היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » אין ליכט פונעם "שטר הסכם" - זאלי'ס מאכן נאר "פנימי" קבלת פני...

אין ליכט פונעם "שטר הסכם" - זאלי'ס מאכן נאר "פנימי" קבלת פני...

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2754952

לעבעדיגער » 8/2/2010 18:34

אין ליכט פונעם "שטר הסכם" - זאלי'ס מאכן נאר "פנימי" קבלת פנים.....
אוי טוט עס וויי!

נאכדעם וואס עס איז ארויסגערינען אויף די גאס די "שטר הסכם" צווישן די וועד הנסיעה פון רז"ל און די מנהלי המוסדות אין ירושלים איבער מאכן א גרויסער קבלת פנים פאר זייער רבין רז"ל און די בזיונות איז געווען עד אין לשער האבן די זאלי'ס גענומען א צווייטע מהלך.

זיי האבן אריינגעלייגט יעצט פריש אין די איזריעלי צייטונגען אז אזוי ווי רז"ל וויל נישט מאכן קיין ביטול תורה (העי, וואס לאכסטו?) וועט די קבלת פנים און בר מצוה זיין "בלויז פנימי"......


ליינט און האט הנאה!

[בילד – נישט אפגעהיט]

דוד46 » 8/2/2010 18:36

איך זאג דיר אויס א סוד, אבער האלט עס ביז מארגן...

מארגן גייט שטיין אין די צייטונגען אז דער גאנצער באזוך איז פשוט נישט אמת...

דער סאטמארער רבי שליט"א קומט נישט קיין ארץ ישראל... 

נפל » 8/2/2010 18:37

אינטערסאנט אז די זאליס וואס האבן דאס אריינגעלייגט אינם צייטונג האט זיך נישט געשעמט צו שרייבן אז די "פנימי" איז נאר וועגן א פאלשע צעטל פון די אהרוינים אויף הייד פארק...

רעכטער » 8/2/2010 18:41

שוין, די געים הייבט זיך שוין אן.

פאראלעל » 8/2/2010 19:04

נארהאפטיק!!!!

איצט קען שוין פארשטיין פארוואס ר' זלמן לאזט נישט שרייבן אויפן פארק!

הייד פארק, האט אים געצווינגען אפצוריפען זיין ''פייערליכען קבלת פנים'' אויף וואס ר' זלמן לעכטצט שוין א לאנגע צייט!

SatmarBum » 8/2/2010 21:32

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך זאג דיר אויס א סוד, אבער האלט עס ביז מארגן...

מארגן גייט שטיין אין די צייטונגען אז דער גאנצער באזוך איז פשוט נישט אמת...

דער סאטמארער רבי שליט"א קומט נישט קיין ארץ ישראל... 



לויט ווי עס זעהט אויס האבען שוין די זאליס געזעהן נעכטען אז עס איז צרות די שטר הסכם איז ארויס געקומען
די גאנצע באזוך איז בטיל.... אבער קודם האט מען עס אפגעשיפט א טאג.... וויל טאמער מעלד מען עס נעכטען
זעהט יעדער קלאר די פלאפ... אבער היינט האט דוד ארויס געגעבען די נעכטיגע נייעס מיט א באבע תירוץ...
די באבע איז קראנק אין צילוב דעם איז נסיעה גאר אפגשטיפט אויף סיון...
(קודם שטיפט מען עס אפ א טאג... נאך דעם אפאר חדשים....)