היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » וואס קוועטשט?

וואס קוועטשט?

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2873905
בלאט: 1 2

ספרינטער » 18/2/2011 01:53

פארוואס זאל איינער יא זיין אונטערסירט ארויסציקומען קעגן אים? יעדע רב איז אריינצוכאפן ביזן זיבעטען ריפ? אין בכלל רעכנט עטץ ענק דען מיט א דעת תורה? אדרבה כאפ דיך אריבער אויף וויליאמסבורג פאר איין שבת געב א קוק וויפיל ארונים טראגן אום שב"ק טראץ דעם וואס רובה דרובה רבנים האבן אונטערגעשריבן דערקעגן.

פריש » 18/2/2011 02:05

ביליג מאכט זיך דער וואס קומט ארויס קעגן דעם עם הארץ. יעדעס קינד אין חדר ווייסט שוין היינט אז דער עם הארץ איז אין צוגאב אויך א לץ (דשיגאן מישטיינס געזאגט) ער וועט פארפירן וועגן כשרות אבער עסן וועט ער סיי וואס מען סערווירט אין קישטאווארעך ווייל זיין פליגער איז דארט שטעקן געבליבן (עיין ערך: מהר"א מ'סאטמאר בבית חב"ד).

די אלע רבנים וואס פרפירן זענען בכלל נישט געצילט צו אים, זיי זענען געצילט צו יחודים די תמומי לב די ביסל וואס האבן נאך א ערענסטק אבער געפינען זיך ביים קל און לץ. מיט אים זעלבסט איז בכלל נישט שייך צו קאמיונאקירן.

סענעטאר » 18/2/2011 06:33

דער עם הארץ האט אלע יארן באזידלט די רבנים וואס האבן מיט מסירות נפש אויסגעשריגן פון זייער הארץ דעם אמת'ע דעת תורה, קאשוי רב ז"ל האט אמאל ביי א דרשה ווען די ארונים האבן אהינגעשיקט פייערלעשער -ווי מען קען עס הערן אויף די טעיפס - עפ"ל: "פייערס זענען זיי אויסלעשן אבער די פייער אין מיין הארץ וועלן זיי נישט ענען אויסלעשן". 

מלך_מלכים » 23/2/2011 00:21

לאמיר גיין ווייטער, וואס קוועטשט? לויט די ארונים איז לויפער א אפגעריסענער משוגענער וואס עס לונט זיך נישט אפילו זיך וויסענדיג מאכן פון אים.

איז מיר א גרויסע ווינדער וואס זענען זיי אזוי צילאזט געווארן ווען דער לויפער זאגט אז זייערע מצות איז פראבלאמאטיש?

ברעקינג: FDA ווארענונג: נישט טרינקען GOLDEN FLOW מ...

דער ברך משה זי''ע שטאפט זיך צו די נאז!!!

תשובת הצדיק גולאש'ער רבי, פאר'ן דאראגער

ענדליך: התאחדות אפען ארויס קעגן שקרים פון לויפער!!...

ווען דאס פערדל פאראיינט זיך מיטן לויפער...

שארמאשער לכ' פורים קטן: אריזאנא ווייץ חמץ גמור

מארגנשטערן EXPOSED. - מחכמי הקראים רח"ל

קרעדיט HQ:לכבוד חודש אדר: דאראגער-זדשיגאן באזאלצן ...

די תשס"ט שקרים פונעם בעל מתי שוא אויף די אריזאנא ו...

לעב ריזאלטס, אריזאנא מצות, תשע"א


קומער צירוק צום שאלה, וואס קוועטשט?

משהלע » 23/2/2011 01:54

ווילסט באמת וויסן וואס עס קוועטשט?, איך וועל דיר זאגן, די אהרונים קוועטשן זייער שטארק און ס'טיט וויי, אריבער 50 פראצענט קאסטאמערס ווילן נישט מצות מפוקפקים פון נאסע לאנג איילאנד ווייץ, און זיי האבן זיך אריבער געצויגן צו די אריזאנא ווייץ מצות, (און דאס איז טראץ די מצות מלוחים מאוד מאוד, שטעל דיך פאר ווען די אריזאנע סופלייערס שטעלן אהער מצות אן קיין זאלץ, דארף ווען בראדוויי אינדאנצן אפשפארן...), און מיט אלע געוואלדעס פון דעם אפגעריסעם משוגענער לויפער (כלשונך) מיט די הילף פונעם חכם עתיק דער שארמאשער צדיק, זעט מען נאכנישט קיין שום פארבעסערונג, און דאס קוועטשט און טיט זייער וויי,

די אהרונים שעפן נחת פון די טייערע חשובע לעכטיגע תורה'דיגע תשובות פון דעם גאון וצדיק דער שארמאשער חכם, און אויב ווארט ער באמת אז דער רבי שליט''א אדער כאטשיג דער דיין שליט''א זאל זיך מיט עם מטפל זיין, ווארט ער אומזיסט, אפילו ספרי תורות בחוצות קרית יואל פראטעסט וועט עם נישט העלפן, לעת עתה וועט ער זיך דארפן באגעניגן מיט דעם פאקט אז אפאר היידפארק שרייבערלעך זענען זיך מיט עם מטפל, ס'איז זייער זיס צו צוקיקן ווי דער גרויסער שארמאשער האט עפעס א סכסוך מיט רבי יונה אדער אנדערע היידפארק שרייבערלעך, דאס זענען זיינע בעלי פלוגתא, און דאס איז זיינס גלייכן,  

מלך_מלכים » 23/2/2011 19:00

הייסט עס אז ווי מער ענק שעפן נחת, אלץ מער אשכולות עפענט מען? איך פראביר פשוט צו פארשטיין וואס דו זאגסט, ווייל פון דיין אנדערע ניק THEחדשות קוקט אויס אז נאר ווען עפעס קוועטשט עפענט מען אשכולות, סוי די קריגסט מיט אים?

theחדשות » 24/2/2011 04:12

א גרויסן ייש"כ.

איך וויל מיר אויסדרוקן פון טיפעניש פון מיין הארץ פאר די פורים רב פון די קווינס ישיבה פאר'ן אזוי גוט מאמת זיין מיינע רייד. געווענדליך ווען עס קומט חודש אדר ווערן די שטאט פרייליך, די קינדער הייבן איינצוקויפן פארשטעלאכטס, מ'שמעקט שוין די פורים אין די גאסן. מיין רבי אין כתה ג' האט געזאגט: ווי אזוי א קינד פארשטעלט זיך פורים, פון דא זעהט מען וואס ער וויל זיין.

יא!, איך האב דאס דא געזאגט, און ענק האבן דאס פראבירט צו לייקענען, אבער גיבסט נאר א קוק.

פארוואס ווען מ'דארף משמח זיין די אלע אנגעזעצטע בחורים אין ישיבה איז נאר דא איין וועג, נאך מאכן מיין רבי? משא"כ און אונזער ישיבה איז הגז"ל בכלל נישט אן אינטערעסאנטע אייטם נאטכצומאכן (און נישט אז עס איז נישט דא וואס).

קוק נאר ווי די בחורים שטיפן זיך צו הערן יעדעס ווארט, קוק נאר אן דער חתן ביי וועלכע ער רעדט פון די געשוירענע בערד, סתם א רשעות! נעמט א בחור ביי זיין חתונה וואס רורט אן זיין בארד (מן הסתם איז דאס נאטראל, הא????) און רעדט פון שערן דאס בארד.

מ'הערט נישט פון אים גארנישט, נאר ר' אהרן ר' אהרן ר' אהרן אגאנצן צייט, נעבעך. אבער עס באדערט ענק נישט ר' אהרן.

פארשטייט זיך אז אן די בליצערס איז ער גאר נישט ווערט. א שטייגער ווי הגז"ל וואס ווי ער קומט אן דארף ער אנקומען ווי א קליין אינגל, לאו לאו לאו. אדער איז ער גארנישט ווערט.

קוקט אן ווי ענק האלטן שוין, אז אפילו אין חודש אדר קען מען זיך נישט משמח זיין נאר מיט ר' אהרן. אשרי לכם ואשרי חלקכם

_________________



תוקן על ידי theחדשות ב- 24/02/2011 04:15:30


סענעטאר » 24/2/2011 04:22

רבי אהרן האלט אונטער כלל ישראל א גאנץ יאר.
נאך יעדע דרשה זיצן טויזענטער אידן וואס האלטן זיך ביי די זייטן ווי ער איז מסביר יעדע שטות בטוב טעם ודעת, יעצט ווען מיר האבן שוין נישט געהאט די זכיה א לענגערע צייט צי הערן די פערל רייד איז נישט פארבליבן קיין צווייטע ברירה נאר אויפצושטעלן אזא איינער וואס קען עפעס נאכמאכן דעם עכטע פורים רב, אזוי ברענגט דעס צוריק ארויף א שמייכל אויף די לעפצן פאר די אלע וואס ווארטן און קיקן ארויס אז ער זאל מהנה זיין דעם עולם.

_________________

מלך_מלכים » 24/2/2011 21:08

עטס האטס א פראבלעם, איי קענט העלפ יו, וואס קען איך טון אז ווען מען מאכט נאך דיין רבי לאכט דער עולם? דאס איז אויך מיין שולד? ווען מען מאכט נאך מיין רבי לאכט מען נישט וואס זאל איך טון? איי קענט העלפ איט.

טאטעלע » 25/2/2011 09:39

עס קומט צום שמייכלען ווען די אהרונים פרובירן דורך אלע מיטלען ארויפצוגיסן זייער דערביטערטקייט אויף די זאליס.
 
די דזשיגאנס באדערט אז אנשטאט ר' אהרן זאל זיין דער מנהיג יחידי אויף די גאנצע וועלט, א שטייגער ווי דער קאדאפי, איז ער געווארן א נארישער פורים רב, יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון זיין נאריש מויל דארפן זיך די אהרונים פארענטפערן טעג און וואכן וואס איז געווען די הייליגע כוונה אונטער די טפשות'דיגע ווערטער.
 
זיי פרובירן צו באהאלטן זייער ווייטאג וואס שטעכט זיי ביז צום געדערים אז אנשטאט דער דזשיגאן עם הארץ זאל זיין דער וואס על פיו יושק כל דבר אין די גאנצע וועלט, קען ער זיך, אין די זעלבע צייט, קוים ספראווען מיט די אינערליכע רייבערייען וואס קומען פאר טעגליך אין זיין קהלה, און טאקע אין קרית יואל וואו ער איז שוין דער א.ג. מרא דאתרא אריבער צוואנציג יאר. דאס באדערט זיי, און מ'גיסט אויס דעם כעס אויף דאראגער רב שליט"א און אויף הגה"צ משארמאש שליט"א, ווען זייערע הויפט שונאים זיצן אין די זייט און קאטשען זיך פאר געלעכטער מיט וועם דער רב דקהילות הקדושות בכל אתר ואתר דארף זיך נעבעך שלאגן.

מלך_מלכים » 8/3/2011 19:59

לאמיר אביסל איבערחזרן וואס סקוועטשט? א שטיקל ס"ה וועגן די זאלציגע ווייץ פרשה, א פחד צוצוקוקן ווי עס פירט אראפ די ארונים פון זינען

שארמאש פארפלייצט! מצילי אש אויפן פלאץ!

תשובת הצדיק גולאש'ער רבי, פאר'ן דאראגער

מכתבי יואל - די הייליגע בריוו'ן פונעם שארמאשער צדי...

דער תירץ אויף: זאלץ,בלומענפעלד,קווינס פ''ר,לעקוואד...

סוד ארויסגערינען: געהיימע סקאנדאל פון דאראג/גולאש

דוד ראזענבערג (דוד המלח) פייער קעגן שארמאש - דאראג...

בור כרה ויחפרה לאנד איילענד ווייץ 20 % העכער אין ז...

אוי ס'איז מיר ביטער

ברעקינג: FDA ווארענונג: נישט טרינקען געזאלצענע GOL...

שארמאשער לכ' פורים קטן: אריזאנא ווייץ חמץ גמור

דער ברך משה זי''ע שטאפט זיך צו די נאז!!!

ענדליך: התאחדות אפען ארויס קעגן שקרים פון לויפער!!...

ווען דאס פערדל פאראיינט זיך מיטן לויפער...

מארגנשטערן EXPOSED. - מחכמי הקראים רח"ל

קרעדיט HQ:לכבוד חודש אדר: דאראגער-זדשיגאן באזאלצן ...

די תשס"ט שקרים פונעם בעל מתי שוא אויף די אריזאנא ו...

לעב ריזאלטס, אריזאנא מצות, תשע"א

רבותי: היינט נאכט וועט די מצה בעקערי טיילן געלט או...


נאכדעם קומט א חכם פון מה נשתנה אין פרעגט וואס קוועטשט? ער שטייט אין ברעכט, אין ער פרעגט מיך צו מיין מאגן טוט מיר וויי. [בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2