היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ווען די בלוט הונגערט נאך רשעות אין שנאה

ווען די בלוט הונגערט נאך רשעות אין שנאה

61 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2812538
בלאט: 1 2

היראים » 25/7/2010 22:11

די זאלי'ס וואס זייער גאנצער מהות איז א פינסטערע לעבן, זיי זענען פארנומען א גאנצען טאג צו זעהן ווי מ'קען אפטוהן אין טוהן רשעות אין רציחה פאר יענעם
בראש פין זייערע געטריי מיסדים אין מנהיגים משה פרידמאן אין הרב זלמן לייב טייטלבוים וועלכע פארמאגען שוין צענדליגע יארען עקספיריענס פין רשעות אין השחתה ר'ל
האבען יעצט געטראפען א פרישע ציל אין רשעות

ווי באקאנט פארקויפט זיך שוין א שטוק צייט די פארטיגע עסן פין די פירמע שפע אפעטייזונג
דער בעה''ב איז אינגערמאן מחיסידי פאפא וומ''ס אין האט די הכשר פין התאחדות,
אין די בלוט דארשטיגע האבען אפגעמאכט אים צו נעמען אויפן צימבל ווייל ער נעמט די פלייש פין פאפא בוטשער וועלכע ניצט ע''פ הוראת הדומ''ץ פאפא דוקא די פלייש פין די בית השחיטה המהודרת אזווי כמעט אלע קהלישע פלייש געשעפטן
עס ווערט אויסגערופן א בויקאט קעגן אים, פאר'ן גרויסען חטא פין שטיצן די בית השחיטה אומדירעקט
אין מ'לייגט נאך אריין די גאנצע רשעות אין די תורה הק' ר''ל

עס ענדיגט זיך נישט דארט, מען שיקט ארום די טעלעפאן נאמבער פאר אלע מתמידים אין קווינס קעמפ אז יעדער זאל קאלען מיט אימשילדיגע רשעות'דיגע תמימות פרעגן וועמענס פלייש ער ניצט אין מ'זאל גלייך אראפהאקען ווי זייי האבען שוין געטוהן ביי עטליכע געשעפטן (מיט קיין ערפאלג ב''ה)

עס וואלט געווען ראטזאם אז איינער זאל ארויפלייגען ווי מ'קען קויפן די שפע פראדוקטן אז דער עולם זאל וויסן צו שטיצן דווקא די בויקאטירטע פין די בלוט זויגערס (לויט דעם וועט יעדער וועלן א בויקאט פין זיי..)

מיר מוזען סופארטען די אלע וואס ליידען פין זייערע רשעות אין השחתה
אין אויב וועט זיך דאס נישט אויפהערן וועלן מיר מוזען זיך אויסלערנען זייער שפראך,
עס איז טאקע כמעט נישטו קיין פראדוקטען מיט זייער הכשר אין כמעט קיין שום געשעפט נעמט נישט אריין זייער פלייש אין וועגן דעם וועלן מיר מוזן טרעפן אנדערע מהלכים
אבער עס איז דא גענוג
אויב וועט זיך אויספעלן וועט מען דארפן בויקאטירן יעדן זאלי געשעפט

די רשעות מיז נעמען א ענדע.

דרך אגב,
די בית השחיטה דארף נישט אוזנער סופארט ב''ה
זיי זענען ווייטער ביים אלטען פראבלעם אז זיי קענען נישט נאכקומען יעצט זומער האט נאמאל אנגעהויבן שעכטן 5/6 טאג א וואך מיט ציגעלגייגטע שוחטים
די פארלאנג פין יודן ציבור המדקדים בכשרות וואקסט ב''ה טעגליך
נאר די רשעות קעגן אימשילדיג ציווילע אידן מיז נעמען א עק.
מ'קען נישט וויסען וואס קומט דארט נעקסט יעדע השחת'לע ווערט גלייך א חוב קדוש אין בלוט דארשטיגע וועלן זיך צוכאפען דערצו ווי נאצי צו א איד ר''ל




תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 26/07/2010 00:44:12

הולך_לבגץ » 25/7/2010 22:47


ישר כח היראים פאר דעם אשכול, איך האלט אינמיטן מאכן א ליסטע פון געשעפטען פון איבער ניו יארק וואס פארקויפן ביי די טעק האט נאר קרית יואל'ער שחיטה למען ידעו ווי מ'מעג אריין גיין און ווי נישט.

ווער ס'קען מיר העלפן מיט'ן שיקן א אישי וועלעכע סטאר און זיין געגענט פארקויפט נאר קרית יואל'ער שחיטה (און פארשטייט זיך מע וועט נאכגיין די אישי'ס צו ס'איז אמת) וועט ווערן ארויף געלייגט דא למען ידעו ווי מען פארקויט פלייש ממליחה ואילך און ווי מע קען קויפן כשר'ער פלייש.

אזוי אויך ווי מען קען קויפן שפע פראדוקטען, אדער אנדערע פליישיגע פראדוקטען מיט היימישע כשר'ער פלייש זאל מיר שיקן א אישי

Ziskeit » 25/7/2010 22:56

לייגן ליסטעס פון סטארס וועם יא צו שטיצן? נאו פראבלעם, כאטש לעניית דעתי העלפט דאס נישט פאר זיי.

איין זאך נאר, זייטס נישט קיין בהמות און לייגטס נישט די נעמען פון סטארס וועם נישט צו שטיצן ווייל איר מאכט נאר שאדן פאר זייערע קאנקורענטן. קיין שום געשעפט אדער ביזנעס וויל נישט באקומען א נאמען אלס אן אהרוני אדער אלס א זאלי. יעדער איינער וויל באקומען יעדנ'ס שטיצע.

שלמהווייס » 26/7/2010 00:06

זאלסט מיר מוחל זיין היראים, אבער עפעס שטימט נישט דא
התאחדות גיבט די הכשר, און ער נעמט פאפא פלייש "עפ" הוראות דומ"ץ פאפא"
ווי אזוי ארבעט דאס?

allgood1s » 26/7/2010 00:37

Could anyone confirm if shafa uses "only" kj chicken? I never wanted to buy their products not knowing what schita they use

הולך_לבגץ » 26/7/2010 04:10


איך האב נישט געגלייבט וויפיל אישי'ס איך וועל באקומען, אויפ'ן פארלאנג פון אפאר וועל צו ערשט שרייבן פאר די וואס בלייבן און שטאט און קויפן עסן זומער ווי מען קען קויפן טעק האט נאר זומער און שטאט
און וומ"ס וואס איך האב ביזדערווייל באקומען איז נאר די סאטמאר נאכטמאל אנגעפירט דורך מנוחה ושמחה

און בארא פארק וואס איך ווייס ביזדערווייל איז די נאכטמאל פון התאחדות אברכים ד'סאטמאר ב"פ און אויף 53 און די נאכטמאל פון קהילת באבוב אויף 48 און די טעשיקן פון די נאכטמאל פון קהילת בעזלא אויף 45

דאס איז ביזדערווייל אויף היינט, איך האב שוין באקומען א גרויסע ליסטע פון געשעפטען אויך אבער איך דארף נאך רופן די בעלי מכשירים און שיקן מענטשען צום סטאר דאס טשעקען ועוד חזון למועד

יושנה » 26/7/2010 06:14

און וואס איז מיט די הונדערטע שמחות פון אייגענע משפחה מיטגלידער און פריינד וואס די רשעים עסען נישט דאס פלייש פארציע ביי די סעודה און שיקען דאס אין מיסט קאסטן וואס מאכט שאדען און שברון לב מיט שנאת חנם אויף דעם בעל שמחה וואס אסאך פלאגען זיך בממון ודמים צו מאכען א שמחה של מצוה און דא קומען די ערב רב צבועים מגלגולי קרח ועדתו מיטן טלית שכלו תכלת און מאכען שאדען און א געשפאט פון יענעמס שמחה. און פלענטי מאהל קען מען זיי זעהן קויפן אדער פרעסען אין פארשידענע געשעפטן און רעסטוראנטען וואס האט בכלל נישט זייערע הכשרים אדער שחיטה.
מ'דארף זיך פורש זיין פון די פארביסענע אנשים הרשעים האלה און זיי מער נישט לאדענען צו קיין שמחות און נישט האבן קיין פארקער מיט זיי ביז זיי וועלן תשובה טוהן און מתקן זיין דעם עיכוב הגאולה וואס זיי זענען גורם במעשיהם המוכערים.

איזראלי » 26/7/2010 11:09


 אפילו על פתחו של גיהנם אינם חוזרין בתשובה

שלמהווייס » 26/7/2010 15:28

מענין לענין באותו ענין, אז מ'רעדט פון אפעטייזינג און הכשרים
ווייסט איינער וואס ס'גייט פאר מיט "געשמאק" וואס איז באמת געווען געשמאק און כ'מיין די איינציגסטע אפעטייזינג פירמע וואס האט נישט געהאט סאכדעס הכשר, (כ'מיין אז אלע האבן, פלאמס, טוב טעם, גאלדן פלאו וכו')
פארוואס איז עס מער נישט דא צו באקומען (אפשר נאר אין מיין גראסערי)? און צו ס'איז נאר צייטווייליג?

מלך_מלכים » 26/7/2010 17:36

הייסט איך מיז עסן ק"י יואל פלייש? אויב נישט בין איז שולט אויף מיר די אלע חרמות דלעיל?
טאמער וויל איך נישט עסען ק"י פלייש מאיזה סיבה שיהי'?

באבע_מעשה » 26/7/2010 18:40



מלך די ביזט נישט געצווינגען צו עסן, אבער מאכן א גאנצע איבערקערניש בשעת א איד מאכט א שמחה, אין שיקן 20 30 אינגעליך זאלן פרעגען דעם בעל שמחה, וועלעכע פלייש איז דאס? מאכן דעם בעל שמחה פילן ווי א שמאטע בשעת שמחתו, פארוואס? ווייל ער האט א אנדער כשרות ווי דיר?
אז די ווילסט קום נישט צו זיין שמחה, קומסט זיץ שיין און א ווינקיל און עס נישט, אבער מאכן א גאנצע מעשה פון א שטיקל פלייש,

און לאמיר דיר זאגן אז ביי אונז איז דא אסאך אידן וואס עסן נישט נאר קרית יואל פלייש, אבער די וועסט קיינמאל נישט זהען נישט די לעצטע יאר, און נישט פאר 3-4 יאר צוריק, אז איינער זאל צוגיין צום בעל שמחה און מאכן א מעשה פון דעם, ער זיצט אויף זיין פלאץ און עסט נישט מיט א תירוץ "איך האב שוין געגעסן" וכדומה, דאס הייסט א ערליכער איד וואס מיינט אמת דעם באשעפער

און נאך איין זאך, עפ"י הלכה איז עד אחד נאמן באיסורים אז א איד זאגט דיר (נישט א נוגע למשל א בעה"ב) אז די זאך איז כשר איז דאס כשר, און שרייען פארקערט איז א רשעות און גאוה, זיך מאכן ווי איך בין א ערליכער איד מיר איז נישט גוט דעם חז"ל, אבער יעדער דא מיז וויסן אז איך בין א ערליכער איד

מלך_מלכים » 26/7/2010 19:04

איך ווייס נישט פון וואס דו רעדסט, ווען איך קום צו א שמחה פרעג איך תיקף פון וועמען דאס פלייש איז, טאמער איז עס פון ק"י עס איך עס נישט, פארטיג, איך ווייס פון וואס פארא סקאנדאלן דו רעדסט, מאך איך דעם מחותן א פילן ווי א שמאטע דורעך נישט עסען עפעס וואס איך האלט נישט ביים עסען? איך מיין אז נישט קומען צו א שמחה מאכך א מחותן פילען אסאך אסאך ערגער ווי א שמאטע

תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 26/07/2010 19:08:06

היראים » 26/7/2010 19:27

יושנה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
און וואס איז מיט די הונדערטע שמחות פון אייגענע משפחה מיטגלידער און פריינד וואס די רשעים עסען נישט דאס פלייש פארציע ביי די סעודה און שיקען דאס אין מיסט קאסטן וואס מאכט שאדען און שברון לב מיט שנאת חנם אויף דעם בעל שמחה וואס אסאך פלאגען זיך בממון ודמים צו מאכען א שמחה של מצוה און דא קומען די ערב רב צבועים מגלגולי קרח ועדתו מיטן טלית שכלו תכלת און מאכען שאדען און א געשפאט פון יענעמס שמחה. און פלענטי מאהל קען מען זיי זעהן קויפן אדער פרעסען אין פארשידענע געשעפטן און רעסטוראנטען וואס האט בכלל נישט זייערע הכשרים אדער שחיטה.
מ'דארף זיך פורש זיין פון די פארביסענע אנשים הרשעים האלה און זיי מער נישט לאדענען צו קיין שמחות און נישט האבן קיין פארקער מיט זיי ביז זיי וועלן תשובה טוהן און מתקן זיין דעם עיכוב הגאולה וואס זיי זענען גורם במעשיהם המוכערים.


איך האב לעצטנס געהאט א שמחה אין א זאלי קומט אינמיטן ארייין אפעטיטלעך זעצט זיך צום טעללער אבער מאכט זיכער צו פרעגן קודם הויעך פונעם גוישע סארווירער ''is this KJ Meat? ווען ער ענטפרט אים אז ניין, ליידיגט ער אפ די גאנצע טעללער
פרעגט אים דארט איינער דאס אז דאס איז נישט קרית יואל'ס פלייש דאס גלייבסטו דעם גוי.... - די גיבסט די גוי א נאמנות אבער  פאר די רבני המכשירים פין בית השחיטה וועלכע זענען אויסגערופנע ת''ח יראי השם זיי גיבסטו נישט קיין נאמנות
אין  די פלייש וואס די עסט למעשה ווייסטו אפי' נישט וועמענס הכשר עס האט איז די האסט שוין אויפגעגסן - אבי נישט קרית יואל...
די ביין איז אים געבליבן שטעקן אין האלז פאר בושה

--------------

אבער דאס איז נאר מענין לענין
דאס איז נישט די טעמע אין פאר דעם וואלט מען נאך געקענט אביסל אראפשלינגען

אבער דאס גיין טעראזירן יעדן קאמפעני, רעסטעראונט, קעיטערער, וכו' אלעס ווייל במישרין אדער בעיקיפן שטיצען זיין די בית השחיטה - טראץ וואס יענער מיינט גארנישט דערמיט צו שטיצן איין צד מער ווי די צווייטע
דאס איז רשעות אין רציחה וואס מיז נעמען א עק
מיר מוזן זיך אננעמן פאר זיין  בלוט אין שטיצן דוקא די וואס ליידען פין זייער רשעות
אין נאכמאל ''דער שפע אפעטייזונג'' האט גארנישט מיט די ארונים ער ניצט פלייש פין פאפא וועלכע נעמען נאר פין די שחיטה מהודרת ע''פ הוראת פין זייערע דיינים


אין פאר הולך
דארפסט נישט ברענגן די ליסט
די פאקט רעדט פאר זיך ''אז כמעט אלע רעסטעראנטען פין ניו יארק אין לעיקוואד מיט א היימישע הכשר  (התאחדות, מישקאלץ, וכו')  - אין האבען נישט די הכשר פין טארטיקאוו (וועלכע האט א אייגענע שחיטה וואס זייערע געשעפטן ניצן) ניצן די פלייש פין די שחיטה המהודרת
אין ''קיינער'' ניצט נישט קיין פלייש פין די ממליחה ואליך סקאנדאלישער בוטשער
ויאכלו ענוים וישבעו





תוקן על ידי היראים ב- 26/07/2010 19:34:30

באבע_מעשה » 26/7/2010 20:19


טאמער פארשטייסטו נישט וואס איך מיין וועל איך דיר דאס מסביר זיין ברחל בתך

יעדער ווייסט אז עטרת אברהם, ויואל משה, בית רחל, ברכה סימא, עטרת חי', תורה ויראה, אור החיים ביידע, נעמען נישט קרית יואל פלייש

און בית רחל קרית יואל, אולם עקשטיין, קרן ויואל משה, עטרת חי' שרה, תפארת מרדכי, עטרת ראזנבערג, תפארת רבקה נעמען נאר קרית יואל.

אויב א משפחה מיטגליד קומט צו א שמחה און איינע פון די זאלן און פרעגט דעם בעל שמחה א קשיא וועגען די פלייש, איז א רשע וגס רוח, א שופך דם פאר א איד ביום שמחתו.

איך האב א גרויסע משפחה כן ירבו, איך האב חתונות און ביידע, איך האב קיינמאל נישט גזהען א חסיד פון רבי'ן וואס עסט נאר קרית יואל זאל צוגיין ברבים פרעגען הויך "וועלעכע פלייש איז דאס?" ווייל ער מיינט דעם באשעפער, ער עסט נישט און שוואכע רעסטעראנטון, ביי פריוואטע מסיבות ווי קיינער וועט נישט הערן אז ער איז א מחמיר און האט א דעה עסט ער אויך נישט קיין פלייש

אבער ביי די נועם המידות אידן זיי וועלן שיקן אלע זייערע קינדער בחורים פרעגען דעם מחותן הויך אלע זאלן הערן "וועלעכע פלייש איז דאס?" זיי ווילן נאר אז מע זאל מיינען זיי זענען ערליך ביי זיך אין שטוב ברענגט ער אריין OU טרינקט קוק גייט צו די שוואכסטע רעסטעראנטון, אבער דא לייגט ער ארויס זיינע חזיר פיסלעך ראה כשר אני, איך עס נישט די טריפענע שחיטה פון קרית יואל

אויב האסטו פארשטאנען מלך איז גוט, און אז נישט לעבסטו מיט א גרויסע שנאה און די ווילסט נישט הערן אדער זהען עפעס אנדערש, האב איך נישטאמאל וואס צו רעדן צו דיר

היראים » 26/7/2010 20:28

די אנגעהצטע שנאה וועלכע טרייבט די זאלי'ס צו אזעלכע רשעות'דיגע אקטען הייבט זיך נישט אן דא
יעדן טאג נעמט מען זיך צו א צווייטען קרבן
פאר א בלויזע דוגמא וועל איך אנמערקן איינס פין די לעצטערע בויקאטען נישט קיין אנדערע ווי קעגן די לעבנס קריטישע ארגענעזאציע די בארימטע חברה הצלה דקרית יואל - א אקט פין רציחה לכל הדעות
 זייי האבען אויסגערופן א גענצליכע בויקאט, פארן בלויזען חטא אז דער מנהל פין חברה הצלה האיש החסד ר' משה אהרן שטיינבערג דאווענט נישט אין סאסמאן'ס
אין אז די דער גרויסער עסקן ר' משה לייב וויטריאל איז דארט א מעמבער אין ער האט נישט געלאזט א אימצוווילזירטע ארעסטענט שפילן קראנק כדי צו אנדרייען כייעס אין רייאטען אין ק''י
(אפי' אין פאליציי סטאנציע האט מען אים אויך נישט געלאזט רופן א אמבעלאנס ביז מאכען א געהעריגען ריפארט אין אים ארויסגעלאזט)
טראץ וואס זיי זענען די גרעסטע אויסניצער אין ביי יעדע נערישע פאל טראכטען זיי נישט קיין 2 פארן רופן הצלה
(די זעלבע איז מיט גמ''ח הצלה, חברים וכו' די גרעסטע אויסניצער אין די גרעסטע קריטיקירער)
די זעלבע איז מיר ר' משה לייב איין טאטע אין הימל ווייסט וויפיל ר' משה לייב האט זיי שוין געהאלפן סיי וואס די גאס ווייסט אין סיי וואס מ'ווייסט נישט ביי די אלע טשיילד אביוז קעיס'ס דאס איז אסאך מער ווי די געזעץ פארלאנגט פין אים
דאך די שנאה טרייבט זיי צו אויסרופן א בויקאט קעגן אזא מוסד ווי חברה הצלה
מיר מיזן סופארטען די אלע וועלכע פאלען א קרבן צו די רשעות אין השחתה פין משה פרידמאן אין הרב זלמן לייב טייטלבוים



------------------------------------------------------------------


וועגן מיין פאריגע תגובה האב איך דאס באקומען אין אישי

עס זענען דא אסאך בעלי מכשירים וועלכע לאזען נישט ניצן קיין שום פלייש נאר פין קרית יואל
ביי אינז אין מאנסי ווייס איך פין 2
דא אין מאנסי זענען א גרויס חלק זאלען אין קעיטערער'ס (אויב נישט רוב) אינטער די השגחה מעולה פין הרה''ג ר' מנחם פישער שליט''א דומ''ץ וויען מאנסי
אין ער לאזט בשו''א נישט ניצן קיין שום פלייש נאר פין קרית יואל
די זעלבע איז מיט הרה''ג ר' שמעון כ''ץ דומ''ץ קהל ויואל משה מאנסי וועלכע לאזט נישט אריין אין די 2 קאנטינענעטל פלייש געשעפטן נאר קרית יואל שחיטה
(ער נעמט אריין פין די זאליס בוטשער אין ב''פ פאר די פאר היצקעפ אבער לאזט עס נישט לייגען אויפן שעלפ, מ'מוז עס האלטען אין פריזער)


מפי השמועה הער איך אז די זעלבע אין מיט הרה''ג ר' בנימין גרובער אבער כ'בין עס נישט נאכגעגאנגען

וואלןסח » 26/7/2010 21:35

עס האט מיר לעצטענס דערציילט א אינגערמאן, וואס א קרוב זיינער איז א איידעם ביי א גרויסע זאלי היץ קאפ, י. ג. פון ק"י, וואס קיינער האט נישט קיין חשש אז ער איז סתם אזוי א זהיר בכשרות, אבער זייענדיג אמאל ביים איידעם אינדערהיים אויף שב"ק רופט ער זיך אן הויך, דו האסט די טרייפענע קרית יואל פלייש, איך קען נישט עסן ביי דיר קיין פלייש, נו דער איידעם האט זיך פארביסן די ליפן און געשלונגען.

א וואך שפעטער איז געווען א משפחה חתונה אין א זאל פון וומסב"ג וואס באלאנגט נישט צו סאטמאר, און ס'איז געווען צוגעשטעלט א סעודה כיד המלך, מיט א טשויס ביי די פלייש, דער אינגערמאן האט כדרכו פון יעדן ערליכן איד שטילערהייט געפרעגט דעם קעיטערער פון ווי ער נעמט דעם פלייש, און ער האט אים געזאגט אז ס'איז קרית יואל, די אנדערע בני המשפחה איז נישט בייגעפאלן צו פרעגן, ס'איז דאך נישט א אהרונישע זאל.

ער האט יעדן געלאזט אויפעסן ובתוכם זיין שווער, און דערנאך האט ער זיי מודיע געווען וואסערע טריפות זיי זענען נעבעך נכשל געווארן.

מלך_מלכים » 26/7/2010 21:36

באבע_מעשה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

איך האב א גרויסע משפחה כן ירבו, איך האב חתונות און ביידע, איך האב קיינמאל נישט גזהען א חסיד פון רבי'ן וואס עסט נאר קרית יואל זאל צוגיין ברבים פרעגען הויך "וועלעכע פלייש איז דאס?"



לא ראיתי אינו ראיה, איך האב יא געזעהן.

היראים » 26/7/2010 21:59

די טעמע איז נישט דא וועגן קומען ביי יענעם'ס שמחה אין נישט עסן די פלייש
אז איינער וויל עס דיסקאסען קען ער עפענען א צווייטע אשכול

ביטע זיך האלטען צו די טעמע
מיר מוזן סופארטען די אלע וועלכע ווערן באקירוועד פין די בלוט דארשטיגע שנאה
אזא קרבן ווי ''שפע''' טאר נישט ליידען וועגן די גרויסע חטא פין שטיצן אומדירעקט די שחיטה המהודרת
בלויז ווייל די סוקסעספולע מהודר'דיגע בית השחיטה שטעכט זיי אויס די אויגן

מלך_מלכים » 27/7/2010 00:48

ער גייט נישט גארנישט ליידן אי"ה, נאר אייטעמס וואס האבן טשיקן וועלן אפאר זאליס נישט קויפן, מה כל הרעש?

היראים » 27/7/2010 02:05

ער גייט אי''ה שיין פארדינען
אויב וועלן מיר אלע זיך פאראייניגען צו שטיצען דווקא די וואס ליידען פין ענקער רשעות אין טעראר
וועט יעדער וועלן זיין פין ענק באקירעוועד

שלמהווייס » 27/7/2010 15:57

איינער ווייסט פון ער נעמט די בהמה פלייש פאר די ביעף טשאלנט און גאלערעטע?

nys10952 » 27/7/2010 16:41

פארוואס זאלסטו זיי נישט קאלן אליין

sybarit » 27/7/2010 16:56

איך פארשטיי נישט דא די גאנצע טענה'ריי, איינער האט נאר מעורר געווען אז שפע אפילו אז עס איז אונטער די השגחה פון התאחדות, האט ער אער נישט התאחדות טשיקען נאר קרית יואלער פלייש, עכ"פ די הכשר פון התאחדות איז נישט אויף די עצם פלייש, נאר אויף די עצם פראדוקט,

און ווייטער אזוי ווי עס איז דא מענטשן וואס עסן נישט קיין קרית יואלע פלייש, נישט ווייל איינער שרייט אז עס איז ח"ו טריף, נאר ווייל יעדער איינער עסט נאר א השגחה פון איינעם אויף וועם ער פארלאזט זיך, און ער האלט אז ער איז א ערליכע מענטש, משא"כ אזא איינער וואס ער האלט נישט פון עם, וויל ער פון זיין השגחה נישט עסן, און דאס איז א סבה וואס עס איז דא א גרויסע ציבור יודן וואס וועלן נישט עסן קיין קרית יואלע שחיטה, ווייל משום איזה סבה שהוא (כמה סבות) פארלאזן זיי זיך נישט אויף די וואס גיבן די הכשר דארט

און יעצט צוריק צו שפע, וויבאלד התאחדות גיט א הכשר איז דא כמה וואס מיינען אז עס איז אויך התאחדות פלייש, און אויך איך האב אזוי געמיינט, איז יעצט געקומען איינער און אויפגעדעקט אז ניין עס איז קרית יואלע פלייש, און די אלעי יודן וואס עסן נישט קיין קרית יואלע פלייש זאלן זען נישט צו עסן זייערע פליישיגע פראדוקטן,

סוי מאי כולי רעש, ער פרובירט נישט קיינעם אונטערצוברענגן ער האט נאר געשריבן א זאך אז מענטשן זאלן וויסן,

נאר וויבאלד עטס האטס א קאמפלעקס פון די פלייש, מילא שפרינגטס עטס אייביג ווען עטס הערטס עפעס איבער ענקער פלייש, און דאס איז די סבה פארוואס עטס מיינטס אז מען מאכט משוגע מענטשן וועגען ענקער פלייש, ביי אונז און משפחה איז געווען פונקט פארקערט, זי זרליס גייען צו די ארונישע שמחות און מען פארפירט נישט וועגעןן די פלייש, מען עסט עס נישט און שוין, משא"כ די ארונים איז דא געוויסע וואס וועלן נישט קומען צו די שמחות פון די זאליס ווייל מען טאר נישט עסן ענקער פלייש, איי עס נישט, און מאך א טשאלענט אינדערהיים און די וועסט עס דארט אויפעסן, זיי טוען דאס אבער נישט,

היראים » 27/7/2010 18:29

פין אישי

איך האב נישט קיין רשות כתיבה אין כל העולם סא זאג פאר דעם סיבאריט אז ווען מען עפנט ווען אן אשכול אזוי תמימותדיג: "לידיעת הציבור שפע נעמט ק"י פלייש" איז ער אפשר גערעכט אבער אזוי ווי די נאמען פונעם אשכול איז גארנישט אזוי "אומשולדיג" נאר "להסיר מכשול: שפע אפעטייזינג - מוסקאווי בית השחיטה" און בכלל וויאזוי עס איז געשריבן געווארן כאילו מען רעדט דא פון א פרישע פינקל מעשה שרייט ארויס פון יעדעס ווארט אז "איך מיין פאליטיק" ווייל מען מוז דאך אונטערברענגען די "סטרא אחרא"... און בכלל "חזקה על זאליס שכל מערכה שאינו מועיל לפאליטיק אינו מערכה" סא פון די פלייסיגקייט פון די מערכה זעהט מען וויפיל "ערליכקייט" און "תמימות" עס ליגט דא...
ע''כ פין אישי

דער סייבאריט שטעלט אן אזא פנים פין א תם, ער ווייסט גארנישט וואס מען וויל פין אים
ער בויקאטירט - דאס מאל די ביזנעס פין א ציווילען יונגערמאן על לא עוול בכפו
כאילו אים שטערט די ק''י פלייש אין ער האט א פראבלעם אין כשרות - ווען ער זאל זיך אפי' איינערעדן אז ער האט א פראבלעם אין כשרות וואלטן זיי שוין איינמאל פארפירט אויף די שוואכע כשרות סטאנדארט אין זייער ממליחה ואילך בוטשער
א גאנצע אשכול ווי מ'גיסט העצע אין שנאה אין יענער שרייבט קלאר אז ער קויפט עס מער נישט, אין דער חכם קומט אזוי אימשילדיג פרעגן ''פארוואס איז דאס רשעות''?

זאלי דו!
עפן דיך דיינע אויגען, דער יונגערמאן פין שפע האט ענק גארנישט געטשעפט
אויב ווערט אימוועלענדיג געשטיצט די קרית יואל'ע מוסדות דורכדעם וואס ער ניצט די מהודר'ידיגע פלייש וואס זיין דיין הייסט אים ניצן, קומט נישט מ'זאל יורד זיין לנכסיו
אין אגב, די פאליטיק געשטימטע ''התאחדות'' לאזט רואיג ניצן די פלייש פין די שחיטה המהודרת - די איינציע שחיטה וואס זיי לאזען חוץ פין זייערע הכשרים (אפשר וואלט בעסער געווען פאר די פאליטיק אז זיי זאלען נישט לאזען אבער למעשה ניצן כמעט אלע התאחדות רעסטעראונטען די שחיטה מהודרת)
זיי האבען קיינמאל נישט געזאגט אז זייער הכשר מיינט דוקא זייער שחיטה
עטס ווילסט פשוט לייגען דרוק אויף יעדן סטאר ווייל די בית השחיטה שטעכט ענק די אויגען
סיי ציליב די חומרות והידורים וואס יעדע ערליכע איד ווערט נתפעל פין אזא שיינע שחיטה
סיי ציליב די גרויסע אינקאם וואס דאס וועט בעז'''ה זיין פאר די מוסדות הק' אין ק''י מיט אירע קרוב צו 7000 תשב''ר בליעה''ר
אין דאס קרענקט ענק
באלד וועסטו נאך זאגען אז די בויקאט קעגן שטיצן חברה הצלה אין קרית יואל איז אויך געווען ווייל עס זענען דא וואס זענען מקפיד נישט צו נוצן די הצלה פין ר' משה אהרן שטיינבערג אין מ'האט אנדעקט אז ער דינט אלס מנהל.....

נאכמאל מיר מוזען זיך אננעמטן פאר די געליטענע פין זייערע בלוט דארשטיגע שנאה
אין זעהן צו שטיצען די אלע וועלכע ליידען דערפון

אין אויב עס וועט זיך נישט אפשטעלן וועט מען גיין ווייטער בעז''ה

דרך אגב, איינער זאגט מיר אז ביידע זייטן אין סאטמאר האבען יעצט א קאמפיין צו טעלעפאן קאללס
די ארונים זענען פארנומען צו רופן די RFR REALTY בעטן זיי זאלען אויפהערן די חפירות אין יפו
אין די זאלי'ס זענען פארנומען צו רופן שפע אפעטייזונג צו לייגען פרעשור קעגן די שחיטה מהודרת

allgood1s » 27/7/2010 18:30

Don't understand how the Zalis could still eat meat with hisachdus hecsher, maybe they used chickens or katchkas from the same farm as kj and now has all the problems they kept on blaming on the farm like tzumos hagidin etc.

מלך_מלכים » 27/7/2010 18:37

נעבעך נעבעך, דער ליידט אויף א קאמפלעקס ה"י

מלך_מלכים » 27/7/2010 18:50

אין אנדער אשכול שרייבט דער פיקח,
[בילד – נישט אפגעהיט]




זיי מיר מסביר וואס פארא רשעות די זאליס האבן געטון, זיי האבן נישט מער ווי 200 יודן, נא! אז צוויי הינדערט יודן וועלן נישט קויפן שפע'ס טשיקן אייטעמ'ס וואס וועט פאסירן? הא?

דאס רופסטו נאציס, מיט וויסעך וואספארא קללות, דער מקלל איז נאך פארנומען אז יענע שעלטן טויטע קללות, ווי זאגט יענער? איך שריי נישט!!!!!!!!! הערסט? איך שריי נישט!!!!

הולך_לבגץ » 27/7/2010 19:42


היראים ביטע ביטע איך זיך שוין ארום 3 טאג און אלע גראסעריס די שפע פראדוקטען זיי מיר מודיע ביטע ווי מען קען דאס באקומען

בבחינת להוציא מלבן של צדוקים (ווי די גמ' זאגט אנהייב פרק הישן)

sybarit » 28/7/2010 00:38

היראים ענד קא. ס'ווענד זיך אלעס וויאזוי מען ליינט די ארטיקל. די ליינסט עס מיט א קאמפלעקס מילא זעסטו רשעות. משא"כ איך ליין עס און איך האב הנאה צו וויסן אז זיי נעמן פון קר"י ווייל אלץ אזא איינער וואס עסט נישט קרית יואל וועל איך וויסן נישט דאס צו קויפן.

טאטלע » 28/7/2010 01:13

סיבאריט כתב

איך פארשטיי נישט דא די גאנצע טענה'ריי, איינער האט נאר מעורר געווען אז שפע אפילו אז עס איז אונטער די השגחה פון התאחדות, האט ער אער נישט התאחדות טשיקען נאר קרית יואלער פלייש, עכ"פ די הכשר פון התאחדות איז נישט אויף די עצם פלייש, נאר אויף די עצם פראדוקט


וואט עי טופשות
וואס הייסט התאחדות געט נישט קיין הכשר אויף די עצם פלייש אין די פראדוקטן וואס זיי געבן א הכשר ?
זיי דארפן נישט וויסען אלע אינגרידיענטס ? 
אין אינזער פאל וואסערע פלייש ער ניטצט ? 

סהייסט די פלייש מעג זיין טריפה אבער די גאלערעטע איז בתכלית הכשרות  ?

אלא מאי זיי ווייסען טאקע יא אין זיי פארלאזן זיך אויף די הכשר פינעם בית השחיטה, אין זיי לאזן ניצען זייער פלייש

אזאנע שקצים די סאחדות זיי לאזן ניצען סטרא אחרא פלייש   

היראים » 28/7/2010 02:07

sybarit כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
היראים ענד קא. ס'ווענד זיך אלעס וויאזוי מען ליינט די ארטיקל. די ליינסט עס מיט א קאמפלעקס מילא זעסטו רשעות. משא"כ איך ליין עס און איך האב הנאה צו וויסן אז זיי נעמן פון קר"י ווייל אלץ אזא איינער וואס עסט נישט קרית יואל וועל איך וויסן נישט דאס צו קויפן.


כ'בין אביסל משוגע אז איך ענטפר דיך, אבער כ'וועל עס טוהן
רוף אן די בעה''ב פין שפע (מ'האט דאך ארומגעשיקט די נומבער צו אלע ענקערע בחור'ליך) אין פרעג אים וויאזוי 'ער' פארשטייט די אשכול
וועסט זעהן די שנאה מאכט דיך מיינען/זאגען אז 'יענער' האט א קאמפלעקס

אין נאכמאל, עס ליגט א חוב אויף יעדן צו סופארטען די וואס ליידען בלויז ציליב זייער שנאה אין דארשט פאר רשעות


-----------------------------
דאס האב איך באקומען אין אישי פונעם זעלבן ווי די פריעדיגע תגובה

צו מלך מלכים: די ווילסטוויסן פארוואס מען מאכט אזא רעש ווען א קליינע פראקציע טוט עפעס? דאן לאמיר דיר לערנען היסטאריע. אין אלע צייטן ביז יעצט האט מען געוואוסט אז ווען איינער מאכט א מערכה קעגן עפעס א שחיטה וכו' אפילו ער האט געשאסן יעדע צוויי מינוט עפעס א אנדערע סקאנדאל האט מען געוואוס ט אז "עפעס" אמת ליגט דערין ווייל קיינער האט זיך נישט דערוואגט צו זאגן ממש ליגנט ווייל עס איז דאך דא דער כלל שקר אין לא רגלים האט מען גענומען א קליין אמת און עס אויפגעבלאזן און צוגעליגט אזוי אז עס זאל אויסקוקן ווי דאס ערגסטע רח"ל ווייל מען האט געוואוסט אז מען וועט אים איינמאל כאפן וועט ער זיך נישט קענען אויפהייבן דאס פנים פאר בושה איז אין תשנ"ט אויפגעקומען א נייע המצאה מען קען שיסן ליגנט אין די וועלט אריין! איי מען וועט אים אפפרעגן?וועט מען פראדוצירן א צוויטע און א דריטע אזוי אז יעדער נארמאלע מענטש וועט אנהייבן צו גלייבן אז "עפעס" גייט פאר און וועט אויפהערן נוצן ק"י פלייש. אזוי ווי ביי רובאשקין האט דער פראסיקיוטער אנגעהויבן שיסן איין קלאגע אויפן צווייטן אז מען זאל גלייבן אז "עפעס"איז כאטש אמת און ער איז א געפערליכער פארברעכער און "דאס" איז די ציל פין די זאליס ווייל די וועלט וועט טראכטן אז איעדע צוויי מינוט קומט ארויף אן אנדערע סקאנדאל מכלומרשט פון ווייס איך וועם. !?!?!? פארדעם דארף מען וויזן פאר די וועלט וואס פארא מטורפים די חברה זענען!


תוקן על ידי היראים ב- 28/07/2010 02:09:00

שלמהווייס » 28/7/2010 05:41

נישט צום גלייבן
די ארונים זענען כסדר פארנומען וואספארא שוואכע הכשר התאחדות איז, און דא בלויז צו צופיקסן די זאליס (אדער אין היראים'ס ווערטער "סופארטען די וואס ליידן פון רשעות") זענען זיי גרייט דאס צו נוצען אפי' זיי האלטן אז ס'טויג נישט
איז דאס די נייע עפאכע פון כשרות?

מלך_מלכים » 28/7/2010 21:13

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

דאס האב איך באקומען אין אישי פונעם זעלבן ווי די פריעדיגע תגובה

צו מלך מלכים: די ווילסטוויסן פארוואס מען מאכט אזא רעש ווען א קליינע פראקציע טוט עפעס? דאן לאמיר דיר לערנען היסטאריע. אין אלע צייטן ביז יעצט האט מען געוואוסט אז ווען איינער מאכט א מערכה קעגן עפעס א שחיטה וכו' אפילו ער האט געשאסן יעדע צוויי מינוט עפעס א אנדערע סקאנדאל האט מען געוואוס ט אז "עפעס" אמת ליגט דערין ווייל קיינער האט זיך נישט דערוואגט צו זאגן ממש ליגנט ווייל עס איז דאך דא דער כלל שקר אין לא רגלים האט מען גענומען א קליין אמת און עס אויפגעבלאזן און צוגעליגט אזוי אז עס זאל אויסקוקן ווי דאס ערגסטע רח"ל ווייל מען האט געוואוסט אז מען וועט אים איינמאל כאפן וועט ער זיך נישט קענען אויפהייבן דאס פנים פאר בושה איז אין תשנ"ט אויפגעקומען א נייע המצאה מען קען שיסן ליגנט אין די וועלט אריין! איי מען וועט אים אפפרעגן?וועט מען פראדוצירן א צוויטע און א דריטע אזוי אז יעדער נארמאלע מענטש וועט אנהייבן צו גלייבן אז "עפעס" גייט פאר און וועט אויפהערן נוצן ק"י פלייש. אזוי ווי ביי רובאשקין האט דער פראסיקיוטער אנגעהויבן שיסן איין קלאגע אויפן צווייטן אז מען זאל גלייבן אז "עפעס"איז כאטש אמת און ער איז א געפערליכער פארברעכער און "דאס" איז די ציל פין די זאליס ווייל די וועלט וועט טראכטן אז איעדע צוויי מינוט קומט ארויף אן אנדערע סקאנדאל מכלומרשט פון ווייס איך וועם. !?!?!? פארדעם דארף מען וויזן פאר די וועלט וואס פארא מטורפים די חברה זענען!


תוקן על ידי היראים ב- 28/07/2010 02:09:00



טייערער היראים ווי פילט איר, שוין צו זיך געקומען פון די די דריטע וועלט מלחמה וואט האט נארוואס אויסגעבראכן? ווי די ארונים זענען בייזויליג אויסגעשאכטן געווארן ואין פוצה פה ומצפצף, טייכן בלוט זענען פארגאסן געווארן דורעך די נאציס (זאליס) 13 14 מיליאן ארונים זענען געשיקט געווארן צו די גאז קאמערן רח"ל.

לולי!! ווען נישט וואס דער אלעמען באקאנטער היראים שטעלט ווען נישט א פוס, אין שרייט גענוג!!! גענוג בלוט פארגאסן על לא עוול בכפם, גענוג געשיקט על קוד"ש, העי וואס לאכסטו? וואס איז דער ליצנות דא? גיי קוק אויפן קעפל פון דעם אשכול דא אויבן,

אוי באשעפער אין הימל, שלח רפואה שלימה לחולי עמך.


תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 28/07/2010 21:15:08

היראים » 28/7/2010 21:41

די זאגסט אז די זעהסט נאר א פראבלעם אין די נאמען פין די אשכול
די עצם געדענק פין בויקאטען א איד'ס פרנסה ווייל אומדירעקט ווערט געשטיצט די מוסדות אין ק''י איז נישט קיין פראבלעם לשיטתך

כ'הער!

אויב גלייכסטו נישט מיינע אויסדרוקען, דיין ליין נישט מער ענקער פארום אין אוודאי נישט ענקער צייטונג
ווייל דארט איז ווערט יעדער א נאצי, שגץ, כו' לדוגמא
ר' משה לייב וויטריאל איז דארט א געסטאפע פאליציי, - ווייל ער היט די געזעץ
ר' דוד עקשטיין א גוי אדער א מסור אדער גאר א מומר - ווייל ער האט געווינען א קארט ווי מ'האט אים תובע געווען
ר' יואל מארגענשטערן א קדוש ווייל ער איז געווען די ערשטע פורץ גדר
ר' מנשה פילאפ א לוחם מלחמת ד' ווייל ער שרייבט אין ענקער צייטונג וואס ענק לעכצן צו ליינען
ר' אהרן וועלץ א גנב ווייל ער פירט די מוסדות די זעלבע מהלך זינט ער איז מנהל איז זיך נישט געבארכען פאר ענקער טעראר
יוסל מסור - א עסקן (דא לאכט מען)
וכו'
אפגערעדט מיט די קעפלעך אין ארטיקעלן

אבער ווען מ'בויקאט א איד'ס פרנסה איז מען א.....
עס קומט נישט פין שלעטקייט עס קומט גאר פין נעימות המידות


תוקן על ידי היראים ב- 28/07/2010 21:46:44

מלך_מלכים » 28/7/2010 21:56

אז דו האטס א קאמפלעקס פון ענקער מפוקפקדיגע פלייש, קען איך דיר נישט העלפן, ווער געדענקט נאך אז די זאליס פארקויפן אומגעזאלצענע פלייש?

היראים » 28/7/2010 22:19

מלך_מלכים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אז דו האטס א קאמפלעקס פון ענקער מפוקפקדיגע פלייש, קען איך דיר נישט העלפן, ווער געדענקט נאך אז די זאליס פארקויפן אומגעזאלצענע פלייש?


ווער האט א קאמפלעקס מיט די בית השחיטה????

ליין איבער וואס כ'האב אויבן געשריבן

די בית השחיטה דארף נישט אוזנער סופארט ב''ה
זיי זענען ווייטער ביים אלטען פראבלעם אז זיי קענען נישט נאכקומען יעצט זומער האט נאמאל אנגעהויבן שעכטן 5/6 טאג א וואך מיט ציגעלגייגטע שוחטים
די פארלאנג פין יודן ציבור המדקדים בכשרות וואקסט ב''ה טעגליך, כלל ישראל שמעקט גיט
דארט האט מען נישט קיין פראבלעם מיט פרעמדע אויבן, יעדן לאזט מען דארט אריין, עס האבען שוין דארט באזוכט פין די ליבאוויטשע חסידים ביז די זאלי אין בני יואלע רבנים.
נאר די רשעות קעגן אימשילדיג ציווילע אידן מיז נעמען א עק.


א_בני_יואל » 28/7/2010 22:37



סהאט זיך מיר אויס געמעקט איך האף עס צוריק צילייגן ווי שנעלער




תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 28/07/2010 23:02:42

מלך_מלכים » 28/7/2010 22:49

בני יואל!! וואס האסטו געטון? האסט אים ארויסגענומען פון דרימלענד, הער אויף!! די בלוט הינגערט, וואס טו מער? דריי נישט קיין קאפ מיט פאלטשע סיינ'ס וואס נאר בני יואלע קרעציגע קענען אויפקומען

א_בני_יואל » 28/7/2010 23:09

היראים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דארט האט מען נישט קיין פראבלעם מיט פרעמדע אויבן, יעדן לאזט מען דארט אריין, עס האבען שוין דארט באזוכט פין די ליבאוויטשע חסידים ביז די זאלי אין בני יואלע רבנים.


אמת מהאט גארנישט מורא פין קיין פרעמדע אויגן !!! געב נאר א קיק אויף די בילד אויב מהאט נישט מורא פין ...........
"מיט אפוינטמענט" לאזט יעדע פאבריק אריין....
(אויב בוסטו א קרית יואל'ער גיי שנעל קיקן ווייל מגייט דאס אראפ נעמען לוכאורה נאך היינט וד"ל) 

[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי א_בני_יואל ב- 28/07/2010 23:18:14

היראים » 28/7/2010 23:39

אוי ביזטו א חכם

יעדער פארשטייט וואס די סיין מיינט

עס נאכנישט געווען א ''רב אדער תלמיד חכם'' וואס האט געוואלט קומען אין מ'האט אים נישט געלאזט סיי ווען

אז זיי וועלן אריינלאזען א גאנצע טאג ''סתם וויזיטארס'' וועט דארט אויסקוקען ווי א זו...
עס איז געווען א שטיק צייט וואס בחורים אין יונגעלייט פלעגן דארט אריינוואקען סיי ווען זיי האבען געוואלט, מ'האט געשטערט די שוחטים אין די אנדערע ארבייטער, האט מען דאס אפגעשטעלט
אין איך האב פאר דיר נייעס, כאפ דיך אהין עני ראויגע טאג, אין בעט דעם מענעזשער אז די ווילסט זיך נאר אביסל אומקוקען
אויב האט ער נישט יעצט קיין געסט  וועט ער דיך לכאורה גערן לאזען (כ'רעדט נישט פין דיר דווקא איך רעדט פין א נארמאלע מענטש)

דארט האט מען ב''ה נישט מורא פין קיין פרעמדע אויגען
אין דארט האט שוין באזוכט הונדרעטער רבנים אין מכשירים פין אלע קרייזן
אין דאס איז די סיבה פארוואס יעדע ערליכע יוד איז מקפיד צו עסן דווקא פין די שחיטה המהודרת
אין די איז די סיבה פארוואס דאס קאסט ענק בלוט דרוק, נעבעך

די האסט שוין געהערט א יוד (נישט קיין זאלי'ס) זאל מקפיד זיין צו עסן דווקא פין די ממליחה ואילך בושטער?
פארקערט האב איך שוין יא געהערט לדוגמא ענקער דיין רש''ל וויינבערגער עסט נישט פין ענקער בושטער.

סיי וויאזוי, סתם שעלטן אין בויקאטען וועט ענק קיין סאך נישט העלפן
עטס האטס א ברירה, זייטס מתקן די השגחה ביי ענק, אין אנשטוט זיין פארנומען מיט נעגעטיוו אין שמוץ, מיט שקרים אין בויקאטען, טוט אביסל פאזעטיוו עטס וועטס זעהן א אנדערע וועלט

אבער דערווייל מוזען מיר סופארטען די אלע וואס ליידען פין ענקער רשעות!

היראים » 28/7/2010 23:48

פין אישי

רוף אן וויילאנד אז די ווילסט אן אפונטמענט
זאג מיר ווען די באקומסט

ווארט ענדערש אויף משיח

היראים » 29/7/2010 19:59

אפדעיט

היינט האבען די נועם הרשעות ארויסגעגבן א פרישע בויקאט קעגן די חברה הצלה אין קרית יואל
אין ליכט פין די בעפארשטייענדע הצלה פארטי
די גרויסע ''עבירה'' מיט וואס מ'האט זיי דאס מאל געכאפט איז וויבלאד די הצלה גייט באגריסן די ווייבער פין די געטרייע הצלה וואלענטורן, אין צווישען אנדערע געפינט זיך די ווייב פין העסקן הדגול ר' משה לייב וויטריאל - הצלה מעמבער, ע''כ קירכע/שיקסע/עמלך בקיצור מ'דארף עס בויקאטען

כ'האב שוין געשריבן, נאכען בויקאט פאר די הצלה דינער
די אנגעהצטע שנאה וועלכע טרייבט די זאלי'ס צו אזעלכע רשעות'דיגע אקטען הייבט זיך נישט אן דא
יעדן טאג נעמט מען זיך צו א צווייטען קרבן
פאר א בלויזע דוגמא וועל איך אנמערקן איינס פין די לעצטערע בויקאטען נישט קיין אנדערע ווי קעגן די לעבנס קריטישע ארגענעזאציע די בארימטע חברה הצלה דקרית יואל - א אקט פין רציחה לכל הדעות
 זייי האבען אויסגערופן א גענצליכע בויקאט, פארן בלויזען חטא אז דער מנהל פין חברה הצלה האיש החסד ר' משה אהרן שטיינבערג דאווענט נישט אין סאסמאן'ס
אין אז די דער גרויסער עסקן ר' משה לייב וויטריאל איז דארט א מעמבער אין ער האט נישט געלאזט א אימצוווילזירטע ארעסטענט שפילן קראנק כדי צו אנדרייען כייעס אין רייאטען אין ק''י
(אפי' אין פאליציי סטאנציע האט מען אים אויך נישט געלאזט רופן א אמבעלאנס ביז מאכען א געהעריגען ריפארט אין אים ארויסגעלאזט)
טראץ וואס זיי זענען די גרעסטע אויסניצער אין ביי יעדע נערישע פאל טראכטען זיי נישט קיין 2 פארן רופן הצלה
(די זעלבע איז מיט גמ''ח הצלה, חברים וכו' די גרעסטע אויסניצער אין די גרעסטע קריטיקירער)
די זעלבע איז מיר ר' משה לייב איין טאטע אין הימל ווייסט וויפיל ר' משה לייב האט זיי שוין געהאלפן סיי וואס די גאס ווייסט אין סיי וואס מ'ווייסט נישט ביי די אלע טשיילד אביוז קעיס'ס דאס איז אסאך מער ווי די געזעץ פארלאנגט פין אים
דאך די שנאה טרייבט זיי צו אויסרופן א בויקאט קעגן אזא מוסד ווי חברה הצלה
מיר מיזן סופארטען די אלע וועלכע פאלען א קרבן צו די רשעות אין השחתה פין משה פרידמאן אין הרב זלמן לייב טייטלבוים



מלך_מלכים » 2/8/2010 19:41

היראים קענסט דיך שוין בארויאיגן, די בלוט הינגער האט זיך איינגעשטילט, שפע נעמט מער נישט קיין קעי דשעי פלייש.

FiveBoro » 2/8/2010 20:07

און די לעיקוואד'ע זענען אוועקגעגאנגען פון ק"י שחיטה תיכף נאך די צומות הגידין פרשה.

(רכטיג, מלךמלכים?...  זוך עס אפיר אין ענקער פארום, עס איז כתוב וחתום)

פריינדליך » 2/8/2010 20:14

מלך מלכים. איך האב נישט געוואוסט אז מען קען זיין אזוי נאריש. דו האלטסט באמת 1)ער האט זיך געבראכן פאר אביסל נארישע טעראר?2) ער איז א פאפאנער. גייט ער ענדערש וועלן געפעלן פאר די פאר זאליס און זיך צוקריגן סיי מיט פאפא און סיי מיט די ארונים???? נאר וואס דען? עס איז פונקט וואו די סנעפל מעשה. צומת הגידין. בג"ץ. לעיקוואודס אויפהערן נעמען פלייש וכו' וכו' עד אין סוף

מלך_מלכים » 2/8/2010 20:23

וואס איך האלט איז נישט איטערעסאנט, אדרבה, אפשר ווערסטו געוואר, נוצן זיי נאך ק"ילע פלייש צו נישט?

פריינדליך » 2/8/2010 20:27

ביטע. קאנפירם עס. שכוח

מלך_מלכים » 2/8/2010 20:31

קאנפירמד

היראים » 2/8/2010 21:07

ביי די זאלי'ס איז היידפארק די שטערקסטע מקור
אין אויב שטייט עס אויף זייער פארום - איז עס קאנפורמד...

קענסט אים שוין נישט אפרעגן

זיי האבען נאך 2 ''באגלייבטע מקורות'' יוסלע טוויטער מעסעזשעס אין זייער שמיציגע זשורנאל 'דער איד'

פריינדליך » 2/8/2010 22:07

האט איינער אפשר די אימעיל אדרעס פון די קאמפאני? איך האלט זיי נישט ביים שטערן מיט טעלעפאן רופן אינמיטן די ארבעט
בלאט: 1 2