עקיבה וויינשטאק דער מסור'ס טאטע פארלאנגט נייע סידור קדושין ה...
גוט, איך וועל עס איבערקוקן.
(דיין קרעפל-תורה אז בני יואל איז "נישט אסור" נאר בלויז "מ'טאר זיך נישט חבר'ן מיט זיי" האט מיר געקאסט אן אויספלאץ. א דאנק.)
|
איך וואלט ציגעלייגט צי די ליסט אויך דעם "סקאטמאלן" פין דא מיט דעם "פייוו בארא" (איך האב א פילונג אז סאיז א דאפעלט לשון זיי זענען די זעלבע אפשר?) זיי זענען זעט אויך אויס אין דעם כלל
דאס וואס ענק ליצים ריפען גלילות איז נישט שייך בכלל דא ווייל עס איז נישט ענקער קהילה אינגאנצען נישט נישט קיין חילוק צי דיר געפעלט עס צי נישט אין צי עס איז געווארען געאסרט דארעך אלע גדולי הדור וואס היינט ווייסט מען שוין דעם אמת
אבער איך גיי נישט אררינגיין אין דעם ווייל די וועסט באמת קיינמאל נישט מודה זיין אפילו מען וועט דיר ווייזען שווארטץ אויפ ווייס
אין דא שטעלט זיך ציריק די אלטע שאלה אויב איז עס שוין געאסרט וואס דרייט עטץ יעצט דעם קאפ די קינדער זענען דאך שוין געבוירען באיסור לויט דיר אבער אויף א חלה דעקעל פרעגט מען נישט קיין שאלות
אזוי האט מען געזאגט אין פארטיג
די שפרינגסט נאך בלינדער הייט
אינטערשטע שורה איז אז בני יואל איז א קהילה מיט אלע זאכען וואס א קהילה דארף צי האבען
א בית החיים
א שחיטה
א תלמוד תורה
א מקוה
א בהמ"ד
מער ווי איינס וועגען דעם מיינט עס אז זיי מעגען אויך האבען א אייגענע חתונה זאל מיט אייגענע מסדר קידושין אין דיין בערקאוויטש האט נישט וואס אריין צי רעדען אינגאנצען נישט אין דאס וואס ער זאגט יא אריין האט מען אים אפגעפרעגט דארעך גרעסערע דיינים ווי עם
אין דאס וואס די שרייבסט אז דער מעשה ביים שבות יעקב איז געווען אזא מעשה ווי דעם ווייס איך נישט פין ווי די נעמסט עס די האסט א מקור אויב יא זאג ווי מען קען נאכקיקען. אין דאס וואס די שרייבסט ווייטער מן הרב המקובל מפי טובי העיר זע איך ווידער נישט אז דאס האט ציטין מיטען גלילות אפשר מיינט עס אין יענעם שטאט
אין אויך ווערט דא שווער
זייט ווען איז וואדבערי א גלילות פאר קרית יואל אפשר פארקערט וואדבערי איז אסאך גרעסער
אין איך וואלט ווען געוואלט באקימען פינקטליך די בארדער ליינס איז עס ביי די טאל באדקעס פין איין זייט אין פין דו אנדערע זייט ביים מצילי פלייש דיפארטמענט אדער אפשר ווייטער
דאס אלעס טאמער עס איז זיין גלילות אבער די לעצטע מאל וואס בני יואל האט געוואלט בויען האט וואטבערי געגעבין די פערמיטען נישט קע דזשע
אין יעצט וועסטי לכאורה איבער קייען איינע פין דיינע אלטע תיריצים וויל איך דיר זאגען אויב די קריגסט נישט קיין ענטפער איז עס נישט ווייל מיר פארלירען דעם צינג אדער מיר ווארפען זיך פאר בויך ווייטאג
נאר סתם אלטע זאכען איז נישט אינטרעסאנט זיך איבער צי קייען
דו מוזט נישט שיסן אזאנע נעגאטיווע און קינדישע סטעיטמענט'ס אז איך זאל ענפערן דערויף. קענסט רעדן צום פינטל.
איך מוז דיר אבער זאגו אז לעת עתה האב איך ארום האלב פון דיין תגובה נישט זוכה געווען צו פארשטיין, ס'איז אביסל אומקלאר [און אומערוואקסן] געשריבן. אבער, איך האב פרובירט זיך צו מצמצם זיין און ארויסנעמען די נקודות וואס זעהט מיר אויס אז דו ווילסט ארויסברענגען:
1) עס איז ממילא א עקסטערע קהילה מיט עקסטערע בנינים וכו'
2) וואודבערי איז נישט גלילות
3) דער שבות יעקב רעדט נישט פון גלילות
איז אזוי, נומער איינס איז א גרויסע לעצנות מכל הצדדים "ווי שוין געשריבן 7-8 מאל, ווייל בנ"י איז פאר א סיבה גע'אסר'ט געווארן דורך אלע גדולי ישראל, ווייל אין קרית יואל איז דא א מרא דאתרא און צו עפענען "אין קרית יואל" א אייגענע קהילה איז א הירוס און ס'איז נגד התורה.
זאת ועוד, קומט זיך א דאנק פאר ר' וואלןמה פארן צוצייכענען דעם דברי חיים, וועלכע שרייבט קלאר און דייטליך (אפילו ביי א באזונדערע עיר קטנה) די אלע זאכן זענען לא מעלה ולא מוריד.
לגבי צו וואודבערי איז גלילות צו נישט, איך האב מיך נאכנישט אריינגעלייגט אין די סויא קיינמאל, פשוט צוליב וואס ענקער תירוץ איז נישט געווען געבויהט אויף דעם עפ"י רוב. אויב זאל איך הערן פון דיר אז אז דו ביסט מודה אז אין קרית יואל [אדער דארט וואו דו רעכנסט יא אלס גלילות] טאר מען נישט מסדר קידושין זיין, וועט מיר ווערד זיין צוריקצוקומען צו דעם פוינט.
און יעצט בנוגע דעם שבות יעקב, האמת אגיד, איך אליין האב נאך דעם תשובה נישט געזעהן פון אינעווייניג, אבער אין די דרשה פון הגה"ג דומ"ץ קר"י שליט"א זאגט ער אזוי אויפן שבות יעקב, און ער איז ביי מיר באגלייבט. און אדרבה, אויב איז דאס א שקר, ווייז מיר דאס אויף.
אט האסטו א אויסצוג פון זיין דרשה:
דאס לשון אין די פוסקים איז, אפילו ס'איז נישט אין די שטאט ממש, אזויווי ס'איז געווען אינדערהיים ס'איז געווען די גלילות פון די שטאט איז אויך דאס זעלבע, און ביים שבות יעקב איז אויך געווען ס'איז געווען דארטן גלילות וואס איז אויך דא דער איסור. זאגט ער זייער שארפע לשונות, פוק חזי מאי עמא דבר בכל תפוצות ישראל וכו', זייער שארפע לשונות, ווער עס וועט עובר זיין אויף דעם רעדט ער ארום דער מסדר איז א פורץ גדר
|
לוזערס?? א לוזער איז איינער: דער שוטה הגדול וואס האט זיך איינגערעדט אז ער וועט אנהאלטן די סידור קידושין מיט הייס געווער, און וועט זיך נישט טרויען צו מסדר קידושין זיין אין זיינע גלילות...
עס איז א פארגאנגענהייט..
טראץ וואס איר האט געמאכט ליצנות פון זיך אויף אלע גאסן מיט די פורים פינקס און מיט וועד'ס און ווילדע טעראר אטאקעס, האט זיך די סידור קידושין אזוי זיס ארויסגערוקט פון דעם סבלן'ס הענט...
איין גרויסער לוזער...
|
בארא דעס איז בל"נ די לעצטע מאל וואס איך רעד צו דיר אין דעם אשכול אן קיין נערוון פילן!
כ'וועל נישט צופיל מאריך זיין איך ברענג דיר דא א לינק פונעם ד"ח סימן נ"א ס'איז איינס און אהאלב דף נישט קיין 5-6
די שאלה איז נישט דארט פון קיין גרויסע מיט א קליינע שטאט דעס איז סימן נ"ב
כ'ווייס נישט ווי גוט דו קענסט לשה"ק די חברים דא אויף היידפארק קענען ארויסהעלפן ווייל איך בין שוין מיט דיר פערטיג,
דא האסטו דעם לשון מהרי"א אינעם ד"ח, וז"ל כל מה דאסרו חכמים שלא ירד איש להסיג גבול רעהו ה"מ במידי דאית ביה קפוח פרנסה אבל כה"ג דחד עביד שרירתא דמתא ואינך קאתי למיעבד נמי שרירתא דמתא מאן לימא לן דאסור, רבונו שלעולם וואס טייטש שרירתא דמתא? תלמוד חכם?! שוטה וועם ווילסטו דא נער'ן?!
ער באטיטלט ביידע די ערשטע רב מיט די צווייטע מיטן זעלבן טיטול שרירתא דמתא! זיי מעגן דארט אייניג פסקענען שאלות יעדער פאר זיינע מבקשים זיי האבן ביידע די זעלבע טיטול!
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=143&st=%d7%a1%d7%99%d7%9e%d7%9f+%d7%a0%22%d7%90&pgnum=76
איך קען מיך טענהן מיט מענטשן וואס רעדן צו די זאך, זיי מיר געזונט
וואלןמה
ווען איינער זאל מיר ברענגן א מענטש וואס איז אזא שוטה ווי הר' אהרן, קען זיין אז ער איז גערעכט,
ווען איינער זאל מיר זאגן אז ער האט שוין געזען אמאל א רשע מיט די זעלבע מדרגה פון הר' אהרן, קען אויך זיין,
און אויב האט שוין איינער געזען אזא שטייגער גס רוח וואלט איך נאך געגלייבט,
אבער איינער וואס פארקערפערט און זיך אלע דריי שוטה רשה וגס רוח מיט דעם איז ער א יחיד בדורו.
וואלן מ"ה, עס טוט מיר זייער ווייי אז דו שפורסט זיך געטראפן פון מיר אזש דו שפורסט אז עס טרעט דיר צו צו די נערוון, און אנע נערוון פילן ווילסטו נישט צוריק-קומען, עס טוט מיר באמת וויי, איך שפור דיין צער, איך פארשטיי דיין ווייטאג און איך פיהל מיט דיר מיט.
אבער, איך וועל אי"ה צוריק-קומען צו דיין אומגלויבליכע תגובה. (באמת, איך ציפ מיך צו איך בין אויף).
כ'וועל נישט צופיל מאריך זיין איך ברענג דיר דא א לינק פונעם ד"ח סימן נ"א ס'איז איינס און אהאלב דף נישט קיין 5-6
די שאלה איז נישט דארט פון קיין גרויסע מיט א קליינע שטאט
נו, לאמיר ברענגען דעם ד"ח סי' נ"א פון זיין לינק:
בנידן אשר נשאלתי מהרב המאוה״ג דק׳ ראדימשלא אשר נסמך שם לרב על כל הגליל וכעת רוצים בני הישוב דק׳
פשעצליב לקבל עליהם לרב את וגו'
וואס זאגט איר - טייערע צוקוקער - ? "ראדמישלא" מיט "פשעצליב" זעען אויס צו זיין איין שטאט? אדער צוויי.
אויב קען דאס ווערן אויף אן אופן איין שטאט, וועל מיר מוזן צוריק-קומען דערצו, ביזדערווייל איז עס הודו מיט ברוך שאמר.
ווידעראום איבער די מהרי"א, איך האב שוין עטליכע מאל געענטפערט אוויף דעם מהרי"א, און למען האמת, איך ווייס נישט פארוואס דו קומסט מיט'ן מהרי"א, קענסט צוצייכענען דעם רמ"א גלייך, וואס די רמ"א נעמט אן דעם מהרי"א להלכה. און קוק גוט אריין וועסטו זעהן אז ער זאגט גענוי וואס איך האב אויבן געזאגט. זיי רעדן בכלל נישט פון קיין מרא דאתרא, זיי רעדן בכלל נישט פונעם רבינו תם, זיי רעדן פון "השגת גבול" (און דו ברענגסט נאך אראפ אזוי שיין דאס לשון: כל מה דאסרו חכמים שלא ירד איש להסיג גבול רעהו ה"מ במידי דאית ביה קפוח פרנסה וגו', דו ליינסט נישט וואס דו שרייבסט??!!), דהיינו אז אין די שטאט איז דא א ת"ח, און כ'וועל דיר צוליב טוהן און אים אנרופן "רב", אבער כלשונם "רב היושב בעיר", ער וואוינט און די שטאט, און ער האט לגמרי "נישט" קיין אחריות אויף די רוחניות פון דעם שטאט, ער איז "נישט" אב"ד .... והגלילות, ער איז ס"ה דער שיינער איד וואס באקומט אלע כיבודים, און ער איז דן צו די געלט וואס מ'גיט פאר א רב המסדר קידושין וגיטין איז כשר געלט, צו ס'איז בכלל אויסגעהאלטן צו צאלן, און אויב יא דאן איז דא א שאלה פון "קיפוח פרנסה".
אבער פון א "מרא דאתרא", די רב פון די שטאט, מאן דכר שמי'?!
איי קומט דאך דער 'מן האדמה' דא מיט א מוראדיגע לשון "שרירותא"? וועל איך מיט אייך לערנען א שטיקל מהרי"א, און דערנאך וועט איר נישט קענען ענדיגן שמייכלען פון די חכמה פון א היידפארק שרייבער:
וז״ל כל מה דאסרו חכמים שלא ירד איש להסיג גבול חבירו ה״מ במידי דאית בי׳ קפוח פרנסה, אבל כה״ג דחד עביד שרירותא דמתא ואינך קאתי למיעבד נמי שרירותא דמתא מאן לימא לן דאסיר.
פירוש: דער מהרי"א זאגט: ווען איז דא א איסור פון השגת גבול, נאר דארט וואו מען נעמט אוועק יענעם'ס פרנסה, אבער דא, וואס עס איז קיין שום פרנסה נישט, עס איז נאר א "שירות", ער "באדינט" דעם ציבור, טא וואספארא השגת גבול איז דא שייך - טענה'ט דער מהרי"א - מען מאכט דאך נישט קיין געלט דערפון, פארקערט, מען איז א "נותן", מען גיט בלויז א שירות, און עס איז נישטא קיין "קיפוח פרנסה". (און דא זאגט ער ווייטער אז אויב וועגן די געלט וואס מ'גיט ביי א קידושין אדער גט, דאס איז ממילא אומאויסגעהאלטן - לשיטתו - ממילא איז ווייטער נישטא דא קיין ענין פון פרנסה וגו').
ודי בזה.
(איך וואלט אצינד געראטן די גלאטע אייזלען דא, איר זאלט צוריקגיין צו די קאטשקעס, ווייל דא גייט עס נישט אזוי לייכט.. דא מוז מען קענען "לערנען" שו"ע ופוסקים, דאס איז נישט קיין נושא וואס מ'קען אנטשידן מיט א "אינטערנעט" חכמה, ווי וויקפידיע אד"ג.. ודי בזה).
תוקן על ידי fiveboro ב- 22/03/2010 04:32:02
|
טיפיקל ארוני
עס איז קיין שום בושה פאר א איד אז עס טוט עם וויי ווען מען טשעפעט א צווייטן איד,
ביי אזעלעכע וואס אידישקייט ווערט געניצט בלויז און טאקע נאר בלויז פאר א געצייג פאר זיך,
איז ענדרשט נופל הלשון וואס מען ניצט ביי ספארטס ווי לאזער געווינער וכדומה,
אבער לויט ווי איך פארשטיי וועט א גוי כאפן דעם ברטנורה פאר די וועסט כאפן וואס איך שרייב,
1 איז מהר"א אויפגענומען געווארן לכתחילה בהיתר ?
2 איז עס געווען ברצון הקהל?
3 אויב נישט האט זיין טאטע אים א רעכט אויפצונעמען?
4 קען זיין טאטע צונעמען זיין רבנות?
5 האט זיין טאטע צוגענומען די רבנות?
6 קען אין קרית יואל זיין א קהילה שנתפרדה?
7 הייסט א עקסטרע בית החיים א קהילה שנתפרדה?
8 הייסען עקסטערע מוסדות און שולען א קהילה שנתפרדה?
9 איז וואדבערי א חלק פון די גלילות פון קרית יואל?
10 קען מען מסדר קידושין זיין אין די גלילות פון א מרא דאתרא?
11 איז די עדה החרדית געווען געצווינגען ארויסצוגיין קעגען בני יואל?
12 אויב נישט וואס איז די נפקא מינה אמאל אין היינט?
איינער קען צולייגען נאך נקודות?
פארוואס איך שרייב מהרי"א איך קען ווען צוגיין צום רמ"א גלייך..[בילד – נישט אפגעהיט] איז צוליב וואס דער מהרי"א איז א ראשון, דער ב"י ברענגט אים אסאך אין דעם ב"י און פסקענט אזוי אין שו"ע, ס'אויסער וואס איך באצו מיך אויפן ד"ח וואס "ער" ברענגט אים אראפ
"ראדמישלא" מיט "פשעצליב" איז איין "גליל" דער היתר פון ד"ח איז נישט געבויט ווייל דאס איז 2 שטעט.
שרירתא דמתא, טייטש נישט די באדינער פארן שטאט, אז דו ווילסט יא וועל איך מיך נישט קריגן מיט דיר, שרייב לויט דיין געשמאק.
איך ווארט נאך אויף דיין תשובה פינעם ד"ח פון 5-6 זייטן...
אגב לסיומא דמילתא, אינז ווייס מיר א כלל הפוסל את אחרים חוששין לו, ס'נישט דא א תגובה פון דעם בארא אן קיין סטעיטמענטס דו מן האדמה מן הארץ.....
ודי בזה.
תוקן על ידי וואלןמה ב- 22/03/2010 17:15:52
אפשר וועט דאס זיין א מעסידש פאר די אלע וואס מיינען אז זיי נעמען זיך אן פארען באשעפער'ס כבוד אין הערען נישט אויף צי באשמיצען אנדערע יודען וואס לויט זייער מיינונג האבען זיי געטין עפעס וואס געפעלט זיי נישט אין וועגען דעם לייגען זיי ארויף נעמען פאר אנדערע יודען מיט סתם פאלשע בילבולים.
אין אפשר וועט דאס אויך זיין א מעסידש פאר אינזער טייערע מנהלים דו אז א אשכול מיט פרייוואטע נעמען דארף ווערען ציגעמאכט אין נישט מען זאל דאס האלטען אויבען
ווייל יעדער אפגעריסענער וויל ווייזען אז ער קען בעסער צאפען יודיש בלוט
איז אזוי
ווען דער אייבישטער האט געהייסען אברהם שעכטען זיין איינציגער באליבטער זין יצחק האט אברהם גלייך געלויפען אויספירען דעם באשפער'ס רצון
זעט מען דארט אז ווען ער האט שוין כמעט געהאלטען ביים מקיים זיין די מצוה איז געקימען א מלאך אין געייהייסען ער זאל זיך אפשטעלען ווייל דאס איס נאר געווען א נסיון
שטעלט זיך א שרעקליכע שאלה ווי קען אברהם צי הערען צים מלאך בשעת דאס איז געקימען פינעם באשעפער אליינס.
נאר וואס דען זאגט מיר דער דיין פין דא לערנען מיר א מורה'דיגע זאך.
אז אויף צי שחטען א יוד מיז דיר דער בעשעפער אליינס הייסען נאר דעמאלטס מעגסטי דאס טין אבער אויף נישט צי שחטען איז אפילו א מלאך געניג אפצישטעלען
אין איך וויל בעטען דעם טייערען ציבור אויף צי הערען שרייבען אין אזעלעכע אשכולות מען קען אייביג מאכען א צווייטע תגובה אן פריוועט נעמען אין טאמער וועט איינער מיינען אז ער מיז יא שופך דם זיין זאל מען נישט ציריק ענטפערן פאר יענעם בכלל אדער טאמער וויל מען יא ענטפערין זאל מען דאס טין אין א אנדערע תגובה.
האפענטליך וועלין מיר מקדש שם שמים זיין מיטען נישט פארגיסען פרייוואטע מענטשען בליט
(פארוואס נישט זיבעציג?)
|
דא האט מען גערעדט פון הלכה, נישט פון געפיהל. (אויב געפיהל האב איך אויך צו זאגן אסאך, אבער דאס זעה איך שוין נישט פאר וויכטיג).
אגב ביי איינע פון די אשכולות דא האט בארא געשריבן אז בני יואל מיט ויואל משה מאכן שלום אזוי ווי עמון אין מואב
ניטאמאל חומש רש"י קען ער שלום געמאכט האט מדין ומואב נישט עמון..
ער גייט אונז זאגן די הלכה אין סידור קידושין, שיין דערלעבט..
ווי ערלויבסטו דיר אזא ליצנות??
|
אין די קומענדיגע וואכן ערווארט דיר א גוט'ס (מפי השמועה).
|
וועל איך בעטען דעם עולם אז אזוי ווי די ביסט שוין אפגעפרעגט געווארען אין דעם אשכול אליינס צענדליגע מאל
אין דיינע רעכטען איז אוועקגענימען געווארען פין זיך ערקלערין אלס געווינער
אבער אזוי ווי די פארשטייסט עס נישט קען מען דיך ליידער נישט העלפען בעט איך אינזער חשובער ציבור דא אז מען זאל דיר מער נישט ענטפערען בכלל אין זיכער נישט אין דעם אשכול
הפלא ופלא!
א גלאטער אייזל כמו שכתוב בתורה.
|
דהיינו? נאך א טרעילאר מיט פעינט?