תוקן על ידי גערעכט ב- 17/05/2011 11:04:07
שליח פון אטיק & טייטלבוים קא. א. פרויליך אין כנסת המינים
איר הערט גוט!
נישט סתם עפעס א קנאי פון סיי וועלכע היימישע קרייז, נאר איינער וואס פירט\פארפירט אלע מערכות אין ארץ ישראל אוטער א הייליגן מאנטל און אונטערן שמוציגן נאמען "אתרא קדישא", די גרופע וועלכע פירן דורך אין די טעג פראטעסטן אין בית שמש קעגן "בנות ירושלים" פארן חטא פון זיך נישט רעכענען מיט די קרומע א"ג קנאות-מיינונג פון הרב שמידל, די גרופע וועלכע פירט מיט טעראר דאס יהדות החרדית און פארמאכן דאס מויל פון יעדן ערליכן איד וואס וויל זעהן דעם אמת איבער זייער ווערטשאפט, אט די גרופע האט געשיקט זייער הויפט עסקן אין כנסת המינים אריין!
אתרא קדישא: מחללי קברים, ומכירים במדינה הציונות!
בושה תכסה פניהם.
(איך וויל זיך נישט פארשטעלן ווען איינער פון א צווייטע קהילה זאל אריינגיין רעדן אינעם בית מינים, וואספארא מערכה די זעלבע א"ק קאמפאני בראשות הרב פרויליך וואלטן מיט יענעם געפירט. די ראודס וואלטן געווען ווייס פון פאשקעווילן).
הרב שמידל האט דאס שוין מערערע מאל געטאן, ער האט היינט א געהעריגן היתר.
דעם עבר ושנה !
_________________
ביטע טוישן דעם קעפל צו:
שליח פון אתרא קדישא - א. פרויליך אין כנסת המינים !
_________________
תוקן על ידי גערעכט ב- 17/05/2011 19:58:43
ווער האט געצאלט פאר די סיידוואק פארנט פון דיין הויז?...
|
די שטאט-ראט, וואס איך צאל די פילע טעקס פאר זיי, איך בין נשיט געגאנגען צו די חברי כנסת בעטן געלט.
דרך אגב Five מיט די שאלה "ווער האט געצאלט פאר די סיידוואק" - קענסטו אין זייט לייגן ח"ו דעם הייליגן ויואל משה, געב אכטונג וואס דו שרייבסט.
די שיטה האב איך נישט געלערנט נישט ביי תולדות אהרן, און נישט ביי מנשה פילעפף.
תוא"י האט אלע רעכטן צו שתדלען ביי די פירערשאפט זיי זאלן בויען א וועג וואס וועט צומיץ קומען פארן ציבור, און פון דעם וועג האט תוא"י ווייטער געצויגן זייער אייגענע וועג צו זייער הדלקה, וואס זיי האבן אליינס באצאלט.
גענוי ווי דו מעגסט נעמען א פערמיט פון די "ציונים" צו בויען א סאטמארן שוהל, מעגסטו שתדלען די "ציונים" זאלן בויען א נייעם וועג אין מירון (אויף א שטח וואס גיהער צו די רעגירונג).
א חוץ ווען איך זאל יא לערנען ויואל משה ביי איינע פון די צוויי דערמאנטע, דעמאלס וועט צוקומען איין נקודה צו יעדן כלל: הא לן והא להו. אויב טוה איך עס איז בסדר, אויב יענער איז עס ציונות.
אנטשולדיגט פאר מיין שארפע לשון.
FIVE יפה דיברת, ווען די ארונעלעך האבן גענומען געלט פון די שטאט אויפן דרך מהדרין וואס איז געבויעט געווארן דורך זיי האט מען געמעגט.
ווען זיי נעמען נאך עד היום געלט פון די ציונים פאר זייער שמחת בית השואבה מעג מען.
אבער יענער וואס איז געגאנגען שתדלן ביי א חבר כנסת וואס איז א נאנטער ידיד מיט תוא"י רבי פון די יארן וואס זיין טאטע האט עם געשיקט לערנען אין וויזניץ, דאס נישט ווייל אולי ואולי נאך אזויפיל יארן רדיפות וועט ער האבן 2-3 טויזנט מענטשען ביי א הדלקה אין מירון.
אבער זיך חנפנען צום רב הכותל וואס האט זיך געקישט מיטן אפיפיור עם רופן צו מסיבות און גיין צו זיינע שמחת דאס יא.
דאס מיינט צביעות כדרך מדריך דרכו הקדוש מרחם בעל התולדות הארון והמנוחת הנפש שליט"א
קומט יעצט די לעצטע החלטה פון די מדינה אז זיי נעמען אוועק דאס גאנצע בעלות פון די וועדת החמישה, און דאס גאנצע בעלות פון ציון הרשב"י פאלט ליידער צוריק צו די מדינה!
ווידעראמאל שטעלט זיך ארויס וואס די פירות זענען פון די מיליטאנטישע גרופע וועלכע פירן אריין כלל ישראל אין באד אריין מיט זייערע קרומע און אפגעפרעגטע מהלכים, על אפם פון אלע ערליכע אידן.
ירחם המרחם.
אבער יענער וואס איז געגאנגען שתדלן ביי א חבר כנסת וואס איז א נאנטער ידיד מיט תוא"י רבי פון די יארן וואס זיין טאטע האט עם געשיקט לערנען אין וויזניץ
מנהלים, ביטע אויסמעקן די תגובות שלא מן הענין. יישר כח.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 17/05/2011 20:57:12
סוף ל'ועדת החמישה' במירון: ציון הרשב"י בבעלות המדינהערב ל"ג בעומר תשע"א: ציון הרשב"י במירון הופקע מידי ´ועדת החמישה´ שניהלה אותו בשנים האחרונות ויעבור לבעלות המדינה. המשמעות: הסוף להקדשות, השליטה במקום חוזרת לידי הרב שמואל רבינוביץ - רב המקומות הקדושים, שעמד בעבר בראשות ועדת החמישה. רוב העסקנים מרוצים: "יוצאים לדרך חדשה" (חרדים)ישראל כהן | י"ג באייר תשעא 19:45 17.05.11 הדפסה |
"הגענו למצב שבכדי להחליף נורה או מרצפת במתחם, היינו צריכים לקבל אישור מסיקריקים שהערימו קשיים גדולים", מספרים גורמים הפועלים בקבר הרשב"י.
בימים האחרונים נפל דבר: שר התיירות, סטס מסז´ניקוב הכריע כי מתחם רשב"י יעבור לבעלותה של מדינת ישראל.
דאס איז האשכול וואס דו האסט געעפנט?
ס'איז זייער א עמי הארצות'דיגער שלאה, פרעג נאר יעדן איד פון ירושלים, אדער קוק נאך די נייעס פון פריער אביסל.
אט איז איין דוגמה:
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=23932
יעצט האב איך שוין צוויי מוחזק שקרנים וואס זאגן די זעלבע זאך, איטס געטינג בעטער ביי די מיניט, פריער האב איך נאך געהאט א ספק צו סאיז אמת
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 17/05/2011 21:19:17
איך האף אז קיין איין ארץ ישראל'דיגער איד ליינט נישט וואס דו שרייבסט יעצט, ווייל דאס קען קאסטן גאר א טייערן שמייכל. קינד און קייט ווייסט פון די גרופע מיט די נעמען, און יעדער האט מיטגעהאלטן ווער עס האט אריינגעשטעלט פרויליך אין מירון, און וואס פרויליך האט שוין אפגעטאן אין די פעלד פון מחלל זיין קברי ישראל, און אינעם פעלד פון פארשווכן דעם נאמען פון שלומי אמוני ישראל אין די לעצטע יארן.
תוקן על ידי FiveBoro ב- 17/05/2011 21:24:08
_________________
_________________
|
איך האלט אינמיטן, נאר לויט מיין עקפיריענס מיט דיינע מעשיות איים דשאסט געסינג אז דא איז דאס זעלבע
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 17/05/2011 21:39:59
ווען שמואל זיינוויל פאגעל זאל אריינגיין אין כנסת המינים רח"ל צו שתדלען די רעגירונג זאל לאזן אנגיין די ארבעט אויף די נייע קרי' אין ירושלים וואס די זאלי-פארום האט אפגעשעלט (...).
וואס וואלט געווען אייער רעאקציע?
====
כך הפכה אתרא קדישא את "אלקטרה" לקורבן המאבק
גם גורמים בתוך העדה החרדית, שהעוול היה לנגד עיניהם ושהתבטאו בפומבי כנגד ה'סיקריקים', זכו לטעום מנת טרור נכבדה, כולל הפגנות אלימות בפתח ביתם.
====
און נאכמער, איינער פון די מגיבים דארט האבן אויך מכוון געווען מדעתא דנפשיה אז פרויליך איז פון די הויפט קנאקערס ביי די טעראריסטן:
שהסיקריקים האלו ובראשם פרויליך וקלמנוביץ חולי הנפש ומוגי הלב ...
FIVEBORO
אן אריינגיין און פרטים, דו ווייסט זייער גוט
1}אז די גאנצע כהנים פייט איבער מירון, האט א קנאפע שייכות מיט קברים, עס האט מער מיט א קרן פון מיליאנענן דאלער מיוחד פאר מירון
2}תו"א איז מיט אסאך זאכען אסאך נענטער צו אונז ווי אמאל, זיי ליידען פון די זעלבע מטופרים ווי אונז
3}תו"א זיכט שוין היינט נישט צו זיין קיין שונא, און מיר קלאמערן זיך גראדע ווענט אים צו האלטן פאר א שונא אלץ נקמה אויף אלטע מעשוית, אבער לעת עתה זיכען זיי אונזערע קרבות, און מען שלאגט זיך על לא דבר, געבויט אויף געוועזענע מחלוקות, און אויב שוין האט רבינו שליט"א באזיכט קלויזענברוג רבי, מיט די טענה אז מחלוקת איז נישט קיין ענין פון ירושה און עס איז נישט קיין מצווה אנצוהאלטן מדור דור, און אויב רבינו דער בעל דברי יואל זי"ע, האט מקרב געווען דא און אמעריקא דעם ספינקא רבי זי"ע, כאטש........ דאן מעגן מיר שוין איינמאל פאר אלעמאל אויפהערן צו שפילען קאץ און מויז מיט תו"א
ואידך זול גמור
_________________
תוקן על ידי have_hope ב- 18/05/2011 04:33:18
צו די ביסט א זאלי צו נישט ווייס איך נישט, אבער שקרים רעדסטו זיכער.
די זאגסט אז דאס איז א אלטע מחלוקה, האט שוין תולדות הארון אריין געלייגט איינמאל א עד אין דער בלאט???
איז געווען נאך א מוסד וואס האט ממשיך געווען צו לייגן עד'ס אין דער איד נאכן איסור פון קהל חוץ זיי???
איז דא נאך א רבי וואס קומט אויף ניו יארק און דאווענט שבת אין ראדני און טרעט נישט אריין אין הופער???
דאס איז להוציא מליבם אז די מחלוקה איז אלט.
יעצט לאמיר זאגן אז די ביסט יא גערעכט.
מיר דארפן זיין מכירי טובה פאר אונזערע פריינד שעמדו לימינינו בעת צרתינו, ס'איז נישט קיין חכמה אז ווען אונז זענען געווען שוואך אין וומ"ס און אונז האבן געדארפט חיזוק ביסטו געגאנגען שטויסן, און יעצט ווען דעם וואס די האסט געבויעט שטויס דיר והגולם קם על יוצרו, לויפסטו צוריק צו מיר.
לאמיר נישט פארגעסן זכור ואל תשכח, ווי גרויס דער הייליגער תוא"י רבי איז געווען ביז תשס"ב זיינע שבתים אין אמעריקא איז געווען מלא וגדוש, איז געקומען דער עוכר ישראל בן פראדל און האט עם געוואלט נעמען פאר א שטעקן צו שטויסן, ער האט עם געזאגט טאמער גייסטו איינשטיין ביי יצחק ראזנבערג וועסטו נישט האבן א דריסת רגל אין וומ"ס און אין סאטמאר.
יענע יארן האט מען נאך געמיינט אז ס'איז דא א אפשרות אז אזוי וועט זיין, און ער וועט אין סאטמאר מער נישט אריין גיין, אלעס ווייל דער בלוט צאפער און נועם המידות האט געוואלט מאכן פון הרבני הנגיד ר' יצחק שליט"א אזוי ווי ער האט געמאכט מיט להבדיל בין הטהרה לטומאה יושקע מוסר פון קרית יואל.
תוא"י רבי האט באקומען א סטראשע אז ער וועט נישט קענען דאווענען אין ראדני, נישט קענען אריין אל הקודש פנימה, נישט באקומען די זאלן פון ברכה סימא, פאשקעווילן אין די גאסן, בימים וואס משה איז נאך געווען כמושל בקופה.
אבער ער האט מחליט געווען מיט מסירת נפש צו זאגן ניין, א גוטען פריינד לאזט מען נישט אפ ווען עם גייט נישט אזוי גוט, א גוטע פריינד מיינט בצער ובשמחה, און תלי"ת איז ער געווען דער נחשון וואס האט צוגרונט געלייגט דער רשעותדיגע פלענער.
יעצט ווען עם גייט נישט אזוי גוט, און ב"ה אונזער מצב איז ווי ס'איז דארפן מיר אלס הכרת הטוב געדנקען די חסד נעורייך און אהבת כלולותיך פון לכתך אחרי בארץ לא זרועה.
מיר זענען נישט זאלי'ס וואס שטויסן די וואס האבן זיי געהאלפן בשעת צערם. מיר זענען אידן מכירי טובה פאר אונזערע פריינד.
און יעצט צום חלק פון קלויזענבורג.
קלויזענבורג איז געווען א מחלוקה, אבער מיר האבן נישט געהאלפן זייער פאליטיק, מיר האבן זיך נישט אנגענומען פאר מבקשי רעתינו, דאס איז געווען א מחלוקה און יעצט איז עס נישט נוגע, דאס איז נאך נוגע מידי שנה בשנה, ווען דער קדוש מרחם שטויסט זיין עלטערן ברודער מיט'ן מקדים זיין יעדעס יאר זיינע וואכן אין ניו יארק כדי צו זיין פאר עם אין ניו יארק, האבן מיר אלע חסידי סאטמאר א חוב קודש צו ווייזען א הכרת הטוב און שטיצען דעם אמת'ן ערליכען איד.
הכרת הטוב איז א סימן פון א איד, מיר זענען אידן!!!
פאקטן:
1. אריין גיין אינעם כנסת המינים, איז לויטן הייליגן 'דברי יואל' – 'ויואל משה' זי"ע א דבר חמור מאוד, עס קומט אויס לויטן הייליגן רעבין ארגער וויא אריין גיין אין א קלויסטער ח"ו.
2. זיך צו טרעפן מיט ממשלה פערזאנ'ס, איז שטענדיג געווען אן אנגענומנע זאך, וויא די וועלט זאגט "אז מען דארף דעם גנב – נעמט מען אראפ פון בוים".
3. מען האט קיין ברירה קיינמאהל נישט געאהט, ווען מען האט געוואלט בויען א בנין, א מוסד, א.ד.ג, האט מען וויא פארשטענדליך גאדארפט האבן די פערמיטס, פון די שטאט ראט – פונעם גאווערמענט, און עס איז קיינמאהל קיין שאלה וועגן דעם נישט געוועהן.
4. נעמען געלט פון די מדינה, אדער פון די שטאטראט, פאר מוסדות, פאר סערוויסעס א.ד.ג. – אדער פאר יעדע דבר שבקדושה, איז פון אייביג אהן געוועהן אסור ביי אונזערע היימישע קרייזן, די ממשלה מיט די שטאט ראט, האבן פארשידענע פראגראמען, וואס טיילן געלט פאר פארשידענע צוועקן, אזוי וויא זיי געבן געלט פאר ספארט'ס – טעיאטער'ס – א.ד.ג, וויא דאס ווערט אנגעריפן ביי זיי "תקציבי תרבות" = פראגראמען פאר קולטור, די זעלבע זאך האבן די 'פרומע' חברי כנסת אויסגעארבעט אז די ממשלה זאל טיילן געלט אויך פאר "אידישע קולטור", לדוגמא, מען טיילט געלט פאר ספרי קודש, פאר מוציאים לאור, פאר דרשות, פאר הקפות שניות, פאר שמחת בית השואבה, א.ד.ג.,די סארט געלטער איז שטענדיג געוועהן ביי אונז מאוס, און מען האט זיך פון דעם מתנזר געועהן.
5. מירון: פון אייביג אהן פלעגן כהנים גיין מתפלל זיין אין אתרא קדישא מירון, עס איז געוועהן חילוקי דעות ביי אונזערע גדולי ישראל זי"ע, צו אין די מערה אינעווייניג, מעגן כהנים אריין גיין, אדער נישט, דעת קדשו פון הייליגען רבי'ן בעל דברי יואל זי"ע, איז געוועהן, אז כהנים טארן נישט אריין גיין אין די מערה.
6. דער תו"א רבי זי"ע, האט זיך געפירט אזוי וויא דעתו פונעם רבי'ן זי"ע, און איז נישט אריין אין די מערה, ער איז עטליכע מאהל געוועהן אין אתרא קדישא מירון, און ער פלעגט מתפלל זיין ביים פתח המערה, אונטען (לעבן הכנסת אורחים), אדער פלעגט ער גיין אויפן דאך פון די מערה, אזוי פירט זיך אויך דער היינטיגער תו"א רבי, דער ברודער דער תוא"י רבי, פירט זיך יא אריין צו גיין און די מערה, לויט די גדול"י וואס האבן דאס מתיר געוועהן.
7. תו"א היינט צו טאג, פירט האן דעם גרעסטן הדלקה אין אתרא קדישה מירון, עס האט זיך אנגעויבן אויף זייער א קליין פארנעם, אין מיט די יארן איז דאס אויס געוואקסן אלס זייער אגרויסע שמחה, וויא עס זענען זיך משתתף צענדליגער טויזנטער יודען, מיט א שמחה עילאה, מיט גרוס התרגשות, למעשה קען מען זאגן, אז די הדלקה פון תו"א איז דער גרעסטער צוזאמענקום פונעם היימישן ציבור, מיט א געוואלדיגע אחדות טאנצט מען האנט ביי האנט – האקסל ביי האקסל, לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
8. תו"א האט נישט ווייניג שונאים, וואס קענען די זאך נישט אראפ שלינגען, און קענען דאס נישט פארגינען, און האבן פאר צוויי יאהר צוריק, פלוצלינג "מגלה" געוועהן 'קברים – ביינער – און מערות', וויא באוואוסט איז דער תו"א רבי א כהן, און אלס כהן אויב 'טרעפט' מען קברים, איז דאך די גאנצע מעשה פארמאכט, צום זאך גערעדט: די שונאים פון תו"א וייסן וויא צו טרעטן אויף די ריכטיגע הינער אויגן, דער תו"א רבי איז דאך א ירא שמים או א תלמיד חכם, (אשאד אריין צו גיין און א וויכוח איבער דעם), אקיצער תו"א שונאים, וואס ווערט אנגעפירט פון די באקאנטע "אטיק & טייטלבוים קא." האבן זיך גענומען זיכען קברים, לכתחילה אויפן שטח וויא תו"א צינדט די הדלקה, ווען עס איז נישט געגאנגען, האט מען אויסגערופן אויף גאנץ מירון, אלס אגרויסן בית הקברות, יעצט שריי אז די האסט נישט קיין טאכטער.
9. כיהודה ועוד לקרא, האבן די אויבן דערמאנטע 'אטיק&טייטלבוים' געברענגט צו זייערע כוחות הג' ר' דוד שמידל, אלס דער 'שולחן ערוך' לענייני קברים בארץ הק', ר' דוד האט זיך צו געשטעלט צו זיי כמובן (סיבה דערפון אין אנדער געלעגנהייט), אין 'מאשר' געוועהן אז גאנץ מירון איז אגרויסער בית הקברות, ווען די דיינים פון די העדה החרדית האבן געפרעגט ר דוד'ן, ווען זענט איר געוועהן די לעצטע מאהל אין מירון, האט ער גענפערט אז מיט אסאך יאהרן צוריק, האבן אים די רבנים געפרעגט, איז פון וויא ווייסט איר וואס עס גייט דארט פאר, האט ר' דוד גענפערט, אזוי האבן מיר די עסקנים געזאגט, האבן אים די רבנים געזאגט, אויב אזוי וועלן מיר חוקר ודורש זיין די עסקנים, און איר ר' דוד זענט איבעריג דא.
10. פאר ל"ג בעומר תש"ע, נאך דעם וואס מען האט ממציא געוועהן, קברים – ביינער – מיט מערות, האט דער תו"א רבי נישט געוואלט אריין גיין אין קיין ספקות, און האט מחליט געוועהן, צו פארן צו דעם הדלקה מיט א אוהל חוצץ, בכדי צו יוצא זיין מדי ספק, למרות וואס די רבנים וואס ער האט אנגעפרעגט ביי זיי, האבן אים געזאגט, אז ער דארף נישט אין אכט נעמען וואס די בעלי מחלוקת טענהע'ן, כהנים זענען שטענדיג געפארן קיין מירון, עם כל זה, איז דער תו"א רבי געפארן מיט א אוהל חוצץ ('כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איין שלאפן' און קענען האבן פון וואס חויזיק צו מאכן).
11. די עסקנים פון תו"א, זענען משך די גאנצע צייט געשטאנען אין קאנטאקט, מיט יעדן וואס מען האט נאר געקענט, רבנים וגדולי ישראל זענען געקומען קיין מירון צענדליגער מאהל, די רבנים האבן דארכגענישטערט דעם 'בורמה וועג' (דאס איז דער וועג וואס דער תו"א רבי פארט), די רבנים האבן געברענגט זייער חוות דעת, פארן בי"ד פון די העדה החרדית, און דער בי"ד נאכן אויסערן די אלע צדדים, סיי פון די רבנים, סיי פון אתרא קדישא, און אויך די עסקנים פון טהרת הכהנים, האבן וויא באקאנט מחליט געוועהן און געפסק'נט, אז אין דרך בורמא איז נישט דא קיין שום חששות, לגבי די אנדערע וועגן, האבן זיי נישט באקומען קיין גענוג אינפראמיישן.
12. פון די אנדער זייט – משך די גאנצע צייט, ביז בי"ד האט ארויס געגבן זייער דעת תורה, האבן תו"א עסקנים אהן געפרעגט ביי די "טהרת כהנים", תו"א האט זיי מציע געוועהן צו מאכן כיפין על גבי כיפין, תו"א זענען געזעצן מיט אתרא קדישא, צו זוכן פתרונות, וויא פארשטענדליך האבן די אויבן דערמאנטע פראקציעס, אלעס אפגעווארפן – וויא ערווארטעט – ווייל די מטרה איז געוועהן איינס, תו"א רבי זאל קיין הדלקה נישט צינדן, רבנים – תלמידי חכמים האבן אלס פראבירט צו זעהן וואס מען בכל זאת דורכקומען מיט זיי – כלום – גארנישט – נאדא,
13. סוף פסוק וויא אויבן דערמאנט, האט דער בי"ד הגדול שבירושלים, ארויס געגעבין זייער פסק, וואס האט אראפ גענומען אלע ספיקות, פונעם 'דרך בורמה' וועג, און לכאורה הכל על מקומו יבוא בשלום.
14. לכאורה האבן מיר געשריבן, יא לכאורה וואלט אזוי געדארפט צו זיין, נאך א פסק פונעם בי"ד הגדול, ווער וועט קומען מערער זיין, - אבער לא – ניין, די אטיק & טייטלבוים קא., הייבן נישט אזוי שנעל הענט, זיי האבן אנגעויבן צו הערשט מאכן פשט'לאך אינעם פסק פון בי"ד, פארפירט מיט פאשקעווילן מיט ביליגע לצנות, געזוכט מיט אלע כוחות, וויאזוי צו פאר טוטשן די מוחות, און אריין ברענגען א בלבול ביי יעדן, זיי האבן אפיר געזוכט רבנימ'לאך, וואס זאלן זעהן צו אסר'ן וואס דער בי"ד האט מתיר געוועהן, גענומען האבן זיי צו הילף דעם באקאנטן אברהם פרויליך, און דא פלוצלונג האבן זיי געטראפן דעם פתרון, עס האט נישט געדויערט מער וויא 3 שעה, און מען איז אויף געקומען מיט א געוואלדיגן פלאן:
15. מען איז ארויס געקומען מיט א פתרון פון כיפין על גבי כיפין, דאס וואס האט נעכטן נישט געקענט זיין בשום פנים ואופן, איז פלוצלונג געווארן דער מלאך המושיע, וואס האבן די אט&טיי קא. געוואלט פארדינען דערפון? זייער פשוט, 1 געלט גרויס געלט, מען וועט ארויס גיין מיט א גרויסן שנאר קאמפיין, ווער נאך וויא "אונזערע ברודער" פון חו"ל, וועלן פארשטיין די נחיצות פון די זאך, 2 מען וועט האבן וואס ווייטער צו קאמפיינען, און ממשיך זיין מיטן בלבול המוחות.
16. און אז מען קען אויכעט באקומען געלט פון די מדינה, פונעם "קולטור אפטיילונג", איז דאך ממש א מציאה מן השמים, די געלט האט דאך א דין פון א 'מציל מן הארי', וויא טענה'ט דער בעלזער, עס איז א מצווה ארויס צו נעמען פון זיי וואס מער, איי – מען וועט דאך שרייען אויף דיר שייגץ, וויא געטרויסטו זיך צו נעמען געלט פון די ציונים? שטענדיג וועט מען קענען ענפערן, מען וועט ענפערן, למחצה לשליש ולרביע, און בכלל מען קען דאך אויך לייקענען, והכל על מקומו יבוא בשלום
דאס זענען די פאקטן, זאל יעדער האפ לערנען וואס ער וויל, שטענדיג וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן זיך מתווכח זיין אויף אזא נקודה, אדער אויף א אנדער ניואנס, איך ערווארט נישט פון וועם וואס האט א שנאה, זאל אנעמען וואס איך שרייב, אבער דאס אלעס זענען די טרוקענע פאקטן
תוקן על ידי גערעכט ב- 18/05/2011 18:09:54
1) אין די צייט וואס די טעראר גרופע פון אתרא קדישא האבן פארפירט די רבנים מיט עדיות פסולות, און די מציאות איז געווען למעשה אז די רבנים האבן חושש געווען - מחמת חוסר ידיעה - און מען האט נאכנישט געהאט מצליח געווען אויפצו-ווייזן דעם שקר, האט תוא"י זייער ערליך געטוהן און מבטל געווען די הדלקה, אויס חשש פון טומאת כהנים, א גאר הארבער איסור. [און אז איר באשמוצט תוא"י טאג און נאכט, האט איא אליינס אנגעזייט די קערנדלעך אז יעצט ווען עס איז דא א פרישע אישו אין די גאס, איז מצא הבע"ח לגבות את חובו, און עס איז גאר פארשטענדליך אז מיט די אישו האט מען געקענט צוריק פראסקען תו"א אביסל, און ס'מוז טאקע נישט האבן קיין שייכות מיטן אמת, והבן].
2) בנוגע דיין באשמוצן תוא"י על דבר, ווען זיי האבן בלויז געטוהן דאס וואס זיי האבן געדארפט און געמעגט, צו שתדלען די רעגירונג זאל בויען א וועג, ביסטו די זעלבע ערליך ווי עתיק, און דאס איז א ריכטיגער הא לן והא להו.
לגבי דעם "שתדלען" וויא דו רופסט דאס, האב איך שוין געשריבן, און איך וועל נישט איבער קייען
די נייע וועג פון תא"י, איז נישט אויף דירך המהדרין וואס מען האט געניצט ביז היינט, דארט מאכט מען גארנישט, ווייל בי"ד האלט אז עס איז נישט דא קיין חשש, די נייע כיפין וואס תא"י טוט, איז א וועג אינדרויסען פון מירון וואס מען האט בדרך כלל נישט געניצט ל"ג בעומר ביז יעצט
|
איך שטעל זיך דא אפ,
אויב אריינלייגען א עד און די בלאט ווערט געניצט, אלץ א סיבה און א מיטעל לגבי מחלוקת, ביסטו 100% גערעכט
לעטס קיפ אפ די פייט
|
ניין, עס איז נישט ריכטיג וואס דו שרייבסט
די כיפין ווערט געמאכט דווקא אויפן דרך מהדרין וועג, דארט וויא דער היימישער עולם 'מענער' גייען די לעצטע פאר יאהר ל"ג בעומר
|
איך האב נאר געשריבן 1 פאקט??????????? אדער איך האב געשריבן א לאנגע מגילה?????????
די האסט מיט שקרים מחליט געווען אז ער וויל זיך מקרב זיין, האב איך געברעגט 3 פאקטן אז דאס איז שקר.
1) דער בלאט
2) דאווענען אין ראדני און נישט אריין טרעטן אין הופער
3) לייגן אין דער איד נאכן איסור פון קהל.
און דאס מיינט ער איז זיך מקרב צו אונז???
ער האט געשטויסן 10 יאר, יעצט איז ער זיך מקרב, מיט וואס??? מיט די 3 זאכן.
|
דארפסטו א בילד וואס ווייזט אויף דיין שקר??????
לויט מיין אינפערמאציע איז דאס די מציאות, און דערפאר האב איך עס געשריבען
אדרבה, אז דו ווייסט אנדערש ברענג טאקע א בילד אז עס אנדערש, און אז דו וועסט האבן א בילד אז איך בין נישט גערעכט, וועט זיך העכסטענס ארויס שטעלן אז איך האט געהאט ראנג אינפערמאציע, אבער ווייט פון צו זיין א שקרן,
מיט כבוד
HAVEֹ HOPE
|
מעגליך, אבער איך האב געהערט אנדערש, און איך האף אי"ה צו האבן בילדער נאך ל"ג בעומר, עמיר זיך קענענן איבערצייגען
|
ביסט 100% פראצענט גערעכט מיט דעם,
איך האב עס שוין עטליכע מאל מיטגעהאלטן, מען קען דארט פילען די התרומות עד אין שיעור
לכחלה האב איך נישט געפלאנט אהינציגיין, זייענדיג און די באקס וואס "הולך לבג"ץ" געפינט זיך יעצט, אז א חסיד רבינו גייט נישט צי תו"א הדלקה, ביז השי"ת האט מיר געפענט די אויגן, און איך קען היינט זאגען, אז די תו"א הדלקה אינאיינען מיט הרהגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטער'ס הדלקה, זענענן די צוויי שענסטע מאמענטען און און מירון, און ווער עס האט שכל גייט צי די ביידע הדלקות
למעשה ווייס איך נישט צי בכמות האט עס מער מענטשן ווי און בויאן, און מיין אז ביואן האט נאך אלץ א גרעסערע ציבור
היי יאר גייט מען און קר"י נאכמאכען די תו"א הדלקה!!! מען גייט לייגען די פייער און די זייט א ווי זיי טיען, כדי דער עולם זאל קענענן טאנצען
תוקן על ידי have_hope ב- 18/05/2011 21:14:33
|
דאס אז ער האט א ברודער א רש"ע איז ידוע לכל, דאס אז זיין ברודער דער קדוש מרחם וואס מעג טוען די גרעסטע רשעות לעיני השמש פאר א עלטערן ברודער און שפילן צדקות מיט געבען אפאר גרייצער פאר אלמנות ויתומים איז אויך ידוע.
און לאמיר אנהייב א קצה המזלג אויפן שפיץ גאפל.
קודם א מעשה וואס איך האב געזען און גהערט בעיני ובאוזני, ווי דער בעל הארון פרעגט פאר א איד וואס איז געקומען צו פארן אויף ל"ג בעומר אין מירון צו זיין רבי'ן תוא"י רבי דער בעל הארון האט עם געטראפן און האט עם גפרעגט פארוואס איז ער נישט געקומען צו זיין הדלקה אויך, ווען יענער האט עם גענפערט אז ער איז געקומען לכתחילה צום תוא"י רבי'ן האט ער געזאט בזה הלשון האסטו גהערט אז ביי מיר איז געעוען אסאך א גרעסערן עולם???
(איך שרייב נישט קיין נאמען ברבים, אבער אין אישי וועל איך געבן א נאמען יאר און מקום ווי די מעשה איז געווען, מיט פרטים למען יראו וישמעו).
דאס רשעות פון מאכן א הנחת אבן הפינה פאר א נייער ביהמ"ד, האט מען אראפ גערוקט די גאנצע מעמד מיט בערך 150 פיס ווייטער ווי דער שטח הנחת אבן הפינה, נאר כדי תוא"י רבי וואס האט דארט געהאט די הויז זאל הערן ביזן בעט אז דער ברודער זיינער מאכט א הנחת אבן הפינה, פאר ווער ס'געדענקט די מעשה ווי הרה"צ ר' יוסף יואל קאהן איז דעמאלס אריין צום ברודער מיט טרערן אין די אויגן, היתכן אזוי צו רודפן א עלטערן ברודער, ארויף צו רוקן די מעמד נאר צו זיין אונטערן נאז פון ברודער, דער סוף פון דער מעמד איז אויך ידוע, אז דער עולם איז געווען אויסגעשפילט, און דער אבן הפינה איז נישט אראפ נאר געבליבן שטעקן אין לאנגן פייפ וואס מען האט ספעציעל געמאכט לענגער מיט 150 פיס כדי דער עלטערען ברודער זאל קראכן.
דאס רשעות פון קומען אויף ניו יארק פריער ווי דעם ברודער, כידוע די צייט פון קומען פאר תולדות הארון אויף ניו יארק אלע יארן איז געווען ויחי שמות וארא, תשנ"ז האט די עדה החרדית געשריבן א בריוו צו תוא"י אז זיי טארן נישט משיג גבול זיין און פארן די וואכן וואס איז בחזקת תולדות הארון, די ערשטע יאר האט תוא"י גענומען נשא בהעלותך שלח, אבער נאכן זיך טרעפען מיט א פראבלעם אז דאס איז צו נאנט צום זומער, האבן זיי גענומען תולדות ויצא וישלח, ויהי היום (אין ויהי אלא לשון צער) דער קדוש מרחם האט שנת תשס"ב בעצה אחת מיטן עוכר ישראל בן פראדל מחליט געווען צו מקדים זיין און משיג גבול זיין מיטן ברודער, זאל ער קראכן, ביז די מקסימום חוצפה ואס קומען א וואך פארן ברודער, פלוצלינג איז די בריוו פון די עדה החרדית נישט משיג גבול זיין א חזקה נעלם געווארן.
דאס רשעות פון ארויף גיין צו א עושר ונגיד גדול מאוד וואס לאזט זיך קאסטן שווערע געלטער לטובת תוא"י, דער נגיד וואס איז שוין עלטער און פארגעסט אביסל (בלשון נקי') האט א אייניקל וואס דרייט זיך ביי תוא"י און איז שטארק מקושר צו עם, דער אייניקל דערצייילט אלעמאל פארן זיידען פון זיין רבי, איין טאג באקומט דער עושר א טלפון אז זיין אייניקל'ס זיידע וויל קומען באזוכן דער עושר, דער עושר איז געווען זייער בשמחה און האט אויפגענומען דער רבי'ן מיט א שיינע נתינה, ווער מיינט איר איז געווען דער גנב וכזבן? אונזער הייליגער איד וואס פאברענט די הענט במקהלות אלפי ישראל. היש לך גזל גדול מזו???
דאס איז א טיפה מן הים הגדול פון רשעות וואס ער טוט יערליך פאר זיין ברודער און דאס באדערט.
און יעצט צום שלוס, ווען תוא"י רבי האט געפירט שלחנו הטהור און געטאנצען האבן די בלוט זויגער'ס געשריגן אז ער איז שיכור טאנצט ווי א משוגענער, יעצט ווען זייער קדוש מרחם פאברענט זיך די הענט דאס איז הייליגקייט.
און דאס באדערט זייער שטארק בעיקר ווען תלמידי וחסידי סאטמאר וואס האבן אויך געהאט צו עסן פון די קבוצה און וועלן נאך אסאך האבן פון זיי זענען לעצטענס געווארן אביסל אםגעקילט ווי כאילו ער וויל אויך זיין נאנט צו אונז, און דערפאר האב איך מאריך געווען
ווילסט נאך א תשובה אויף דיין שאלה????????
|
מיט 3 שקרים אין 1 אשכול און 1 שקר אין אלע אשכולות, איז שוין גארנישט חוסר ידיעה
_________________
מודעה פאר כהנים
ארויסגעשטעלט דורך ק"ק תולדות אברהם יצחק
בנוגע דאס ארויפגיין צום מערה פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי
די ליין וואס איז אראנזש איז דער דרך מהדרין
סוף פון דער דרך מהדרין גלייך נאכן אוהל פון האחים פריד ווי די נומבער 3 אויפן מפה איז די נייע כיפין על גבי כיפין
אנגעצייכנט מיט א פינקע ליין וואס פירט גראד צום שטח פון תוא"י און ר' יעקב מאיר שעכטער

♦♦♦
אזויפיל שטותים - דמיונות - פאנטאזיעס - שקרים - כחש - מרמה, אין איין קליין מוח.
דיינע ווערטער האבן קיין הענט און קיין פוס נישט, לא מיניה ולא מקצתיה - וויא זאגט מען ביי אונז, ניט ווערד אמאהל קיין תגובה.
און אלעס איז וויא האסטו געשריבן מיט א פרעכע קינדערישקייט?
2) דאווענען אין ראדני און נישט אריין טרעטן אין הופער
3) לייגן אין דער איד נאכן איסור פון קהל.
נעבעך - נעבעך
_________________
|
אהערגעברענגט און פאל הולך וויל עס מעקן
_________________
|
איך ווייס נישט ווער ביי דיר איז "מיר"
אבער רשעות קעגן סאטמאר האט ער געטוען און טוט ווייטער,
און דאס האב איך נעכטען מבאר געווען און איך האב נאך אסאך.
גערכט וואס איז א תולדות הארון חסיד
רעד איך צו עם זיין שפראך ברבים אזוי ווי ער רעדט ברבים