היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעקינג: FDA ווארענונג: נישט טרינקען געזאלצענע GOLDEN FLOW מ...

ברעקינג: FDA ווארענונג: נישט טרינקען געזאלצענע GOLDEN FLOW מ...

26 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2879925

גוטזאגער » 22/2/2011 21:26

ברעקינג: FDA ווארענונג: נישט טרינקען געזאלצענע GOLDEN FLOW מילך
איך האב פריער באקומען א מעלדונג פון קראנטע קוועלער אז די FDA האט ארויסגעגעבן א הארבע ווארענונג נישט צו טרינקען קיין גאלדען פלאו מילך.

נישט קיין רויטע (WHOLE FAT)
און נישט קיין בלויע (SKIM MILK)

מען זאל זיכער מאכן אז מען גיט עס נישט פאר קינדער צו  טרינקען, ביז די קומענדיגע מעלדונג.

פרטים יבואו


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/02/2011 03:43:54

גוטזאגער » 22/2/2011 21:32

די FDA איז פריער דארט געווען און אפגעשפארט זייער פלענט הער איך.

איך הער אז עס האט זיך דארט אריינגעכאפט אין די מילך זאכן וואס טויג נישט. איך ווייס נאך נישט גענוי וואס.




פרטים יבואו

גוטזאגער » 22/2/2011 21:42

די גאלדען פלאו מילך סימאבל, פון וואס אכט צו געבן.


[בילד – נישט אפגעהיט]

גוטזאגער » 22/2/2011 21:46

דאס איז די בילד פון די בלויע גאלדען פלאו מילך

[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 22/2/2011 21:53

נו ווער האט עפעס מער אינפאו גאלדען פלאו?

חמירא סכנתא מאיסורא זאגן חז"ל, ס'איז נישט קיין וויץ

האורח » 22/2/2011 23:15

פאר סאם ריזאן שמעקט מיר די גאנצע אשכול דא ווי א פראדוצירטע מעשה. אן א מקור, מ'ברויך איהם נאר צו גלייבן ווייל ער שרייבט דאך די ווארט "קראנטע".
דאס אז ער ברענגט בילדער כאילו מענטשן קענען האבן א טעות וועלכעס ס'איז גאלדן פלאו, מאכט מיר נאך מער חושש זיין אז דאס איז סתם א שם רע פון א קאמפאטישאן אדער אומפארגינער.
טאמער אלץ סכנה, וואלט דאס קול מבשר גלייך געמאלדען....

מלך_מלכים » 22/2/2011 23:42

די זאליס האבן עס אונטערגעשטעלט, אלעס ווען רזל"ס קאמפאניע לב, סתם רשעים.

גוטזאגער » 22/2/2011 23:50



איך בין געוואויר געווארן אז אין די מילך פון גאלדען פלאו איז עפעס אריינגעפאלן ביי מיסטעיק א געפערליכע הויכע מאס "זאלץ", ממש מסוכנ'דיג, און די FDA איז זייער באזארגט איבער דעם געזונט פון די קאנסומערס.

עס איז נישט קיין וויץ און  מ'קען עס זעהן און שפירן.

זעהן:
אויפן לעיבל פון גאלדען פלאו מילך זעט מען אז יעדע גלאז מילך אנטהאלט שרעקליכע 130 מיליגראם זאלץ (סאודיום).




[בילד – נישט אפגעהיט]די טעם דערפון איז אויך געפערליכע זאלציג, אז יעדער וואונדערט זיך אויפן דעם עקלדיגן טעם פון די גאלדען פלאו מילך, ס'איז ממש מים סרוחים. זאלצ-מילך !

געוואלד און געשריגן: 130 מיליגראם זאלץ אין יעדע גלעזל מילך ???????????????????


גאלדען פלאו זאלץ-מילך, איז נישט צום טרונקען. עס איז "מלוחים מאוד מאוד מאוד מאוד. !


ביטע: נישט טרונקען גאלדען פלאו זאלץ-מילך !!!! 






חָלָב-מלוחים מאוד !

מלך_מלכים » 22/2/2011 23:54

איי פיל יור פעין, גוט זאגער [בילד – נישט אפגעהיט]

גוטזאגער » 23/2/2011 00:02

מיין פעין. דו מיינסט מיין לאך.

איך קוק צי ווי ענקער רע-בנים זענען זיך מגלה לעיני השמש. אז הרב מארגנשטערן שטעלט זיך אהער ווי א נחום ראזענבערג, איז מיין גרעסטע נחת !

מיין נעקסטע WISH איז אז מהרז"ל מיט זיין פורים בית דין זאלן אויך שרייבן דעם ליגענט !

זאל די וועלט זעהן מיט די אייגענע אויגן און שפירן ענקער נארישע ליגנט וואס וועט ענק פירן טיפער און טיפער און טיפער !


נאכאמאל זאג עס איבער מיט מיר, הויך און קלאר:
מילך מלוחים מאוד ! 130 מיליגראם יעדע גלעזל ! WOW !


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/02/2011 03:34:29

מלך_מלכים » 23/2/2011 00:09

טייערער גוטזאגער, עפען אויף דיין זכרון, ווער האט געהאלטן א דרשה ברבים פאראיאר חוהמ"ד פסח אין געזאגן אז עפעס א מצה פון עפעס א קהלה איז געשניטן געווארן נאסערהייט, געדעקסטו אפשר ווער עס איז געוועהן? מיט וואס איז יענער רבי א קלענערע נחום ראזענבערג פון לויפער?

גוטזאגער » 23/2/2011 00:18

קענסט מיר ברענגען פרוף אז נישט.

איך האב פרוף אז יא !

ענקער ווייץ איז לויט'ן רשב"א חמץ גמר (ווי דער חתם סופר נעמט אן). נישט לויט א שארמאשער !
מצומחות איז א דאורייתא ברידער, האסט פארשטאנען.

יעצט צוריק צו די מילך-סרוחים... [בילד – נישט אפגעהיט]




פארדריי נישט דעם סובדזשעקט ביטע.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/02/2011 03:35:13

האורח » 23/2/2011 00:18

גוט זאגער פאר דעם קומט דיר טאקע א [בילד – נישט אפגעהיט] האסט געהאלטן דעם עולם געשפאנט! 
מילך מלוחים אדער מלך מלכים אדער מיינט דאס די זעלבע....

מלך_מלכים » 23/2/2011 00:25

גוטזאגער » 23/2/2011 00:38

מלך/מילך אדער מלח.... אלעס איינס ! קרעפ!

גוטזאגער איז נישט קיין קווינס תלמיד. און דיינע שאנסן אוועקצופירן די נושא וועט נישט געראטן.



יעצט צוריק צו די מילך-סרוחים... [בילד – נישט אפגעהיט]
פארדריי נישט דעם סובדזשעקט ביטע. דא רעדט פון זאלציגע מילך, וואס פארמאגט 130 מיליגראם זאלץ (סאודיום)

און יעדער שפירט אז מ'קען עס נישט אין מויל נעמען... זאלציגע נוסלעך.. מים מלוחים מאוד !

שקר מיט שלימזל
שארמאש מיט מהרז"ל. א פאר וואס באשטייט פון א שקרן א שוטה !


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/02/2011 03:36:20

מלך_מלכים » 23/2/2011 00:40

הדא הוא דכתיב "איי פיל יור פעין" מאנרא בחור'ל

גוטזאגער » 23/2/2011 00:51

דער שארמאשער שקרן שרייבט אויף מצות וואס האט לויט דעם שקרן לויפער 36 מיליגראם סאודיום איז ס'איז "מלוחים מאוד".

יעצט וואס זאגסטו צו א גלעזל מילך וואס איז 136 מיליגראם זאלץ????

[בילד – נישט אפגעהיט]
חָלָב-מלוחים מאוד !





תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/02/2011 03:37:57

apnews » 23/2/2011 19:50

איך גיי נישט יעצט אריינגיין איבער די שאמאשער רב'ס פסק, אבער אויב איז ענק אזוי אנטערעסאנט די פסק, איז מיין קושיא ווי זענט עטס געווען לעצטע יאר חוה"מ פסח ווען ר' אהרון האט בערך אזוי ערעדט אויף די לאנג איילענד ווייץ, איי וועסטו זאגן אז עס איז לויט די רשב"א חמץ גמור, אויב אזוי ווי האט עטס אליינס געקענט פון דארט נעמען, און נאכמער פארוואס האט טעללער מיט סימאן געמוזט  ארומדרייען ווי 2 מטורפים וואדס די רבי האט געמיינט מיט די דרשה, א שאד זיי האבן נישט געהאט דארט גוטזאגער וואלט די גאנצע שמועס נישט אויסגעפעלט,

גוטזאגער » 23/2/2011 20:30

מ'קען זיך נישט קריגן איבער א מציאות צי די אריזאנא מצות איז זאלציג אדער נישט.
איך עס די מצות די לעצטע 3 וואכן און עס איז געשמאק, קיין טראפ זאלץ שפירט מען נישט. און דאס האב איך באשטעטיגט מיט יעדן וואס האט עס געקאסט.

אלזא, אויב דער שארמאשער שרייבט מלוחים מאוד, איז ער א שקרן !
א שקרן + א טיפוש עצום ונורא. נחום ראזענבערג סטייל.

יעצט צוריק דעם ענין פון מצומחות.
קיינער לייקענט נישט אז די ווייץ פון לאנג-איילאנד האט מצומחות. מ'דינגט זיך נאר צי ווערט עס בטל אדער נישט.
דער רשב"א זאגט אז נישט. רב שרירא גאון, זיין זון רב האי גאון האבן אנגענומען להלכה אז "יבש ביבש ווערט נישט בטל".

דאס מיינט אז ווער עס האט איין ווייצעל מצומחות אין די מצות, איז עס חמץ גמור. (נאכאמאל, רב האי גאון איז נישט ר' יואליש שארמאשער, מאך נישט דעם טעות ביטע).

יעצט אזוי, ווען ס'איז נישט געווען קיין ברירה, האט מען אנגענומען אלע סארט צירופים מתיר צו זיין.
אין לאגער האט מען געגעסן מצות (ווער עס האט געקענט) וואס איז געווען נאך שוואכער, אבער די תורה איז געגעבן געווארן לבני אדם, ולא למלאכים.

אצינד, אז דער בוכ"ע האט צוגעפירט אז דער חשוב'ער אינגערמאן א תלמיד חכם ויראש שמים מרבים ר' יצחק יעקב כייעם האט אנגעהויבן צו טאן דערין, און ער איז האט ב"ה געזען געוואלדיגע הצלחה - האט זיך דער אחריות'דיגער סאטמארער רבי צוגעשטעלט צו אים. (עס איז נישט דער קרעדיט פון סאטמארער רבי, נאר פון יצחק יעקב כייעם).

די פארשימעלטע זאליס האבן אבער געזען אז די ארונים נעמען עס, מוזן זיין דאך זיין פינק-קאפויער, און מיט זייער אפגעפליקטע פורים לישקע פון אמעראצים, בורים ורועי בקר, האבן זיי זיך גענומען ארויסגעקומען מיט איסורים וחרמות פון פינגער געזויגן, מיט דעם הילף פונעם קעניג פון די בלאפער אברהמה'לע לויפער בעל מתי שוא, און מיטן שארמאשער.

מ'קען זיך דינגען צי די מצות האט יא סאודיום אדער נישט סאודיום... איין לעב וועט זאגן 36 מיליגראם, איין לעב וועט 42 מיליגראם, אדער 7 מיליגראם סאודיום דאס גייט נאך אריין אין מיין קליין קעפל.

אבער צו זאגן אז די מצות זענען מלוחים מאוד, זאגט מען שקר ! און מען צייגט פאר אלעמען וואסערע טפשים איר זענט.

לאמיך נישט ענדיגן מיט דעם:

דער ליגענט מיט די סאודיום איז דער 45'סטער ליגענט.
פון גלוטען, מדבר, טל, סווימינג פול, איינגעבויגן, וועלגער-העלצער, אייזערנע-שטאנגען ביים וועלגערן, סאודיום, איז אלעס איין קייט פון שקר + שקר + שקר + שקר !

דאס מאכט ענק פאר נידריגע, ביליגע און נארישע שקרנים !




נאך א וואונדער אז דער פאפא'ער רבי האט ענק ארויס'געזרק'עט מיט בזיונות...


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/02/2011 03:41:49

rebyankel » 23/2/2011 22:21

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דיין הייליגע שפראך האסטו זיך מסתמה געלערענט ביי דיין רבין, אבער ביסט נישט גערעגט, אמת?  איך הער.אגב, איינער קען מיר אפשר מסביר זיין פארוואס עס פעלט אויס צען אשכולות אויף איין משוגענעם לויפער? [בילד – נישט אפגעהיט]ברעקינג: FDA ווארענונג: נישט טרינקען GOLDEN FLOW מ...דער ברך משה זי''ע שטאפט זיך צו די נאז!!!תשובת הצדיק גולאש'ער רבי, פאר'ן דאראגערענדליך: התאחדות אפען ארויס קעגן שקרים פון לויפער!!...ווען דאס פערדל פאראיינט זיך מיטן לויפער...שארמאשער לכ' פורים קטן: אריזאנא ווייץ חמץ גמורמארגנשטערן EXPOSED. - מחכמי הקראים רח"לקרעדיט HQ:לכבוד חודש אדר: דאראגער-זדשיגאן באזאלצן ...די תשס"ט שקרים פונעם בעל מתי שוא אויף די אריזאנא ו...לעב ריזאלטס, אריזאנא מצות, תשע"א


זאל זיך עפענען וויפיל אשכולות ס'לאזט זיך
עס איז שוין לאנג נישט אינטערגעקומען אזא גיטע געלגענהייט ווי ענקערע א''ג דיינים אין רבנים זאלען אזוי גיט אריינשפילן

אין כלל ישראל זאל ווידער זעהן אז מ'רעדט פין פיסטשע שקרנים אפי' במילתא דעבידא לגלי'

אויב איז נאך דא איין נארמאלער מענטש וואס רעדט זיך איין אז  תורה בלי חכמה אדער תורה מיט שנאה איז עפעס ווערט
זאל ער איבערקוקען די פסקים פין ענקערע רבנים פין די לעצטע פאר יאר

rebyankel » 23/2/2011 23:07

גוטזאגער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
 
מ'קען זיך נישט קריגן איבער א מציאות צי די אריזאנא מצות איז זאלציג אדער נישט.
איך עס די מצות די לעצטע 3 וואכן און עס איז געשמאק, קיין טראפ זאלץ שפירט מען נישט. און דאס האב איך באשטעטיגט מיט יעדן וואס האט עס געקאסט.

אלזא, אויב דער שארמאשער שרייבט מלוחים מאוד, איז ער א שקרן !
א שקרן + א טיפוש עצום ונורא. נחום ראזענבערג סטייל.

יעצט צוריק דעם ענין פון מצומחות.
קיינער לייקענט נישט אז די ווייץ פון לאנג-איילאנד האט מצומחות. מ'דינגט זיך נאר צי ווערט עס בטל אדער נישט.
דער רשב"א זאגט אז נישט. רב שרירא גאון, זיין זון רב האי גאון האבן אנגענומען להלכה אז "יבש ביבש ווערט נישט בטל".

דאס מיינט אז ווער עס האט איין ווייצעל מצומחות אין די מצות, איז עס חמץ גמור. (נאכאמאל, רב האי גאון איז נישט יואליש מישמאשער, מאך נישט דעם טעות ביטע).

יעצט אזוי, ווען ס'איז נישט געווען קיין ברירה, האט מען אנגענומען אלע סארט צירופים מתיר צו זיין.
אין לאגער האט מען געגעסן מצות (ווער עס האט געקענט) וואס איז געווען נאך שוואכער, אבער די תורה איז געגעבן געווארן לבני אדם, ולא למלאכים.

אצינד, אז דער בוכ"ע האט צוגעפירט אז דער חשוב'ער אינגערמאן א תלמיד חכם ויראש שמים מרבים ר' יצחק יעקב כייעם האט אנגעהויבן צו טאן דערין, און ער איז האט ב"ה געזען געוואלדיגע הצלחה - האט זיך דער אחריות'דיגער סאטמארער רבי צוגעשטעלט צו אים. (עס איז נישט דער קרעדיט פון סאטמארער רבי, נאר פון יצחק יעקב כייעם).

די פארשימעלטע זאליס האבן אבער געזען אז די ארונים נעמען עס, מוזן זיין דאך זיין פינק-קאפויער, און מיט זייער אפגעפליקטע פורים לישקע פון אמעראצים, בורים ורועי בקר, האבן זיי זיך גענומען ארויסגעקומען מיט איסורים וחרמות פון פינגער געזויגן, מיט דעם הילף פונעם קעניג פון די בלאפער אברהמה'לע לויפער בעל מתי שוא, און מיט דעם מלך הטפשים והכסילים, יואליש מישמאשער.

מ'קען זיך דינגען צי די מצות האט יא סאודיום אדער נישט סאודיום... איין לעב וועט זאגן 36 מיליגראם, איין לעב וועט 42 מיליגראם, אדער 7 מיליגראם סאודיום דאס גייט נאך אריין אין מיין קליין קעפל.

אבער צו זאגן אז די מצות זענען מלוחים מאוד, זאגט מען שקר ! און מען צייגט פאר אלעמען וואסערע טפשים איר זענט.

לאמיך נישט ענדיגן מיט דעם:

דער ליגענט מיט די סאודיום איז דער 45'סטער ליגענט.
פון גלוטען, מדבר, טל, סווימינג פול, איינגעבויגן, וועלגער-העלצער, אייזערנע-שטאנגען ביים וועלגערן, סאודיום, איז אלעס איין קייט פון שקר + שקר + שקר + שקר !

דאס מאכט ענק פאר נידריגע, ביליגע און נארישע שקרנים !




נאך א וואונדער אז אפילו דער פאפא'ער רבי האט ענק ארויס'געזרק'עט מיט בזיונות...



זייער פיין ארויסגעברענגט

אויב ווערט סאטמאר עברינם ווייל זיי ניצן מער מהודר'דיגע ווייץ
דאן וואסערע צדיקים זענען די זשיגאן'ס פאר'ן זאגען אז די ווייץ וואס די רבי ז''ל האט געגבן סוף פין די געזינטע יארען איז 'חמץ גמור'

גוטזאגער » 23/2/2011 23:21

א ידיד מיינער האט מיר אריינגעשיקט אין אישי, נאך מער שרעקעדיגע נייעס.
איך בין ממש אויפגעציטערט געווארן.

איך האב באקומען אינפארמאציע אז "מהדרין" פארקויפט טשאקאלאד-לעבען וואס א שטיק זאלץ, ממש ווי לוט'ס ווייב.
250 מיליגראם סאודיום יעדע איינציגע מהדרין לעבען (טשאקלאד פלעיווער).

געוואלד און געשריגן, אויב דער שארמאשער זאגט אויף 36 מיליגראם סאודיום איז אז ס'איז "מלוחים מאוד"... וואס וועט ער זאגן צו די טשאקאלאד לעבען וואס מיינע קינדער און איך זענען זיך מחיה דערמיט.

געוואלד און געשריגן, וואס קומט דא פאר:

1) אדער איז מהדרין משוגע, פאר'ן אריינלייגן א גאנצן שאכטל זאלץ אין יעדע טשאקלאד לעבען?
2) אדער זענען אלע מענטשן אויף דער משוגע, אדער גאר אזוי הייליג ווי סקווערער רבי זי"ע, וואס האט געגעסן עסן וואס איז געווען מורא'דיג געזאלצן?
3) אדער איז סאודיום גאר געשמאק און בא'טעמ'ט, און וועגן דעם קויף איך עס פאר מיינע אומשולדיגע קינדערלעך?
4) אדער איז דער שארמאשער מיט ר' אברהם לויפער צוויי וויסטע משוגעים???

קלויבט זיך אויס וועלכע אפציע איר ווילט, אבער דאס וואס איר זאגט צו די טשאקאלאד לעבען, מוזטו זאגן די זעלבע זאך ביי מצות. קיין צוויי-סטאנדארטן ערלויבט.


[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/02/2011 03:43:20

רבי_יונה » 25/2/2011 00:19

גייענדיג אין גראסערי זעה צוויי זאליס ביי די פרידזשידער און טענה'ן זיך איבער סאודיום.

גיי איך צו אביסל נענטער, זעה איך ווי איינער האלט א מהדרין לעבען אין די הענט און באטראכט די נוטרישאן פעקטס... ווען יענער האט מיך באמערקט האט ער עס שנעל צוריק געלייגט.

די זאלי טפשים האבן נישט געקענט גלייבן אז די געשמאקע זיסע און נארהאפטיגע טשאקלאד לעבען האט 250 מ.ג. סאודיום... זיי ווייסן פשוט נישט וואס צו טראכטן. איז די אריזאנא מצות שרעקליך זאלציג ווייל ס'האט 36 מ.ג. זאלץ לויט דעם שקרן לויפער, דעמאלט מוז דאך די טשאקלאד לעבען זיין א שטיק זאלץ ???

ווער קען די דעמארליזירטע זאליס העלפן ביטע.

סטראבערי » 25/2/2011 01:40

יא ס'איז מצה מלוחה...
ס'וועט ענק נישט העלפן פודינו ומצולינו, ר אהרן וועט נאכאמאל מוזן קוויטשענען קאוקאו לעבענס מילך, כלי, ספרדישע קאפעלעך
פארפאלן דער דאראגער פארשטייט גוט צו ענק [בילד – נישט אפגעהיט]

סטראבערי » 25/2/2011 01:42

וויפיל %סאודיום-שכל ליגט אין א חלה דעקל?


תוקן על ידי סטראבערי ב- 25/02/2011 01:43:09

אויששש » 25/2/2011 01:46

און וויפל % זאלץ ליגט אין א זאלץ-מעסטל ???