עפעס איז זייער מאדנע מיט די בני יואל, זייער פראבלעם איז נישט ר' געציל בערקאוויטש, אדער די פאשקעווילן, זייער פראבלעם איז אז זיי ווערן זייער נאריש אנגעפירט, זייערע סטראטעגיע איז נאריש און פעלערהאפטיג, ווייל וויפיל זיי שרייען אז מען טיט זיי טעראריזירן, זעט קיינער נישט קיין טעראר, מען האלט שוין ביי די 15טע חתונה, און מען הערט נישט פון קיין שום פארוואונדערטע, יעדע חתונה גייט דורך בשלום, זייער איינציגער פראבלעם איז אז דער קאר סערוויס האט נישט געוואלט אנעמען קיין טריפס אהין..., א מעכטיגער טעראר!, הערט מיך אויס, פאשקעווילן איז קיין טעראר, פאשקעווילן איז העכסטענס אומבטעמט, אבער נישט קיין טעראר!!!, און אויב איז פאשקעווילן טעראר, וואס זענען די קול קורא'ס און מחאות אקעגן דעם מוסד שערי חמלה?, און אויב דארף מען רחמנות האבן אויף די יונגע פארפעלקער, וואס איז מיט רחמנות אויף צובראכענע עלטערן און די נעבעכדיגע קינדער פון שערי חמלה, איז זייער בלוט ביליגער? איז זייער בלוט העלער?, אלזא, הערט אויף צו שרייען קאזאק הנגזל, ווייל קיינער זעט נישט קיין טעראר.
צווייטענס: צוריק שרייען קעציל וכו' לייגט די בני יואל אין זייער א נידעריגע פאזיציע, דער פאקט איז אז אין די תורה וועלט איז ר' געציל אנגענומען אלץ איינער פון די גרעסטע מורה הוראות, אלץ איינער וואס דער רבי זיי''ע האט ממנה געווען צו זיין דער דיין אין קרית יואל, און נאך דערצו איינער וואס האט זיך קיינמאל נישט געמישט אין קיין פאליטיק, ביז נישט לאנג צוריק האבן זיך די בני יואל אויף געטוהן אז ר' געציל באלאנגט גאר צו זיי, ער איז געגאנגען מספיד זיין רבי אברהם לייטנער זצ''ל ביי זייער בית המדרש, זיי האבן פשוט שטאלצירט מיט דעם ר' געציל, און פלוצלינג, איין פסק וואס שמעקט זיי נישט, ווערט ער פון דיין דמתא א פאלנער קעציל, וואס מיינט איר טאמער דער ויואל משה זי''ע וואלט געלעבט און זיך דערוואגט צו זאגן אנדערשט ווי די בני יואל און פסקענען אזוי ווי ר' געציל, וואלטן זיי עהם אפגעשוינט, אדער וואלטן זיי עהם אויך אנגערופן מיט שפעט נעמער, איך בין פלעין נייגעריג.
אלזא, אין קרית היינט צו טאג איז לויט מיין אויפאסונג, בכלל נישט דא קיין טעראר, על כל פנים מצד הארונים צו צד הבני יואל וצד הזאלונים, איך בין נישט דער ריכטער, און בין נישט דער אינוועסטיגעיטאר, איך בין בלויז א אבזערווירער, איך זיץ אין די דזשורי באקס און הערט זיך צו צו די עווידענטס און און מאכט א באשלוס, איך ליין דעם איד, איך ליין דעם בלאט, איך ליין אידישער געדאנק און איך ליין כל העולם כולו, איך רעד מיט אהרונים און איך רעד מיט זאלונים, און ווען איך ווייס נישט עפעס, שעם איך זיך נישט און פרעג, און מיין קאנקלאשן איז אז די אהרונים זענען נאבעלע מענטשן, זיי פארן זיך זייער וועג, און טשעפען קיינעם נישט, (אוי, מען גייט נאכאמאל שרייען אז איך בין א אהרוני!), און פארקערט קען איך דאס נישט זאגן, די מעשה מיט סגירת הבית המדרש פון די רעבעצין יוכיח, וויפיל די בני יואל וועלן פראבירן צו שרייען אז מען טשעפעט מיט זיי, וויפיל פאשקעווילן זיי וועלן ווארפן אויף ר' דוד עקשטיין, וויפיל פראטעסטן מיט ספרי תורה זיי וועלן נאר מאכן, און וויפיל זלזולים זיי וועלן שיסן אויף רבי אהרן וועט דאס נישט טוישן דעם מציאות וואס יעדער נארמאלער מענטש זעט קלאר, מען האט מיט זיי נישט געטשעפעט, זיי זענען דארט געווען יארן לאנג ביז זיי האבן אנגעהויבן צו טשעפען מיט קהל, יא, איך ווייס, ס'איז איין קלאגע מיט הונדערט יאר צוריק, און איך ווייס אז אין נזקקין, און איך ווייס אז רבי אהרן איז נישט מרא דאתרא, און איך ווייס אז זיין ווייב רעדט עברית, און איך ווייס אז ער איז מאכיל קאטשקעס, אלעס ווייס איך, און גארנישט טוישט נישט דעם מציאות, זיצט איין וועט מען מיט אייך נישט טשעפען,
פאקט: די בני יואל האבן מוסדות אין קרית יואל און מען טשעפעט זיי נישט, פאקט: די בני יואל באסעס פארן ארום פראנק און פריי און מען טשעפעט זיי נישט, פאקט: די זאלונים האבן מוסדות אין קרית יואל און מען טשעפעט זיי נישט, פאקט: די בני יואל און זאלונים האבן אלע קהלישע פונקציעס אין קרית יואל, חדר, סקול, בוטשער, בתי חיים, מקוואות, בתי מדרשים, כוללים, דיינים, און לעצטענס אפילו א אייגענע אלייענס שבת גויים, און מען טשעפעט זיי נישט, פאקט: די בני יואל און זאלונים, בויען זייערע בנינים און באקומען פערמיטס נאך גרינגער ווי די אהרונים, פאקט: אפילו די געאסערטע חתונות (לויט די אהרונים) גייט דורך בשלום ושלוה און מען טשעפעט זיי נישט, פאקט: די זאלונים האבן געקויפט א נייעם בית החיים, להכעיס די אהרונים, און אלע לוויות און קבורה גייט דורך בשלום ושלוה און מען טשעפעט זיי נישט, פאקט: אין דעם נייעם בית החיים, וואס איז געגרינדעט געווארן נאר להכעיס די אהרונים, האט מען נישט פארשוועכט קיין איין מצבה, דער גרעסטער טעראר אז געווען אז בחורים האבן געזינגען בשעת מקדש זיין דעם בית החיים, (אויב עס איז אמת, ווייל ווי איך געדענק האבן זיי דאס געלייקענט), פאקט: רבי זלמן לייב איז שוין עטליכע מאל געווען אין קרית יואל אויף שבתים און אלעס איז אדורך בשלום,
אלזא: אין כאן קיין שום טעראר, די בני יואל און זאלונים דארפן זיך אויסלערנען, אז ביז זיי וועלן נישט געווינען די ווילידזש וואלן זענען זיי דער מינאריטעט, און זיי האבן 0% פאווער, אין אמעריקא איז ווינער טעיקס אלל, פרעזידענט אובאמא איז 100% פראצענט פרעזידענט, כאטש ער האט נאר געהאט 53%, און דזשאן מקעין האט געהאט 46%, קען דען דזשאן מקעין פארלאנגען 46% פונעם פרעזידענסי?, עס ארבייט נישט אזוי, איז ביז די זאליס/בני יואל וועלן נישט געווינען די וואלן אין קרית יואל זענען זיי אינטער געווארפן אינטער די פירערשאפט פון די אהרונים, און לויט מיין מיינונג פירן זיך די אהרונים ווי וואוילע שעפעלעך. |