דאס איז ברור כשמש אז דער ענין פון "טעראר" איז היינט געשטארבן, פינטל, דער קאנצעפט אז שלאגן אדער שעדיגן נכסים זאל האבן די מינדעסטע השפעה צו מכניע זיין א צד, איז שוין היינט היסטאריע, היינט איז די יו-טוב עידש, מסר'ן פאר די אינסטאנצן אז א נארמאלער זאך, אדרבא ס'גאר א מציאה צו זיין א וויקטים פון א טעראר אקציע און אפי' זאל'סט מיר ברענגען א לאנגע ליסטע פון איזאלירטע אינצידענטן, איז נישטא קיין שום באווייז אז דאס איז מטעם פון די מנהיגים פון סיי וועלכער צד, למשל ווען מ'האט אויסגעשאסן דוד עקשטיין'ס קאר שויבן, אדער וואנדאליזרט וויטריאלס suv, האט יעדער בר דעת פארשטאנען אז דא איז אייגענע אקציעס פון יחידים וואס וועלן אלס פאסירן
אויך וויל איך נאר איינמאל פאר אלעמאל אפענטפערן די טיפשות וואס די חסידי רז"ל האלטן אין איין איבערקייען כאילו ר' געציל איז א דעת יחידאי, פארוואס? ווייל 1000 זאלי/בני יואל דיינים ומוצים, זענען קעגן איהם, ס'פארשטייט יעדער איז דא איז דא חלוקי דעות צווישן 2 צדדים, צד הארונים וצד הזלונים, צד הארונים האלטן אז ס'אסור וצד הזלונים, דאס מיינט אז דא איז 1 קעגן 1, הארונים מיט אלע זייערע רבנים דיינים, מוצים, שוחטים, חזנים, נערנים האלטן ווי ר' געציל, והזלונים מיט אלע זייערע רבנים דיינים, מוצים, שוחטים, חזנים, נערנים האלטן קעגן ר' געציל,
משל למה"ד, לאמיר זאגן אז 2 מדינות, פראנקרייך און ענגלאנד, זאלן זיך ארומקריגן איבער א געוויסער קליין אינזל און אזיע, און כדי צו אנטשיידן דעם קאנפליקט האט די UN מחליט געווען צו מאכן א אפשטימונג צווישן די 150 וועלטליכע מדינות, ביי די אפשטימונג האבן זיך אראפגעזעצט מיט גרויס ערענסקייט און דראמא די אלע אמבאסאדורן פון די 150 מדינות, [ענגלאנד אין פראנקרייך זעלבסט אויך נכלל], נאכן אפגעבן אלע שטימען, שטעלט זיך ארויס אז 148 מדינות האבן געשטימט "קיין שטימע", דאס מיינט זיי אז זיי אנטזאגן זיך פון צו שטימען, און 1 מדינה האט געשטימט לטובת פראנקרייך און 1 לטובת ענגלאנד, שרייט אויס דער פארטרעטער פון פראנקרייך אז ער האט יעצט באקומען א וויכטיגע נייעס וואס ער וויל מיטיילן פאר אלע מיטגלידער וואס אט דער נייעס וועט איבערוויגן די שטימע לטובת זיין מדינה, נעמליך, אז דער פרעסטידשפולע פינאנץ מיניסטער פון פראנקרייך האט יעצט דערקלערט זיין פולע שטיצע לטובת פראנקרייך, ממילא איז די שטימע 2 קעגן 1 לטובת פראנקרייך, זאגט דער טשערמאן, מיטן פולן רעספעקט, דאס אז א מיניסטער פון ענקער מדינה איז מיט ענק איז נישט אינטערסאנט אין קען נישט פארעכנט ווערן, ווייל יעדער מדינה האט נאר 1 שטימע, 5 מינוט שפעטער שפרינגט נאכאמאל אויף דער פארטרעטער פון פראנקרייך אז ער האט נאך פרישע נייעס יעצט ערהאלטן פון זיין געהילף, וואס דאס וועט זיכער איבערוויגן די שטימע לטובתינו, אז ממש יעצט האבן אלע הויכגעשעצטע 9 ריכטער פון די העכסטע געריכט אין פאריז פראנקרייך ארויסגעגעבן א יונענעמעס פסק אז דער אינזל געהער פאר פראנקרייך, ממילא האלט עס שוין ביי 11 קעגן 1 לטובתינו, ערקלערט ווייטער דער טשערמאן, קענסט מיר ברענגן א מיליאן שטימע פון דיין אייגן מדינה, זענען זיי אלע נאר פארעכנט פאר 1 שטימע, נאכדעם זעצט פאר דער UN טשערמאן, אז ער וויל פארשטעלן א פרישע אפשימונג, צו מ'זאל צווינגען פראנקרייך צו ערזעצן זייער פארטרעטער אין די UN ווייל ווי עס שיינט האט דער יעצטיגער א גאר נידעריגער איי-קיו וואס דיסקוואליפיצרט אים פון זיין א אמבאסעדור אין די UN, די שטימע איז 149 קעגן 1 , לטובת די רעזאלוציע
והנמשל מובן מאליו