אוודאי, מען האט געהעצט ר' חיים שטערן... איך זאג אייך, איר קענט נישט דעם ר' חיים שטערן, אזא יוד קען מען נישט העצן, ווען עמעצער האט עם פראבירט אפצורעדן ער זאל נישט גיין צו ר' זלמן לייב צום טיש אין בארא פארק, איז יענער געבליבן מיטן אפרעדן און ר' חיים איז געגאנגען צו טיש, ר' חיים איז א תמימותדיגער ערליכער יוד אן קיין שום קונצן און אן קיין פאליטיק, דא האט מען עם נישט געדארפט העצן ווייל איין טעלעפאן קאל צום דיין רבי געציל און ער האט שוין געהאט זיין הוראה און פון דעם האט ער זיך נישט געוואלט אוועק רירן, ס'האט נישט אויסגעפעלט די הוראה פון הרה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א וואס האט געפסקעט אז ס'איז א איסור גמור זיך משתתף זיין דארט ביי די א שמחה, און נישט נאר ביי די שמחת החתונה נאר אפילו ביי די שבת באווארפן און שבע ברכות טאר מען זיך נישט באטייליגן, אבער ר' חיים שטערן האט נישט געדארפט דעם חוות דעת פון רבי יעקב מאיר, ווייל ביי עם איז דער פסק פון רבי געציל געווען געניג, ער האט אפילו נישט געדארפט אנקומען צום פסק פונעם ראב''ד רבי משה שטערנבוך שליט''א וואס האט געזאגט אז דער פסק פונעם דיין דמתא איז יעדן מחייב און ווער עס פאלגט נישט לייגט זיך אריין אין א סכנה, אבער אפילו דאס האט ר' חיים נישט געדארפט, פשוט ווייל ער האט זייער קלאר געהערט דעם פסק פונעם דיין רבי געציל, און ביי עם איז אסור, אסור!!!, ער איז בכלל נישט געווען אין קיין קלעם,ס'איז ביי עם געווען א דבר פשוט מאוד,
יעצט לאמיך ענק פרעגן, מען גרייפט אן אזא אדם חשוב ווי ר' חיים אלעס כדאי דער חצוף מחוצף שאול ב''ר יואליש גאנץ זאל ארויס קומען אומשולדיג, לאמיר זאגן אז ר' חיים איז א ווילדער קריאזער מענטש, און אז ער האט זיך אזוי פלעין אנגעטשעפעט אין די בני יואל און ער עקשן'ט זיך אז ער וויל אהין נישט גיין, וואס וואלטן רוב רובם אידן געטוהן? וואלט מען נישט נאכגעגעבן פארן טאטן?, איז דען דא פון עמעצן א חיוב דארט חתונה צו מאכן?, אז מיין טאטע וואלט מיר געזאגט אז ער וויל נישט איך זאל חתונה מאכן אין וויזניץ אדער אין עטרת חי', ווי נישט גערעכט ער זאל נאר נישט זיין, וואלט איך עם דען נישט געפאלגט? איך האלט אז יעדער נארמאלער מענטש, אהרוני, זאלוני, בני יואל, צו סיי ווער וואלט אין אזא צייט געפאלגט זיין טאטן, אבער נישט שאולי, ווייסט איר פארוואס?, ווייל ער איז א שוטה רשע וגס רוח, צענדליגע בני יואל וואס האבן דארט זייער שטארק געוואלט חתונה מאכן האבן זיך צוריק געהאלטן וועגן א טאטן, אדער שווער, אבער נישט שאול גאנץ, ווייל פאר דעם שאולי איז "ווערעמיג" פשוט א טיטל, ער איז א רשע מרושע און א אכזר, אפילו עשיו הרשע האט געהאט דרך ארץ פאר א טאטן, אבער שאול איז נאך אזאך ערגער פון עשיו, איך בין גערעגט? יא! איך בין גערעגט, וואס רעגט מיך אזוי?, ס'רעגט מיך ווי נידעריג א מענטש קען זיין, דער ר' חיים איז א שטילער מענטש, ער גיט זיך נישט ארויס, אבער במסתרים תבכה נפשו, ס'טיט עם וויי אז ער קען נישט זיין ביי די חתונה וואס זיין איין איינציגע טאכטער מאכט, און זיך אן נעמען פאר אזא מחוצף דארף מען פשוט זיין ווערעמיג...
איר האט באמערקט? איך בין דא נישט דן צו מען מעג דארט חתונה מאכן צו נישט, דאס איז למעשה בכלל נישט קיין נפקא מינה, דא איז מען דן אז א טאטע זאגט אז משום איזה סיבה (אפילו א אומבארעכטיגטע) וויל ער נישט גיין אין א געוויסן האל, אין דער איידעם זאל נישט האבן אזוי פיל דרך ארץ עם צו פאלגן, אין וויליאמסבורג איז דא די משפחת רובין, רוב רובם זענען אהרונים, אבער דער טאטע איז א קעגנער פון רבי אהרן און וויל נישט גיין קיין הופפער, נו, יעדער ווייסט אז ר' משה חיים רובין איז א קריאוזער מענטש, ער איז טאקע א וואוילער איד, א תלמיד חכם, א בעל צדקה, אבער א היבש ווילדער קריאוזער מענטש, און דאווענען אין הופפער איז דאך פון קיינעם נישטא קיין איסור, אבער עם כל זה, פאלט נישט איין פאר די רובין'ס דארט צו מאכן א באווארפן, ווייל לכבוד זייער טאטן גייען זיי אוועק מאכן די שמחה, אבער זעט אויס אז ביי משפחת התולעים פירט מען זיך אנדערשט.