בית יואל מפרסם מכתב גלוי פאר כלל ישראל המבקשי האמת
ווי מען שטייט יעצט ביז די נעקסטע ספין איזף
א) אפילו מען האט נישט קיין תביעות אויף א יוד, טאר מען נישט גיין אין געריכט אויב דער דאקעט נומבער איז ניי
ב) אזוי אויך הייסט עס א "קום ועשה"
ג) קאנטער קלאגעס איז מותר לכל הדיעות
ג) אויב די קארט פעיפער זאגט פלענטיף אבער ס'איז נישטא קיין ספעציפישע קלאגעס מעג מען קאנטער קלאגן
ד) מען מעג קאנטער קלאגן אבער נאר ביז 9 יאר דערנאך, נאכער הייסט עס א קום ועשה
ועוד ס'איז נאכנישט פיניש, סטעי טונד
|
די קלאגע איז אז אינז האב מיר געפענט? ביטע עקספלעין די "קלאגע"
ניץ קאפ, מה דאך דו זאגסט אז מ'מעג עפענען א שפוגל נייעם קעיס, מיט א תירוץ אז ס'א המשך פון א טויטער קעיס פון 9 יאר צוריק, איז דאך על אחת כמה וכמה, אז איך מעג תובע זיין א "קאנטער" קלעים אינעם דעם זעלבן "לעבעדיגן" קעיס ווי איך בין דער "נתבע".
|
קיין נפק"מ, איר זענט דער פלעינטיף? דער קעיס איז געעפנט פון ענקער איניציטיוו? האט ענקער איינער געצווינגען צו גיין אין קארט? ניין, דאן זענט איר דער הולך בערכאות של עכו"ם ומייקר של אלילים,
חוץ אויב איר האט א היתר בי"ד המרוצה, וואס האט אויסגעהערט ביידע צדדים, און דער בי"ד פסקנ'ט אז דער הליכה בערכאות איז מותר צוליב סיי וועלכער סיבה, דאן האט איר דאך רשות,
אבער אזוי לאנג ווי ענק האבן מעצמכם זיך אליינס מורה היתר געווען צוליב א תירוץ אז ס'א המשך פון א טויטער קעיס, איז עס קיינעם נישט משעבד און ווי געשמיסט דער נתבע האט אלע רעכטן זיך אומציגיין מיט ענק ווי א פאלנער הולך בערכאות
|
נא פיר אויס אויב מען מעג קאנטער קלעימען אויף פרישע קלאגעס, דעמאלטס פארוואס טאר מען נישט עפענען צוריק די אלטע קלאגע???
א שכוח פארן מיר העלפן מאכן מיין פוינט,
מא דאך עטץ האלטס אז איינמאהל מען האט געפענט א קעיס הרשות בידו צו קלאגעם אין סאאען, מה נשתנה פון תשנ"ה אז אין ס"ד טאר מען נישט בעטן קיין קלעריפיקעישן,
און מ'האט געזאגט פאר דוד עקשטיין בע"פ און די רבנים האבן עס אויך געשריבן אינעם התראה אז איבערן השתמשות הבימ"ד האט ער נאך נישט פארלוירן זיינע רעכטן ביי דין תורה און מ'איז גרייט צו אינטערשרייבן ש"ב דערויף,
ער וויל אבער נישט קיין ש"ב אויב עס אינדיקעיט נישט אויך די בעלות אויפן בנין, אויף דעם ארויף האט מען ע"פ הוראת הרבנים היושבים על מדין אריינגעגעבן די שפוגל נייע קלערעפיקעישן קלאגע.
תוקן על ידי כלהנערים ב- 22/06/2010 22:17:43
|
ווייל איר זענט דער פלעינטיף, דער קעיס איז געעפנט פון ענקער איניציטיוו, קיינער האט ענק נישט געצווינגען צו גיין אין קארט ממילא זענט איר במציאות דער הולך בערכאות של עכו"ם ומייקר של אלילים,
חוץ אויב איר האט א היתר בי"ד המרוצה, וואס האט אויסגעהערט ביידע צדדים, און דער בי"ד פסקנ'ט אז דער הליכה בערכאות איז מותר צוליב סיי וועלכער סיבה, דאן האט איר דאך רשות,
אבער אזוי לאנג ווי ענק האבן מעצמכם זיך אליינס מורה היתר געווען צוליב א תירוץ אז ס'א המשך פון א טויטער קעיס, איז עס קיינעם נישט משעבד און ווי געשמיסט דער נתבע האט אלע רעכטן זיך אומציגיין מיט ענק ווי א פאלנער הולך בערכאות
משא"כ א קאנטער קלעים, בין איך דאך אין קארט נגד רצוני, דו האסט מיך אריינגעשלעפט, איי 9 יאר צוריק בין איך געווען אין קארט, קען זיין, איז וואס? טוישט נאך נישט די מציאות אז און 04 זענט עטס געווען די וואס זענען אריין בערכאות, און געעפנט א פרישער קעיס אלס פלעינטיפס
|
כל הנערים, איך וויל אייך קאנגראטולירן ווייל איר זענט דער ערשטער וואס לפענ"ד זאגט עפעס דברים של טעם, קען זיין אז דאס האט זיבעלע אויך געוואלט ארויסברענגען,
בקיצור ווי איך פארשטיי איר האט מורא אז עקשטיין וועט אריינשלעפן דעם גאנצן הויז אינעם סיכסוך?
איז דאס די סיבה פארוואס איר ווילט נישט זיין דער תובע, ווייל איר ווילט נישט ריזיקירן קיין אינטש פון די הויז?
דאס מיינט אויב איר באקומט ווען א גאראנטי אז מ'גייט נישט דן זיין איבער דעם הויז וואלט איר געשיקט א הזמנה, נאר עקשטיין וויל דאס נישט גאראנטירן
אויב אזוי קען איך אייך אביסל פארשטיין
פארוואס קענט עטס נישט לכתחלה מסביר זיין?
לאך א גוטס,
קיין נפק"מ, איר זענט דער פלעינטיף? דער קעיס איז געעפנט פון ענקער איניציטיוו? האט ענקער איינער געצווינגען צו גיין אין קארט? ניין, דאן זענט איר דער הולך בערכאות של עכו"ם ומייקר של אלילים,
חוץ אויב איר האט א היתר בי"ד המרוצה, וואס האט אויסגעהערט ביידע צדדים, און דער בי"ד פסקנ'ט אז דער הליכה בערכאות איז מותר צוליב סיי וועלכער סיבה, דאן האט איר דאך רשות,
אבער אזוי לאנג ווי ענק האבן מעצמכם זיך אליינס מורה היתר געווען צוליב א תירוץ אז ס'א המשך פון א טויטער קעיס, איז עס קיינעם נישט משעבד און ווי געשמיסט דער נתבע האט אלע רעכטן זיך אומציגיין מיט ענק ווי א פאלנער הולך בערכאות[/quote]
ביטע מסביר זיין ווי אין חו"מ ווערט געברענגט א באגריף פון
א) א טויטע קעיס,
ב) וואס איז דער עקספייערעשן קעיס פון א דין הולך לערכעות,
ג) צום דריטן מאהל, ביטע קעלערן וואס זענען די רעכטן צו טוהן מיט א הולך לערכעות, אין צו דער שו"ע איז מבחין צווישן נ"ה און ס"ד,
בדרך אגב, קיינער וויל דיר גארנישט "משעבד" זיין ס"ה איז עס א בריוו נאר פאר "מבקשי האמת" וואס ווילן וויסן וואס דא איז פארגעקומען, אזא איינער ווי די, איז אינגאנצען נישט אין די קאטעגאריע,
איך פארשטיי דיינע פוינטס קליפ אין קלאר איך זעה נישט וואס איז נאך דא מוסיף צוזיין, נאר אז ס'האט נישט קיין מקור אין די הלכה, די חילוקים פון דאקעט נאמבער, קום ועשה, שב ואל תעשה, היתר פון "קאנטער קלעים שלא ברשות בי"ד וכו'
באטעם ליין איז,
אז בית יואל האט נישט אין ס"ד געהאט קיין שום תביעות צו עקשטיין,
אז אין נ"ד האט עקשטיין געקךאגט אן קיין שום היתר בי"ד אין מ'האט אלע רעכטן (לשיטתך) זיך אויפצופירן מיט איהם ווי א פאלנער הולך בערכעות
אין ס"ד האט עקשטיין נישט געהאט ק'יין רעכט צו קאנטער סאוען\מסר'ן אין שו"ע ווערט נישט געברענגט אז מען מעג מסר'ן א הולך בערכעות
אין תשס"ט האט ער נישט געהאט קיין שום היתר אריין צוגעבן א קלאגע אויף איליגעל יוס אפילו ער איז די פלענטיף ווייל דאס איז א קום ועשה (לשיטתך)
און תש"ע האט ער נישט געהאט קיין שום היתר נישט געהאט צו קלאגען קרימינעל קאנטעמפט קלאגעס
,אז די ווילסט קענסטע
|
די שפוגעל נייע קעיס פון יעצט און פון סד' זענען ביידע איבער די השתמשות הבימ"ד איבער דע תביעה האט בית יואל זיך קיינמאל נישט ארויסגעדרייט פון דין תורה ווייל אין נזקקין קענען זיי נאר זאגן איבערן בעלות הבנין,
און מ'האט געזאגט פאר דוד עקשטיין בע"פ און די רבנים האבן עס אויך געשריבן אינעם התראה אז איבערן השתמשות הבימ"ד האט ער נאך נישט פארלוירן זיינע רעכטן ביי דין תורה און מ'איז גרייט צו אינטערשרייבן ש"ב דערויף,
ער וויל אבער נישט קיין ש"ב אויב עס אינדיקעיט נישט אויך די בעלות אויפן בנין, אויף דעם ארויף האט מען ע"פ הוראת הרבנים היושבים על מדין אריינגעגעבן די שפוגל נייע קלערעפיקעישן קלאגע.
|
ס'דערמאנט זיך מיר א גוט ווארט וואס איך האב געליינט נישט לאנג צוריק, איבער איינעם וואס מען פרעגט 1+1 וויפיל ס'קומט אויס אין ער ענטפערט ס'קומט אויס חלה דעקל!
כלפי מה דברים אמורים - די צוויי לחם משנה'ס פרובירן שוין אין די לעצטע 30 תגובות צוטרעפן די "קלאגע" פון בית יואל אין מבחין זיין פארוואס א קלעריפיקעישן איז אסור אין א קאנטער קלעים מיט נייע מסירות איז מותר, אאוו, נאכן צוריקומען צו די זעלבע פראגע איז דער תירוץ קוקט אויבן....
איך פרוביר נישט צוזיין גערעכט, דאס לאז איך פארדיר איך וויל נאר אז די זאלסט פארשטיין וואס די טענהס'ט....
וויאזוי פירט אויס דער בלאט, לעצטע ווארענונג - שטעלט אייך צו דין תורה אבער שוין....
תוקן על ידי zibala ב- 22/06/2010 22:41:02
עכ"ז גיי איך מיך נישט באדערן צו פארענטפערן, ווייל היות כלהנערים האט געזאגט עפעס דברים של טעם, וואס געבט אביסל צו פארשטיין דער צד בית יואל, וועל איך עס לאזן ביי דעם,
בקיצור בית יואל ווילן נישט ריזיקירן די בעלות פון די הויז, וועלן זיי ענדערש לע"ע ענדערש דורכשוויצן די השתמשות הביהמ"ד, האפענונגדיג אז סוכ"ס וועלן זיי עס צוריק קענען עפענען און בלייבן מיט יעדן אינטש פון די הויז, אנדערש אויב זיי רופן צו די"ת וועט זיי עקשטיין אויך ארויפצווינגן צו דן זיין די בעלות,
איז דאס דער הסבר?
אז א מענטש גייט אריין און קארט אן א רשות בי"ד (דוד עקשטיין) האט ער מיט דעם געוויזען אז בעצם פאר זיין ציל איז ער גרייט צי טרעטן אויף די תורה און מיקר זיין שם אלילים, מיט דעם איז נתברר הדבר למפרע אז יעצט ווען ער בעט דין תורה מיינט ער נישט דין תורה ווייל אויב יא ווען און ווי האט זיך תורה געטוישט נאר דער ציל וואס ער האט געוואלט ציקומען דורכן קארט צום זעלבן ציל וויל ער יעצט ניצן דין תורה אויף דעם זאגט די תורה אין נזקקין די תורה איז נישט קיין טוי און אויך נישט קיין האמער צי ניצען ווען די ווילסט אריין האקען א נאגעל און יענמס קאפ,
יא אויב די ווילסט גיין צי דין תורה ווייל די ווילסט באמת וויסן וער עס איז דער בעל הבית און אויב די תורה זאגט אז איז נישט דיינס זאגסטו נעשה ונשמע, פארדעם איז דין תורה געמאכט געווארן,
אבער בנידן דידן וואס דער רודף דמתא האט שוין אנגעגרייט ווי אזוי ארומצישלעפען און חוזק מאכען מאכען פון דין תורה,
אז דאס איז דיין וועג ארויס, מיי פלעיזשער
ביטע נאר נאכשיקן די מקורות פון דיינע פסקים האדירים ווי צ.ב.ש, " קאנטער קלעים איז מותר ווילאנג עס איז אונטער דעם זעלבן "דאקעט נומבער" אדער אז אויב מווערט אריינגעשלעפט נאך ניין יאר נישט זיין אין קארט הייסט עס א נייע קעיס אפילו ס'יז נישט דא קיין תביעות, וכו' ווייל איך קען עס יוזען אין די פיוטשער
אז די קוקסט צוריק האט זיך דער שמועס אנגעגעהויבן פארוואס בית יואל האט נישט געשיקט קיין הזמנה, און דער תירוץ איז ווייל זיי האבן געבעטן קלעריפקעשן פון א ריכטער אויף זיין אלטע פסק, אין נישט געהאט קיין שום תביעה דעטס איט
יעצט קענסטע ענטפערן א גאנצע נאכט פארוואס עקשטיין האט געמעגט גיין
1) אין נ"ה
2) קאנטער קלאגען אין ס"ה
3)קאנטער קלאגען אין ס"ט
4) קאנטעמפט קלאגן אין תש"ע
דעיטס איט, הזמן יכלו והתירוצים שלך לא יכלו, פאנג אן מיט דאקעט אין ענדיג מיט קום ועשה
אבער דא איז דאך געווען אינגאנצן אן אנדערן מעשה, עטס זענט געגאנגען אין קארט אויפן חשבון פון אין נזקקין, איך ווייס נישט צו בכגון דא איז שייך אין נזקקין, קען זיין יא, איך ווייס נישט, עכ"פ דאס איז זיכער דער פשוט'ער אפטייטש פון אין נזקקין, אין נזקקין מיינט ביסט נישט מזוקק ומשעובד, אבער בקום ועשה, מאן יימר, עכ"פ ס'נישט אזוי פשוט ווי די לייגסט עס אראפ,
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 22/06/2010 23:34:32
וואו איז דאס געהערט געווארן אז מפסקט זיך אליינס אין נזקקין???
אין נזקקין איז דאך פשט אז ווען איך רוף דיר צו דין תורה קומסטו צו דין תורה און דו זאגסט אין נזקקין פארן הויז אבער ווי איז דאס אז מכאפט לקוחות אויפן אייגענעם שכל? און אויף דעם בויעט מען שוין פיתום ןרעמסס אז מען מעג רופן קיט"ל אין קארט שוין צום 10טן מאל????
האסט א טענה קום צו דין תורה, קלערסטו אז די דיינים ביים דין תורה קענען נישט די הלכות פון אין נזקקין?
א היתר צו גיין אין קארט מיינט אז מרופט דריי מאל צו דין תורה און אויב קומט ער נישט גיבט בי"ד א היתרת צו אמאל איז דא טעראר אויפן בי"ד קען מען נעמען א היתר לגבי גבר אלם צוליב וואס סאיז קלאר אז איך האב פרובירט דין תורה אזוי ווי סאיז געווען ביי די אהרונים אין וו"ב ווען יעדער האט געזען די הזמנות תשס"א , און אפי' תשנ"ה ביים רביצן הויז איז קיט"ל ארומגעלאפן צו בתי דינים ווי סאיז דא א קלארע דאקומענט פון התאחדות ווי זיי שרייבן אז זיי קענען נישט אננעמען די ד"ת צוליב טעראר ווייל "ספאסט נישט" צו רופן די רביצן (וואס בדרך אגב האט מען גערופן די דריי באנדיטן און נישט די רביצן)
ממילא איז שייך אז מזאל געבן א היתר ווי רביה"ק שרייבט אין ויוא"מ אז ביי א גבר אלם איז מען מתיר כדי להקים עולה של תורה
אבער ווי קען דאס פארגלייכן ווען ממש יעדעס מאל וואס קהל האט אריינגעגעבן פעיפערס סיי אין יענעם קעיס און סיי יעצט סיי ביים ענטפערן זייערע תשס"ד קלאגעס און סיי ביים קאנטעמט נאכן נישט אויספאלגן זייער אייגענע פסק, נאט קהל געשריבן איינמאל און נאכאמאל "מיר ווילן דעם קעיס נאר אין דין תורה!!!" און דער ענטפער פון בית יואל(המן - נתתי למרדכי), איז אלס געווען "מיר ווילן נאר הערן דעם שופטס מיינונג" עפ"ל, קומען זיי יעצט און זעעהן אז העברת פי השם לא תצלח די הויז-ביהמד איז פארשלאסן, איז אנשטאט צו טוהן צו דער זאך און גיין צו דין תורה שרייבט מען א בריוו אז "מיר האבן נישט באקומען קיין הזמנה...", ווי לעכערליך זענען יעצט די ווערטער פון די מבקשי שכר כפנחס ועושים מעשה זמרי (עיין ערכעות ועיין קידושין),
יעצט זאגט מיר קלאר פארוואס זאל מען ענק רופן צו דין תורה? וואס זאלן מיר תובע זיין? אז מיר ווילן אז מיר זאלן ענק עס צוריקגעבן???
איין תירוץ: א באנדע מצה טאשן!!!
קומט אביסל צום שכל און זעהט אז איר האט יעצט איין ברירה צו תובע זיין אין דין תורה!!!
ר' דוד ווארט אויף אייער הזמנה!!!
און אויב האט איר מורא פון פארלירן די גאנצע הויז, זייטס כאטשיג מודה על האמת אז איר זענט פראסטע גנבים!!!
וויל אויב איז אמתדיג אין נזקקין אויפן הויז וואס האט איר מורא דאס צו זאגן אין דין תורה און מוועט אוודאי פירן די די"ת נאר איבערן השתמשת. פינטל!
(און זיבעלע איז פשוט נישט ווערד מזאל אים ענטפערן אבער אז שטרי ברורין איז אזוי גליקלעך מיט זיין צוגלייכן יראים ושלמים צו די ציונים, לאמיר אים פרעגן צו האט אפשר רבינו הקדוש מוחה געווען אויף סיי וואספארא רעליגיעזע איד אפיר אויב ער איז עס ווערד געווען???
ווייל די ווילסט נישט דין תורה זענען די אהרונים שוין גלייך צו די ציונים וואס מאכן געזעצן נגד התורה און רייסן אויס יעדע פינטעלע אידישקייט און מקען זיי נישט רופן נישט צו קיין די"ת און אפי' נישט צו קיין קארט נאר איין עצה זיי צו פארשעמען אין די וועלט, אבער א איד קעגן וועם מהאט א טענה מאכט מען פראטעסטן ווי איידער רופן צו דין תורה???, ודי בזה.)
*--Session data*
דוד עקשטיין (דא אויף הייד פארק ריפט ער זיך דין תורה) ער ניצט די תורה נאר פאר זיינע צילען און מיט דעם וויל ארויף ציען א שלייער אויף זיין פנים און זיין א עושה מעשה זימרי ומבקש שכר כפנחס,
מדברי כ"ק גאב"ד מאנטעוועדעי זצ"ל
בשעת מען איז אריין די ערשטע מאל און קארט שנת תש"ס
לבן ביקש לעקור את הכל
"וואס גייט עס מענטשן אין לעבן אריין ווער עס זאל זיין הנהלת הקהל ?
כ'האב נישט געטראפן קיין אנדערן אויסדרוק ווי דאס וואס דער בעל הגדה זאגט:
"ולבן ביקש לעקור את הכל", לבן מיינט דאך לבן הארמי,
זיי פאפן אז זיי מיינען הנהלת הקהל, זיי מיינען עס נישט."
"מען ווייסט וואס זיי ווילן,
זיי ווילן אז א געוויסער מענטש זאל זיין דער מושל בכיפה וכל אשר ימרה את פיו ימות"
על כל פנים יהיה איך שיהי, מען איז געגאנגען בערכאות, איך האב גערעדט מיט א פאר רבנים פארוואס זיי זענען נישט מוחה,
און איך האב זיי געזאגט
אז מען קען נישט נאכגעבן און מען קען נישט פארהאנדלען,
ס'איז נישט פאראן קיין דרכי שלום, זיי ווילן "עוקר זיין את הכל",
ס'איז נישט צו מאכן קיין פשרות, מען קען דא גארנישט נאכגעבן,
אויב עס וואלט געווען וועגן געלט וואלט מען געקענט טענה'ן פון נאכגעבן וכדומה, אבער ביי דעם איז נישט שייך נאכצוגעבן, אויב חלילה אז מען גיט עפעס נאך איז מען "עוקר את הכל",
תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 23/06/2010 00:53:21
|
גראדע נישט דעס איז די סיבה פארוואס די ארונים זענען ענדלעך צי די ציונים,
נאר איך מיז אייך זאגען זיי ציען ענדלעכע שטריכען אין עניני הנהגה איך וועל דא נישט אויסרעכענן שאי אפשר לפרטם כי רבים הם,
איך וועל נאר אנכאפען איין דוגמה די ציונים האבן א לאזונג המטרה מקדשת את האמצעים, דאס מיינט אז אן צי קומען צי א ציל מעג מען אלעס אויף דער וועלט טון, מענטשלעכע און אוממענטשלעכע זאכען ציגלייך, פארוואס ווייל דער ציל כשר'ט די מעשים וואס דארפן עס נענטער ברענגען צום ענד,
די ארונים האבען אפשר נישט אזא לאזינג אבער זיי פירען זיך אזוי אקאראט,
|
תוקן על ידי zibala ב- 23/06/2010 07:26:03
תוקן על ידי zibala ב- 23/06/2010 07:27:05
6 פולע בלעטער מיט הבלים אין לאקשן, קיין איין תגובה זאגט נישט וואס די תביעות אין ערכעות בית יואל האט ארייגעגעבן קעגן זיי
דא סאיז אויסער אלע אנדערע שטותים אין הבלים ווי לדוגמא, בית יואל האט נישט קיין רעכט צוטענהן אין נזקקין נאר ביי די"ת, אבער עקשטיין מעג קאנטער קלאגען, קרימינעל קלאגען, ארעסטירן, ווייל אין נזקקין...
ס'איז נישט קיין קשיא אויף אנערויני, אבער ס'איז אינטעראסאנט צו אנעליזירן וויאזוי זיי ווערן ווילד, איינער שרייט אייזל דער צווייטער שרייט שערי חמלה, אבער קיין לייטישער תירוץ איז נישט צוגעפינען
חזק חזק ונתחזק חלה דעקלעך, דאנט טעיק איט פערסאנעלי, לייג עס אן אויף עקשטיין פישער וגו' ס'איז א שאד זיך אריין צולייגן אין די בלאטע
תוקן על ידי zibala ב- 23/06/2010 07:17:43
|
|
אפאר תיקונים,
דאס וואס איר שרייבט אז "יעדער איז מודה" איז א שטיקל טעות:
איינס, זיי שרייבן אז זיי האבן אויסדריקלעך יא גערופן בית יואל לדי"ת בזבל"א, און זלמן לייב וואלדמאן האט אין א געשריבענע בריוו זיך אנטזאגט, [קען זיין זיי זענען נישט גערעכט, אבער ס'נישט קיין "הכל מודים"]
צוויי, אפי' אם תמצא לומר אז מ'האט נישט גערופן די רביצין אין נ"ה, שרייען זיי חי וקים אז דאס האט קיין שום שייכות אהער, און געבט נישט קיין שום רעכט זיך צו אליינס געבן התירים אויף דעם סמך, צו עפענען פרישע קעיסעס יארן שפעטער,
דריי, זיי "אפילן" נישט און פעדעראלע געריכט, אויב מ'וויל אפילן דער קעיס, גייט עס קיין אלבעני, דער פאדעראלע קעיס וואס איר רעט איז א נייע דיסקרימינעשן קלאגע קעגן קהל אין די ווילעדש, [אויב די רעטסט פון וואס דער רעקארד שרייבט]
איך ווייס נישט וואס ענקער היתר פון די פעדארלע קעיס איז, איז עס אויך ווייל ס'א המשך פון נ"ה
|
|
|
א) די טענה פון איז נזקקין זענען נאר געזאגט געווארען אויב מ'איז א נארויני, אין מען ווייל קלאגן מסר'ן קאנטער קלאגן, קרימינעל קלאגן, אבער אנדערע וואס זענען אריין געצויגן אין געריכט מיט זיי אום נ"ה אן קיין שום הזמנה, אויף זיי מעג נאר בי"ד זאגן צו נזקקין
ב) ס'איז גענוג א היתר ערכעות אויב מ'זאגט אז מען האט פרובירט צובאקומען א הזמנה ביי איין בי"ד אין בי"ד האט נישט געוואלט שיקן מאיזה טעם שיהיה, אבער יוסל וואלדמאן איז געבליבן א מסור ווען "קיין שום" בי"ד האט עם נישט געוואלט געבן קיין הזמנה משום פחד (פון משה גבאי) אפילו ער האט פערזענליך מזמין געווען חרינער לדין תורה
ג) אין די צייט וואס בית יואל שרייט חי' וקים אז זיי האבן יעצט נישט קיין שום תביעות צו קהל נאר פארטיידיגן זיך פון מערערע מסירות ומלשינות, דאך ברויך בית יואל שיקן א הזמנה אז בי"ד זאל אראפ נעמען די קלאגעס, אבער עקלשטיין אין נ"ד ווען זיי האבן געטראגן א פרישע קעיס ווען די בעלי דינים האט קלאר געשריבן בכתב אז זיי זענען גרייט זיך מתדיין זיין ביים בי"ד, ברויך נישט שיקן קיין הזמנה
ד) אין די צייט וואס בי"ד התאחה"ר האט קלאר געשריבן אז זיי האבן נישט קיין פראבלעם מזמין צו זיין די ראשי קהילה פון תשמ"א איבער די טרענספער, אין ר' שלמה ראזנער מיט ר' משה פר"מ זענען געווען גרייט, (איון זענען נאך אלץ גרייט) זיך צושטעלן צו דין תורה און מעיד זיין אז זיי האבן עס איבער געשריבן פאר הרבנית הצדיקות, דאך גלייכט האט עקשטייןאויסגעקליבן דעם ערכעות של עכו"ם בלי שום היתר ווייל ער ווייסט אז ער האט נול שאנסן צוגעווינען ביים בי"ד
בלייבט אונז נאר צוזעהן וויזוי די נערוינישע בילקעלעך קעפ פרופירן צו מסביר זיין די הא לן והא להו'ס
|
עפעס א חידוש? בית יואל שרייט שוין זינט 1995 אז מיר זענען גרייט צו זיך שטעלן צו דין תורה אזוי ווי מיר באקומען דעם הזמנה,
אביסעלע טינט פון חרינערס פעדער, און אלע חילולי השם'ס קען פארמיטן ווערן,
והכל על מקומו יבוא בשלום
|
מפי השמועה האב איך געהערט אז איינע פון די רבנים האבן לפנים משורת הדין געאפערט אז ער קען שיקן א הזמנה אפילו אויף די בעלות, מיר האבן נישט וואס מורא צוהאבן, מיר קענען געווינען בעלות אויך ביי די"ת, אבער זאל ער שוין שיקן דעם הזמנהץ
און איר האט נישט קיין שון מין רעכט צו זאגן ביי דין תורה אויף דעם וויל איך דן זיין און אויף דעם נישט, ס'ארבייט נישט אזוי און ס'איז נגד ההלכה, א נתבע קען ווערן א תובע און קיינער קען עם נישט צוריק האלטן, ענקערע תנאים איז אויסגעהאלטן נאר פונעם ניו טעסימענט פון שארמאש/טשאד, און שלחן ערוך חושן משפט שטייט אנדערשט, קענסט עס גאגלען וועסט עס טרעפן.
|
מיט דעם ענדיגט זיך דע בריוו, אם ישלחו לנו הזמנה מבי"ד כשר בישראל, אז בוודאי נעשה הכל כדת של תורה להתדיין אודות ההשתמשות לצורך הבימ"ד,
אינטערגעשריבן וועם דו האסט פארלאנגט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
|
יא איך ווייס אויך דערפון דאס איז שארמאשער רב זאל זיין געזונט.
ווען איך וואלט געווען א מתפלל אין בית יואל, וואלט איך געהאט שטארקע טענות אויף די הנהלת הביהמ"ד, היתכן מ'איז נישט אויך געגאנגען צו דין תורה, איך זאג נישט, קארט אויך, צו אפשטעלן די גניבה, אבער דין תורה וואלט דיר כמעט אויף זיכער גאראנטירט אז דער ביהמ"ד וואלט קיינמאל נישט אפגעשפארט געווארן, אלע יוטיליטיס וואלטן געבליבן אפען און דער גאנצער שטח וואלט געבליבן אומבארירט,
איך ווייס איר וועט שרייען אז עקשטיין איז א רשע און א חי' וכו', און ער איז געגאנגען אין קארט נ"ה, מסכים, ווער זאגט אז נישט, אבער אסאך מאל דארף מען ניצן שכל איבער געפיל, אויב דין תורה וואלט אפגעשטעלט עקשטיין'ס מעשי רשע, וואס טוט מען נישט,
איי מ'וועט דן זיין דער בעלות פון די הויז אויך, נו, איז וואס, איר וועט דאך ממילא געווינען, ווייל הדין עמכם.
|
נעם דיר אריין אין קאפ, דער נתבע עקשטיין האט אריין געגעבן תביעות אין געריכט וואס אויף דעם דארף מען א היתר בי"ד
נעם דיר אריין אויך אין קאפ (אדער ווארצל) אז דער תובע פון נ"ה האט קיין הזמנה נאכאלץ נישט געשיקט
ביטע ברענגן די מקור אז א "דיפענדענד" אין ערכעות מעג אריין געבן וואסערע קלאגעס ער באשליסט אן קיין היתר בי"ד, נאכדערצו ווען די "פלענטיף" איז גארנישט תובע פון איהם אזוי ווי די הערסט דער פלענטיף האט נישט קיין שום תביעות ער האט נאר געוואלט פארשטיין די פסק פון נ"ה ווי ער איז געווען דער דיפענדענט,
אין חו"מ ווערט נישט געברענגט קיין שום נפק"מ צווישן נ"ה אדער ס"ט אדער תש"ע, קען זיין דאס ווערט ערגעץ געברענגט ווי דער עגל דבש האט געטראפן זיין איסור אויפן סידו"ק,
תוקן על ידי zibala ב- 23/06/2010 20:03:27
|
די סדר המשפטים גייט אז מען קלאגט אן איינעם אין געריכט דארף מען זיך פארטיידיגן אין געריכט,
אזוי אויך דער סדר העולם אז ווען איינער באזיצט א הויז, דארף נישט שיקן קיין הזמנה צו שכן וואס האט חשק עס אוועק צוכאפן,
מיר זעמער שוין אין דעם הויז איבער דרייסיג יאר, אז איר האט טענות שיקט זאפארט אן הזמנה, קען עס זיין מער סימפעל?
|
א שטימעניש? אויף די קלאגעס? צ'איז זיך מחויב צופארטיידיגן, ס'איז ממות הקדש, מ'קען נישט דאס לאזן פארוואנדלען פאר דיין רעבעס וועצעי,
א שטימעניש אויף די בריווען באילו ער איז דא "אריינגעשלעפט" געווארן אין געריכט אין ער וויל זיך שטעלן צו דין תורה, האבן מיר חיוב פון והייתם נקיים, און מפרסם זיין אז מיר האבן נישט קיין שום תביעות אין מיר ווילן סך הכל ער זאל דראפען זיינע מסירות אנטקעגן אונז
איך פארשטיי אז דער אמת טוט זייער וויי, ווען אי ך האב א שווערע מינוט קוק איך ווי עמרם כהן מיט קיווע טאנצען חסדי, אין איך הער די א' שעמאס דרשה פון רז"ב ווי ער שווערט ביים אות ברית קודש אז ער גייט באזיצן ראדני
|
לגמרי נישט סימפל, איך זעה דאך אז אין קארט ווייסט איר יא זייער גוט וויזוי צו תובע זיין, אבער צו א בי"ד האט איר עפעס פארלוירן דעם וועג,
און איך וויל נאכמאל זאגן, קלאר:
ווייל איינער האט א טענה איבער עפעס מוז ער נישט גיין צו בי"ד, אפי' ער זאל האבן די וועלטס טענות, ער מוז נישט, למשל בני יואל האט טענות אז דער גרויסער ביהמ"ד איז געגנבעט, דער ביה"ח איז געגנבעט, די מוסדות איז געגנבעט, מיינט דאס שוין אז איר "מוזט" רופן צו די"ת, ווי איז דאס געהערט געווארן
ווען דוד עקשטיין האט אפגעהאקט ענקער סוער תשס"ד, האט ער אויך נישט געמוזט גיין צו די"ת, נאכאמאל, הערט מיך גוט צו, "ער האט נישט געמוזט גיין צו קיין די"ת" ווילאנג א בי"ד כשר איז איהם נישט מעקל קען ער כאפן און האקן וואס ער וויל, כאוות נפשו, אפי' איר זענט מוחזק טויזנט יאר, אויב איר האט טענות קענט איר איהם רופן צו די"ת, ויקוב ההר את הדין, אבער חלילה וחס ערכאות, אפשר מעגט איר גיין SHORT TERM צו אפשטעלן די כאפעריי, אבער צו לגמרי נישט גיין צו א בי"ד, איז מען א פרעכער הולך בערכאות עכו"ם מרים יד בתורת משה.
קען עס זיין מער סימפל?
מדברי כ"ק גאב"ד מאנטעוועדעי זצ"ל
רבו מבהק של בעל אגלי דבש (עיין בהספד שנשא בעל אגלי דבש בבהמ"ד חרדים ק"י)
בשעת מען איז אריין די ערשטע מאל און קארט שנת תש"ס
לבן ביקש לעקור את הכל
וואס גייט עס מענטשן אין לעבן אריין ווער עס זאל זיין הנהלת הקהל ?
כ'האב נישט געטראפן קיין אנדערן אויסדרוק ווי דאס וואס דער בעל הגדה זאגט
ולבן ביקש לעקור את הכל, לבן מיינט דאך לבן הארמי,
זיי פאפן אז זיי מיינען הנהלת הקהל, זיי מיינען עס נישט.
מען ווייסט וואס זיי ווילן,
זיי ווילן אז א געוויסער מענטש זאל זיין דער מושל בכיפה
וכל אשר ימרה את פיו ימות
על כל פנים יהיה איך שיהי, מען איז געגאנגען בערכאות, איך האב גערעדט מיט א פאר רבנים פארוואס זיי זענען נישט מוחה,
און איך האב זיי געזאגט
אז מען קען נישט נאכגעבן און מען קען נישט פארהאנדלען,
ס'איז נישט פאראן קיין דרכי שלום, זיי ווילן "עוקר זיין את הכל",
ס'איז נישט צו מאכן קיין פשרות, מען קען דא גארנישט נאכגעבן,
אויב עס וואלט געווען וועגן געלט וואלט מען געקענט טענה'ן פון נאכגעבן וכדומה, אבער ביי דעם איז נישט שייך נאכצוגעבן, אויב חלילה אז מען גיט עפעס נאך איז מען "עוקר את הכל",
|
התינח אז איך האב טענות אויף איהם
אבער אזוי ווי מיר האבן נישט קיין טענות אויף איהם, סך הכל זעמער געגאנגען SHORT TERM אין קארט צו קלעריפייען אינזער פראפערטי רייטס, נאר אזוי ווי דער הולך בערכעות שוין פון נ"ה האט אויסגענוצט דעם געלגענהייט אין אריינגעגעבן קאנטער קלאגעס אן קיין שום היתר בי"ד דארפן מיר זיך פארטיידיגן,
סך הכל האבן מיר מעקל געווען אז ער זאל נישט צונעמן אינזער רייטס וואסאיז געפסקנט געווארן אוין נ"ה, מיר האבן טאקע באקומען דעם עיקול, קעיס קלאזד, אבער יעצט זעמער אין קארט צוליב א "נייע קעיס" וואס דער ארגינעלער נתבע האט אריינגעגבן אין געריכט אינטער דעם זעלבן עיקול דאקעט נאמבער.
ביזט טאקע אזא מוח קטן אדער שפילסט נאר טיפש, וועלעכר חלק פארשטייסטו נישט? אז איך רוף פאליציי צו ריפארטן א עקסידענט אין מיין גוטהארציגע שכן ניצט אויס דעם געלעגנהייט צו זאגן פאר די פאליציי אז מיין הויז איז איליגעל יוס, מיינט נאכנישט אז איך בין דער תובע ווייל איך האב גערופן די פאליציי,
ווילאנג מיר האבן נישט קיין תביעות אויף עקשטיין אדער חרינער וגומר, איז נישט שייך קיין דין תורה, ווייל מען קען נישט מאכן קיין דין תורה אן קיין טענות, כפי השמועה הערט מען אז עטס האט טענות אז די סוער איז איבערגערונען אדער מ'נוצט ענקער פארקינג, אדער די הויז איז באנוצט אום לעגאל, האט איר געברויכט שיקן א הזמנה און מיר האבן געברויכט דינגען א אדווקאט זיך צו פארטיידיגן, אין נישט ח"ו עומד במרדו זיין נאך א התראות בי"ד נישט צו מסר'ן קאנטעפט רח"ל