די זאליס זענען כסדר ביזי רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש רבי לייבוש און רבי לייבוש..?
איי וואס רבי לייבוש...?
רבי לייבוש זאגט אז רז"ל איז א קדוש... און ר"א א קליפה... די אהרונים זענען מוסרים... ער לאזט גיין אין בג"ץ... ישראל חיים מנשה רב אין אין ירושלים... די אהרונים זענען טמא פוי... אזש אז די לעצטע 2 וואכן שלאפט נישט רבי לייבוש וועגן די סוער אין קרית יואל...
איין מאל האבן זיי אפילו אזא מעשה געהאט, אז דער ברך משה האט זיך געבעטען ביי רז"ל זאל ווערן רב אין ווילי, אבער רז"ל האט בשום אין אופן נישט געוואלט, רבי לייבוש האט אים געקאלט אז ער מיז עס אנעמען, תיכף האט ער עס אנגענומען...., די זאליס זענען מסכים אז רז"ל זאל אפילו זיין א מחוצף פאר זיין טאטע... אבער אבי רבי לייבוש האט געזאגט...
אזוי האבן זיי יעדן טאג געבאקן פרישע מעשות רבי לייבוש אהער און רבי לייבוש אהין...
איי די מחלוקה אין סאטמאר איז שוין 10 יאר, קיין אות אחת פון רבי לייבוש האט מען נישט געהערט, טראץ די שרעקליכע פרעשור וואס די זאליס האבן געלייגט אויף רבי לייבוש, איבערהויפט אז ער זאל אונטער שרייבען קעגן די געריכט בהיתר בין דין וואס די אהרונים האבן געפירט, אבער 00000000000 גארנישט, קיין ווארט נישט געהערט..! קיין חתימה...! קיין בריוו...! קיין אלו שהשתתפו..! גארנישט.
נאר פונקט קאפויער, רז"ל פארט אויף אנטווערפען, ער גייט באזיכן רבי לייבוש ער נעמט אים אויף פאר גאנצע 5 מינוט, און ער זאגט אים אז ער זאל זעהן אז בית רחל אין אנטווערפן וואס שטייט אונטער מרדכי שטויבער, זאל אויפהערן נעמען געלט פון די מדינה, רז"ל ריפט זיך אן נא אפשר קומט איר מיט מיר נאך געלט דערפאר אין לאנדאן, אמעריקא, וכו', רבי לייבוש קוקט אים אן ווי פון דער לבנה אראפ געפאלען, און זאגט זיך אפ, און זאגט אים שטיל אין די אויערן אז די זאליס זאלן פון בג"ץ קעגן מוסדת סאטמאר זאלן שוין ארויסגיין.
ויהי ביום השביעי! רוב שבתים פירט רבי לייבוש נישט קיין טיש, טא איצט צוליב רז"ל דארף מען זיכער נישט פירען קיין טיש, די זאליס לייגן איין וועלטן אז רבי לייבוש זאל קיין טיש נישט פירען, רבי לייבוש פירט טיש, אלע ראשי זאליס לאזן איבער רז"ל און גייען צו רבי לייבוש.
מוצאי שבת ביי די צענטראלע מסיבה פון רז"ל, אלעס שישקעט זיך, די זאליס זענען פרייליך ביזן הימל, רבי לייבוש קומט באלד, רבי לייבוש גייט רעדן, עס גייט זיין א אטאם באמבע, רבי לייבוש גייט זאגן אז רז"ל איז דער עכטער סאטמאר מנהיג... רבי לייבוש גייט זאגן... און זאגן... בקיצור רבי לייבוש... רבי לייבוש... רבי לייבוש...
ויבוא רבי לייבוש...! רבי לייבוש איז דא!!, ער קומט אריין זעצט זיך אראפ, וואונטש לחיים און ווייניגער פון 2 מינוט ער וויל זיך אויפהייבען, די זאליס זעהן דא דעם בראך די רבי לייבוש באלאן פלאצט, זיי שטיפן שנעל צו א מייק, רז"ל בעט ביי אים ער זאל רעדן, די מייק שטייט פאר זיין מויל, יעדער קוקט אים אין מויל אריין, רבי לייבוש זעהט זיך דא קיין ברירה האט ער נישט, ער רעדט גאנצע 15 סקונדעס ער וואונטש א גוטע וואך און משיח זאל קומען, קיין ווארט פון רז"ל נישט...! די סקונדע וואס ער ענדיגט הייבט אן די מוזיק צו קנאקען מען גייט טאנצן מיט רבי לייבוש... רבי לייבוש הייבט זיך אויף און ער איז שוין נישט דא, ער לאזט רז"ל טאנצן אליין מיט יודעלע וויינשטאק...
דאס זעלבע איז געווען ביי די חתונה אין ווילי נאכדעם, וואס איז פארגעקומען אין קאנקארד פלאזא, ווי איינער האט שוין פריער געשריבן.
אפאר חדשים נאכדעם, הגה"צ אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג שליט"א פארט אויף אנטווערפן צום דינער פון כולל סאטמאר, רבי לייבוש קומט צו די מסיבה זיצט דארט כמעט א האלבע שעה, שמועסט פריינטליך מיטן רב, אבער רבי לייבוש האט אים פיינט צום טויט...
***
איצט טא רבי לייבוש האט אפגעטאן אזא שייגץ שטיק, ער האט באזיכט ביי רבינו שליט"א, איז די זאלי מעשה אזוי: רבי לייבוש איז פשוט געווארן א צוחושטער משוגענער... חסר דעה... ממש ווי שמשון גאלד....
מען שטיפט ארויף רבי לייבוש צו רבינו געצוויגענערהייט... רבי לייבוש האט בשום אין אופן... חס ושלום... ה' ישמרינו ויצילינו... לא עלינו.. עלינו לשבח... שושנת יעקב... נישט געוואלט גיין...
אבער די רשעים האבן אים געצווינגען מיט רציחה און געוואלד, פון איין זייט שלעפט אים דער רשע משולם זילבערמאן און האקט אים מיט א פאסיק אין קאפ... פון דער אנדערע זייט שטיפט אים דער רשע יודא לייב פערלמוטער מיט זיינע גראבע לאפעס... פון די בעק שטיפט אים מיט רשעות משה ווייזער... צוזאמען מיט רבי לייבוש קינדער און איידעמער, איין קינד שלעפט רבי לייבוש ביי די אויערן... איין איידעם האקט רבי לייבוש מיט א אייזן... רבי לייבוש ווארפט זיך ווי א האן פאר די שחיטה... זיי שטיפען אים ארויף די סטעיפס מיט געוואלד, רבי לייבוש שרייט מיט די גרעסטע קולות, רשעים עטס טראגט מיך דא צו די קליפה, ראטעוועט!!! ראטעוועט!!! שרייט ער מיט יארמעליכע קולות...
רבי לייבוש ווערט ארויף געפושט די צוויי שטאקן סטעיפס מיט געוואלד, ער קומט אן אויבן ער טרעפט רבינו שליט"א ער שפייט אים אן, די גבאים כאפן אן זיין הענט און שטיפען עס אריין פאר רבינו שליט"א צו געבן שלום.
די גבאים זעצן אראפ רבי לייבוש מיט געוואלד, און דא העלפט שוין דער שלעגער שמואל הכהן פריעדמאן, אזש די בענקל האט זיך שיעור צובראכן... רבי לייבוש רעדט נישט קיין ווארט אז ער מאכט חתונה מארגן, נאר אדרבה דער חתן וואס איז אויך דארט זאגט אז האט בכלל נישט חתונה מארגן... ער איז נאך בכלל נישט געבוירען... רבי לייבוש רעדט גארנישט גארנישט מיט רבינו 0000... נאר רבי לייבוש נעמט זיך דערציילען מעשיות פונעם דברי חיים, רבי מאיר נתן, חכם צבי, עצי חיים, אבער ער רעדט נאר צו זיינע אייגענע קינדער און צו יודא לייב פערלמוטער...
נאך 25 מינוט וואס רבי לייבוש האט זיך אנגעגעסן מיט טרויבן, און ער שוין כוח פון די טרויבן... רבי לייבוש הייבט זיך אויף מיט געוואלד, ער שטיפט אוועק אלע זיינע גבאים יודא לייב כאפט איינס אין די נאז... ער צופליגט משולם'ס העמד... און זיין גלעזער ווערט צובראכען אויף פיצלעך... שמואל הכהן כאפט א שטויס אין בויך... אזוי רייסט זיך רבי לייבוש ארויס... ער שיסט אראפ אלע סטעיפס ווי א קאנקארד פליגער... ער לויפט ארויס אויף דער גאס א קאר האקט אים שיעור אראפ... ער לויפט אהיים מיט איין אטעם...
גענוי אזוי זענען אלע זאלי מעשיות....
תוקן על ידי רבי_יונה ב- 28/10/2009 19:56:44