היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שליח פון אטיק & טייטלבוים קא. א. פרויליך אין כנסת המינים

שליח פון אטיק & טייטלבוים קא. א. פרויליך אין כנסת המינים

133 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2893578
בלאט: 1 2 3

have_hope » 23/5/2011 00:01


היראים - וואלן סח, איך האב באמת מער נישט געוואלט קאמענטירען און די נושא, איך זע אבער אז איך האב נישט קיין ברירה

++

עס האט יעדער געוויסט אז צום סוף וועט מען זיכען אויף ווען אנצושמירען די מערכה

אבער לאזטץ ארויס דעם דיין, ער איז דער איינציגסטער פון די אלטע גווארדיע וואס עס אונז נאך איבער געליבען און ער איז באמת גארנישט שולדיג, אביסל מענטשליכקייט מעג מען האבן, ער האט גענוג געטריי געדינט אלע יארען

_________________




תוקן על ידי have_hope ב- 23/05/2011 00:05:10

היראים » 23/5/2011 00:08

אז די רעדסט שוין יא פין א דורכגעפאלענע מערכה
וועל איך דיר געבן א בעסערע משל וואס אפי' דיינע זאלי חברים וועלן מודה זיין (פארשטייט זיך: ווען איך הער נישט)

געווען איז עס ווי שונאי סאטמאר האבען זיך געהויבן די קעפ
אז רז''ל איז געקומען אויף וומ''ס אין ס'האט אויסגבראכען א ריזיגער פייער אין סאטמאר
וואס האט אטאמאטיש ציבראכען די כח פין סאטמאר
אין זיי האבען געקענט גרינדען די עירוב אין וומ''ס נגד פסק פין רביה''ק ז''ל
(עס איז כדי צו באמערקן די באקאנטע פאקט אז די מיסדי העירוב זענען געוען פין די גרעסטע שטיצער צו ברענגן רז''ל קיין וומ''ס אין זענען געווען די ערשטע צו ווערן מעמבערס אין סאטמאר זינט די מחלוקה,
עטליכע יאר שפעטער ווען די עירוב מערכה האט זיך אנגעהויבן האבען זיי אפי' געצייגט פאר יעדן זייער קהלישע ביללס)

דער גרויסער חכם וואס האט נאך דעמאלטס פראבירט צו שפילן פרומער האט געוואלט גיין א שריט ווייטער ווי נארמאל
אין געמאכט א נייע חוב קדוש אז מ'דארף שיקן די בחורים אין יונגעלייט שבת נאכמיטוג אין די גאסען נאכשרייען פרויען אין מיידלעך וואס טראגען מיטן עירוב אין האבען אריינגלייגט זייער עצת בלעם אינעם מצות מחאה ה''י
(מ'רעדט נישט דא פין הוכיח תכיח, מ'רעדט פין נאכשרייען אלס מחאה...)
די ניגון איז דעמאלטס געגאנען אז אזוי וועט מען אפשטעלן דאס טראגען אין ווייזן אז לא אלמן ישראל, סאטמאר האט נאך אלס א כח..

יעדער געדענקט די ערשטע פאר וואכען וואס פאר א חילול ד' די געשלעגן אויף די וומ''ס גאסען האבען אפגעקאסט, וויפיל ארעסטן אין חילול שב''ק עס איז פארגעקומען צווישן ענקערע בחורים אין שב''ק,
די גרויליגע התנהגות פין ענקערע בחורים פלעגט אזוי אנהאלטן וואך נאך וואך אין האט זיך פאר גארנישט אפגעשטעלט, בחורים פלעגן ארומרינגלען פרויען אין מיידלעך אין שרייען מות יומת וכדומה
אמאל האט אפי' א מקנא קנאות הנציחון געריסן א שייטל פין א פרוי אויף ראטליזש סט' ווייל זי האט געשטופט א קעריזש..... אין נאך ענליכע גרויליגע מעשים וואס איז עקעלדיג צו באשרייבן

עס האט גענומען א שטיק צייט אין די טאטע'ס האבען געזוהן וואס מ'טוט מיט זייערע קינדער
היינט צו טאגס אפי' מ'מאכט מעכטיגע אסיפות אין ויואל משה יערליך צו העצן די יוגנעט צו באנייען די חוב קדוש פין נאכשרייען, איז אבער נישטו מער ווי עטליכע י' צ' מיט כ' פין קווינס וחבריו וואס פאלגען

אפגערעדט אז די שמיציגע מערכה האט נישט אפגעהאלטן די אלע וואס האבען געוואלט טראגען
ווייל זיי האבען געפיהל אז זיי האבען די טראסט אין זייערע דיינים וואס האבען זיי ג'פסקנ'ט אז מ'מעג טראגען
(זעהט אויס אז זייערע דיינם זענען נישט קיין ליצים אין טוישן נישט זייער מיינונוג יעדע מאנטוג אין מיטוואך)

די גרעסטע שפיל איז א ענקערע רבנים וואס העצן די יוגענט נאכצושרייען אלס חוב קדוש, זיי אליין שפילן שיינע יודן אין טינקן זיך נישט די הענט אין שמיציגע וואסער..... אין שרייען נישט

דאס איז טיישט פארשינקענע פיש געגסן אין פין שטאט געפלויגן
ליידער טראגען היינט די פרעמדע קהילות אין די מאסען, די מערכה האט ניש געהאט קיין 1% סוקסעס
עס האט נאר געוויזן פאר די גאס די חינוך וואס מ'צוהט אויף ענקערע בחורים
אין ווי די עצת בלעם קען ווערן אזא חוב קדוש ה''י

FiveBoro » 23/5/2011 00:11

מיינע ידידים, ביטע נישט קאמענטירן אויף העווהאופ.

מיר ווייסן וואס ער וויל, און ער האט די רעכט צו פרובירן שפילן אליינס, בינו לבין עצמו.

היראים » 23/5/2011 00:19

have_hope כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

היראים - וואלן סח, איך האב באמת מער נישט געוואלט קאמענטירען און די נושא, איך זע אבער אז איך האב נישט קיין ברירה

++

עס האט יעדער געוויסט אז צום סוף וועט מען זיכען אויף ווען אנצושמירען די מערכה

אבער לאזטץ ארויס דעם דיין, ער איז דער איינציגסטער פון די אלטע גווארדיע וואס עס אונז נאך איבער געליבען און ער איז באמת גארנישט שולדיג, אביסל מענטשליכקייט מעג מען האבן, ער האט גענוג געטריי געדינט אלע יארען

_________________




תוקן על ידי have_hope ב- 23/05/2011 00:05:10




ענק זענען טאקע געבליבן מיט גאנצע געווארדיע
אנגעהויבן ביי שלמה יענקל, מנשה פילאף, הרב טעננבוים גענדיגט ביי יודעלע וויינשטאק אין אפי' מיט יוסל וואלדמאן.......

שטאלציר מיט ענקער געווארדיע

אויב רעדסטו פין דיינים ומוצי''ם, וואס זענען געווען דיינים פאר די פאליטיק זענען ענק מיט קיינעם נישט געבליבן חוץ די וואס פלעגן באקומען פעיראל פין וומ''ס קהל אויף וואס ענק האבען זיך משתלט געווען - די זעלבע וועלכע רוב פין זיי האבען קיינמאל נישט געהאט  קיין גיט ווארט אויפן ברך משה ז''ל (איידל גערעדט..)
סאטמאר האט בשנת תשנ''ט שוין געהאט איבער 10 דיינם אין מוצי''ם,
אין דאס אז די זאליס האבען צאמגענומען זייערע דיינים ומוצים וואס זיי האבען געהאט אין האבען  באשלאסען צו שפילן ''בית דין'' מיט א''ג חברי ביד''ץ מאכט גארנישט גרעסער ענקערע מוצי''ם אפי' מיט די פורים טיטול ''חבר ביד''ץ דק....''
ניטעמאל האט די בית דין א מינומום רעספעקט אפי' ווען זיי וואלטן ווען יא געהאט די זכי' צו האבען 1 דין תורה וואלט עס נישט אויסגעקוקט בעסער ווי די קאראפטירטער משפט שלום

היראים » 23/5/2011 00:21

FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מיינע ידידים, ביטע נישט קאמענטירן אויף העווהאופ.

מיר ווייסן וואס ער וויל, און ער האט די רעכט צו פרובירן שפילן אליינס, בינו לבין עצמו.


גערעכט

גערעכט » 23/5/2011 13:05

דא האסטו
[בילד – נישט אפגעהיט]
have_hope כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
גערעכט
אפשר לייגסטו ארויף דעם בריוו

_________________




תוקן על ידי גערעכט ב- 23/05/2011 14:01:24

have_hope » 23/5/2011 19:48


איך האב נישט געבטען די בריוו, א צווייטער האט עס געבעטן, ממילא שיק עס ווייטער

__

צום נושא פון תו"א, כמעט יעדער וואס עס איז שוין געווען א בר דעת ווען די מחלוקה צווישן תו"א און תוא"י איז פארגעקימען, געדענקט די אלע שגץ שטיק וואס עס איז פארגעקימען דעמלאטס, מען קען נישט נישט אזוי שנעל, און אזוי פרי איבער שרייבען היסטאריע, עס טוט נאר בעקפייערען, און עס וועט האבן אזא פנים ווי פארמעגליך מיט זיינע ארטיקלען,

און יעדער פארשטייט אז א בריוו פון די עדה איז כמעט גארנישט ווערט, פאר די זעלבע סיבה וואס זיי האבן נישט געהייסן די זאליס ארויסגיין פון קארט און בני ברק, ודו"ק

מיין מיינוא איז, אז מען דארף פארגעסן פון די מחלוקה, ווייל סוכ"ס איז די מחלוקה נישט געווען קעגן אונז, און פאקטיש איז ער פון די גרעסטע קהילות, דארף מען זיך נישט קריגען מיט אים, אבער דאס מיינט נאך נישט אז דאס וואס דארט איז פארגעקימען איז נישט ענליך צו וואס עס איז פארגעקימען און סאטמער

גערעכט » 23/5/2011 20:01

אוו אופ

עס וואלט מיר געווען אינטערסאנט וועלכער בעל פלוגתא וואלט נישט געטאנצט אין די גאסן מיט אזא בריוו, אויף דעם אויפו קענסטו אוועק מאכן אלע דין תורות מימות יהושע בן נון, טו נאר א קוק קעגן וועמען דו טרויעסט זיך צו שרייבן, קעגען הגאון הגדול ר' ישראל יעקב פישר זי"ע, הגאון הגדול ר' בנימין רבינוביץ זי"ע, הגאון הגדול ר' אברהם דוד הורביץ זי"ע - ולהבחל"ח, הגאון הגדול ר' משה שטערנבוך שליט"א.

יא מיסטער, עס איז געוועהן א שמוציגע קאמפיין קעגן תולדות אהרן, בערך אזוי וויא קעגן רבינו שליט"א, בערך אזווי אתרא קדישא פירט יעצט אהן דא און דארט, תולדות אהרן האט געהאט איין איינציגן 'חטא' - יא איין היינציגן חטא, זיי האבן נישט געוואלט ר' ש"י אלס רבי, א שרעקליכע זינד, דו תו"א חסידים האבן נישט געוואלט מסכים זיין מיט א חלק פון ברוקלינער אידן - צו נעמען ר' ש"י אלס רבי, די אלע איבעריגע, איז די זעלבע סארט חטאים קעגן דבינו שליט"א.


have_hope » 23/5/2011 20:06


ווי וואלןסח האט שוין אויבן געשריבען, די רבנים זענענן באמת ת"ח גאונים וצדיקים וישרי לב, אבער די קאמפאני איז קארעפטירט, נאך א זאך,

עס איז נישט געווען קיין קאמפיין קעגן תו"א,
נאר עס עס איז אנגעפירט א  קאמפיין דורוך תו"א,

כאפסט די חילוק? דאס איז די מציאות,

גערעכט » 23/5/2011 20:19

זאג מיר אוו אופ

וויא אלט ביסטו געוועהן דעמלטס? עס וואלט געפאסט אז דו האסט אנגעפולטע ביכער מיט די היסטארי פון דעם טיילונג פון תו"א.

תו"א רבי זי"ע האט איבער געלאזט א צוואה, דער בית דין פון די העדה החרדית, האט חוקר ודורש געוועהן די צוואה, דער בי"ד האט מאשר געוועהן די צוואה, און רוב מנין ורבו בנין פון תו"א חסידים האבן מקבל מרות געוועהן פון דעם צוויטן זוהן ר' דוד שליט"א - פון דא און ווייטער מעגסטו אליין פארשטיין - אז דער צד השני האט נישט געוואלט בלייבן אין זייט און שווייגן, און וואס קלאפט נאך בעסער - וויא דער "נרדף שפיל"

פאפיטעס » 29/5/2011 21:46

א שנעלע סך הכל וואס קומט מיר ארויף אפען זיכרון, איבער וואס תולדות אהרן האט אלס געטאן קעגן סאטמאר.

1) זיי לייגן נישט קין מודעות אין דער בלאט, נאר אדרבה ווען איינמאל האט א נדבן אריין געלייגט א מודעה פון תולדות אהרן אין דער בלאט, האבן זיי געלייגט אין דער איד אן הכחשה אז ח"ו זיי זענען נישט עובר אפען איסור חמור פון מרן בעל ברך משה...

2) אבער... אפאר וואכן שפעטער, ווען זיי האבן געמאכט זייער אבן הפנה פאר זייער נייע בילדונג האבן זיי געמאכט א דשורנאל ווי זיי האבן אריין געלייגט מזל טוב פון בני יואל, חרדים וכו', דעמאלס איז נישט גילטיג געווען די איסור פון בעל ברך משה...

3) תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז ר' ישראל חיים מנשה זאל ווערן גאב"ד אין ירושלים.

4) תולדות אהרן האט דעמאלס אראפ געשלעפט דעם אלטן ר' נפתלי ראזענפעלד, וואס האט שוין נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט ער געפינט זיך, צו קענען שטימען פאר ר' ישראל חיים מנשה התמנות.

5) תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז מען זאל ארויס ווארפען ר' נחמן יאקאב פון די עדה.

6) תולדות אהרן האט געשטעלט דעם אכזר עקשטיין, ארויס צו פארן אויף אמעריקא גיין נאך געלט פאר די עדה החרדית מקפח זיין די פרנסה פון ר' נחמן יאקאב, - די סוף זיינע איז געווען ביטער ווען ער האט געכאפט א סטראוק.

7) תולדות אהרן רבי האט געפירט א שבת אין קרית יואל פאר אלע שונאים ומושחתים, טראץ וואס מען האט אים געבעטען אז ער זאל נישט קומען.

8) תולדות אהרן רבי איז דער זנב פון יחזקאל בראך, און טוט אלע וואס ער הייסט אים.

9) תולדות אהרן רבי איז געוקמען באזיכען רבינו שליט"א נאכן באזיכען דעם מישמאשער, און געקומען 2 שעה שפעטער ווי אפגעשמיסט.

10) תולדות אהרן רבי קומט יעדעס יאר אויף ווילי, אין דאווענט אינעם גע'גנב'טען ראדני ביהמ"ד.

11) ווען רבינו שליט"א איז געווען אין ארץ ישראל האט ער געשיקט בנו הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאסמבורג שליט"א צו טיילן געלט פאר אלע מוסדות על טהרת הקודש, האט תולדות אהרן געזאגט אז זיי נעמען נישט פון די געלט, און אוודאי קען ער נישט קומען באזיכען, ווייל יחזקאל בראך און מעכיל שלעזינגער לאזן נישט.

12) פאר 8-9 יאר צוריק ווען אין ר' דוד עקשטיין איז געגאנגען זאגן א גוט שבת פאר תולדות אהרן רבי ווען ער איז געווען אין ראדני, און מען האט אים צושלאגען פאר זיין נאז, איז ער געשטאנען אין געשמייכעלט, טראץ וואס ר' דוד עקשטיין פלעגט זיין פון זיינע גרויסע שטיצערס.

13) תולדות אהרן פלעגט זיצן און מאכן פאשקאווילען מיט יצחק ווייס און נחום אטיק ווי אזוי צו פיקסען סאטמאר.

אזוי איז דא נאך אין נאך שאי אפשר לפורטם.

איך האב ארויס געברענט די נקודות נישט אז סאטמאר צוקארצט זיך פון תולדות אהרן, עס איז נישט דא איין אהרוני וואס שלאפט נישט ביינאכט ווייל תולדות אהרן איז מוחרם אין סאטמאר, סאטמאר האט גארנישט וואס צו דערלייגען פון מחרים זיין תולדות אהרן, עס איז פארקערט, תולדות אהרן דארף פון סאטמאר געלט געלט געלט, טא איז מען פטור פון אפאר 100 ירושלימער שנארערס.

נאר וואס איז געשעהן די לעצטע יאר, תולדות אהרן זענען געשלאפען אין איין בעט מיט די עקעלדיגע מצורעים שונאי סאטמאר, די זאליס, יצחק ווייס נחום אטיק, סיקרוקין, ווי זאגט די וועלט אז מען שלאפט מיטן קעציל אין בעט סוף כל סוף וועט ער דיך צו גראטשנען.

און דאס האט פאסירט, די שלעכטע מענטשן, ווען זיי האבן אפגעמאכט אז תולדות אהרן פאלגט זיי נישט 100 פארצענט האבן זיי זיך גענומען צו די ביינער פון תולדות אהרן, די זעלבע קאמפיאטערס וואס האבן געמאכט די פאשקאווילען קעגן סאטמאר, האבן אנגעהויבען צו קאנאקען פאשקאווילען קעגן תולדות אהרן, און זיי ניצן אלע כוחות צו באשמיצען תולדות אהרן.

אזוי ווייט כאפט אייך גוט אן...!

תולדות אהרן האט אריין געלייגט באהאלטענע ווידיאו אפאראטען אינעם אפיס פון יצחק ווייס, אטיק, טייטלבוים, פאר איבער א יאר צייט, - אנשטאט וואס די אהרונים וואלטן עס געדארפט טאן - און זיי האבן געכאפט די חברה ביי די ארגסטע רח"ל, תולדות אהרן האט מיט די סחורה אין די האנט געסטראשעט די זאליס אז יצחק ווייס מיז פליען, אז נישט געבן זיי ארויס די הייסע סחורה וואס זיי האבן אויף אים, ובפרט די איבער 50 טעלעפאן קאלס ווי ער רעדט מיט זיין חבר ר' חיים הערש טייטלבוים, עס האט נישט גענומען 2 טאג, און יצחק ווויס איז געפלויגען ווי א הינט פון דער איד...!

איצט קומט תולדות אהרן צו לויפען צו סאטמאר אז מען זאל זיי העלפען, סאטמאר זאגט ברוך שפטרני מיר האבן נישט געוויינט נאך אייך ווען איר האט געטרעטן אויף אונז, איז איצט וועלן מיר שטיין אין אין די זייט און הנאה האבן ווי עס רייסט זיך ביי די קעפ מיט די זאליס אטיק וכת דילי'.

FiveBoro » 29/5/2011 21:58

איך גראטוליר 'פאפיטעס' פארן אראפלייגן די פארלאפענע פאקטן זייער אמת'דיג און ריכטיג.

בנוגע צו תולדות אהרן ברויך בלייבן מוחרם לעולם ועד, דאס וועט מען דן זיין ווען אלע פון זיי וועלן אמת'דיג זוכן א וועג ארויס פון די זאלונישע שמוץ, איך מיין אז מען האלט נאכנישט דארט.

קנאקעדיק » 29/5/2011 23:05

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
WOW WOW WOW!!!

יעצט האב איך שוין צוויי מוחזק שקרנים וואס זאגן די זעלבע זאך, איטס געטינג בעטער ביי די מיניט, פריער האב איך נאך געהאט א ספק צו סאיז אמת

תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 17/05/2011 21:19:17



 
אינעם חומת הדת די וואך ווערט שטארק אראפגעלייגט די הייליגע פעולות פון פרויליך און עמטליך באטיטעלט אלס שליח אתרא קדישא, אפשר זענען זיי די דריטע מוחזק שקרנים אינעם בילד???

_________________

לאעליכם » 30/5/2011 01:47

אינעם גליון "עשה אותה נקי'" (גליון ד') יו"ל ע"י תולדות אברהם יצחק, זענען זיי מגנה פעולות וואס זענען געטוהן געווארן ביום ל"ג בעומר מבזה צו זיין כ"ק אדמו"ר מתוא"י שליט"א, און זיי שרייבן אז ס'איז דא (...) וואס פרובירן צו שטערן און מבטל צו זיין דעם נייעם מהודר'דיגן און העכסט אויסגעהאלטענסטן וועג וואס איז געבויעט געווארן אין אתרא קדישא מירון כיפין ע"ג כיפין. שלא כדרכם גייען זיי אביסל אריין אין מגנה זיין זייערע מתנגדים, און זיי ברענגען אראפ מדב"ק פונעם תוא"י רבי'ן שליט"א נאכן פירוד לאחר פטירת אביו הגה"ק זצ"ל.

גערעכט » 30/5/2011 10:57

פאפיטעס שרייבט

שנעלע סך הכל וואס קומט מיר ארויף אפען זיכרון, איבער וואס תולדות אהרן האט אלס געטאן קעגן סאטמאר.

1)
זיי לייגן נישט קין מודעות אין דער בלאט, נאר אדרבה ווען איינמאל האט א נדבן אריין געלייגט א מודעה פון תולדות אהרן אין דער בלאט, האבן זיי געלייגט אין דער איד אן הכחשה אז ח"ו זיי זענען נישט עובר אפען איסור חמור פון מרן בעל ברך משה...

1.א) דער צד השני של המטבע: עס איז קיין שום עוולה, ביי א מחלוקת – און נישט קיין נפקא מינה וואסארא מחלוקת, זיך צי האלטן פאסיוו, תולדות אהן מיטן נישט אריין לייגן עד'ס אינעם בלאט, האט זיך געפירט "בשב ואל תעשה עדיף" – עס בפירוש נישט פון די אויפגאבעס פון תו"א צו גיין נאכקוקן די חתימה פונעם ברך משה זי"ע, וואלט דער בלאט גהעאט אביסל שכל – און נישט זיך געיאגט, וואלטן געהאט אביסל געדולד, נישט גלייך נאכן ערשטן – צווייטן וואך געפנט א פראנט קעגן תו"א, מיט די צייט וואלט זיך תו"א נישט געקענט מתעלם זיין פונעם בלאט – נישט געקענט מתעלם זיין פון אזא גרויסן ערליכן ציבור, נישט געקענט זיך שטעלן איינזייטיג.

נאר "פחז כמים" – וויא נאר דער בלאט איז ערשינען, האט תו"א געדארפט תיכף ומיד, אנהויבן צו אדווערטייזן, נישט זיי לאזן בכלל זיך איבער טראכטן, א מינוט – עס זענען דא נאך פראבלעמען דא, לאז א אטעם כאפן – וויא לויפט איר – פאוואליע, ניין – וועט אירש וין יעצט אריין געבן עד'ס איז אוקיי, אז נישט ביזטו מיין שונא – אין מיר וועלן עפענען שוין א מלחמה קעגן ענק – וכך הווה

חברים טייערע, פון יעדן אספעקט וואס מיר וועלן דאס קוקן, וועלן מיר שטענדיג ווערן או געקלאפט פירסט "תו"א לייגט נישט קיין עד'ס אין בלאט" – מיט דעם הייבט זיך דאס אהן, און מיט דעם וועט זיך דאס ענדיגן, ווען תו"א וועט בעז"ה אריין לייגן עד'ס אינעם בלאט, וועלן זיי ווערן אונזערע בעסטע פריינד.

בכל אופן האבן מיר אהרוינים מיט די אייגענע הענט האפ געסטעמפלט תו"א אלס אונזערע שונאים, אין יעדן געלגנהייט האט דער בלאט געזוכט וויאזוי צו מאכן חויזיק פון תו"א, געזוכט שטענדיג פון אונטער דער ערד, חסרונות – און מער וויא איינמאהל געשריבן גרויליגע שקרים, ו "שמחת בית התועבה" יוכיח.


2)
אבער... אפאר וואכן שפעטער, ווען זיי האבן געמאכט זייער אבן הפנה פאר זייער נייע בילדונג האבן זיי געמאכט א דשורנאל ווי זיי האבן אריין געלייגט מזל טוב פון בני יואל, חרדים וכו', דעמאלס איז נישט גילטיג געווען די איסור פון בעל ברך משה...

 

2.א) ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן.

(בכל אויפ וואלט איך געוואלט זעהן א קאפי פון דעם, איך געדענק נישט נישט אזא מודעה, אין די קומענדיגע פארגארפן דיינע, זענען דא פיל מיט שקרים, אזוי – אז איך וואלט געמעגט טראכטן אז אויך דער פארגראף פון די בני יואל איז שקר, ביב דו וועסט ברענגען א קאפי)


3)
תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז ר' ישראל חיים מנשה זאל ווערן גאב"ד אין ירושלים.

3.א) דער תו"א רבי, איז געוועהן דער הערשטער וואס האט מציע געוועהן צי ברענגען הגאון הגדול ר' יצחק טוביה ווייס שליט"א, צי די העדה החרדית, ווען דאס האט זיך לכתחילה נישט אויס געארבעט, איז דער נאמען פון ר' יחמ"פ, ארויף אויפן טיש – יא און תו"א האט געפאשט און איז געוועהן דערפאר, איז וואס? ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן.

4)
תולדות אהרן האט דעמאלס אראפ געשלעפט דעם אלטן ר' נפתלי ראזענפעלד, וואס האט שוין נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט ער געפינט זיך, צו קענען שטימען פאר ר' ישראל חיים מנשה התמנות.

4.א) איז וואס? ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן.


5)
תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז מען זאל ארויס ווארפען ר' נחמן יאקאב פון די עדה.


5.א) שקר וכזב, לא דובים ולא יער – ואפילו משל לא היה, עס איז פשוט נישטא אזא מציאות, ארויס ווארפן א חבר הנהלה, על לא עוול בכפו, עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס מען זאל אים ארויס ווארפן


6)
תולדות אהרן האט געשטעלט דעם אכזר עקשטיין, ארויס צו פארן אויף אמעריקא גיין נאך געלט פאר די עדה החרדית מקפח זיין די פרנסה פון ר' נחמן יאקאב, - די סוף זיינע איז געווען ביטער ווען ער האט געכאפט א סטראוק.

6.א) שקר וכזב, לא דובים ולא יער – ואפילו משל לא היה, ר' נחמן יאקאב שליט"א, אלס איינער וואס גייט מיט אונז, האט וויא פארשטענדליך נישט געקענט מער גיין נאך געלט ביי די זאליס, האט די העדה החרדית געשיקט עקשטיין, וואס האט דאס מיט תו"א? זעראו – אבי געזוכט צו שיסן.

7) תולדות אהרן רבי האט געפירט א שבת אין קרית יואל פאר אלע שונאים ומושחתים, טראץ וואס מען האט אים געבעטען אז ער זאל נישט קומען.

7.א) תו"א האט געפירט א שבת אין קרית יואל, מען האט געבעטן רשות פון די קהילה – און פון רבינו שליט"א, און תשובה איז נישט געקומען, נישט אויף יא – און נישט אויף ניין, מען האט זיי ארום געשלעפט א גאנצע וואך מיט תשובה, ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן


8)
תולדות אהרן רבי איז דער זנב פון יחזקאל בראך, און טוט אלע וואס ער הייסט אים.

8.א) יחזקאל בראך איז היינט צו טאג שטיצער נומבער 1 פאר תו"א, יחזקאל בראך האט פארן נייעם בנין פון תו"א אין ירושלים, שוין אוועק געלייגט איבער 3.5 מיליאן דולר, רוף דאס 'ראש'  אפילו זנב, מיר זענען נישט בעסער פון תו"א, לאמיר זעהן וויא מיר וועלן זיך פירן מיט אזא ספונסער.

9)
תולדות אהרן רבי איז געוקמען באזיכען רבינו שליט"א נאכן באזיכען דעם מישמאשער, און געקומען 2 שעה שפעטער ווי אפגעשמיסט.

9.א) שקר וכזב, דער בלאף ווערט אלס איבער געחזר'ט, אויך און דעם אשכול ווערט דאס דערמאנט, איך האב זיך נישט געפוילט, און מברר געוועהן, וואס עס איז פארגעגאנגען יענעם פרייטאג, באלד וויא דער תו"א רבי איז געקומען קיין קרית יואל דאנערשטיג נאכט, האט האט מען אנגערופען בבית רבינו שליט"א, ווען דער תו"א קען אריבער קומען צו רבינו, וויא עס פאסט צו באזוכן צום הערשט דעם מרא דאתרא, פון רבינו שטוב האט מען אלס געזאגט אז מען קען נישט יעצט, מעיבי שפעטער, אזוי האט מען זיי אלס געשלעפט.

די מטרה פונעם שלעפן איז געוועהן אז מען זאל נישט דארפן ענפערן תשובה וועגן דעם שבת, וואס תו"א האט געוואלט צו פירן אין ק"י.

אזוי איז געוועהן א 'פינג פאנג' א גאנץ פרייטאג, באלד נאכן דאוונען פרייטאג אינדערפרי, האט מען געקאהלט לבית רבינו, ווען דער תו"א רבי קען אריבער קומען, און אלס איז געוועהן די זעלבע תשובה, נאכנישט – נאכנישט, ביז ממש פארן זמן, האט מען שוין נישט געקענט זיך מער ארום שפילן, האט מען סוף סוף מאשר געוועהן אז מען קען אריבער קומען, ווען דער תו"א רבי איז געקומען, איז ער אויך נישט גלייך אריין געלאזט געווארן, ווייל עז איז 'פונקט' געוועהן דעמלטס ביי רבינו שליט"א עפעס א יונגערמאן מיט זין בר מצווה בחור, נאך 10 מינוט ווארטן, איז דער תו"א רבי אריין געלאזט געוורן צו רבינו שליט"א, מאכן מיר זיך נישט קיין שונאים מיט די אייגענע הענט?

10)
תולדות אהרן רבי קומט יעדעס יאר אויף ווילי, אין דאווענט אינעם גע'גנב'טען ראדני ביהמ"ד.

10.א) דער תו"א רבי שליט"א, וויא זיין פאטער בעל דברי אמונה זי"ע, דאווענט אלע יארן אין ראדני ביהמ"ד, עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס ער זאל נישט גיין דארט מער, ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן

11)
ווען רבינו שליט"א איז געווען אין ארץ ישראל האט ער געשיקט בנו הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאסמבורג שליט"א צו טיילן געלט פאר אלע מוסדות על טהרת הקודש, האט תולדות אהרן געזאגט אז זיי נעמען נישט פון די געלט, און אוודאי קען ער נישט קומען באזיכען, ווייל יחזקאל בראך און מעכיל שלעזינגער לאזן נישט.

11.א) זאג מיר נאר וואסאר פנים האט דאס צו גיין בעטן געלט, אויף דעם סארט אויפן, איך פארשטיי אז די וואלסט געוואלט שרייען 'א באנדע חזירים תו"א – ווען עס קומט צו געלט זענען זיי שוין דא' – אוקעי, זיי האבן דיר נישט געוואלט מהנה זיין מיט דעם – טו וואט?

12) 
פאר 8-9 יאר צוריק ווען אין ר' דוד עקשטיין איז געגאנגען זאגן א גוט שבת פאר תולדות אהרן רבי ווען ער איז געווען אין ראדני, און מען האט אים צושלאגען פאר זיין נאז, איז ער געשטאנען אין געשמייכעלט, טראץ וואס ר' דוד עקשטיין פלעגט זיין פון זיינע גרויסע שטיצערס.

12.א) טיפשות – רשעות – שקר וכזב, קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס האט ער געדארפט צו לאכן? ביזטו אינגאנצן פון קאפ געפאלן, מיינסטו אז איינער וועט דיר גלייבן דיינע טיפשות'דיגע בלאף? נישט מער און נישט ווייניגער, וויא ר' דוד – האט זיך ממש געפריידט, ווען מען האט צו מקל'ט דוד עקשטיין די ביינער?

יעצט פאר איאהר צוריק בערך, איז  ר' דוד עקשטיין געועהן אין ירושלים עיה"ק, פרייטאג צו נאכט איז ער געועהן אין תו"א, מען האט אים שיין אויף גענומען, עס שטימט ממש מיט דיין שיינע געבאקענע מעשה.


13)
תולדות אהרן פלעגט זיצן און מאכן פאשקאווילען מיט יצחק ווייס און נחום אטיק ווי אזוי צו פיקסען סאטמאר.

13.א) נישט אמאהל ווערד א תגובה, יצחק ווייס? ווער איז דאס בכלל, עפעס א גרויליגער ראצער, איך וואלט געוואלט מיינען, אז דער תו"א רבי פלעגט זיצן ביי יוסף90, און געשריבן מיט אים פאשקעווילן – אוח אוח..


אזוי איז דא נאך אין נאך שאי אפשר לפורטם.

איך האב ארויס געברענט די נקודות נישט אז סאטמאר צוקארצט זיך פון תולדות אהרן, עס איז נישט דא איין אהרוני וואס שלאפט נישט ביינאכט ווייל תולדות אהרן איז מוחרם אין סאטמאר, סאטמאר האט גארנישט וואס צו דערלייגען פון מחרים זיין תולדות אהרן, עס איז פארקערט, תולדות אהרן דארף פון סאטמאר געלט געלט געלט, טא איז מען פטור פון אפאר 100 ירושלימער שנארערס.

סאטמאר דארף נישט תו"א? – פיין, משכנות הרועים דארפן זיי? אפשר קרעטשניף? מאך זיך נישט צו נער, תו"א איז היינט צו טאג די גרעסטע היימישע קהילה אין ארץ ישראל, מיר וואלט זיך זייער געפריידט ווען זיי וואלטן געוועהן מיט אונז.

קוק נאר וויא דו ביזט זיך סותר, ווען רבינו שליט"א איז געוועהן און ארץ ישראל, שרייבסטו אז "אב"ד קהילותינו וויליאמסבורג, האט געטיילט געלט, קענסטו מיר אפשר זאגן וואס עפעס פלוצלונג האט מען געטיילט געלט? ודוק'

תו"א דארף טאקע צו האבן געלט, זיי דארפן אסאך געלט, ווער דארף נישט? מיר דארפן נישט קיין געלט, זענען מיר שוין מסודר מיט אונזערע אלע מוסדות און בתי מדרשים אין וויליאמסבורג? – יא אלע דארפן געלט – אויך תו"א – און אויך סאטמאר, נעם נאר אין באטראכט, אז תו"א גייט שוין אן באלד 15 יאהר – אן אונז – אן סאטמאר, זיי געבן זיך אן עצה, זיי האבן אוועק גשטעלט א פראכטדיגן בנין – פון קרוב צו 20 מיליאן דאלאר, אן סאטמאר.


.................

FiveBoro » 30/5/2011 19:42

במחילת כבודו פון הרב גערעכט:

איר האט דא אראפגעלייגט א יסוד, וואס אויף דעם יסוד באציהט זיך אלע איבריגע סעיפים.

וואס איז דער געוואלדיגער יסוד?

(מיין בענקל וואקלט זיך איבערשרייבנדיג דעם הסבר:) אז דאס וואס תו"א האט אריינגעלייגט עדס בלויז אינעם שמוציגן איד און נישט אין בלאט, איז פשוט כדי צו שטיין ווייט פון מחלוקות. זיי האבן פשוט געשפורט אז אויב ווילן זיי זיך נישט מישן, איז דער בעסטער וועג אז זיי נעמען אן פאר א פאקט די ליצנות פונעם איסור אויפן בלאט, און אין די זעלבע צייט וועלן זיי ווייטער יא לייגן עדס אינעם שמוציגן איד.

אטע דאס האבן זיי געטוהן זוכנדיג נוטראליזים.

א שיינע דערהער, אבער מיר זענען אביסל קלוגער פון דעם! וכיון שנסתר היסוד נפל הבנין.

זאת ועוד, איר שרייבט אז דער בלאט האט אנגעהויבן א "געאיילטע מערכה" מיט תו"א. אין פאקט האט דער בלאט געהאט אזא פאליסי אלעמאל, אז יעדער מוסד וואס לייגט נישט קיין עדס ווערט נישט געדעקט. כ"ש א מוסד וועלכע לייגט עדס נאר אינעם שמוציגן פאשקעוויל.

אויסער וואס דאס איז שכל'דיג אויסגעהאלטן, איז דאס א אנגענומענער ביזנעס חשבון.

גערעכט » 30/5/2011 20:07

פייו

דארפסט נישט לערנען בעמקות וואס איך שרייב, לייג נישט קיין הנחות, און מאך נישט קיין עקירות.

תו"א האט זיך אין זיינער צייט, ווען דער בלאט האט זיך געעפנט, געפונען אין א קלעם, זיי זענען געוועהן בין הפטיש לסדן, פון איין זייט קענען זיי זיך נישט מתעלם זיין פון אזא גרויסן ערליכן היימישן ציבור וויא סאטמאר, א ציבור יראים ושלמים, וואס האבן נישט געוואלט נאכטאנצן דעם משתלט על הציבור, און האבן געעפנט א צייטונג פאר זיך, תו"א איז אין זיינער צייט געוען וויא געזאגט און מוירעדיגן פרעשור, וויא קענען זיי - נישט אריין צו לייגן עד'ס אינעם בלאט.

מאידך גיסא, זענען וויא באוואוסט – און אויבן דערמאנט, אונזערע גרעסטע שונאים, תו"א גרעסטע שטיצער, און האבן בשום אופן נישט געוואלט צו לאזן אז תו"א זאלן וויא ערווארטעט, אריין געבן עד'ס אינעם בלאט.

אזא זאך דארף נעמען צייט, וואלטן אונזערע פאליטיקאנטן, אביסל שכל געהאט, און געלאזט דאס צייט מאכן זיינס – 'מה שיעשה הזמן לא יעשה השכל', מיט דער צייט וואלט תו"א נישט געקענט – אן קיין ערנסטע סיבה, אונז צו באקייאטירן.

אונזערע פירערס, האבן זיך געייאגט, בצדק – או שלא בצדק, צופיל חכמה איז זיכער נישט געוועהן דא, און אויס גערופן א מלחמת חרמה קעגן תו"א, פון דא און ווייטער איז שוין אלעס האפן – בעסער געזאגט – אלעס פארמאכט.

FiveBoro » 30/5/2011 20:44

צוערשט, ביטע שפיל נישט מיט אונז. בלייב א שטאלצער תולדות אהרן'ער, ווייל אז דו וועסט שפילן חסדיות\פארטיי וועט זיך עס ענדיגן ווי מיט העוו האופ... מענטשן דולדן דאס נישט.

צווייטנס, תולדות אהרן איז נישט געווען אין קיין קלעם, וווייל היסטאריע קען מען נישט רוקן. תולדות אהרן האט נישט באהאלטן זייער איינזייטיגקייט און שנאה צו רבינו שליט"א, טאקע ללא שום סיבה, אפשר צוליב נגיעות פון די שטיצער, אבער כך הוה מעשה, און לייג נישט אן די שולד אויף די באשלוסן פונעם בלאט, ווייל 'קינדיש' איז שיין געענטפערט אויף דעם.

מה דהוה הוה, וואס עס איז געווען ווייסן מיר אלע קלאר, אויב ווילסטו עפעס טוישן, קענסטו טוישן דעם עתיד.

בכל הכבוד.

דעקלעראציע » 30/5/2011 20:52

פארוואס פירט דער יפו'ער אלקאהאלניק חיים הערשעלע  א מערכה מיטן תולדות אהרון רבי

FiveBoro » 30/5/2011 21:30

עמיצער האט נעכטן געשריבן דעם תירוץ (מיט א משל פון שלאפן מיט קעץ אין איין בעט).


תוקן על ידי FiveBoro ב- 30/05/2011 21:32:59

לאעליכם » 30/5/2011 22:39

דעקלעראציע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פארוואס פירט דער יפו'ער אלקאהאלניק חיים הערשעלע  א מערכה מיטן תולדות אהרון רבי


פארוואס דארף מען בארעדן א מענטש מיט זאכן וואס איז נישט געשטויגן? לפי ידיעתי איז ער נישט קיין אלקאהאלניק; און ער וואוינט אין ירושלים עיה"ק נישט אין יפו. ער איז גאנץ אן ערנסטער מענטש און זאגט שיינע ווארעמע דרשות

יקרבו » 30/5/2011 23:08

חיים הערש טייטלבוים איז א פארדארבענער מענטש א מושחת במידות
אין איך ווארט שוין דעם טאג ווען ער אין יעקב בער וועלן זיך פראסקען 

לויט ווי מען הערט פירט שוין יעקב בער מיט זיינע פעצעלך א שטארקע מערכה קעגן חיים הערש

צמח_דוד » 31/5/2011 16:59

דאס איז פשוט אז ער איז א האלקהאלניק, ווייל ווען ער ווערט שיכור, רעדט ער גאנץ איידעלע און ערליכע זאכן, פארקערט ווי זיין הייליגן פעטער, ואכמ"ל.

און ער איז א יפו'ער, ווייל ער איז נאך קיינמאל נישט געווען אין אמסטערדאם, און ווען ער געפינט זיך אין א רושיגן פלאץ גייט ער אן די גלעזער מיט די אויגן צוגענאגלט צו די ערד.

און אחרון חביב, ער איז א פארדארבענער, און מושחת במדות, ווייל ער האט נאכנישט מצער געווען און פארביטערט דאס לעבן פון אזויפיל מענטשן וויפיל זיין איידעלער און אויסגעלייטערטער פעטער.

דיןתורה » 31/5/2011 19:39

עס איז מיר סתם אזוי אינטערסאנט


איך זעה אז צד מהרז''ל וועט זיך ענדרעש אויפרעגן ווען מען רעדט אויף מהר''חה ווי אויף מהרז''ל זעלבסט, וואס איז פשט דערפון?

לאעליכם » 31/5/2011 23:03

יקרבו כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
חיים הערש טייטלבוים איז א פארדארבענער מענטש א מושחת במידות

 
לפי ידעתי האט ער מיט פארדארבנקייט קיין שייכות, און דייקא איז ער גאר אן איידעלער מיט פיינע מידות.

איך האלט נאך ביי מיין פריערדיגע קשיא פארוואס ער איז א "יפו'ער שיכור'ער אלקאהאלניק" לפי ידעתי טרונקט ער נישט קיין סאך (נישט מער ווי א נארמאלער דורכשניטליכער מענטש), ער איז לגמרי נישט קיין שיכור, און ער וואוינט אין ירושלים עיה"ק וואו ער איז משמש ברבנות אין קהלת סאטמאר (מהרז"ל) נישט אין יפו (מעגליך איז ער געווען דארט ביי די מערכה אקעגן חילולי קברים אבער ער וואוינט נישט דארט).

ווען מען שרייבט עפעס אויף א מענטש, דארף עס האבן א שייכות מיטן אמת און מציאות, נישט סתם אבי אין די לופט. דא איז נישט קיין קינדער גארטן.

דיןתורה » 31/5/2011 23:59

יפוער איז לענ''ד די זעלבע טיטול ווי אמסטערדאם


ער איז מן הסתם געווען דארט אמאל, אין צד מהר''א האט זיך ארויפגעכאפט דערויף מיט ווער ווייסט וואס, פינקט ווי די מעשה מיט אמסטערדאם


די נ''מ איז נאר אז ווען צד מהז''ל שרייט אמסטערדאם לאכט צד מהר''א אבער ווען צד מהרז''ל שרייט יפו רעגט זיי עס אויף, אין דאס פארשטיי איך נישט,

צמח_דוד » 1/6/2011 01:06

דיןתורה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די נ''מ איז נאר אז ווען צד מהז''ל שרייט אמסטערדאם לאכט צד מהר''א


ווענדט זיך ווער ס'לאכט. לכאורה לאכן נאר די וואס ווייסן די גאנצע מעשה בפרטי פרטים.

בלומבערג » 1/6/2011 01:39

דער יפו'ער האט א מושחת במידות אין מאמען א מושחת במידות
אבערהאט  אנגעשייגצט בן ציון דאווידאוויטש אין פורים אז ער דרייט זיך ביי די סטרא אחרא

דעס הייסט א מושחת במידות אין אויסער דעם רייסט מען זיך ארום דארטן מיט אין די קיהלה

אין אז די זאלי'ס קענען זאלן זיי אריין ברענגען פארוואס דער בן התמיני יעקב בער לאזט אים נישט האלטן קיין דרשות אין ווילימסבורג

א משפחה וואס איז באשייט פין רשעות אין געמיינקייט פין שפיץ קאפ ביזן שפיץ פוס

פאפיטעס » 1/6/2011 02:17

גערעכט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

שנעלע סך הכל וואס קומט מיר ארויף אפען זיכרון, איבער וואס תולדות אהרן האט אלס געטאן קעגן סאטמאר.

1)
זיי לייגן נישט קין מודעות אין דער בלאט, נאר אדרבה ווען איינמאל האט א נדבן אריין געלייגט א מודעה פון תולדות אהרן אין דער בלאט, האבן זיי געלייגט אין דער איד אן הכחשה אז ח"ו זיי זענען נישט עובר אפען איסור חמור פון מרן בעל ברך משה...

1.א) דער צד השני של המטבע: עס איז קיין שום עוולה, ביי א מחלוקת – און נישט קיין נפקא מינה וואסארא מחלוקת, זיך צי האלטן פאסיוו, תולדות אהן מיטן נישט אריין לייגן עד'ס אינעם בלאט, האט זיך געפירט "בשב ואל תעשה עדיף" – עס בפירוש נישט פון די אויפגאבעס פון תו"א צו גיין נאכקוקן די חתימה פונעם ברך משה זי"ע, וואלט דער בלאט גהעאט אביסל שכל – און נישט זיך געיאגט, וואלטן געהאט אביסל געדולד, נישט גלייך נאכן ערשטן – צווייטן וואך געפנט א פראנט קעגן תו"א, מיט די צייט וואלט זיך תו"א נישט געקענט מתעלם זיין פונעם בלאט – נישט געקענט מתעלם זיין פון אזא גרויסן ערליכן ציבור, נישט געקענט זיך שטעלן איינזייטיג.

נאר "פחז כמים" – וויא נאר דער בלאט איז ערשינען, האט תו"א געדארפט תיכף ומיד, אנהויבן צו אדווערטייזן, נישט זיי לאזן בכלל זיך איבער טראכטן, א מינוט – עס זענען דא נאך פראבלעמען דא, לאז א אטעם כאפן – וויא לויפט איר – פאוואליע, ניין – וועט אירש וין יעצט אריין געבן עד'ס איז אוקיי, אז נישט ביזטו מיין שונא – אין מיר וועלן עפענען שוין א מלחמה קעגן ענק – וכך הווה

חברים טייערע, פון יעדן אספעקט וואס מיר וועלן דאס קוקן, וועלן מיר שטענדיג ווערן או געקלאפט פירסט "תו"א לייגט נישט קיין עד'ס אין בלאט" – מיט דעם הייבט זיך דאס אהן, און מיט דעם וועט זיך דאס ענדיגן, ווען תו"א וועט בעז"ה אריין לייגן עד'ס אינעם בלאט, וועלן זיי ווערן אונזערע בעסטע פריינד.

בכל אופן האבן מיר אהרוינים מיט די אייגענע הענט האפ געסטעמפלט תו"א אלס אונזערע שונאים, אין יעדן געלגנהייט האט דער בלאט געזוכט וויאזוי צו מאכן חויזיק פון תו"א, געזוכט שטענדיג פון אונטער דער ערד, חסרונות – און מער וויא איינמאהל געשריבן גרויליגע שקרים, ו "שמחת בית התועבה" יוכיח.

פארדריי נישט די יארן, און פארדריי נישט די פאקטן

א. תולדות אהרן האט פונקטליך געוואוסט ווי אמת די איסור אויף דער בלאט איז, שומרי החומות וכו' און אזוי אויך אלע מוסדות, האט יעדער געוואוסט אז דער איסור איז 0, עס איז סתם ליצנות, נאר תולדות אהרן האט זיך אנגעטאן א בת היענה קאפ, זיך אריין געשטעקט די קאפ אין דער ערד, נישט געלייגט עדס אין דער בלאט, און נאר אין דער איד, ווייל זיי האבן געמיינט אז דער עולם וועט נישט באמערקען זייער בית היענה קאפ אין דער ערד, און דער ניגון אז עס איז דא אן איסור און מען קען חס ושלום נישט עובר זיין אפען איסור וועט ארבעטן.

אלע מוסדות נאכן בן פראדל איסור האבן אדער געלייגט ווייטער אין ביידע, אדער נישט אין דער איד און נישט אין דער בלאט, די איינציגסטע צוויי מוסדות וואס האבן נישט געלייגט אין דער בלאט און נאר אין דער איד, און נאך געלייגט אין דער איד א מודעה אז זיי לייגן נישט קיין עדס אין דער בלאט ווייל עס איז אסור דורך מרן בעל ברך משה, איז געווען תולדות אהרן, און סקולען, - בעסער געזאגט, תולדות אהרן געווען די איינציגסטע מוסד, ווייל סקולען איז נאר א ביזנעס און בכלל נישט קיין מוסד.

ב. דער בלאט האט גארנישט געשריבען קעגן תולדות אהרן, ביז 2 יאר נאך דעם וואס תולדות אהרן האט געלייגט זייער מיאוסע מודעה אין דער איד קעגן דער בלאט, דער בלאט האט געווארט ביז עס איז געקומען דער טאג ווען מען האט באצאלט פאר תולדות אהרן.

ג. די פראבלעם איז נישט צו מען לייגט עדס אין דער בלאט צו נישט, די פראבלעם איז אז תולדות אהרן שפילט פאליטיק, מיט זייער מוסד שפילען זיי פאליטיק איין לייגן נאר אין דער איד, שפילן די אהרונים מיט, די שפיל האט 2 עקן, און קיינער האט זיך נישט געיאגט און די אלע שטותים וואס די שרייבסט, און דער בלאט האט געדארפט ווארטען... געיאגט האט זיך די איינציגסטע מוסד נאר תולדות אהרן ווייטער צו לייגן עדס נאר אין דער איד, און לייגן א הכחשה אין דער בלאט.

2) אבער... אפאר וואכן שפעטער, ווען זיי האבן געמאכט זייער אבן הפנה פאר זייער נייע בילדונג האבן זיי געמאכט א דשורנאל ווי זיי האבן אריין געלייגט מזל טוב פון בני יואל, חרדים וכו', דעמאלס איז נישט גילטיג געווען די איסור פון בעל ברך משה...

 

2.א) ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן.

(בכל אויפ וואלט איך געוואלט זעהן א קאפי פון דעם, איך געדענק נישט נישט אזא מודעה, אין די קומענדיגע פארגארפן דיינע, זענען דא פיל מיט שקרים, אזוי – אז איך וואלט געמעגט טראכטן אז אויך דער פארגראף פון די בני יואל איז שקר, ביב דו וועסט ברענגען א קאפי)

דעמאלס האט תולדות אהרן נאך נישט געדארפט זיין קיין שונאים, ווייל דער בלאט האט נאך בכלל נישט געהאט געטשעפעט, עס האט גארנישט מיט קיין געפילען, נאר טאמער זיי זענען אזוי מקפיד אפילו אויף א פאלטשע איסור פון מרן בעל ברך משה, טא אויף אן עכטע איסור אויף בני יואל וכו' פארוואס האבן זיי געטרעטן דעראויף בריש גלי.
,
3)
תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז ר' ישראל חיים מנשה זאל ווערן גאב"ד אין ירושלים.

3.א) דער תו"א רבי, איז געוועהן דער הערשטער וואס האט מציע געוועהן צי ברענגען הגאון הגדול ר' יצחק טוביה ווייס שליט"א, צי די העדה החרדית, ווען דאס האט זיך לכתחילה נישט אויס געארבעט, איז דער נאמען פון ר' יחמ"פ, ארויף אויפן טיש – יא און תו"א האט געפאשט און איז געוועהן דערפאר, איז וואס? ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן.

דער ערשטער צו מציע זיין צו ברענגען ר' ישראל חיים מנשה איז באגראבען למטה מעשרה טפחים אין קרקע, ער האט געהייסען אביגדור יאקאבאוויטש, און יעדער אפילו מיט א בילנד אויג האט פארשטאנען אז ר' ישראל חיים מנשה האט נישט פארוואס צו ווערן רב גאב"ד ירושלים, נאר ער וואלט חרוס ונחרב געמאכט די עדה, ווייל נאר אויף איין זאך האט ער געדארפט ווערן רב צו קענען שרייבן פאשקאווילען קעגן די אהרונים מיט די חתימה "גאב"ד ירושלים".

אדרבה לאמיר הערן האט מען אים געדארפט ברענגען קיין ירושלים, אלס תלמוד חכם? אלס חושן משפט קאנאן? אלס פוסק הדור? אלס טוער? מחבר ספרים? צו וואס....?

און תולדות אהרן איז גרייט געווען חרוב צו מאכן די עדה החרדית, אים צו ברענגען פאר סאטמאר פאליטיק.

4)
תולדות אהרן האט דעמאלס אראפ געשלעפט דעם אלטן ר' נפתלי ראזענפעלד, וואס האט שוין נישט געוואוסט אויף וועלכע וועלט ער געפינט זיך, צו קענען שטימען פאר ר' ישראל חיים מנשה התמנות.

4.א) איז וואס? ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן.
איך ערוואט נישט גארנישט נאר די דורכפאל איז געווען זיס, און ר' ישראל חיים מנשה זיצט נאך עד היום אויף ראס צווישען בעדפארד און ליע עוו. און די שטערן טיכל האט זיין רבנית צוריק געטראגען אין סטאר.

5)
תולדות אהרן האט געפייט מיט ציין אין נעגל אז מען זאל ארויס ווארפען ר' נחמן יאקאב פון די עדה.


5.א) שקר וכזב, לא דובים ולא יער – ואפילו משל לא היה, עס איז פשוט נישטא אזא מציאות, ארויס ווארפן א חבר הנהלה, על לא עוול בכפו, עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס מען זאל אים ארויס ווארפן

נישט נאר איינמאל האבן זיי פרובירט אויס צו ווארפען ר' נחמן יאקאב נאר כמה פעמים, ווי אויך האט תולדות אהרן אריינגעברענגט אין די הנהלת העדה אפרים שטערן צו העלפען די זאליס.

6)
תולדות אהרן האט געשטעלט דעם אכזר עקשטיין, ארויס צו פארן אויף אמעריקא גיין נאך געלט פאר די עדה החרדית מקפח זיין די פרנסה פון ר' נחמן יאקאב, - די סוף זיינע איז געווען ביטער ווען ער האט געכאפט א סטראוק.

6.א) שקר וכזב, לא דובים ולא יער – ואפילו משל לא היה, ר' נחמן יאקאב שליט"א, אלס איינער וואס גייט מיט אונז, האט וויא פארשטענדליך נישט געקענט מער גיין נאך געלט ביי די זאליס, האט די העדה החרדית געשיקט עקשטיין, וואס האט דאס מיט תו"א? זעראו – אבי געזוכט צו שיסן.

שקר וכזב לא דובים ולא יער, לייקען שוין אז ר' נחמן יאקאב לעבט בכלל..

דער אכזר עקשטיין איז א תולדות אהרן חסיד, אן ער איז אויך א חבר הנהלת העדה החרדית וואס פארטרעט תולדות אהרן, און ווען ר' נחמן יאקאב איז געגאנגען בעטן תולדות אהרן רבי אז ער זאל זעהען אז דער אכזר עקשטיין זאך אים נישט די פרנסה אוועק נעמעם, האט אים די תולדות אהרן רבי געאזגט אז ער קען נישט גלייבן אזא מעשה, עס איז זיכער סתם לשון הרע... אבער עקשטיין איז געפארן אויף אמעריקא.

7) תולדות אהרן רבי האט געפירט א שבת אין קרית יואל פאר אלע שונאים ומושחתים, טראץ וואס מען האט אים געבעטען אז ער זאל נישט קומען.

7.א) תו"א האט געפירט א שבת אין קרית יואל, מען האט געבעטן רשות פון די קהילה – און פון רבינו שליט"א, און תשובה איז נישט געקומען, נישט אויף יא – און נישט אויף ניין, מען האט זיי ארום געשלעפט א גאנצע וואך מיט תשובה, ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן

זאג נאר, וואס וואלט מען מיך געטאן אין תולדות אהרן ווען איך גיי בעטן דעם רבין אז איך וויל איין וואך פירן טיש אין תולדות אהרן ביהמ"ד?

און אינטערסאנט אז די תולדות אהרן רבי האט נישט געפרעגט די קשיא פונעם טאהשער רבי, אדער פונעם סקווערער רבי.

און ליתר שאת האט מען געזאגט קלאר פאר תולדות אהרן אז זיי זאלן נישט קומען, נאר זיי האבן געזאגט אז זיי מיזן באקומען א טעלעפאן אלס פון רבינו שליט"א אליין דאס צו הערן, האבן זיי באקומען די טעלעפאן קאל אין דער בלאט פון שמחה בית תועבה....


8)
תולדות אהרן רבי איז דער זנב פון יחזקאל בראך, און טוט אלע וואס ער הייסט אים.

8.א) יחזקאל בראך איז היינט צו טאג שטיצער נומבער 1 פאר תו"א, יחזקאל בראך האט פארן נייעם בנין פון תו"א אין ירושלים, שוין אוועק געלייגט איבער 3.5 מיליאן דולר, רוף דאס 'ראש'  אפילו זנב, מיר זענען נישט בעסער פון תו"א, לאמיר זעהן וויא מיר וועלן זיך פירן מיט אזא ספונסער.

יחזקאל בראך איז א שרעקליכע בעל מחלוקה וגס רוח, און טאמער צוליב די געלט פון יחזקאל בראך פירט תולדות אהרן מלחמה מיט סאטמאר, דעמאלס האלט איך אז תולדות אהרן נעמט געלט פון די מדינה אויך, אז טאמער זיי שטייען נישט בייי די נסיון פון געלט, איז די נסיון הגעלט פון די מדינה אסאך גרעסער און תולדות אהרן פאקט זיך אן די טאשן מיט געלטער פון די מדינה.

9)
תולדות אהרן רבי איז געוקמען באזיכען רבינו שליט"א נאכן באזיכען דעם מישמאשער, און געקומען 2 שעה שפעטער ווי אפגעשמיסט.

9.א) שקר וכזב, דער בלאף ווערט אלס איבער געחזר'ט, אויך און דעם אשכול ווערט דאס דערמאנט, איך האב זיך נישט געפוילט, און מברר געוועהן, וואס עס איז פארגעגאנגען יענעם פרייטאג, באלד וויא דער תו"א רבי איז געקומען קיין קרית יואל דאנערשטיג נאכט, האט האט מען אנגערופען בבית רבינו שליט"א, ווען דער תו"א קען אריבער קומען צו רבינו, וויא עס פאסט צו באזוכן צום הערשט דעם מרא דאתרא, פון רבינו שטוב האט מען אלס געזאגט אז מען קען נישט יעצט, מעיבי שפעטער, אזוי האט מען זיי אלס געשלעפט.

די מטרה פונעם שלעפן איז געוועהן אז מען זאל נישט דארפן ענפערן תשובה וועגן דעם שבת, וואס תו"א האט געוואלט צו פירן אין ק"י.

אזוי איז געוועהן א 'פינג פאנג' א גאנץ פרייטאג, באלד נאכן דאוונען פרייטאג אינדערפרי, האט מען געקאהלט לבית רבינו, ווען דער תו"א רבי קען אריבער קומען, און אלס איז געוועהן די זעלבע תשובה, נאכנישט – נאכנישט, ביז ממש פארן זמן, האט מען שוין נישט געקענט זיך מער ארום שפילן, האט מען סוף סוף מאשר געוועהן אז מען קען אריבער קומען, ווען דער תו"א רבי איז געקומען, איז ער אויך נישט גלייך אריין געלאזט געווארן, ווייל עז איז 'פונקט' געוועהן דעמלטס ביי רבינו שליט"א עפעס א יונגערמאן מיט זין בר מצווה בחור, נאך 10 מינוט ווארטן, איז דער תו"א רבי אריין געלאזט געוורן צו רבינו שליט"א, מאכן מיר זיך נישט קיין שונאים מיט די אייגענע הענט?

די אלע זאכן קען מען זיך טאנען א גאנצען טאג, אבער דאס ביסטו זיכער מודה אז ער איז געוקמען באזיכען רבינו שליט"א, נאכן באזיכען אלע בעל מחלוקת אין קרית יואל ובראשם דער מישמאשער.


10)
תולדות אהרן רבי קומט יעדעס יאר אויף ווילי, אין דאווענט אינעם גע'גנב'טען ראדני ביהמ"ד.

10.א) דער תו"א רבי שליט"א, וויא זיין פאטער בעל דברי אמונה זי"ע, דאווענט אלע יארן אין ראדני ביהמ"ד, עס איז נישטא קיין שום סיבה פארוואס ער זאל נישט גיין דארט מער, ערווארט נישט פון דיין 'שונא' וואס דו בויעסט מיט דיינע אייגענע הענט, זאל זיך ממש רעכענען מיט דיינע געפילן

תולדות אברהם יצחק רבי, משכנות הרועים, גאב"ד ירושלים וכו' פלעגען אלע אמאל דאווענען אין ראדני ווען זיי זענען געקומען קיין אמעריקא, גיי פרעג זיי אלע די סיבה פארוואס זיי דאווענען מער נישט דארט, תולדות אהרן ניצט דא ווייטער די בית היענה תירוץ.

11)
ווען רבינו שליט"א איז געווען אין ארץ ישראל האט ער געשיקט בנו הגה"צ אב"ד דקהלתינו וויליאסמבורג שליט"א צו טיילן געלט פאר אלע מוסדות על טהרת הקודש, האט תולדות אהרן געזאגט אז זיי נעמען נישט פון די געלט, און אוודאי קען ער נישט קומען באזיכען, ווייל יחזקאל בראך און מעכיל שלעזינגער לאזן נישט.

11.א) זאג מיר נאר וואסאר פנים האט דאס צו גיין בעטן געלט, אויף דעם סארט אויפן, איך פארשטיי אז די וואלסט געוואלט שרייען 'א באנדע חזירים תו"א – ווען עס קומט צו געלט זענען זיי שוין דא' – אוקעי, זיי האבן דיר נישט געוואלט מהנה זיין מיט דעם – טו וואט?

קיינער האט נישט געהייסען תולדות אהרן בעטן געלט, נאר מען זיי אנגעריפען אז מען וויל זיי געבן געלט, די עסקנים פון עזר להצלה האבן געריפען יעדע מוסד אז מען גייט זיי געבן געלט, תולדות אהרן האט געזאגט אז זיי קענען נישט נעמען די געלט.

טא אז די געלט פון רבינו שליט"א איז טריפה אין תולדות אהרן, דעמאלס וואס זענען אלע אהרונים געלט טריפה, און זאג פאר די תולדות אהרן חזירים אז זיי זאלן נישט בעטן קיין געלט פון קיין אהרוני.

12) 
פאר 8-9 יאר צוריק ווען אין ר' דוד עקשטיין איז געגאנגען זאגן א גוט שבת פאר תולדות אהרן רבי ווען ער איז געווען אין ראדני, און מען האט אים צושלאגען פאר זיין נאז, איז ער געשטאנען אין געשמייכעלט, טראץ וואס ר' דוד עקשטיין פלעגט זיין פון זיינע גרויסע שטיצערס.

12.א) טיפשות – רשעות – שקר וכזב, קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס האט ער געדארפט צו לאכן? ביזטו אינגאנצן פון קאפ געפאלן, מיינסטו אז איינער וועט דיר גלייבן דיינע טיפשות'דיגע בלאף? נישט מער און נישט ווייניגער, וויא ר' דוד – האט זיך ממש געפריידט, ווען מען האט צו מקל'ט דוד עקשטיין די ביינער?

יעצט פאר איאהר צוריק בערך, איז  ר' דוד עקשטיין געועהן אין ירושלים עיה"ק, פרייטאג צו נאכט איז ער געועהן אין תו"א, מען האט אים שיין אויף גענומען, עס שטימט ממש מיט דיין שיינע געבאקענע מעשה.

געבאקענע מעשה, גייי פרעג משה אהרן שטויבער וואס וואוינט היינט אין מאנסי וואס ער איז געווען די שלעגער, און ער האט אוועק געננומען ר' דוד עקשטיין שטריימעל, אלעס איז געווען פארן פנים פון תולדות אהרן רבי, און ער האט זיך געמאכט כאילו לא ידע און הנאה געהאט, און ווייטער געשטאנען אין געזאגט א גוט שבת.

13)
תולדות אהרן פלעגט זיצן און מאכן פאשקאווילען מיט יצחק ווייס און נחום אטיק ווי אזוי צו פיקסען סאטמאר.

13.א) נישט אמאהל ווערד א תגובה, יצחק ווייס? ווער איז דאס בכלל, עפעס א גרויליגער ראצער, איך וואלט געוואלט מיינען, אז דער תו"א רבי פלעגט זיצן ביי יוסף90, און געשריבן מיט אים פאשקעווילן – אוח אוח..

יא, אוי טוט דאס וויי! דאס איז די גרעסטע ווייטאג, יא די זעלבע מענשטען, די זעלבע קאמפיאטער, די זעלבע אפיס, די זעלבע פאשקאווילען שרייבערס, וואס האבן געארבעט מיט תולדות אהרן צו באשמיצען סאטמאר און רבינו שליט"א, יא! די זעלבע מענשטען, קאמפיאטער, אפיס, פאשקאווילען שרייבערס, האקן היינט טאג טעגליך מיאוס פאשקאווילען און שמות קעגן זייער געווענזע חברים תולדות אהרן!!!

אוי ווי זיס איז דאס!!


אזוי איז דא נאך אין נאך שאי אפשר לפורטם.

איך האב ארויס געברענט די נקודות נישט אז סאטמאר צוקארצט זיך פון תולדות אהרן, עס איז נישט דא איין אהרוני וואס שלאפט נישט ביינאכט ווייל תולדות אהרן איז מוחרם אין סאטמאר, סאטמאר האט גארנישט וואס צו דערלייגען פון מחרים זיין תולדות אהרן, עס איז פארקערט, תולדות אהרן דארף פון סאטמאר געלט געלט געלט, טא איז מען פטור פון אפאר 100 ירושלימער שנארערס.

סאטמאר דארף נישט תו"א? – פיין, משכנות הרועים דארפן זיי? אפשר קרעטשניף? מאך זיך נישט צו נער, תו"א איז היינט צו טאג די גרעסטע היימישע קהילה אין ארץ ישראל, מיר וואלט זיך זייער געפריידט ווען זיי וואלטן געוועהן מיט אונז.

קוק נאר וויא דו ביזט זיך סותר, ווען רבינו שליט"א איז געוועהן און ארץ ישראל, שרייבסטו אז "אב"ד קהילותינו וויליאמסבורג, האט געטיילט געלט, קענסטו מיר אפשר זאגן וואס עפעס פלוצלונג האט מען געטיילט געלט? ודוק'

תו"א דארף טאקע צו האבן געלט, זיי דארפן אסאך געלט, ווער דארף נישט? מיר דארפן נישט קיין געלט, זענען מיר שוין מסודר מיט אונזערע אלע מוסדות און בתי מדרשים אין וויליאמסבורג? – יא אלע דארפן געלט – אויך תו"א – און אויך סאטמאר, נעם נאר אין באטראכט, אז תו"א גייט שוין אן באלד 15 יאהר – אן אונז – אן סאטמאר, זיי געבן זיך אן עצה, זיי האבן אוועק גשטעלט א פראכטדיגן בנין – פון קרוב צו 20 מיליאן דאלאר, אן סאטמאר.

סאטמאר דארף נישט קיינעם פונקט ווי יעדע גרויסע חסידות ווי סקווער וכו' דארף נישט קיינעם, שטעלט אייך פאר ווען די וועסט הערן אז סקווער רבי איז געווארן נשיא שומרי החומות וועסטו אים אויס לאכן, עס וועט אים אראפ ברענגען און נישט ארויף ברענגען.

נאר סאטמאר האט א חיוב פון שטיצען מוסודת על טהרת הקודש וואס פלאגן זיך צו קענען אנגיין, און ב"ה סאטמאר טוט דאס מיט די גרעסטע כוחות ובפרט די מוסד עזר להצלה בהנהלת הרה"צ רבי בנציון לאוב שליט"א און הרה"ג רבי נתפלי הירצקא צוויבל שליט"א ר' שלמה מענדלאוויטש וכו'.

אבער דאס איז נאר מוסדת וואס מיינען דעם באשעפער און שפילען נישט קיין פאליטיק, אבער תולדות אהרן וואס שפילט פאליטיק מיטן מוסד, זענען מכבד אלע שונאי סאטמאר, מיט אזא מוסד וויל מען נישט האבן קיין שייכות און אוודאי נישט שטיצן.
.................

יענקי123 » 1/6/2011 13:27

וואס די אהרוינישע קנאקערס מיינען אז מיר האבן פארגעסן.
ב"ה איך האב נישט קיין צייט צו שרייבן דא.
איך וועל נאר דערמאנען איין נקודה וואס ענקערע יועצים מיינען אז אונז האבן פארגעסן, אבער זיי האבן א גרויסן טעות.
חנוכה תשנ"ז איז ליידער אוועק געריסן געווארן פון אונז, כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן זצוק"ל. בשעת די לוויה האט הרה"ג ר' אהרן בראנסדארפער שליט"א פארגעליינט די הייליגע צוואה וואס דער רבי זיעוכי"א האט אים איבערגעגעבן.
חנוכה תש"ס האבן א געוויסע קבוצה ארויס געגעבן א פאשקעוויל א קונטרס מיטן נאמען נס להתנוסס, די מטרה פון דעם איז געווען צו ליצנות מאכן פון די צוואה פון רבינו הקדוש מתולדות אהרן. נאך חנוכה האט בי"ד הגדול העדה החרדית שבירושלים ארויס געגעבן א שארפן בריוו אנטקעגן די קונטרס הנ"ל. געחתמ'ט דורעך גאנץ בית דין.
אין יענע צייט איז נאך געווען אנהייב די פייט אין סאטמער, דעמאלט האבן נאך ביידע צדדים פון סאטמער גענומען א שטעלונג אין די מחלוקת ביי די תולדות'ן צו די זייט פון תולדות אברהם יצחק, די קנאקערס פון ביידע צדדים זענען נישט געווען בעד תולדות אהרן. אין יענע טעג איז ארויס די צייטונג "דער בלאט" ס'איז נאך נישט געווען קיין שום איסור פון קיינעם (איך גיי נישט אריין צו ס'איז אמת דער איסור פון ברך משה אדער נישט). ווען ס'איז ארויס די שארפע בריוו פון ביה"ד אנטקעגן די אויבנדערמאנטע פאשקוויל, האט מען דאס געשיקט צו אלע צייטונגען פון דעם היימישן עולם, "דער איד", "די צייטונג", און אויך צו "דער בלאט", דער איד מיט די צייטונג האבן דאס אריין געשטעלט אן קיין שום פראבלעם, דער בלאט וואס איז נאך געווען זייער פריש, האט מחליט געווען דאס נישט אריין צולייגן.
די הנהלה אין תולדות אהרן האט דעמאלט מחליט געווען אז תו"א ווען מער קיינמאל נישט אדווערטייזן אין בלאט. זאגט פאר ענקערע קעפ אז אונז האבן נישט פארגעסן וואס זיי האבן דעמאלט געמאכט.[בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכט » 1/6/2011 14:51

פאפיטעס

די חזר'סט איבער, איבער געקייטע מעשה'לעך, איך האב דיר געגעבן דעם צד השני של המטבע, ואידך זיל גמור.

געדענק נאר, אז איינער אליין קען זיך נישט שלאגן

היראים » 2/6/2011 20:58

פאפיטעס כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

דער ערשטער צו מציע זיין צו ברענגען ר' ישראל חיים מנשה איז באגראבען למטה מעשרה טפחים אין קרקע, ער האט געהייסען אביגדור יאקאבאוויטש, און יעדער אפילו מיט א בילנד אויג האט פארשטאנען אז ר' ישראל חיים מנשה האט נישט פארוואס צו ווערן רב גאב"ד ירושלים, נאר ער וואלט חרוס ונחרב געמאכט די עדה, ווייל נאר אויף איין זאך האט ער געדארפט ווערן רב צו קענען שרייבן פאשקאווילען קעגן די אהרונים מיט די חתימה "גאב"ד ירושלים".

אדרבה לאמיר הערן האט מען אים געדארפט ברענגען קיין ירושלים, אלס תלמוד חכם? אלס חושן משפט קאנאן? אלס פוסק הדור? אלס טוער? מחבר ספרים? צו וואס....?

די דורכפאל איז געווען זיס, און ר' ישראל חיים מנשה זיצט נאך עד היום אויף ראס צווישען בעדפארד און ליע עוו. און די שטערן טיכל האט זיין רבנית צוריק געטראגען אין סטאר.




עס גלייבט זיך שווער, אבער אנשטוט ר' מנשה זאל זיצן אויפן בענקל פין ירושלימער רב
דארפן די זאליס פראפאגאנדירן ר' מנשה אלס קדוש וטהור אויף IVELT -אידישע וועלט אין אויף זייער היידפארק פארום


ר' מנשה, וועלכע וואלט היינט געדארפט זיין וועלטס דיין, זייענדיג פין די עלטסע דיינים נאכדערצו א דיין אין סאטמאר, למעשה האבען די זאליס געמוזט עפענען א פורים בי''ד מ'זאל אים קענען געבן די טיטול ''ראב''ד''

זיין געוועזענע מסייע דער קרית יואלער דיין שליט''א שטייט היינט ב''ה אסאך העכער ווי אים ביים ערליכען ציבור יראים ושל' פין אלע חרדישע קרייזן

די זאליס קענען קיינעם נישט בלעימען אויף דעם דורכפאל נאר זיך אליין'ס זענען אליין שילדיג,
נישט קיין אנדערער ווי די זאלי פארטיי איז געווען די וואס האבן אים באגראבען, זיי האבען ביי ג'חתמ'ט אלע פאשקעווילן אין אלע שמיציגע ארבעט
אפילו היינט צו טאגס ווען ער האט שוין געפענט א אייגענע שול ווי ער פראוועט אייגענע ראביסטעווע אין באוויינט זיין מצב, אין שיקט מעסעזשעס יעדע שטוק צייט, אין די קינדער לאזען אים מער נישט אינטערשרייבן קיין פאשקעווילן
האט נאך אברהם לויפער באוויזן צו מאכען דאס גענאר פין אים צו שרייבן אז אריזאנע ווייץ איז געזאלצען - קעגן א מציאות וואס יעדער קען זיך איבערצייגן, פין וואס ער האט דערנאך געמוזט צירוקציען
אז מ'לייגט זיך מיט קעץ שטייט מען אויף צוביסן!



תוקן על ידי היראים ב- 02/06/2011 21:06:51


גערעכט » 3/6/2011 13:28

יראים, וואס רעדסטו נארישקייטן, זעט אויס אז די ביזט געשלאפן כמעט אזוי וויא חונה המעגל.

ווייסטו נישט - אז ריח"מ, איז היינט דער ראב"ד, דו ביזט עפעס אינטערשטעליג.
בלאט: 1 2 3