היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » אהרוינים וועקט אייך אויף! נאך א חתונה וועט זיין!

אהרוינים וועקט אייך אויף! נאך א חתונה וועט זיין!

108 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2843592
בלאט: 1 2 3

RESTLER » 9/11/2010 04:37

איך האב גיהערט אז זיין טאטע ר' מענדל וואלדמאן מאכט אויך חתונה בקרוב אין אז ר' שמעון משה האט עם געזאגט אז ער זאל נישט חתונה מאכן אין די נייע האל נאר גיין קיין מאנסי, אפשר קען געלע_באס אויפהייבן דעם טרייבל אין פרעגן דעם נאנטן קרוב אויב סאיז אמת.

געלע_באס » 9/11/2010 04:45

דערמאן מיך דעמאלטץ אין איך וועל בל"נ אנפרעגען.

אומזיסט » 9/11/2010 16:11

עטליכע פונקטן לידיעת הציבור, ארום די גאנז חתונה
היות וואס טייל רעכט דענקננדע מענטשן קענען נישט פארשטיין אויבנאויף די מחותנים פון די נעכטיגע חתונה, פארוואסזשע האבן זיי דוקא געדארפט חתונה מאכן אין בני יואל, זיך נישט רעכענענדיג מיט זייער בלוט און פלייש.

און דער ענטפער איז אזוי:

האט איימיצער בכלל אריינגעטראכט, אז די חתונה איז למעשה געווען די ערשטע בעל בתי'שע חתונה אין דעם זאל? ס'איז א פאקט, אז ביז היינט האבן זיך נאר קאטשע לאפניקעס ערלויבט חתונה צו מאכן אין דעם זאל, און פלוצלינג קומען 2 בעל  בתישע משפחות און דרייען איבער די שטאט אבי צו מאכן די חתונה דארט?

ועוד, ווער עס קען די מחותנים ווייסט אז זיי זענען כלל נישט אזאלכע פארביסענע מענטשן, נו מה ראו על ככה?

דער תירוץ איז זייער פשוט. דער שווער! (די זעלבע פאזיציע פון דעם אינטערעסאנטליכן פערזאן וואס האט געבראכן א רעקארד אין די דברי הימים אין סאטמאר, וואס לויט ווי די יודעי דבר גיבן איבער איז דאס די ערשטע מאל אין סאטמאר טראץ אלע מחלוקתער - אריין גערעכנט בני יואל פרשה! - וואס א זיידע זאל זיך נישט משתתף זיין ביי א אייניקלס חתונה!) דער שווער פון שטעסל, הייסט ראובן פאלקאוויטש, און ער האט געהאט גרויס חשק אז די חתונה זאל יא פארקומען אין עטרת מאיר צבי.

אצינד עטליכע פאקטן וואס עס וואלט גוט געווען דער עולם זאל וויסן.

1) דער מחותן שטעסל האט זיך אויסגענומען בעפארן שידוך, אז מען טוט דאס אדעתא דהכי, אז די חתונה וועט זיין אין מאיר צבי.

2) בעפארן שידוך, האט רבי שאול גאנץ דערציילט פאר זיין שווער דעם תנאי, און אנגעפרעגט זיין הסכמה, און דער שווער האט אים געענטפערט אז סאיז נישט קיין שום פראבלעם, ער קען רואיג טון דעם שידוך מיט דעם תנאי!!!

3) זינט די קינדער - וואס כוואלט נישט געוואלט זיין זייער שכן אין גיהנם פארן טון אזאנס - האבן אנגעהויבן צו העצן דעם טאטן, איז געווען ערנסטע ספיקות וואס מען טוט דא ווייטער; דא איז דער שווער פאלקאוויטש געקומען, און געזאגט: אז אויב טראגט מען אוועק די חתונה פון מאיר צבי, דאן קומט "ער" נישט צו די חתונה!!!

איז ממילא, זענען די מחותנים סייווי געווען בין פטיש לסדן, און זעלבסט פארשטענדליך ענדערש בוחר געווען דער וועג וואס איז זיי אויך געשמאק, און לויט זייער שיטה, און איז אין איינקלאנג מיט דעם תנאי וואס מען האט זיך אויסגענומען בעפאר די חתונה.

און צום סוף מוז מען צוגעבן, אז כבין נישט מקנא דעם חיים שטערן, עטס קאנטס זיכער זיין אז ער איז נישט געשלאפן רואיג די נאכט אין פואלם ספרינגס, און מסתמא די גאנצע קומענדיגע שטיקל צייט איז פאר אים א גיהנם. דאס איז בזה, ווען ער האט געטון כהלכה לכאורה פאלגנדיג זיין רבי'ן (ר' אביש וואס קטנו עבה ממתנינו...) וויאזוי וועט אבער דער איד פילן אינעם מאמענט פון אמת, ווען ער וועט זיך איבערצייגן אז די גאנצע קאשמאר האט מיט תורה און אידישקייט קנאפ שייכות, און ער איז בלויז געווען א שטעקן צו נוצן זיין פערזענליכע שמחה אין א פארטייאישן געפעכט איבער מי בראש. סוועט באמת זיין א רחמנות דעמאלטס אנצוקוקן דעם צובראכענעם זיידן, וואס די אהרונים האבן געמאכט דאס גענאר פון אים.

_________________

פריינדליך » 9/11/2010 16:27

zibala כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ברעקינג ניוס

משה'ניו האט יעצט געדראפט א נוקלארע באמבע, ער וואוינט אויפן זעלבן בלאק פון חיים שטערן, מיסטאם האט ער דזשאסט געמאפט ווייל נישט לאנג צוריק איז געווען א מאנראוער ער האט געוויסט מאנראע  נייעס פאר יעדן,

אין יעצט דערביטערטע נערוינעמלעך, פאר די רעקארד, רע'בארען האט חתונה געמאכט כמעט אלע זיינע קינדער אן די באטיילינגונג פון זיין שווער, (וואס אגב - איך וואוין אויף זיין בלאק און ער איז א שטילער מענטש וואס נעמט נישט קיין שטעלונג אין די סאטמארער מחלוקה, קיין זאלי איז ער זיכער נישט, ער איז גאר א וויזניצער) און קיינער האט נישט געשריגן אין קיינער האט נישט פארפירט, ער האט נישט געטוהן די מינימאלסטע השתדלות אז זיין שווער זאל זיך באטייליגען, בעת זיין שוואגער די סקווערער אין בעלזער האבן געמאכט זיכער אז די גרויסע זיידע באטייליגט זיך, הזאת נעמי?? וואסארע מין טאכטער איז דעי סאשע? וואסארא קאלטבלוטיגע דערביטערטער (ווערעמיג קרעציג וכו' וכו') איז דער רע'בארען?? שולדיג זענען זיינע שווענץ וואס געבן איהם חיזוק צו טוהן דעי אומווערדיגע שריט, און מאכן זיכער אז יעדע איינציגע חלה שווענצל באטייליגט זיך ביי זיינע חתונות אנשטאטס איהם צו פארשרייען, נארמאלע ארויניס טוהען דאס נישט, נאר ער פרובירט צו זיין א הירא און געפעלן די עקסטרעמע עמרם כהן דשיהאדיסטן פון זיין פארטיי,

שומו שמים, הכונו למערכה

_________________

דו שעמסט זיך נישט צו שרייבן אזאנע ווערטער???? זאג נאר. ווער איז שולדיג אויף דעם וואס וויזשניצער רבי איז נישט געקומען צו קיין חתונות אויב נישט ענק????ווער האט געציפט די פיס און געשאסן אראנדזשעס ביי וומ"ס רב'ס חתונה אויב נישט ענק בני יואל??? הרצחת וגם ירשת???? קודם פארפירט איר אז דער זיידע טאר נישט קומען צו א אייניקלס חתונה ווייל עס איז סאטמאר. און נאכדעם שרייט איר היתכן ער איז נישט געקומען?!?!?! איז טאקע בטל געווארן דעי מין זאך ווי אמת????

חמץ_גמור » 9/11/2010 16:29

רשעים אפילו על פתחו של גיהנום אינם חוזרים!!!...

פריינדליך » 9/11/2010 16:32

אומזיסט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
<
3) זינט די קינדער - וואס כוואלט נישט געוואלט זיין זייער שכן אין גיהנם פארן טון אזאנס - האבן אנגעהויבן צו העצן דעם טאטן, איז געווען ערנסטע ספיקות וואס מען טוט דא ווייטער; דא איז דער שווער פאלקאוויטש געקומען, און געזאגט: אז אויב טראגט מען אוועק די חתונה פון מאיר צבי, דאן קומט "ער" נישט צו די חתונה!!!

WOW!קודם איז דער זיידע א בהמה פארן נישט וועלן קומען צו די חתונה ווייל עס איז א שאלה פון פסולע קידושין. נאכדעם קומט דער אנדערער זיידע און זאגט אז ער גייט נישט אויב עס איז אין א צווייטע זאל. יעצט זאג מיר ווער עס איז דער בהמה...........

וואלןסח » 9/11/2010 16:37

אומזיסט כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
היות וואס טייל רעכט דענקננדע מענטשן קענען נישט פארשטיין אויבנאויף די מחותנים פון די נעכטיגע חתונה, פארוואסזשע האבן זיי דוקא געדארפט חתונה מאכן אין בני יואל, זיך נישט רעכענענדיג מיט זייער בלוט און פלייש.

און דער ענטפער איז אזוי:

האט איימיצער בכלל אריינגעטראכט, אז די חתונה איז למעשה געווען די ערשטע בעל בתי'שע חתונה אין דעם זאל? ס'איז א פאקט, אז ביז היינט האבן זיך נאר קאטשע לאפניקעס ערלויבט חתונה צו מאכן אין דעם זאל, און פלוצלינג קומען 2 בעל  בתישע משפחות און דרייען איבער די שטאט אבי צו מאכן די חתונה דארט?

ועוד, ווער עס קען די מחותנים ווייסט אז זיי זענען כלל נישט אזאלכע פארביסענע מענטשן, נו מה ראו על ככה?

דער תירוץ איז זייער פשוט. דער שווער! (די זעלבע פאזיציע פון דעם אינטערעסאנטליכן פערזאן וואס האט געבראכן א רעקארד אין די דברי הימים אין סאטמאר, וואס לויט ווי די יודעי דבר גיבן איבער איז דאס די ערשטע מאל אין סאטמאר טראץ אלע מחלוקתער - אריין גערעכנט בני יואל פרשה! - וואס א זיידע זאל זיך נישט משתתף זיין ביי א אייניקלס חתונה!) דער שווער פון שטעסל, הייסט ראובן פאלקאוויטש, און ער האט געהאט גרויס חשק אז די חתונה זאל יא פארקומען אין עטרת מאיר צבי.

אצינד עטליכע פאקטן וואס עס וואלט גוט געווען דער עולם זאל וויסן.

1) דער מחותן שטעסל האט זיך אויסגענומען בעפארן שידוך, אז מען טוט דאס אדעתא דהכי, אז די חתונה וועט זיין אין מאיר צבי.

2) בעפארן שידוך, האט רבי שאול גאנץ דערציילט פאר זיין שווער דעם תנאי, און אנגעפרעגט זיין הסכמה, און דער שווער האט אים געענטפערט אז סאיז נישט קיין שום פראבלעם, ער קען רואיג טון דעם שידוך מיט דעם תנאי!!!

3) זינט די קינדער - וואס כוואלט נישט געוואלט זיין זייער שכן אין גיהנם פארן טון אזאנס - האבן אנגעהויבן צו העצן דעם טאטן, איז געווען ערנסטע ספיקות וואס מען טוט דא ווייטער; דא איז דער שווער פאלקאוויטש געקומען, און געזאגט: אז אויב טראגט מען אוועק די חתונה פון מאיר צבי, דאן קומט "ער" נישט צו די חתונה!!!

איז ממילא, זענען די מחותנים סייווי געווען בין פטיש לסדן, און זעלבסט פארשטענדליך ענדערש בוחר געווען דער וועג וואס איז זיי אויך געשמאק, און לויט זייער שיטה, און איז אין איינקלאנג מיט דעם תנאי וואס מען האט זיך אויסגענומען בעפאר די חתונה.

און צום סוף מוז מען צוגעבן, אז כבין נישט מקנא דעם חיים שטערן, עטס קאנטס זיכער זיין אז ער איז נישט געשלאפן רואיג די נאכט אין פואלם ספרינגס, און מסתמא די גאנצע קומענדיגע שטיקל צייט איז פאר אים א גיהנם. דאס איז בזה, ווען ער האט געטון כהלכה לכאורה פאלגנדיג זיין רבי'ן (ר' אביש וואס קטנו עבה ממתנינו...) וויאזוי וועט אבער דער איד פילן אינעם מאמענט פון אמת, ווען ער וועט זיך איבערצייגן אז די גאנצע קאשמאר האט מיט תורה און אידישקייט קנאפ שייכות, און ער איז בלויז געווען א שטעקן צו נוצן זיין פערזענליכע שמחה אין א פארטייאישן געפעכט איבער מי בראש. סוועט באמת זיין א רחמנות דעמאלטס אנצוקוקן דעם צובראכענעם זיידן, וואס די אהרונים האבן געמאכט דאס גענאר פון אים.

_________________

יא יא

מיר זענען אלע מודה אז ווען דער מאמענט פון אמת וועט קומען גייט דער שווער ביטער חרטה האבן

די שאלה איז נאר וועלכע שווער...

*

אגב, הרה"ח ר' ל. ב. ז"ל איז אויך נישט געגאנגען צו עטליכע שמחות פון זיינע אייניקלעך, ווען בני יואל האט זיך געעפענט, אלס צער ועגמ"נ אז זיין איידעם האבן געלייגט די קינדער אינעם געאסרטן מוסד

יעצט ווארט מען אז חיי שעה זאל אויפקומען אז ער איז אויך געווען ג'געט און נישט חתונה געמאכט אלע קינדער וכו'

_________________

אומזיסט » 9/11/2010 16:49

וואלן, כהאב געמיינט זיכער דו שרייבסט שוין נישט אויף היידפארק. כווארט שוין פון פאריגע וואך אויף א מעשהלע וועגן דעם רביןס רצון צו מאכן שחיטה מונחת...

*
ר' ל.ב., אויך נישט דער חכם מכל אדם, האט למעשה נישט דערלעבט קיין "חתונות" ביי דעם איידעם, הגם ער וואלט גאנץ זיכער נישט געקומען.

סאיז ידוע אז זיין מחותן הרה"ח רבי יודל ראזענבערג ז"ל, האט געמאכט דאס גענאר פון אים, ווען ער איז זיך געקומען אפרעדן ברוב תימימותו, אז ער האט מורא זיינע אייניקלעך וועלן אראפגיין פון אידישן וועג, ווייל אזוי האט דאך דער ברך מבטיח געווען, אסז בני יואל וועט האבן אזא ענדע ווי די ספרדים אין סיגוט.

(אגב, לויט עמרם כהן בדרשתו ה' אייר אין הופער, האלט מען שוין נישט ווייט פון דעם...)

האט אים רבי יודל געענטפערט, איר דארפט זיך נישט זארגן, אז זיי זענען אזאלכע מחוצפים פארן רבי'ן און ווילן אים  נישט פאלגן, וועלן זיי דאס אויך נישט פאלגן... ודפח"ח.

_________________

אומזיסט » 9/11/2010 16:51

פריינדליך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
<
3) זינט די קינדער - וואס כוואלט נישט געוואלט זיין זייער שכן אין גיהנם פארן טון אזאנס - האבן אנגעהויבן צו העצן דעם טאטן, איז געווען ערנסטע ספיקות וואס מען טוט דא ווייטער; דא איז דער שווער פאלקאוויטש געקומען, און געזאגט: אז אויב טראגט מען אוועק די חתונה פון מאיר צבי, דאן קומט "ער" נישט צו די חתונה!!!

WOW!קודם איז דער זיידע א בהמה פארן נישט וועלן קומען צו די חתונה ווייל עס איז א שאלה פון פסולע קידושין. נאכדעם קומט דער אנדערער זיידע און זאגט אז ער גייט נישט אויב עס איז אין א צווייטע זאל. יעצט זאג מיר ווער עס איז דער בהמה...........

ביידע אייניגע בהמות, מיט איין חילוק אז דו האסט פארזען די ערשטע צוויי פונקטן וואס כהאב געשריבן

_________________

בניברקער » 9/11/2010 17:00

צביהירש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א איד מאכט חתונה זיין קינד דארט ווי זיין הארץ באגערט און זיין מורה הוראה האט עהם גע'פסקנט. האדמו"ר ר' אהרן' מק"י האט חתונה געהאט מיט א מיידל וואס האט געלערנט אין חינוך עצמאי וועלכע איז באמת געוועהן א ג'אסרטע בית חינוך דורך כל גדולי ישראל נאך איידער רביה"ק האט געשריבן דעם ויואל משה. ווייל אין ארץ ישראל האבן די גדולי הדור גאסר'ט מיט א חרם נישט צו לערנען אין די שקאלעס ווי מ'לערענט אנדערע שפראכן אויסער אידיש. דער חרם חמור מיט דעם געוואלדיגן איסור איז נאך פון די צייטן ר' יושע לייב דיסקין אין דער תורת חסד פון לובלין פון 2 דורות פריער. ניטאמאל די ערליכע וויזניצער עלטערן האבן געשיקט זייערע טעכטער לערנען אין יענעם געאסר'טע סקול ווי די רעבעצין פון האדמו"ר רא"ט האט געלערנט. ומכל מקום האט דער בעל ברך משה (דאמאלסדיגע סיגעטער רבי) גע'פסקנט פאר זיין זוהן אז ער האלט אז ער מעג יא חתונה האבן מיט איהר, טראץ דעם וואס דער עצי חיים ז"ל איז געוועהן א אויסגעשפראכענער שונא פאר וויזניץ. די אלטע סיגעטער חסידים וועלכע האבן נאך דערלעבט שיינע יאהרן בשנת תשכ"ו אין דערנאך, ובתוכם ר' י"י צימענד און ר' מרדכי ווילינגער האבן דאס מיטגעהאלטן אהנע קריטיק און נישט געהאלטן פאר קיין עוולה. זיי האט נישט אינטרעסירט וואס 150 גדולי ישראל מדור הקודם האבן גע'אסר'ט. אדרבה זיי זענען געוועהן פארברענטע חסידים פון רא"ט און למעשה איז זיין חתונה געבליבן א פאקט וואס כמעט אלע תלמידים פון עצי חיים ז"ל האבן געמוזט אראפ שלינגען. אין סאטמאר איז דאס געבליבן א בכי' לדורות, ווייל אין סאטמער האבן די ערליכע אידן געלערנט דעם רעבינס ספרים און זיי פארשטייען דעם עומק הענין פון דעם פגם וואס דער חרם אויף די בתי חינוך ווי מ'לערנט אנדערע שפראכן. מ'וויל נישט עקסעפטן א מנהיג וואס האט חתונה געהאט מיט א תלמידה פון גע'אסר'טע שקאלעס וואס כל גדולי ישראל האבן מחרים געוועהן און געאסערט. דערצו האבן נאך די גדולי ישראל מוסיף געוועהן און קלאהר געשריבן אז קיינער פון די קומענדיגע דורות קען דאס נישט מתיר זיין.

אז מען ווארפט שוין יא אריין וויזניץ דא אין דו בילד, לאמיר אביסל צונעמען האדמו"ר מקרית יואל' שידוך בכלל און דו חתונות פון זיינע קינדער בפרט (כאטש אפילו איך ווייס אז ס'איז אבי גרעדט און איך גיי קיינעם פון די זאלונים/בני יואל נישט משכנע זיין, אעפ"כ טוה איך שרייבן).

ווי יעדער איינער ווייסט איז רוב שידוכים אין די חסידישע וועלט, און איבערהויפט ביי די רבנישע משפחות וואס חתן כלה, זעהן זיך נישט ביז דו חתונה, און די גאנצע שידוך קומט צושטאנד דורך די עלטערן פון ביידע צדדים, און דעריבער האט ר' אהרן אלס אכטצן יעריג בחור'ל קיין שום ווארט נישט געהאט בנוגע זיין אייגן שידוך. איך גיי דא בכלל נישט אריין אין די נושא אז הרבנית סאשא האט געלערנט אין בית יעקב, ס'איז נישט נוגע און ס'איז בלויז א פיינע מיטל ווי אזוי צו פארדרייען די שמועס ווען מען רעדט פון ר' אהרן, אז כאילו ער האט חתונה געהאט מיט א................. (איך וויל אויך נישט אריין גיין אין די נושא וואס פאר א בעלת חסד דו א"ג......... איז, ווי עס קענען מעיד זיין צענדליגער זלונים און בני יואל וואס זענען ליידער געלעגן אין שפיטאל - וויפיל זי האט געטוהן פאר זיי) וואס איך וועל יא ארויפברענגען בנוגע די אזוי גערופענע גע'אסר'טע שולעס, לויט רוב איז דו איסר געווען נאר אין ירושלים און נישט אין אנדערע שטעט.

יעצט, לגבי דאס אז ר' אהרן'ס שווער, וויזניצער רבי שליט"א פון בני ברק לרפו"ש, פארוואס ער איז נישט געקומען צו די שמחות פון זיינע איינקלעך נאך ר' מענדל טייטלבוימ'ס חתונה, ווער עס געדענקט דו חתונה פרעגט אוודאי נישט קיין שאלות, עס איז ס"ה כדאי צו דערמאנען צוויי עפיזארן פון יענע חתונה: ממחרת החתונה ווען ויזניצע רבי שליט"א איז געגאנגען אין מקוה זענען זיינע זאקן געווען רויט פון בלוט, קומענדיג פון די אלע חצופים וואס האבן אים געשטויסן און געציפט א גאנצע חתונה פון אינטער דעם אויבן אן. (געהערט פון איינער וואס איז געווען אין מקוה בשעת מעשה און נישט געגלייבט וואס זיינע אויגן זעהן). ויזניצע רבי שליט"א פון מאנסי, וואס האט מיט געהאלטן די רדיפות נאך פון פאר די חתונה (בעת וואס אלטר משה גאלדבערגער האט זיך אויפגעשטעלט האלטן א דרשה אין גרויסן קרית יואל'ער ביהמ"ד שב"ק צווישען גאל ישראל און שמונה עשרה) און ווי אויך בשעת'ן חתונה ווי מען האט גע'רודפ'ט זיין ברודער מיט רשעות'דיגע מיטלען אזש געלערנט ממש ביי די נאציס אין דייטשלאנד, האט זיך געבעטן ביי זיין ברודער אז ער זאל נישט בלייבן אויפ'ן מצוה טאנץ, אבער היות ויזניצע רבי שליט"א פון בני ברק האט נישט געגלויבט אז אנשים מזרע ישראל זאלן זיך אזוי אויפירן צו א צווייטער איד, איז ער יא געבליבן און דערפאר געכאפט די מאראנצען ווי שוין אויבן דערמאנט.

משהלע » 9/11/2010 17:12

אומזיסט באקט א מעשה און מען איז שוין דן אויף די מעשה, אומזיסט'ס וועריע איז שקר מתחילתו ועד סופו, שאולי גאנץ איז אזוי בעלבתיש ווי זיין מסדר קידושין איז בקי בטיב גיטין וקידושין, און אפילו שאולי זאגט אז ס'איז נישט געווען קיין שום תנאי, להיפוך, דער מחותן האט עם קלאר געזאגט אז אויב וויל ער אריבער פירן די חתונה אין אן אנדערן זאל לכבוד זיין שווער, איז ער מסכים, דא איז גאר געווען א צווייטער וואס האט שרעקליך געהעצט שאולי גאנץ, איך בין נישט אינטרעסירט דאס דא צו דיסקאסן ווייל מען וועט מיך באשולדיגן אז איך בין אויסן נאר צו באשמיצן דעם רב, און דאס איז בכלל נישט מיין ציל, מיין אינפארמאציע קומט מפה האתון אליין, גלייך פון שאולי גאנץ.  

דער_אקס » 9/11/2010 17:13

איז ר' עקיבעלע געווען נאכן באקימען די רשות?

[בילד – נישט אפגעהיט]
באקימען נאך נעכטען אין אישי זייטס מיר מוחל איך האב עס נישט באמערקט

תוקן על ידי דער_אקס ב- 09/11/2010 17:40:25

liner1 » 9/11/2010 17:24

I think I don't need to tell u that its for sure a false letter!

kj1234 » 9/11/2010 17:26

גיט ב"ה זיי הייבן שוין אן נאכצילאזן מיט די טעראר

אומזיסט » 9/11/2010 17:31

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אומזיסט באקט א מעשה און מען איז שוין דן אויף די מעשה, אומזיסט'ס וועריע איז שקר מתחילתו ועד סופו, שאולי גאנץ איז אזוי בעלבתיש ווי זיין מסדר קידושין איז בקי בטיב גיטין וקידושין, און אפילו שאולי זאגט אז ס'איז נישט געווען קיין שום תנאי, להיפוך, דער מחותן האט עם קלאר געזאגט אז אויב וויל ער אריבער פירן די חתונה אין אן אנדערן זאל לכבוד זיין שווער, איז ער מסכים, דא איז גאר געווען א צווייטער וואס האט שרעקליך געהעצט שאולי גאנץ, איך בין נישט אינטרעסירט דאס דא צו דיסקאסן ווייל מען וועט מיך באשולדיגן אז איך בין אויסן נאר צו באשמיצן דעם רב, און דאס איז בכלל נישט מיין ציל, מיין אינפארמאציע קומט מפה האתון אליין, גלייך פון שאולי גאנץ.  

משה'לע vs. אומזיסט, ווער איז מער נאמן?

יעדער וואס האלט מיט מיינע -זעלטענע - תגובות, און דיינע - אפטע - תגובות, וועט תיכף ומיד זאגן דעם ענטפער. אינדערצייט וואס דו ביסט דא צו דיבעיטן, און זיך אויסגעבן די גאל, און זעלבסטפארשטענדליך אז דו טאנצט נאך די ה"פ פארשריפטן, אכטונג צו געבן נישט ארויס צו רעדן קיין אמת ווארט, בין איך דא סתם פאר אינפארמעיטיוו פוירפויסעס אנלי, און ווי אויך דורכצו שמועסן רואיגערהייט פארשידענע חילוקי דעות און מיינוגס פארשידנהייטן, צו פארשטיין אוון פארשטיין געבן ביידע צדדים.

יעצט צום ענין, איך האב נישט געהערט קלאר פונעם פי צדיק אליין, נאר וואס דער עולם שמועסט, עס מוז נישט זיין קראנט, איך זאג קלאר, כהאב עס נישט פערזענליך באשטעטיגט, אבער סאיז רגלים לדבר אז סאיז אמת.

ווייטער וואס דו האסט געהערט פון אים אליינס, כהאף אז דו וועסט מיר מוחל זיין, אבער כוועל דיר זאגן: איני מאמין לך! איך גלייב דיר נישט! עס קען לאמיר זאגן זיין אמת בעצם אז ער זאגט אזוי, אבער דו האסט נישט גערדט מיט אים! צופיל מאל האב איך דיר שוין געזען זיין א נשבע לשנות את הידוע! און אלס וואס דו האסט אליינס גערעדט צו די באטרעפנדע... צופיל מאל שרייבסטו זאכן וואס דו אליינס ווייסט קראנט אז סאיז שקר! דו ביסט נישט באגלייבט, וואס זאלעך דיר זאגן?

איך ווייטער פון די אנדערע זייט, כאפ איך אסאך מאל אריין אין אישי און אויף טאלק, אז הפ איז א פלאץ ווי מען דארף דוקא שרייבן ליגנט אווי די אהרונים טוען, איך האב אבער יא ליב צו שרייבן דוקא אמת.

_________________

zibala » 9/11/2010 17:46

צו די אלע וואס שרייען חי וקים אז רעבארענס שווער איז נישט געקומען צו חתונות צוליב טעראר און רדיפות פון די ארונים (כמובן אז די לעצטע צוואנציג יאר האט זיך ר' אלתר משה שוין נישט באטייליגט ביי קיין חתונות) איז מיר ממש נישט צופארשטיין

התינח אז ס'אמת אז ער האט חושש געווען אז און מ"ד - ס"ב יארן וועט ר' אלתר משה קומען צו די חתונה און אנשטויסן דעם וויזניצער ביז בלוט ( ווייל די בנ"י האבן דאך די רעקארד אלס די שופכי דם די לעצטע 30 יאר...) פארוואס האט רעבארען נישט געקענט טוהן די מינאמאלסטע השתדלות אז זיין שווער זאל זיך קענען באטייליגן ביי די שמחה, למשל אוועק טראגן פון קרית יואל ( קיינער האט נישט געשטויסן זיין שווער אין סקווער, ער האט ווען רואיג געקענט דארטן חתונה מאכן) אדער שטעלן וויטריאל מיט די נעשאנעל גארד, אדער ווערטהיימער מיט א פייער עקסטיגניטשער וכ' וכ' וכו' וכו' עטס האלטס און איין ווייזען די שונאים וואסערע כח עטס זענטס אשטייגער שמיני עצרת אין ראדני, ביי איהם אינדערהיים ביי זיין אייגענע שמחה האט ער נישט די כחות צו פראטעקטען זיין אייגענעם שווער????

יזדעזע עולם ומלאו א זיידע האט זיך נישט געקענט באטייליגן ביי זיינע אייניקלעך'ס חתונה ווייל דער מחותן זיין איידעם האט עס דייקא געוואלט מאכן ווי ס'איז איהם באקוועם אן זיך קימערען מיט די זיידע וואס שטייט אויס צו צובלוטיקט ווערן אויב ער וואלט זיך ווען באטייליגט,
דער ר' שאול איז שוין גאלד קעגן רעבארען, ער האט מבטיח געווען זיין שווער אז ער וועט מאכן זיכער ער ווערט נישט צושטויסן פון א"מ ג"ב, ער האט צוגעגרייט באדי גארדס ועוד, ווייל דער א"מ איז א שרעקליכר בעל כח אין גיבור ווואס די גאנצע ארוינישע קהילה קענען זיך נישט פייטן מיט אים צו פראטעקטאן דעם וויזניצער.

_________________

zibala » 9/11/2010 17:50

ר' שאול האט יעצט קאנפירמד אז ער האט נישט גערעדט צו קיינעם וואס וואונט אויף זיין שווער'ס בלאק, ס'מוז זיין מוישעניו אז די ביסט גאר דער שווער [בילד – נישט אפגעהיט]

_________________

kj1234 » 9/11/2010 17:57

א בילד פינעם זאל
[בילד – נישט אפגעהיט]

משהלע » 9/11/2010 18:06

הוא מותיב לה והוא מפרק לה, אומזיסט פרעגט א פראגע, "משה'לע vs. אומזיסט, ווער איז מער נאמן?", און אזוי ווי קיינער ענטפערט נישט, איז דער חכם מחליט אז ער בכבודו ובעצמו וועט ענטפערן, און הייבט זיך אן צו קלאפן אין די פלייצע ווי קראנט ער איז, און אז זיין אויפגאבע איז נאר צו פארשטיין ביידע צדדים, (וואס לאכט איר? לאכטס נישט, דאס שרייבט ער אליין), ער שרייבט איני מאמין, ער גלייבט נישט אז איך האב דאס געהערט מפה האתון, ווייל... הערטס גיט צו... "דו האסט נישט גערדט מיט אים!", אומזיסט דיין חכמה שפראצט ארויס פון דיינע תגובות, ס'איז זייער פשוט אז איך האב פון דעם ענין מיט עם נישט גערעדט, ווייל אז יא, וואלט איך דאס געוויס נישט געשריבן, ווייל אויב יא איז מיין עכטער נאמען גלייך אויף היידפארק, אבער געהערט פון דעם בעל דבר אליין האב איך יא, מיר זענען געזעצן ביי א שמחה משפחתית ביי איין טיש, אין דער טאפיק איז ארויף געקומען, דעמאלטס איז נאכנישט געווען די פיינעל החלטה ווי ער גייט חתונה מאכן, אדרבה, ער האט נוטה געווען אוועק צופירן די חתונה פין דארט אויב זיין שווער גייט זיכער נישט קומען, און דאן האט איינער (א זאלי) געפרעגט וואס זיין מחותן זאגט דערצו, איז געווען דער ענטפער אז זיין מחותן האט עם קלאר געזאגט אז ער איז נישט קיין צוריקהאלט, און למען השלום איז ער גרייט צו גיין צו א צווייטן האל,

איך וועל אפילו מוסיף זיין, אז איך בין ביי די מיינונג אז אויב וואלט שאולי געוויסט די גאנצע צייט אז זיין שווער וועט למעשה ביים סוף נישט גיין צו די חתונה, איז לדעתי וואלט ער נישט דארט געמאכט די חתונה, אבער איין איינציגער מחרחר ריב פון די באקאנטע פורצי גדר, האט עם צוגעזאגט מיט א פארקניישטן שטערן אז, האב קיין מורא, דיין שווער וועט זיכער יא קומען צו די חתונה, ער וועט זיך סוף כל סוף ברעכן, און שאולי האט באמת אזוי געהאלטן, ער האט זיך טאקע היבש געמוהט און געבעטן דעם שווער (מיט א קנאפע 20 בלעטערדיגן בריף) ער זאל יא קומען צו די חתונה, און ווען ער האט זיך איבערגעצייגט אז אלעס איז בחינם, (דער שווער  האט אפילו נישט געוואלט ליינען דעם בריף) דער שווער האלט זיך פעסט צו זיין פרינציפ, דאן איז שוין געווען אביסל צו שפעט, צו ס'האט עם שוין נישט געפאסט צו טוישן, אדער האט ער שוין באמת נישט געקענט טרעפן א זאל ערגעץ אנדערשט, איני יודע, איך ווייס נישט, אבער דאס איז זיכער, אז די מעשה וואס אומזיסט שרייבט אז ס'איז געווען א תנאי מפורש פאר דעם שידוך, איז שקר גמור, יא, איך האב דאס געהערט מפי האתון אליין...  

אגב, לאמיר מאכן א וואוט ווער עס איז מער קראנט, משהלע אדער אומזיסט, לאמיר באנאזאם אנהייבן צו ליינען די תגובות פון ביידע און זען למי החותמת ולמי הפסולים.

SatmarNews » 9/11/2010 18:36

נעכטען ביי די חתונה
[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי SatmarNews ב- 09/11/2010 18:51:09

HTML clipboardSatmarNews

מלך_מלכים » 9/11/2010 18:43

משהלע'לע, ווי קראנט די ביסט נעם איך נישט קיין שטעלונג, אבער, מער ווי 14 יאר אלט ביסטו זיכער נישט.

דייקן » 9/11/2010 19:30

אומזינסט, לאמיר דא מאכן שטיקל סך הכל פון דיינע ווערטער, און זאג מיר אויב איך פארשטיי גוט. און דערנאך ענטפער מיר ביטע אויף מיין קשיא.

מיר האבן דא צוויי זיידעס, הרב פאלקאוויטש און הרב שטערן.

שטערן זיידע פארלאנגט אז אויב וויל מען האבן זיין השתתפות, קען די חתונה נישט פארקומען אין עטרת מאיר צבי.
סיבה: ווייל רבי אביש האט אים געפסק'ט אז ער טאר זיך נישט דארט באטייליגן.

פאלקאוויטש זיידע פארלאנגט אז אויב וויל מען האבן זיין השתתפות, מעג די חתונה זיין בלויז אין עטרת מאיר צבי.

זיי ביטע מסביר די סיבה פונעם פאלקאוויטש זיידע, וואס ער האט זיך געשטעלט אז די חתונה מוז דייקא פארקומען אין עטרת מאיר צבי, אויף אזוי ווייט, אז אויב וועט דאס זיין ערגעץ אנדערש וועט ער זיך נישט קומען באטייליגן.

_________________

חיי_שעה » 9/11/2010 19:34

נישט קיין נפק"מ וואס די סיבה פון פאלקאוויטש זיידע איז! דער מחותן איז מחוייב דאורייתא מיט כיבוד אב און נישט מיט כיבוד שווער. אויב זיין טאטע פאדערט און זאגט אז אויב טראגט ער אוועק די חתונה קומט ער נישט איז דער מחותן מחוייב מדאורייתא דארט חתונה צו מאכן טראץ דעם וואס זיין שווער איז א חסיד פונם חכם מחוכם.

_________________

משהלע » 9/11/2010 19:38

חיי שעה, ביסט א טיפש עצום, פאלקאוויטש איז אויך א שווער, ר' חיים שטערן איז א שווער פון איין מחותן, און ראובן פאלקאוויטש איז א שווער פון אנדערן מחותן,

טראכטן » 9/11/2010 19:38

חיי שעה, דשאסט פאר די רעקארדס, פאלקאוויטש איז א שווער פארן מחותן שטעסל, אין שטערן איז א שווער פארן מחותן גאנץ, יעצט זיי מסביר דיין מורהדיגע סברה, שור שנגח את הפרה טי רי רי ראם טי רי רי ראם!!!!

משהלע סארי פארן אריינהאקן, כהאב נישט געהאט געזעהן דיין תגיבה

תוקן על ידי טראכטן ב- 09/11/2010 19:41:56

חיי_שעה » 9/11/2010 19:40

מורא'דיג, מיר געכאפט ביים ווארט איך האב געשריבן מחותן און נישט מחותן'סטע

_________________

דייקן » 9/11/2010 19:41

אבי החתן: ר' חנני' יו"ט שאול ב"ר יואל גאנץ, חתן ר' חיים שטערן.
אבי הכלה: ר' יודא ארי' אשר ב"ר משה חיים שטעסל, חתן ר' ראובן פאלקאוויטש.

פון וועלכע טאטע רעדסטו?

_________________

משהלע » 9/11/2010 19:42

[quote]משהלע'לע, ווי קראנט די ביסט נעם איך נישט קיין שטעלונג, אבער, מער ווי 14 יאר אלט ביסטו זיכער נישט.[/quote]
דאס אלעס? גאנץ ביליג אפגעקומען... איך האב מיך גערישט אויף געזינטע פראסקעס, למעשה, שעמסט דיך נישט חוזק צו בלייבן פון א 14 יעריגער בחור...

zibala » 9/11/2010 19:43

די פאלקאוויטש זיידע גלייכט די ראפאגאש בילקעלעך מיט קאטשעניא פון עטרת מאיר צבי, איז וואס? אזוי ווי זיין טאכטער איז די צד הכלה, האט זי געהאט א פליכט משום כיבוד אב ואם צו מאכען ווי איר פאטער וויל.
אגב דער שמש פון שארמאש (ווי ר' ראובן דאווענט) האט א שענערע בארד פון ר' אביש און ער האט קלאר מחייב געווען ר' ראובן אז ער זאל נישט מוותר זיין אויף די קאטשעניא,

_________________

פריינדליך » 9/11/2010 21:52

ZIBALA. מוראדיג קלוג געענטפערט. דא רעדט מען פון 2 זאכן. 1) די מחותנת'טע גאנץ איז פונקט אזוי מחוייב מיט כיבוד אב ווי מיסיס שטעסל. 2) דער זיידע פאלקאוויטש איז (טאמער עפעס מער משוגע ווי דער זיידע שטערן. ווייל דער זיידע שטערן וויל נישט גיין ווייל זיין רבי האט אזוי געזאגט(יעצט איז ער געווארן קטנו עבה ממתנינו...) דער זיידע פאלקאוויטש וויל נישט גיין ערגעץ אנדערש וועגן..... קאטשעניו אדער נצחון(ליין: נצחון אין זיין אייניקל) יעצט זאג מיר ווער עס איז מער משוגע (איך גלייב נאכאלץ נישט אז דער פאלקאוויטש זיידע האט אזוי געזאגט. אבער לאמיר זאגן אז יא)

פריינדליך » 9/11/2010 21:59

zibala כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
צו די אלע וואס שרייען חי וקים אז רעבארענס שווער איז נישט געקומען צו חתונות צוליב טעראר און רדיפות פון די ארונים (כמובן אז די לעצטע צוואנציג יאר האט זיך ר' אלתר משה שוין נישט באטייליגט ביי קיין חתונות) איז מיר ממש נישט צופארשטיין

התינח אז ס'אמת אז ער האט חושש געווען אז און מ"ד - ס"ב יארן וועט ר' אלתר משה קומען צו די חתונה און אנשטויסן דעם וויזניצער ביז בלוט ( ווייל די בנ"י האבן דאך די רעקארד אלס די שופכי דם די לעצטע 30 יאר...) פארוואס האט רעבארען נישט געקענט טוהן די מינאמאלסטע השתדלות אז זיין שווער זאל זיך קענען באטייליגן ביי די שמחה, למשל אוועק טראגן פון קרית יואל ( קיינער האט נישט געשטויסן זיין שווער אין סקווער, ער האט ווען רואיג געקענט דארטן חתונה מאכן) אדער שטעלן וויטריאל מיט די נעשאנעל גארד, אדער ווערטהיימער מיט א פייער עקסטיגניטשער וכ' וכ' וכו' וכו' עטס האלטס און איין ווייזען די שונאים וואסערע כח עטס זענטס אשטייגער שמיני עצרת אין ראדני, ביי איהם אינדערהיים ביי זיין אייגענע שמחה האט ער נישט די כחות צו פראטעקטען זיין אייגענעם שווער????

יזדעזע עולם ומלאו א זיידע האט זיך נישט געקענט באטייליגן ביי זיינע אייניקלעך'ס חתונה ווייל דער מחותן זיין איידעם האט עס דייקא געוואלט מאכן ווי ס'איז איהם באקוועם אן זיך קימערען מיט די זיידע וואס שטייט אויס צו צובלוטיקט ווערן אויב ער וואלט זיך ווען באטייליגט,
דער ר' שאול איז שוין גאלד קעגן רעבארען, ער האט מבטיח געווען זיין שווער אז ער וועט מאכן זיכער ער ווערט נישט צושטויסן פון א"מ ג"ב, ער האט צוגעגרייט באדי גארדס ועוד, ווייל דער א"מ איז א שרעקליכר בעל כח אין גיבור ווואס די גאנצע ארוינישע קהילה קענען זיך נישט פייטן מיט אים צו פראטעקטאן דעם וויזניצער.

_________________

1( וויזניצער רבי דארף קומען קראנקערהייט פון א"י... 2) איבערדרייען קען איין מענטש והראי' אמ"ג'ס דרשה אין ביהמ"ד הגדול ווען עס זענען דארט געווען הונדערטער ארונים. עס איז פונקט ווי דו זאלסט זאגן אז אמעריקע האט אונטערגעשטעלט 9/11 ווייל עס איז 20 טעראריסטן קעגן 300,000,000 מענטשן.... און איך מיין אז עס איז דא מער ווי איין בנ"י בהמה וואס וועט אריינקומען שרייען

חיי_שעה » 9/11/2010 21:59

פריינדליך, משהלע האט גוט גענטפער איך פארשטיי נאר נישט פארוואס ער אליינס איז נישט מקיים זיינע ווערטער און פארוואס לערענסט זיך נישט פון זיין חכמה?!

עס איז שוין ידוע לכל אז פאלקאוויטש זענען פשוטע אפגעריסענע בהמות און וועגן ראפאגאס מיט גאלע און קאטשעניו זענען זיי גרייט זוכה צו זיין אין א איינקיל אין נאך נאך חדשים, ווי פאסט פאר אזאנע קליגע לייט ווי איר זענט צו פירן וויכוחים מיט אזאנע בהמות ראפאגאש עסער?

תוקן על ידי חיי_שעה ב- 09/11/2010 22:01:42

אומזיסט » 9/11/2010 22:14

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א) הוא מותיב לה והוא מפרק לה, אומזיסט פרעגט א פראגע, "משה'לע vs. אומזיסט, ווער איז מער נאמן?", און אזוי ווי קיינער ענטפערט נישט, איז דער חכם מחליט אז ער בכבודו ובעצמו וועט ענטפערן, און הייבט זיך אן צו קלאפן אין די פלייצע ווי קראנט ער איז, און אז זיין אויפגאבע איז נאר צו פארשטיין ביידע צדדים, (וואס לאכט איר? לאכטס נישט, דאס שרייבט ער אליין), ער שרייבט איני מאמין, ער גלייבט נישט אז איך האב דאס געהערט מפה האתון, ווייל... הערטס גיט צו... "דו האסט נישט גערדט מיט אים!", אומזיסט דיין חכמה שפראצט ארויס פון דיינע תגובות,
 
ס'איז זייער פשוט אז איך האב פון דעם ענין מיט עם נישט גערעדט, ווייל אז יא, וואלט איך דאס געוויס נישט געשריבן, ווייל אויב יא איז מיין עכטער נאמען גלייך אויף היידפארק, אבער געהערט פון דעם בעל דבר אליין האב איך יא, מיר זענען געזעצן ביי א שמחה משפחתית ביי איין טיש, אין דער טאפיק איז ארויף געקומען, דעמאלטס איז נאכנישט געווען די פיינעל החלטה ווי ער גייט חתונה מאכן, אדרבה, ער האט נוטה געווען אוועק צופירן די חתונה פין דארט אויב זיין שווער גייט זיכער נישט קומען, און דאן האט איינער (א זאלי) געפרעגט וואס זיין מחותן זאגט דערצו, איז געווען דער ענטפער אז זיין מחותן האט עם קלאר געזאגט אז ער איז נישט קיין צוריקהאלט, און למען השלום איז ער גרייט צו גיין צו א צווייטן האל,

איך וועל אפילו מוסיף זיין, אז איך בין ביי די מיינונג אז אויב וואלט שאולי געוויסט די גאנצע צייט אז זיין שווער וועט למעשה ביים סוף נישט גיין צו די חתונה, איז לדעתי וואלט ער נישט דארט געמאכט די חתונה, אבער איין איינציגער מחרחר ריב פון די באקאנטע פורצי גדר, האט עם צוגעזאגט מיט א פארקניישטן שטערן אז, האב קיין מורא, דיין שווער וועט זיכער יא קומען צו די חתונה, ער וועט זיך סוף כל סוף ברעכן, און שאולי האט באמת אזוי געהאלטן, ער האט זיך טאקע היבש געמוהט און געבעטן דעם שווער (מיט א קנאפע 20 בלעטערדיגן בריף) ער זאל יא קומען צו די חתונה, און ווען ער האט זיך איבערגעצייגט אז אלעס איז בחינם, (דער שווער  האט אפילו נישט געוואלט ליינען דעם בריף) דער שווער האלט זיך פעסט צו זיין פרינציפ, דאן איז שוין געווען אביסל צו שפעט, צו ס'האט עם שוין נישט געפאסט צו טוישן, אדער האט ער שוין באמת נישט געקענט טרעפן א זאל ערגעץ אנדערשט, איני יודע, איך ווייס נישט,

ב) אבער דאס איז זיכער, אז די מעשה וואס אומזיסט שרייבט אז ס'איז געווען א תנאי מפורש פאר דעם שידוך, איז שקר גמור, יא, איך האב דאס געהערט מפי האתון אליין...  

ג) אגב, לאמיר מאכן א וואוט ווער עס איז מער קראנט, משהלע אדער אומזיסט, לאמיר באנאזאם אנהייבן צו ליינען די תגובות פון ביידע און זען למי החותמת ולמי הפסולים.

א' און ג' איז דער תירוץ פשוט אדרבה! לכו נא ונכחה, קענסט מאכן א וואוט, אדער אליינס ליינען די תגובות, במאי בעית טפי?

ב, האביך דיר שוין געזאגט אז איך ווייס עס נישט קראנט מפי חכם אליין, און אז במחילת כבודך גלייב איך דיר נישט קיין משהו, נישט פא"פ האסטו גערעדט צו אים און נישט ביי א משפחה שמחה!

_________________

רשכבהגולם » 9/11/2010 23:12

15 יאר אין איין צי (מ"ה-נ"ט) האב איך פראבירט זיך גערעכט צי ברענגען פאר מיינע קרובים, חברים, דעמאלטס גריפענע חסידים,
זיי האבן געלאכט פון מיר, מיין קול איז געווען, הלוואי נאר כקול קורא במדבר, נאך אויך צי געלייגט קללות, נגישות, און רדיפות, איך זאג נישט, איך האב נישט קיין טענות, ווייל ווער האט מיר געהייסן רעדן,
יעצט צום ענין, איך האב זיי דעמאלטס נישט דן געווען, איך האב זיי נישט געהאלטן פאר סתם לצים,
נאר וואס דען, איך האב געוויסט אז עס איז פאראן א רעזשים וואס ניצט נעבעך זייער תמימות'דיגע איינגעבאקענע אנשויאינגן, פאר זייערע אינטערעסען, 
דאס איז אלס געווען ביז תשנ"ט, דעמאלטס האט זיך ארויס געשטעלט אז מען רעט דא פון פאלנע לצים, צוויי זאכען,
איינס, לויט זייער מהלך, ווי למשל מען טאר נישט ציברעכען, מען טאר נישט טשעפענן א בנן של קדושים, מען טאר נישט ציברעכן די מלחמה קעגען ציונות, ועוד ועוד, אויב זיי וואלטן עס געמיינט ערנסט, וואלטן זיי זיך געדארפט אינגאנצן צישטעלען צי די התמנות פינעם נייעם רב,
צוויי, זיי האבן דעמאלטס (נ"ט) געשריבן און געזאגט אויף אלע אופנים, אז משה גבאי איז אויף אלעם שילדיג געווען,
און זיי מיט זייער מנהיג האבן  קיינמאל גארנישט געטון און קיין טעראר און רדיפות ונגישות,
איי דאס איז דאך נישט אפאר דורות צירוק, און די נרדפים און די רודפים זענען אלע נאך דא עמוע"ש,
מען דארף קיינעם נישט צירוק לעבעדיג מאכען אזוי ווי מען האט געטון ביים ים סוף מיט די מצריים,
דער תירץ אויף דעם איז געווען, יא יא אלעס אמת אבער דאס איז אלעס געווען ווייל משה גבאי האט געדרייט א קאפ,
קומט אויס לויט דעם, אז בשעת איך בין זיכער געווען אז דא רעט מען פון תמימות'דיגע מענטשען וואס מיינען נאר לשם שמים האבען די לצים נאר געשפילט א שפיל,
זיי האבן גאר גוט געוויסט וואס זיי טוען, און יעצט, ווען די שפיל האט זיך גענדיגט, זאגען זיי אינז אויס דעם סוד,
זאלסט וויסען עס איז נאר געווען א שפיל,
נאך מער זיי פראבירן יעצט (תשנ"ט) מסביר זיין אלע טענות וואס איך האב מיט זיי געטענה'ט און די פריעדיגע יארן, 
ווי גוט זיי פארשטייען דאס, און אפילו נאך בעסער פון מיר, 
תמצית, די ארוינים זענען מורא'דיגע גוטע שוי שפילערס (בלע"ז לצים),
א קנאפע 15 יארהאבן זיי נאר געשפילט, און קיינער האט זיי נישט דערקענט אז זיי שפילען נאר,
יעצט וויל איך שוין אנקומען צום ענין, עס עפענען זיך אשכולות אויף אשכולות און מען ווערט נישט פערטיג,
עס וועט קומען דער טאג, וואס זיי גייען אינז אויסזאגען דעם סוד נאכאמאל, אינז האבמיר נישט געמיינט ערנסט,
וואס אימער דער תירץ וועט זיין, פישער צי עקשטיין,
און די אלע זאכען וואס מיר פראבירן זיי יעצט אויפווייזען גייען זיי נאך בעסער פארשטיין פון אינז,
כמה קולמוסם נשתברו פון מ"ה ביז נ"ט,
און דערווייל ווערן מיר געוואר אז זיי אליינס האבען עס נאך בעסער פארשטאנען וו אינז,
רבותי האטס אביסל געדילד

תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 09/11/2010 23:29:55

משהלע » 9/11/2010 23:16

אוי ביטער, אומזיסט גלייבט מיר נישט. [בילד – נישט אפגעהיט], איך האב געמאכט א וואוט ביי מיר אין ישיבה קטנה, (פארגעס נישט איך בין אינטער 14) אין 98% יונגלעך זאגן אז זיי גלייבן מיר וואס איך שרייב, זיי זאגן קלאר אז איך בין אסאך מער קראנט פון דיר, [בילד – נישט אפגעהיט]  דו גלייבסט נישט די יונגלעך פון מיין חדר?, פארוואס גלייבסטו מער פאר די זאלי תגובות? זענען זיי קלוגער אדער קראנטער פון מיינע חברים?

הער מיך גיט צו, מען רעדט שוין פון די פרשה עטליכע וואכן, און דער נארישער תנאי תירוץ איז נולד געווארן די וואך, סא, וואס איז מער מתקבל על הדעת? דיין ווערזיע אדער מיין, האלסטו נישט אז אויב וואלט דאס אמת געווען וואלט דאס דען נישט געווען דער ערשטער תירוץ,  און דאס וואלט אפגעשטעלט דעם קריטיק, אלזא שקר אין לו רגלים, איך האב נאכנישט געטראפן קיינעם אפילו זאליס וואס זאלן דיר גלייבן.

וואלןסח » 9/11/2010 23:22

זיבעלע

כ'בלעים דיר נישט אז דו ווייסט נישט, ווייל דו ביסט נאך דאן נישט געווען בעלמא הדין, אבער לאמיר דיר ערקלערן, די פראבלעם איז נישט געווען אלטר משה ג"ב, די פראבלעם איז געווען ביי די חתונה גופא ווי מען האט געווארפן מאראנצן און געציפט די פוס, און ביז אין די מיטעלע נ' יארן האט נישט געקענט זיין קיין רעדע פון אים ברענגן,

און יא, איך זע דו ווייסט אפילו נישט ווי די חתונה איז געווען, די חתונה איז נישט געווען אין קרית יואל, און אויך נישט אין וויליאמסבורג, ס'איז געווען אין מאנהעטן

_________________

zibala » 9/11/2010 23:49

פריינדליך כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

1( וויזניצער רבי דארף קומען קראנקערהייט פון א"י... 2) איבערדרייען קען איין מענטש והראי' אמ"ג'ס דרשה אין ביהמ"ד הגדול ווען עס זענען דארט געווען הונדערטער ארונים. עס איז פונקט ווי דו זאלסט זאגן אז אמעריקע האט אונטערגעשטעלט 9/11 ווייל עס איז 20 טעראריסטן קעגן 300,000,000 מענטשן.... און איך מיין אז עס איז דא מער ווי איין בנ"י בהמה וואס וועט אריינקומען שרייען

1) כ'האב נישט געוויסט אז דער וויזניצער איז שוין קראנק פינעף אין צוואנציג יאר, אינטערעסאנט אז צו די סקווערע חתונה אנפאנג ס' יארן האט ער זיך באטייליגט קראנקערהייט, איז נישט סאשע פינקט אזא טאכטער??
2) אינטערעסאנט... איין מענטש קען טאקע איבערדרייען רעבארענס חתונות אין ס'האט נישט פאסירט עד היום זינט מענדעלע'ס חתונה אז א בני יואל זאל איבערדרייען זיינ'ס א חתונה... האבן זיי נישט מער פיינט רעבארען ווי דעם וויזניצער?

מ'דארף זיין א תינוק נישט צופארשטיין די חילוק פון ר' אמ"ג ביי מענדעלע ס'נאך דעמאלטס קיין בנ"י נישט געווען יעדער האט געדאווענט אין ווייסן שויהל צונאזאם, משא"כ די שפעטערע יארן איז קיין בנ"י שוין נישט געדאווענט דארט ומכש"כ זייך באטייליגט ביי זיינע חתונות

יהיה איך שיהיה - לו יהא אז די בנ"י זענען טאקע אזאנע קנאים פ"וו זאל ער נישט אזויפיל טוהן פאר זיין שווער צו טראגן די חתונה צוואנציג מייל קיין סקווער דארט האט קיינער קיינמאל נישט מבזה געווען זיין שווער?

_________________

פריינדליך » 10/11/2010 00:17

חיי_שעה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
פריינדליך, משהלע האט גוט גענטפער איך פארשטיי נאר נישט פארוואס ער אליינס איז נישט מקיים זיינע ווערטער און פארוואס לערענסט זיך נישט פון זיין חכמה?!

עס איז שוין ידוע לכל אז פאלקאוויטש זענען פשוטע אפגעריסענע בהמות און וועגן ראפאגאס מיט גאלע און קאטשעניו זענען זיי גרייט זוכה צו זיין אין א איינקיל אין נאך נאך חדשים, ווי פאסט פאר אזאנע קליגע לייט ווי איר זענט צו פירן וויכוחים מיט אזאנע בהמות ראפאגאש עסער?

תוקן על ידי חיי_שעה ב- 09/11/2010 22:01:42

איך ווייס נישט אויב דו. אבער איך בין דא צו פארברענגן. פארשטאנען?

zibala » 10/11/2010 00:19

וואלן ביטע זיי מסביר ווער זענען געווען די קנאים וואס וואלטן געשטערט רעבארענס שווער פון זיך באטייליגען?? און וואס האט זיך געטוישט אין די מיטעלע נו"ן יארן?

איך האב אלעמאל געוויסט אז  די טראבעל מעקערס (זאליס בנ"י) האסן זיך נישט געפונען אין סאטמאר פון מ' ביז נ"ט ווען דער ב"מ האט מכתיר געווען בנו רבינו שליט"א, הייסטעס זיינע אייגענע עמרם כהן'לעך מיט מיילעך שוואנצעס וואלטן זיך מתחצף געווען קעגן זייער אייגענעם רעבענ'ס שווער?? האט ער טאקע נישט געהאט קיין ווארט אין סאטמאר?  איז עס אפשר משה גבאי? אדער האט ער זיך געשעמט מיט זיין שווער? עפעס א תירוץ מוז זיין

_________________

אומזיסט » 10/11/2010 01:34

משהלע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אוי ביטער, אומזיסט גלייבט מיר נישט. [בילד – נישט אפגעהיט], איך האב געמאכט א וואוט ביי מיר אין ישיבה קטנה, (פארגעס נישט איך בין אינטער 14) אין 98% יונגלעך זאגן אז זיי גלייבן מיר וואס איך שרייב, זיי זאגן קלאר אז איך בין אסאך מער קראנט פון דיר, [בילד – נישט אפגעהיט]  דו גלייבסט נישט די יונגלעך פון מיין חדר?, פארוואס גלייבסטו מער פאר די זאלי תגובות? זענען זיי קלוגער אדער קראנטער פון מיינע חברים?

הער מיך גיט צו, מען רעדט שוין פון די פרשה עטליכע וואכן, און דער נארישער תנאי תירוץ איז נולד געווארן די וואך, סא, וואס איז מער מתקבל על הדעת? דיין ווערזיע אדער מיין, האלסטו נישט אז אויב וואלט דאס אמת געווען וואלט דאס דען נישט געווען דער ערשטער תירוץ,  און דאס וואלט אפגעשטעלט דעם קריטיק, אלזא שקר אין לו רגלים, איך האב נאכנישט געטראפן קיינעם אפילו זאליס וואס זאלן דיר גלייבן.

דיין ערשע האלב תגובה ווייזט קלאר אז דו ביסט נישט דא צו שטעלן זאכן אין ריכטיגן פלאץ, נאר צו פארדרייען זאכן וואס דו און איך ווייסן אז עס איז ריכטיג. איך צי נישט צוריק פון מיין פארשלאג, כזאג דיר נאכאמסאל, ליין איבער די תגובות, אדער פרעג אלע שרייבערס דא, אהרונים און זאלוינים צוגלייך.

דאס וואס דו טענה'סט אז דער תירוץ וואלט געדארפט נולד ווערן גלייך, איז אזוי. כהאף דו פארשטייסט, אז שאולי גאנץ האט נישט קיין ניק דא, ער איז א נארמאלער מענטש וואס איז עוסק בישובו של עולם. סאו, די בני יואל און רוב זאלי'ס וואס דרייען זיך דא, האלטן אז שאולי גאנץ איז א היראו, און ער האט נישט געטארט אוועק טראגן די חתונה אפילו למשל זיין מחותן וואלט זיך ווען אויך געבעטן צו אים. אזוי איז די גאס, איך קען ביידע זייטן, רוב מענטשן טראכטן נישט גראד ביי קיין איין צד. (הגם ביי די אהרונים איז דער פראבלעם סאך ערגער ווי ביי די זאלי'ס, און די ניק'ס דא אויף ה"פ פארטרעטן נישט כידוע דעם ריכטיגן דעת פון רוב הקהל, והא ראיה אז כמעט אלע זאלי ניקס דא זענען הייס ברך משה געשטימט, אין דערצייט וואס דימציאות איז אינגאנצן נישט אזוי), על כל פנים, דאס אז איך בין הערשט לעצטנס געווואר געווארן דעם טעם, און בעיקר ערשט לעצטנס אנגעקומען צו פאוסטן, ווייזט נישט אויף גארנישט.

_________________

פריינדליך » 10/11/2010 02:38

zibala כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

1( וויזניצער רבי דארף קומען קראנקערהייט פון א"י... 2) איבערדרייען קען איין מענטש והראי' אמ"ג'ס דרשה אין ביהמ"ד הגדול ווען עס זענען דארט געווען הונדערטער ארונים. עס איז פונקט ווי דו זאלסט זאגן אז אמעריקע האט אונטערגעשטעלט 9/11 ווייל עס איז 20 טעראריסטן קעגן 300,000,000 מענטשן.... און איך מיין אז עס איז דא מער ווי איין בנ"י בהמה וואס וועט אריינקומען שרייען
1) כ'האב נישט געוויסט אז דער וויזניצער איז שוין קראנק פינעף אין צוואנציג יאר, אינטערעסאנט אז צו די סקווערע חתונה אנפאנג ס' יארן האט ער זיך באטייליגט קראנקערהייט, איז נישט סאשע פינקט אזא טאכטער??
2) אינטערעסאנט... איין מענטש קען טאקע איבערדרייען רעבארענס חתונות אין ס'האט נישט פאסירט עד היום זינט מענדעלע'ס חתונה אז א בני יואל זאל איבערדרייען זיינ'ס א חתונה... האבן זיי נישט מער פיינט רעבארען ווי דעם וויזניצער?

מ'דארף זיין א תינוק נישט צופארשטיין די חילוק פון ר' אמ"ג ביי מענדעלע ס'נאך דעמאלטס קיין בנ"י נישט געווען יעדער האט געדאווענט אין ווייסן שויהל צונאזאם, משא"כ די שפעטערע יארן איז קיין בנ"י שוין נישט געדאווענט דארט ומכש"כ זייך באטייליגט ביי זיינע חתונות

יהיה איך שיהיה - לו יהא אז די בנ"י זענען טאקע אזאנע קנאים פ"וו זאל ער נישט אזויפיל טוהן פאר זיין שווער צו טראגן די חתונה צוואנציג מייל קיין סקווער דארט האט קיינער קיינמאל נישט מבזה געווען זיין שווער?

_________________

1( זיי האבן אים טאקע מער פיינט. אבער זיי דארפן א תירוץ צו פארשטערן יענעמס חתונה.נאך אלעם איז היינט א דיפלאמאטישע וועלט און דעמאלטס האבן זיי געהאט (לשיטת מוחם העוקם) א תירוץ אז וויזניץ האט נישט וואס צו זוכן ביי א סאטמארע חתונה. 2) והוא העיקר. ווער זאגט אז ער האט נישט גערופן? ווייל ער איז נישט געקומען מיינט אז ער(אדער זיינע מענטשן) האבן נישט געוואלט ער זאל קומען נאכן האבן אזא עקספיריענס(און חוץ דעם פארגעסט נישט. ווי שטארק מיר האבן פיינט וויזשניץ. האט אונז וויזשניץ סאך מער פיינט) 3) זייער קלוג גרעדט... סאטמאר רבי (דעמאלטס רב) זאל טראגן די חתונה קיין סקווער... און בכלל. בנ"י קען די וועג קיין סקווער אויך...און ווי אויבן גערעדט פעלט אויס איי יחיד צו צושטערן א חתונה. איין זאך. ענטפער נאר צום זאך ביטע

משהלע » 10/11/2010 21:01

מרת ר. גאנץ מחברתו החשובה פון דעם חצוף מחוצף שאולי גאנץ רופט נעבעך יעדן פון איר משפחה און בעט זיך ברחמים ובתחנונים אז מען זאל קומען אויף שבת שבע ברכות באשיינען די שמחה, (כאטש זי איז דער צד החתן) זי וויינט אז די חתונה האט מען איר צושטערט מיט דעם וואס 90% פון איר משפחה איז נישט געקומען, זי טענה'ט אז דאס דארט חתונה מאכן איז געווען למורת רוחה, זי האט זיך געבעטן צו איר מאן ער זאל אויף איר רחמנות האבן און אוועק טראגן די חתונה אזוי אז איר טאטע זאל קענען באשיינען, אבער שאולי וואס איז באקאנט צו זיין א געפערליכער אכזר האט איר גענטפערט לא מיט א אל''ף, די חתונה גייט דארט זיין און דו וועסט זען אז אלע וועלן קומען ווי טאטעלעך, כהבטחת הרב מ...,  נו, די רעסט איז היסטארי, אלע זענען טאקע געקומען ווי טאטעלעך, פונקט ווי דער טאטע ר' חיים...,  נו, מרת גאנץ איז אין א דעפרעסיע, זי האלט נעבעך פאר א צוזאמען בראך, בעט זי זיך ביי די משפחה, אפילו ביי די דריטע און פערדע קאזינס זאלן קומען צו שבע ברכות, אבער לעת עתה האבן אלע גענטפערט אז מען האט מיט איר גרויס מיטלייד, אבער דאס איז נישט א ענין פון טשעפען אדער פאליטיק, דאס איז יסודות'דיגע ענינים, און מיטן בעסטן ווילן קענען זיי נישט גיין, נאר בתנאי אז מען מאכט איבער די קידושין, אצינד פארארבייט זי מעשים ביי איר מאן, און עס איז מעגליך אז פונקט ווי שאולי איז געווען דער ערשטער בני המן צו זאגן פאר א טאטן קענסט דיר זיצן אינדערהיים, אזוי וועט ער אפשר זיין דער ערשטער פורץ גדר איבער צו מאכן די קידושין, מי יתן והי',

מלך_מלכים » 10/11/2010 21:10

משהלע מיין קינד,
זאג מיר אצינד,
פארוואס ביסטו אזוי ציטראגן,
אויף דיינע תגיבות קען מען זעהן,
 אפעס איז מיט דיר געשהן,
 דעם אמת טו מיר זאגן,

יענקל_38 » 10/11/2010 21:32

מלך_מלכים [בילד – נישט אפגעהיט]

משהלע » 10/11/2010 22:35

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
משהלע מיין קינד,
זאג מיר אצינד,
פארוואס ביסטו אזוי ציטראגן,
אויף דיינע תגיבות קען מען זעהן,
 אפעס איז מיט דיר געשהן,
 דעם אמת טו מיר זאגן,

מלך זיסער איך וועל דיר זאגן,
וואס עס טיט מיך נאגן,
פארוואס איך בין אזוי דערשלאגן,
גיב נאר א קיק,
פאסירט האט א מורא'דיגע אומגליק,
א איד מאכט חתונה בשעה טובה ומוצלחת,
דער זיידע דעלעבט שוין אביסל נחת,
דער זיידע ווארט שוין ביי די שמחה צו זיין,
ווען דאס אייניקל טיט אינטער די חופה גיין,
אין פלוצליג די ביטערע בשורה,
די חופה איז שלא ברשות המרה דאתרא,
זיך משתתף זיין ביי די שמחה איז באיסור גמורה,
די אלע משתתפים זענען עובר א איסור חמורה,
דער זיידע וויינט על גבי המזבח,
ווייל כיבוד אב ביי די מחוצפים איז נישט שייך,
נישט וועלנדיג פון די עבירה זיך אפבריען,
האט דער זיידע באשלאסן פון דא אוועק פליען,
בקהלם אל תחד כבודי,
ועל זה דוה לבי... 
איך האף אז די טיסט א פארשטיי,
וואס עס טיט מיר וויי,
דעם זיידענס וויי געשריי,
און אצינד גוד ביי...

בני_אדם » 10/11/2010 22:42

משהלע, [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]

moishe12 » 11/11/2010 04:34

משהלע משהלע
נישט אז איך רעד מיך איין אז איך גיי דיר פארציילען די אמתדיגע מעשה דעמאלטס וועסטי זיך איבער צייגען אז די ביסט א פאלנער ליגענער נאר כדי דער עולם זאל וויסען דעם אמת וויל איך פאר יעדעם איבערגעבין דעם ריינעם אמת
אין דאס וועט אי"ה זיין דאס לעצטע מאל וואס איך גיי רעדין פין דעם חתונה אין דעם אשכול. 
איז אזוי מרת גאנץ ווינט בכלל נישט
זי האט ברוך השם געהאט א הערליכע חתונה אינעם נייעם זאל אין יעדער איינער וואס איז דארט א קאזין איז געהעריג געקימען
אויסער פיר מענטשען וואס וואלטען לויט נארמאלע אמשטענדען יא געקימען זענען דא נישט געקימען
דאס זענען ר' עקיבהלע גאנץ אין דער ברודער פין בארא ראג אין קארפעט אין איך מיין דער ברידער פין קרית יואל אויך נישט איך בין נישט זיכער
אויסער דעם זענען דאס ערשטע מאל ארויסגעקימען צווייטע קאזינס פין שטאט אפילו פין בארא פארק אויך
אין אויך איז כדי אז דער עולם זאל וויסען וואס דער טאטע ר' חיים האט זיך אויסגעדריקט פאר זיין איינציגע טאכטער גלייך נאך די חופה אז ער וויל איר ווינטשען א הארציגע מזל טוב מיט אלעם גיטען
אין אז ער גייט אנגעטין מיטען שטריימען אין פאלם ספרינגס אין ער האט שוין אויסגעזאגט דריי מאל תהילים אין ער האט אויך מיטגעהאלטען די חופה פין זיין באליבטען אייניקעל דארעך א האק אפ
איי פארוואס איז ער נישט געקימען דאס איז ווייל זיין זין פין בארא ראג אין קארפעט
(דער הייליגער באשעפער וועט אים אויך געבין זיינס ער איז נאך קיינעם נישט שילדיג געבליבען אפילו פאר דיין רבי דער ר' משה טייטעלבוים אויך נישט)האט אים פארדרייט א קאפ מיט הוילע שטותים
אין ער האט אויך געזאגט אז ער איז נישט מוחל בזה ובבא פאר דעם
אין אויך האט ער איר ציגעזאגט אז ער האט נישט קיין טראפ פאראיבל אויף איר ער פארשטייט אלע זייטען דא 

למעשה ווי די שרייבסט נאכדעם וועגען דעם באוויסטען אכזר ר' שאול
דא זעט מען אז די ווייסט ניטאמאל ווער ר' שאול איז 
אויב קענסטי טרעפין אין יוד אינעם כדור העולם וואס קען זאגען אז ר' שאול האט אים וויי געטין מיט דאס מינדעסטע זאך קענסטי יעצט אויפפיקען א הידערטער פין מיר פארשטייט זיך דארען א שליש
אבער איך בין גרייט דערפאר הינדערט פראצענט
דער יוד איז א טייערע איד וואס האט נאך אפילו קיין פליג נישט געטשעפעט
אדרבה ער העלפט איעדען יוד נישט קיין חילוק וואספארא אגענדע יענער האט 

יעצט ווייטער וועגען דעם שבת שבע ברכות זעט זיך אויס אז די האסט פארגעסין דין וועג ווי אזוי דאס ארבעט
אז ריפען ריפט די כלה'ס זייט אין זיי האבען א רעכט צי ריפען וועם זיי ווילען אין זיי דארפען ניטאמאל ריפען דען זיידען פין די חתן זייט אין אפילו נישט דעם טאטען פינעם חתן
סא מרת ר גאנץ ריפט טאקע נישט קיינעם.

אין דאס וואס די שרייסט חי וקים
אז מרת גאנץ האט פארפירט אז זי וויל אוועקטראגען די חתונה וויל איך דיר מוסר מדעה זיין אז איך בין א קרוב דארט אין זי האט מיך פערזענליך אנגעריפען איינציליידענען אין איך האב איר געפרעגט צי עס איז אמת אז זי וויל נישט דארטען חתונה מאכען האט זי אנגעפאנגען לאכען אין זי האט מיר געזאגט אז אפשר איר ברידער וויל אז זי זאל נישט וועלין אבער זי איז ב"ה העכסט ציפרידען דארטען חתונה מאכען ממש א שפאן אוועק פין איר הויז 
אין אויך האב איך היינט געריפען אין זי איז ב"ה געוועזען העכסט בשימחה אין זיך אויסגעדריקט אז דאס איז געווען א הערליכע שימחה
אין די זעלבע האט זיך ר' שאול אויסגעדריקט 

יעצט משהלע ווייטער איז ניטאמאל אינטרעסאנט זיך אפציגעבין מיט דיינע פערדישקייטען וועגין איבער מאכען די קדושין דאס איז דאך סתם דאמירן בעלמה אוודאי וואלסטי געוואלט אז דאס זאל געשען אבער דאס וועט נישט געשען מיר זענען יודישע קינדער צי עס געפעלט דיר צי נישט די 
מיר פארלאזען זיך אויף די פסק פין אלע גדולי ישראל וואס האבען אינז אלע פה אחד מתיר געווען דעם זאל 
אין נישט אלעס איז טאקע פארשריבען אבער אינז זענען געגאנגען פרעגען אין זיי האבען אלע געזאגט אז עס ניטאמאל א שאלה 
אין אויך די וואס האבען יא אינטערגעשריבען בפירוש 
אין אויך דיין דיין ר' געציל בערקווויטש האט געזאגט אז די גאנצע איסור האט גארנישט מיט בני יואל ד'סאטמאר עס זענען דא באגלייבטע עדות אויף דעם
אין בסך הכל בלייבט איבער איין איינציגער ר'בנציון לאב
נא זיין מיינונג מיז דאך נישט ווערין אנגענימען ביי אינז
אין איך קען דיר ציזאגען אז ער ווייסט ניטאמאל ווי בני יואל געפינט זיך
ער האט נישט קיין השגה ווי ווייט דאס איז פין קרית יואל.
אין נישט פארגעסין ער איז א באצאלטער דיין
ממילא ווען ער זאגט עפעס איז עס אינז אינגאנצען נישט מחייב

משהלע » 11/11/2010 19:53

א גוט מארגן, ירא הקהל וישפוט, זאל דער עולם זען וואס איז דער חילוק פון דעם ענגלישן MOISHE12 צום אידישן משהלע, בו בזמן וואס דער אידישער משהלע שרייבט אייך דברים כהווייתן דעם פשוטן אמת, אן קיין דריידלעך, נישט צו געפיצט, נישט אפגעשיילט, נישט האלבע אמת מיט גאנצע שקרים, פשוט און גראד דעם אמתדיגן  "אמת", קומט דער ענגלישער MOISHE און אפערט ענק א, "ריינעם" אמת, א אמת וואס איז שיין זויבער און צו געפיצט, א אמת וואס איז ריין פון ווערעם, א אמת וואס מען האט אפגעשיילט און אראפ גענומען די חלקים וואס עס פאסט נישט פאר די מתולעים, אן אמת וואס מען האט צו געגלאנצט און צו געפוצט זאל שטומען מיט זייער מערכה, און דערובער איז דאס א "ריינער" אמת.

און איך האב הנאה אז דער ענגלישער MOISHE האט פארשפראכן נישט צו ענטפערן, ווייל איך האלט אויך נישט ווייטער ביים צוען דעם שמועס, מיין ציל מיט מפרסם זיין די איינצלהייטן איז נאר בעיקר געווען פאר די חתונה כדי אז דער חצוף זאל זיך בארעכענען און זאל חוזר זיין פון זיינע מעשים תעתועים, אבער אצינד אז דער פארברעך איז שוין אפגעטוהן, האט שוין נישט קיין שום זין דאס ווייטער ארום צו נישטערן, דאס ברענגט נישט קיין כבוד פאר קיינעם, ובפרט פארן צובראכענעם זיידע,

דאס אז דו שרייבסט אז מרת גאנץ וויינט נישט און איז זייער צופרידן פון דעם אויסגאנג פוןדי קאנטרעווערסיע, אויב וואלט דאס אמת געווען, וואלט דאס געווען אסאך ביטערער און צו שאנד און שפאט פאר יעדען, וואס הייסט?, ס'ארט איר גארנישט אז איר טאטע האט זיך נישט באטייליגט ביי איר שמחה?, זי איז נאך העפי דערמיט?, שטעלט דאס איר נישט אין א טינקעלען ליכט?, אבער דאס איז שוא ושקר, זי איז נעבעך צובראכן כחרס הנשבר, זי איז א קרבן פון איר טיראנישן מאן, זי האט נעבעך נישט געהאט קיין ברירה, אירע ביטערע טרערן און יאמערליכע געוויין איז זייער שנעל שטיל געווארן דורך איר אכזריותדיגן מאן,  וויפיל דער ענגלישער MOISHELE וועט פראבירן אראפ צו מאלן דעם אכזר שאולי גאנץ, ווי א זיס אומשולדיג שעפעלע, וועט דאס נישט טוישן דעם מצב, מרת גאנץ האט אין איר לעבן קיין גיטן טאג נישט געהאט, ער איז א עקשן איום ונורא, אלעס דארף גיין זיין וועג, און אח און וויי טאמער דערוואגט מען זיך צו זאגן אנדערשט פון עם, על כל פנים ער איז נישט קיין ממ... ער איז יואליש גאנץ'ס זון, 

יעצט צום ענין, זאל איעדער זען בחוש וואס עס הייסט א "ריינער" צוגעפיצטער אמת, און וואס עס איז א פשוט און גראדער אמת, די ווערזיע פונעם מזייף MOISHE שטימט נישט און איז מופרך מעיקרא, אמת ר' חיים האט אנגערופן זיין בת יחידה און איר אנגעוואונטשן א הארציגן מזל טוב, אבער די איבעריגע סטעיטמענטס איז בלויז אויסגעטראכט צו צופיצן די פאקטן, 

לויט דעם שקרן וכזבן איז שוין דא א נייער שולדיגער, אויס ספינקער רבי ר' אביש, דער ממלא מקום פון רבי אביש איז נישט קיין אנדערער פון ר' יוסף בנימין שטערן דער זון פון ר' חיים, איי וויאזוי האט ר' יוסף בנימין מער השפעה פון א אייגענע טאכטער?, א באליבטע בת יחידה? נו, א קשיא אויף א מעשה!, לאמיר ווייטער גיין, ר' יוסף שטערן האט געהעצט דעם טאטן אזוי ווייט אז דער טאטע האט באשלאסן צו כאפן א פליגער פאר שבת באווארפן און אוועק געפארן קיין האט ספרינגס, דאס איז דאך קלאר און נישט תלוי בפלוגתא, שטימט?, יעצט קומט דער כזבן וזייפן און שרייבט אז דער ר' חיים האט באקומען מורא'דיגע שולדיג געפילן, אזש אז ער האט זיך אויסגעדריקט אז ער איז נישט מוחל פאר זיין זון בזה ובבא, אה קיי, לאמיר זען, ווען האט ר' חיים אנגעהויבן צו באקומען די חרטה געפילן, פאר שבת?, נאך שבת?, יום החתונה?, בשעת החתונה?, ווען? מיר ווייסן (לויט עם) אז ער האט אנגעטוהן א שטריימל לכבוד די חתונה דארט אין ווייטן האט ספרינגס, (מסתמא כדי דער עולם זאל נישט מיינען אז ער וועפט ל''ע, האט ער ווארשיינדליך ארויס געלייגט א גרויסן טאוועל מיט "שמחת בית שטערן-גאנץ", יעדער זאל זען אז ער איז ב''ה שפוי בדעתו, און אז ער ווייסט אז ס'איז מאנטיג נאכמיטאג, און נישט שבת), לאמיר פרעגן א הארבע פראגע, האט ר' חיים נישט געקענט כאפן א פליגער און צוריק קומען צו פליען זיך משתתף זיין ביי די חתונה?, אויב האט ער באמת באקומען חרטה געפילן אויף זיין אקט, איז דאך נישט שווער געווען צו כאפן א פליגער און זיך צו באווייזן ביי די חתונה, וואס זאגט איר? ער האט ערשט אנגעהויבן צו באקומען די חרטה געפילן בשעת די חתונה, און עס איז שוין געווען צו שפעט צו כאפן א פליגער?, נו, אויב אזוי, וואס טיט זיך נאך די חתונה?, וואס טיט זיך מיט א שבע ברכות?, אדער גאר שבת שבע ברכות? ער קען דאך נאך אריין כאפן א שטיקל חלק פון די שמחה, און דאן וועט ער אפשר יא קענען מוחל זיין פאר זיין זון יוסף בנימין שטערן, איז אייך באמת נישט שווער געווען די קשיא ביים ליינען די פאנטאזיעס פון דעם ענגלישן MOISHE12?,

אבער דער תירוץ איז זייער פשוט, דער ענגלישער MOISHE איז א פאלנער שקרן וכזבן, א נידער טרעכטיגער פאנטאזירער, וואס איז דא אויסן נאר איין זאך, פארענטפערן א ביטערן חצוף מחוצף, און באשמיצן אומשולדיגע מענטשן, לולי דמסתפינא (פון די תקנת הפורום) וואלט איך געזאגט אז דער שרייבער פון דעם תגובה איז גאר דער חצוף מחוצף אליין, עס קאסט מיך א לאך, ר' חיים שטערן איז אוועק געלאפן פון די חתונה, נישט וועלענדיג זיך משתתף זיין אין א חתונה ווי די קידושין איז שלא ברשות ונגד דעם מרא דאתרא, אבער דארט אין די מרחקים בינו לבין עצמו האט ער אנגעטוהן דעם שטריימל, פארגעסט נישט, דארט אין האט ספרינגס איז דאך דריי שעה פריער, דאס מיינט אז אנהייב מאנטיג נאכמיטאג האט זיך ר' חיים שטערן אנגעטון דאס שטריימל, און ארום געוואקט ווי א חתן אין די שבע ברכות מיט א שטריימל, (יעדער האט עם מוסר געזאגט אז א חתן טאר נישט גיין אליין אין די שבע ברכות...), איין זאך בין איך מודה און איז יא אמת, אז שבת באווארפן איז ר' חיים יא געגאנגען מיט א שטריימל, (ווארשיינדליך לכבוד די באווארפן פון אייניקל...), 

יעצט צום בלויזן אמת, די פאקטן כהווייתן, נישט צו געפיצט, און נישט געפאלישט, ר' יוסף בנימין שטערן האט צו זיין טאטע בכלל קיין מאל נישט גערעדט פון דעם ענין, דער טאטע האט עם נאר איינמאל לעצטינס געזאגט אז דאנערשטיג תולדות פארט ער קיין האט ספרינגס אויף 10 טאג, דאס אלעס, ומעשה שהי' כך הי', דעם זומער ווען שאולי האט זיך געשלאגן מיט די דיעה צו ער זאל מאכן די חתונה אין דעם טריפענעם האל צו נישט, האט ער געפרעגט זיין שווער אז אויב מאכט ער דארט חתונה צו ער וואלט זיך משתתף געווען, האט עם דער שווער גענטפערט אז ער ווייסט נאך נישט, (איר קענט באשולדיגן ר' חיים אז ער איז גאר שולדיג ווייל ער האט גענטפערט אז ער ווייסט נישט) און דאס האט געגעבן אביסל חיזוק פאר שאולי אז אפשר וועט דער שווער יא קומען, איז ער געגאנגן און ארויס גענומען דעם האל, ביני לביני האט ר' חיים אנגערופן זיין זון ר' משה ברוך פון קרית יואל, און עם באאויפטראגט אראפ צו גיין פערזענדליך צום דיין רבי געציל שליט''א און עם פרעגן כדת מה לעשות, צו מעג ער גיין צו נישט, דער ענטפער פון רבי געציל איז געווען קלאר און דייטליך, אז על פי תורה טאר מען זיך נישט משתתף זיין נישט ביי די חתונה און נישט ביי די ארומיגע שמחות באווארפן און שבע ברכות, מיט דעם פסק האט ר' חיים מחליט געווען אז ער גייט נישט גיין צו די חתונה, ער האט ווי א מענטש אנגערופן די טאכטער און געזאגט אז ער האט באקומען א פסק הלכה אז מען טאר זיך נישט משתתף זיין, און אז ער האט מחליט געווען אז ער גייט נישט גיין צו די חתונה, (ער האט נישט פארפירט, ער האט נישט געהייסן אוועק פירן די חתונה, ער האט זיך בכלל נישט געמישט, -באשולדיגונג נומבער צוויי אקעגן ר' חיים...), אין שטוב ביי שאולי איז געווארן א תשעה באב, די טאכטער האט דאס נישט געקענט אראפ שלינגען אז איר טאטע זאל נישט קומען צו איר שמחה, האט זי אנגעהויבן צו פארפירן ביי איר מאן אז זי וויל נישט דארט חתוונה מאכן, שאולי איז אריבער געלאפן צו כ''ק אדמו''ר הגה''ק משארמאש שליט''א און במר נפשו זיך אפגערעדט במר לבבו אין וואס פאר א פלאנטער ער איז, דער שווער וויל נישט קומען צו די חתונה, דער הייליגער רבי שליט''א האט זיך פארגלייזט די אויגן און נאך א קורצן שטיל שווייגעניש רופט ער זיך אן, "איך בין דיר מבטיח אז דיין שווער גייט יא קומען צו די חתונה, ער שפילט נאר מיט דיר, אבער ביי די ענדע וועט ער יא קומען", מיט די דאזיגע הבטחה האט זיך שאולי אומגעקערט אהיים און געזאגט פאר זיין ווייב אז דער גרויסער צדיק האט מבטיח געווען אז איר טאטע גייט יא קומען, דער זמן החתונה דערנענטערט זיך און דער טאטע האלט זיך ביי זיינעם, ער גייט נישט גיין, האט זיך אנגעהויבן א מעכטיגער טעראר אפעראציע, שאוליס ברודערס, שאוליס קינדער יואליש גאנץ, שמואל דוד גאנץ, ועוד ועוד, האבן אנגעהויבן א טאג טעגליכע פרעשער, און אנגעהויבן צו דריקן דעם ר' חיים אז ער זאל זיך ברעכן און יא גיין צו די חתונה, ר' חיים האט געזען מיט וועם ער האט צו טון, האט ער מחליט געווען אז ער וועט אוועק פארן און זיך נישט אריין לייגן אין א מצב ער זאל זיך חלילה דארפן ברעכן, ווען די טאכטער איז געוואויר געווארן דערפון, האט זי שיעור נישט געכאפט א נערוון בראך, זי האט מיט פארצווייפלונג אנגהויבן זיך צו בעטן בתחנונים צו איר מאן אז זי וויל נישט די חתונה זאל דארט זיין, אבער שאולי האט איר מיט אכזריות שטיל געמאכט, בדלית ברירה האט זי אפגעשריבן א הארציגן בריף פון כמעט 20 בלעטער צו איר טאטע, אבער דער טאטע מורא האבן'דיג אז ער וועט נישט קענען עומד בנסיון זיין, האט מחליט געווען נישט צו ליינען דעם בריף. ע''כ דער אמת'ער מעשה מתחילתו ועד סופו, 

יעצט לאמיר זען ווער עס איז נישט געווען אויף די חתונה (וואס ביי די אנדערע חתונות פון שאולי זענען זיי יא געווען), קודם דער גרעסטער מחותן דער חשובער זיידע ר' חיים שטערן שליט''א, יואליש גאנץ'ס ברודערס רבי עקיבא און ר' מרדכי מיט די קינדער , (ר' אברהם יעקב,  ווייס איך נישט, אבער פון זיינע קינדער זענען רוב נישט געווען) יואליש גאנץ'ס שוואגער ר' הערשל קליין, מיט די קינדער, ר' משה ברוך שטערן מיט זיינע קינדער, ר' יוסף בנימין שטערן מיט זיינע קינדער, פון די אקערמאן'ס וואס זענען ערשטע קאזינס און האבן נאכנישט פארפעלט א חתונה איז קיינער נישט געווען, (כאטש כמעט אלע זענען זאליס) אויסער לכאורה ברוך מרדכי, אריבער  15 אייניקלעך פון ר' יעקב שרייבער ע''ה (וואס זענען ערשטע קאזינס פון שאולי גאנץ, און ווייל דער זיידע ר' חיים איז נישט געגאנגען זענען זיי אויך נישט געגאנגען, ווי רבי יושע נחמן בערגער, ר' חיים אלי' בערגער, ר' פנחס שפירא (וואס איז א טאפעלטער קאזין) , ר' טובי' שרייבער ועוד, און אלע זייערע קינדער (כאטשיג די וואס וואוינען אין קרית יואל, וואס וואלטן זיכער געגאנגען), איך רעד שוין נישט פון דעם צד השני, די שטעסל'ס, שפיצערס, וכו', לויט די משתתפים, איז דארט געווען ממש געציילטע שטריימליך, רוב רובם פון די משפחה איז נישט דארט געווען, לא בחינם רופט מרת גאנץ די משפחה און בעט זיך אז כאטשיג צו די שבת ברכות זאל מען קומען און יעדער זאגט איר אפ, (נעבעך, דער ענגלישער MOISHELE האט מיך געכאפט ביי די מעשה, און האט ערפינדן אז שבת שבע ברכות מאכן דער צד הכלה, און גאנץ איז צד החתן, אויב וואלט דער טיפש געליינט מיין תגובה וואלט ער געזען אז ער האט נישט ערפינדן אמעריקע, און איך האט דאס קלאר ערוועינט אז טראץ וואס גאנץ איז דער צד החתן בעט זי אז מען זאל קומען אויף שבת שבע ברכות),

דער צודרייטער MOISHELE טיילט שוין איין דעם באשעפער און מאנט זייער שטארק אז ער זאל באשטראפן דעם זון ר' יוסף בנימין שטערן, וויל איך זאגן פאר דעם רשע מרושע, אויב גלייבסטו אין שכר ועונש דאן לויף אריבער צו ר' יוסף בנימין און זיי עהם מפייס, ארור מכה רעהו בסתר, דו האסט עם אזוי ביטערליך באשמוצט על לא עוול בכפו, און אויב גלייבסטו אז דער באשעפער בלייבט נישט שולדיג, וואלסטו געדארפט זיין היבש באזארגט...

און די סוגיא צו מען מעג דארט חתונה מאכן צו נישט וויל איך בכלל נישט אריין גיין, דאס איז בכלל נישט דער נושא, און נישט  דער מדובר, איך וועל דיך נישט איבער מאכן, און דו וועסט מיך נישט איבער מאכן, דער היתר פון די פליפלאפ רבנים (עירוב, תועבה וואלן, סקול דיסטריקט יוכיח) וועט מיך נישט קאנווינצן, און דעם דיין רבי געציל'ס פסק וועט דיך נישט קאנווינצן, אלזא, נא קאמענד איבער דעם נושא, אבער איך דארף מודה זיין, אז יא, איך וואלט געוואלט אז מען זאל איבער מאכן די קידושין, אבער איך ווייס אז דאס גייט נישט געשען...

MOISHE12 איך בין דיך דא מפייס ברבים טאמער איך האב דיך מבזה געווען, איך וויל נישט טשעפן מיט קיינעם, ובפרט אז עס איז גאנץ מעגליך אז מיר זענען גאר משפחה, (אפשר הייסן מיר נאכן זעלבן משה, ווער ווייסט). אזלא זיי מיר מוחל, ויהי רצון אז מען זאל זיך עפענען די אויגן און איינזען דעם אמת, און דאס וועט לכאורה נאר געשען בביאת גואל צדק ומלכינו בראשינו בב''א.

תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 11/11/2010 20:29:22

פריש » 11/11/2010 20:04

אידישער משהלע, בדחנות איז דיין פאך? עס שטייט זייער גוט אויף דיר...

_________________

בלאט: 1 2 3