היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » באמבע! התאחדות לאזט מער נישט ניצן KJ פלייש!

באמבע! התאחדות לאזט מער נישט ניצן KJ פלייש!

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2748403

סקאטמאלען » 21/1/2010 22:52

דער נייעס האט דער ניק 'כלהנערים' געבראכן אין איין אנדערן אשכול וואס זעלבסטפארשטענדליך עס דעזערווט איין באזונדערער אשכול,

ביטער דירעקטירן אלע פראגעס צו 'כלהנערים'...

סקאטמאלען » 21/1/2010 23:00

וזה לשונו פון אונזער חבר 'כלהנערים' בתוך דבריו:

"...התאחדות  [האט] יעצט געלאזט וויסן פאר אלע זייערע רעסטעראנטן און קעיטערערס אז מ'קען מער נישט נוצן קרית יואלע פלייש אונטער זייער השגחה..."

עכ"ל


תוקן על ידי סקאטמאלען ב- 21/01/2010 23:00:45

כלהנערים » 21/1/2010 23:09

סקאט, רוף אן התאחדות, מיטן אויסגעבן דיין ווייטאג דורך עפענען אשכולות וועלן זיי נאך נישט צוריקציען...

 
 


תוקן על ידי כלהנערים ב- 21/01/2010 23:26:18

זיבענבערגן » 22/1/2010 08:11

ווער ס'ווייסט, איז די גאנצע טומל וואס ס'האט זיך געטוהן אויף הייד-פארק וועגן די פלייש ביי די "פאפא דינער", האט עס גארנישט געהאט צו טוהן מיט די קהל יטב לב, אדער מיט די הנהלת המוסדות, ווייל די זאל איז אפיציעל נישט אונטער די השגחה פון די "ועד הכשרות", נאר אונטער "התאחדות הרבנים", און זיי האבן נישט געלאזט אריינברענגן קיין קר"י פלייש, ביז די רבנים המכשירים [???] פון מהודרת זאגן קלאר וואס די מעשה מיט די קאטשקעס איז. די דינער איז פארגעקומען נאכדעם וואס קר"י האט געראטעוועט אנדערע פון נוצן די טריפה'נע קאטשקעס, נאך איידער ס'איז נולד געווארן די "ערעור חדש", דערפאר האט התאחדות געזאגט, אז ווילאנג זיי רעדן נישט קלארע ווערטער יא אדער ניין, קען מען זיי נישט געטרויען אויף כשרות.