איבער די נייע סאדיום שערוריה.
[בילד – נישט אפגעהיט]
_________________
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/02/2011 04:18:57
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 24/02/2011 04:19:19
די מלחמה ווערט פארשארפט אויף א פארנעם וואס ווייניג שווארץ זעערס האבן עס פארגעזען, די אטאקעס פון די צוויי גרויסמאכטן, מלכות גולאש און מלכות דאראג, זענען אויף די סאמע העכסטע אקטאוועס, די וועלט האט זיך נישט געראכטען אז די מלחמה וועט זיך אזוי שנעל צופלאקערן,
עס איז צום שטוינען!
אזוי ווי עס איז דא ווארצלען פון דאראגער מלוכה וואס ציט זיך פון בריטאניע, (עיין ערך בערגער) וואו אויך איז דארט דער הויפטקוואטיר פון די גולאשער מלוכה, דעריבער האט זיך די מלחמה אויסגעשפרייט גלאבאל, פון ניו יארק – פלארידע – אריזאנע- לאנדן- קאליפאניע – בעסוואטער, און נאך,
דער הייליגער באשעפער זאל אוודאי האלטען די רעכטע הענט,
דער קאספערדאנט פון די גולאשער פראפעגאנדע מיניסטעריום פון בריטאניע האט אים אן אפיציעלע מעלדונג געמאלדן,
אז די גולאשע סייענטיסטן האבן געלייגט די האנד, אויף א דאזען פון די אומגעוואשנע אייער וואס דער פאטער פונעם שרף פון דאראג, הרב החסיד ר' שלום ז''ל, פרעגט פארקויפן פאר פסח, און זיי זענען דערגאנגען מיט זייער פארגעשריטנע לעב מאשינען, א שוידירליכע אויפדעקונג:
הערט און שטוינט:
די וואסער וואס מען האט אנגעטרינקען די הינדליך וואס האט געלייגט די אומגעוואשענע אייער לכבוד פסח, האט געהאט 54 פארצענט סוידיעם – זאלטץ בלע''ז רח''ל
און די גולאשער פייערן איצט ניצחון, די דארעגער זיכען א מויזן לאך זיך צו באהאלטען פאר בישה,
די נאכפאלגן זענען שרעקעדיגער וואו ערווארטערט, די משפחת בערגער המרומם פון לאנדן האט געמאלדן:
אן און ליכט פון די לעצטע סקאנדאלען וואס פלאגט דעם דאראגער הויף, גייען זיי מער נישט שיקען קיין געלט פאר די דאראגער פסחא דקמחא!
זעט עפעס אויס אז דער ניקלשבוגער רבי איז יא עפעס א שטיקל ערליכע יוד, מען זעט וואו די אלע וואס האבן אים בריטאל געפייניגט, און צו בראכן זיין משפחה, פאר קנאה און שנאה, קימען נעבאך אן,
,
תוקן על ידי rebyankel ב- 18/02/2011 21:31:49
די לעצטע אנטוויקלינגען אויפן פראנט זענען גאר שרעקווערדיג!
דער מישמאשער צדיק האט זיך ספאנטאן צו געשטעלט צו דעם דאראגער צד, ער האט געשריבען א העכסט מאדנע בריוו א דירוך געפלאכטען מיט טיפשות און שטיתים באנאזאם, כדרכו, וואס די גאצע מענשהייט מהודו ועד כוש. ועד בכלל, זענען געווארן פארגאפט, מען האט געזען מענטשען און אלע גאסן מיט אפענע מיילער, פאר התפעלות און התרגשת באנאזאם,
''ברוך שמסר עולמו ל..... ''
די גאלאשער שרייען חי וקים, אז זיי האבן אונסייד אונפארמאציע אז די דאראגער זענען גאר נישט אזוי פרייליך מיטן בריוו פון הרב שילדקרויט – מארגנשטערן, זיי זענען אויף אים טויט גערעגט, ממש להשמיד, (ניסח לויפער) דער אום געבעטער ''מלחמה שריט'' פונעם שארמאשער צדיק, האט ארויס גענימען די מתי שואניקעס פון די פעדערן,
די מתי שוא'ניקעס שעמען זיך ביטערליך צו האבן דעם ת''ח שאין בו דעת ל'ע, אויף זייער צד, זיי זאגן אז עס גיט אזא טיפשות'דיגע בליק אויף די גאנצע דאראגער מליכה בכלל, און אויף די לעב / סאדיעם / מאלפע מערכה בפרט,
דעריבער האט מלכות גולאש געמאלדן ביי א פרעס קאנפערענץ , אז זיי גייען נישט נישט ארויס קימען מיטן געפלאנטען ''לטיתא דרבנן'' קעגן דעם מתי שוא, וואס די גולאשער האבן אויספלאנירט אלס א ריאקציע צו די בזיון התורה וואס די דארגער האבן פאראורזאכט מיטן אראפ רייסן הגה''צ רבי יודל'ע מגולאש שליט''א רח''ל
חייב אינוש לביסומא.... . לביסומא...... לביסומא,,,,,,,, עד דלא ידע...... טדיי ...דיי...דיי....... עד דלא ידע.....
מלח אביון,וחפץ ברשע, ועושה רשע, ומוכן לפשע
עס איז איצט געקימען א מעלדונג, פון בריטאנע אז און ריזיגער גונגאטישער גאלאשער שטיבל, הענגט א ריזיגער סיין מיט די ווערטער
מלח אביון,וחפץ ברשע, ועושה רשע, ומוכן לפשע
די גולאשער ווארט זאגער, ווילן נאך ביזדערווייל נישט קאמאנטירן, צילוב זיכערהייטס סיבות,
אבער די קאנספיראטען גיבן איבער אז דאס איז צילוב געוויסע בריוו פון צוויי רבנים און ניו יארק וואו זיי גיבן אריין פאר דעם דאראג'ר מנא אחת אפיים,
מיר זענען אבער נאך נישט דערגאנגען די ווארהייט פון די שמיעה, אדרבה אויב עמיצער קען מברר זיין די סיבה וואס ליגט אונטער די מאדאנע סיין וואס הענגט און גולאש, זאל ביטע שרייבן, למצוה גדולה יחשב.......
_________________
_________________
און גולאשער הויף איז נעכטען געווען ליהודים,
מה נהדר היה המראה, ווען כ''ק אדמו''ר מגולאש שליט''א ולידו הגה''צ ר' ליפא'לע רייך מצאנז סיגוט שליט''א, איז ערשינן במלוא הדרו, ברוב פאר והדר, און די ריזיגע זאלען עטרת גולאש,
די טויזענטער חסידים האבן ספאנטאן אויסגעבראכען און א הילכיגען געזאנג, אז עס איז געווען ויניעו אמות הסיפים, די רקידין של מצוה האבן אנגעהאלטען א לאנגע צייט, און דער ריזן ציבור איז מיד-לאז געשפרינגען און און געטאנצען, שעות אריכות, מי שלא ראה שמחה זו לא שמחה בימיו,
ולשמחה מה זו עושה???
די גולאשע חברה האבן ארויס דערשנאפט עפעס א געהיימע דאקימענט פון א געוויסע לאבאטאריע, וואס דארט שטייט קלאר געשריבן, און די דאראגער מצות זענען א סאך מער געזאלטצען, פון די אריזאנא מצות,
די גולעשע האבן אויסגדריקט ווינדער, וואו אזוי דער מישמאשער צדיק, איז נישט פארוואנדעלט געווארן פאר א שטיק זאלטץ וואו די אשת חבר פון הרב ר' לויט שליט''א, עסנדיג די דאראגער מצות,
זעט אויס אז די זכות פון די צדיקות רבי שרה משארמאש ז''ל האט מגין געווען,
איבריג צו זאגן ופני דאראג ומישמאש חפו
לויט וואו דער דאראגער האט זיך היינט אויף געפירט, ווען ער האט באקימען דעם דריטען בריוו פונעם גולאשער צדיק, זעט עפעס אויס אז די דער גולאשער האט דער אויבערהאנד,
געוויסע אנעליסטען וואס האלטען מיט די מיט די קריגערישע אנוויקלינגען, וועט לכוארה דער גולאשער אנהאלטען א מעכטיגען ניצחון, און דער דאראגער ווען ציריק גיין צו זיין דריקעריי, און זיך אפלאזן פונעם גאנצען רבנות,
מיר גיבן איבער דאס ווארט פאר א צישויער, וואס האט צוגעזען דאס אויסבראך פונעם דאראגער צדיק, ווען ער האט ערהאלטען דעם איגרת השלישית פון רבי יודל'ע גולאשער זאל זיין געזינט:
נעכטען ביינאכט ביי מנחה מעריב, קימט דער דאראגער אריין און בית מדרש, און ער הייבט אן שפאנען אראפ און ארויף, מיט שנעלע טריט, די הענט אויפן אונטעשטען, דאס קאפעליש אויפן שטערן, די ברילן פארדרייט, ער האט ממש אויס געזען וואו ער איז גרייט איינעם אנצושלינגן לעבעדיג, ממש אבר מן החי,
קימט אריין א יוד, וואס האט נישט געוויסט אז ווען דער דאראגער צדיק איז און אזא מצב, איז געזינטער ברחניות ובגשמיות צו שטיין און דער זייט, און דער יוד גייט נעבאך צו צו אברעמעל, און פרעגט אים פארוואס ער איז אזוי אנגעצויגען,
וואס זאל איך זאגן? מאמאמיע.......... איך האב נאך אזאנס נישט געזען.....
דער דאראגער ווערט רויט וואו א פייער, די אדערען פון קאפ שטארצן אים ארויס, עס קימט אזא הייסע ווינט פון זיינע נאז לעכער, די האנד ציטערט אים וואו אזא 150 יעריגער יוד, דאס אטעם איז אים קורץ, מי שלא ראה מראה זו אי אפשר לצייר אותו ..... נורא נוראות....
ער ציט ארויס א צעטל פון ביזעם, און ער ווייזט פאר דעם יוד דעם בריוו פון ר' יודל'ע גולאשער, און ער שרייט מיט קולות וואו א מטירף, איך וועל אים ווייזען..... איך וועל אים הארגענען...... און וועלן צו שניידן און ווארפן פאר די הינט....... איך וועל אים ארויס רייסן די אויגן מיט די בלויזע הענט............... איך וועל אים פארווארפן פון אלע וועלטען...... איך וועל אים פארשעלטען מיטן שם המופרש .................................. וכו'
דער יוד כאפט זיך ביים קאפ, און יאגט ארויס פון בית מדרש, עוד בו נשמתו.......
נאך אזא אויסברוך.... דאס קען נאר געשען ביי איינעם וואס האט פארלוירן א מלחמה.....
עכ''פ א ליכטיגען ניצחון פאר ר' יודל'ע מגולאש זעט זיך אויפן האריזאנט....
עס זעט אויס אז מיט קיין חסרי דעה, קען מען זיך נישט אויסרעכענען,
ארענסטע קאנספיראטען גיבן איבער:
אז די גולאשע חברה, האבן נעכטען אריין געפאמט 3אמות מים מליחים מאוד, מאוד, און די אונעם שארמאשער טעמפל, וואס געפינט זיך אויף די ארשאווע גאס,
ציליב די הייליגע מכתב חיזק – חוזק, וואס דער שארמאשער צדיק האט גשריבן צו הרה''צ רבי אברהמ'לע מדארג זאל זיין געזונט,
די נוטראלע קארפען קעפ, וואס האלטן מיט די טיפזינגע מלחמה, זיצן אצינד און ברעכען זיך דעם של ראש, צו פארשטיין פארוואס די גולאשע חברה האבן אזאנס אנגעווערטשאפט, ווען זיי זענען שוין געשטאנען אט אט ביים שוועל פון נצחון,
די ווארט זאגער מבית הגה''צ ר' יודל'ע ווילן נישט קאמאנטירן, ומי יבוא בסוד קדושים,
פארשטייט זיך אז די שארמאשע חברה האבן פארשפאראכן נקמה, שווערע נקמה פלענער קעגן גולאש ווערן אצינד אויסגעארבייט און די קארידארן פון די שארמאשע מיניסטעריום,
די שארמאשער מילחמה סטראגעדיסטען בראש פונעם הויפט פונעם גענעראל שטאב, דער העלדישער גיבור הרב יודא העכט ה' ירום הודו, האלטען אציד ביי די לעצטע פאזעס, פון די מעכטיגע נקמה פלענער, זיי פארשפרעכן אז איצט איינמאל גייען זיי פארטיליגען די גאנצע גולאשער מליכה, און עס וועט נישט בלייבן דער פון א שטיין אויף א שטיין,
מי לה' אלי..........
די פייער גייט אן מיטן פולע פארע,
הגה'''צ מדאראג שליט''א האט זיך געשפירט זייער באדראהט, פונעם גולאשער צדיק, האט ער מיט גרויס פארלוירענקייט אפגעשריבן א בריוו צו הגאון הגדול דער ראב''ד שליט''א מיט אלע זיינע בויך קרעמפן,
און דער ראב''ד האט זיך צום גרויס ווינדער, פון די גולאשע חברה, וויסענדיג געמאכט, און אפגעשריבן א בריוו צום דאראגער,
טראץ דעם וואס דער ראב''ד שליט''א האט געשריבן קעגן דעם דאראגער, דאך זענען די דאראגער פרייליך ביזן הימל, אז דער ראב''ד האט זיך געשטעלט און ווארט, מיט זייער מנהיג (הגה' גולאש: זייער מאלפע) ר' אברעמעל מדאראג, ל''ע
די גולאשער שימפן ביזן הימל, זיי שרייען אז די דאראגער זענען באוויסטע זייפנים, און פעלשער, נאך ערגער וואו זייער אלעאירטע די זאלבאנעצעס, פינקט וואו די לישכע לייצים, כ''ץ מיט פילאף, האבן געפעשלט די חתימה פון ר'ישראל דוד הארפענעס שליט''א האבן די דאראגע געפעלשט די חתימה פונעם ראב''ד שליט''א,
די גולעשער האבן געשיקט א דיפעשע צו ר' זלמן הגדול, אז פינקט וואו ער האט געשאלטען ווען עס האט זיך אים געדאכט אז דער בריוו פונעם הייליגען ברך משה זי''ע, בנוגע דאס השתתפות בשמחת החתונה פון זיין אייניקל הרב ר' יואל שליט''א בן כ''ק אדמו''ר שליט''א איז פאלטש, ער האט דעמאלס געשאלטען בלשונו הק' אז די פינגער פון די פעלשער זאלן אראפ פאלען ח''ו ( וואו האט נאר דער ברך משה געזאגגט? ווער עס קען נישט בענטשען קען נישט שעלטען) די זעלבע זאל ר' זללצמן פארשעלטען מיטן שם המפורש די דאראגע פעלשער,
די זאליבאנצעס לאכן זיך אויס זיי זענען פארנימען אויס האמערען א שלום צוישען 2 אנדערע משוגעים, קאמפאט מיט שפיטץ, די גולאשע ברויזען, א חוץ וואס רבי זאלי איז נאך ביטער אויסגעמישעט פון די מסע המלכות קיין לעקוואד ער מיז נעבאך אריין פאפן א בייגל יעדן טאג,
דער עולם איז צו מישט מען קען נישט אפמאכן ווער עס שטייט יעצט בעסער די גולאשער צו דער דאראגער,
סאטמאר שטייט און דער זייט, ווער וויל דען אריין לייגען זיין קעפל, צוווישען די לייבען, וואס רייסען זיך און שלאגען זיך במלחמתה של תורה, מעט האפט אז עס וועט זיין את והב בסופה.....