ברעיקינג: מסע המלכות אפגעשטופט אויף חודש סיון
די פרעשור וואס ער האט געקריגן אין די לעצטע פאר מעת לעת איבער אינטערשרייבן שטרי ברורין איבער די סיכסוך אין בני ברק האט אום אזוי דיפרעסט און צוטראגן אז ער האט ממש מבטל געווען דעם גאנצן נסיעה!
WOW!!
סארא לעקציע: אין מספיקים בידו לעשות תשובה.
אט אזוי קראנט זענען דיינע אלע אנדערע תגובות..
הקהל את הקהל...
תלמידי רבינו...
שבת אין לעיקוואד...
שבץ נאך די וואלען אין ק"י...
ויואל משה שטאק...
נסיעה קיין מארוויד...
מוצ"ש גייט מהרז"ל רעדן "בענינים העומדים על הפרק"...
קבלת פנים קענסעלד וועגן ביטול תורה...
נסיעה... [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
= חלה דעקל
די נסיעה איז געקענסעלט געווארן אויף דערווייל צוליב די פרעשור וואס די זאליס האבן פונעם ירושלימער רב שליט"א, איבערהויפט וואס נעכטען מיטאג האט ער גערעדט צו ר' זלמן לייב אפען טעלעפאן, און אים קלאר געזאגט אז זיין געדולד האט געפלאצט, ער גייט שוין נישט ווארטען, און ער האט נישט וואס צו קומען קיין ירושלים פארן אונטער שרייבען שטרי בירורין, ער האט זייער שארף גערעדט צו אים, נאכדעם וואס די זאליס מאכן מיט אים פורים שוין חדשים לאנג.
אויך האט ירושלימער רב שליט"א געזאגט פאר אים, אין נאמען פון הרב וואזנער שליט"א אז די חילול ה' פון הליכה לבג"ץ ליגט אויף אים יעדע מינוט אין טאג, און ווילאנג ער גייט נישט ארויס פון בג"ץ און שרייבט אונטער שטרי בירורין איז ער א מחלל שם שמים, און ער גייט אים ח"ו נישט אויפנעמען ווען ער קומט אויף א"י.
ר' זלמן האט זיך דערשראקען צום טויט, קודם האט ער דערווייל אפגעשטיפט די נסיעה, און ער האפט אז ביז סיון וועט שוין עפעס פאסירען.
האט מען געבאקען א תירוץ פון א שוויגער....
זעהט אויס אז זיין שוויגער איז דער וואס גייט אין בג"ץ....
זאלי'ס צומישט: מארוויד שחט שוין 10 יארן מאסקאווי קאטשקע'ס
אין ליכט פונעם "שטר הסכם" - זאלי'ס מאכן נאר "פנימי" קבלת פנים.....
ר' חיים יושע צו זאליס: ביי ביי
אויפדעקונג! שטר הסכם צווישן וועד קבלת פנים און מנהלי המוסדות און ירושלים
רומער ! שארמאשער רב ציטערט פאר א סירוב
הקדוש ר' זלמן לייב פילעף קוקט אויף די אינטערנעט
שיעור ירושלימ'ער רב איז צימישט
נסיעות הולך לבג"ץ: בג"ץ בג"ץ בג"ץ
וועט רז"ל טיילן געלט אדער איז גאר א "בלאף"?
נבילה טורקי ביי מארוויד, באטור רב אסור'ט.
ליפא קרויס ברידער ארעסטירט אין קרית יואל
נעכטן אינעם דערנעבענדיגן אשכול:
[בילד – נישט אפגעהיט]
היינט: דוד46 ברעכט די נייעס אז די נסיעה איז אפגעשטופט....
איך געדענק נאך ווי דער קאלט בליטיגער זיידע האט ציריקגעהאלטען זיין הייליגע טאטע פין זיך באטייליגען ביי די בר מצוה פין זיין עלטסטע אין דאפעלטע איר אייניקעל ''אין וויליאמסבורג'' (דעמאלטס האט נאך אפי' נישט עקזיסטירט די ליצנות'דיגע אויסרייד ''קארט'' ס'נאך געווען פאר אלעם)
אין שפעטער ווען ער האט ציריקגעהאלטען דעם גרויסען זיידען פין כאטש באשיינען די חופה פין זיינע עלטסטע אין דאפעלטע איר אייניקלעך
אין נאך פילע אייניקלעך'ס חופה'ס סיי אין וומ''ס אין סיי אין ב''פ.
ר' זלמן טייערע דיין הייליגע טאטע איז שוין אין עולם האמת, אבער ער האט נישט פארגעסן פין זיינע הייליגע אין להבדיל פארדארבענע קינדער....
האסט א ברירה, גיי בעט אים איבער אין טו תשובה אויף דיין גזל אין חמס, אין רציחה אין מחלוקת.
די רעביצען פון ר' חיים הערש איז צוריק געפארען פאריגע וואך קיין ארץ ישראל
די מצב הבריאות פון די שוויגער איז שוין לאנג נישט געשמאק, ס'האט זעך גארנישט געטוישט היינט אדער נעכטען
קען שוין באלד באצאלען אלע מלמדים אין די מוסדות אין ארה''ק
אבער וואס טוט מען נישט מ'זאל נישט דארפען אינטערשרייבן שטרי בירורין
די אלע וועלכע האבען נישט גענומען COD זענען יעצט זייער נאך מער באזארגט אויב זיי גייען זעהן א רויטע גרייצער..
תוקן על ידי rebyankel ב- 08/02/2010 21:26:55
|
אפשר איז כדאי צוצגעבן א נאמען "מלכה" ע"ש די מסע ה"מלכות"??
קעגן אינטערשרייבן שטרי בירורין מיר געדענקן אלע ווען זיי האבען נעבעך אזוי מיעס מבזה געווען ר' עזיאו-ל פערלשטיין ע''ה אלעס ווייל זיי האבען נישט געוואלט אינטערשרייבען אז זיי גייען אינטערשרייבן שטרי בירורין
דארט האט מען שטארק מורא פאר אביסל טונט......
|
א נערישע פריוו צו פארדרייען די אשכול
דוד, די האסט במילא באקומען א אימזינסטע טיקעס, די שאדען איז נישט דייןס....
(פאר די רעקארד, א שאד פאר דיינע דמיונות, ב''ה דערווייל האט די בית השחיטה המהודרת נישט פארלוירן קיין ''איין'' קאסטומער, עפעס האט די גאס נישט אפגעקויפט ענקערע באבלערייען.....
די גאס האלט עפעס אז דער הייליגער נצי''ב אין דברי מלכיאל מיט הג''ר שמואל סאלאנטער ז''ל וכו' האבען יא געוויסט וואס זיי רעדן אפי' זיי האבען נישט געקוקט אויף די אינטערנעט....,)
|
לעצטענס העט איינער פארגלייכט נפל מיט רב_יונה איך מיין עס איז א גיטע צישטעל...
קודם קומט נפל אין לייקענט אז ער האט יעצט גערעדט מיט זיין שוואגער אין א"י אין עס איז נישט קענסילד...
נעכטען איז געוועהן א משפחה רידאקטער שבע ברכות בבית הגה"ק שליט"א אין קרית יואל. די ערשטע זאך קומט רב יונה אין
לייקענט צום סוף האט זיך אויס געשטעלט אז עס איז אמת געוועהן.... אויך די נסיעה קענסילד אויך אמת.
סיי רב_יונה סיי נפל ביידע באקען מעשות דא אויף היידפארק קודם לייקענט מען!!....
ביז ווען וועט מען דעמאלטס אפשטופן?
ווען איז די נעקסטע דעיט?
רעביאנקל
פאר די סיבה האט מהרז"ל ריזערווט זיין מאמע ביי זיך אין קעלער, ווארט נאר דעמאלטס וועט דאס זיין די תירוץ...
אנבעליוויבעל וואס א שוויגער קען אנמאכן
איי איי איי, מיר קוקט אויס אז דער וועט אזוי שנעל נישט פארן קיין א"י
די בזיונות פון זיין לעצטע נסיעה באגלייט אים נאך
מיט א פלאס פון א דיחוי פון אלע ערליכע רבנים אין א"י וואס לאזן זיך נישט פירן פון אים ביי די נאז
און זאגן אים אדער ארויס פון בג"ץ, אדער בלייב אויף דיין פלאץ
אויב האט איינער געהאט א ספק אין די קאנטראקט מיט די מוסדות, איז עס שוין קיין ספק
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/02/2010 16:31:57
| אכזבה גדולה בסאטמר: האדמו"ר מהרז"ל ביטל את ביקורו בארץ
למרות הכספים שהושקעו, ישיבות ההכנה שנערכו, ומערכת העיתון שכמעט ועברה לארץ, התאכזבו היום חסידי סאטמר וראשי העדה החרדית להתבשר כי האדמו"ר ביטל את 'מסע המלכות' בארץ, בשל מצבה הקשה של מחתונתו • הבר-מצווה יתקיים בארה"ב, והמסע עצמו - בסיוון יוסי כץ, בחדרי חרדים תאריך: 08/02/2010 21:42:00 |
כמעט הכול כבר היה מוכן לקראת ביקורו ההסיטורי של האדמו"ר מסאטמר, רבי זלמן לייב טייטלבוים, בארץ הקודש. הנהלת העדה החרדית, שסאטמר, על שני פלגיה, היא מזרימת-הכספים העיקרית שלה, כבר קיימה מספר ישיבות הכנה סביב קבלת הפנים ההיסטורית לאדמו"ר השני בממלכת סאטמר המפוצלת כיום לשניים.
חסידיו הרבים של האדמו"ר הרז"ל, המרוכזים בעיקר בירושלים, הקימו לפני מספר חודשים 'ועדה מכינה' גדולה, שתפקידה היה לארגן את כל פרטי 'מסע המלכות' של האדמו"ר בארץ. הוועדה כבר פרסמה הודעות רבות בנושא, הכינה שלטי קבלת פנים, רכבי פאר היצטרפו לשיירה הגדולה בה ייסע האדמו"ר, והזמינה אוהלי-ענק שיארחו את אירועי קבלת הפנים, ה'טישים', וגולת הכותרת - אירוע הענק לכבוד בר המצווה לנכד האדמו"ר, בן לבנו הרב חיים-צבי טייטלבוים, המכהן כרבם של חסידי סאטמר בירושלים.
אפילו מערכת העיתון 'דער איד', הנשלט בידי חסידי האדמו"ר הרז"ל מסאטמר ומשמש כבטאונה הרשמי של החסידות, שכרה קומת משרדים בירושלים, ורכשה ציוד יקר למערכת, מהמסד ועד הטפחות, בכדי ללוות ולסקר את ביקור האדמו"ר. צוות העיתון כולו רכש כרטיסי טיסה, בכדי להעביר את המערכת כולה לירושלים. העיתון היה אמור להיערך ולרדת לדפוס בירושלים, לכל אורך ימי הביקור שהוגדר כהיסטורי.
כאמור, הביקור אמור היה להתקיים לכבוד בר המצווה. בניגוד לאחיו הבכור, האדמו"ר רבי אהרן מסאטמר, מזה שנים רבות לא ביקר האדמו"ר הרז"ל בארץ הקודש, ובעצם, מעולם לא דרך על אדמתה כאדמו"ר. בי"ט באדר אמור היה להינתן האות, עם נחיתת המטוס הפרטי המיוחד של האדמו"ר בשערי ארץ הקודש, לקראת בר המצווה שאמורה הייתה להיערך בכ"א באדר.
היום קיבלו חסידי סאטמר בארץ הודעה שהכתה אותם בתדהמה: האדמו"ר החליט לבטל את הביקור. סיבת הביטול נומקה בכך שחמותו של הרב חיים צבי טייטלבוים, הרבנית ממקווא בורו-פארק שהיא סבתו של חתן בר המצווה, שוכבת בבית החולים במצב קשה מאוד. אימה של הרבנית, ישישה מופלגת בת 92, ביקשה מאוד כי מסיבת בר המצווה לנין תתקיים בארה"ב דווקא, והאדמו"ר לא יקיים את המסע לעת עתה.
הבקשה כובדה, והמסע כולו נדחה, לאכזבתם של החסידים בארץ ובארה"ב, שכבר הכינו כמעט הכול לקראת הביקור ההיסטורי.
בשל הנסיבות, יטוסו חתן בר המצווה, הוריו ובני משפחתו, לארה"ב, בכדי לחוג את בר המצווה באירוע ענק שיתקיים בכ"א באדר בשכונת ויליאמסבורג שבניו יורק, המשמשת כמרכזה של החסידות, ולא בארץ כמתוכנן.
על פי הודעה רשמית שפורסמה במרכזי החסידות, ביקורו של האדמו"ר בארץ נדחה לחודש סיוון.
הבשורה התקבלה היום בחוגי סאטמר בארץ, כמו גם בהנהלת העדה החרדית, באכזבה רבה. ההכנות הרבות שכבר נעשו נעצרו לחלוטין, למרות הכסף הרב שהושקע בהוצאתו לפועל של המסע הגרנדיוזי.
החסידים מתנחמים בכך, שהמסע לא בוטל כליל, ואם לא יקרה דבר בלתי צפוי, הוא יתקיים בחודש סיוון, לאחר חג מתן תורה.
|
אייזיק דאסקאהל האט מען די לעצטע געלאזט וויסען איבער די דורכפאל ער האט נאך געשיקט פאר 4 שעה צריק די מעסעזש Major progress in Yerishuliem to Kabulas Pnei Rabeiny after stormed meeting today with all famous Askunim and coordinators in EY. DTF soon. |
1. ווייל דער גאון האט איינגעזעהן אז ס'קען גורם זיין ביטול תורה
2. ווייל דער גאונ'ס שוועגערין - שוויגער פונעם צדיק'ל ר' חיים הערשעלע - איז פלוצים נישט געזונט געווארן
3. ווייל די שטערן-זעהערס זאגן פאר א שווערן וועטער
4. ווייל דער גאון וויל מאכן דער בר מצוה נעבן די מוטער הרבנית תליט"א לרפו"ש
אבער די ריכטיגע תירוצים זענען גוט באקאנט פאר יעדן:
1. ווייל די רבנים פון די העדה החרדית ובראשם דער גאב"ד ווארטן איהם אפ פאר'ן נישט וועלן ארויסגיין פון די בג"ץ
2. ווייל די רבנים פון בני ברק האבן צוגעזאגט צו מחרים זיין דעם באזוך אויב חתמ'עט ער נישט אויף בוררות בעפאר
3. ווייל די לאנדאנ'ער נגידים האבן פאריגע וואך אהיים געשיקט ר' חיים הערשעלע אן קיין געלט
4. ווייל דער גאון מיט שמואל קאמפאט קומען זיך נישט אויס מיט די מדרשים פון שבת פרה ס'גייט עפעס נישט
איך הער אבער אז די ירושלימ'ער מוסדות פלאנען אריינצושיקן א בריוו צו ר' זלמן אז טאקע ער קען נישט קומען א כפרה
אבער די געלט פאר די הצלת חינוך הטהור זאל ער יא שיקן זיי וועלן איהם אפלעקן פון דערווייטנס וויפיל מעגליך
ווי אויך האט מרן הגאב"ד ר' טובי' געשטורעמט אויף די קבלת פנים אנדרייערס בעת זיי זענען עם געקומען רעדן צו עם איבער פרטים פונעם קבלת פנים - אז ווילאנג דער ביק שרייבט נישט אונטער קיין שט"ב דאן וויל ער עם נישט זעהן פאר די אויגן און אזוי אויך אלע חברי הבד"ץ - און ס'נישטא קיין קב"פ און קיין שום מוסד וועט נישט אנטייל נעמען
דאס איז דברים כהווייתן
וואס האט נאר לעקסינגטאן געשריבן?
ר' זלמן וועט אונז נישט דיסאיפאנטען
ביז דערווייל האט דאס קינד שיין קאאפערירט!!
פארוואס דער יו"ר פון די קבלת פנים אפרים שטערן איז נעכטן נאכט ארומגעלאפן ביי די רבנים אין בני ברק
זעהט אויס אז נאך די שטרענגע תגובות וואס ער האט געהערט פון די רבנים האט מען באשלאסן צו מאכן בואו בשלום פון די גאנצע נסיעה און זאגן אז... ר' זלמן קען נישט זעהן א בר מצוה אן קיין באבע ער קען זיך נישט פארשטעלן אזא זאך
נעבעך זיי וועלן מוזן ווארטן אויף די קמחא דפסחא פון דער יו"ר קבלת פנים אפרים שטערן
לאזט איבער נעכטיגן א נאכט לכה"פ און דערנאך וועט מער רעדן ווייטער.
די זאליס זענען שוידערליך צישאסן. די יונגעלייט און ירושלים וועלכע לערנען שוין נישט קרוב צו צוויי חדשים יעדער איינער מיט א צוויטע ארבעט איינער מיטן ספר הזהב איינענר מיט וועד האש"ל איינער מיט די קבלת פנים איינער מיט זאליס אכסניה איינער מיט די בר מצצוה איינער מיט די געסט די בחורים מיט די קעסטלעך און טויערן בקיצור יעדער איינער מיט א אנדערע ארבעט...
און פלוצלינג טראךךךךךךךךך. די גאנצע בלאן האט געפלאצט..
עס בלייבט נאר צו ווינטשן:
המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים. ולא תוסיפו לדאבה עוד.
כ'האב נישט מורא געהאט אז איין רב וועט נתפעל ווערן פין זיין כח התורה (כ'האב געוויסט אז די גאס אין ירושלים וועט באשטעטיגען דאס וואס מיר ווייסען שוין לאנג),
כ'האב געווארט אויף די שיינע תורות פין די נסיעה מיט וואס מ'וועט זיך קענען אינערהאלטן
נאר די באבע תירוץ פארוואס מ'שטיפט עס אפ דאס איז שוין יא א 'זיסע'..........
פאר זיינע ילדים קען ער אלעס איינרעדן, קוק נאר ווי דוד שרייבט עס אזוי שיין.
נישטו ווער זאל לאכען.
יא! אז די רבנים זאגען מ'גייט דיך נישט אויפנעמן ווייל די קלאגסט אין ציוניסטישע ערכעות, דאן ווערט מען אזוי נאנט צו א 'באבע'......
אין מ'קען נישט פארען!
(ווערט נישט איבעראשט אויב איר וועט הערן אז די באבע פילט שוין נישט גיט פאר עטליכע חדשים אין ''היינט'' האט זיך די מצב גארנישט געטוישט, אין אפי' יא, שטיפט מען נישט אפ פאר דעם אזא געהויבענע פראפגאנדישע מסע, נאכדערצו ווען דא ליגט שוין אזוויפיל געלט)
|
געשמייכלט.