היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעיקינג: מסע המלכות אפגעשטופט אויף חודש סיון

ברעיקינג: מסע המלכות אפגעשטופט אויף חודש סיון

87 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2755017
בלאט: 1 2

אדמיראל » 9/2/2010 02:45

ס'איז באמת צום לאכן וואסערע כוחות דער פיקטשער רבי האט אריינגעלייגט אין פאמפע ד'ראמפע. אזוי איז עס ווען א רבי פארקויפט גארנישט חוץ לעלוס.

חסידיו הרבים של האדמו"ר הרז"ל, המרוכזים בעיקר בירושלים, הקימו לפני מספר חודשים 'ועדה מכינה' גדולה, שתפקידה היה לארגן את כל פרטי 'מסע המלכות' של האדמו"ר בארץ. הוועדה כבר פרסמה הודעות רבות בנושא, הכינה שלטי קבלת פנים, רכבי פאר היצטרפו לשיירה הגדולה בה ייסע האדמו"ר, והזמינה אוהלי-ענק שיארחו את אירועי קבלת הפנים, ה'טישים', וגולת הכותרת - אירוע הענק לכבוד בר המצווה לנכד האדמו"ר, בן לבנו הרב חיים-צבי טייטלבוים, המכהן כרבם של חסידי סאטמר בירושלים.

אפילו מערכת העיתון 'דער איד', הנשלט בידי חסידי האדמו"ר הרז"ל מסאטמר ומשמש כבטאונה הרשמי של החסידות, שכרה קומת משרדים בירושלים, ורכשה ציוד יקר למערכת, מהמסד ועד הטפחות, בכדי ללוות ולסקר את ביקור האדמו"ר. צוות העיתון כולו רכש כרטיסי טיסה, בכדי להעביר את המערכת כולה לירושלים. העיתון היה אמור להיערך ולרדת לדפוס בירושלים, לכל אורך ימי הביקור שהוגדר כהיסטורי.



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 09/02/2010 02:49:48

ארגינעלער » 9/2/2010 02:57

קאמפאט שעלט אוועק, ער האט דעם תלמוד חכם אריין גע'האמער'ט אין קאפ אריין תורות פאר יענע וואך
אין יעצט מיז ער דעם תלמוד חכם אריין באכאנען פרישע תורות אין קאפ אריין .

בלומבערג » 9/2/2010 14:37

יעקב_בער1 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די צווייטע RECALL און אפאר וואכן, קודם איז עס געווען "קרית יואל'ע דאקס". און יעצט איז עס די  "ווילאמסבורגע באק"


יצחק שטיין האט אוועק געשיקט צי א לעב ס'איז צוריק געקומען א ס'איז טאקע א באק

rebyankel » 9/2/2010 17:50

איין זאך איז זיכער
מענטשן רעדן מער פין די קענסעלעישאן / אפשטופינגט דורךפאל
אסאך מער ווי מ'האט געדרעדט פין זיין קומען...

ער האט געמאכט אזא קינדערישע באמבאסטישע קאמפייין, אז ער איז יעצט נעבעך די גענאר אין שטאט, איבעראל ווי עס הענגן נאך די באמבאסטישע צעטליך זענען דא קופקעס אין האלטן זיך אינטער
יעדער פרעגט מיט נייגער וועמענן'ס שאדען וועט זייט די צענדליגע טויזענטער וואס מ'האט שוין געפאמפט פאר די מסע הילדות

נעבעך!

הגאון ר' יוסף חיים זאנענפלעד ז''ל זיך בארויגען בעולם העליון אז מ'גייט נישט ניצן זיין יומא דהילולא פאר א קינדערישע פראפאגאנדע פין די הולכים לערכעות ומסלפים.

בלומבערג » 9/2/2010 18:35

דאס איז קלאר אז הרה"ק ר' יוסף חיים זאנפעלד זי"ע האט זיך געמיט אויבן אין הימעל אז דער פרץ גדר זאל זיך אויף אים נישט אן לייגן, דער קדוש וואס האט אזוי וויי געטיען די ציונים אין געבלוטיגעט א גאנץ לעבן.
 
זאל יעצט דער בג"צ'ניק וואס איז א פרץ גדר אנקומען אויף ארץ ישראל מיט א גאנצע טאראראם
אין נאך מיט דעם הלייגען ירושלימער רב ז"ל נאמען.

מען זעט קלאר ווי זיין גאנצע חולם איז געווארן צינישט ווייל ער האט געטשעפט א הייליגען יוד.

ניין ניין ניין די וועלט איז נישט הפקר.

rebyankel » 9/2/2010 19:39

די זיסטע פין אלעם
ווי מ'קען  זעהן, כדי צו זיין א זאלי'ס דארף פעלן אביסל איי קיו  (א חוץ דעם וואס מ'דארף זיין זייער פארביסען)

אלע קעלבעך קויפן אפ די 'באבע' תירוץ אז מ'גייט 6 וואכען פריער אפמאכען אהער צו ברענגן א בר מצוה וועגן א 'באבע', נאכדעם וואס מ'האט שוין געספענט רבבות דאללארן פאר די מסע הילדות
מ'דארף זיין א נער'ישע זאלי'ס אפצוקויפן די נערישע תירוץ.

איר ווייסט אפשר פארוואס ער האט נישט אהערגעברענגט זיין ליפא'לע'ס בר מצוה ''צו די זיידע אין באבע''????? פארוואס דעמאלטס האט ער געפראוועט א גרויסע בר מצווה אין ירושלים, אין נאך גערופן די גאנצע משפחה בראשות רבינו שליט''א?

די מער אויפגעקלערטע זאלי'ס וואס לאזען זיך נישט פארנארען,  זיי טענה'ן אז זיי ווייסען אז די עכטע תירוץ איז די געלט..... אין אמעריקא איז נישט אריינגקומען קיין געלט, ווייטער אין לאנדאן האט זיין בנו הגדול נישט אויפגעטריבן ציפיל מער ווי די שפעזן.

אבער לאמיר אביסל בעסער אריינקוקען, קודם זאגט ער פאר די פרעסע אז ער גייט אפרופן די קבלת פנים אין 'כיכר השבת' (לאכט נישט: וועגן ביטול תורה) אין ער גייט עס מאכען אויף א פריוואטע פארנעם.
אין א טאג נאכדעם רופט ער אפ די גאנצע נסיעה.......

עס איז פשוט ער האט מורא פין 2 ווערטער ''שטרי בירורין''...........
זעהט אויס אז ירושלימער רב שליט''א מיט די בני ברק'ע רבנים האבען דאס מאל געזאגט עד כאן!
קענסט נישט קומען ווי א שיינע יוד  ווען די האלטס אפען א קלאגע אין ציוניסטישע ערכעות.

די ציונים מיט די זאלי'ס באוויינען עס (אפשר די מוסדות וואס האבען געמיינט זיי גייען באקומען 36 פאר יעדע קינד אויך) אבער ירושלמער יודן האלטען זיך אינטער מיט דעם אלטען ווערטל
פארשטינקע פיש געגסן אין פין שטאט ארויסגעווארפען (נאך פאר'ן אנקומען)

רבי_יונה » 9/2/2010 20:49

ווי אזוי זאגט די וועלט די שוויגער איז אלעס שולדיג....

נעבעך די זאליס שרייען און קוויטשען מיט אלע כוחות שוויגער... שוויגער... שוויגער...

זיי פרובירען מיט אלע כוחות מסביר צו זיין, און איין רעדן יעדעם זייער קינדערישע באבע ליגענט אז עס האט נאר מיטן שוויגער.... גארנישט מיט בג"ץ! בג"ץ ארויס....!

די ווארט בג"ץ...!! איז פאר די זאליס ווי דער טויט!

ווי מען טרעפט היינט א זאלי זינגט ער שוויגער... באבע... שוויגער... באבע...

באבע שנגח את השוויגער טריי ריי ריי ראם...

גראדע אפאר נקודות.

1) די הייליגע שוויגער פון וואס מען רעדט איז שוין ביטער קראנק פאר 5 חדשים.

2) אז די שוויגער איז קראנק שוין 5 חדשים דערמאנט מען זיך נישט 3 וואכן פארן נסיעה.

3) מאנטאג נאכט א טאג נאך די בר מצוה וואס האט געדארפט זיין אין ירושלים, קומט פאר די חתונה פון לעמבערגער אין בני ברק אין וויזניץ ביהמ"ד, ווי די הייליגע שוויגער איז די זעלבע באבע, די חתונה האט מען בכלל נישט אפגעשטיפט.

זעהט אויס אז פאר די שוויגער האט מען נישט דערציילט...

4) אז מען זארגט זיך אזוי אויף א קראנקע באבע זאל זיין ביי בר מצוה, טא ווי איז די קראנקע באבע הרבנית הצדיקת תליט"א לרפו"ש, וואס וואוינט ביי רז"ל אין בעסימענט, פארוואס האט מען זיך נישט געזארגט אז זי וועט נישט זיין ביי די בר מצוה?

זי איז דא חי' שרה שוויגער.... ווי איז חי' שרה פארוואס שרייט זי נישט שוויגער...?

5) זייט ווען איז א באבע א גאנצער מחותן ביי א בר מצוה...? א בר מצוה איז נישט ווי א חתונה וואס איז דא א חתן כלה, גייט אפשר די שוויגער זיצן אויבן אן ביי די מענער ביי די בר מצוה דא אין ווילי?

6) אז מען דארף זיין מיטן שוויגער... באבע טא פארוואס זיצט איצט ר' חיים הערש מיט זיין ווייב אין ירושלים מיט די פיס אין די הייעך, און זענען נישט מיט די הייליגע שוויגער איצט אין אמעריקא?

7) און ווי אויבן דערמאנט ווען רז"ל האט געמאכט בר מצוה אין ירושלים, האט ער נישט געברענגט די בר מצוה קיין אמעריקא אז די זיידע און באבע, מרן ברך משה זי"ע, והרבנית תליט"א זאלן קענען זיין אויף די בר מצוה! איז די ברך משה זי"ע והרבנית תליט"א נישט אזוי חשוב ווי די איצטיגע שוויגער באבע?

ווייל די ברך משה איז נישט געווען רז"ל שוויגער....

אבער די תירוץ ווייסט דאך יעדע די גאנצע שוויגער איז א נערישע באבע מעשה, צו פארדעקן די בג"ץ...!!!

אזוי ווי אלע רבנים ובראשם מרן גאב"ד ירושלים שליט"א, ובפרט די רבני בני ברק ובראשם פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט"א, האבן קלאר געשטעלט אז ווי לאנג די הולך לבג"ץ גייט נישט ארויס פונעם טמא'נעם בג"ץ און שרייבט אונטער שטרי בירורין, גייען זיי אים נישט אויף נעמען.

נאכדעם וואס אפרים שטערן איז ארום געלאפען אין בני ברק זינטאג צו אלע רבנים, זאגענדיג אז מען גייט בקרוב אונטער שרייבען שטרי בירורין, נאר מען ווארט אויף דעס און יענץ, בקיצור מען גייט אונטער שרייבען נאך פסח..., נאך די נסיעה... האבן אים אלע רבנים קלאר געזאגט אז עס נישט דא וואס צו רעדן, נאר פאר ער קומט אויף א"י דארף ער אונטער שרייבען אז נישט זאל ער אין דער היים בלייבען ווייל דא וועט ער בזיונות האבן.

זעהענדיג דעם בראך אז דא האט מען צו טאן מיט ערענסטע רבנים, נישט קיין שוחד נעמערס און ממליחה ואילך'ס, האט מען געמיזט צוריק ציען די נסיעה, מיטן תירוץ פאר די אינגעלעך שוויגער....

שוויגער איז אין אידיש טייטש בג"ץ...!!!

איצט מיט א שמייכעל....

געוואלד...

וואס וועט זיין מיט די בג"ץ ריכטערס וואס וועלן זיך נישט קענען באטייליגען ביי די בר מצוה ווייל עס גייט זיין אין ווילי...

צוריק מיט די בר מצוה קיין ירושלים....


תוקן על ידי רבי_יונה ב- 09/02/2010 21:05:57

רבי_יונה » 9/2/2010 23:43

שוין לאנג נישט געלאכט אויף אזא גוטס

דאס שרייבט אונזער טאהש נפל אין בחרדי חרדים איבער די התקשרות פון רז"ל צום הייליגע שוויגער באבע

לא 'כולם' מגיבים בצחוק. אדרבה אלו שמכירים את מהרי"י אפילו קצת מקבלים בהבנה את המהלך וזו משקיף האישיות שלו, הוא אדם עם מידות מקסים, ובהחלט מסוגל לדחות 'ביקור כבוד' בגלל בקשת סבתא של הבחור (אגב היא גם גיסתו של האדמו"ר) שהינו 'אלמנה' וחולה ורוצה להשתתף, וההשתתפות אינו אפשרי רק אם הבר מצוה מתקיים בניו יארק. אמת שלחסידי מהר"א זו חידה כי אצל רבם לא רואים דברים כאלו כי אצלם 'כבוד החסידות' הינו החשוב ביותר לפני סבתא. משא"כ אצל מהרי"י שלצד מנהיגתו הוא גם 'בן אדם' וגם 'בן אדם נחמד'.

משנכנס אדר מרבים בבאבעס...

נפל » 10/2/2010 00:02

שוידערליכע נייעס:

די נסיעה איז נישט בטל, עס איז נדחה צו חודש סיון!

rebyankel » 10/2/2010 00:04

רבי_יונה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שוין לאנג נישט געלאכט אויף אזא גוטס

דאס שרייבט אונזער טאהש נפל אין בחרדי חרדים איבער די התקשרות פון רז"ל צום הייליגע שוויגער באבע

לא 'כולם' מגיבים בצחוק. אדרבה אלו שמכירים את מהרי"י אפילו קצת מקבלים בהבנה את המהלך וזו משקיף האישיות שלו, הוא אדם עם מידות מקסים, ובהחלט מסוגל לדחות 'ביקור כבוד' בגלל בקשת סבתא של הבחור (אגב היא גם גיסתו של האדמו"ר) שהינו 'אלמנה' וחולה ורוצה להשתתף, וההשתתפות אינו אפשרי רק אם הבר מצוה מתקיים בניו יארק. אמת שלחסידי מהר"א זו חידה כי אצל רבם לא רואים דברים כאלו כי אצלם 'כבוד החסידות' הינו החשוב ביותר לפני סבתא. משא"כ אצל מהרי"י שלצד מנהיגתו הוא גם 'בן אדם' וגם 'בן אדם נחמד'.

משנכנס אדר מרבים בבאבעס...


זעהט אויס אז דעם אייגענעם טאטען מעג מען מאכען ללעג ולקלס אבער פאר'ן שוויגער האט מען דרך ארץ (עכ''פ אויף היידפארק)

רבי_יונה » 10/2/2010 00:11

שוויגער נייעס:

די נסיעה האט זיך פאר באבעט... און עס איז פאר נפל'ט געווארן...

ערענסטער » 10/2/2010 01:08

די נסיעה קיין ארץ ישראל גייט געהעריג אן (געהערט פון מיין שוואגער)

רעכטער » 10/2/2010 02:23

די עזות פנים'ער זענען צובראכן אויף שברי שברים פון אזא וויסטן דורכפאל.

מ'האט שוין אנגעגרייט אלעס פונעם קלענסטן ביזן גרעסטן, אריינגערעכנט די הייד פאר ספינער, און פלוצלינג, בומס! א נאדל אינעם זייפן בלאז.

אלעס בלויז כדי נישט צו אפטרעטן פונעם ציוני'סטישן בג"ץ.

א שטארקער מוסר השכל אויף קאפויער, וויאזוי א איד ברויך זיך אויפירן צו אויספירן דעם רצון הבורא.

allgood1s » 10/2/2010 02:40

געהערט פון אן "אינסיידער" (נישט ממש נאר א שוואגער זיינער) אז אלעס גייט ווייטער ווי געפלאנט נאר היות רז"ל האט פיינט דאס גאנצע ברבובתינו... האט מען אויף זיין פארלאנג ארויסגעלאזט א שם אז עס איז געקענסעלט, אבער באמת גייט ער יא נאר עס גייט זיין פנימי אן קיין טראסק...

אפשר_דאך » 10/2/2010 18:24

איך פארשטיי ענק אינגאנצן נישט.

אויב איז ריכטיג אז די סיבה פארוואס ער איז נישט געפארן איז צוליב דרוק פון די רבנים אז ער זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין, וואס גייט געשען חודש סיון? גייט ער דאן יא אונטערשרייבן שטרי בירורין? אויב אזוי וואס שרייבט ער נישט יעצט אונטער און פטור אן עסק?!

נאכמער, וואס גייען ענק פארקויפן ביי זיין נסיעה אין חודש סיון אויב די רבנים גייען אים דאן יא אויפנעמען, ווי ערווארטעט?!

allgood1s » 10/2/2010 18:32

און וואס גייען זיי פארקויפן אויב גייט ער נישט סיון?

וואס גייט זיין די מצב מיטן שוויגער סיון?

נפל » 10/2/2010 18:43

די שוידערליכע נייעס אז די נסיעה איז נישט בטל, ווערט באשטעטיגט דורך מהרז"ל'ס גרעסטע שונא דער וועלכער האט געסטראשעט אז ער קומט נישט צום קבלת פנים וכו'  (=דער גאב"ד בכבודו ובעצמו). און נאך דערצו שרייבן זיי "ארץ הקודש לבשי עוזך"

[בילד – נישט אפגעהיט]

פארגרעסערט


[בילד – נישט אפגעהיט]

(לויט ווי מען שמועס יעצט גייען די אהרוינים עפענען א אייגענע "העדה")

שמואל, שמע נא לי ואעצך, שיק שוין ארויס דעם מעסעדש אז הגז"ל האט זיך מתחייב געווען אינטערצושרייבן דעריבער וועט אים די עדה יא אויפנעמען... לייג צו א נ.ב. אז אויב וועט הגז"ל נישט איינהאלטן דעם הסכם וועט די "עדה החרדית" מער נישט עדווערטייזן אין "דער איד". איך האלט אז די ספין וועט זייער גוט ארבעטן).

rebyankel » 10/2/2010 18:49

נפל
ווי קען מען דיך מנחם אבל זיין?

די טרייסט דיך מיט חלשות, כ'וויל דיך טרייסטען מיט גיטע סחורה

נפל » 10/2/2010 18:51

לאכט נישט!

די עדה וועלכע האט זיך געפלאנט נישט משתתף צו זיין ביים קבלת פנים פאר "מסרב לדין" האבן גאר א אייגענע "וועד קבלת פנים" פארן "מסרב לדין"...

נ.ב. יאנקל באמת שיין פון דיר אז בעצם ימי אבליך ביסטו גרייט מנחם אבל צו זיין א צווייטן, ממש אוועק קוקן פון דיינע אייגענע יסורים...

allgood1s » 10/2/2010 18:52

וויאזו האט נאר יענער געזאגט "אין ירושלים ווייסט מען נישט דערפון"...

rebyankel » 10/2/2010 19:02

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
לאכט נישט!

די עדה וועלכע האט זיך געפלאנט נישט משתתף צו זיין ביים קבלת פנים פאר "מסרב לדין" האבן גאר א אייגענע "וועד קבלת פנים" פארן "מסרב לדין"...

נ.ב. יאנקל באמת שיין פון דיר אז בעצם ימי אבליך ביסטו גרייט מנחם אבל צו זיין א צווייטן, ממש אוועק קוקן פון דיינע אייגענע יסורים...


יעצט גייט זיך יעדער איינרעדן איז די פראפגאנדע ווערט טאקע געפירט דורך די עדה

פינקט גיט פאר אזעלכע קעלבעך ווי דיר וועלכע זאגען נעבעך איבער די שוויגערישע באבאע תירוץ...

allgood1s » 10/2/2010 19:04

זאג נאר נפל מיט וועלכע "וועד קבלת פנים" ביסטו גיט?

דרך אגב זענען זיי ליסטעד אין דיין טעלעפאן בוק???

לעקסינגטאן » 25/2/2010 14:20

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יעצט באשטעטיגט, די נסיעה איז 'טעמפארערי' אויף האל"ד צוליב די מצב ביי די שוויגער פון ר' חיים הערש. אויב וועט זיך די מצב בעסערן אדער רח"ל... וועט די בר מצוה יא זיין אין ירושלים און די נסיעה וועט יא זיין



נפל וואס איז געבליבן

מישמאש » 25/2/2010 16:36

יא! די נעסע מסע, איז די דשאויק אוו דע יער!!!!

ווען א זאלישעל, דרייט מיר א קאפ, פרעג איך אים וועגן די נעסע מסע און ער ווערט תיכף פארשווינדען פונעם האריזאנט,

איזראלי » 25/2/2010 17:55

אזוי ווי יוסף90 רופט זיך דער איז דער סעקראטאר פון די עדה חרדית האט ער אויף געשטעלט א ועד קבלת פנים פאר'ן הגז''ל .

נפל » 25/2/2010 18:00

זעט אויס אז הגז"ל האט זיך דערשראקן פון די חאלאטלעך אסאך מער ווי פון דעם גאב"ד, ער ווער שוין אין זיין לעבן נישט פארן אויף ארץ ישראל

מישמאש » 25/2/2010 18:08

יא! דער טאהשער נייפעלע, קען זיך נאך נישט בארהיגען, פון די כאלאטלאך, די אויגן גלייזען זיך אים נאך אלס פון די כעס אויסברוך, וואס האט אים באנימען, ווען ער האט געזען דא אויפן פארק די מעשה מיט די כאלאט'ן,

נייפעלע זע טאהש קודש זאל עס נאך מאכען, מיט די ווערטער לאוין ארויס פון שטעטעל, אדער פארקערט ראטמאן ארויס פון שטעטל איך דאך נישט פון וועלכע פראקציע די ביזט!

נפל » 25/2/2010 18:12

די האסט א גרויסע טעות! איך ווייס שוין אז ענקער מעשיות דא אויף הייד פארק האבן קיין קשר מיט מציאות.


תוקן על ידי נפל ב- 25/02/2010 18:15:57

מישמאש » 25/2/2010 18:14

דער נער זאל ארויס גיין פון מקווה!

מישמאש » 25/2/2010 18:22

נפל כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
די האסט א גרויסע טעות! איך ווייס שוין אז ענקער מעשיות דא אויף הייד פארק האבן קיין קשר מיט מציאות.


תוקן על ידי נפל ב- 25/02/2010 18:15:57




איז דא נישט פריער געשטאנען בזה''ל ''אויב מיינסטו מיך דאס האסטו
 האסט א גרויסע טעות! איך ווייס שוין אז ענקער מעשיות דא אויף הייד פארק האבן קיין קשר מיט מציאות.????????

פארוואס האסטו פאראכטען?

נפל » 25/2/2010 18:56

די פראבירסט צו פארלייקענען אז די האסט גערעדט צו מיר דירעקט? דא האסטו, נער בלייבט נער

מישמאש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
יא! דער טאהשער נייפעלע, קען זיך נאך נישט בארהיגען, פון די כאלאטלאך, די אויגן גלייזען זיך אים נאך אלס פון די כעס אויסברוך, וואס האט אים באנימען, ווען ער האט געזען דא אויפן פארק די מעשה מיט די כאלאט'ן,

נייפעלע זע טאהש קודש זאל עס נאך מאכען, מיט די ווערטער לאוין ארויס פון שטעטעל, אדער פארקערט ראטמאן ארויס פון שטעטל איך דאך נישט פון וועלכע פראקציע די ביזט!


קיינער מאכט נישט "נאך" איר האט לכתחילה נישט געמאכט, סך הכל וואס איר האט יא געמאכט איז א געבעקס אויף הייד פארק, און כדי עס זאל אויסזען עטוואס אמת האט איר נאך צוגעבאקן אז מען האט גע'גנב'עט דערפון... סיי ווער עס דרייט זיך אויף הייד פארק פאר עטליכע וואכן כאפט שוין אויף ענקער מהלך

לעקסינגטאן » 25/2/2010 19:43

א בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער

[בילד – נישט אפגעהיט] 





[בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי לעקסינגטאן ב- 25/02/2010 19:43:32

rebyankel » 25/2/2010 20:13

לעקסינגטאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
א בילד רעדט מער פון טויזענט ווערטער

[בילד – נישט אפגעהיט] 




פארוואס האט עס משה פרידמאן נישט אינטערגעשריבן
כ'הער אז משה איז געווען דער וואס האט געהייסען זיכען א באבע מעשה

נפל » 25/2/2010 20:41

יא. משתמש מיט קאמפאט רייסן זיך ביי די נעז... זיי ממשיך

ארגינעלער » 14/4/2010 02:03

ווען איז די נסיעה ?

ביבער » 23/4/2010 22:10

[בילד – נישט אפגעהיט]

עירהתורה » 30/5/2010 15:44

ערשטע יאר צייט דעם קומענדיגן מיטוואך כ' סיון פון מסע המלכות...
בלאט: 1 2