אגב, די זאלי'ס פארלייגען גרויסע כוחות אז מ'זאל לאזען דעם קינדערגארטען מלמד א' דאסקאהל - זייער פארפענגאנדע שיק יונגעל, אויסרופן אויפן מייק ''אז זיי פירן די חתונה''
נאכדעם וואס זיי זענען לעצטעס זייער אנטוישט געווארען פין די ''קרבות'' וואס פשעווארסקער רבי שליט''א האט ארויסגעוויזען פאר רז''ל די לעצטע פאר יאר.
סיי ווען ער האט אים כמעט גענצליך איגנארירט ווען ער איז געווען אין אנטווערפן, ער האט געפירט טיש יענע וואך (ער פירט מער וואכען אין יאר ''נישט'' קיין טיש), וואס דאס האט גורם געווען אז רז''ל'ס טיש זאל אויסקוקען כמעט ווי זיינע וועכענטליכע טישען אין ראדני....
סיי, מוצ''ש איז ער געקומען אינגאנצען קוים פאר 10 מיניט אין ארויסגעגאנגען פאר'ן די דרשה פין רז''ל
(אין ווען הגאון אב''ד סאטמאר וומ''ס איז געווען אין אנטווערפן אפאר חדשים דערויף אויף 1 טאג, צו באשיינען די דינער פינעם בארימטע צענטראלען כולל וואס ער האט מייסד געווען, איז די פשעווארסקער רבי שליט''א געזיסען דארט איבער א האלבע שעה {אגב, אלע אנוועזענדע ביים טיש געדענקן אז ווען דער רב פלעגט אנקומען אינמיטן די תורה ביים רבין'ס טיש אלס סאטמאר - אנטווערפענער רב פלעגט דער רבי נאכמאל אנהייבן די תורה לכבודו})
די זעלבע זאך האט יעדער געזעהן ביי די לעצטע חתונה פין פשעווארסקע רבין'ס אייניקעל אין וומ''ס, האט מען אים געהאלט אין מיטשען ער זאל זיך אויפשטעלן טאנצען מיט רז''ל אין ער האט איגנארירט, אין שפעטער ווען ער האט זיך יא אויפגעשטעלט האט ער אריינגעשלעפט נאך אפאר רבנים אינעם רינג...
דאס איז טראץ וואס די זאלי'ס דרייען זיך ארום אים 24/7 אין מ'העצט אין ארבייטן ביטער שווער,
ספעציעל האט ער דעם שוואנץ פ', וואס האט געמאכט פין אים פורים ווען ער האט געוואלט באזיכען דעם סאטמערן רבין שליט''א אין ק''י אין זיך משתתח זיין אויפן ציון הק' אין ק''י - ''אין ס'נישט געווען קיין צייט''.....
(מאנכע לייגען עס אן, ציליב דעם וואס טראץ די גרויסע הבטחות, נעמט נאך די בית רחל אין אנטווערפן געלט פין די רעגירונג, אין רז''ל האט קלאר פארשפראכען פאר א ''לאנגע'' צייט ציריק אז ער גייט זעהן מ'זאל אויפהערן, אין.......
(דערווייל לערנען פשעווארסקער רבי'ס אייניקליך אין די נייע פרימע מיידעל שולע אין אנטווערפן, וועלכע נעמט נישט קיין געלט))
ווי אויך שעלטן זיי געפערליך, דאס אז די וועד החתונה האט אריינגעלייגט א עד אין די בלאט, טראץ זייער פארלאנגען אין הבטחות....
(נאר קהל אין ק''י זענען חיות פאר'ן פארלאנגען נישט צו לייגען אינעם שמיציגען צייטונג... א קשיא אויף א דערביטערטער)
ספעציעל זענען די מרי לב דערשראקען, וויבאלד אין עטליכע וואכען ארום וועט פארקומען נאך א חתונה פין רבין'ס אייניקעל מיט די זין פין הגאון ר' לייבוש ט''ב דומ''ץ ביהמ''ד ויוא''מ אין דעמאלטס וועלן זיי נישט מעגן קומען...... ווילן זיי יעצט.....
שושו ושמחו בשמחת התורה!
תוקן על ידי rebyankel ב- 25/10/2009 23:49:18