן און פירן טעראר
האב איך דיר געפרעגט צו דו מיינסט די "מכם ובכם דרשה" דו ווייסט וואס די תוצאות פון יענע דרשה איז געווען? שאל אביך ויגדך זקינך ויאמרו לך, מען האט דאן אויך פארשפארט בתי מדרשים, מען האט דאן אויך מבזה געווען אידן, וועל איך זאגן אז חלילה דער רבי ז"ל האט געשטיצט אדער געפירט טעראר? חלילה וחס, דער רבי האט געהייסן זיי זאלן זיך גיין, און די חסידים האבן עס געטון מיט אלע הידורים.
אט דאס איז געווען ווען דער ברך משה אדער להבחל"ח רבינו שליט"א האבן גערעדט, ווער געדענקט נישט ווען דער ברך משה האט געזאגט ביי די "שייגעץ ארויס" דרשה, חלילה הייבן הענט אויף א איד.
ווער געדענקט נישט ווען רבינו שליט"א האט אראפגעריסן די בחורים אז זיי זענען נישט די פאליציי אין קרית יואל.
יעצט וועסטו זאגן אז דאס האט געמיינט א מעסעדזש פארקערט, הער אויס, איך צי פאראלעל פון די דרשה מיט די ווערטער פון רבין ביי נטו"ק מען זאל זיי גארנישט טון, און דו טייטש אויס ווי אזוי דו ווילסט.
|
יזכר לך עתה, היום מה שכתבת.
ער איז אפשר געווען א ציוני? ער איז נישט געווען מיט די שיטה גלייך?
ער האט געהאט איין חטא, ער האט אויך געהאט א קהלה אין מוסדות אין וומסב"ג
ווער האט דאס מתיר געווען?
|
אנטשולדיגט, ער האט זיך באצויגען אויף דעם
געלעכטער
"און פאר תשנ"ט, ווער האט געגעבן דעם היתר אויף אלע רשעות'ער?"
נישט אויף דעם רבי ז"ל
|
ביי זיי איז דאס אלע די תורה שלימה
שוין לאנג נישט געליינט אזופיל שטותים
סאטמאר האט קיינמאל נישט אפאציעל געשטיצט טעראר,
נאר נאך פאר מען האט איינעם אנגעזעצט די ביינער, אדער אויסגעהאקט די אויגן, איז שוין געווען געדריקט פון פארנאויס אן אפיציעלע מחאה, וד''ל
עס איז דא א באוויסטע פאלקס מעשה אז ר' ליפא פר''מ דער רה''ק פון סאטמאר, האט אויסגעריפן ביים פראטעסט תשל''א, קעגן די ביטערע מרשעת גאלדא מייער שר''י: די טראק מיט אייער איז געפארקט דארט, קיינער זאל נישט נעמען,
נישטא ווער עס זאל לאכן!
און איין ווארט, די שטוב מענטשען / קיפה של שרצים / בני המן / בני קרעץ / אנשי סאסמאן / וכל שם שם וחניכי דאית ליה, ווען זיי זענען געווען ביי די מאכט, האבן זיי אנגעפירט א ברוטאלע נאצישע טעראר ארגענעזאציע, וואס האט זיך אפגעגבן מיט פייניגען און טערארזירן די יעניגע וואס זענען נישט געגאנגען 200% און שפאן, אמאל אפען, א מאל באהאלטען,
דער ס''ה,
זיי זענען געשטאנען אפאציעל אונטער די אלע מעשה רשעות און רציחה, וואס איז פארגעגאנגען און סאטמאר די לעצטע קרוב צו א 100 יאר, און עס גייט נאך אן ביי די זאליבאנצעס מיט איר פולן טעמפא!
תוקן על ידי מישמאש ב- 30/11/2011 23:06:26
תוקן על ידי מישמאש ב- 30/11/2011 23:07:28
|
לדוגמא איז באקאנט א מעשה ואס איך האב עס געהערט פון א מקור ראשון וואס איז דערביי געווען בין כסא לעשור ווען די טאכטער הרבנית רויזלע הי"ד איז געווען ביים טיר און געווארט עטליכע שעה אריינצוגיין זיך צו בענטשן ביים טאטען און רביה"ק בעל ברך משה איז דאן אויך אנגעקומען און מיטגעהאלטן ווי מלאזט איר נישט אריין (זעהט אויס אז דעם ברך משה האט מען יא אריינגעלאזט נאך ווי לאנג זי האט געלעבט ווייל דאן האבן זיי נאך געהאלטן אימיטן די ערשטע פאזע פון הגענען מענטשן וואס קענען חלילה איבערנעמען זייער פאסטן)
עכ"פ האט פונקט רבינו הקדוש והטהור זיך אויסגערעט פארן ברך משה אז אפילו מהאט א טאטען א פויער קומט מען זיך בענטשן פאר יום הקדוש און דא וויל זיין טאכטער נישט קומען זיך בענטשן, זעענדיג בצערא של רבינו האט דער רבחי דער ברך משה גענטפערט דעם רבין "איך ווייס אז זי איז דא געווען און מהאט איר נישט אריינגאעלאזט"
ווי נאר דער רבי האט דאס געהערט האט זיין פנים אויפגעלאכטן פון איין זייט און פון די אנדערע זייט אראפגעגאנגען צו די רביצין מאכן קולות פארוואס מהאט איר נישט אריינגעלאזט און די רביצין האט געלייקנט האט רביה"ק זיך אנגערופן בהאי לישנא "מיין משהלע זאגט נישט קיין ליגנט".
והשתא דאתית להכי וועל איך מיר ערלויבן צו פארציילן א זאך וואס כמעט קיינער ווייסט נישט און איך האב עס געהערט פון איינע פון די ראשי קהלה
אז אום תשי"ד האט מען די רביצין ארויסגענומען חלקים ביי אן אפעראציע און דער דאקטער האט פעסטגעשטעלט אז זי קען נישט האבן קיין קינדער און די "שטוב" האט פארשטייצעך געמאכט א שווייג פון די גאנצע מעשה, און רבינו הק' בעל ב"מ רחמנות האבענדיג אויפע פעטער וואס איז אזוי צובראכען אז ער לאזט נישט איבער קיין זש"ק האט ער אויסגעזאגט אמאל פארן פעטער איבער די אפעראציע (לכאורה האט דער רבי זי"ע געזעהן אז ער איז ארומגענומען און מוועט אים ממילא נישט לאזן חתונה האבן)
יארן שפעטער ווען די רביצין האט אפירגעהאלטן דעם ברך משה אלס רבי בעת ווען די שטוב מענטשן האבן גרעסער געמאכט דעם פייער אין דער צייט וואס דער ברך משה האט פרובירט אלעס אויף דער וועלט צו לעבן בשלום מיט די רביצין אין די אנהייב הנהגה יארן פונעם ברך משה
האט זי געטנעהט פארן ברך משה אז ער האט פארציילט האט דער ברך משה גענטפערט "פרעג איך די מומע האב איך געמיינט מיר? ווען דער פעטער האט ווען קינדער וואלט איך געבליבן סיגוטער רב איך האב דאך פשוט רחמנות געהאט ווי ער גייט אויס צו האבן זש"ק און ער ווייסט גאר נישט אז סאיז ניטאמאל מעגליך בדרך הטבע" ע"כ פון די שטוינענדע מעשה
עכ"פ זעהט מען וואס דאס הייסט אז די שטוב מענטשן האבן דעם רבין פונקט אזוי געפייניגט ווי משה גבאי וחבריו צום ברך משה און ער האט געמוזט ליידען און שווייגן
און יעצט ווען איר וועט איבערהערן די טעיפס ווי די חברה האבן געהייסן אויסרופן ביי די פורים טישן מזאל אינזין האבן דעם רבין פאר קינדער וואספארא ליצים די זענען געווען אויפן רביןס חשבון
אבער אז מרעדט פון רויזעלע וואלט דער ציבור געמעגט הערן וואס הייסט רשעות
איך האב געהערט אויף אז נדברו טעל סיסטעם ביי די מעשיות פון ניקלישבוגער רבין פון מאנסי ווען ער איז געווען אין ארץ ישראל ביים משתטח זיין אויף רויזעלעס ציון ווי ער זאגט אז א איד איז אים אליין צוגעקומען און פארציילט דעם שאקירנדען עפיזאד
סאיז געווען ווען מהאט געדאפט צולייגן שמאלץ קעגן רויזעלע און דער רבי האט נישט געוואלט גלייבן אזויפיל לשון הרע אויף זיין אייגן טאכטער איז געקומען איינער פון די שטוב מענטשן צו יענעם און געבעטן אויב ער קען שאפן א פאלשע בילד פון רויזעלע אז כאילו זי איז אפגעפארן און אים איז בייגעפאלן אז מקען נעמען דעם פאספארט אין וואס מען פלעגט אמאל דארפן אנטאן א שייטל ביים מאכן דעם פאס און ער האט טאקע פארשאפט דעם פאספארט און געמאכט א קאפי און ער איז אריין צום רבין פארציילנדיג אז ער האט א בילד פון איר מיט א שייטל און זי איז שוין אפגעפארן
האט ער דערציילט פארן ניקלישבורגע רבין אז דער רבי איז געווארן בלאַס וואו דער וואנט און ווי א נער האט ער נאך עד היום געמיינט אז מדארף זיך אויפטוען מיט דעם.. (לכאורה איז דער שליח געווען א לא לנו וועם מהאט געניצט דערפאר וויסנדיג אז ער האט נישט צופיל שכל דערפאר האט ער נאך עד היום געקענעט דערפרייען אזא מעשה רציחה)
האט דער ניקלישבורגער רבי אויסגעפירט קוק וואס קנאה קען צוברענגען אז מזאל אזוי פייניגן ר"ל דעם רבין אליין מיט זיינע אייגענע קינדער
איך האף אז כהאב נישט צופיל געשריבן ווייל אפשר איז בעסער אז די זאכן זאלן זיין באהאלטן אבער פון די אנדערע זייט דארף דאס זיין וויסענד ביים ציבור ווער די אינשי דלא מעלי אויב בכלל אינשי זענען געווען און זיי זענען די וואס פירן היינט די זאלי-בני יואל פארטיי און טערעטן דארט אויף מיט זייער פרעדיגעריי קעגן די מענטשהייט וואס זיי קענען זיך נישט אפשיידן פון זייערע וועגן די לעצטע 50 יאר, און האבן נאך די חוצפה זיך ארויפצוכאפן אויף א ווארט דא און א ווארט דארט וואס רבותינו הקדושים האבן אמאל זיך אויסגעדריקט אויף זיי אדער אויף זייערע מיטהעלפער
זאל שוין דער אב הרחמן אריינשיינען אין זיי אביסל רחמנות און אביסל דעת און אויפהערן צו שפילן קאזאק הנגזל כאילו מהאט זיי גאר געפייניגט אין דער צייט וואס זייער איינציגער ציל איז אייביג געווען בלויז חרוב מאכן וואו רביה"ק בעל ב"מ האט אמאל געזאגט אנהייב פון זיין הנהגה יארן "וואס טענן די מענטשן אז זיי האבן מורא אז דעם רבינס הייליגקייט וועט פארגעסן ווערן און זיין ארבעט ווועט קאליע גיין?? דאס טוען זיי דאך בידים זיי ווילן דאך אלעס חרוב צו מאכן"
עכ"פ זאל ווייטער מקוים ווערן דער לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי און די חברה זאלן תשובה טאן און פאררעכטן זייערע וועגן, ביז רביה"ק וועט אויפשטיין תחיית המתים און ווייזן מיטן פינגער אויף רביה"ק בעל ב"מ און רבינו שליט"א אז זיי האבן פרובירט צו ראטעווען זיין הייליגן האראוואניע שלא ישלטו בהם זרים,
תוקן על ידי גרוינים ב- 30/11/2011 23:54:03
ה'ינקום דמה
וועל איך פאר ציילן א מעשה וואס איך געהערט דעם פארגאנגענעם תשעה באב,
פון א יוד וואס איז געווען דערביי ביי די מעשה האט עס איבערדערציילט!
ווען דער קערעסטירער רב איז געווען אויף מקומות הק' אוהעל אין אונגארן בשנת תשס"ח,
איז צו אים צוגעגאנגען א אונגארישער יוד, וואס וואינט היינט אין פלעטבוש, און האט אים דערציילט, - אזוי זיך אויפצוטוען - אז בשעת די באוואוסטע מחלוקה צווישן ר אהרן און הגה"צ ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א
- ( ווען מ'האט אים צוגענומען די מגי"ש פאסטענס פון ישיבה און ביהמ"ד)
האט אין אמאל ד. ע. די "שטוהב מענטש" טעלעפאנירט און אים געבעטן שוין אריבערצו קומען צו'נעם.
שוין בעהט ער איהם אז היות ער לאזט שוין נישט אריין רבצין מייזליש פאר א שטיק צייט צום רבי'ן
און די רבי רעדט זיך אויס פאר זיין נעפיו סיני, דער זוהן פון שלום אליעזר,
אז אפילו א פויער שטייט שוין בעססער פון אים,
במילא מוז ער אויפקומען מיט שטאף!
זאל ער אריינטראגן א בילד פון די טאכטער וויאזוי זי גייט ל"ע אריין צו סאסמאן'ס שוהל!!!
ער זאל שוין אנרופן די חברה וואס קענען ארומארבעטן אויף בילדער מ'זאל אזאנס צאמקנאקן! וכך הוה ליידער.
(דער יוד האט נישט געהאט קיין שכל זיך צו שעמען דערמיט ל"ע)
תוקן על ידי סטראבערי ב- 01/12/2011 00:07:37
צו א שוואכע באפקע דשאוק אפצופרעגן מעשים ידועים און אפילו די מעשה שאינו ידוע מיט די רביציןס אפעראציע איז מעגליך זיך נאכצופרעגן ביי אידן וואס ווייסן דערפון ווי ראשי קהלה וכדומה
תוקן על ידי גרוינים ב- 01/12/2011 00:18:02
באלד האלט מען שוין דא, ביי די מחלוקה צווישן קין און הבל
למעשה, פון די התייסדות בני יואל אדער זאלי פארטיי ביז היינט צו טאג, מיט וואס זענן זיי בעסער?
א חוץ זייער איין מצוה צו שרייען 'ארוני שייגאץ'!
|
און לויט מיין אינפארמאציע איז ביי דעם מציאות אויך אזוי געווען
איך געדענק וועט מ'האט אראפגעווארפן מרת מייזליש (אשת הרה"ג ר' שמעון זאב) אלע טרעפ !
וד"ל וד"ל וד"ל !
אויך איז באקאנט אז די דער רבי שליט"א האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז ביי זיין טאכטער "מרת מייזליש" קען מען קיין גלעזל וואסער נישט טרינקען" אלעס איז ביי איר טריפה !
וד"ל וד"ל וד"ל !
האסט נאך גוטע מעשות?
|
די רבי ז"ל האט גענפערט אס ער זעהט אז שיגאן גייטט גיין אין זיינע דרכיןם ממילא דארף ער שוין נישט קינדער
|
נישט קיין עוולה אז די האסט נישט געהערט די גאצע מעשה,
רביה''ק האט אים געזאגט אז ער קען דאס נישט טאן פארן רעבעצן, ווייל ער איז איר מכיר טובה פארן האבן מסירות נפש פאר זיינע חומרות,(וואס איז באוויסט ביי אנ''ש און מ'קען עס נישט שרייבן ברבים)
נישט פארגעסען אויך אז ס'איז אים געליגען אויפן הארץ די מעשה פונם קדושת יו''ט'ס ערשטע רעבעצן ,ווי ער האט זיך אמאל איסגעדריקט ''ווער ווייסט צו ס'איז נישט אירע טרען''(שמעתי)
|
נו, מאך א סך הכל
|
נאך נישט געטראפן כמעט א אשכול ואס זאל האבן ארום 7000 צפיות אין 2 טעג, קוקט אויס ביזט נישט קיין דעת רבים נאר יחיד, אוטספאקען האט טאקע אנגעהויבן זייער אומגעשמאק מיט קינדערישע מסקנות און פשעטלעך וואס האט מיטן מציאות נישט געשטימט אבער לבסוף האט זיך דער ציבור היבש אנגערופן און אריינגעווארפן דא דארט אינפארמאציע וואס איז אסאך ווערד דאס צי וויסן,
עד כאן דעתי העני'.
תוקן על ידי גרוינים ב- 01/12/2011 05:47:42
|
מיט דעם האסטו אלעס געזאגט
|
ווייל ס'איז אן אלטע מעשה כמעט 60 יאר, כמעט אלע וואס האבן געהאט שייכות האבן שוין נישט געלעבעט ביים אנהויב פרשת מהר''א/רז''ל, רביה''ק האט געבעטן אז מזאל נישט רעדן דערפון (כיודע אז ווען ס'איז געווען עגמ''נ ביי אים פערזענדליך האט ער מקיים געווען "ומשמע ודומה ומשא")
|
דא קימט דער גרויסער פרעכער שקר, וואס די רוצחים האבן מחדש געווען, אז די רבי זי''ע האט נישט געלאזט רעדן דערפין,
וואו יענער וואס האט געמאכט און די הויזען, ווארענט ער אז מען זאל נישט רעדן פון דעם, שיינע מעשה!
די שטוב מענטשען/ בני המן/זאליבאנצעס האבן געהארגעט הרבנית רוזא הי''ד, און נאר זיי ווילן מען זאל נישט רעדן דערפון,
לאז ארויס אונזער הייליגען רבי'ן פון בילד, א שאנדע מען זאל זאגן אז דער רבי זי''ע האט געוואלט מען זאל מכפה זיין אויף רוצחים!
|
אוטספאקען איז גערעכט פון די וואס זענען געווען דעמאלס אינוואלווד איז שוין קיינער נישט געווען ביי די לעצטיגע מחלוקה פון תשנ"ט אזוי אז צי זאגען אז זיי זענען מער ביי רז"ל ווי ביי מהר"א איז א פיסטער שקר
|
שקר וואו ר' זאלי!
עס איז נאך דא 2 שקצים וואס זענען געווען פארמישט און די מעשה רציחה, און זיי זענען ביי דשיגאן, אלזא וואס דרייסטו א קאפ?
|
און ליידער מעג מען באטוינען אז טייל פון די משוגעתן פון די שטוב מענטשן אדער ווי מרופט זיי רביצין מענטשן ליגט נאך אין אונזער חינוך ווי דעם אז ממוז אוועק מאכן יעדן ערליכן איד וואס זיי האבן איינגעפירט תשכ"ח דאס איז טאקע שוין מער ווייניגער אויסגעריסן ביי אנ"ש אבער אומוועלנדיג נאך געבליבן אסאך וואס האלטן בתמימות אז דאס האט דער רבי געוואלט.
תוקן על ידי גרוינים ב- 01/12/2011 17:56:53
|
אה! האסט מיך ממש בארוהיגט. לויט ווי די אהרונים פרובירן דאס אראפמאלן, איז דער רוצח געווען ר' זלמן לייב אליינס, יעצט זאגסטו שוין אז דאס זענען צוויי מענטשן וואס זענען חסידים פון ר' זלמן לייב. די מעשה ווערט שוין גרינגער. באלד וועט עטץ שוין זאגן אז ס'נישט געווען רציחה ממש, נאר זי איז אוועק פלוצלינג, נאר וויבאלד די צוויי האבן איר געטשעפעט האט זי אויסגעהויעכט די נשמה..
בקיצור, דעי סטארי איז נאך אין די מעיקינג.
אז ווען די ישיבה איז נאך געווען אויף בעדפארד עוווניו, פרעגן די בחורים אהיים באגלייטן רבינו הקוה''ט זי''ע, נאך דעם וואס ער האט גענדיגט פארלערנען,
איין טאג איז געווען זייער ווייניג בחורים, וואס האבן א היים באגלייט דעם רבי'ן זי''ע
דער רבי האט זיך פאראונטערסירט וואו די בחורים זענען,
האט איין בחור גענפערט פארן רבי'ן זי''ע אז ''שלום פויגל'' איז דא און ניו יארק, און די רבי זי''ע האט זיך שטארק צושמייכעלט, און זיך גארנישט אנגעריפן, ע''כ המעשה:
לאמיר זיך פארשטעלן ווען די מעשה פאסירט ווען ביים הייליגן ברך משה זי''ע אדער ביי אונזער הייליגען רבי'ן שליט''א
וואלטן די בני המן מיט די זאלי קרעטץ, נישט אויף געהערט שומפען און שרייען :
אז דער רבי האט ''געהייסן'' טעראזירן,
\דער רבי האט ''געהייסן'' שלאגן וכו' וכו'
והא ריאה אז דער רבי האט ''געהייסן,'' ווייל ער האט דאך גישמייכלט,? איז דאך א סמן מבהק אז ער געהייסן טעראזירן,!
יא! יא! יענס געלעכטער, מיך דארף זיך פארענפערן פאר אזאנע צוחושטע ברואים!
תוקן על ידי מישמאש ב- 01/12/2011 18:47:06
|
או מיין זיסער געלעכטערל,
כ'האב פארגעסן צו צילייגען אז איינער פון די צוויי דאוונען מיט דיר און איין שול, ער דאווענט אונעם בית חיינו טעמפל און דער וואכן, שבת דאווענט ער קאשו, ווייל עס נאנט צו זיין הויז
אשריכם ארונים שזכיתם לכך!!!!!!!!!!
קודם האט געהייסן אז דער ברך משה איז א בריק פון רביה"ק צי מהר"א יעצט האלט עס שוין אז דער ברך משה איז גאר א בריק פון מהר"א צי רביה"ק
מען קען שוין בעטן א גיטן טאל פאר אזא געלאגענעם בריק !
|
הה"ד להחזיר עטרה ליושנה !
|
וואס פאלט דיר ביי אז עס קען אפילו זיין עפעס בעסער'ס ווי די ארונים?
|
הה"ד פלניא גזלנא !
|
פשוט פאר היסטאריע, טאקע פון דאן האט רעבעצין אלטא פיגא וכת דילה (לאמיר נישט לייקענען די פאקט ווער זי איז געווען, וואספארא אקטן זי האט אויסגעפירט אנטקעגן רבינו הקדוש בעל ברך משה, זאל זי זיך מיען מיט אביגדור אינאיינעם (איך געדענק נאך ווען סיני טייטלבוים (פונעם פיש סטאר) האט געשריגן אז אויב גייט מען איר באגראבן נעבן רבי'ן, ווער ער גיין מיט א שאוול און איר ארויסגראבן. איך ווארט נאך אז ער זאל מקיים פסק זיין) מער נישט אריינגעלאזט דעם רבי'ן צום רבין בעל דברי יואל. און אויסגעטיילט צרות יגון ואנחה ביז ער האט געדארפט מופן קיין בארא פארק.
נישט ווייל זי איז געווען די רביצין און זי לעבט נישט, דארף מען פארגעסן וואס זי האט אנגעמאכט און אנגעדרייט. צו פאר דעם רבי'נס טאכטער רויזעלע הי"ד, צו דעם רבי'ן בעל ברך משה זי"ע צו דעם רבי'ן שליט"א.
אפשר די אינגערע דור וועלכע איז שוין אויפגעוואקסן ווען זי איז שוין געווען קראנק וועלן דאס נישט פארשטיין, אבער אדרבה, שאל אביך ויגדך, פרעגטס ענקער עלטערן וואס זי איז געווען, און וואס זי האט אנגעדרייט. עס איז נישט מער ווי פאסיג אז די נאמען פונעם קרעטשמע איז אויף איר נאמען, שמה נאה לה, ולה נאה לשמה.
נישט ווייל דאס ביה"ח איז דאן נישט געווען אינגאנצן אין אונזער הענט, און מיר האבן דאן געכאפט געזינטע קלעפ האבן מיר מוותר געווען אז זי זאל ליגן נעבן רבי'ן, דאס מאכט איר נאך נישט פאר קיין צדיקת. און נישט ווייל איינער האט מנדב געווען א שוהל לעילו נשמתה, מיינט אז זי איז געווען אן איידעלע פרוי וואס האט נישט געטשעפט קיין פליג. און בכלל ווי אזוי וואלט זיך דא איינער געשפירט ווען מ'זאל מנדב זיין א שוהל לעילו נשמת אביגדור? איך קען באמת נישט פארשטיין פארוואס קהל האט מסכים געווען צו נעמען די געלט און צו געבן א שוהל אויף איר נאמען. איז געלט אלעס?
זי האט געפייניגט דעם רבי'ן זי"ע, זי האט געפייניגט דעם רבי'ן בעל ברך משה, און זי האט געפייניגט דעם רבי'ן שליט"א. און דאס טאר מען נישט פארגעסן און פארגעבן. מלך שמחל על כבודו אין כבודו מחל, און א תלמיד חכם טאר נישט מוותר זיין אויף זיין כבוד.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/12/2011 01:48:14
איך בעט דיך נעם אראפ די תגיבה, עס ברענגט נישט קיין כבוד פאר קיינעם,