| אומזיסט כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | גראדע האסטו גאנץ גוט ארויס דעם ענין. די שאלה איז נאר צי דיין גאנצע דרשה איז אראפצורייסן די זאלי'ס אדער זיי אויפצובויען, ווייל ביי די זאליס איז אלעס וואס דו זאגסט א שבח, נישט קיין גנאי.
איך כאפ נאר נישט וואס דו ביסט, ווייל דו ביסט לכאורה נוטה צו ר' אהרן אבער דו גייסט קיינמאל נישט צו אים. נו, מעשיך סותרין את דבריך.
ווייטער דאס וואס דו זאגסט וועגן פאשקעווילן, לכאורה האט דיר יענער נישט פארציילט וועגן די שמוציגע פאוני קאלס וואס ער באקומט 3 אזייגער ביינאכט. |
|
ניין איך בין נישט דא אראפ צו רייסן די זאליס, רבי זלמן לייב האט די רעכט זיך צו רופן סאטמארער רבי פונקט ווי רבי אהרן, ער האט א רעכט צו עפענען מוסדות אין קרית יואל פונקט ווי רבי אהרן מעג אין וויליאמסבורג, איך וואלט מער הנאה געהאט אויב גייט ער ווען צו דין תורה ווי א ערליכער איד איז מחוייב, אבער איך בין נישט דא עם דן צו זיין, די רעדע איז נאר אז ביי דעם פייט מיט סידור קידושין האבן זיי א גרויסן פראבלעם, יא, ס'וועלן זיין פלענטי מענטשן וואס וועלן זיך אויסלאכן פון דעם איסור, און וועלן אנרופן דעם דיין רבי געציל מיט אלע כנויי זילזול, אבער דאס גייט נישט צופיל העלפן, די אהרונים וועלן נישט האבן קיין דורכפאל אויב א בני יואל אדער א שונא סאטמאר וועט דארט חתונה מאכן, צו וועט דארט זיין 50 חתונות א יאר צו 150, דער מדובר איז מי ומי ההולכים, און מי ומי המסרבים לילך, ביז זיי וועלן נישט האבן עפעס א איינגעזענער רב צו דיין וואס וועט גיין דארט מסדר קידושין זיין בלי רשות רבי אהרן, קענען זיי שרייען ניצחון אבער דאס איז פאר זיי א ביטערער פיל, און ווי לאנג בני יואל מעמבערס וועלן זיך צוריק האלטן דארט חתונה צו מאכן וועגן פרעשער פון די משפחה זענען זיי ווייטער די לוזערס,
דאס וואס דו שרייבסט אז ביי די זאליס איז דאס א שבח און נישט קיין גנאי, ביסטו הונדערט פראצענט קארעקט, איך האב דאס נישט געשריבן לגנאי אדער לשבח, איך האב געשריבן א פשוטער מציאות, רבי אהרן האט פארברענטע חסידים וואס זענען שטאלצע אפענע חסידים, זיי שעמען זיך נישט צו איידענטיפייען מיט עהם, ווידער רבי אהרן האט אסאך שונאים וואס זיי האט מען א נאמען געגעבן זאליס, די איינציגע זאך וואס האלט זיי צוזאמען איז די שנאה צו רבי אהרן, זיי האבן גארנישט מיט רבי זלמן לייב, זיי גייען נישט צו עהם, און זיי שעמען זיך צו איידענטיפייען מיט עהם, זיי זענען נישט קיין חסידי רבי זלמן לייב, נאר מתנגדי רבי אהרן, דאס איז זייער קלאר פאר יעדן, און דא רופט מען מיך אהרוני, ווייסטו פארוואס? ווייל איך האב נישט פיינט רבי אהרן, במילא קען איך קיין זאלי נישט זיין,
האק נישט קיין טשייניק, קיינער מאכט נישט קיין פאני קאלס, היינט צו טאג איז זייער גרינג צו כאפן ווער עס מאכט פאני קאלס, און די מכת הפאני קאלס איז שוין לאנג א פארגאגענהייט, די איינציגע פראבלעם פון די פרישע קאפעלס איז די שלעכטע פאבליסיטי, זיי פילן זיך אום באקוועמט, אבער פארפאלן, דאס איז פארט פון דעם פסק פון דברי יואל, און ער האט אויך געוויסט אז די באטרעפענדע וועלן זיך נישט גיט שפירן דערפון,
א גאנצן ווינטער האט מען נישט געהערט עפעס אנדערשט ווי קאטשקע פלייש, דער הייליגער איד הקדוש האט וואך נאך וואך געשימט מיט די קאטשקע פלייש, די אהרונים האבן זיך אויסגעלאכט, כלל ישראל האט זיך אויסגעלאכט, און דער בית השחיטה וואקסט פון וואך צו וואך, דאס הייסט א דורעכפאל פאר די קאטשקע שרייערס און א געווינס פאר דעם בית השחיטה, דאס אז די בני יואל/זאליס עסן נישט פון בית השחיטה איז קיין דורכפאל נישט, ווייל זיי האבן בעפאר דאס אויך נישט געגעסן, דאס זעלבע ביי די חתונות, ווי לאנג נאר די אפענע בני יואל'ס וועלן דארט חתונה מאכן, און קיין שום פרעמדער אדער נייטראלער וועט דארט נישט חתונה מאכן אדער מסדר קידושין זיין, איז דאס פאר די אהרונים נישט קיין דורכפאל, ווייל ביז היינט האבן זיי אויך נישט גענומען רבי אהרן פאר סידור קידושין, אבער ווען אברהם יושע פריינד, א אפענער בני יואל קען דארט נישט חתונה מאכן, און דארף פארן קיין מאנסי, אדער שמואל דוד בירנבוים און מיילך שטערן דארפן פארן קיין וויליאמסבורג חתונה צו מאכן, איז דאס א ניצחון פאר די אהרונים, און זייער קאמפיין ארבייט גאנץ גיט.