היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע געדאנק » עקיבה וויינשטאק דער מסור'ס טאטע פארלאנגט נייע סידור קדושין ה...

עקיבה וויינשטאק דער מסור'ס טאטע פארלאנגט נייע סידור קדושין ה...

138 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2767244
בלאט: 1 2 3

וויכטיג » 17/3/2010 00:06

די שארפע לשונות פון רביה"ק איז געוואנדן אקעגן דעם סבלן פון סאנז קארט (און פון פעמילי קארט), וואס איז עובר אויף די באפעל פון ברך משה זי"ע וואס גיט די רשות פון סידור קידושין פאר זיין באליבטן זון אדמו"ר מהרי"י, און דער פרעכער אינג איז בשאט נפש עובר דערויף און כאפט זיך אלע סידור קידושין'ס אין פאראדייס..

ווי ציטערט ער נישט פון די שארפע לשונות פון רביה"ק בעל דברי יואל???

גערעכטער1 » 17/3/2010 00:07

אה קיי וויכטיג, נעקסט טיים וועל איך ניצן וועקי און סטאפיד גענוי ווי דיין רבי.

לאעליכם » 17/3/2010 00:07

[quote]
שרייבסט עי"ש דו זאגסט נישט וואו אין אגדות מהרי"ט כ'האב איך נישט געטראפן ווי די רבי איז מחולק מיט זיין זיידע דער אבני צדק און מיט זיין רבי דער דברי חיים אז א קהלה נפרדה איז נישט כפוף נאר צו זייער מורה הוראה (אבני צדק יו"ד סי' ק"ו), כ'האב נאר געטראפן ווי ער רעדט ביי א יחיד, ביטע ברענג א מקור ווי דער רבי שרייבט דעם פסק ביי א קהילה און איז מחולק מיט זיין זיידע,

ישר כח
ר' סענדר 
[/quote]

ווייז כאטשיק נישט ארויס דיין עם הארצות (אריינגערעכנט די עם הארצות דארט פון ווי דו נעמסט עס), דער דברי חיים ז"ל און ייטב לב ז"ל רעדן פון א "אידישע שטאט" אפגערוקט א פרסה און דריי פרסאות (ס'איז צוויי עקסטערע תשובות אין ד"ח) פון א שטאט און מען איז זיי מתיר זיך אפצוטיילן.

קיין איין ווארט פון קהלות נפרדות אין איין שטאט! עמי הארצים! תולים בוקי סרוקי ברבותינו הקדושים ראשונים כמלאכים!

וויכטיג » 17/3/2010 00:18

נאכאמאל:

די שארפע לשונות פון רביה"ק איז געוואנדן אקעגן דעם סבלן פון סאנז קארט (און פון פעמילי קארט), וואס איז עובר אויף די באפעל פון ברך משה זי"ע וואס גיט די רשות פון סידור קידושין פאר זיין באליבטן זון אדמו"ר מהרי"י, און דער פרעכער אינג איז בשאט נפש עובר דערויף און כאפט זיך אלע סידור קידושין'ס אין פאראדייס..

ווי ציטערט ער נישט פון די שארפע לשונות פון רביה"ק בעל דברי יואל???

וויכטיג » 17/3/2010 00:22

און ווי ציטערט איר נישט פון הייליגן רבינו תם?? (דאכט ער איז נישט געווען קיין אפענע בני יואל).. ער האט געלייגט א חרם אויף ווער ס'איז מוציא לעז אויף קידושין!!

געוואלד איר זענט טעגליך עובר אויפ'ן הייליגן רבינו תם! האט איר נישט מורא צו אריינפאלן אין א הארבן ח'??

פאר ענקער נארישע פאליטיק און כבוד ושררה וואס איר האט שוין סיי ווי פארלוירן, שפילט איר מיט א הארבן חרם רח"ל??


תוקן על ידי וויכטיג ב- 17/03/2010 00:24:02

וויכטיג » 17/3/2010 00:25

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
אה קיי וויכטיג, נעקסט טיים וועל איך ניצן וועקי און סטאפיד גענוי ווי דיין רבי.


האסט א טעיפ? אהער דערמיט..

FiveBoro » 17/3/2010 00:36

אין קץ לדברי רוח.

נישטא דא קיין איין פונקט וואס איז נאכנישט אויסגעשמועסט געווארן.

ווער_איז » 17/3/2010 00:56

גערעכטער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וויכטיג, זיי נישט קיין אייזל, די אין איך ווייסן אז דער בירך משה האט דאס קיינמאל נישט גישריבן, סא סטאפ דע קרעפ, וואס מיינסטו, רבי געציל האט נישט געזען ענקער בי עס?, און עם כל זה האט ער געפסקעט אז קיינער טאר דארט נישט מסדר קידישין זיין נאר דער מרה דאתרא כ''ק רבינו שליט''א, אין לאמיר נישט אריין גיין ווער ס'פאקט איין וועמען, ([בילד – נישט אפגעהיט]) ווייל דאס איז קלאר אז דער דברי יואל האט נישט אויפגינימען אלץ דיין דעם גאון עולם דער שארמאשער, אין נישט דער גאון אדיר ר' ארי ראזענפעלד, אין אוודאי נישט דעם קנאפן תלמיד חכם דעם טשאדער, דער רבי האט אויפגינימען אין באויפטראגט אנציפירן מיט די דיינות אין קרית יואל נישט קיין אנדערן ווי רבי געציל, אין דאס איז ענק אויך מחייב, איר קענט מאכן פשעטליך פין דא ביז ניובערג, אבער גארנישט ווערט נישט נשתנה, דעם דברי יואלס פסק איז א ניצחי, אין קיינער קען דאס נישט משנה זיין, אינטרעסאנט, עירוב וואס גרויסע רבנים ודיינים האבן מתיר געווען האט איר די חוצפה והעזה נאכצישרייען מחללי'מות יומת, פארוואס? ווייל דער דברי יואל האט (לויט ענק) אזוי געהייסן, נו, וואס איז דא אנדערש, היפאקראטס.......


הסט מיר נאך נישט געזאגט וואס האט די רבי געזאגט אויף דע וואס זענען מצער זיין רעבצין?

סעננדר » 17/3/2010 03:30

לאעליכם כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
[quote]
שרייבסט עי"ש דו זאגסט נישט וואו אין אגדות מהרי"ט כ'האב איך נישט געטראפן ווי די רבי איז מחולק מיט זיין זיידע דער אבני צדק און מיט זיין רבי דער דברי חיים אז א קהלה נפרדה איז נישט כפוף נאר צו זייער מורה הוראה (אבני צדק יו"ד סי' ק"ו), כ'האב נאר געטראפן ווי ער רעדט ביי א יחיד, ביטע ברענג א מקור ווי דער רבי שרייבט דעם פסק ביי א קהילה און איז מחולק מיט זיין זיידע,

ישר כח
ר' סענדר 
[/quote]

ווייז כאטשיק נישט ארויס דיין עם הארצות (אריינגערעכנט די עם הארצות דארט פון ווי דו נעמסט עס), דער דברי חיים ז"ל און ייטב לב ז"ל רעדן פון א "אידישע שטאט" אפגערוקט א פרסה און דריי פרסאות (ס'איז צוויי עקסטערע תשובות אין ד"ח) פון א שטאט און מען איז זיי מתיר זיך אפצוטיילן.

קיין איין ווארט פון קהלות נפרדות אין איין שטאט! עמי הארצים! תולים בוקי סרוקי ברבותינו הקדושים ראשונים כמלאכים!

יא צוגעטראפן ישר כח פאר די קאררעקשן ס'צוויי עקסטערע תשובות און ד"ח סי' נ"א ונ"ב, אבער שרייב אויך מער באריכות וואס דו מיינסט אפצופרעגן מיט "אפגערוקט א פרסה און דריי פרסאות" "אידישע שטאט" וואס מיינסטו דערמיט מחלק צו זיין אין מציאות און אויף וואס איז געבויט דיין פירכא.

ווער_איז » 17/3/2010 15:13

אין וואס האט די רבי ז"ל דער ברך משה געזראגט ביי איר לויה ?

גערעכטער1 » 17/3/2010 16:06

איז עמעצער דא אויף א קרייץ פארהער ביי דעם ווער איז? ער האלט אין איין פרעגט פרעגן שאלות און ווארט אויף ענטפערס, אויב האט ווער איז עפעס צו שרייבן, זאל ער דאס שרייבן, געב ארויס וואס די האסט אין בויך, דא איז נישט א קוועסטשאן ענד ענסער סעשאן.
 
אגב, ווי אלט איז דער ברך משה געווען ביי די רעבעצינס לוי'?. העכער די אכציג?.

סעננדר » 17/3/2010 16:27

דער ד"ח אין סי' נ"א ברענגט א מהרי"א סי' קכח, וז"ל כל מה דאסרו חכמים שלא ירד איש להסיג גבול חבירו ה"מ במידי דאית ביה קפוח פרנסה אבל בכה"ג דחד עביד שרירתא דמתא ואידך קאתי למעבד נמי שרירתא דמתא מאן לימא לן דאסור עי"ש נאכדעם ברענגט ער ראשונים און אחרונים דמותר להשתמש שניהם בכבוד הרבנות אבל להעביר א' מהם לא, אזוי לאנג ווי מ'איז נישט מעביר דעם ערשטן מעג דער צווייטער דארט משתמש זיין בכבוד הרבנות, כ'האב דורכגעלערנט דעם גאנצן סימן איך זע נישט דארט נישט וועגן איין פרסה נישט פון דריי פרסה, ביטע ערקלער ווי דער עם הארצות ליגט אדרבה כ'וועל מודה זיין איך בין מיך מבטל פאר תלמידי חכמים.

יעצט גיי איך אריינקוקן אינעם שו"ת אבני צדק יו"ד סי' ק"ו אפשר דארט וועל איך טרעפן די גרויסע עם הארצות, כ'וועל באלד צוריקקומען     

 

כלהנערים » 17/3/2010 16:39

איך הער יעצט אז מ'האט נאך נישט ארויסגעווארפן, ער האט נאר געזאגט אז זי האט די ברירה איבערצומאכן די קידושין ער דרייט ארום ער וויל איר מאכן אומבאקוועם זי זאל זיך נישט טרעפן דאס פלאץ און אליינס ארויסגיין אזוי וועט עס נישט הייסן אז ער האט איר ארויסגעווארפן.. למעשה האט דער יונגערמאן אנגערופן מר וויינשטאק און מודיע געווען אז ס'נישט דא קיין קלער פון איבערמאכן די קידושין און ער זאל רעדן קלאהר יא אדער ניין אז ניין וועט זי פאלגן און ארויסגיין מ'דארף נישט אזופיל ארומדרייען, דערווייל איז נאכנישט געקומען א ענטפער.

כלהנערים » 17/3/2010 17:07

מפי השמועה איז ר יצחק סרוגא אויך געווען א אונס מ'האט אים געסטראשעט מיטן לעבן אויך דער מאן איז א אונס און אויך די פרוי האט לעצטנס געזאגט אז זי ציטערט פונעם פינקס אין קהל'ס אפיס איך רעדט שוין נישן פון די פעינט וואס די כלה'ס הארץ פארנעמט נישט מ'האט איר שיעור נישט אריינגעפירט אין עמערזשענסי רום (געהערט פון א הצלה מעמבר) איך ווייס קראנט אז קיין איין פרענד איז נישט געקומען צו די חתונה און זי איז אהיימגעגאנגען מיט רויטע אויגן (געהערט פון זייערע עלטערן וואס -גלייבן אינעם פינקס- אבער דאווענען אין שיקן די קינדער אין ויואל משה) אויך האט זי לעצטענס אנגעהויבן צווייפלען אין שארמאשער רב'ס פסקים זי האלט אז ער איז א חדר יונגעל (געהערט פון נאנטע משפחה מיטגליד) אויך האט זי שוין אפאר מאל געוואלט איבערלאזן איר מאן ווייל ער עקשנט זיך נישט איבערצומאכן די קידושין (געהערט ערשטהאנטיג פון מאיר אליעזר פר"מ) בקיצור יעצט האלט עס אז זי גייט רופן איר טאטע מיט איר מאן אין קאורט (זיי ווילן נישט גיין צו בי"ד- געהערט נעכטן נאכמיטאג פון אלי סימאן) איין זאך וואס כ'האב נאכנישט מברר געווען צו די מאמע שטייט מיט מיט די פעינטערס אדער מיט איר מאן דעס וואס כ'האלט יעצט אינמיטן מברר זיין כ'וועל מודיע זיין בקרוב

כלהנערים » 17/3/2010 17:10

געלינקטער ביסטעך סותר מיט דיין חבר בארא ער שרייבט פונקט פארקערט ווי דיין לעצטע תגובה אין זיין מישמערעס אשכול, איך האלט דו זאלסט פארקויפן דיי בעקערי און זיך צאמשטעלן מיט בארא'ס אזוי וועט שטימען אלע געבעקסן

FiveBoro » 17/3/2010 17:15

גערכטער, ביסט ראנג.

כלהנערים » 17/3/2010 17:17

ס'נחת צו קוקן ווי דע צוויי בעקערייען פארטראגן זיך נישט, יעדע האלט ס'זיינע קיפעלעך זענען בעסער 

גערעכטער1 » 17/3/2010 17:20

כל הנערים, עס דערקענט זיך פון דיינע תגובות א טרעמענדעס אמאאונט אויף דערביטערקייט, ווארשיינדליך ליינסטו נישט דיינע חיזוק תגובות אדער ווייסטו אז דיינע תגובות זענען מלא שקר און דו ווייסט דעם ריכטיגן אמת, כל הנערים איי פיל יאר פעין, און איך האב מיטלייד מיט ענק...

בארא, איך בין 100% גערעכט.

כלהנערים » 17/3/2010 17:24

שוין לאנג נישט באקומען אזאנע פליקעס [בילד – נישט אפגעהיט]

גערעכטער1 » 17/3/2010 17:33

אמת ויציב! [בילד – נישט אפגעהיט]

ווער_איז » 17/3/2010 20:02

כלהנערים כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ס'נחת צו קוקן ווי דע צוויי בעקערייען פארטראגן זיך נישט, יעדע האלט ס'זיינע קיפעלעך זענען בעסער 

[בילד – נישט אפגעהיט]

moishe12 » 18/3/2010 01:31

  • די פינעף שטאקיגער ב...
     בסך הכל דרייסטי אלעס ארים א בריוו פינעם רבין
    ווייל וואס בערקאוויטש זאגט איז שוין בכלל נישט אינטערסאנט ווייל די זעלבע רבי האט אויך געשטעלט אנדערע רבנים איבער גרעסערע שטעט ווי קרית יואל אין זיי האבען געשריבען א בריוו אין געפאסקענט אז עס איז ניטאמאל א שאלה בלייבט איבער נאר די בריוו וואס די מיט דיינע ליצים שרייען אז דאס מיינט דער רבי. אבער וויפיל מאל איך ליין נאר איבער דעם בריוו קען איך בשום אין אופן נישט טרעפען די שייכות צי אינזער פרשה אדרבה לייג ארויף די בריוו אין לאמיר אדירעך גיין שירה ביי שירה אין עס איבערטייטשען אויף יודיש אפשר דעמאלטס וועל איך אין די אנדערע כאפען ווי דאס איז מרומז אדער אפשר צווישען די שירות.
    דאס אז בערקאוויטש זאגט עס מיינט נאך נישט גארנישט ער איז איינער וואס דער רבי האט געשטעלט אקעגין 3 אנדערע וואס דער רבי האט געשטעלט אין בסך הכל איז ער א באצאלטער דיין וואס באקימט באצאלט פער וואך איך רעד שוין נישט וויפיל דירות קהל האט ציגעשטעלט פאר עם אין זיינע קינדער אין די רגע וואס ער פריבירט נאר איין זאך נישט זיך ציצישטעלען פליט ער קיין האצא פלאזע
     יעצט לגבי קיווי וויינשטאך אויב וועט ער ווארפען ארבעטערס וועט מען מיזען אויסמיידען זיין סטאר אין גלייב מיר אין קענסט דיך נאך פרעגען ביי לאנדא'ס גראסערי וויפיל סהאט עם געשמעקט די לעצטע בויקאט וואס מען האט געמאכט פאר עם ס' האט זיך גאנץ גיט אויסגעארבעט ער האט פיין פארשטאנען די מעסיטש אין קיווי קען באקימען זיינץ אויך מיר זענען ב"ה זייער געטריי איינער צים אנדערען אין מען וועט אים אי"ה פיין שטעלען אויפען פלאץ
     אבער לאידך גיסא דארף מען נאך אזוינע צילאזטע פערד ביי ענקער קרייז
    ווייל דאס האט געוויזען פאר די גאנצע וועלט מיט וואספארא אקסען מען האט ציטין ווער אין וואס דער כת השקרנים העולמי זענען
    איך טי געשפטען מיט אסאך קהילות אין איך רעד מיט זיי אמאל א יובל אביסעל פאליטיק זיי שטייען אין שטוינען וואספארא רשעים עטץ זענטץ אין ווער רעד נאך פין ענקערע אייגענע קרייז וואס זיי האבען צי זאגען אויף די געפעינטע קארס
    אין בכלל וואס דא פארפירט מען יעדער פרעגט איין קשיא אזוי טיף ליגען די ארונים אז זיי מיזען יענעם טעראזיר

    ציריק צים ענין לאמיר אדארעך לערנען דעם בריוו פין וואס די שרייסט אזוי פיל לייג עס ביטע ארויף
  • גערעכטער1 » 18/3/2010 02:18

    איך מיין אז אנצוריפן דעם דיין רבי געציל שליט''א מיטן נאמן בערקאוויטש איז א חוצפה און א העזה, איך האב געמיינט אז מען האט אויף גענומען ר' זאלי כדי יעדער רב און דיין זאל קענען זאגן זיין מיינונג, למעשה קענט איר בויקאטן ר' עקיבא וויינשטאק שליט''א ווייל קיין איין בני יואל איז עניוועי דארט נישט אריין, עטץ האטס אזא פנים ווי איר שרייט אז איר גייט אויפהערן קויפן פלייש פון אונזער בית השחיטה, און אויף מיין פראגע האסטו שוין דארט אמאל געקויפט פלייש קומט נעבעך א ביטערן שמייכל, יא, די בני המן/זאליס וואס האבן קיינמאל נישט געקויפט קיין קרית יואלער פלייש פשוט ווייל שאפרייט פארקויפט דאס נישט, זיי הערן אויף צו קויפן אונזער פלייש, אבער באבעוו, קלויזנבורג און בעלז האבן יא אנגעהויבן צו קויפן אויסשליסלעך פון בית השחיטה המהודרת, אלזא משה12 נעם א טיפן אטעם און בארוהיג דיך ווייל דו דארפסט דיך צו געוויינען דערצו, דאס איז די פרייז פון זיין אין די מיינאריטי.

    אגב ליין נאך אמאל דיין נארישע תגובה וואס איז געשריבן געווארן מיט א טרעמענדאס אמאונט אויף כעס און בויך ווייטאג, וועסטו זען וואס איך מיין.

    moishe12 » 18/3/2010 03:05

    איך גיי מיך נישט פארענטפערען אויף דיין רואיגע קליגע ענטפער
    אבער אויף צוויי זאצען וועל איך מיך יא אפשטעלען אין אויס שמיעסען בקיצור ווי קליג אין גיט די האסט מיר גענטפערט. 
    קודם מיר קויפען נישט קיין פלייש אין שאפרייט
    איך ווייס גראדע פין אפגעפארענע ארונים וואס טיען דאס איינער איז גראדע דער מיט וועם רא"ט האט געטאנצען ביים טיש נאכען אפשערן פירום. וטהר ליבינו
    נאך דעם באבוב אין קלוזנבארג אין בעלז עסען נישט קיין קרית יואל פלייש אפשר מיינסטי דאמבראוו אבער נישט באבוב
    בעלז ברענגט אראפ זייער אייגענע משגיחים וואס דעמאלטץ מיינט עס נישט קרית יואל פלייש נאר בעלז
    די אמתע קליזענבארגע חסידים וועלען נישט עסען נאר זייער אייגענע פלייש
     לגבי מיינארעטי מיין איך די זאלסט דיך לערנען רעכענען
    ווייל קיק אויף די לעצטע וואלען וואס די חילוק איז געווען אין רעכען אויס דיינע יעשיבה סדאטענטען וויפיל די חילוק איז

    FiveBoro » 18/3/2010 03:50

    א גוט יאר משה'לע.

    איז אזוי, לגבי די דעת תורה פון ענקערע דיינים (וואס איינער פון זיי האט קלאר געזאגט פאר ר' געציל די מקור פון זיין עמי הארצות: "מ'ברויך אלעס טאן אז די קליפה זאל בטל ווערן" ודפח"ח) אין דעם וועלמיר יעצט נישט אריינגיין.
    און לגבי וויפיל א געשעפט'סמאן אין קרית יואל האט מורא פון ענקערע מערכות, אין דעם וועל מיר אויך נישט אריינגיין, ווייל ס'איז פשוט נישט נוגע למעשה, און ווען די גאנצע אישו איז דיין 'חיזוק', בין איך גערן מסכים זאלסט האבן פילע הויפענעס דערפון.
    און בנוגע צו הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק זאל באטיטל'ט ווערן 'קייוע וויינשטאך', אין דעם זאלסטו דעבאטירן מיט סאטמאר_פלעק, אדער מיט א דריטן 'גלאטן אייזל', זיי האבן ווארשיינליך א מיינונג דא.
    און בנוגע וויאזוי אנדערע קהילות קוקן אויף די זאלי'ס לעומת די ארונים, דאס זאלסטו פאר דיינע קליינטשיגע פארקויפן. (איך בעט מחילה אויב ביסט נאכנישט פארהייראט).

    אבער, בנוגע וואס דו האסט צו זאגן וועגן דעם רבין'ס פסק, דאס איז יא אינטערסאנטליך צו הערן, אלזא ברענג איך דיר דאס אראפ דא:
    [בילד – נישט אפגעהיט]

    גערעכטער1 » 18/3/2010 03:54

    איך מיין אז ס'איז זייער קינדיש צו רעדן פון נעבעך אפגעפארענע קינדער ווייל דו און איך און יעדער דא אין קרית יואל ווייסט אז דאס איינציגסטע פלאץ ווי איר זענט די מאדזשאריטי און נישט סתם א מאדזשאריט נאר א סופער מאדזשאריטי  10 טו 1  איז מיט נעבעך אפגעפארענע קינדער, און איך בין נישט גרייט צו רעדן פון דעם, איך האב נאר געשריבן אז איר וועט ענדערשט קויפן פלייש ביי שאפרייט ווי עסין קרית יואלער פלייש אלזא ענקער בויקאט איז זערא.

    איך וויל דיך נישט סורפרייזן, אבער רבי בנציון באבעווער האט אויסגערופן ביי עם אין בית המדרש דעם פארגאנגענעם פורים אז מען זאל ניצן אויסשליסלעך נאר פלייש פון בית השחיטה המהודרת בקרית יואל, און אין זיינע מוסדות און שמחה האלס קען מען נאר ברענגען פון די פליישן, אזוי אויך בעלז האט אנגעהויבן צו נעמען קרית יואלער פלייש, און אויב האבן אייגענע משגיחים מיינט האבן זייער אייגענע פלייש קענט איר אויך ברענגען אייערע משגיחים ווייל די טיר איז דארט אפן פאר יעדן רב/דיין/בן תורה זיך אום צוקיקן אויפן מהלך, ענקער דיין ר' שמעון משה וואלדמאן האב איך אליין דארט געזען און ער איז געווען מלא התפעלות פונעם גאנצן מהלך, אלזא מיין פריינד קענסט שיקן דיינע משגיחים און יאכלו ענווים וישבעו, אבער פארגעס נישט נאר משגיחים קענסטו דארט אריין שיקן, אבער שוחטים, זאלצערס, בודקים וכו' וועסטו דארפן ניצן אינזערע פונקט ווי פאפא, וויזניץ, קלויזנבורג, בעלז און באבעוו.

    ווילסט איך זאל קיקן אויף די לעצטע וואלן? אה קיי, ביי די לעצטע וואלן האט איר אפילו נישט ארויס געשטעלט קיין קאנדידאט, ווייסט פארוואס? איך ווייס! אבער איך וועל דיך לאזן זאגן, אינטרעסאנט איר שרייבט אלץ אז אין קרית יואל לערנען נישט מער ווי 250 בחורים, און 150 דערפון זענען דאך קרית יואלע וואס זענען בארעכטיגט דארט צו שטימען פונקט ווי אייערע קווינס בחורים וואס זענען געקומען צו פארן צו די פריריגע הייליגע בחירות, אלזא לאמיר זאגן אז מיר האבן א קיימא לן פון 50 בחורים העכער 18 יאר פון די פרעמד (ווייל אויב איז מען חלילה איין טאג אינטער 18 וועט איר דאך זיי מסרן) און ביי די לעצטע פארגעקומענע וואלן האבן מיר געהאט מיט איבער  טויזענט מער שטימען פון אייך, סא, דאס הייסט א מיינאריטי אדער א מעכטיגע מאדזשאריט?

    נאכאמאל משה12, עצה טובה קמשמע לן, נעם דיר נישט צום הארצן, ווייל דאס איז נאר דער אנפאנג, פראביר דיך צו געויינען דערצו, איך ווייס אז ס'איז שווער, ביטער שווער, אבער איר האט נישט קיין ברירות, די קרעטשמע איז אפגעשפארט, די סידור קידושין בלי רשות המרא דאתרא איז אסור בהיחלט, אבער וואס איז דער פראבלעם, די געאסערטע הירש/האכהייזער קאפל וועט זיך קענען משדך זיין מיט די געאסערטע וואלנער/פאלקאוויטש קאפל און ס'וועט זיין איסור באיסור...







     

    moishe12 » 18/3/2010 04:10

     פיין פינעווער איך זע די רבי שרייבט נאך דעם ר"ת /
    שלא יסדר שום אדם קידושין כ"א מי שנבחר. לרב או מו"ץ בקהלתו או מדינה או גליל
    זיי אזוי גיט טייטש מיר איבער די ווערטער אויף אידיש.
    יישר כח למפרע

    moishe12 » 18/3/2010 04:29

    גערעכטער איך האב צי דיר נישט קיין געדילד יעצט די ביסט נישט מקפיד אויף דיינע מעשיות אז עס זאל זיין אמת אן אלטער מציאות
    אבער אויף איין זאך מיז איך דיר יא זאגען אז די ביזט א שקרן ר' בנציון פין באבוב האט עס קיינמאל נישט אויסגעריפען איך האב איבער געפרעגט מער ווי איין חסיד

    FiveBoro » 18/3/2010 05:36

    אוי משה, ניטאמאל האב איך געכאפט וואספארא שלום עליכם דיר קומט... די נקודה אין וואס דו ווילסט אריינגיין צו ער איז ערוועהלט געווארן אין שטאט צו נישט, סיי בשעתו און סיי היינט, סיי דורכן ציבור און סיי דורך די טובי העיר, דאס איז שוין בריייט אויסגעשמועסט געווארן אין א באזונדערן אשכול, אזוי אז דיינע קאלעגן דא וואלטן שוין ניטאמאל אויבגעברענגט די אישו...

    אויב וועל איך האבן געדולד און צייט וועל איך ברענגען א לינק שפעטער.

    FiveBoro » 18/3/2010 06:42

    איך וויל וויסן פשט אויף איין פונקט:

    עט'ס שרייט'ס יעדן צווייטן טאג אז עס גייט ענק בכלל נישט אן אז די ארונים זאגן "פסולע משפחות" וכדו'. שטימט?

    שטעלט זיך די קושיא: וואס איז די שימפונגען דא?! פארוואס איז דא דא יעדן טאג פרישע אשכולות איבער די שרעקליכע "טעראר" פון די ארונים?!

    דא זעה איך אן אשכול וואס איז געווידמעט אז עקיבא איז א שייגעץ טעראריסט נישט געהאלטן ווארט וגו', וואס איז?! עס באדערט ענק?! עט'ס קענטס אנגיין אן די ארונים! נישאזוי?

    אין א צווייטן אשכול שרייבט דער מסור א נאמען און נומבער פון איינעם וואס האט דעליווערט א "טעראריסטישע" בריוו. וואס שטייט אין דעם בריוו? קהל שרייבט זיי אז די משפחות גייען אריינגיין אינעם פנקס. נו? לאכסט אין די פויסטן!! וואו קומט "טעראר" דא אין בילד? די אויסגעשפילטע ארונים שטייען ענק אין וועג?...

    רשכבהגולם » 18/3/2010 15:07

    אלזא,
    אינזערע ווערטער זענען געוואנדן צי די זעלביגע צי וועם פייוו בארא שרייבט (עיין מכתב גלוי)
    די ארונים פירען דא צוויי מערכות
    1) פינקס הקהל און פירן אן א נארישע מערכה אז דא רעט מען פון א אידישע פראבלעם, אזוי ארום ווילן זיי מטיל מום זיין אויף משפחות כשרות בישראל,
    מיר האבן פון דעם בכלל נישט קיין פאראיבל, מיר ווייסן שוין לאנג אז זיי זענען אומשטאנט צי נעמן די הייליגסטע און האקעלסטע ענינים בלויז פאר עס זאל דינען זייערע צוועקען,
    2) טעראר, דעס האט נישט קיין שום שייכת מיט פסולים  און אזוי ווייטער, למשל ווען איינער גייט און הארלעם און ווערט באפאלן דורך כיליגאנעס איז עם א חילוק וואס'ערע סיבה זיי האבן געהאט?

    רשכבהגולם » 18/3/2010 15:12

    און יעצט ממה נפשך אויב פייוו בארא האט דאס נישט אליין פארשטאנען,
    איז דאס א סימן אויף ווייניג דעת, אזי ווי די גמרא זאגט אם אין דעת הבדלה מנין,
    אין אויב האט ער עס יא פארשטאנן, מיינט דאך דאס אז ער וויל אייך פארקויפן לאקשן,

    רשכבהגולם » 18/3/2010 15:18

    און יעצט לענ"ד איז פייוו בארא א אפיס, ווייל 24 שעה ענטפערט מען פון דארט,

    moishe12 » 18/3/2010 15:21

    פינעווער
    אלזא נאך אמאל איך האב דיך נישט געפרעגט וואס די האסט געשריבען אין אנדערע אשכולות אין יעדער איז געבליבען מיט די צינג אינדרויסען
    אין אויך האסטי דערווייל נישט באקימען קיין רוח הקודש צי וויסען אז איך וויל דיר ארויסברענגען וועגען א אויסגעוועלטער מרא דאתרא
    אין דריי נישט די צינג מיט נארישע ענטפערס
    איך האב דיך געפרעגט עברי מיט טייטש טאקע פין די ווערטער וואס זענען נישט געמאכט געווארען מיט שרעקעדיגע באלט אותיות נאר סימפעל עברי אין טייטש
    קענסטי זיין אזוי גיט אין ענטפערען אויף וואס איך פרעג אדער נישט. דאס איז א יא אבער ניין ענטפער
    נישט קיין שעלטן אין שימפען ענטפער.

     אין צווייטען'ס קיינעם אינטרעסירט נישט וואס ענק שרייבען אין ענקער פנקס
    נאר וואס דען מיר ווילען ענקערע רוצחים זאלען זיך שלאגען מיט ענקערע שקצים לאז יענעם לעבען
    ווי אזוי זינגט ר' מיכאל. ווי לאנג עס גייט דיר גיט פארגיס נישט יענעם'ס בליט לאז יענעם אפ שיק נישט קיין בריווען פעינט נישט קיין קארס ווארף נישט קיין פאשקעווילען אין ווי באלד דיינע בליט פארגיסינגען שטעלין זיך נישט אפ פארפירט מען אין די גאסען אז יעדער זאל מיטהאלטען ווער ענק זענען

    דרך אגב מיין בויך טיט מיר נישט וויי אין איך זיץ נישט אין קיין אמבעלאנס אויפען וועג צים דאקטער אין אויך פיעל איך ב'ה זייער גיט

    KJ » 18/3/2010 18:16

    שטארק מערקווירדיג,
     1) די ארונים טרומפייטערן דאך אז דער פארפאלק האט איבערגעגעבן סידור קידושין? וואס איז נאך די רוגזה און כעס אזוי גרויס?

    2) זיי האלטן אין איין איבערזאגן אז ס'גייט זיי אינגאנצן נישט אן אז די סידור קידושין האט זיך אזוי שיין און זיס ארויסגעגליטשט פון דעם סבלן'ס הענט, נו איז גאר אינטרעסאנט די ווילדע און צודרייטע רעאקציעס וויאזוי זיי גיבן ארויס זייער געפילן ווען "ס'גייט זיי בכלל נישט אן".

    FiveBoro » 18/3/2010 19:08

    משה'לע, ליין איבער פון דעם לינק, פון דארט ביז די ענדע.

    http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2755567&whichpage=5&forum_id=21016#R_1

    אויב טרעפסטו א פונקט אויף וואס איך האב נישט געענטפערט, אדער ווואס מ'האט נאכנישט געפרעגט, דאן פרעג דא.

    (אגב באמערק איך יעצט אז דו האסט יא אריינגערעדט דארט אנהייב אשכול, נאר מאיזה סיבה ביסטו נעלם געווארן)

    moishe12 » 18/3/2010 20:41

    דריי אהין אין ציריק ענפער שוין

    FiveBoro » 18/3/2010 20:48

    שוין געענטפערט.

    וואלןמה » 18/3/2010 21:11

    מ'וועל מיר עס לאזן ביי דעם ר' אהרן איז מרא דאתרא דקרית יואל ע"פ תורה, דארפסט מיר אבער פארענטפערן דעם דברי חיים סי' נ"א וואס פסקענט ווי דער מהרי"א אז ס'נישט דא קיין שום איסור א צווייטע רב זאל קומען משמש זיין ברבנות אין א שטאט ווי ס'שוין דא א מרא דאתרא כל זמן מ'איז נישט מעביר דעם ערשטן מעגן אלע ביידע משמש זיין ברבנות, דו קענסט מיר אפשר ברענגן א מקור פארקערט אז א צווייטע רב וואס רוקט זיך אריין אין שטאט האט נישט קיין אוטאריטעט און זיין קידושין איז נישט קיין קידושין?

    בארא לעבן כ'האב דיך געפרעגט א קשיא זיי מוחל ענטפער מיר א תירוץ 

    רשכבהגולם » 18/3/2010 21:34

    לשון הרמב"ם והמחבר
    אים ראית איש שהוא מרבה מריבה עם הכל
    ועז פנים ביותר
    חוששין להן וראוי להתרחק
    מהן
    שאלו סימני פסלות הם
    וכן הפוסל את אחרים תמיד
    כגון שנותן שמץ במשפחות או
    ביחידים
    ואומר עליהן שהן ממזרים
     חוששין לו שמא ממזר הוא
    וכן כל מי שיש בו
    "עזות פנים" - "ואכזריות" - "ושונא את הבריות" - "ואינו גומל להם חסד"

    חוששין לו ביותר שמא גבעוני הוא
    שכל הפוסל במומו פוסל וסימני ישראל האומה הקדושה ביישנין רחמנים וגומלי חסדים

    ה"ה ר' אהרן טייטלבוים

    וסאשע האגער

    ארויס פון שטעטל,
    עס איז שוין די העכסטע צייט אז און ק"י זאל זיך אויפהערן די התנהגות פון

    מרבה זיין מריבה
    עזות
    אכזריות
    שנאת הבריות
    און פסלן את אחרים תמיד
    ארויף צי לייגען שמץ במשפחות או ביחידים
    און זאגן אויף זיי אז זיי זענען ממזרים

    תשבי קרית יואל הנאנחים והנדכאים זה עשרים וחמש שנים

    יוספ7 » 18/3/2010 22:46

    [quote]

    לשון הרמב"ם והמחבר
    אים ראית איש שהוא מרבה מריבה עם הכל
    ועז פנים ביותר
    חוששין להן וראוי להתרחק
    מהן
    שאלו סימני פסלות הם
    וכן הפוסל את אחרים תמיד
    כגון שנותן שמץ במשפחות או
    ביחידים
    ואומר עליהן שהן ממזרים
     חוששין לו שמא ממזר הוא
    וכן כל מי שיש בו
    "עזות פנים" - "ואכזריות" - "ושונא את הבריות" - "ואינו גומל להם חסד"

    חוששין לו ביותר שמא גבעוני הוא
    שכל הפוסל במומו פוסל וסימני ישראל האומה הקדושה ביישנין רחמנים וגומלי חסדים

    ה"ה ר' אהרן טייטלבוים

    וסאשע האגער

    ארויס פון שטעטל,
    עס איז שוין די העכסטע צייט אז און ק"י זאל זיך אויפהערן די התנהגות פון

    מרבה זיין מריבה
    עזות
    אכזריות
    שנאת הבריות
    און פסלן את אחרים תמיד
    ארויף צי לייגען שמץ במשפחות או ביחידים
    און זאגן אויף זיי אז זיי זענען ממזרים

    תשבי קרית יואל הנאנחים והנדכאים זה עשרים וחמש שנים

    [/quote]

    [בילד – נישט אפגעהיט]

    תוקן על ידי יוספ7 ב- 18/03/2010 22:50:18

    moishe12 » 19/3/2010 01:40

    פינעווער איך בעט דיך צים לעצטען מאל איך האב נישט געטראפען די פשוטע טייטש פין וואס איך האב דיך געפרעגט
    נאך אמאל עברי מיט טייטש ווייז נישט פארען עולם אז די שיסט סתם דיינע אזוי פאבריצירטע הלכות אין די וועלט אריין אין נישט יעדער דארף זען וואסארא פינעף שטאקיגע'ר די ביסט מיט דיינע קליגע ענטפערס איינס נאכען אנדערען
    אין נישט ווען מען הערט שוין אויף צי ענטפערן אויף דיינע איבערגעקייטע פערדישקייטען מיינט אז מען בלייבט מיט די צינג אינדרויסען
    אמאל מיינט עס אז מען איז שוין קראנק געווארען פין דיינע איבערגעקייטע פערדישקייטען
    איך בעט דיך ציך לעצטען מאל אויב ווילסטי ווייזען אז די ביזט קליגער ווי דיין געלינקטער חבר דא וואס רוב שרייבערס דא ענטפערען ניטאמאל ווען ער שרייבט דעמאלט ענטפער וואס מען האט דיך געפרעגט נישט דריי מיט די צינג ווי א קלאטץ מח שטרוי זאק

    שלא יסדר שום אדם קידושין כ"א מי שנבחר. לרב או מו"ץ" בקהלתו" או מדינה או גליל

    זיי אזוי גיט טייטש מיר איבער די ווערטער אויף אידיש

    סקאטמאלען » 19/3/2010 03:53

    יוסף האסט א שטיקל פוינט וואס קענסטו אבער טאן אז דאס רוב סאטמארע חסידים אין קרית יואל גלייכן יא ר' אהרן'ען און זיי ווילן איהם דייקא יא אין קרית יואל,

    מעדשארעטי רולס!

    FiveBoro » 19/3/2010 04:36

    (אן אנטשולדיגונג פאר מיין אפוועזנהייט אייניגע שעה)

    משה'לע וויל וויסן "טייטש" אויף:
    שלא יסדר שום אדם קידושין כ"א מי שנבחר לרב או מו"ץ בקהלתו או מדינה או גליל

    גיימער לערנען פירוש ע"ט: שלא יסדר שום אדם קידושין אז קיין שום מענטש זאל נישט מסדר זיין א קידושין, כ"א מי שנבחר נאר ווער עס איז אויסגעוועהלט, לרב או מו"ץ אלס רב אדער מורה צדק, בקהילתו או מדינה או גליל אין זיין קהילה אדער זיין מדינה אדער זיין גלילות.

    פירוש רש"י... : קהילתו או מדינה או גליל, וואס זענען די הדרגה'ס? איז אזוי, "מדינה", זעהט אויס אז עס איז געווען אזא מושג אז איינער זאל זיין מרא דאתרא אין א גאנצע לאנד, "גליל" איז טייטש א שטאט וואס ענדיגט זיך נישט ביים שטאט, נאר עס איז א גאנצע גליל (דאס טייטש אז אויסער די שטאט איז אויך דא איינוואוינער [אידן], א שטייגער ווי קרית יואל). "קהילתו" ווייס איך נישט וואס ער מיינט, קען זיין אז די זעלבע דין איז אויך דא ביי א קהילה, דאס הייסט אז אין וויליאמסבורג למשל, אין די קלויזנבארגע זאל ברויך דער קלויזנבארגער מסדר קידושין זיין? ווייס איך נישט.
    לאמיר הערן וואס משה'לע זאגט.

    וואלןמה » 19/3/2010 04:46

    יא, אויב וועט אויסקומען א קיפוח פרנסה פארן קלויזנבורגער אויב ער וועט נישט מסדר זיין אין זיין זאל וועט טאקע נאר ער מעגן זיין די איינציגסטער מסדר קידושין! דעס איז וואס דער ר"ת זאגט און דעס פסקנט דער דברי חיים אז ווילאנג דער צווייטער רב איז נישט מקפח די פרנסה פונעם מרא דאתרא איז דער צווייטער מותר לשמש ברבנות, עי"ש יו"ד ח"א סי' נב  

    FiveBoro » 19/3/2010 04:50

    זיי מוחל מיש נישט.

    דער דברי חיים רעדט פון פרנסה, דער ר"ת האט געמאכט א חרם וועגן א תקנה בעניני קדושה (דאס איז נישט א איסור והיתר שאלה).

    moishe12 » 19/3/2010 06:10

     אההה קהילתו
    דארט ליגט עטץ באגראבען.
    אין די שרייסט מיט אזא פעסקייט ממזרים פסילים אין די קענסט אפילו נישט קיין טייטש אין דיין מראה מקום.
    די שעמסט דיך נישט צי רעדען אקעגען שארמאשער רב אין אקעגין סאטמארע דיינים וואס דער רבי האט אויפגענימען בשעת די קענסט אפילו נישט נאכזאגען א פשוט'ן טייטש די עם הארץ
    יעצט וועל איך דיר זאגען אן רש"י פשוט אין גראד.  
    שלא יסדר שום אדם קידושין. קיין שום מענטש זאל נישט מסדר קידושין זיין כ"א מי שנבחר לרב נאר טאמער איז ער אויסגעוועלט געווארען פאר א רב או מו"ץ אדער א דיין בקהילתו אין זיין קהילה או מדינה אדער אין זיין מדינה או גליל אדער אין זיין דארף.  
    אין ערגעץ דא זעט מען נישט אז דער שכן פינעם גליל אדער פינעם מדינה האט א רעכט אריינצירעדען אינעם אנדערעם'ס שכינות.
    בסך הכל שרייבט דער הייליגער רבי אז מען זאל נישט נעמען א פשוטע יוד פאר מסדר קידושין זיין נאר אז עס זאל זיין א רב אדער א דיין פין יענעם קהילה.
    אין דאס וועסטי מיזען מודה זיין אז בני יואל איז א עקסטערע קהילה זיין פארמאגען אלע ציגעהערען וואס א קהילה דארף צי האבען פין אנפאנג ביזען סוף ממלא האבען זיי ארעכט צי אויפנעמען זייער אייגענע רב אין אויך א דיין
    קימט אויס אז טאקע דארט ביי זיי מעגען אלע וואס בני יואל האלטען אז זיי זענען זייערע דיינים אין אלע וואס בני יואל האלטען אז זיי זענען א רב זיי מעגען מסדר קידושין זיין אין די נייע בני יואל זאל אין רא"ט טאר נישט זיין דארטען קיין מסדר קידושין
    אין טאמער יא איז עס א פסולע קידושין אין מען וועט מיזען מאכען א פנקס פאר די וואס האבען עם גענימען

    FiveBoro » 19/3/2010 06:48

    תשובה פאר משה'לע (די באָלד זענען מיינע תשובות)

    אההה קהילתו
    דארט ליגט עטץ באגראבען.
    עס איז נאך אן ערנסטע שאלה צו מיר זענען בכלל באגראבן, די שאלה איז נישט בלויז "וואו"...

    אין די שרייסט מיט אזא פעסקייט ממזרים פסילים אין די קענסט אפילו נישט קיין טייטש אין דיין מראה מקום.
    דו מיינסט טאקע אז איך שריי ממזרים (אייגנטליך האסטו פון מיר אזא ווארט ממזרים כלל נישט געהערט) אויף מיין אייגענעם דעת מיט מיין אייגענע פארשטאנד? איך בין טאקע נישט אזא מן הארץ ווי דיינע חברים דא, אבער עכ"ז, איך פסק'ן נישט אליין גארנישט. דער דיין פון די שטאט קר"י וואס איז נתמנה געווארן דארט דורך רביה"ק בעל דבר"י ז"ל, ער האט געפסקנ'ט אז ס'איז אסור, און אז אלע שארפע דברי הקדמונים זענען דא חל.

    די שעמסט דיך נישט צי רעדען אקעגען שארמאשער רב אין אקעגין סאטמארע דיינים וואס דער רבי האט אויפגענימען בשעת די קענסט אפילו נישט נאכזאגען א פשוט'ן טייטש די עם הארץ
    באלד וועל מיר זעהן ווער עס איז אן עם הארץ, שנית, ניין, איך שעם זיך נישט צו רעדן אויף ת"ח וואס זענען מסלף די הייליגע תורה, מיט'ן איינעם תירוץ אונטערצוברענגען דעם ר' אהרן'ען.

    יעצט וועל איך דיר זאגען אן רש"י פשוט אין גראד.  
    שלא יסדר שום אדם קידושין. קיין שום מענטש זאל נישט מסדר קידושין זיין כ"א מי שנבחר לרב נאר טאמער איז ער אויסגעוועלט געווארען פאר א רב או מו"ץ אדער א דיין בקהילתו אין זיין קהילה או מדינה אדער אין זיין מדינה או גליל אדער אין זיין דארף.
    א שיינע פשט אויף גליל. אלזא, זאגדשע, וויאזוי ווערט אנגערופן דאס וואס מיר רופן היינט גלילות? (אפשר קהילתו?...)

    אין ערגעץ דא זעט מען נישט אז דער שכן פינעם גליל אדער פינעם מדינה האט א רעכט אריינצירעדען אינעם אנדערעם'ס שכינות.
    זאלסטו וויסן אז די תשובה פונעם שבות יעקב (וואס די רבי צייכנט צו - וואו ער שרייבט אז דער רב [המסדר] איז נקטף געוווארן בדמי ימיו) איז אויך געווען אין אזא סארט גלילות (שכינות ווי דו רופסט עס.. דו לץ), און אזוי אויך אסאך אנדערע תשובות רעדן פון אזא מעשה.

    בסך הכל שרייבט דער הייליגער רבי אז מען זאל נישט נעמען א פשוטע יוד פאר מסדר קידושין זיין נאר אז עס זאל זיין א רב אדער א דיין פין יענעם קהילה.
    א שאד די רבי האט זיך מיט דיר נישט דורכגערעדט בעפאר. ווען יא וואלט ער אפשר אזוי געשריבן. למעשה שרייבט ער (בשם שבות יעקב) אזוי: אך שיעלה על "שום אדם" לסדר קידושין "בלתי רשות והורמנא" מן הרב המקובל מפי טובי העיר, חס שלא להזכיר, וכבר קמו וגו' ולבשו בגדי נקם להוסיף ולהריק חרב מנדנה, "החרם יחרימו" וירדנה, וגו' (!!!)
     
    אין דאס וועסטי מיזען מודה זיין אז בני יואל איז א עקסטערע קהילה זיין פארמאגען אלע ציגעהערען וואס א קהילה דארף צי האבען פין אנפאנג ביזען סוף ממלא האבען זיי ארעכט צי אויפנעמען זייער אייגענע רב אין אויך א דיין
    אזוי? הייסט אז דאס בויען א ביהמ"ד [מיט אלע צוגעהערן..] נגד המרא דאתרא, דאס איז מתיר צו מסדר קידושין זיין נגד המרא דאתרא? שיינע פשעטלעך! פשש! א קניפ אין בעקל. אבער, זאת התורה לא תהא מוחלפת: אלע גדולי דור הקודם האבן קלאר גע'אסר'ט צו עפענען א קהלה נפרדה אין קרית יואל!

    קימט אויס אז טאקע דארט ביי זיי מעגען אלע וואס בני יואל האלטען אז זיי זענען זייערע דיינים אין אלע וואס בני יואל האלטען אז זיי זענען א רב זיי מעגען מסדר קידושין זיין אין די נייע בני יואל זאל אין רא"ט טאר נישט זיין דארטען קיין מסדר קידושין
    אין טאמער יא איז עס א פסולע קידושין אין מען וועט מיזען מאכען א פנקס פאר די וואס האבען עם גענימען

    יעצט זעהט שוין אויס ווי דו ביסט שוין גארנישט קיין בחור'ל, ביסט א פשוטער ילד קטן. סארי פארן אנהייבן.

    FiveBoro » 19/3/2010 07:00

    וואלן מה, די ליצנות איז אין כמוהו! מיט וועם בין איך דא אין ווארט? מיט א פוסטער מן הארץ??

    איך האב זיך נישט געפוילט, איך האב נאכגעקוקט דעם תשובה אין דברי חיים, און וואס זאל איך דיר זאגן, כ'בין איבערצייגט אז דו האסט אין ד"ח נישט אריינגעקוקט. האסט עפעס געהערט פון א גוטער חבר א דבר חיזוק, און ביי לאנטש ביסטו געלאפן עס ארויפלייגן פארן ציבור צו ווייזן דאס חכמה.. שטימט?.

    פארוואס זאג איך אזוי? ווייל - נישט ערגעץ צווישן די ווערטער ליגט עפעס פארשטיפט א פירכה אויף דיין צושטעל, נאר פון "די ערשטע שטיקל" ביז די לעצטע, די שאלה און די תשובה, אלעס רעדט פון א מעשה ווי פאלגענד: עס זענען געוווען צוויי שטעט איינס לעבן דעס אנדערע, א עיר גדולה און א עיר קטנה, און די עיר קטנה האט נישט געהאט קיין עקסטערע מקוה וכדו', נאר א אייגענעם מו"ץ. איז געווען די שאלה צו דער מו"ץ קען זיך ערקלערן זעלבסשטענדיג. (און - ווי פריער געשריבן - רעדט ער נישט פונעם חרם דר"ת, ווייל דאס איז לכאורה נישט שייך ביי אזא פלאץ, ער רעדט נאר פון השגת גבול וועדן פרנסה) און ער איז ערנסט דן דערין. (דו הערסט ווערטער? די חברה לעבן אין אייגענעם שטאט געהעריג, דאך איז די שאלה גאנץ קאמפליצירט.) למעשה פירט ער אויס אז וויבאלד זיי זענען א עקסטערע שטאט פאר זיך קען מען עפ"י דין מקיל זיין, "אבער" עפ"י מנהג ברויך מען מחמיר זיין!

    יעצט פיר דו אליינס אויס...

    ===

    אגב: פון דעם דבר"ח האב איך שטארק נהנה געווען, קוק דארט אנהייב העסטו זעהן ווי ער ברענגט ארויס אז מיט דעם וואס זיי גייען זיך בויען אן עקסטערע מקוה וכדו', מיט דעם ווערן זיי נאכנישט אטאמאטיש אפגעטיילט פון יענעם מרא דאתרא, עיי"ש. ובנינו של משה'לע נסתר מכל הצדדים.

    וואלןמה » 19/3/2010 16:36

    ס'ווערט דערווייל נישט געברענגט ע"פ נגלה אז א דיין דמתא קען מבטל זיין תשובות פון דרויסענדיגע ווייל ער איז דא דער דיין, ס'ווערט יא געברענגט אז דער רב דמתא קען נישט אסר'ן אויף די צווייטע קהילה אחרי שהן קהילה בפני עצמן, אזוי פסקענט דער מהר"ם שי"ק און דער מהרש"ג פסקענט אזוי סיי ווען דער צווייטע קהילה האט זיך אפגעטיילט ע"פ הסכמת רבני המדינה, סיי אויב דאס אפטיילן וועט ברענגן א תכלית פאר די מחלוקת ווי ווען מ'איז צוזאמען, דעס איז צוויי באזונדערע תשובות און מהרש"ג און אפילו די ווילסט נישט אננעמן איין תשובה ווייל אין אמעריקא איז נישט דא א רבנישע קאנצעליי וואס מ'זאל קענען פרעגן זייער שטעלונג, ווערט אבער נאך נישט אפגעפרעגט די אנדערע תשובה וואס פארלאנגט נישט די הסכמת רבני המדינה אויב די סיבת החלוקה איז מ'זאל זיך מער נישט קריגן (עי"ש סי' ס"ח)
    דער תשובה פונעם שבות יעקב ווי דער רב המסדר איז נקטף געווארן בדמי ימיו, יענער מסדר איז נישט געווען א רב אויף א קהילה בפני עצמן

    ר' אהרן איז דערווייל נאך נישט אויפגענומען געווארן אין גאנץ ארענדש קאונטי, זייט וויסן דו גרויסער היסטאריקער אז דער גלילות אויף וואס ער פאררופט זיך מרא דאתרא איז פאר די אידן אין שכינות'דיגן סעווען ספרינגס, הער אויף מיט דיין טיפשות אז ר' אהרן איז מרא דאתרא פאר די גוים מיט די דאגי'ס אין וואודבערי פארשעם נישט דיין רבי 

    אלע גדולי הדור האבן קיינמאל נישט געאסרט און קענען נישט אסרן די קהילה נפרדה (מהר"ם שי"ק סימן ל"ד ול"ה), די בריוו פונעם עדה קענסט עס דא ארויפלייגן, איז א קריאה ואזהרה פאר דיר אז מ'זאל זיך נישט חברן מיט יענע מענטשן ער באציט זיך בכלל נישט אויף די קהילה זעלבסט אז זיי זענען אסור, אנדערש ווי די קהילה אין אוהעל האט געשריבן אויף די קהילה נפרדה איידער דער מהר"ם שי"ק האט געפסקענט אז ס'האט נישט קיין תוקף,

    וועגן דער ד"ח, דו גרויסער חכם דער גאנצער ר"ת איז וועגן השגת גבול און פון דעם רעדט דער מהרי"א וואס דער דברי חיים ברענגט אז כ"ז ס'נישט דא קיין קיפוח פרנסה מעג א צווייטער משמש זיין ברבנות דע פסק איז נישט נאר ביי א גרויסער מיט א קליינע שטאט, צופעליג איז דארט אויסגעקומען דער מציאות און דער ד"ח ברענגט דארט טאקע זיין ראיה פונעם מהרי"א וואס רעדט יא פון איין שטאט, דעס אז ער פירט אויס אז וויבאלד ס'איז א עקסטערע שטאט קען מען ע"פ דין מקיל זיין, דעס איז נאך א סיבה מתיר צו זיין ליתר שאת, ס'איז טיפשות צו זאגן אז דעס איז מכחיש די מהרי"א וואס רעדט יא פון איין שטאט
    בלאט: 1 2 3