היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שליח פון אטיק & טייטלבוים קא. א. פרויליך אין כנסת המינים

שליח פון אטיק & טייטלבוים קא. א. פרויליך אין כנסת המינים

133 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2893578
בלאט: 1 2 3

הולך_לבגץ » 18/5/2011 21:42

מאך ביטע סדר מיט דיינע ווערטער
have_hope כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

די זאגסט אז דאס איז א אלטע מחלוקה, האט שוין תולדות הארון אריין געלייגט איינמאל א עד אין דער בלאט???
איז געווען נאך א מוסד וואס האט ממשיך געווען צו לייגן עד'ס אין דער איד נאכן איסור פון קהל חוץ זיי???
איז דא נאך א רבי וואס קומט אויף ניו יארק און דאווענט שבת אין ראדני און טרעט נישט אריין אין הופער???

דאס איז להוציא מליבם אז די מחלוקה איז אלט.






אהערגעברענגט און פאל הולך וויל עס מעקן

_________________





איך ענפער דא פאר צוויי סארט אידן
פאר חסידי סאטמאר איז דאס די תשובה לגבי צו די מחלוקה איז אלט צו נישט און איך וויל נישט מעקן דאס האב איך געשריבן.
תולדות הארון חסידים ווי גערעכט וכדומה האב איך געשריבן די צווייטע תגובה.

אבער מיט שקרנים שאינם בגדר איניש און זאליס מיט די סארט טענה איך זיך נישט בכלל.
זאלן זיי שפירן זאלץ אין מצה, און זאגן דרך מהדרין איז נישט נעבען די כיפין וועג מיט די רעד איך נישט

גערעכט » 18/5/2011 22:00

הולך_לבגץ כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אבער רשעות קעגן סאטמאר האט ער געטוען און טוט ווייטער,
און דאס האב איך נעכטען מבאר געווען און איך האב נאך אסאך.

גערכט וואס איז א תולדות הארון חסיד
רעד איך צו עם זיין שפראך ברבים אזוי ווי ער רעדט ברבים



די האסט מבאר געווען - מבער געוועהן - דו רעדסט אשפראך פון א קינד, בעסער געזאגט וויא א שוטה.


הולך_לבגץ » 18/5/2011 22:25


איך זע אז איך האב גרעדט נאר אמת, לויט דיינע תגובות. די שפראך וואס די ענפערסט איז א באווייז אז איך האב ריכטיג געזאגט.

נו קומעדיגע מאל געב אכטונג און בעט נישט איך זאל מפרסם זיין די רשעות פון דעם תולדות הארון

ווייל מיינע ארכיון זענען גרויס מיט זיינע מעשים

have_hope » 18/5/2011 22:39

הולך_לבגץ כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איך זע אז איך האב גרעדט נאר אמת, לויט דיינע תגובות. די שפראך וואס די ענפערסט איז א באווייז אז איך האב ריכטיג געזאגט.
נו קומעדיגע מאל געב אכטונג און בעט נישט איך זאל מפרסם זיין די רשעות פון דעם תולדות הארון
וייל מיינע ארכיון זענען גרויס מיט זיינע מעשים


אויב דאס איז דיין גאנצע באווייז אז דו שרייבסט מיט רעכט און גוט,
דאן ביסטו גערעכט מיט דיין אפשאצונג, אז מען דארף עוקר זיין תו"א ווייל ער אדווערטייזט נישט און דער בלאט

א שאד אז ביסט נישט געבוירען געווארען 15 יאר שפעטער בשעת רבינו שליט"א האט שוין געהאט אויפגעשטעל דעם סקול דיסטריקט

_________________

have_hope » 18/5/2011 22:51


און איך האלט גראדע אויך אז תו"א איז באגאנגען פארשידענע עוולות לגבי זיין ברידער, און פארשידענע עוולות כלפי קהילתינו הקדושה

איך האלט אבער אז מען דארף אנקיקען די זאך און פרעספעקטיוו,
ער איז למעשה פון די גרעסטע אינטערנאציניאלע קהילות, ער האט מאסן אנהענגער, ער טוט למעשה אסאך אויף פאר אידשקייט, און ער זיכט שוין היינט קיינעם נישט צו באגראבן,

לויט ווי אזוי איך פארשטיי - און מעגליך אז בין איך נישט גערעכט דערמיט - וויל תוא"י אסאך ענדערש זיך שלאגען מיט חו"א, ווי תו"א וויל זיך שלאגען מיט תוא"י, ווייל תו"א איז א מאסיווע גרויסע קהלע בכמות ובאיכות אסאך אסאך גרעסער פון תוא"י, און נאר דורוך דעם וואס תוא"י קען שפילען נרדף באקימט ער נאך ארקענוג, פון די אנדערע זייט האט תו"א גארנישט פון אנהאלטן די מחלוקה, ווייל ער אסאך גרעסער פון תוא"י, ער איז אינגאנצן נישט זיין קאמפעטישען, עס איז א שטייגער ווי לאמיר זאגן אז קאשוי קהלה איז אונזער קאמפעטישען, בשעת מיר האבן 10 טויזענט מעמבערס, און קאשוי האט לערך 250 מעמבערס

אויב זאלן מיר דארפן האלטן מלחמות מיט אלע וואס האבן אונז נאר געשעפעט. איז תו"א פון די לעצטע אויף די ליסט, די ליסט איז זייער גרויס, ואכמ"ל ווער נאך עס האט אונז שוין במשך די יארקען באמת גערודפט, און מיר זאגען נישט קיין פיפס פאר זיי. נאר מען קלאפט זיך און ריקען ווי גיטע חברים






תוקן על ידי have_hope ב- 18/05/2011 23:20:56

הולך_לבגץ » 18/5/2011 23:44

ככלב שב על קיאו

די רעדטסט ווי איינער וואס איז יא געבוירן נאכן עפענען די סקול דיסטריקט און דיין טאטע האט דיר נישט געשיקט דארט וועגן די איסור חמור פון דער בעל מישמש בצהריים.

האב איך נישא געשריבן פריער אז תולדות הארון וואס האט געהאט בחזקה צו קומען אויף ניו יארק נאך געלט פרשת ויחי שמות וארא, האט מקדים געווען און קומט בגבולי אחיו הגדול, הייסט דאס אז תוא"י וויל זיך שלאגן מיט עם???.

צום חלק וויפיל חסידים ביידע האבן וועל איך דיר זאגן אזוי תוא"י האט כהיום יום בערך 450 ראשי בית אב און תו"א בערך 1000 ראשי בית אב, איז דאס א קאנקארענץ פאר זיי צו נישט???

די עיקר חלק פון דעם וואס תו"א פירט א מלחמה קעגען זיין ברודער איז, וויבאלד אין די וועלט איז ער אנגענומען אלס מער קדוש ווי תו"א, ער האט מער קוויטלעך טעגליך און כ"ש אין חו"ל, און מיט דעם וואס ער האט פראבירט צו מאכן א פנים ווי מער תלמיד חכם האט ער נישט מצליח געווען, ע"ע די טישן און חו"ל כולל וומ"ס, און ע"ע וויפיל איבריג צייט דער תו"א האט צו גיין אויף אפרוי און טאנצן אויף אלע שמחות כקטנים כגדולים פשוט צו אנפילן די צייט, בזמן ווען אחיו הגדול איז פארנומען מיט קוויטלעך און הזכרות אדער שאפן געלט.

אמת אמת אז די מחלוקה אין סאטמאר האט אפגעקאסט זייער אסאך פאר תוא"י הן בגשמיות געלט והן ברוחניות אז דער רודף האט באקומען ביי א ציבור אידן א פנים פון א ערליכער איד פשוט ווייל ער געשטויסן זייער בלוט שונא דער רבי'ן שליט"א, אבער זאגן אז תוא"י פירט א מלחמה מיט עם איז ווי א גנב שרייט כאפט עם

have_hope » 18/5/2011 23:58

נייס טריי,

אין ענגליש איז דא א ווארט Don't argue with an Idiot - he will bring you down to his level and beat you with experience!!!

איך וועל זיך אי"ה נישט אראפלאזן צו דיין לעוועל, האסט עקספיריענס דארט,
בכלל זעט אויס אז דו האסט נישט די ברילען, און די באציסט זיך קיימאל נישט צו דאס וואס מען האט געשריבען בעפאר, נאר דו הייבסט אן ווי בלינדער און דעמעגאג מיט די טענות פון דאס ניי,

סא לאמיר דיר זאגען נאכאמאל Don't argue with an Idiot - he will bring you down to his level and beat you with experience!!!

נייס טריי, אבער נישט מיט מיר, סארי

הולך_לבגץ » 19/5/2011 00:12


ישר כח, פארגעס אבער נישט וואס די האסט יעצט געשריבן און ענפער מיר מער נישט.

ישר כח

have_hope » 19/5/2011 00:21

איטס מיי טשויס ווען יא צו ענטפערן און ווען נישט, באט  ענעוועי,  טענקס פאר די אדווייז

גערעכט » 19/5/2011 12:54

הולך.

דו שרייבסט אויס געזויגענע מעשה'לעך פון דיין פינגער, דו האסט טאקע געוואלדיגע גרויסע ארכיונ'ס – עס זענען ארכיונען פון שטותים – און דברי הבל.

תו"א רבי דארף נישט אנקומען צו דיין הסכמה, ער דארף נישט פון דיר קיין יושר דאקאמענט, איעדער ווייסט, אז דער קיבארד, איז אלעס סובל, אפילו וואס דו שרייבסט, די היינטיגע טעכנאלאגיע האט נאך דערוויל נישט ערפינדן קיין סופטווער, וואס זאל קענען לייקענען – אדער מאשר זיין דיינע גרויליגע שקרים און המצאות.

די זעלבע סארט שקרים וואס די ביזט דא ממציא קעגען תו"א רבי'ן, און נאך אסאך גרויליגערע פון דעם, האלט מען אין איין זעהן, דא אין דארט אנקעגן רבינו שליט"א (מהר"א), איזו וואס, מאכט שוין די אלע שרייבעכטסער אמת?, מאכט דאס דען דעם רבי'ן קלענער מיט עפעס?, זערא – גארנישט, דו קענסט ממשיך זיין מיט דיינע דמיונות און שקרים, וויא זאגט מען דאס אויף די טריפה'נע שפראך: "הכלבים נובחים – והשיירה עוברת", קענסט שומפען – שעלטען – שרייען – מאכן געוואלדעס, פון יעצט ביז עס וועט ווערן שלום צווישן אונז מיט די זאליס, עס וועט דיר גארנישט העלפן, תולדות אהרן רבי איז באוואוסט און באקאנט אלס איינער פון די מנהיגי הדור, איש אמת, מורם מעם, עניו ושפל רוח, תלמוד חכם עצום, איידעלער – און קלוגער איד.

עולם איז נישט גולם, מען קען נישט פאפן אין היינטיגע וועלט, א רבי א עם הארץ, קען נישט איבער נאכט ווערן א תלמיד חכם, דער תו"א רבי איז באקאנט אלס א תלמוד חכם עצום, בכל מקצועות התורה, מיטן אנטאהן ווייסע שטרומפ – ווערט מען נישט אטאמאטיקלי א עניו און א שפל רוח, צו זיין א בעל מדות דארף מען ארווען אויף זיך, דער תו"א רבי איז באוואוסט אלס עניו און שפל רוח, אמת'ע מנהיגי ישראל דארף נישט אנקומען צו "מופתים" – וויל מיר ווייסן, אז מופתים פראווען נאר יעניגע רבי'עס, וואס האבן עפעס אנדערש נישט צו פארקויפען.

איך וועל דיר נישט ענפערן אויף די טיפשות'דיגע 'טענות' פון חזקות פון דאטום'ס ווען ארויס צו קומען מאכן געלט פאר די מוסדות, עס איז דאך אזוי קינדיש – און נאריש, און די אלע אנדערע פוסטע נארי שקייטן דיינע, עס פאסט טאקע פאר אזעלכע וויא דיר צו קלאפן אויפן קיבארד ליידיגע ווערטער פון אינהאלט.

פרעג נאר אהן דיינע חברים וואס געפונען זיך יעצט אין ארץ ישראל, זאל זיי כאפן א באזוך אין תו"א, און זאל דיר דערציילען וואס זייערע אויגן זהעהן, וויא האט מיר געזאגט א פריינד דווקא א - אהרוני, "איך פארגין נישט פאר תו"א – אז עס זענען דא אזעלכע וואס פארגינען זיי נישט", ואידך זיל גמור – און דו ווייסט וואס – איך פארשטיי דיין ווייטאג, ווען עס וואלט געוועהן פארקערט, וואלט איך אויך געשאלטן – געשומפט – געשאסן אויף רעכטס און לינקס, אפשר אביסל קלוגער פון דיר – אפשר מיט א ביסל מער טעם וריח.

have_hope » 19/5/2011 20:54


גערעכט, איך וויל קאמענטירען אויף דיין תגובה, אלץ איינער וואס איז נישט א אינסייד חסיד פון תו"א, נאר חסיד מוהר"א,

די גאס קיקט יא אן מיט אפשיי און זייער נישט שיין, דאס וואס תו"א האט געטיען מיט דעם וואס ער טשעפט זיך מיט תוא"י און קימט קאמפיטען מיט אים און אמעריקא די זעלבע וואכען וואס תוא"י קימט, די עוולה איז נאך גרעסער, ווייל תו"א איז דאך דער וואס האט ערפינדען די טענה פון חזקה און מיט דעןם אפגעהאלטן תוא"י צו קימען אינמיטען יאר די זעלבע וואכען וואס ער קימט, און תוא"י האט אפגעטרעטען למען השלום, און אנגעהויבן צי קימען אנפאנג יאר, פליצליניג האט תו"א אינגאנצן פארגעסן פון די טענה, אנגעהויבן צי רייטען אויף תוא"י און זיי דערגיין די יארען בשעת זיי קימען קיין אמעריקא, דאס איז נועם המידות נוסח הגזל"ן, הגל"ן דינן האט די זעלבע פירוש אויף נועם המידות,

have_hope » 19/5/2011 21:24

הולך_לבגץ כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


מיר דארפן זיין מכירי טובה פאר אונזערע פריינד שעמדו לימינינו בעת צרתינו, ס'איז נישט קיין חכמה אז ווען אונז זענען געווען שוואך אין וומ"ס און אונז האבן געדארפט חיזוק ביסטו געגאנגען שטויסן, און יעצט ווען דעם וואס די האסט געבויעט שטויס דיר והגולם קם על יוצרו, לויפסטו צוריק צו מיר.
לאמיר נישט פארגעסן זכור ואל תשכח, ווי גרויס דער הייליגער תוא"י רבי איז געווען ביז תשס"ב זיינע שבתים אין אמעריקא איז געווען מלא וגדוש, איז געקומען דער עוכר ישראל בן פראדל און האט עם געוואלט נעמען פאר א שטעקן צו שטויסן, ער האט עם געזאגט טאמער גייסטו איינשטיין ביי יצחק ראזנבערג וועסטו נישט האבן א דריסת רגל אין וומ"ס און אין סאטמאר.
יענע יארן האט מען נאך געמיינט אז ס'איז דא א אפשרות אז אזוי וועט זיין, און ער וועט אין סאטמאר מער נישט אריין גיין, אלעס ווייל דער בלוט צאפער און נועם המידות האט געוואלט מאכן פון הרבני הנגיד ר' יצחק שליט"א אזוי ווי ער האט געמאכט מיט להבדיל בין הטהרה לטומאה יושקע מוסר פון קרית יואל.
הכרת הטוב איז א סימן פון א איד, מיר זענען אידן!!!


איך וועל מסביר זיין פאר הולך_לבג"ץ, פאר וואס איך האלט אז מיר מיזען זיך נישט רעכענן מיט תוא"י, און מיר דארפן נישט גיין קאפ און וואנט מיט א מחלוקה וואס ברענגט אונז מער שאדען ווי ניצען, אלעס צוליב תוא"י

קודם א הקדמה פאר ווער עס געדענקט 

הרהג"צ ר' יחזקאל ראטה האט אסאך אסאך א גרעסערע עבר מיט אונזער קהלה ווי ר' דוד קאהן, בשעתו האט אונז עס פיל מער ווי געטיען מען האט געשפיגען בלוט דערפאר, אבער ווי נישט ווי, מען האט פארגעסן אלטע מעשוית, זיך איבערגעבעטן, און מען לעבט בשלום היינט

הרה"ג ר' בנצוין וואזנער האט אסאך אסאך א גרעסערע עבר ווי ר' דוד קאהן, מען האט געשפיגען בלוט וועלענדיג באקימען זיין טאטענס חתימה פארען סקול דיסטריקט, אבער היינט האט מען פארגעסן, און זיך איבער געבעטן, זיין דרשה איז געווען אויף קול סאטמער, אינאיינעם מיטען רבין'ס דרשות, און די באן פאר ווייטער

גאב"ד ירושלים האט אונז זייער וויי געטיען בשעת ער האט גע'דופט רח"צ מייזליש ביי די פאמעליע פינעם ברך משה, אבער האט זיך נישט גלייך וויסענדיג געמאכט ווען הגל"ן איז אריין און קארט בנוגע בני ברק, איינער געדענקט עס נאך? ניין, זיך איבערגעבעטן און די באן פארט ווייטער


און כהנ"ל איז דא נאך צענדליגער דוגמאות, וואס עס איז נישט אינטערסאנט אויסצורעכענענן, ווייל עס איז באמת נישט וויכטיג צו געדענקן אלטע מחלוקות

דער איינציגסטער מיט וועם מיר פירען א מאדענע מחלוקה על לא דבר, איז תו"א בשעת ווען ער האט אונז קיינמאל נישט עכט געשעפעט זייט ער איז געווארן רבי, זיין חטא איז 1}אז ער איז אויך געווען  די צווייטער זון,  און מען האט דעמלאטס מורא געהאט, אז אויב מען גיבט אים ארקענוג איז טייטש אז הגזל"ן איז אויך גערעכט, און די צווייטע חטא איז געווען, אז ער טשעפעט תוא"י, וואס ער איז אונזער פריינט, {ווי אזוי תוא"י א פריינט? ווייל זיין ברידער תו"א איז דאך א שונא! פארוואס? ווייל תוא"י איד דאך א פריינט! וועגן דעם איז יענער א שונא..... לאכט נישט,. ווייל דאס איז די מציאות און אויף דעם איז די מחלוקה געבויט}

מיר שיסען זיך און די פיס דערמיט, ווייל סיי קהילתנו און ירושלים, און סיי תו"א ליידט זיך און פון די רשעת המידות קאמפאני, וואס ווערט קאנטעלירט דרוך די הגזל"ן קאמפאני, ביידע ליידען אויף אנדערע אופנים, אלמלא ווען מיר זאלן ווען האבן שכל, און מען מאכט שלום מיט תו"א וואס זיי זענענן די גרעסטע היימישע קהלה נאך דושנסקי און אר"י, און דושנסקי איז דאך אויף אינזער זייט, וואלטן מיר געקענט איינעמען די עדה מיט א שטורעם, ארויסווארפן די אלטע טראבעל מעקערס, און אנהייבען א בלעטעל פון דאס ניי, הן בנוגע מלחמה מיט די ציונים, הן בנוגע אלע אנדערע זאכען וואס מיר האבן געמיינזאמע אינטערעסן, מיר קענענן זיך פארשטייען מיט תו"א זייער גוט, ווייל ביידע קהלות האבען און פארשידענע ענינים די זעלבע מהלך, ביידע רבי'ס אינטערסירט נישט וואס די גאס וועט זאגען און טיען וואס עס איז רכטיג, אפילו ווען מען באשמיצט אים, איך וועל געבן צוויי דגמאות לגבי תו"א, איינס איז די וועג ווי אזוי ער פירט די מלחמה אקעגן ציונות, ער האט ארויסגעשניטען די פארפוילטע עפל פון אינדערמיט, און ער פירט נאר כילו לשם שמים {לויט ווי אזוי ער טייטשט אפ לשם שמים}, אן די זייטיגע אינטערסן אינדערמיט די צווייטע זאך, איז די וועג ווי אזוי ער איז געגאנגען צי די הדלקה פאראיאר, און מיינע אויגן איז עס געווען א קרזשפולע און א געהויבענע אקט, עס האט אים נישט אינטערסירט וואס די גאס וועט זאגן, און ווי אזוי מען וועט לאכען פון אים, ער האט געהאלטן אז א הדלקה און מירון איז א מצווה, און א געהויבענע זאך, האט ער נישט געקוקט אויף גארנישט, אריין און און א באקס, און אזוי ארויף געפארן, איי די ליצני הדור וועלן לאכען? וואס אינטערסירט עס אים, די עיקר אז ער טוט דעם רצון השם, דרך אגב,  אזא אקט פאסט זיך אויך זייער גוט פאר רבינו שליט"א!!! אזוי אויך קען תו"א שטארק העלפן אונזער קהלה מיט די עדיסן פראיעקט, זיי זענענן און ירושלים בעסער און שטערקער אויסגעקאכט, זיי האבן גיטע קאנעקשענס, און זיי האלטן און איין בויען



צוריק צו תוא"י, תוא"י איז זייער א פיינע  און א הייליגע קהלה, אבער בשעת ווער האט זיך געשטעלט אינאיינעם מיט יצחק רז"ב, האט ער געטיען א טובה פאר זיך, נישט פאר אונז, מיר זענענן גארנישט גרעסער געווארן אז תוא"י וואס האט קנאפע 400 מעמבערס שטייט מיט אונז, און עס האך נישט באויגען דארדש באראש, זאל אונז געבן ראדני  ווייל מיר האבן תוא"י, זיכער איז עס פאר געווען א כבוד, אבער גארנישט מער פון דעים, תוא"י האט פארדינט געלט און PR דערפון עס  איז פאר אים געווען די בעסטע פינציאלע באשלוס וואס ער האט נאר געגקענט טיען, אבער דאס איז נאך נישט טייטש אז מיר דארפן זיך קריגען לכבוד דעם מיט תו"א,
קלויזענבערג פון אר"י קריגט זיך אויך מיט זיין ברידער, דארפן מיר זיין אינוואלווד און יענע מחלוקה?, ניין! די זעלבע דארפן מיר נישט זיין אינוואלווד און די צווי תולדות מחלוקה, און לעבן מיט יעדעם בשלום










תוקן על ידי have_hope ב- 19/05/2011 22:15:11

היראים » 19/5/2011 21:27

מיין קוק....

די ארונים קוקען ניטעמאל אויף תולדות אהרן, זיי שטייען נישט אין וועג
תולדות אהרן רבי שפילט די געים אז ער איז נייטראל נאר זיינע גבאים דרייען א רעדל ארום אים

דאס אז זיי אדווערטייזן נאר אין דער איד מיינט יא 'עפעס' אין אויב האט רז''ל טעראזירט אין נישט געלאזט דעם ברך משה ז''ל גיין צום דינער פין  רב טוב 10 יאר צירוק ווייל זיי האבען אדווערטייזט אין דער בלאט ''אויך''
דאן פארוואס פארשטייסטו נישט ווען תו''א אדווערטייזט נאר אין דער איד אז ס'מיינט...
נאר וואס דען די ארונים האבען נישט קיין פראבלעם מיט תו''א רבי'ן,
אינז האמיר ב''ה גענוג פארוועם צו געבן געלט
זאל ער זיך האלטן מיט לעפקאוויטשעס אין גאדינגער'ס

אין עס האט נישט קיין שום זון די גאנצע טענה'ריי
דער עולם האלט זיך נאר אינטער ווי שמידלס גרופע איז אויף מעסער שטעך מיט תולדות אהרן אין דארף גאר גיין טאנצען מיט תולדות אברהם יצחק .  . . .
אין די זאליס מוזן דראפען שמידל כדי צו האלטן תולדות אהרן......

וואלןסח » 19/5/2011 21:42

קודם א הקדמה, איך שטים מיט יראים, אונז קוק מיר נישט אויף תולדות אהרן, זיי שטייען אונז נישט היינט צוטאגס אין וועג, און ס'אינטערעסירט נישט קיינעם וואס זיי טוען, ס'איז נאר א זייטיגע נחמה ווען ער כאפט פון די זעלבע מיט וועם ער האט זיך צוגעשטעלט פאר 10 15 יאר צוריק קעגן אונז.
יעצט צום נושא, העוו האופ, ביסט נישט גערעכט.
ר' יחזקאל ראטה האט טאקע א עבר, אבער למעשה היינט שטעלט ער זיך צו צו יעדן און צו קיינעם, און דו קענסט נישט אנצייגן א זאך וואס ער טוט ווי ער שטייט מער אויף איין זייט ווי אויף די צווייטע
פלאס, ווער ס'געדענקט ביי די הספדים אויפן רבין דער ברך משה האט ער מספיד געווען אין ב"פ און מסיים געווען אז די קהלה ווערט ווייטער געפירט דורך בנו ומ"מ וכו' וכו', מיט דעם האט ער געוויזן, איך וויל פארגעסן פונעם עבר, איך מיש איבער א בלעטל.
ר' בנציון וואזנער קען איך נישט פערזענליך, אבער אויב באלאנגט ער נישט אין סאטמאר גלייב איך אז די סיבה פארוואס ער האט נישט געלאזט זיין טאטן אונטערשרייבן יענע יארן איז כדאי נישט צו מישן די הענט אין שמוץ, ער האט געוואוסט וואסערע דרוק ס'ווארט, און ס'קען אפילו זיין אז מען האט טאקע געדרוקט אויף אים, ממילא דאס איז נאכנישט קיין סיבה צו זאגן אז ער איז א שונא.
נומער 2, ער איז ווייטער דער זעלבער פלעינער נייטראלער רב, אונז פאר מיר נישט מיט אים אויף איין וואגן, מען האט אים ס"ה גענוצט אויף זאכן וואס ער האט זיך אליין ארויסגעשטעלט נישט קענענדיג ליידן דעם שקר.
יעצט צום ירושלימער רב זאלסטו מיר אנטשולדיגן, אבער זיין סטאטוס איז פונקט ווי פאר 5 יאר צוריק, ובמחכ"ת האט ער געטון א עולה שאין כמוהו ביים זיך אריינמישן ביי די פעמילי קאורט און הייסן נישט גיין אין קאורט ווען באותו זמן האט ער ביי די הולכי הבג"ץ איינגענומען א מויל מיט וואסער, ער האט קיינמאל נישט איבערגעבעטן (ווי דו שרייבסט) אבער די באן פארט ווייטער, ער קען קומען באזוכן, מען גייט אים צוריק באזוכן, פונקט ווי תולדות אהרן.

תוקן על ידי וואלןסח ב- 19/05/2011 21:56:16

have_hope » 19/5/2011 21:44


היראים, צוויי וואכען נאכדעם וואס "דער בלאט" וועט האבן עני נייעס פון תו"א, וועט אנהייבען צו קימען עד'ס און דער בלאט, עס איז א טו וועי סטריט

און ווי איך האב געשריבען אויבן, תו"א, קען ווען זיין אינזער שליסעל ארויסצוזען די זאליס פון קארט און בני ברק

_________________

וואלןסח » 19/5/2011 21:46

העוו האופ
ביסט נישט גערעכט
דער בלאט האט נייעס פון כולל שומרי החומות אין די הייסטע צייטן, פארוואס? ווייל זיי אדווערטייזן
דער בלאט האט נייעס פון קרן עזר הגם ס'באלאנגט פאר א זאלי, פארוואס? ווייל זיי אדווערטייזן

כהנה וכהנה
און איך געדענק נאך ווער בלאט האט געהאט נייעס פון תולדות אהרן, ביז זיי האבן באשלאסן אז ווער ס'באקיאטירט זיי שרייבט מען נישט פון זיי

have_hope » 19/5/2011 21:56


וואלןסח

איך בין נישט אזוי באקאנט ווי די, און קען אז הגאב"ד ירושלים האט טאקע נישט איבערגעבטן,

צוריק לגבי תו"א, מיט א הקדמה, די זאליס קענענן נישט דראפן שמידל, ווייל שמידעל מיט די זאליס איז איינס, עיין ערך אלימילך שטערן, דערפאר דארפן מיר אויסניצען די סוטאציע, און דראפן שמידעל ענד קאמפאני, מאכען א יד אחת מיט תו"א, און אויסרייניגען די עדה, און אנהייבען א נייע בלעטעל מיט א אחדות פון די דריי גרעסטע קהילות

_________________




תוקן על ידי have_hope ב- 19/05/2011 21:57:25

גערעכט » 19/5/2011 22:07

have_hope

גערעכט, איך וויל קאמענטירען אויף דיין תגובה, אלץ איינער וואס איז נישט א אינסייד חסיד פון תו"א, נאר חסיד מוהר"א, 

די גאס קיקט יא אן מיט אפשיי און זייער נישט שיין, דאס וואס תו"א האט געטיען מיט דעם וואס ער טשעפט זיך מיט תוא"י און קימט קאמפיטען מיט אים און אמעריקא די זעלבע וואכען וואס תוא"י קימט,
איך ווייס נישט וואס דו גאס קוקט, תולדות אהרן דארף זיך נישט רעכענען מיט תוא"י, פונקט וויא תוא"י רעכנט זיך נישט און דארף זיך נישט רעכענען מיט תולדות אהרן, עס איז צוויי באזונדערע קהילות, יעדער האט זיינע מענטשן - זיינע ידידים, קיינער שטערט נישט דעם צווייטן, עס איז ענק אלעמען באקאנט, אז אינמיטן ווינטער, ווען די קעלטן זענען גרויס, און די שנייען געוועלטיגן אויף די גאסן, איז זייער שווער צו גיין אויף געלט אקציעס, דאס איז הדבר ידוע ומובן.
פאר 20-30 יאהר צוריק, ווען די מוסדות פלעגן מאכן א דינער, פלעגט זיין א אפמאך צווישן די מוסדות התורה, ווען סאטמער מאכט די אקציע, ווען דושינסקיא מאכט דעם דינר, ווען סקולען, און ווען תולדות אהרן, היינט ארבעט שוין אלעס אנדערש, וועגן דעם שטערט נישט איינער דעם צווייטן, און תו"א מיט דושינסקיא גייען אויך נישט פראגראמירן ווען אימער גייט וויא.

די עוולה איז נאך גרעסער, ווייל תו"א איז דאך דער וואס האט ערפינדען די טענה פון חזקה און מיט דעןם אפגעהאלטן תוא"י צו קימען אינמיטען יאר די זעלבע וואכען וואס ער קימט.
תולדות אהרן האט קיינמאהל נישט געבעטן קיין חזקה פון תולדות אברהם יצחק, וועגן א פשוט'ע סיבה, עס וואלט זיי פשוט נישט געהאלפן, דער טענה פון חזקה איז עכטע נארישקייטן, פונעם בית היוצר פונעם "נרדף"

און תוא"י האט אפגעטרעטען למען השלום
תולדות אברהם יצחק איז קיינמאהל נישט אפ געטרעטן למען השלום, ווען ער איז אפגעטראטן פון תו"א, האט ער דאס געטוהן געצווינגענערהייט, ווען דער בית הגדול שבירושלים פון די העדה החרדית האט אזוי געפאסקנט, פארקערט - דער בית דין שבירושלים האט געשריבן דעמלטס בשבחם פון תולדות אהרן, וואס האבן אוועק געגעבן אבנין פאר תוא"י 'למען השלום'


און אנגעהויבן צי קימען אנפאנג יאר, פליצליניג האט תו"א אינגאנצן פארגעסן פון די טענה, אנגעהויבן צי רייטען אויף תוא"י און זיי דערגיין די יארען בשעת זיי קימען קיין אמעריקא, דאס איז נועם המידות נוסח הגזל"ן, הגל"ן דינן האט די זעלבע פירוש אויף נועם המידות,
וויא אויבן דערמאנט, פונקט וויא די זאליס קענען אונז אהרונים נישט שטערן מאכן געלט, ווען זיי וועלן מאכן א אקציע אין די זעלבע צייט וויא מיר מאכן, די זעלבע שטערט נישט די אקציעס פון תו"א, די געלט קאמפיין פון תוא"י - וואס יא - עס איז פאני צו שפילן 'נרדף' - מען פייניקט מיר - מען רודף'ט מיר.

צום שלאס, די אלע טענות אפילו אויב עס איז שייך צו האבן, האט גארנישט צו די רבי'עס, זיי פלאנירן? זיי פארען זיך ארום דעם?

have_hope » 19/5/2011 22:11

גערעכט, דיין תגובה איז נישט ווערט אפציווענדן, ווייל דו אליינס טוסט עס מיט גרויס הצלחה, יעדע שורה פון דיין תגובה איז זיך סותר מיט א אנדערע שורה

גיב מיר א קאל, ווען דו שטייסט אויף פון שלאף

_________________

וואלןסח » 19/5/2011 22:20

גערעכט
אפשר לייגסטו ארויף דעם בריוו

_________________

גערעכט » 19/5/2011 22:27

חברים, איר רעדט נארישקייטן וועגן דעם בלאט

דער בלאט כדי זיך צו טשעפן מיט תו"א האט מכתיר געועהן א "כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן וויליאמסבורג"

דער בלאט האט נישט געוואלט פארשטיין, אז תו"א וועט סוף סוף מיזן אריינשטעלן עד'ס אינעם בלאט, נאר עס דארף גיין מיט שכל - פאוואליע, דער בלאט האט געוואלט א עד - "תיכף ומיד" - און ווען ער דאס נישט מאקומען די וואך, איז די אנדערע וואך שוין געווארן אויסגערופן א מלחמת קודש - מלחמת ג'יהאד קעגען תולדות אהרן.

דער בלאט האט געברענגט "נייעס" פאר כלל ישראל וועגן די "שמחת בית התועבה" פון תולדות אהרן, אשמחה וויא טויזנטער אידן קומען זיך צוזאם, און מען פרייט זיך פארן אייבערשטן, על טהרת הקודש והצניעות, געטרויעט מען זיך אזוי צו שרייבן? - און ווער איז געוועהן טאקע די שמוציגע קאמפיינער קעגן די שמחה? ווייטער אונזערע "ידידים" אטיק & טיטלבוים קא.

רבותי עט'ס ווילט נאך טשענז'?

און אפשר קענען מיר ארוינים טאקע טראכטן, א אנדער וועג, וויא האט וואלן געשריבן, מיר דארפן נישט תו"א? אפשר פונקט אזוי דארפן זיי אונז נישט?, אבער איך מיין אז דער פארלוסט איז פאר אונז די ארוינים מער וויא פאר תו"א. - תו"א מאכט היינט צו טאג געלט - זיי מאכן גרויס געלט, זיי האבן אוועק געשטעלט א בנין - א פראייעקט פון 17 מיליאן דולר, און גיין שוין יעצט צום צווייטן בנין, חברים - זיי האבן דאס באוואוזן אהן אונז - אהן די אהרונים.

מאידך גיסא, ווער נאך וויא תו"א קען פאר אונז זיין ידידים, ווער קען פאר אונז זיין א מיליטער, ווען מען דארף, סאטמאר האט זיך קיינמאהל נישט געסם'ט מיט תו"א, נישט ווען דער ברך משה זי"ע איז געוועהן די ערשטע מאהל - און די צווייטע מאהל, תו"א זענען דעמלט'ס געוועהן העומדים בראש המחנה, און רעדט נישט קיין נארישקייטן אז מיר דארפן נישט תו"א, אויב מיר דארפן ר' יחזקאל ראטה, אויב מיר דארפן דעם סקולענער רבי'ן, אויב מיר דארף שוה"ח, אויב מיר דארפן דושינסקיא, וואלט געוועהן פאר אונז גאנץ געשמאק און איינגענעם, אז אויך תו"א זאל נישט זיין קעגן אונז.

וואלןסח » 19/5/2011 22:41

גערעכט, געב מיר א דאטום ווען ס'איז געווען דער אדמו"ר מתו"א וומסב"ג, איך מיין אז נישט פאר תשס"ב ס"ג
און דאס איז געווען אין די צייטן ווען ס'איז געווען נאך חטאים חוץ אדווערטייזן אין דער בלאט, יענע צייטן ווען ער האט געהאט צייט צו באזוכן דעם רבין נאר 1 ביינאכט אדער שבת נאכמיטאג א האלבע שעה פארן זמן
און שמחת בית התועבה? אויך 10 יאר שפעטער
נו וויפיל צייט דארפסטו פאר אים?

דאס אז תולדות אהרן דארף נישט אנצוקומען צו אונז מיט געלד, דאס ווייס איך אויך, אבער לעומת זה דארפן מיר נישט אנקומען צו אים אויך נישט
ס'איז היינט תשע"א נישט תשמ"ג
סאטמאר באשטייט ב"ה איר וועלטל אן תולדות אהרן און אן סקולען און אן שומרי החומות
אז סקולענער רבי באזוכט דעם רבין איז עס ס"ה א באנוס, אונז לעב מיר נישט אויף דעם, והראי' ווען ער האט נישט באזוכט, צו ער איז נישט געקומען אויף א חתונה האט מען עס אויך אראפגעשלינגען
סקולענער רבי (איך מיין נישט אים איך מיין זיינע שטוב מענטשן) האט אנגעהויבן צו קומען באזוכן דעם רבין, ווען זיי האבן געזען אז ס'קראצט אין די לינקע פאה ווען ער קומט נישט, והוא הדין תולדות אהרן.
האלטסט טאקע אז אונז האב מיר נישט געקענט אנגיין אן ר' יחזקאל ראטה? אונז זעמיר ממש אונטערגעגאנגען? א מכה!, ער איז ס"ה א באנוס.
ס'איז נישטא היינט קיין מחנה נישט היינט קיין עדה, בדרך הטבע וועט די עדה נישט צוריקבאקומען איר גלאנץ ווי אמאל, מען רייסט זיך ביי די קעפ פון אלע זייטן, וזהו, דאס איז עס, דאס איז א חלק פון די משנה אין סוף מס' סוטה.

און נעם דיך איין כלל אין קאפ אריין, אלע היינטיגע רבי'ס און רבנים זענען ווי טשעק'ס, איינער איז א מיליאן דאלער'דיגע טשעק, איינער איז א האלב מיליאן דאלער'דיגע טשעק און איינער נאך ווייניגער, דעקונג? האט כמעט קיין איינער, קיין איינעם קענסטו נישט אויפקעשן, ס'איז א וועלט פון פאליטיק, און יעדער טוט וואס אים איז גרינגער, און קיינער (כמעט) גייט זיך פאר דיר נישט צורייסן, קיינער גייט זיך נישט מטריח זיין פאר דיין כבוד.
אחד היה אברהם, תולדות אברהם יצחק רבי, ער האט דאס יא געטון, ער האט געטון א אקט וואס איך ווייס נישט אויב ס'איז דא נאך איינער וואס האט עס געטון אין די לעצטע 10 יאר אזא אקט, זאל מיר אונז זיך גיין צוזאמען שטעלן מיט זיינע שונאים? דאס פאסט פונקט גוט פאר די זאליס

תוקן על ידי וואלןסח ב- 19/05/2011 22:45:20

have_hope » 19/5/2011 22:45

וואס איז זיין כוונה מיט קימען 1 ביינאכט, אדער א האלבע שעה פארן זמן ערש"ק?
ווי אזוי ער שטעפעט ער דערמיט? און וואס פאר א פוינט וויל ער ארויסברענגן דערמיט?
און וועם שטעלט ער צופרידען דערמיט?

_________________

הולך_לבגץ » 19/5/2011 23:05


דאס קומען צו רבינו שליט"א נאכן באשטעלן א באזוך אויף 11 אזייגער איז דער קדוש מרחם אנגעקומען נאך 12, און מיט א תמימות'דיגע שמייכל האט ער זיך פארענפערט, דער שארמעשער האט מיר אויפגעהאלטן, היש לך ביזיון גדול מזו?

דאס איז תולדות הארון.

אגב
לגבי די לאנגע מגילה פון נעמען וואס די האסט אויס גרעכנט, די אלע האבן זיך מיט אונז געשלאגן, אבער זיי האבן נישט קיין אייגענע פאליטיק, ר' יחזקאל ראטה האט זיך געשלאגן, יעצט וויל ער שלום מאכן זייער פיין, ר' חיים לייב כ"ץ האט זיך געשלאגן, יעצט וויל ער שלום מאכן זייער פיין.

דא איז דא א פאליטיק, בו בזמן וואס תו"א האט געשטויסן און שטויסט עד היום הזה, האט תוא"י גמאכט א שריט וואס האט עם אפגעקאסט אסאך געלט און איך זאג עס מתוך ידיעה נישט מתוך סברה, יעצט אז א היימישער איד האט 1000 דאלער צו געבען פאר א מוסד אין א"י, דארף ער מדיני הכרת הטוב געבען פאר תוא"י די געלט.

תו"א דארף נישט אונזער געלט (כלשון גערעכט) זייער פיין, אונז געבען טאקע נישט, אונזער געלט וועט גיין פאר די וואס בעת ווען ר' יצחק איז געווען בעת צר און תוא"י איז געווען דער גלאנץ, יעדער איז געלאפן צו עם, ער איז געווען דער רשכבה"ג, ווען אין ליזענסק האט מען געמאכט מטבעות איז ער געווען צווישן טאהש מיט סעקולן, דעמאלס האט ער פארקוקט פון זיך און מחזק געווען ר' יצחק.

די שאדן דערפון בשעתו איז געווען, נישט א באזוך ביי רבינו הק' בעל ברך משה, נישט די זאלן אין צענטער פון שטאט, פאשקעווילן, בזיונות, אבער ער האט עס געטוען און אונז תלמידי רבינו טארן עם נישט פארגעסן די טובה.

און איך קען זאגן בפה מלא, אז ווען ער ברעכט זיך דעמאלס צום טעראר וואלט סאטמאר אנדערש אויסגעקוקט, משכנות הרועים מיט דושינסקי וואלטן נישט געקומען באזוכן רבינו שליט"א.

און לאמיר שוין נישט רעדן פון א שאדן פאר זיין גאנצע קהילה ווען אפרים שטערן האט יענעם יאר אראפ גענומען רוב מנין ובנין פון תוא"י משפחות נישט צו באקומען מער די חלוקה פון עונג שבת ויו"ט ערב פסח, א זאך וואס ביי עם אין קהילה האט עס געברענג א שווערע קלאפ.

און אדרבה, זאל דער בעל הארון איינמאל קומען דאווענען אין הופער, אדער מאכן א באזוך ביי ר' יצחק (אן לייגן א עד אין דער בלאט). דאס וועט אפשר מיינען איבערגבעטן, נישט אז מיינע שונאים וואס די האסט געבויעט שטויסן דיר, ווערסטו מיין חבר

have_hope » 19/5/2011 23:16

וואלןסח כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און נעם דיך איין כלל אין קאפ אריין, אלע היינטיגע רבי'ס און רבנים זענען ווי טשעק'ס, איינער איז א מיליאן דאלער'דיגע טשעק, איינער איז א האלב מיליאן דאלער'דיגע טשעק און איינער נאך ווייניגער, דעקונג? האט כמעט קיין איינער, קיין איינעם קענסטו נישט אויפקעשן, ס'איז א וועלט פון פאליטיק, און יעדער טוט וואס אים איז גרינגער, און קיינער (כמעט) גייט זיך פאר דיר נישט צורייסן, קיינער גייט זיך נישט מטריח זיין פאר דיין כבוד.
אחד היה אברהם, תולדות אברהם יצחק רבי, ער האט דאס יא געטון, ער האט געטון א אקט וואס איך ווייס נישט אויב ס'איז דא נאך איינער וואס האט עס געטון אין די לעצטע 10 יאר אזא אקט, זאל מיר אונז זיך גיין צוזאמען שטעלן מיט זיינע שונאים? דאס פאסט פונקט גוט פאר די זאליס




איך הער וואס דו זאגסט, עס איז א שטארקע פוינט

לעומת האלט איך, אז אויב מען גייט מיט תו"א, קען מען זיך היבש העלפן און ארה"ק,  בפרט און בני ברק

_________________

וואלןסח » 19/5/2011 23:46

ווי מער א תגובה אלס מער שטותים רעדסטו, אנטשולדיגט פאר די אויסדרוק

אפשר זאגסטו מיר וואס מען קען בענעפעטירן אין בני ברק דורך תולדות אהרן?
מיר האבן גרעסערע קשרים אין בני ברק ווי אים, און אלעס האט זיך אויפגעהאלטן צוליב די עדה וראשי', וואס קען תו"א צולייגן?

have_hope » 19/5/2011 23:49


און טאקע דאס האב איך פריער געשריבען

ווייל די עדה איז היינט די גרעסטע שטער סיי פאר אונז, און סיי פאר תו"א

אויב די דריי גרעסטע היימישע קהילות  און ארה"ק דושנסקי, תו"א און מיר די ארונים נעמען זיך ווען צוזאם, קען מען צומאלען די איצטיגע הנהלה פון די עדה, און עס אנהייבן פון דאס ניי, און כהאב עס פריער ברייט מסביר געווען



רבני העדה, האבן מיר אויף אונזער זייט, מער ווי די זאליס האבן,
עס איז נאר די הנהלה, וואס שלעפט די עדה מער צו די זאליס, און דאס קען ווען זיך יעצט טוישען, ווען נישט מיר האבן ווען א אבליגעשין צו תוא"י







תוקן על ידי have_hope ב- 19/05/2011 23:59:42

have_hope » 20/5/2011 00:03


און נאך א פוינט, די עדה איז יעצט אויפן שוואכסטען שטאפעל ווי עס איז נאר אמאל געשטאנענן
צוליב די שעררי' ביי די שחיטה אפטיילנוג, ווי עס איז שוין געווען באריכטעט,

עס פעלט נישט אויס קיין סאך אז עס זאל ווערן פינקט אזוי רעלעווענט ווי די התאחדות הרבנים
לדעתי גייט עס תו"א סיי ווי טיען פריער אדער שפעטער, און זיך אפלאזן פון די עדה, פינקט ווי מיר האבן זיך אפגעלאזט פון התאחדות הרבנים

_________________

וואלןסח » 20/5/2011 00:06

די הנהלת העדה וועט זיך טוישן ווען די הנהלת התאחדות הרבנים וועט זיך טוישן, ס'איז ביידע צוויי קאראפטירטע קאמפאניס (נישט ח"ו די רבנים) וואס רוב רבנים הגם זיי שטייען מיט מיט אונז וועלן זיי נישט עפענען קיין מויל צו טון עפעס, ווייל ס'איז נישט באקוועם, און ווי פריער דערמאנט מיט די טשעק

תימענער » 20/5/2011 11:45

איך מיין אז ווער עס רעדט זיך איין  אז די רבנים פון די עדה שטייען מיט אונז לעבט אין א גרויסן טעות ובראשם דער גאב''ד  וואס ער איז אויסגעשפראכן נישט קיין ידיד (שיין גערעדט) פאר סאטמאר , א חוץ דער ראב''ד שליט''א  וואס איז יוא א ידיד אמת פאר אונז, און די זעלבע טעות מאכט מען ווען מען זאגט אז קהילת ''דושינסקי'' זענען ידידים פאר סאטמאר לא מיניה ולא מקצתיה זיי זענען אלע יאהרן געווען פון אונזערע נישט ידידים .

FiveBoro » 20/5/2011 12:21

צו וואס חלומען מיטן פעדער?

לאעליכם » 20/5/2011 18:38

מ'זעהט אז די עדה וויל זיך אביסל צו'חנפ'ענען פאר תו"א.

אויפן דעקל פון די "דורות" אפטיילונג פונעם גליון "העדה", איז די וואך דא א גרויסן שיינעם בילד פונעם תולדות אהרן רבי שליט"א ביי זיין גרויסע הדלקה ל"ג בעומר אין מירון

אזוי אויך ביי די שערורי' מיט די כהנים אין מירון האט זיך די עדה מער ווייניגער צוגעשטעלט צו תו"א. און תוא"י איז געגאנגען עקסטער מיטן בויען דעם נייעם וועג כיפין ע"ג כיפין

ויואמ_אמת » 20/5/2011 19:29

מ'האלט דא ביי 6 בלעטער אנגעפירקלט מיט אפענע דמיונות אין האלבע שקרים, דער טענה'ט אז ער באלאנגט פאר די ארונים אין ער גיבט גיטע עצות (!) אין דער טענה'ט אז ער באלאנגט ביי די ארונים אין נישט ביי תולדות אברהם יצחק אין פאר א נויט איז אפילו דער תולדות אהרן'ער ניק געווארען א ארוני, די שפילער שפילן גיט פאר איינעם וואס האט ווייניג שכל, אבער אז מ'קוקט גיט זעהט מען אז די הויפט ניקס דא האבען א פריוואטע אגענדע איינער מיינט תולדות אברהם יצחק איינער מיינט תולדות אהרן אין איינער מיינט די זאלונים (בלשון סגי נהור)
זאל מען זיי לאזען דמיונון אין חלומ'ן אז אויף היידפארק פירן זיי די וועלט ווייל דער מנהל גיבט זיי רשות כתיבה, די אשכול האט מער שקר ווי אמת אין כ'וואלט געזאגט אז רוב פין די שרייבער דא זענען נישט קיין ארונים.

סאטמארבילד » 20/5/2011 19:29


דער רעדאקטער פון דעם העדה איז א חסיד פון תו"א, און דאס האט קיין שייכות מיט די רבנים.

בנוגע די מכתב, תו"א איז א גרעסערע קהילה און אזוי ווי ביים פסק דין תשנ"ז איז די עדה געגנגען מיט תו"א שלא בצדק ווייל זיי האבן א מאכט, אזוי אויך אויך מירון האבן זיי געוויסט אז טאמער קומט ארויס א איסור קענען זיי פארמאכן די עדה, ווייל תו"א וועט ארויס גיין פון די עדה.

און דערפאר האט עס גענומען א יאר ביז די בריוו איז ארויס געקומען.

אבער דאס אלעס האט גארנישט קיין שייכות מיט אונז סאטמאר חסידים, צו שטיצן די וואס האבן אונז א טובה געטוען, און נישט שטיצן די וואס האבן געמאכט און מאכן לצינות פון אונזער רבי'ן טאג טעגליך

have_hope » 20/5/2011 20:16

''



תוקן על ידי have_hope ב- 20/05/2011 20:21:39

have_hope » 20/5/2011 20:20

ויואמ_אמת כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

מ'האלט דא ביי 6 בלעטער אנגעפירקלט מיט אפענע דמיונות אין האלבע שקרים, דער טענה'ט אז ער באלאנגט פאר די ארונים אין ער גיבט גיטע עצות (!) אין דער טענה'ט אז ער באלאנגט ביי די ארונים אין נישט ביי תולדות אברהם יצחק אין פאר א נויט איז אפילו דער תולדות אהרן'ער ניק געווארען א ארוני, די שפילער שפילן גיט פאר איינעם וואס האט ווייניג שכל, אבער אז מ'קוקט גיט זעהט מען אז די הויפט ניקס דא האבען א פריוואטע אגענדע איינער מיינט תולדות אברהם יצחק איינער מיינט תולדות אהרן אין איינער מיינט די זאלונים (בלשון סגי נהור)




קיינער מיינט נישט אז פון היידפארק פירט מען די וועלט, אדער אז און היידפארק קען מען געבן עצות, פאר דריי סיבות

1}ווייל היידפארק איז פאר אינטערטעמענט אנלי, קיין שום ערענסטע דיסקאשען ווערט נישט געפירט דא

2}עס איז א פלאטץ ווי רבי ינוה און האנדא זענענן די מערסט ארויפגעקיקטע שרייבערס, כאטש אז יעדער ערוואסקסענער - נישט המספיק קאנסומער - עקלט זיך פון די וועג און דימינות וואס זיי שרייבען, עיין ערך ראפפאגש, שמשון יענקל, ועוד

3}פינקט ווי עס איז דא דור דור ודורשיו, ד.ה. אז יעדע דור האט זיינע מנהיגים, אזוי אויך איז דא דור דור וראשיהם,
ליידער איז סאטמאר באוויסט, אז יעדע  דור באוויינט די וואס זענענן געשטאנען ביים שיסעל אדער ביים רידער א דור בעפאר, מען קען אנפילען גאנצטע וועבסייטס מיט מעשוית קעגן די וואס זענענן געווען ביין רידער און באי ביתו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע זצ"ל, און טאקע דא איז מען כסדר אויך ביזי צי האקען קעגן עזריאל גליק וחביריו, און מען קען אנפילען גאנצטע ביכער קעגן די וואס זענענן געווען באי ביתו ביים ברך משה זי"ע זצ"ל, און בפרט דעם רשע המפרוסם, משה פר"ם, יעדער ביי אונז האט דרשות און עפיזאדען וואס עס איז פארגעקימען ביי אונז פון תש"מ ביז תשנ"ח, וואס עס איז געווען א דירעקטע תוצאה פון משה פר"ם, און מען וואנטשט זיך הלוואי עס וואלט ווען נישט געשען, אבער און פאקט איז עס יא געשען, און אלעס איז געווען א תוצאה פון יענע באי ביתו פינעם ברך משה זי"ע, און ליידער זעט מען שוין, ווי אזוי מען וועט קענענן זאגען די זעלבע א דור ארום, אבער יעצט וועט נישט זיין פינעם גבאי, ווייל ער איז אבסלוט נישט עומד בראש, נאר אנדערע ראשי קהלה, און מען קען זאגען אשריך מנחם גרשון וכת דילה וואס זיי ראטווען נאך אביסל די כבוד פון סאטמער, דארפאר איז נישט צו ערוואטען אז עס איז שייך צי געבן עצות אויף היידפארק, ווייל עס איז מכה אשר לא כתובה  אז מיר זענענן כפוף צו קאפריזען פון די עומדים בראש, און זאכען וועלן זיך סיי ווי נישט טוישען,

א קליינע דוגמה, איז די סידור קידושין אישו, 60 פראצענט סאטמער זאגט שוין היינט, הלוואי ווען מען הערט זיך ווען צי ר' געציל און אנדערע קליגע אידן, און מען הייבט ווען נישט אן די קאמף. נאר מען ערקלערט ווען גלייך, אז וויבאלד אז עס איז זיכער נישט און גלילות קען מען גארנישט טיען, און אנשטאט האט מען געפענט א פארלוירענע קאמף. מבזה געווען רבינו שליט"א איבעראל אז ער איז נישט בעה"ב ביי זיך און שטאט, בשעת ווען טאון אוו וואדברו איז ניטאמאל קר"י, און וואס האט מען היינט דערפון?? אז די זאליס קענענן שוין יעצט עפענענן זייער זאל אויף לארקין, און בקרוב ממש, וועט זיך דוד עקשטיין מאכען א חשבון, אז עס איז א שאד צי ספענדן די טיניט, צו אדווערטייזען יעדע איינציגע בני יואל חתונה, און די סידור קידושן אישו וועט מען לייגען או דער זייט און איין פאלדער מיט די דרשות קעגןקאשוי און באשלידיגען.............................. אז אדער זיי זענענן שולדיג און די דורכגעפאלענע מערכה







..





תוקן על ידי have_hope ב- 20/05/2011 20:36:08

ויואמ_אמת » 20/5/2011 20:27

דער העוו האופ דארף זיין היבש קליינקעפיג ער שפילט זייער נישט גיט, איינער האט שוין לאנג דא אויפגעמערקט פארוואס יעדע שטיק צייט קומט ארויף א פרישע זאלונישע ניק צו שפילן ארוניש, משא''כ די ארונים וועט קיינמאל נישט בייפאלען אזא נערישע בייפאל, ווייסט איינער וואס איז פשט דערפון? קענען זיי נאר שקר?

טאטלע » 20/5/2011 20:28

העוו האופ איר האט זייער שנעל גפעילד די טעסט

הולך_לבגץ » 20/5/2011 20:30

די מפה פאר כהנים אין מירון
[בילד – נישט אפגעהיט]

have_hope » 20/5/2011 20:34


הולך לבגץ

תו"א האט א אנדערע מפה, דאי איז געמאכט געווארען דורוך תוא"י

קיין שום מאפע איז נישט באגלייבט, מען דארף ווארטען אויף די פיקטטשערס, צו זען וואס עס איז טאקע געטיען געווארען, און ווי די כיפן על גבי כיפין גיאיז געמאכט געווארען, לויט מיין אינפערמאציע, איז עס אויף א נייע וועג, נישט אויף די אלטע דרך מהדרין


_________________

ויואמ_אמת » 20/5/2011 20:46

טאטלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
העוו האופ איר האט זייער שנעל גפעילד די טעסט


געב אים אפאר טאג ער קומט מיט א פרישע ניק

have_hope » 20/5/2011 23:16

 

מיינוגס פארשידענהייטען איז אייביג געווען ביי כלל ישראל, און בפרט ביי סאטמער, {עס איז דא די באקאנטע ווערטעל, אז ווי עס איז דא דריי אידן באנאזאם, דארט איז דא פיר מיינוגען}

והא ראיה פון די אויסגאבע "דער בלאט",  איך גלייך עס צו קויפן און איך ליין עס א יעדע וואך, לעומת זה, האב איך חברים וואס זיצען צוזאמען מיט מיר בי שלוש סעדות ביים רבין, און זיי גלייכען נישט דער בלאט, וועט דען איינער זאגען אז יענער איז א זאלי, ווייל ער גלייכט נישט די בלאט?, אדער אז איך בין א שטערקערע ארוני, ווייל איך ליין עס יא?? ניין! נאר וואס דען? איינער האט ליעב ארענדש און איינער האט ליעב עפל, און עס איז נישט קיין שום סתירה, און עס איז נאך נישט טייטש דערפאר אז די אנדערע איז נישט גוט, און עס איז גיט באקאנט, אזא א שטיק צייט צירוק, האבן טייל פון די הנהלה און וומסב"ג געוואלט האבן א קאנקערונט צום "דער בלאט", זענענן זיי געווארען זאליס דערמיט? ניין! ווייל און אזא גרויסע קהלה מוז נישט יעדער זיין איינשטומנוג מיט יעדעם, און דאס געפינט מען שוין און די תורה, יפקוד השם איש על הרחות

 

די מיינוגען וואס איך שרייב דא בדרך כלל, איז דאס וואס איך רעד ווען איך האב איבריגט צייט ביי קראה"ת ביים דאווענענן ביי רבינו שליט"א און ביי שלוש סעדות, און לויט די אפשאצונג פון מיר און מיינע חברים, איז דאס די מיינוג פון איבער א דריטל סאטמער, איך האף אז מען גייט נישט זיי נישט אלע אפסטעמפלן אלץ זאליס, ווייל אויב יא, וועט די רבי זיצען מיט זייער אסאך זאליס ביים טיש

איך קען גראדע פארשטיין א מהלך, אז אפילו אויב מען האט טענות אויף א סיסטעם, ליפערט מען עס נאך נישט אויס און פובליק, אבער און דעם איז אויך דא מיינוגס פארשידענהייטען



תוקן על ידי have_hope ב- 20/05/2011 23:21:24

לאעליכם » 22/5/2011 03:49

איך בין הונדערט פראצענט איינשטימיג מיט דיר לגבי די סידו"ק מערכה, עס האט בכלל נישט אויסגעפעהלט, און אונז נאר מבזה געווען קבל עם ועולם!

נעקסטיים דארף מען שטעלן ביים רודער אביסל קליגערע מענטשן ווי קר"י קעפ...

FiveBoro » 22/5/2011 22:05

have_hope כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א קליינע דוגמה, איז די סידור קידושין אישו, 60 פראצענט סאטמער זאגט שוין היינט, הלוואי ווען מען הערט זיך ווען צי ר' געציל און אנדערע קליגע אידן, און מען הייבט ווען נישט אן די קאמף. נאר מען ערקלערט ווען גלייך, אז וויבאלד אז עס איז זיכער נישט און גלילות קען מען גארנישט טיען, און אנשטאט האט מען געפענט א פארלוירענע קאמף. מבזה געווען רבינו שליט"א איבעראל אז ער איז נישט בעה"ב ביי זיך און שטאט, בשעת ווען טאון אוו וואדברו איז ניטאמאל קר"י, און וואס האט מען היינט דערפון?? אז די זאליס קענענן שוין יעצט עפענענן זייער זאל אויף לארקין, און בקרוב ממש, וועט זיך דוד עקשטיין מאכען א חשבון, אז עס איז א שאד צי ספענדן די טיניט, צו אדווערטייזען יעדע איינציגע בני יואל חתונה, און די סידור קידושן אישו וועט מען לייגען או דער זייט און איין פאלדער מיט די דרשות קעגןקאשוי און באשלידיגען.............................. אז אדער זיי זענענן שולדיג און די דורכגעפאלענע מערכה 


העוו האופ איז שטראק אומצופרידן פון די "חשד" וואס מהאט אויף אים ארויפגעשמורט אז ער איז א פארטיי-שפילער, אין די צייט וואס ער האט בלויז "מיינונגס פארשידנהייטן" מיט געוויסע "היידפארק שרייבער", זאת ועוד, רוב היימישע אידן זענען מיט די טעמעס אזוי ווי אים.

אלזא לאמיר נעמען פון איין שטיקל 4 פאקטן, מעשי ידי אומן פון העוו האופ, און דערנאך וועלן מיר באשליסן ווער עס באצאלט אים די געהאלט:

----------

1) "הלוואי ווען מען הערט זיך ווען צי ר' געציל און אנדערע קליגע אידן, און מען הייבט ווען נישט אן די קאמף".

אויב זענט איר א תושב קר"י, א היימישער איד , וואלט איר געוויסט אז בלויז איין איד אין קרית יואל האט געוואלט פארשווייגן די זאך. ער הייסט דוד עקשטיין.

דער וואס האט אים באוואויגן אז דאס צו איגנארירן איז אומדערהערט עפ"י תורה, דאס איז הגאון הגדול דומ"ץ קר"י שליט"א. (דער קר"י'ער דיין'ס מיינונג איז געווען, אז יעדער וואס גייט צו אזא גע'אסר'טע חתונה, זאל נישט קענען האלטן זיינע קינדער אין די סאטמארע מוסדות!)

----------

2) וויבאלד אז עס איז זיכער נישט און גלילות קען מען גארנישט טיען.

אזוי זאגט העוו האופ, און ווער נאך? רוב אנ"ש. מיר הערן וואס איר זאגט...

1) די הלכה זאגט אנדערשט. 2) איך ווייס באמת נישט צו א דריטל בני יואל האלט אזוי...

----------

3) אנשטאט האט מען געפענט א פארלוירענע קאמף.

דהיינו? דאס אז מער ווי האלב בנ"י\זאליס מאכן היינט חתונה אין מאנסי\וומסב"ג, דאס איז א דורכפאל?

על כגון דא אמרו, מיט אזאנע דורכפעלער, ווער ברויך געווינסן.

----------

4) די זאליס קענענן שוין יעצט עפענענן זייער זאל אויף לארקין.

אצינד גיט א דריי מיטן פינגער: ווען עס זאל ווען פארשוויגן ווערן די פסולע חתונות, און גאנץ בני יואל וואלט דארט חתונה געמאכט, וואלט די לארקין זאל מיטאמאל געקענט אין באטראכט קומען. אצינד אז מען האט דאס געאסרט מיט א מערכה, און רוב שונאים ווילן נישט חתונה מאכן דארט, און די זאל אייגנטומער וויינען אויפן טאג וואס זיי האבן דאס געעפנט, אצינד איז שוין לארקין דא מיט א גרין לייט אויף "בקרוב ממש".

----------

אונזער טייערער חבר, איר זענט בארעכטיגט צו שרייבן וואס איר ווילט, און שפילן צו וועלכע פארטיי איר באגערט, אבער: נישט נעמען צום הארצן ווען מען אנטדעקט אייך. ס'איז א העכסט נארמאלע זאך.

הצלחה אויף ווייטער, ידידך FiveBoro.

have_hope » 22/5/2011 22:37


fiveboro
דשאסט פאר די רעקארד, דער דיין האט ניטאמאל געזאגט וואס מען האט געוואלט הערן פון אים, דו ווייסט עס, איך ווייס, און יעדער ווייסט עס, און עס אינטערסאנט וויאזוי דו פראבירסט דא אויף היידפארק איבערצומאכן היסטאריע

פרט על הכלל כילו יצא, אז די ביסט נישט גערעכט מיט דיין תגובה

וואלןסח » 22/5/2011 23:19

העוו האופ
האסט נאך האפענונג, האנדל דיך איין א נייע ניק, ווייל מיט די ניק האסטו שוין פארשפילט

וואס דער דיין האט געזאגט ברבים איז אירעלעווענט, במציאות איז ער געווען דער וואס האט געזאגט אז מען זאל עס נישט פארשווייגן.
און דאס וואס די שרייבסט אז יעצט קענען שוין די זאליס עפענען לארקין קאסט א לאך
ווייל מיר געדענקן נאך ווען פאר א יאר האבן זיי געשוואוירן אז אויף סיון תש"ע איז די זאל אפן, און מיר האלטן שוין א יאר שפעטער

יעצט א זייטיגע נקודה למחשבה אזוי מענינא דיומא
ס'איז לעצטענס נתחדש געווארן א מעשה אז די רבי ז"ל זאל האבן געזאגט אויף א ווארט פון מהרי"ץ דושינסקיא וועגן ל"ג בעומר אין מירון, זאל דער רבי האבן געזאגט אויף זיך כהאי לישנא "איך וואלט ווען אויך נישט געדארפט דארטן גיין" כאילו דער רבי זאל האבן נתחרט געווען אויפן גאנצן פארן קיין מירון צו רבי שמעון.
איך גיי נישט דא אריינגיין אינעם עומק הענין אבער סתם א נקודה
לו יהא אז די מעשה איז אמת, וואס לויט דעם קומט אויס אז דער רבי האט געהאלטן אז מען טאר נישט פארן קיין מירון אויף ל"ג בעומר, בנוסף וואס דער רבי האט געהאלטן אז מען טאר נישט פארן קיין א"י (א מקור בכתב ביטע?), קומט אויס אז כהיום יום ווען 60 70 פראצענט סאטמארע אידן (פון אלע דריי פראקציעס) פארן אדער זענען שוין געפארן ל"ג בעומר קיין מירון, קומט אויס אז דער רבי האט באנקראטירט ח"ו?

צוריק צום נושא

have_hope » 22/5/2011 23:30


בנוגע פארען אויף מירון,

מי לנו גדול כרה"ג ר זלמן לייב פליעפ שליט"א, וואס פלעגט כמעט יעדעס איינציג יאר פארען אויף מירון
איצט ווען זיי מאכען אזא טראסק "קעגן" פארען אויף מירון, בלייבט נאר איבער זיך צו וואנדערן, וואס זיי האלטן באמת, אויב טאר מען נישט פארען, פארוואס איז די דיין אלע יארען געפארן,? און אויב מעג מען יא פארן, וואס פשט פון די אלע כרוזים יום יום??

_________________

היראים » 22/5/2011 23:38

העוו האופ
ברענג ארויס וואס נאך קרענקט דיר

כ'פארשטיי דארפסט דיך אריינשלעפן צו רוב פין די זאלי קאזינס חתונות ביז מאנסי אדער וומ''ס ווייל נאר די זשיהאדס ווילן דערווייל ניצן די יום החופה פין אייגענע קינדער צו שפילן מיט פייער, טראץ וואס א חתונה אין בני יואל קען מען האבען כמעט בחינם....

אבער פין פאליטישע שטאנפוקנט האט יעדער געשריגן מ'זאל נישט אנהייבן די מערכה
דער דיין שליט''א וועם רביה''ק - דער מיסד העיר האט געשטעלט אלס פוסק אויף די שטאט, האט אבער געפילט אן אחריות אין ארויס מגדרו אין מרעיש עולמות געווען אז מ'דארף טוהן וואס די תוה''ק פארלאנגט ע''פ פסקו פין רביה''ק ז''ל מיסד העיר ומרא דאתרא
אויף וויפיהל די תורה'דיגע מערכה זאל נאר האבען אויפגעטוהן איז עס א רחניות'דיגע געווינס,




היראים » 22/5/2011 23:39

have_hope כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

בנוגע פארען אויף מירון,

מי לנו גדול כרה"ג ר זלמן לייב פליעפ שליט"א, 

_________________



זיין ברודער - ענקער פוסק מנשה פילאפ פין די צייטונג אין דער איד......

have_hope » 22/5/2011 23:42

אברהם פרוליך
FiveBoro כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
מלך_מלפים, איך זעה יעצט אז די סייט "ככר השבת" האט אויך צוגעטראפן צום שקר פון בחדרי וואס איז אויסגעטראכט געווארן למפרע כדי צו געבן שטאף פאר די ארונים. האבן זיי אויך געמיינט אונז? אדער זיי האבן אייגענע פריוואטע חשבונות מיט פרויליך:



און נאכמער, איינער פון די מגיבים דארט האבן אויך מכוון געווען מדעתא דנפשיה אז פרויליך איז פון די הויפט קנאקערס ביי די טעראריסטן:

שהסיקריקים האלו ובראשם פרויליך וקלמנוביץ חולי הנפש ומוגי הלב ...



און חמת הדת די וואך, רימען זיי שטארק אויס פרוליך אלץ די שליח פון די קנאים און די ערליכע אידן און ירושלים

ווער עס גיט ארויס "חומת הדת" דארף מען דא נישט דערציילען, זעט אויס אז זיי האבן נישט געוויסט די נייעס  ביים ארויסגעבן די גלוין די וואך

_________________

בלאט: 1 2 3