ווען די בלוט הונגערט נאך רשעות אין שנאה
התאחדות לאזט מער נישט ניצן KJ
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2748403&forum_id=21016
מיל מארט קען נישט אניאגן מיט פארקויפן קאלדקאטס
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2747957&forum_id=21016
מ'גייט כשרי'ן די כלים
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2753271&forum_id=21016
|
איך האב געמיינט סארקאסטיש, נישט ערנסט, באמת האב איך ניטאמאל קיין מיינונגס פארשידענהייט מיט דיר, ס"ה זוך איך נאר צו פארברענגען אביסל די צייט, גארנישט מער.
דער היראים קוקט גראדע יא אויס גאנץ ערנסט.
תוקן על ידי פריינדליך ב- 03/08/2010 20:39:26
דאס איז דער בעסטער וועג, און אזוי דארף ווען לכתחילה זיין (דער ספק איז ערגער פון אלעם)
יעצט זענען זיי אויסגעשפילט פון ביידע זייטן
די זאליס טראכטן אפשר נעמט ער ק"י, און ווידער די ארונים טראכטן אפשר נעמט ער נישט
ממילא זאל ער ארויסשרייבן, והכל על מקומו יבוא בשלום, ווער ס'וויל זאל קויפן און ווער נישט נישט
די ארונים זענען מקפיד צו עסן דוקא פין בית השחיטה המהודרת ווייל זיי זענען באקאנט מיט די חומרות אין הידורים מיט די גיטע השגחות, אבער האבען נישט קיין מעיזשער מערכות קעגן די אנדערע בתי שחיטה, ספעציעל ווען די בית השחיטה המ' איז היינט די גרעסטע היימישע בית השחיטה,
(חוץ ווען אנדערע בתי שחיטה לייקענען אזעלכע אפענע מציאות ווי צומות הגידין אין דאס גלייכן).
די זאליס זענען מקפיד צו עסן סיי וועלכע פלייש - - חוץ קרית יואל, ציליב די נערישע פאליטיק
אבער האבען נישט קיין שום פראבלעם צו עסן סיי וועלכע שחיטה, אין זייער בוטשער ווערט פאקויפט, מארוויד, וויינלאנד, מעיל מארט.
די ארונים וועלן קיינמאל נישט פירן א מערכה מיט איינעם (חוץ ממליחה ואליך בוטשער) וואס נעמט פלייש ערגעץ חוץ בית השחיטה המ', אין בעסטן פאל וועלן זיי דארט נישט קויפן.
די זאלי'ס וועלן אבער יא פירן א מערכה מיט איינעם וואס נעמט פלייש פין בית השחיטה המהודרת, טראץ וואס שטילערהייט וועלן זיי עס אפשר קויפן פאר זיך ווייל זיי ווייסען גיט אז די מערכה איז בלויז פאליטיק
וועלן זיי יענעם אבער אפיציעל בויקאטירן - אז יענער זאל נישט קויפן דארט, אין לייגען דרוק אין טעראר, ווייל ווען שנאה אין פאליטיק פירט א מערכה קוקט עס אזוי אויס
אבער ס'איז קלאר אז א גרויסע פראצענט ארונים זענען מקפיד נאר צו קויפן ק"י פלייש, און מיטן נישט ארויסשרייבן פון וואו זיין פלייש קומט דערלייגט ער ביידע זייטן כדכתבתי, והבן
איינער האט מיר דערציילט ער איז געווען אין א האטעל אויסער די שטאט, די בעל בית איז נישט קיין סאטמערער אבער ער ניצט ק"י פלייש צילוב די פארלאנגט פון די קאסטומערס,
האט אים דער ב"ב דערציילט אז יענע וואך האט ער באקומען א קאל פון איינעם וואס וויל קומען אפאר משפחות אינאיינעם און דער ריפער פרעיגט "אויב ער ניצט ק"י פלייש? "(אנשטאט פרעיגן "וועלכע פלייש?" אזויווי איינער וואס איז מקפיד אויף כשרות) זאגט ער אז יא ווייל דאס פארלאנגט די עולם, זאגט דער ריפער ק"י איז נישט גיט פאר זיי, פרעיגט די ב"ב זאג מיר וועלכע פלייש איז יא גוט און איך וועל פרעגן מיין בעל מכשיר אויב איך קען דאס ניטצען,
דער ריפער ענטפערט ער ווייסט נישט... און וועט פרעיגן די אנדערע און צירוק רופען
די סך הכל זיי זענען גרייט צו עסען "עני פלייש" אפי' די שוואכסטע שחיטה ווילאנגט עס איז נישט ק"י
איינער וואס האט געליינט דער איד דעמאלטס האט נישט געקענט זיך פארשטעלן אז דער בית השחיטה גייט האבן א קיום,
היינט זענען די זאליס ביטער אנטוישט פון די קר"י השחיטה סוקסעס, זיי זענען און וואונדער, וויזוי קען דאס זיין? דעמאלטס האבן זיי פארקויפט אז התאחדות געבט מער נישט קיין הכשר, איך האב עס אויך אביסל געגלייבט, וויסענדיג אז התאחדות איז נישט אזוי בשוה מיט די ארונים...