_________________
_________________
_________________
, אמת ר' משה יהושע האט אנגערופן זיין סאשע'נקע און איר אנגעוואונטשן א הארציגן מזל טוב, ,
יעצט צום בלויזן אמת, די פאקטן כהווייתן, נישט צו געפיצט, און נישט געפאלישט, ר' מענדעלע האגער האט צו זיין טאטע בכלל קיין מאל נישט גערעדט פון דעם ענין, דער טאטע האט עם נאר איינמאל געהאט געזאגט אז גייט קיין מאנרא צו די חתונה נישט גיין, דאס אלעס, ומעשה שהי' כך הי', דעם זומער ווען רעבארען האט זיך געשלאגן מיט די דיעה צו ער זאל מאכן די חתונה אין מאנרא צו נישט, האט ער געפרעגט זיין שווער אז אויב מאכט ער דארט חתונה צו ער וואלט זיך משתתף געווען, האט עם דער שווער גענטפערט אז ער ווייסט נאך נישט, (איר קענט באשולדיגן ר' משהלע אז ער איז גאר שולדיג ווייל ער האט גענטפערט אז ער ווייסט נישט) און דאס האט געגעבן אביסל חיזוק פאר רעבארען אז אפשר וועט דער שווער יא קומען, איז ער געגאנגן און ארויס גענומען דעם האל, ביני לביני האט ר' משה'לע אנגערופן זיין זון ר' מענדעלע פון בני ברק, און עם באאויפטראגט אראפ צו גיין פערזענדליך צום דיין רבי געציל שליט''א און עם פרעגן כדת מה לעשות, צו מעג ער גיין צו נישט, דער ענטפער פון רבי געציל איז געווען קלאר און דייטליך, אז על פי תורה טאר מען זיך נישט משתתף זיין נישט ביי די חתונה און נישט ביי די ארומיגע שמחות באווארפן און שבע ברכות, מיט דעם פסק האט ר' משהלע מחליט געווען אז ער גייט נישט גיין צו די חתונה, ער האט ווי א מענטש אנגערופן די טאכטער און געזאגט אז ער האט באקומען א פסק הלכה אז מען טאר זיך נישט משתתף זיין, און אז ער האט מחליט געווען אז ער גייט נישט גיין צו די חתונה, (ער האט נישט פארפירט, ער האט נישט געהייסן אוועק פירן די חתונה, ער האט זיך בכלל נישט געמישט, -באשולדיגונג נומבער צוויי אקעגן ר' משה'לע...), אין שטוב ביי רעבארען איז געווארן א תשעה באב, סאשענ'קע קאקאש קעיק האט דאס נישט געקענט אראפ שלינגען אז איר טאטע זאל נישט קומען צו איר שמחה, האט זי אנגעהויבן צו פארפירן ביי איר מאן אז זי וויל נישט דארט חתוונה מאכן, רעבארען איז אריבער געלאפן צו כ''ק אדמו''ר ר' מתתי' דייטש שליט''א און במר נפשו זיך אפגערעדט במר לבבו אין וואס פאר א פלאנטער ער איז, דער שווער וויל נישט קומען צו די חתונה, דער הייליגער רבי מתתי' שליט''א האט זיך פארגלייזט די אויגן און נאך א קורצן שטיל שווייגעניש רופט ער זיך אן, "איך בין דיר מבטיח אז דיין שווער גייט יא קומען צו די חתונה, ער שפילט נאר מיט דיר, אבער ביי די ענדע וועט ער יא קומען", מיט די דאזיגע הבטחה האט זיך רעבארען אומגעקערט אהיים און געזאגט פאר זיין ווייב אז דער גרויסער צדיק האט מבטיח געווען אז איר טאטע גייט יא קומען, דער זמן החתונה דערנענטערט זיך און דער טאטע האלט זיך ביי זיינעם, ער גייט נישט גיין, האט זיך אנגעהויבן א מעכטיגער טעראר אפעראציע, רעבארענס ברודער שלום לעזערל, רעבארענס קינדער, ועוד ועוד, האבן אנגעהויבן א טאג טעגליכע פרעשער, און אנגעהויבן צו דריקן דעם ר' משה'לע אז ער זאל זיך ברעכן און יא גיין צו די חתונה, ר' משה’לע האט געזען מיט וועם ער האט צו טון, האט ער מחליט געווען אז ער וועט אוועק פארן און זיך נישט אריין לייגן אין א מצב ער זאל זיך חלילה דארפן ברעכן, ווען סאשענ'קע איז געוואויר געווארן דערפון, האט זי (שיעור נישט) געכאפט א נערוון בראך, זי האט מיט פארצווייפלונג אנגהויבן זיך צו בעטן בתחנונים צו איר מאן אז זי וויל נישט די חתונה זאל דארט זיין, אבער רעבארען האט איר מיט אכזריות שטיל געמאכט, בדלית ברירה האט זי ארויס געשאלטן אפאר עיווריטישע סאברישע קללות צו איר מאן , אין גלייך געקאלט דשזאאדי בראך מיט לאה פאלאטטשעק זיך מנחם זיין
יעצט לאמיר זען ווער עס איז נישט געווען אויף די חתונה (וואס ביי די אנדערע חתונות פון זענען זיי יא געווען), קודם דער גרעסטער מחותן דער חשובער זיידע ר' משה’לע שליט''א וגומר
און די סוגיא צו מען מעג דארט חתונה מאכן צו נישט וויל איך בכלל נישט אריין גיין, דאס איז בכלל נישט דער נושא, און נישט דער מדובר, נאר פשוט אז דער זיידע וויל זיך נישט באטייליגען אין דעם זאל מאיזה סיבה שהוא האט דער איידעם אזויפיל געדארפט טוהן, סאטמאר האט שוין חתונה געמאכט אין באבוב, פאר אביסעל פחיתות הכבוד האט דער איידעם געקענטטראגן די שמחה קיין סקווער\בעלז אין שטעלן א גאדד אויפן אויבן אן אז די זיידעס פיס זאל נישט צובלוטיגעט ווערן אין מקוה פון דעם אנדערקאווער בני יואל
קענסט פרעגן יעדעם איינעם ולית מאן דפליג
_________________
_________________