היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בד''ה המנוח ר' עזריעל פערלשטיין ע''ה

בד''ה המנוח ר' עזריעל פערלשטיין ע''ה

161 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2675259
בלאט: 1 2 3 4

פארשטיי » 20/8/2009 17:36

היינט צופרי איז אנגעקימען די ביטערע בשירה, אז ר' עזריאל בן ר' שאול פערלשטיין חתן ר' יוסף פנחס סטראלעוויטש, איז נישט אויפגעשטאנען, מען האט אים געפינען ליגען אויפן דיוואן, נישט בין החיים, ער איז אלט געווען 41 יאר, ער האט איבערגעלאזט א שטוב מיט יתומים, רח''ל

ביזדערווייל ווייסט מען נישט וואו ער גייט ליגען, זיין טאטע שאול איז יעצט אויפן וועג אהיים פון ארגענטינע, קהל האט פארשידענע זאכען אויסצוגלייכען מיט שאול'ן, דעריבער איז נאך די קבירה פלענער אומקלאר,
פרטים יבואו

תוקן על ידי פארשטיי ב- 20/08/2009 17:33:07

פארשטיי » 20/8/2009 17:50

 מפי השמיעה:ברוך הבא שאול איז יעצט אנגעקימען! מען פארהאנדעלט איצט מיט אים!

טאטלע » 20/8/2009 18:47

גראדע זייער א פיינער אינגערמאן א גרויסע בעל חסד ובעל צדקה

י"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו

פארשטיי » 20/8/2009 18:50

לויט וואו מען הערט איצט, גרייט זיך שאול צו גיין און געריכט,

און איין ווארט: טיפיקעל!

Palin12 » 20/8/2009 18:53

אין געריכט אויף וואס?

לפי השמועה איז ער אויסגעצאלט, איז וואס איז דאס פראבלעם, אויב נאר ווייל ער איז שאול'ס זוהן, איז דאס סתם איבריג די מערכה בלי טעם און גובל מיט רשעות

Palin12 » 20/8/2009 18:57

קראנטע שמועות קומען יעצט אז די זאלונים ארבעט צו באקומען א פערמיט פאר זייער נייער לאט און מקדש זיין א נייער בית החיים היינט

פארשטיי » 20/8/2009 18:58

יעדע מיטעל וואס קען געניצט ווערן צו צווינגען דעם רשע שאול ארויס צו גיין פון קארט, און מאבד זיין מיליאנען דאללאר ממון הקדש, דארף גענימען ווערן און בייטראכט, אויב עמעציער האט רחמניות אויף די פארמיליע, קען זזיך פאר בינדען מיט שאול און אים באוועגן ארויס צו נעמען דעם בית החיים פון קארט,

Palin12 » 20/8/2009 19:03

פארשטיי ביסט נישט גערעכט, ווען דאס איז א קינד א בחור ביי שאול אינדערהיים, ניחא (אויכעט נישט קלאסיש וכו'), אבער מה ענין שמיטה אצל הר סיני, עוזיאל איז נישט געווען א פארפירער וכו' ובנים לא יומתו על אבות

פלונימבפ » 20/8/2009 19:06

יא, לייג שאול אין א זייט א מינוט. און לאמיר מתפלל זיין אז די קליינע יתומים זאלן דאס קענען דורכטראגן.

הבדלה_מנין » 20/8/2009 19:07

דער אינגערמאן ע"ה איז געווען א אויסגעצאלטער מעמבער ביי די ארוינשע קהילה, איז וואס איז די בכלל שייך צו דארפן פארהנדלען מיט זיין טאטע?

אדער איז דאס דער מעסעידש פון די ארוינשע קהילה, אז מען קען זיי נישט גלייבן אדער טראסטן אפילו מען באצאלט זיי, ווייל זיי קענען האבן חשבונות מיט א טאטע, פעטער, ברידער, קאזען אדער ווער אימער???

דעם ריכטיגן פרצוף פון די ארוינשע קהילה בזמן תשובה, ראש חודש אלול און א ביטערע התעורורת לתשובה ווען א אינגערמאן שטארבט אזוי פליצלונג, פירן זיי פאליטשע חשבונות!

Palin12 » 20/8/2009 19:09

סתם א קשיא, איז שאול געחתמ'ט אויף די פאפירען פון בית החיים קעיס? (וועלכער אנדערע קעיס איז נאך אפען יעצט?)

פלונימבפ » 20/8/2009 19:11

מיינע אויגן ווערן נאס, בלויז צו טראכטן וויאזוי די לוי' וועט אויסזעהן, כ'הער שוין די בכיות, דער קדיש, דער סתימת הגולל. אוי טאטע, רבוש"ע, ס'איז א שרעק. וויפיל עבירות האבן שוין די קליינע קינדער געקענט טוהן דורך זייער יונגע לעבן?. וואס פאר א קלעפ וועלן מיר כאפן? אוי לנו ליום הדין.

דער אבי היתומים זאל  געבן כח פאר די אלמנה און די יתומים איבערצוטראגן אזא שרעקליכע טראגעידע.

נאכדערצו הער איך אז אפילו ער איז געווען א שטארקע זאלי, איז ער בעצם געווען זייער א וואוילע אינגערמאן, א געשמאקע טיפ, א גוטהארציגע, געטוהן פיל טובות פאר מענטשן און פלעגט אפילו ארומגיין נאך געלט פאר אנדערע.



תוקן על ידי פלונימבפ ב- 20/08/2009 19:11:46

קראך_היט » 20/8/2009 19:17

פאר מ'שפרינגט דא צו החלטות, און מ'באשולדיגט מענטשן, קען דא איינער ביטע פעסטשטעלן וואס פונקטליך פארלאנגט מען פון שאול'ן און וואס פונקטליך פארלאנגט שאול?

Palin12 » 20/8/2009 19:27

על פי בירורים שונים האב איך מורא אז די גאנצע איז לופט, שאול איז נישט אין קיין שום קאורט כעת, די גאנצע רעדע איז געווען די קרקע געלט (מעמבערשיפ האט ער באצאלט לעצטענס), און לפי השמועה איז דאס שוין אויכעט מסודר

גאסט » 20/8/2009 19:49

שאול איז נאך אינטערוועגנס פון ארגענטינא, ס'קען זיין אז די זאליס ווילן אז ער זאל גיין אין קאורט. ביזדערווייל איז עס נישט אמת

rebyankel » 20/8/2009 19:53

כ'האב יעצט געהערט פין א זאלי'ס אז מ'פארלאנגט א סכום פאר די קרקע, אזווי מ'האט אייביג פארלאנגט ביי א בר מינן וואס האט נישט געקויפט א קרקע בחיים,
פלאס דארף שאול איינלייגען 50 טויזענט אז ער גייט אינטערשרייבען שטרי בירורין נאך די שבעה.

כ'האלט ס'איז זייער א קלוגע זאך, אויב שאול האט רחמנות אויף זיינע אייניקלעך די יתומים, זאל ער געבן די 50 טויזענט, {ער זאגט דאך אז ער איז נישט קיין מסרב, נו! וועט ער עס במילא ציריקבאקומען}

Palin12 » 20/8/2009 19:55

שאול איז אנגעקומען פון ארגענטינא 10-11 אינדערפרי 



תוקן על ידי Palin12 ב- 20/08/2009 19:52:22

טאטלע » 20/8/2009 19:56

איך מיין נאר קלארשטעלן א טעות

אין מעמבערשיפ פין קהל ייטב לב איז נישט אינקלודעד קיין חלקה אין קרית יואל ,נאר אין נוי דזשערסי צי ליגען אין קרית יואל דארף מען עקסטער קויפן חלקה

יהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו . ונזכה לביאת משיח צדקינו בב"א

תוקן על ידי טאטלע ב- 20/08/2009 20:00:15

rebyankel » 20/8/2009 20:00

איך האב געזעהן שאול פאר א שעה ציריק, אין זיין זין'ס קאר (כ'מיין די עלצטע)
איינער זאגט מיר אז ער האט זיך ציריקדגעדרייט, ווייל ער איז שוין געווען אויפן וועגן קיין ק''י, הערענדיג אז מ'פארלארנגט פין אים, צוציזאגען אז ער שרייבט אינטער שטרי בירורין.

כ'קען נישט פארשטיין!
א טאטע קומט ציריק פין ארגענטינע, אין מ'איז אים מודיע אז זיין זין איז פליצלינג נפטר געווארען אין די שענסטע יארען ה''י, אין זיין קאפ ליגט שוין ביי קארט אין עקשנ'ט זיך נאך אלץ קעגן שטרי בירורין...
מ'דארף זיין א סעלפהעיטינג זאלי עס צו פארשטיין.....

Palin12 » 20/8/2009 20:02

לפי עוד בירורים, איז דער איינציגסטער אישו קרקע געלט (נישט מעמבערשיפ)
קהל פארלאנגט 50 אלפים, שאול האלט נישט ביים באצאלען

ענדערש איז די צייט יעצט ראוי לדעתו צו באקומען פערמיט פאר זייער נייער חלקה (אויף וואס זיי ארבעטען כעת), און אז דאס וועט נישט געלונגען האלט ער מען זאל לייגען ביי די בני יואל

rebyankel » 20/8/2009 20:05

פארוואס וויל ער נישט נוי זשערסי, דארט דארף ער נישט צאלען גארנישט?
ענדערש ווי די נייע חלקה אדער בני יואל???

יקרבו » 20/8/2009 20:05


למען האמת

דער נפטר ז"ל איז נישט געווען קיין מעמבער אין קהל יטב לב ק"י.
די תקנה אין קר"י איז אז אויב איינער עפענט א בית מדרש אין קר"י אן רשות פין קהל ווער ער אויס מעמבער, אין אזוי ווי דער נפטר ז"ל איז געווען פין די וואס האבן געפענט א בית מדרש בלי רשות פין קהל איז ער שוין מיט א צייט צריק ארויס גשטעלט פין די זיין א חבר בקהילתינו

יעקב_שמשון » 20/8/2009 20:06

יעצט הער איך אז די זאליס גייען מקדש זיין א נייע בית החיים

צלח ורכב

יקרבו » 20/8/2009 20:07


יעצט געהערט פין בראך פין יראים אז זיי גייען מקדש זיין זייער נייע בית החיים.

רעכטער » 20/8/2009 20:13

ס'קען נישט זיין קיין גרעסערן תיקון פאר א נשמה אויב די מסרבים לדין וועלן זיך דורך אים ארויסצוען פון ערכאות של עכו"ם.

Palin12 » 20/8/2009 20:17

מען איז יעצט מקדש זייער נייער חלקה

rebyankel » 20/8/2009 20:27

זאלי'ס שיקען יעצט ארום


---------- Forwarded message ----------
From: Satmar Report <satmarreport@gmail.com>
Date: 2009/8/20
Subject: רבינו שליט"א איז אוועקגעפארן פון שטעטל
To: satmarreporters@gmail.com


רבינו שליט"א איז אוועק געפארן פון שטאט צוליב דעם וואס די חברה קדישא גייט מקדש זיין א נייעם חלק פארן ביה"ח רח"ל חברה קדישא וועט מקדש זיין אום 2:30


יא! אבי נישט אינטערשרייבען שטרי בירורין ח''ו

rebyankel » 20/8/2009 20:38

א בליטיגע טאטע צו א אייגען קינד!
יעצט קאנפירם'ד די גאנצע אנדרייעניש איז געווען ווייל:
די חברה קדישא האט געזאגט פאר שאול אז ער מיז  אינטערשרייבען (נישט איינלייגען קיין געלט) אז ער גייט ארויס פין קארט, אין אז ער האט א טענה זאל ער קומען צו זבל''א אדער סיי וועלכע נייטראלע בית דין,
אויף דעם האט שאול גענטפרט: עטץ וועטס מיך ניטש איינטיילן וואס צו טוהן!!!!

השנאה והאווה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם..........................................

וואס פאר א פנים האט נעבעך אזא קידוש בית החיים????


תוקן על ידי rebyankel ב- 20/08/2009 21:27:02

Palin12 » 20/8/2009 20:41

די זעלבע קשיא, וועלכער קאורט?

Palin12 » 20/8/2009 20:54

בקיצור מען איז מקדש, מהרז"ל איז געפארען קיין טשעסטער

(ווי איך הער האבן זיי מילא געוואלט מקדש זיין א' סליחות)

rebyankel » 20/8/2009 21:01

ס'איז פאר קיינעם נישט קיין סוד, אז שאול דינט אלס די סגן ראה''ק ביי די מסרבים לדין, אין ער איז זייער ווארטזאגער, אין שרייבט אינטער אויף זייערע בריוו'ן

סוי מאך דיך נישט אזוי תם'ווטע, ער קען אפשטעלן די גאנצע ערכעות...... אז ער וויל

אין אז א טאטע, וואס שטאמט מזרע ישראל, זאל האבען אין זיך אזא פארביסענע קאלטבליטקייט בשעה  שמתו מוטל לפניו, אין נישט וועלן ארויסגיין פאר קארט,
איז א זעלטענע סעמפל ווי ווייט די זאלי'ס האלטן ה''י.

דאס וועט בלייבן פאר א אייביגע שאנדע.....

תוקן על ידי rebyankel ב- 20/08/2009 21:28:47

יקרבו » 20/8/2009 21:05


איך האף אז יעצט גייען זיי נישט ארויס ווארפן זייער שמש כמנהגם אז ווען מען איז מקדש א בית החיים ווארפן זיי ארויס זייער שמש,

הגז"ל איז אוועק געפארן פין שטאט?? אז ער איז אזא לץ האב איך מיר נישט געראכטען.

איך הער אז ר' יצחק מאנדעל, אין ר' יואליש מארגעשטערן, אייזיק גליק, אלטר משה גאלדבערגער, יודא לייבוש ענגל אין נאך א דאזען בנ"י אין זאליס, פארן אוועק פין קרית יואל ווייל יעדער פאר זיך האלט אז ער איז רב אין קרית יואל..


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/08/2009 21:45:26

רעכטער » 20/8/2009 21:05

דער עיקר איז אז "אלעס בלייבט ביים אלטען".

משמשבקודש » 20/8/2009 21:09



עפעס שטימט נישט דא, ראש חודש מקדש זיין א בית החיים??????

יקרבו » 20/8/2009 21:27


הגז"ל ווייסט נישט פין די הלכה

gimpele » 20/8/2009 21:31

where are there haloches of kiddush bais hachaim????

in shilchun aruch they are none. its all minhogim and some nischues from maaaver yavok. 

yosefelye » 20/8/2009 21:33

עפעס הער איך קאנפליקטינג רעפארטס, איין זאלי חלומט און תיכף ווערט א גאנצע מדובר און יעדער שעלט, איך הער אז די גאנצע מעשה מיט בעטן 50,000 דאלאר איז א זאלי ספין, מען האט געבעטן נאר 10,000 דאלאר פאר די קרקע וואס איז אסאך ווייניגער פון די 18,000 דאלאר וואס די זאליס פלעגן צו בעטן ביי א מעמבער וואס האט געקויפט א חלקה לאחר הפטירה, נאר שאול פערלשטיין ווייסט גאנץ גיט אז ער מיט זיינע דיינים מיט זייער רבין בראש וועלן נישט ליגן אין בית החיים דקרית יואל דארט ווי  רבותינו הק' ליגן, האט ער אויסגעניצט די געלעגענהייט און מפקיר געווען זיין זון און באשלאסן מקדש צו זיין זייער בית החיים און פאר זיין מחותן ר' יוסף פנחס פארקויפט ער עפעס א מעשה מיט שטרי בירורין אז מען האט עהם נישט געוואלט לייגן ביי אונז,
עד כאן מפי השמועה.

YESWECAN3 » 20/8/2009 21:35

לאכט א גיטס..די ארונים זענען אזו ווילד מיט אינזער מקדש זיין די נייע בית החיים איך דערמאן מיך א מעשה, איינער האט אמאל געשלעפט מיין בארד אין האט געזאגט איך לאז עס אפ נאר טאמער די געבסט מיר דיין הויז. אבער דאן איז געשען עפעס דראמאטיש..אז ער איז געבליבען מיט מיין בארד אין די הענט.... אזו שפירען זיך יעצט די ארונים, ווער געדענקט נאך וואזי די ארוניםס ניגן פלעגט גיין ...יא יא מען קען רעדען וועגען פארהאנדלען מיט די בית החיים אז טאמער ענק וועלען אינז געבען די נייע בית המדרש אויף בעדפארד עוו.אדער טאמער ר זלמן לייב וועט איבער געבען די הויז פאר ר אהרן יעצט ארוניםלך..זענען ענק געבליבען אזוי יענעם מיט די בארד אין הענט...

 



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 20/08/2009 21:33:02

rebyankel » 20/8/2009 21:39

איך האף אז ער וועט דארט באערדיגען זיינע אלע דיינים אינאיינעם מיט זייער רבי'ן לאחר מוע''ש
זאל דער נפטר { וועלכע איך הער געווען א וואילער יוד} זיין א גיטע התחלה.
ווי אויך אלע זייערע מוסרים אין הולכים בערכות, אין מושחתים וכ'י זאל ער האלטן אין זייער לאט

רבותיה''ק  בעטן זיך, בקהלם אל תיחד כבודי...

תוקן על ידי rebyankel ב- 20/08/2009 21:37:16

משה_גאבע » 20/8/2009 21:40

באקומען אין אישי:

אחי ורעי!

 

איז דען מעגליך צו זאגן אויף טאג . נאכט?

 

ר"ח אלול איז ביי יעדן

 

נאר מיט ס'ארא ברילן מ'קוקט דערויף

 

דאס איז קלאר אז א מחלוקת אש להבה פלאקערט .

די איינציגסטע אמת'ע פלאץ ווי ס'הערשט נאך די מחלוקה איז ביים ביה"ח

 

דאס איז אויך קלאר אז ר' שאול איז פון די גרעסטע קעפ דורכאויס דעם גאנצן שדים טאנץ (הנקראת נועה"מ)

 

ליידער שטארבט זיין זון אזוי טראגיש.

 

ער האט א 12 שעה פלייט צו וויינען און איבערטראכטן.

 

זיין שונא אפפערט אים א סימפל דיעל. דיין זון קען גערן ליגען מ,בעט גארנישט עקסטערע

 

איין זאך!

 

אזויווי מ'איז און קארט.  (שלא ברשות בי"ד) בעט מען נישט אז ער זאל חלילה אויפגעבן זיין הייליגן קליפה קאמף!  חלילה!

נאר ער זאל אינטער שרייבן שטרי בירורין אריבערריקן דעם קליפה(מיין)קאמף בפני א אידישן בי"ד.

 

און אביסעלע איינלייג געלט.  צו געבן געוויכט פארן אינטערשריפט.

 

איז וואס טוט א תורה טרייער איד אין אזא זמן?  ספעציעל אזא איינער וואס מ'כלומרשט רירט זיך נישט נאר לויטן פסק פון די דיינים? 

שטרי בירורין? מעג מען דען? דאס איז דאך אקעגן אלעס הייליגן! חס מלהזכיר!

 

קודם פרובירט מען קאורט.

נאכדעם שפאנט מען איין דעם פארמעיגליכן שרייב אפארטא. אראפמאלן די ערליכע ראשי הקהלה ווי געלטגייציגע בלוטטרינקערס

 

ווען דאס ארבייט נישט

שפאנט מען איין די הייליגע דיינים וואס זענען גלייך גרייט טאן אלעס נאר נישט גיין צום די"ת!

 

אין דער ר' שאול אליין ווי איז זיין שכל? ווי איז זיין קאפ? ווי טוט א טאטע אזאנס מיט א קינד? ראש חודש אלול?

 

ווי ציטערט נישט דאס הארץ

YESWECAN3 » 20/8/2009 21:42

או הצלה..או ארוני זאגט מיר יעצט די מיינסט אז מיר וועלען פארשוייגען ענקער נייע בית החיים, מיר גייען שוין מארגען טרענספערען די דיד..יא יא לאכט נישט נעבעך..זאג איך עם וואס רעדסטי ביסט משיגע אדער וואס?זאגט ער מיר וואס איז דער פראבלעם די ווייסט דען נישט אז קארט קען זיך נישט מישען?.....

תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 20/08/2009 21:45:16

משה_גאבע » 20/8/2009 21:44

אזא ספינער ווי יעס ווי קען האב איך נאכנישט בייגעוואונט!

נישט אזוי לאנג צירוק האט ער "זיך געשוואורען ביים בארד"! אז אט אט האבן זיי צירוק דעם בית החיים!

ס'גייט אדורך צייט הייבט ער אהן מסביר זיין אז מ'ווארט נאר אויף א מעשה סאו וועט מען אין א מינוט באקומען אן "עמערדשענסי סטעי"...

און יעצט גאהר... איז "דער נייער בית החיים" זייערער א הילכיגער געוואונס....

איז יעצט טאג אדער נאכט???

איינער קען מיר זאגן דער וועטער אינדרויסן? איך הער אז ס'שנייט..

יקרבו » 20/8/2009 21:44


נאכאמאל קלאר מאכן אפי' זאל זיין ווי די זאליס שרייען אז ער האט אויסגעצאלט זיין גאנצע מעמבר שיפ, (וואס איך ווייס נאך נישט אז עס איז אמת), אין ער וואלט ווען נישט געווען אויסגעשלאסן פין זיין א חבר אין די קהלה, איז צי ליגן אין בית החיים אין קרית יואל דארף מען עקסטער קויפן א חלקה וואס קאסט לעת עתה (לויט ווי זיי האבן געשריבן א צייט צריק גייט ארויף גיין די פרייז) אויב קויפט מען בחיים קאסט עס 4 אלפים אין לאחר המעשה קאסט עס פין 10 טויזעט אין העכער. סא אפילו לשיטתם אז ער איז געווען א אויסגעצאלטע מעמבער דארף ער ווען אויך קויפן א חלקה.

זשוליאני08 » 20/8/2009 21:49

זאליס גנב'ן א שטיקל... אויף היידפארק.

די נייע חלקה פארצייכנט אין רויט (אפשר אין חלום).

[בילד – נישט אפגעהיט]

יקרבו » 20/8/2009 21:53


וואס גייט דיר אן אז זיי זענען זיך נעבעך מחזק. דער עיקר איז אז מען דארף געדענקען אז אלעס בלייבט ביים אלטן

gimpele » 20/8/2009 22:02

anybody knows what the real borders are?

פארשטיי » 20/8/2009 22:07

היינט איז א היסטארישער טאג און סאטמאר:

ביים לעבן, האבן מיר נישט קיין שום שייכות מיט די זאליס, מיר האבן אונזער אייגענע מוסדות, בתי מדרשים, מקוואות,קעמפ'ס אד''ג
אבער ביז היינט האבן מיר געמיזט ביים שטארבען זיין צוזאם,
היינט ב''ה, זענען מיר ענדליך באפרייט געווארען, פון די הולכי בג''ץ ניקעס, אפי נאכן שטארבען, זאל די נשמה פונעם נפטר רוען אויף איר פאסיג פלאטץ, אונטער די פליגלען פון די שכינה,

רעכטער » 20/8/2009 22:08

משמשבקודש כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]


עפעס שטימט נישט דא, ראש חודש מקדש זיין א בית החיים??????


די מסרבים לדין והולכי בערכאות רייסן אויס גאנצ'עטע סימנים פונעם שלחן ערוך, פונקט ביי דעם האסטו זיי געכאפט?

זיי וועלן טון אלעס אויף די וועלט אבי צו זיצן אין געריכט און ח"ו זיך נישט שטעלן צו דין תורה.

אוי לאותו בושה ואוי לאותו כלימה אז תלמידים פון רביה"ק זצוק"ל זענען אים אזוי מבזה קבל עולם ומלואו רח"ל.

גאסט » 20/8/2009 22:17

דער אמאליגער אשכול, וואו די לאט איז

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2603725&forum_id=16386

געדענק » 20/8/2009 22:20

באקומען אין אישית

פארהאנדלונגען אין פראסעס

[בילד – נישט אפגעהיט]
בלאט: 1 2 3 4