היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » האדמו"ר מגור ומפשעווארסק אצל מהר"א מסאטמאר

האדמו"ר מגור ומפשעווארסק אצל מהר"א מסאטמאר

104 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2709606
בלאט: 1 2 3

פארשטיי » 1/11/2009 05:20

מאיר ראטה ארבייט יעצט אויף די לישכע ב''ד, אז די לישכע זיצערס זאלען אריין לייגען ר' לייביש'ען און און חרם,  מיט שווארצע ליכט, און בלאזען שופר,

ווייל ער האט די גאנצע הארוואניע פון די פראפעגאנדע מיניסטעריום, פון די זאליבאנצעס. מיט איין באזיך, אראפ געפלאשט און סעפטיק,

ער איז דעם שבת דירעקט געבליבן און וויליאמסבורג, ער איז נישט ארויס געפארען צו זיין ווילא און קרית יואל, ווייל ער האט געהאפט אז ר' לייביש וועט במשך דעם שבת, עפעס צירוק דרייען פון דעם שוידירליכען פארברעך, וואס ער איז באגאנגעגען דעם פארגאנגענעם דונסטאג,

ביזדערווייל האט אים דעם ציבור אנ''ש, וואס זענען געווען ביים טיש פון ר' לייבוש, ווארעם באגריסט, מיט א ליכטיגע גוט שבת, ואף הוא ענה נגד המברכים, וז''ל ''גיי און דער ערד''

לויט וואו ער קורסירען ארום שמיעות, וועט ער גרינג פוילען ביי די לישכעע זיצער, אויסרופען דעם חרם,
דער פילאף איז אויס מענטש, ער וויינט אז די סטרא אחרא האט שוין אריין דער ווישט דער לעצט פארבליבענער ניציץ הקדוש, און זיינע לאפעצעס, עס איז ביזדערווייל פארבליבען נאר דער סבא קדושה, דער גרויסער מחותן פון שאפראן, וואס די סטרא אחרא האט נאך נישט אריין דערווישט,

די פראבלעם איז נאר ביים דיין שליט''א, ער קאפארירט נישט מיטן חרם, צילוב דער גרויס אומחשק, פון דארפן ווערן געצווינגען צו ליגען אונטערען פלויט, כמובן

תוקן על ידי פארשטיי ב- 01/11/2009 5:25:38

 



תוקן על ידי פארשטיי ב- 01/11/2009 5:26:31

 



תוקן על ידי פארשטיי ב- 01/11/2009 5:28:26

דוד46 » 1/11/2009 21:09

וואו איז טאקע געווען ענקער צדיק'ל נעכטן נאכט ביי מלוה מלכה

פארוואס איז ער נישט געקומען?

הא?

יעקב_שמשון » 1/11/2009 21:12

 ער לויפט נישט נאך ר' לייביש לייזער  אזוי ווי דיין תלמוד חכם.
אין זיין עולם דארף עס נישט, אינז לעב מיר נישט אויף ר' לייביש לייזער.

תוקן על ידי יעקב_שמשון ב- 01/11/2009 21:14:15

רבי_יונה » 1/11/2009 22:19

די זאליס זענען נעבעך נעכטן נאכט ביי די מלוה מלכה ארום געגאנגען מיט שרעקליכע בויך ווייטאג, ווען עס האט זיך ארום געדרייט א פאלטשע שמועה אז רבינו שליט"א קומט אריין צו די מלוה מלכה ושבע ברכות.

יעדע ריר וואס עס האט זיך געטאן האבן זיי געמיינט אז רבינו שליט"א איז דא, זייער בלוט פרעשור איז ארויף ביזן הימל, זיי האבן זיך אנגעגעסען מיט קנאבל און ביי יעדן קיי האבן זיי אינזינען געהאט רבינו שליט"א.

דערווייל איז עס געווען פיסטע דמיונות, ווייל עס האט קיינמאל נישט געהייסען אז רבינו שליט"א קומט אריין.

דעקלעראציע » 1/11/2009 22:24

די רבי דארף אים שוין נישט אפילו צוריק גיין וויזטין
דער עיקר איז די זאלי באבעל האט געקראכט, אין דאס איבירגע איז היסטאריע.
 


זעליג_כהן » 1/11/2009 22:44

יא! קושטא קאי!
אהנע פלאקאטן, אהנע קאלירפולע בעקיטשעס, אהנע הויות מיט די הענט און פוס, אהנע קלאטשערייען, האט רבי לייבוש געהאט דעם שב''ק ביים טיש דעם גרעסטן עולם וואס א רבי צוגאסט האט דא ווען אמאל געהאט!, מסלתה ומשמנה פון וויליאמסבורג האבן געשטראמט אין די מאסן צום זאל.

די פאר דזשיהאד ארונים - וואס ליינענדיג אין בלאט האט זיך זיי געדאכט אז 'ער איז זייערס...' - זענען קומענדיג דארט צום ערשטן מאל, געווען זייער אנטוישט, נישט גליבנדיג די פשטות פון דעם רבי ווי נישט אים מיינט מען, און פון דעסט וועגן האבן 10 מאל א עולם ווי זייער רבי'ן. 

זעליג_כהן » 1/11/2009 22:47

שטייענדיג אויף די פארענטשעס פון'ם נייעם ביהמ''ד, און זייענדיג ארומגענומען פון 90% אנשי מהר''י האט אויסגעקוקט ווי עס ווערט זיי נישט גוט...

דוד46 » 1/11/2009 23:16

יונהלע

פארוואס פארציילסטו נישט פאר דיינע חבירים וואסערע רשעים די פשעווארסקער זענען, אזוי ווייט אז זיי האבן געהאט די חוצפה צתו קאלן דיין צדיקל ער זאל נישט וואגן צו קומען נעכטן נאכט?

יעקב שמשון

אבי מען הערט שוין אן אמתדיג ווארט פון אן אהרוני אין דעם אשכול.

בלומבערג » 1/11/2009 23:22

אויב אזוי קומסט זיך די זאליס טאקע שלעק
אז זיי קענען זיצן ביי א רבי'ן שעות לאנג אין די נאכט אריין, פארוואס זענען זיי אזוי מצער ר' זלמן לייב
אין זיי לאזן אים וואך אין וואך אויס אין אפגערעדט גאנץ חודש תשרי זיצן מיט א נאקטען ציבור.

פארוואס זענען זיי אזעלכע רשעים די מרי לב אין מצער זייער רבי'ן.

rebyankel » 2/11/2009 00:15

איינער שיקט מיר אין אישי

(לייג עס ביי די אשכול פין ר' מנשה אין ר' לייבוש)

פאריגע וואך זענען געווען 2 מורא'דיגע MOVE'S
1)כ''ק ר' לייבוש לייזער איז מער נישט פוסק אחרון (וואלי)
2)ר' מנשה וועפט (י פ)

דוד46 » 2/11/2009 00:18

רעביאנקעל

האסט עס באקומען עקסקלוסיוו אדער האבן אלע אהרונים דאס באקומען?

דוד46 » 2/11/2009 00:19

איך הער אז די סיבה פארוואס דער צדיק פון מאנראו איז נישט געקומען מוצאי שבת קיין פשעווארסק איז... ווייל מוצאי שבת דארף מען נישט קיין חלה דעקל....

ארגינעלער » 2/11/2009 00:22

זעליג_כהן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
שטייענדיג אויף די פארענטשעס פון'ם נייעם ביהמ''ד, און זייענדיג ארומגענומען פון 90% אנשי מהר''י האט אויסגעקוקט ווי עס ווערט זיי נישט גוט...


שטייט אין פרק שלי שלך שלך שלי עם הארץ
הגז"ל מיינט אז זיין עולם איז ביי פערשווארסקעררבי אין פעשווארסקער'ס רבי עולם אין זיינס
אויף דעם זאגט אים די משנה אז ער איז א פיסטער עם הארץ

וואס אים אמת'ן גערעדט האט ער נישט גארנישט די וואך זענען זיי ביי פעשווארסעקער רבי
נעקסטע וואך אין תולדות אהרן
אין אזוי ווייטער,
ער א פיסטאק ער פארקויפט נישט גארנישט פארדעם וואלגערט זיך עולם א יעדע וואך ביי א צווייטן רבי'ן

זיין עולם ווייסט אז ביי יעדע ערנטסטער מאמנעט אין יאר טאר מען צי אים נישט אריין טרעטן ער איז פיגול
 זאלי'ס טייערע זשאב וועל דאן גייט'ס אן, שלאגטס אן משה בן פראדל מיט זאלי מכות רצח אין לויפט צי אלע רבי'ס

סי יו אין תולדות אהרן זאלי'ס

טראק » 2/11/2009 00:27

דוד, יעדן טאג באזינדער נישט נאר מוצאי שבת האט רבי לייבוש אנגערופען ר' אהרן אז ער זאל נישט קומען צו שבע ברכות, והא ראי' אז ער איז נישט געקומען...

דוד46 » 2/11/2009 00:29

פארוואס זאל דיין צדיקל נישט קומען צו שבע ברכות אין שאפראן אדער גאר צו זיין אמאליגן מנהל דער היינטיגער פאלטישאנער רב?

אויששש » 2/11/2009 00:45

דוד ווען דו פלעגסט טשעפען מיט פשעווארסקער רבי האבן מיר נאך אאויסגעהאלטן, דו פלעגסט טשעפען מיט ר' מנשה האבן מיר נאך אויסגעהאלטן, אבער אזויווי די ריי-באלוניס פלאצן איינס נאכן צווייטן, הייבסטו אן צו טשעפען מיטן שאפראנער אהה דאס שוין נישט דאס האלטן מיר שוין אינגאנצן נישט אויס...

rebyankel » 2/11/2009 00:54

קען איינער אפשר ארויפלייגען די דרשה פין ר' מאטיל שטיין נעכטן נאכט?

rebyankel » 2/11/2009 00:55

עס איז מיר געווען א הנאה צו הערן ווי וואלי האט זיך אזוי ביטער אפגערעדט
אז די ארוינים פילן זיך שוין אזוי באקוועם דא ביי ר' לייבוש
דער בלאט האט אים געהעריג באשריבן, פינקט  ווי זיי באשרייבען זייער אייגענע רבי'ן

המקום ינחם

דוד46 » 2/11/2009 00:59

רעביאנקעל

דו ביזט אויך אנשטעקיג מיט די אהרונישע פראבלעם וואס רופט זיך וואלי?

rebyankel » 2/11/2009 01:07

איך וואינטש ענק נאך אזעלכע זקנים ונשיא פנים ווי די וואס ענק האבען
וואלי איז א לעבעדיגער סעמפל

דוד46 » 2/11/2009 01:10

יפה דברת

א איד וואס האט זוכה געווען מהנה צו זיין רביה"ק זי"ע ביים ארויסגעבן דעם ספה" על הגאולה, איז טאקע א וואונטשט צו האבן

ארגינעלער » 2/11/2009 01:17

קיש וואלי האט באצלט פארן על הגאולה ווייל ער האט געזאגט אז בחורים טארן נישט לערנען ויואל משה ווייל ס'איז א פאליטיש ספר ( עפ"ל )

אין ליידער ביי קיש וואלי אין געשפעט קען קיין פרוי נישט אריין גיין  וד"ל



תוקן על ידי ארגינעלער ב- 02/11/2009 1:17:56

דוד46 » 2/11/2009 01:19

ארגינעלער

כ'האב נישט געואוסט אז דער ר' וואלף איז אזא דארן אין דיינע אויגן, אז מען מוז שוין קומען מיט פרישע געבעקסן?...

I FEEL YOUR PAIN

ארגינעלער » 2/11/2009 01:22

דוד'ל איך ווייס אז היסטאריע אין דיין גרעסטן ווייטאג.

rebyankel » 2/11/2009 01:22

ווייסט איינער פארוואס אביש וויינבערגער האט זיך ארויפגעשטעלט אויף די אויבן אן, אין נעכטן נאכט נישט ציגעלאזט הגאון ר' אפרים שמעון לייכטאג דומ''ץ בקיט''ל ב''פ צו געבן די הענט פאר ר' לייבוש?

דוד46 » 2/11/2009 01:24

דו מיינסט צו זאגן, פארוואס האט ר' אביש אנגעפירט דעם סדר ביי די רבנים

 I FEEL YOUR PAIN

ארגינעלער » 2/11/2009 01:26

דער ווייטאג פינעם באזיך איז א סאך גרעסער ווי אינז קען מיר זיך פארשטעלן
די זאליס זענען באמת א רחמנות וואס דער פעשווארסקער רבי האט מיט זיי געטיען
גדול כים שברך.

rebyankel » 2/11/2009 01:27

ניין, אביש'ס אריינשטופן די נאז שטערט מיך נישט ב''ה,
ווייל כ'האב געקענט ווייזען פאר יעדן א סעמפל פין א זאלי'ס

נאר, זאג מיר ביטע וואס האבען ענק קעגן ר' אפרים שמעון.

תוקן על ידי rebyankel ב- 02/11/2009 1:30:42

דוד46 » 2/11/2009 01:30

און מיט דעם אלעס האט מען אים נאך צוגעשטעלט אזא שיינעם שבע ברכות אין די ישיבה גדולה

טאקע צדיקים...

rebyankel » 2/11/2009 01:39

נאך א מזל אז מ'האט ארגענעזירט די ש''ב נאך פאר די באזוך ביי רבינו שליט''א

זעליג_כהן » 2/11/2009 01:42

מאיר דייטש האט מזכיר געווען די שוהל פון'ם רבצין פאר רבי לייבוש פאר די חופה, רבי לייבוש האט אים אנגעוואונטשן ''זיי ווילן בעזר השם נישט האבן קיין שליטה דערויף''.

דוד46 » 2/11/2009 01:44

אדרבה, ערשט האט עס געהייסן אז עס גייט פארקומען אין אברכים זופניק וומס"ב וואס איז נישט אזא גרויס פלאץ, אבער מיטוואך האט זיך עס געטוישט אז מען גייט מאכן א גרעסערע שבע ברכות און איז טאקע פארגעקומען אין ישיבה גדולה

נו, וואס פאר א געבעקס איז נעקסט?

ארגינעלער » 2/11/2009 01:47

עכטע חסידים פין ר' לייביש די זאליס, געכאפט שלעק אין געמאכט א שבע ברכות.

לוקה ומשלם.

דוד46 » 2/11/2009 02:00

לאמיר זען דיין רבי זאל האבן אזעלכע חסידים...

יקרבו » 3/11/2009 02:18

סתם אינטערסאנט
היי יאר ראש השנה ווען מען האט געמאכט די מי שבירכ'ס פארן רבי'ן שליט"א האטמען  אויך געמאכט א מי שבירך פאר די צדיקים, אין צים סוף ווען ער האט שוין געהאלטן ביים ענדיגען אין ער האט נישט געמאכט פאר כ"ק אדמו"ר ר' לייביש שליט"א
האט מען געהערט הויך ווי די רבי שליט"א זאגט מוהר"ר ר' ארי' לייביש בן ר' יעקב.

FiveBoro » 3/11/2009 03:09

יקרבו כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
היי יאר ראש השנה ווען מען האט געמאכט די מי שבירכ'ס פארן רבי'ן שליט"א האטמען  אויך געמאכט א מי שבירך פאר די צדיקים,

Every year.

ארגינעלער » 4/11/2009 03:37

די רבי איז יעצט געווען ביי פעשווארסקער רבי פאר א ביקור גומלין פאר 20 מינוט.

יקרבו » 4/11/2009 04:11

ער האט אים ארויס באגלייט ביזן גאס, ס'איז געווען א הערליכע וויזיט אין א שיינע שמועס.

אבראהאם » 4/11/2009 11:38

[בילד – נישט אפגעהיט]

אבראהאם » 4/11/2009 11:43

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 4/11/2009 18:29

יש''כ אבראהם פאר די בילדער


עס איז געווען א ''זעלטן'' ווארימע באזוך, רבינו שליט''א איז אנגעקומען ביינאכט, אין כ''ק ר' לייבוש איז אים אנטקעגן געגאנגען מיט הערצה (קוים וואס ער האט געקענט ציליב דעם שרעקליכן געדרענג), דערנאך איז פארפירט געווארען א הערליכע שמיעס, א ריזיגער עולם האט זיך אריינגשטיפט אינעם שטוב מיטצוהאלטען די שיחת ת''ח, אין נאך א גרעסערע איז געבליבן אינדרויסען
אין גאס איז געווען א גרויסע אנלויפעניש, יעדער וואס האט געהערט אז די 2 גדולים טרעפן זיך יעצט נאכמאל איז געקומען צו לויפן אין געהאפט עס צו קענען מיטהאלטען.
דערנאך האט ר' לייבוש ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז אינטען ונפרדו לשלום.

אבער פין די אנדערע זייט האבען די זאלי'ס נאכנישט געקענט שלום מאכען מיטן מצב, אין דוד 46 איז געקומען צו לויפן מיט אלע בעיביס, אין שוין געוואלט זעהן ווי ר' לייבוש הייבט אן שרייען ''קליפה ארויס'', אבער ער ווארט נאך אלס.......
אלס רעזולטאט, האבען זיי זיך גארופירט אינאיינעם מיט דוד46 נאכדעם וואס רבינו שליט''א האט פארלאזט ביתו נאווה קודש, אין גענומען באקען זיסע מעשיות, וואס וואלט באלד האפענטליך געפעיסט ווערן אין קינדער פארום, אדער דורך דוד 46 זעלבסט.
די ערשטע געבעקס (נישט צו גיט אויסגערעכנט - אבער מ'דארף דאך קודם פיטערן די פארביטערטע קעלבלעך) איז געווען אז ''ר' לייבוש האט גארנישט גענטפערט'' - אין די צייט וואס ר' לייבוש האט פארציילט עטליכע סיפורי קודש, וואס כ'האב נישט געקענט הערן, ווייל ר' לייבוש רעדט זייער שטיל.
(ווער געדענקט נאך ווען די קעלבער זענען ארומגעלאפען ''ער האט אים נישט גערופן צו די חתונה'' ביז די קליפ איז מפורסם געווארען)

טייערע זאלי'ס: המקום ינחם אתכם

משמשבקודש » 5/11/2009 23:51

שיחתן של צדיקים
[בילד – נישט אפגעהיט]

משמשבקודש » 5/11/2009 23:57

[בילד – נישט אפגעהיט]

משמשבקודש » 5/11/2009 23:58

[בילד – נישט אפגעהיט]

משמשבקודש » 6/11/2009 00:02

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 6/11/2009 01:00

הרה''צ ר' משה אהרן רייך שליט''א ביי די באזוך
[בילד – נישט אפגעהיט]

לאגיש » 6/11/2009 01:09


א דאנק אייך הרב משמש בקודש

איז שוין אויך דא דער שמועס ביים ביקור גומלין??

SatmarBum » 2/12/2009 12:43

רבי_יונה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ביי די חתונה האט אים רבי לייבוש אזוי מיאוס מסדר געווען בפני כל עם ועדה, אז רז"ל האט זיך גענומען שוויצען פאר כעס...
4) רז"ל שטעלט זיך שוין אויף טאנצן... אבער העי... דער חתן דינן (סארי אבי החתן) איז נישט רעדי.. ער איז נישט עפעס טאנצענדיג יעצט.

7) דער חתן ווארפט בליקן צום פאטער, און בעט זיך בחתנונים: טאנץ מיט אים !  טאנץ מיט אים, פליז ! פליז !

11) כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק האט ביי די חתונה נישט געטאנצן מיט רז"ל, נישט אליין, און נישט מיט'ן חתן-און רז"ל - נאר אין א גרויסן רינג.

12) רז"ל איז ארויסגעלאפן פון די חתונה מיט אזא אימפעט ווי ער איז געקומען !


און דאס איז געווען די חלה דעקל פון די נאכט פאר די זאליס !


נאך ליינען דא דעם אנאליז פון רב יונה ווי רב לייביש האט נישט געוואלט טאנצען מיטן נועם המידות פארשייט מען שוין פארוואס רב לייביש האט זיך נישט געוואלט טרעפען מיט הגה"ק ביי די חתונה היינט נאכט....
ער האט אויך נישט געוואלט טאנצען אליין מיט הגה"ק אין ער האט מורא געהאט אז דער חתן וועט "ווארפט בליקן"...

ביי די חתונה היינט נאכט אין רויז קעסיל האט רבי לייבוש אזוי מיאוס מסדר געווען הגה"ק בפני כל עם ועדה, אז הגה"ק האט זיך גענומען שוויצען פאר כעס... (אזוי ווי באלאנד שרייבט...)

הגה"ק איז ארויסגעלאפן פון די חתונה (נאך א קארצע 5 מינוט...) מיט אזא אימפעט ווי ער איז געקומען !








תוקן על ידי SatmarBum ב- 02/12/2009 12:51:23

משמשבקודש » 3/12/2009 23:22

נאט אייך ר' לאגיש

[בילד – נישט אפגעהיט]

משמשבקודש » 3/12/2009 23:23

[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2 3