היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בד''ה המנוח ר' עזריעל פערלשטיין ע''ה

בד''ה המנוח ר' עזריעל פערלשטיין ע''ה

161 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2675259
בלאט: 1 2 3 4

YESWECAN3 » 21/8/2009 03:52

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איך האב געזעהן שאול פאר א שעה ציריק, אין זיין זין'ס קאר (כ'מיין די עלצטע)
איינער זאגט מיר אז ער האט זיך ציריקדגעדרייט, ווייל ער איז שוין געווען אויפן וועגן קיין ק''י, הערענדיג אז מ'פארלארנגט פין אים, צוציזאגען אז ער שרייבט אינטער שטרי בירורין.

כ'קען נישט פארשטיין!
א טאטע קומט ציריק פין ארגענטינע, אין מ'איז אים מודיע אז זיין זין איז פליצלינג נפטר געווארען אין די שענסטע יארען ה''י, אין זיין קאפ ליגט שוין ביי קארט אין עקשנ'ט זיך נאך אלץ קעגן שטרי בירורין...
מ'דארף זיין א סעלפהעיטינג זאלי עס צו פארשטיין....

כ'קען נישט פארשטיין!
א טאטע וויל קימען, צי א איר אייניקעלס חתונה אין די שענסטע יארען ה''י  אין מ'איז מודיע פארן זין אז דער טאטע וועט קימען נאר טאמער ער שרייבט אינטער שטרי בירורין  , אין זיין קאפ ליגט שוין ביי קארט אין עקשנ'ט זיך נאך אלץ קעגן שטרי בירורין... 
מ'דארף זיין א סעלפהעיטינג ארוני עס צו פארשטיין
 
.


תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 21/08/2009 3:48:52

YESWECAN3 » 21/8/2009 03:54

ר' שאול האט געטאן וואס די תורה הייסט! מיט רשעים און מבזה מתים טאר מען נישט שטיין אין ווארט!

אדרבה: ר' שאול האט געוויזן אז ער האט געלייגט קהל'ס אינטערעסן פאר זיינע אייגענע, אפילו בשעה שמתו מוטל לפניו!

רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל האט אים געשטעלט צו דינען די אינטערעסן פון די קהילה, און ב"ה אז ער איז נישט מועיל בשליחותו!

ר' שאול, מיר האבן אייך אייביג געשעצט זעענדיג וואסערע חיצים ובליסטראות איר נעמט אריין אין זיך למען כבוד רבינו הקוה"ט זי"ע וחמען כבוד רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל ולהבחל"ח למען כבוד מרן רבינו שליט"א.

ועכשיו ביותר! יא, אנשי שלומינו האבן ב"ה גוטע רוקן האלטערס! איר האט געוויזן אז איר זענט א דוגמא וויאזוי א סאטמארער ראה"ק מוז זיך אהערשטעלן.

עס איז ליידער געקומען אין א ביטערע תקופה פאר אייך, אבער עס איז קיין ספק נישט אז דאס וועט זיין לעילוי נשמתו פון  אייער טייערן זון ע"ה

און דער באשעפער זאל אייך מיט אייער ב"ב געבן געזונט און כח צו קענען איבערטראגן דעםן גרויסן בראך..

ויה"ר שיבולע המוות לנצח ומחה ה"א דמעה מעל כל פנים ובא לציון גואל..

YESWECAN3 » 21/8/2009 03:55

א.    פאר בערך 9 יאר צוריק זענען די ארוינים אריין אין קארט אן קיין שום היתר בי"ד שבעולם! דאס איז באשטעטיגט געווארן דורך זייער אייגענע נאווארדיק.
 
ב.   זיי זענען ארויסגעפלויגן פון ערכאות בשן ועין מיט אלע זייערע תביעות
 
ג.   אין אזא פאל איז מוסכם לכל הפוסקים אז אין נזקקין לו, דאס הייסט אז מ'זאל זיך נישט שטעלן צו דין תורה מיט אזא איינער וואס האט פארלוירן אין ערכאות אן א היתר בי"ד. (שרייען דין תורה נאכן פארלירן אין ערכאות איז א קאזאק הנגזל). ווילאנג זיי האבן געהאט אפילו א חלום צו געווינען אין קארט האבן זיי פון דין תורה נישט געוואלט הערן, יעצט נאכן דערלייגן אין קארט הייבן זיי אן שרייען דין תורה.
 
ד.    דעריבער האבן זיי איבערגעשריבן דעם ביה"ח בגניבה און דאס געפינט זיך יעצט אין קארט
 
ה.   במשך די לעצטע 8 יאר האבן פאסירט אסאך זאכן וואס דער עולם האט נישט פארשטאנען פארוואס דאס איז אזוי, הצד השוה שבהם איז אז אלעס האט זיך ארויסגעשטעלט לטובתינו (עיין ערך ראזענוואסער, שמחת תורה ועוד)
 
ו.   מיר האבן נישט פארשטאנען פארוואס דער רבוש"ע האט ענק געגעבן די שליטה אויפן ביה"ח אויף די לעצטע פאר חדשים, יעצט קען זיין ווערט דאס פארענטפערט... פשוט מיר זאלן "מיזן" אויסקויפן די חלקה'ס ארום, אזוי אז ווען מיר וועלען בעז"ה צוריק באקומען אויך דעם אלטן חלקה וועלען זיי בלייבן לעקיש פון ביידע וועלטן!
 
ז.   די מדובר איז נישט א "נייע" ביה"ח, די מדובר איז צולייגן נאך חלקים צום אלטען.
 
ח.  די ארוינים זענען יעצט זייער צומישט, זיי ווייסן נישט ווי אזוי צו עסן דעם נייעם אומבאקאנטן מאכל, ווען זיי וואלטן נישט געניצט אומשולדיג בליט פון א איידעלער אינגערמאן וואס האט זיי באצאלט "אלעס" עד פרוטה אחרונה וואלטן זיי אפשר נישט אנגעקומען צו אזא נידערלאגע

YESWECAN3 » 21/8/2009 04:03

משה_גאבע כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אזא ספינער ווי יעס ווי קען האב איך נאכנישט בייגעוואונט!

נישט אזוי לאנג צירוק האט ער "זיך געשוואורען ביים בארד"! אז אט אט האבן זיי צירוק דעם בית החיים!

ס'גייט אדורך צייט הייבט ער אהן מסביר זיין אז מ'ווארט נאר אויף א מעשה סאו וועט מען אין א מינוט באקומען אן "עמערדשענסי סטעי"...

און יעצט גאהר... איז "דער נייער בית החיים" זייערער א הילכיגער געוואונס....

איז יעצט טאג אדער נאכט???

איינער קען מיר זאגן דער וועטער אינדרויסן? איך הער אז ס'שנייט..

וואס פארשטייסטי נישט אינז האבען זיכער א בית החיים אויב פארלירען מיר די אלטע האבען מיר די נייע, אבער וואס וועט זיין טאמער ענק פארלירען די אלטע בית החיים ווי וועלען ענק לייגען ענקערע געביין?


מה_טובו » 21/8/2009 04:25

זייער א צומישטע און א פילע טאג איז היינט פאראיבער,
ס'איז פארגעקומען אסאך געשעענישען וואס יעדעס איינס וואלט געדארפט באזונדער באהאנדלט ווערן.

כ'וועל אראפלייגען די געשעענישען און כ'וועל טרייען וויפיל איך קען און די צייט ערלויבט מיר מגיב צו זיין דערויף.
(כ'וועל טרייען צו זיין קורץ)

1- צום אלעם ערשטען האט זיך כלל ישראל היינט צופרי אויפגעוועקט צו א ביטערע בשורה אז ליידער איז א  אינגע טאטע פון א שטוב מיט קינדער און זיינע בעסטע יארען פארשניטען געווארען פון איין מינוט אויפן צווייטען.

די ווייטאג איז זייער גרויס אפגעזעהן ווער דער נפטר איז, נאכדערצו וואס מ'זאגט (כ'האב אים נישט געקענט) אז ער איז געווען אזא לב טוב און א פיינער איד איז זיכער א גרויסע אבידה.

2- די טאטע פונעם נפטר האט נישט געוואלט נאכגעבן א קלייניקייט ווי "אביסעל טינט פון א קליינעם פעדער" אז די לוי' זאל דורכגיין בשלום און שטילערהייט, נאר האט אנשטאט אויסגעוועלט די אנדערע וועג פון גאוה און ליצנות.

דעיס איז א זאך וואס דארף באהאנדלט ווערן, דא זעהט מען וואספארא ביליגער און פראסטער מענטש ער איז, זיין אייגענע זין'ס טויט וועט אים נישט רירען...
מיינע חושים באגרייפען דעיס נישט!

3- רז"ל איז געווען פערזענליך פארמישט און די גאנצע שערורי', ווי זייערע מענטשען האבען עס ליב אנצורופען "בפקודת רבינו שליט"א" פון זיין אכסני' אין ק"י איז פארגעקומען אלע מיטונגען פון זייער צד.

דוכט זיך מיר אז די צומות הגידין פראבלעם לאזט ער אנדערע זיך פארען דערמיט, נא.... איך פארשטיי אים... ער קען נאר קעיר נעמען דארט ווי ער האט זיין נועם המידות עקספערטיז.

4- דער מסור הידוע לשמצה וואס האט אנגערופען אונזער הייליגע רבי ז"ל און פראנט פון מיליאנען גוים "כומעיני" איז געווארען א גאנצע ש"ץ מ"ץ, דארט ווי ער האט זיך אמאל געשעמט צו שטיין דרייט ער זיך היינט אזוי ווי ביים טאטען אין ווייגארטען.

ווער האט זיך דאס אמאל געגלייבט? ווי אזוי קען מען אזאנס טון צו א טאטע א רשכבה"ג?

5- און דאס איז דאס וויכטיגסטע און דע פרייליכסטע.... דאס עפענען פון זייער נייע פאלאקס ביה"ח
היינט קען מען אויסשרייען א עמפטליכע ברוך שפטרני!!!

ס'איז ב"ה א פרייד פאר אלע אנ"ש,

זאליס.... קוקטס מיך נישט אן בייז.... כ'האב געזעהן אז ענק שרייען אז אונז שעלט מיר....
אבער וואס זאל איך אייך זאגען... ס'איז א גרויסע שמחה!!!! פון איין זייט טוט עס וויי אז ס'האט געדארפט פאסירען דורך אזא טראגישע פאסירונג, אבער אויב שוין פאסירט איז עס באמת א גרויסע שמחה!!!


כ'וועל אי"ה צוריקקומען באהאנדלען די נושאים ווען די צייט וועט ערלויבען

מלוה_מלכה » 21/8/2009 04:47

ארגינעלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זאלן זיי מיטנעמען די צוויי כלבים אביגדור מיט יעקב נחמי'
צי פאלקאס לאט
וואלט איך זיי שיין באדאנקט.


פיקס אביסל דיין שיינעם לשון, מען רעדט נישט אויף נפטרים ווייל זיי האבן געהאט אן אנדער מיינונג ווי דיר.
תודה למפרע

מלוה_מלכה » 21/8/2009 04:52

איך האב נישט קיין נערוון מגיב זיין אויף אלע לאקשן, איין זאך נאר.

שאול איז צעבראכן אויף שברי שברים, דער רבוש"ע זאל אים אודאי טרייסטן נאך דעם ביטערן טראגעדיע וואס האט יעדן אויפגעשוידערט.
טראץ זיין שרעקליכע מצב יעצט ל"ע (בשעה שמתו מוטל לפניו ווי מען רופט עס דא), און טראץ פארן לאנגע שעות פון בראזיל, האט ער געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ און נישט געלאזט די ארונים אים אויסנוצן צוליב זייער אינטערעסע. דאס מיינט אן אמת'ער מענטש.
ובלע המות לנצח.

קאמענטאטאר » 21/8/2009 05:34

OMG

רעכטער » 21/8/2009 05:35

ס'דא וואס זאגן אז שאול וואלט שוין לאנג אויפגעגעבן, נאר זיין גייסטישן פירער האט אים מחזק געווען וואס פאר א מצוה גדולה וחשובה עס איז צו גיין אין גוי'אישן געריכט אן קיין שום הזמה און ח"ו צו האבן א היתר פון א אידישן בי"ד רח"ל, און דעם עון פלילי צו גיין רח"ל צו א אידישן בית דין.

זאל די גאנצע וועלט זעהן וואס פאר א חיות די סאטמערע זענען אזש ביז צו צווינגען א איד מיט געוואלד צו גיין צו דין תורה און רח"ל אויסרייסן דעם פסוק אין די תורה הקדושה "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם ולא לפני בית דין".

זאל די גאנצע וועלט זעהן אז אפילו ביים שטיין אינעם טאג פון א פלוצים'דיגן אומגליק ל"ע, שטייט מען ח"ו נישט אוועק קיין זוז כל שהו פון וואס די שלחן ערוך זאגט אויף איינעם וואס גייט צו דין תורה אז דאס איז הרמת יד בתורת. משה רח"ל.

מי יגלה עפר מעיניכם רבותינו הק' ווען ענקערע תלמידים וחסידים האלטן שוין אזוי ווייט אז מען לאזט נישט מקבר זיין, און מ'וויל דורך דעם צווינגען אידן צו גיין צו דין תורה רח"ל.

ווער האט געגלייבט אז אין תשס"ט, נאך אין חודש אלול, זאלן אידן שומרי תורה ומצוות פארלאנגן אפהאלטן א קבורה, און פארלאנגן צו גיין צו דין תורה?

יקרבו » 21/8/2009 07:50

איך ווינטש יעדן טאג פאר די זאליס אזעלכע געווינסען.

בלומבערג » 21/8/2009 09:11

רבותי מען הייבט אהו צו בלאזען היינט שופר

סאיז א זמן פון תשובה ותיקון המדות

עורו ישנים מתרדמתכם 

נאך אזא שווערן טאג אריבער אויף חרידישען ציבור א טאטע פון א שטוב און קינדער אזוי פלוצינג אוועק געריסען 

וואס דער ווייטאג איז צופרי צו באשרייבען וואס וואלט גידארפט יעדען רעכטדענקגיקער מענש באנעמען און פארשטיין דעם וואנק פון הימעל ווען און וואס און פארוואס 

וואס פאר גיוואלטיגע הותעוררות תשובה אזא טראגעדיע וואלט גידארפט מיטברענגען מיט זיך און אוודאי די אלע גידאנקען פון חרטה און קבלה אויף להבא וואלט זיכער גיווען לטובת נשמתו 

ליידער מעשה שטן הצליח 

און דער טאג איז אדורך ליידער ווי עס איז א דורך בשעת די וויכטיגסטע מינוטין ווען די צובראכענע אלמנה מיט די יתומים האבן גילעכצט אויף אביסלו חיזוק און די צייט איז מען גיווען פארנומען מיט וואס מען איז ליידער גיווען פארנומען 

 

רבותי וועקט אייך אויף פון אייער שכרות מיר זענען אראפ פון זינען דער  יזכיר לו יום המיתה און אפילו מיתה זעלבסט מיינט היינט  גארנישט

 

מיר גייען דאווענען און א חודש ארום כרחם אב על בנים וואס דער מושג איז אויך צו פארהאנדלען

 

וויפיל איז דער שיעור

ארגינעלער » 21/8/2009 09:55

בלומבערג די ביסט הינדערט פראצענט גערעכט
אבער פארגעס נישט איין נקידה.
 
היינט איז אוועק א יונגערמאן פלוצלים א געזינטער מענטש
דער טאטע פין דער יונגערמאן האט אנגעמאכט דעם גרעסטן חילול השם די לעצטע 60 יאר .

ער האט היינט ווען געקענט ארויס גיין פין קארט, אין אינטער שרייבן שטירי ברורין .

אנשטאט זיינע דיינים זאלן אים זאגן ס'איז געשעהן אזא צרה ל"ע עפעס מאנט מען הימעל
אפשר דארף מען גיין מי א דין תורה.

האבן די לאבצאוס דיינים געקומען צי פארן, אנגעברענגט א גאנצען טאג מקדש געווען א נייעם בית הקברות ( מאיר ראטה האט היינט געשריגן, מען וועט ווייזן די אהרוינים ביז איין יאר איז עס פיל )

אבי נישט ארויס צי גיין פין קארט

אזעלכע דיינים ווי ר' ישראל חיים מנשה ר' זלמן לייב פילעף ר' שלמה לייב וויינבערגער
האבן א רעכטן דין פין מינים אין אפיקרוסים זיי גלייבן נישט אין אית דין ואית דיין.

ארגינעלער » 21/8/2009 11:00

הערטס אויס ביי 6:50  ווי דער גנב ר' זלמן לייב שרייט מיט היסטערישע קולות
גזלנים חמסנים

די עם הארץ גיי זעץ דיך לערנען אין לאז אפ כלל ישראל





תוקן על ידי ארגינעלער ב- 21/08/2009 10:57:09

YESWECAN3 » 21/8/2009 16:02

ארגינעלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

בלומבערג די ביסט הינדערט פראצענט גערעכט
אבער פארגעס נישט איין נקידה.
 
היינט איז אוועק א יונגערמאן פלוצלים א געזינטער מענטש
דער טאטע פין דער יונגערמאן האט אנגעמאכט דעם גרעסטן חילול השם די לעצטע 60 יאר .

ער האט היינט ווען געקענט ארויס גיין פין קארט, אין אינטער שרייבן שטירי ברורין .

אנשטאט זיינע דיינים זאלן אים זאגן ס'איז געשעהן אזא צרה ל"ע עפעס מאנט מען הימעל
אפשר דארף מען גיין מי א דין תורה.

האבן די לאבצאוס דיינים געקומען צי פארן, אנגעברענגט א גאנצען טאג מקדש געווען א נייעם בית הקברות ( מאיר ראטה האט היינט געשריגן, מען וועט ווייזן די אהרוינים ביז איין יאר איז עס פיל )

אבי נישט ארויס צי גיין פין קארט

אזעלכע דיינים ווי ר' ישראל חיים מנשה ר' זלמן לייב פילעף ר' שלמה לייב וויינבערגער
האבן א רעכטן דין פין מינים אין אפיקרוסים זיי גלייבן נישט אין אית דין ואית דיין.

א.    פאר בערך 9 יאר צוריק זענען ענק אריין אין קארט אן קיין שום היתר בי"ד שבעולם! דאס איז באשטעטיגט געווארן דורך ענקערע נאווארדיק.בית דין 
 
ב.  ענק ארויסגעפלויגן פון ערכאות בשן ועין מיט אלע ענקערע תביעות
 
ג.   אין אזא פאל איז מוסכם לכל הפוסקים אז אין נזקקין לו, דאס הייסט אז מ'זאל זיך נישט שטעלן צו דין תורה מיט אזא איינער וואס האט פארלוירן אין ערכאות אן א היתר בי"ד. (שרייען דין תורה נאכן פארלירן אין ערכאות איז א קאזאק הנגזל). ווילאנג ענק האבן געהאט אפילו א חלום צו געווינען אין קארט האבן ענק פון דין תורה נישט געוואלט הערן, יעצט נאכן דערלייגן אין קארט הייבן ענק אן שרייען דין תורה.  בארא פארק יכוח  קודם האט מען געשריגען סאיז ריליגע, קארט קען זיך נישט אריינמישען נאכדעם וואס די אפאלט קארט האט געזאגט  בלא מיט א אלף סאיז נישט ריליגע האבען ענק אנגעהויבען שרייען דין תורה..דין תורה.. אין יעצט וועל איך ענדיגען מיינע דברי ברכה פאר אינזער געטרייען ראש הקהל  ר שאול בשם כך הקהל הקודש די בכל אתר ואתר ואין מקודם ומאיחר..
 
קהל יטב לב דסאטמאר ווילאמסברג 
 קהל יטב לב דסאטמאר בארא פארק 
 קהל יטב לב דסאטמאר מאנסי
 קהל יטב לב דסאטמאר מאנטריאל  
קהל יטב לב דסאטמאר לאנדאן 
קהל יטב לב דסאטמאר ירושלים
קהל יטב לב דסאטמאר בני ברק  
קהל יטב לב דסאטמאר אנטווערפען  
קהל יטב לב דסאטמאר מאנשעסטער  


 ==============================================
ה' עימך גיבר החיל וואס ערשט יעצט הייבט אן ארויס ציקימען וואס די כת מוסרים האבען געוואלט אז איר זאלט  אינטער שרייבען בשם אינזער קהילות אז מיר אלע ווארפען זיך אינטער רחמנה ליצלן..אינטער דעם....פירער..

 

ר' שאול איר האט געטאן וואס די תורה הייסט! מיט רשעים און מבזה מתים טאר מען נישט שטיין אין ווארט!

אדרבה: ר' שאול איר האט געוויזן אז ער האט געלייגט קהל'ס אינטערעסן פאר זיינע אייגענע, אפילו בשעה שמתו מוטל לפניו!

רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל האט אייך געשטעלט צו דינען די אינטערעסן פון די קהילה, און ב"ה איר זענט נישט מועיל בשליחותו!

ר' שאול, מיר האבן אייך אייביג געשעצט זעענדיג וואסערע חיצים ובליסטראות איר נעמט אריין אין זיך למען כבוד רבינו הקוה"ט זי"ע וחמען כבוד רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל ולהבחל"ח למען כבוד מרן רבינו שליט"א.

ועכשיו ביותר! יא, אנשי שלומינו האבן ב"ה גוטע רוקן האלטערס! איר האט געוויזן אז איר זענט א דוגמא וויאזוי א סאטמארער ראה"ק מוז זיך אהערשטעלן.
מיט איין ווארט וועלען מיר ענדיגען! ראש חודש אלול תשס'ט וועט אריינגיין אין די היסטערי, דער טאג וואס מען האט געראטעוועט סאטמאר....





 



 



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 21/08/2009 16:23:48

YESWECAN3 » 21/8/2009 16:40

איין זאך וויל איך נאר שאר מאכען מיט ענק ארוניםלך.., געט איבער פאר ענקערע חברה אז היינט איז די דעד ליין וואס ענק דארפען אריינגעבען ענקערע פעפירס וואזי איר האט געמאכט דעם טרענספער אופען בית החיים, אין מאך שאר אז די פעפירס זאל  בעסער זייו , גיט ווייל דאס איז ענקער לעצטע שאנס..אויב איר פארלירט דעס וועט מען לייגען ענקער געביין ביי די באוויסטע שארט קארטס...

YESWECAN3 » 21/8/2009 17:29

פארשטיי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

היינט אינדערפרי, דאנערשטאג פר' שופטים, א' דראש חודש אלול תשס"ט לפ"ק, האט דער סאטמארער ציבור זיך אויפגעוועקט צו די ביטערע בשורה אז "ברוך דיין האמת", א גאר חשובער אינגערמאן מו"ה עזריאל (זילא) פערלשטיין ע"ה איז פרייצייטיג אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו אין בליענדן עלטער פון בלויז 40 יאר, איבערלאזנדיג א שטוב מיט קינדער און א ערשיטעטע אלמנה שתחי'. די חברה קדישא דקהל יטב לב, וועלכע ווערן ליידער געפלאגט דורך זיין טאטן, דער מונטקאטשער חצוף, שאול פערלשטיין, וואס קלאגט די קהלה קדושה יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג און קרית יואל אין ערכאות של עכו"ם, "אן קיין רשות בית דין און אן קיין שום הזמנה לדין תורה בישראל", האבן געלאזט מעלדן פאר די משפחה, אז היות דער נפטר ר' עוזיאל ע"ה איז געווען אן ארנטליכער מענטש און ביז לעצטענס באצאלט מעמבערשיפ פאר קהל יטב לב אין קרית יואל, דעריבער כאטש די מיינונגס-דיפרענצן צווישן די צדדים, זענען זיי גרייט מוותר צו זיין און מקבר זיין דעם נפטר אין בית החיים אין קרית יואל, אויף א מכובד'דיגן פלאץ, לפי כבודו.

נאר מיט איין באדינג, אז היות דער פאטער פונעם נפטר איז דער עומד בראש פון די שענדליכע תביעות בערכאות של עכו"ם אן קיין רשות בית דין און אן קיין שום הזמנה לדין תורה בישראל, ער איז מבזה רבותינו הקדושים נבג"מ זי"ע דורך אריינשלעפן זיין מקום מנוחת קדשו אין גוי'שן געריכט און פארשווענדעט מילליאנען דאללארן ממון ישראל אויף קאורטס, ער דינט אלס זייער אפיציעלער סגן ראה"ק פון די מסרבים לדין, ער איז זייער ווארטזאגער, ער שרייבט אונטער זייערע בריוו'ן, ער זאגט די דרשות של דופי, און ער קען אפשטעלן די גאנצע ערכאות, דעריבער פארלאנגט מען פון אים א נישטיגע הבטחה, דאס איז:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

פאר 5 יאר צירוק האט דער סאטמארער ציבור זיך אויפגעוועקט צו די ביטערע בשורה
אז דער ברך משה זי'ע וועט נישט גיין צי זיין איר אייניקעלס חתונה
איבעבלייבענדיג אין שטוב מיט  די ציבראכענע און א ערשיטעטע רעבעצען שתחי'.

די ראשי קהילה דקהל יטב לב וועלכע ווערן ליידער געפלאגט דורך זיין טאטן  דער סאטמארן חצוף, ר' אהרן טייטעלביום וואס קלאגט די קהלה קדושה יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג און קרית יואל אין ערכאות של עכו"ם, "אן קיין רשות בית דין און אן קיין שום הזמנה לדין תורה בישראל", האבן געלאזט מעלדן פאר די משפחה, אז היות דער זין ר' מענדעלע איז אן ארנטליכער מענטש און ביז לעצטענס באצאלט מעמבערשיפ פאר קהל יטב לב אין קרית יואל, דעריבער כאטש די מיינונגס-דיפרענצן צווישן די צדדים, זענען זיי גרייט מוותר צו זיין לאזען דעם גרויסען זיידע קימען צי די חתונה

 נאר מיט איין באדינג, אז היות דער פאטער בל שמחה איז דער עומד בראש פון די שענדליכע תביעות בערכאות של עכו"ם אן קיין רשות בית דין און אן קיין שום הזמנה לדין תורה בישראל, ער איז מבזה רבותינו הקדושים נבג"מ זי"ע דורך אריינשלעפן זיין מקום מנוחת קדשו אין גוי'שן געריכט און פארשווענדעט מילליאנען דאללארן ממון ישראל אויף קאורטס, ער דינט אלס זייער אפיציעלער מנהיג פון די מסרבים לדין, ער איז זייער ווארטזאגער, ער שרייבט אונטער זייערע בריוו'ן, ער זאגט די דרשות של דופי, און ער קען אפשטעלן די גאנצע ערכאות, דעריבער פארלאנגט מען פון אים א נישטיגע הבטחה, דאס איז:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


 

די ראשי הקהלה האבן געבעטן א קליינע הבטחה, יעצט ווען ס'איז מתו מוטל לפניו און ס'איז צו האפן אז לבבו הערל איז עטוואס ווייכער, אז ער זאל אונטערשרייבן אז באלד נאך די שבעה וועט ער ארויסציען דעם הייליגן מקום קדוש פון גוי'שן קאורט, און על כל דין ודברים וועט ער אונטערשרייבן שטרי בירורין ביי א אידישן בית דין, ביי זבל"א אדער ביי סיי וועלכע נייטראלן בית דין.

הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א הדיינים דקהלתינו, וועלכע בלוטיגן שוין א לאנגע תקופה אויף דעם בזיון נורא וואס ווערט אפגעטוהן דורך די קליקע רשעים בראש פון דעם לץ זהיד שאול פערלשטיין, האבן באפוילן פאר די ראשי קהלה אז זאלן נוצן יעדן מיטל צו צווינגען דעם רשע ארויסצוגיין פון קאורט און מאבד זיין מיליאנען דאללאר ממון הקדש, מ'זאל זיך נישט לאזן פירן פון נארישע געפילן אויפן חשבון פון דעם יסוד היהדות "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם"! און אויב שטרעבט ער צו פארמינערן דעם בזיון פון בנו המנוח ע"ה, אדער סיי ווער ס'זוכט דא תכלית הנרצה, זאל ביי אים שתד'לן און אים באוועגן ארויסצונעמען דעם בית החיים פון גוי'שן קאורט, און דאס קען ער טוהן מיט בלויז:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

די ראשי הקהלה האבן געבעטן א קליינע הבטחה, יעצט ווען א געהבענע מינוט מען מאכט חתונה דער ערשטער אייניקעל און ס'איז צו האפן אז לבבו הערל איז עטוואס ווייכער, אז ער זאל אונטערשרייבן אז באלד נאך די חתונה וועט ער ארויסציען דעם הייליגן מקום קדוש פון גוי'שן קאורט, און על כל דין ודברים וועט ער אונטערשרייבן שטרי בירורין ביי א אידישן בית דין, ביי זבל"א אדער ביי סיי וועלכע נייטראלן בית דין.

הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א הדיינים דקהלתינו, וועלכע בלוטיגן שוין א לאנגע תקופה אויף דעם בזיון נורא וואס ווערט אפגעטוהן דורך די קליקע רשעים בראש פון דעם לץ זהיד ר' אהרן טייטעלביום, האבן באפוילן פאר די ראשי קהלה אז זאלן נוצן יעדן מיטל צו צווינגען דעם ...  ארויסצוגיין פון קאורט און מאבד זיין מיליאנען דאללאר ממון הקדש, מ'זאל זיך נישט לאזן פירן פון נארישע געפילן אויפן חשבון פון דעם יסוד היהדות "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם"! און אויב שטרעבט ער צו פארמינערן דעם בזיון פון בנו , אדער סיי ווער ס'זוכט דא תכלית הנרצה, זאל ביי אים שתד'לן און אים באוועגן ארויסצונעמען דעם בית החיים פון גוי'שן קאורט, און דאס קען ער טוהן מיט בלויז:


"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


אויך דער חשובער שווער פונעם נפטר ע"ה, יבלח"ט הרבני הנגיד החשוב מו"ה יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו פון קרית יואל, האט זיך נישט פארלוירן און זיך געבעטן צו זיין מחותן שאול פערלשטיין ווי צו א גזל'ן ער זאל נישט מבזה זיין, זיין אייגן קינד, און נאכקומען די פארלאנגען פון די ערליכע ראשי הקהלה און הנהלת חברה קדישא, און נישט לאזן זיין חשובן איידעם ע"ה ווערן אפגעסטעמפלט לחרפה ולדראון עולם ביז תחיית המתים, אלעס צוליב:


"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!





 

אויך דער חשובער ברידער פונעם מנהיג, הרבני הנגיד החשוב מו"ה ליפא טייטעלביום , האט זיך נישט פארלוירן און זיך געבעטן צו זיין ברידער ר' אהרן טייטעלביום ווי צו א גזל'ן ער זאל נישט מבזה זיין, זיין אייגן טאטע, און נאכקומען די פארלאנגען פון די ערליכע ראשי הקהלה , און נישט לאזן זיין חשובן טאטען דער ברך משה זצ''לזאל ווערן ללאג ולקלס, אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

ס'איז געווען צו האפן אז דער קשה עורף שאול פערלשטיין וועט זיך יעצט איינמאל ברעכן, זיך מכניע זיין צום דעת תורה און טוהן די געוואלדיגע שריט פון "גיין צו דין תורה", אבער השנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, האט ער פראסט אפגעענטפרט: "עטץ וועטס מיך נישט איינטיילן וואס צו טוהן"!! ער ברעכט זיך נישט, און וועט אויף קיין פאל נישט געבן דעם:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

ס'איז געווען צו האפן אז דער קשה עורף ר' אהרן טייטעלביום וועט זיך יעצט איינמאל ברעכן, זיך מכניע זיין צום דעת תורה און טוהן די געוואלדיגע שריט פון "גיין צו דין תורה", אבער השנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, האט ער פראסט אפגעענטפרט: "עטץ וועטס מיך נישט איינטיילן וואס צו טוהן"!! ער ברעכט זיך נישט, און וועט אויף קיין פאל נישט געבן דעם:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!



 

וואס א בלוטיגער טאטע טוט צו א אייגן קינד!

נאך אלע זיינע דעמאגאגישע רעדעס אז "אלעס בלייבט ביים אלטן", נאך אלע זיינע לגיונות אז ער איז נישט קיין מסרב לדין נאר איז גאר גרייט צו גיין צו דין תורה, שעמט ער זיך נישט און איז גרייט מיט א מאסע רציחה צו טוהן כל טצדקי שבעולם, ביז לייגן זיין אייגן קינד כדומם על פני השדה, אלעס כדי נישט צו דארפן גיין צו דין תורה?! און זיך נישט ברעכן צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


וואס א בלוטיגער קינד טוט צו א אייגן טאטען!

נאך אלע זיינע דעמאגאגישע רעדעס אז "אלעס בלייבט ביים אלטן", נאך אלע זיינע לגיונות אז ער איז נישט קיין מסרב לדין נאר איז גאר גרייט צו גיין צו דין תורה, שעמט ער זיך נישט און איז גרייט מיט א מאסע רציחה צו טוהן כל טצדקי שבעולם, ביז נישט לאזען זיין אייגען טאטען קימען צי די חתונה , אלעס כדי נישט צו דארפן גיין צו דין תורה?! און זיך נישט ברעכן צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


ס'איז ממש נישט געווען צו פארשטיין!

א טאטע קומט צוריק פון ארגענטינע, מ'איז אים מודיע אז זיין באליבטער זון איז פלוצים נפטר געווארן אין די שענסטע יארן ה"י, אלעס וואס ער דארף טוהן איז בלויז זיך מקבל זיין זיך צו פירן על פי תורה און ארויסגיין פון קאורט, און זיין קאפ קען נישט שלום מאכן מיטן מצב און פאר'עקשנ'ט זיך נאך אלץ קעגן אונטערשרייבן שטרי בירורין! און אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!



 

ס'איז ממש נישט געווען צו פארשטיין!

א טאטע איבערגעלעבט א קריג, מ'איז אים מודיע אז זיין באליבטער זון מאכט חתונה א אייניקעל אין די שענסטע יארן , אלעס וואס ער דארף טוהן איז בלויז זיך מקבל זיין זיך צו פירן על פי תורה און ארויסגיין פון קאורט, און זיין קאפ קען נישט שלום מאכן מיטן מצב און פאר'עקשנ'ט זיך נאך אלץ קעגן אונטערשרייבן שטרי בירורין! און אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

וואס האט מען שוין געבעטן פון אים?! בלויז ער זאל זיך פארפליכטן אראפצונעמען די גוי'שע ריכטער פון דעם הייליגן מקום קדוש, מקום חלקת מחוקק ספון פון רבותינו הקדושים זי"ע, און אויפהערן מיט דעם סירוב לדין, הליכה לערכאות, און בזיון המתים, דאס איז ס'גאנצע וואס מ'וויל פון אים האבן יעצט:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


וואס האט מען שוין געבעטן פון אים?! בלויז ער זאל זיך פארפליכטן אראפצונעמען די גוי'שע ריכטער פון דעם הייליגן מקום קדוש, מקום חלקת מחוקק ספון פון רבותינו הקדושים זי"ע, און אויפהערן מיט דעם סירוב לדין, הליכה לערכאות, און בזיון המתים, דאס איז ס'גאנצע וואס מ'וויל פון אים האבן יעצט:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


 

דערווייל, אויף די אינציאטיוו פון דעם "נועם המדות" פערזענליך", שטייט דער טאטע וואס שטאמט מזרע ישראל, מיט א פארביסענע קאלטבלוטיגקייט בשעה שמתו מוטל לפניו, און באוויליגט נישט ארויסצוגיין פון קאורט, אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


דערווייל, אויף די אינציאטיוו פון דעם "טאשען שניידער" פערזענליך", שטייט דער טאטע וואס שטאמט מזרע ישראל, מיט א פארביסענע קאלטבלוטיגקייט בשעה שמחות בניו, און באוויליגט נישט ארויסצוגיין פון קאורט, אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


 

דער ערנסטער ציבור קען דאס ממש נישט גלויבן, אפילו זיין ציבור, ס'איז דאך היינט ר"ח אלול ביי יעדן, איז דען די שרעקליכע טראגעדיע נישט א גענוגנדער סיבה אפצושטעלן דעם אשר המחלוקת וואס פלאקערט ביי אנשי שלומינו, וואס קען יעצט ווערן אפגעשטעלט בלויז דורך:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


דער ערנסטער ציבור קען דאס ממש נישט גלויבן, אפילו זיין ציבור, ס'איז דאך  איז דען די שרעקליכע טראגעדיע נישט א גענוגנדער סיבה אפצושטעלן דעם אשר המחלוקת וואס פלאקערט ביי אנשי שלומינו, וואס קען יעצט ווערן אפגעשטעלט בלויז דורך:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


דער טיראנישער פאטער געפינט זיך אין די מרחקים, ער באקומט די ביטערע בשורה אז ליידער איז זיין זון אזוי טראגיש אומגעקומען, ער האט א 12 שעה פלייט צו וויינען און איבערטראכטן זיינע אפציעס, זיין שונא אפפערט אים א סימפל-דיעל, אז זיין זון קען גערן ווערן באגראבן אין בית החיים קעגן וועלכן ער קעמפט מיט ציין און נעגל, מ'בעט גארנישט עקסטערע, נאר איין זאך:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!




דער טיראנישער פאטער געפינט זיך אין די מרחקים, ער באקומט די ביטערע בשורה אז ליידער  זיין אייגענער טאטעוועט נישט קימען צי די חתונה, ער האט א 12 שעה פלייט צו וויינען און איבערטראכטן זיינע אפציעס, זיין שונא אפפערט אים א סימפל-דיעל, אז זיין טאטע קען גערן קימען צי די חתונה קעגן וועלכן ער קעמפט מיט ציין און נעגל, מ'בעט גארנישט עקסטערע, נאר איין זאך:

 

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

די ערליכע חברה קדישא, וועמען דעם כבוד פון רבותינו הקדושים זי"ע איז נוגע ללבם, לאזן אים מעלדן, אז אזויווי ער האט אריינגעפירט דעם בית החיים אין גוי'שן געריכט שלא ברשות בי"ד, בעט מען נישט אז ער זאל חלילה אויפגעבן זיין הייליגן קליפה-קאמף!  חלילה! דאס גאנצע וואס מ'פארלאנגט פון אים איז:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


די ערליכע ראשי קהילה, וועמען דעם כבוד פון רבותינו הקדושים זי"ע איז נוגע ללבם, לאזן אים מעלדן, אז אזויווי ער האט אריינגעפירט דעם בית החיים אין גוי'שן געריכט שלא ברשות בי"ד, בעט מען נישט אז ער זאל חלילה אויפגעבן זיין הייליגן קליפה-קאמף!  חלילה! דאס גאנצע וואס מ'פארלאנגט פון אים איז:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!



 

ער זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין אריבערריקן דעם קליפה-קאמף פארנט פון א אידישן בי"ד, און אביסעלע איינלייג-געלט (נישט באזונדערע "קבורה-געלט") צו געבן געוויכט פארן אינטערשריפט.

וואס וואלט יעדער תורה-טרייע איד געטוהן אין אזא זמן? ספעציעל אזא איינער וואס מ'כלומר'שט רירט זיך נישט נאר לויטן פסק פון די דיינים?  וואס פארלאנגט מען דען?

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!



ער זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין אריבערריקן דעם קליפה-קאמף פארנט פון א אידישן בי"ד, און אביסעלע איינלייג-געלט (נישט באזונדערע געלטער)צו געבן געוויכט פארן אינטערשריפט.

וואס וואלט יעדער תורה-טרייע איד געטוהן אין אזא זמן? ספעציעל אזא איינער וואס מ'כלומר'שט רירט זיך נישט נאר לויטן פסק פון די דיינים?  וואס פארלאנגט מען דען?

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


 

וואו איז זיין שכל? וואו איז זיין קאפ? וויאזוי טוט דאס א טאטע מיט א קינד? ראש חודש אלול? ווי ציטערט נישט דאס הארץ? און אלעס בלויז צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

וואו איז זיין שכל? וואו איז זיין קאפ? וויאזוי טוט דאס א קינד מיט א טאטע? ראש חודש אלול? ווי ציטערט נישט דאס הארץ? און אלעס בלויז צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!


זאל דער אבי היתומים זיך מרחם זיין אויף די חשובע אלמנה און אירע אינגע יתומים, אז זיי זאלן קענען איבערטראגן דעם שרעקליכן צער, סיי דעם צער פון די פטירה פון זייער חשובן טאטן ע"ה, און דעם שרעקליכן בזיון און צער וואס זייער שווער און זיידע ברענגט ארויף אויף זייער גאנצע משפחה, אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!




 

זאל דער אבי היתומים זיך מרחם זיין אויף די חשובע משפחה און די קהילה קדושה, אז זיי זאלן קענען איבערטראגן דעם שרעקליכן צער, סיי דעם צער פון די פטירה פון זייער חשובן רבין ז''ל, און דעם שרעקליכן בזיון און צער וואס זייער שווער און זיידע אין טאטע  ברענגט ארויף אויף זייער גאנצע משפחה, אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!



תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 21/08/2009 17:41:59

פארשטיי » 21/8/2009 18:17

דאס נעכטיגע טאג ר''ח אלול תשס''ט לפ''ק, איז געווען גאר א היסטארישער טאג,



1 עס האט זיך ארויסגעשטעלט וואס פארא ביליגע מענטשען די זאליס זענען, מיט זייער מס''נ זיך נישט צושטעלן צו די ד''ת, האבן זיי מצער געווען א נפטר מיט א גרויס חלק פון די משפחה,

דער נפטר ר' עזיאל ע''ה, איז געווען גאר א קליגע לייטישע יונגערמאן, ער האט בלי שום ספק נישט געוואלט זיין דער מתחיל פון די פאלאק סעמעטערי,

וואו אויך די משפחה פון זיין ווייב'ס זייט משפחת סטראלאוויטש, זענען זייער דערביטערט, אז זייערס א משפחה מיטגליד, איז געפאלען א קרבן, צו די טופשות און רשעות פון דעם שאול פערלשטיין,



2 די עיקר היסטארישער פאקט: אז ר' זלמניו גייט ב''ה נישט ליגען באוהל רבתינו הק' לבית סאטמאר, ער מיט זיין ר' יעקב בער, וועלן אי''ה ליגען און די נייע הערליכע ''פאלאק סעמעטערי''



אין מניחין צדיק  אצל רשע


תוקן על ידי - בשמחה_תמיד - 21/08/2009 21:02:25

_________________

rebyankel » 21/8/2009 21:19

כ'וויל נאר קלארשטעלן איין נקודה.
אזווי די זאלי'ס ווילן אראפנעמן די שמיץ טאפ מיט וואס זיי האבען זיך באגאסען,
ביים ווייזען פאר די גאנצע וועלט, אז זיי וועלן טוען אלעס אויף דער וועלט אז מ'זאל נישט גיין צו די''ת (ווי דער שופט אין ב''פ אין שוין מברר געווען בכתב, ליידער) אריינגערכנט די נעכטיגע פרשה, ווי דער טאטע פינעם נפטר, האט זיך נישט ציגעהערט די געבעטן פין די אלמנה אין יתומים פין די נפטר, אין געמאכט פין דעם נפטר שעיר לעזזאל, ה''י.

אין זיי פראבירן זיך צו פארענטפרן, אז וויבאלד מיר זענען שוין געווען אין קארט {בהכרח, ברשות בי''ד, נאכדעם וואס דער נתבע האט מסרב געווען, כידוע ''לכל''}, איז דא א דין פין אין נזקקין.

וויל איך זיי מציע זיין וואס הגר' ישראל דוד הארפענעס האט בשעתו מציע געווען:
שרייבט אינטער שטרי ברירון, אין די ערשטע זאך וועט מען דן זיין, די אלע זאכען אויב אין נזקקין איז בכלל דא שייך (ווייל אויב דער תובע באשטעגטיגט זיין היתר בי''ד איז נישטא די דין פין אין נזקקין), אין אויב רבינו שליט''א דארף חתמ'נן שטרי בירורין, וכו'
א נתבע קען נישט אפמאכען קיין הלכה, זאל עס די בי''ד המרוצה אפמאכען.

פארשטייט זיך! זיי שרייען נאך אלץ אין נזקקין..........
אזש, נעכטן האט דער בועט שוין אליין געשריגן ''גזלן חמסן''.

rebyankel » 21/8/2009 21:30

מה_טובו כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זייער א צומישטע און א פילע טאג איז היינט פאראיבער,
ס'איז פארגעקומען אסאך געשעענישען וואס יעדעס איינס וואלט געדארפט באזונדער באהאנדלט ווערן.

כ'וועל אראפלייגען די געשעענישען און כ'וועל טרייען וויפיל איך קען און די צייט ערלויבט מיר מגיב צו זיין דערויף.
(כ'וועל טרייען צו זיין קורץ)

1- צום אלעם ערשטען האט זיך כלל ישראל היינט צופרי אויפגעוועקט צו א ביטערע בשורה אז ליידער איז א  אינגע טאטע פון א שטוב מיט קינדער און זיינע בעסטע יארען פארשניטען געווארען פון איין מינוט אויפן צווייטען.

די ווייטאג איז זייער גרויס אפגעזעהן ווער דער נפטר איז, נאכדערצו וואס מ'זאגט (כ'האב אים נישט געקענט) אז ער איז געווען אזא לב טוב און א פיינער איד איז זיכער א גרויסע אבידה.

2- די טאטע פונעם נפטר האט נישט געוואלט נאכגעבן א קלייניקייט ווי "אביסעל טינט פון א קליינעם פעדער" אז די לוי' זאל דורכגיין בשלום און שטילערהייט, נאר האט אנשטאט אויסגעוועלט די אנדערע וועג פון גאוה און ליצנות.

דעיס איז א זאך וואס דארף באהאנדלט ווערן, דא זעהט מען וואספארא ביליגער און פראסטער מענטש ער איז, זיין אייגענע זין'ס טויט וועט אים נישט רירען...
מיינע חושים באגרייפען דעיס נישט!

3- רז"ל איז געווען פערזענליך פארמישט און די גאנצע שערורי', ווי זייערע מענטשען האבען עס ליב אנצורופען "בפקודת רבינו שליט"א" פון זיין אכסני' אין ק"י איז פארגעקומען אלע מיטונגען פון זייער צד.

דוכט זיך מיר אז די צומות הגידין פראבלעם לאזט ער אנדערע זיך פארען דערמיט, נא.... איך פארשטיי אים... ער קען נאר קעיר נעמען דארט ווי ער האט זיין נועם המידות עקספערטיז.

4- דער מסור הידוע לשמצה וואס האט אנגערופען אונזער הייליגע רבי ז"ל און פראנט פון מיליאנען גוים "כומעיני" איז געווארען א גאנצע ש"ץ מ"ץ, דארט ווי ער האט זיך אמאל געשעמט צו שטיין דרייט ער זיך היינט אזוי ווי ביים טאטען אין ווייגארטען.

ווער האט זיך דאס אמאל געגלייבט? ווי אזוי קען מען אזאנס טון צו א טאטע א רשכבה"ג?

5- און דאס איז דאס וויכטיגסטע און דע פרייליכסטע.... דאס עפענען פון זייער נייע פאלאקס ביה"ח
היינט קען מען אויסשרייען א עמפטליכע ברוך שפטרני!!!

ס'איז ב"ה א פרייד פאר אלע אנ"ש,

זאליס.... קוקטס מיך נישט אן בייז.... כ'האב געזעהן אז ענק שרייען אז אונז שעלט מיר....
אבער וואס זאל איך אייך זאגען... ס'איז א גרויסע שמחה!!!! פון איין זייט טוט עס וויי אז ס'האט געדארפט פאסירען דורך אזא טראגישע פאסירונג, אבער אויב שוין פאסירט איז עס באמת א גרויסע שמחה!!!


כ'וועל אי"ה צוריקקומען באהאנדלען די נושאים ווען די צייט וועט ערלויבען


האסט עס זייער גיט צאמגענועמן:

די מערסטע וועט נומ' 2 בלייבן לדראון עולם
דאס איז א לעבעדיגע סעמפעל פין א זאלי
מאכען פין אין קינד, קוים נאך יציאת נשמה, א שעיר לעזזעל, נעבעך!
אלעס ווייל.......................... מ'פארלאנגט ''די''ת''................. ס'לאזט זיך נישט גלייבן...............
ב''ה, איך בין נישט געבוירן צו א זאלי'ס.

rebyankel » 21/8/2009 21:34

עס איז געווען א רחמנות
אריינקומענדיג אין ראדני היינט אינדערפרי, זעה איך ווי עס זיצט זייער נייע שמש, פעלדמאן זיצט
פאר ''כופר נפש'', וועגן די בעקיארד בית החיים
וואס זאל איך ענק זאגען? די ליצנות האט געשריגן פין זיך, אפגערעדט אז ער געזיצען מיט די זעלבע פעקל סינגעל'ס וואס ער האט קוים ארויסגענומען פין די פישקע, נאר ווער עס האט זיך יא אפגעשטעלט, איז געווען מיט קללות וואס מיין פעדער איז נישט גענוג שמיציג עס נאכצושרייבען.
די אליין פילן שוין די זשואק פין זייער גאנצע בית דין כו'

rebyankel » 21/8/2009 21:45

פין פאללאק'ס בעקיארד
[בילד – נישט אפגעהיט]

א קרבן פין מסירת נפש, פאר סירוב לדי''ת, ר''ל
תנצב''ה

rebyankel » 21/8/2009 22:00

זאלי'ס אין אטאקע קעגן בארימטע חברה הצלה דקרית יואל
די זאלי'ס האבען אן צו קומען צו זיך פין זייער מעכטיגע געווינס, אז אלעס בלייבט ביים אלטן, אין מ'גייט נישט צו די''ת
אין זיי פראבירן יעצט נקמה צו נעמען אין וועם זיי קענען,

ווער עס האט די זכי' באקומט יעצט א קיתון של שופכין, (הרה''ח ר' שלמה ווצב''ג - משמש האט אויך געהאט די זכי' פין איין'ס זייערע פירער אויפן גאס, אזש שרייענדיג היטלער וכו'....)

דער לעצטער קרבן, איז די בארימטע חברה הצלה דק''י, וואס אויף קיין פאל האבען זיי זיך נישט געמישט אדער געטשעפט א  זאלי אין זייער היסטאריע פין עקזיסטענץ, אין ווערן פאררעכנט ווי איינס פין די געטרייעסטע אין סאפיסקירטע הצלה ארגענזאציע, בראש פין זייער לאנגיעריגער געטרייער אין געשעצטער מיסד אין מנהל,

אין וויבאלד דער מנהל'ס מוח גייט נישט אין שפאן, גיסען זיי אויס די כעס , אויף די ק''י הצלה, נאכעדם וואס די נפטר איז געליגן די גאנצע צייט וואס די אייגענע טאטע פינעם נפטר האט געשפיגען אויף די תורה בשעה שמתו מוטל לפניו, אין א אמבעלאנס פין ק''י הצלה, אין זיי באשילדיגען אז די הצלה האט נישט געוואלט ארויסגעבן דעם נפטר,

וואס האט עטץ געוואלט טוען מיטן נפטר ביז די טהרה?????

ארינטער צירייסען אזא ארגענעזאציע ווי חברה הצלה, אז א שפיל מיט הצלת נפשות!!!

אבער ס'וועט האבען די זעלבע אפעקט ווי ענקערע טעגליכע עלילות.....
סוי ווער איז נעקסט?

בלעקבערי » 21/8/2009 22:01

זאליס האבן שוין פאריגע וואך געבעטן א פערמיט אויפן פאללאקס בית החיים
אזוי שטייט אינעם רעדקארד




Cemetery burials latest flashpoint between Kiryas Joel's feuding factions

hoto 1 of 1  |  Zoom Photo +
Chiam Weinstock digs a grave prior to a traditional Hasidic burial in the Raywood Drive neighborhood of Kiryas Joel Village of Monroe, NY on Thursday, August 20, 2009. The burial was the first one outside of the cemetery in the village.Times Herald-Record/CHET GORDON

KIRYAS JOEL — The bitter fight between rival factions of Satmar Hasidim took a dramatic turn Thursday when mourners hastily dedicated a new cemetery just outside Kiryas Joel to bury a 41-year-old man who died that morning.

One side in the Satmar rift claims Kiryas Joel's ruling faction refused to let Eziel Perlstein be buried in the community's main cemetery unless his father, a prominent member of the Brooklyn-based faction, agreed to drop a lawsuit over burial rights in the Kiryas Joel cemetery and posted $50,000 as a refundable guarantee.

Those demands were refused.

And so, compelled by Jewish law to bury the deceased as quickly as possible, mourners turned to a land tract in the Town of Monroe where a group is seeking approval to open a new cemetery, adjacent to the graveyard where Satmar founder Joel Teitelbaum was buried 30 years ago.

There in a clearing on Raywood Drive, following a large funeral in Kiryas Joel, men in black suits and hats dug a grave and lowered Perlstein's casket into the ground. A dedication ceremony had been held at the burial site earlier in the day.

The conflict provided the latest flashpoint in an incessant struggle between feuding partisans of Rabbi Aaron Teitelbaum and his brother, Rabbi Zalman Teitelbaum, each of whom is regarded by his followers as the grand rebbe, or supreme leader, of the Satmar movement.

State troopers were called to Raywood Drive when boys from Rabbi Aaron's yeshiva gathered near the cemetery dedication and began chanting and singing, but there appears to have been no violence.
Rabbi Zalman's supporters expressed outrage that their opponents would set ''extortionate'' conditions while a mourning family waited to bury Perlstein, a father of nine.

''Of course, we did not want to give into that demand,'' said Joseph Waldman, a longtime critic of Kiryas Joel's ruling faction.

Some of Rabbi Aaron's followers, meanwhile, questioned the legality of burying someone without a cemetery permit.

The application for a cemetery on Raywood Drive went before the Monroe Planning Board for the first time a week earlier, but no decision was rendered.

Richard Mahon II, the attorney representing Rabbi Aaron's side in the cemetery lawsuit in state Supreme Court, couldn't be reached Friday to discuss why the requested burial in Kiryas Joel was refused.

Rabbi Aaron's supporters say the $50,000 was demanded to cover a burial fee and Perlstein's membership dues.



תוקן על ידי בלעקבערי ב- 21/08/2009 21:58:47

rebyankel » 21/8/2009 22:24

די זאלי'ס האבען צאמגעשטעלט א קליפ, פין זייער קידוש ביה''ח אין פאללאק'ס בעקיארד, אין און די בעקראנד האבען זיי געלייגט ווי בחורים זינגען ביי א מאורע, (קוקט אויס ווי מ'האט באגלייט רבינו בעל ב''מ ז''ל מוצאי יו''ט), כאילו די  בחורים זינגען אריין אין זייער קידוש.

זיי האבען שוין עקספיריענס אין דעם פעלד, סיי אין צאמשטעלן פיקטשער'ס סיי אין קליפס.

כ'ווייס נישט וויאזוי מ'לייגט עס ארויף, ווער עס קען זאל עס ביטע אהערברענגן.

זאל יעדער  זעהן ווי עס האלט זייער דערפרעסיע, פאר'ן פארבירן צו צוווינגען צו גיין צו די''ת...

kootointy » 21/8/2009 22:52

פונעם NEW YORK POST ;

 

Hundreds of Brooklyn Satmars descended on a rival faction's cemetery to protest the blocked burial of a member who died yesterday.

The Satmars controlling the faction based in Rockland County refused to allow Eziel Perlstein, 41, to be buried in the Kiryas Joel cemetery. Perlstein's father lives in Brooklyn, and has ties to the rival group in Williamsburg.

ארגינעלער » 21/8/2009 23:12

דער מסור יאסעלע וואלדמאן ועט זיי פירן קעגן משיח

ארגינעלער » 21/8/2009 23:17

די צובראכנקייט וואס הערשט ביי די אהרונים איז שרעקליך. די צער אין ווייטאג אז די זאליס האבן אויפגעגעבן אויפן בית החיים אין אנטלאפן צו א בעקיארד אין טאון אף מאנרא איז ממש שוידערליך.

ווואו טראגט מען דאס איבער?

ווער געדענקט נאך ווי העפי די אהרונים זענען געווען ווען מען האט פארלוירן ראדני און ב"ה געמוזט עפענען אן אייגענע בית המדרש. אוי זענען די זאליס געווען באקאקט דעמאלט...

אגב, איינער קען מיר זאגן איבער וואס מען האט זיך דא געשלאגן די לעצטע יאר אין סאטמאר? ווייל ביז יעצט האב איך געמיינט אז מען האט זיך געשלאגן ווער ס'איז בעה"ב אין ביה"ח. יעצט ווער איך גאר געוואר אז מען האט זיך געשלאגן אז די זאליס זאלן נישט אוועקלויפן פין אונזער בית החיים, אין יעצט האבן זיי געהאט א מעכטיגן זיג אז ס'איז זיי געלונגען אוועקצולויפן פון אינזער בית החיים...

אגב מוז זיין אז די בחורים וועלכע האבן געטאנצן ביים אפענעם קבר זענען געווען זאלונים, ווייל די אהרונים זענען געווען אזוי שרעקליך אנגעזעצט נעכטן אז זיי האבן נישט געהאט די מוט צו ווייזן דעם פנים, ווער רעדט נאך פון טאנצן...

ארגינעלער » 21/8/2009 23:23

און אז מען רעדט שוין פון דעמאלט ווען מיר זענען מיט גרויס שמחה אנטלאפן פון ראדני (נוסח די מעכטיגע זאלונישע זיג פון נעכטן) ווי די אהרונים האבן כאטש אנגעשטעלט א פרייליך פנים און זיך געפרייט ווי גרינג און שנעל מען האט אויפגעבויט די נייע שיל. ס'איז געווען א צייט פון שמחה.

נעכטן אבער ביי די זאלונישע שמחה ביים באקומען דעם נייעם בית החיים האבן זיי געוויינט און געביטערט. ר' זלמן לייב האט ממש געקייכט ווען ער האט געשריגן "גזלנים חמסנים, זיי גייען קיינמאל נישט קענען תשובה טאן אויף די גניבה!!!" אנטשולדיגט חברה, איך ווייס אז ס'איז זייער קיוט צו זאגן פאר די גאס אז מען איז העפי, אבער כאטש עקט אזוי גוט ווי עטס זאגט. פארוואס וויינט עטס? פארוואס יאמערט עטס? פארוואס זענט עטס אזוי ביזי מיט די שרעקליכע גניבה?

עטס האט דאך געהאט א מעכטיגן זיג!

ארגינעלער » 21/8/2009 23:44

שלשה רועי בקר

[בילד – נישט אפגעהיט]

רעכטער » 22/8/2009 00:24

קען איך קוים ווארטן אויף דעם מעכטיגן זיג ווען זיי גייען "ווייזן" פאר סאטמאר, און גייען אפטראגן פון קרית יואל. דעמאלט וועלן לכאורה די סאטמאר'ע חסידים דאס בשום אופן נישט קענען דאס איבערטראגן.

זאל טאקע דער זכות פונעם מסור יאשקע וואלדמאן מגין זיין אויף די אלע עזות פנים'ער ביינאזאם.

בענאנע » 23/8/2009 17:56

איך וויל פארשטיין א קליינע קייט, האלטען מיר שוין היינט טאקע אזוי ווייט פון יעדע אידישע געפיל? זענען מיר טאקע אזוי טיף אין דער ערד אז אזא זאך קען פאסירען ממש אין שכנית פון קרית יואל, און עס קימט נישט קיין מחאה פון קיין שום רב? איז שוין טאקע היינט מותר צו טרעטען אויף יעדע הלכה אין שו"ע? מען האט מקדש געווען דריי גאנצע לאטס פאר א בית עולמים, אריינגערעכנט די פלאץ וואו עס געפינט זיך די הויז פון (ר' זלמן?) פאלאק, דאס הייסט אז די הויז איז אויך מוקדש פאר א בית החיים, יעצט נאכען מקדש זיין פארשטייט דאך יעדער אז דער פאלאק טאר מער נישט וואוינען אין זיין הויז ווייל מען טאר נישט וואוינען אין א בית החיים, אבער וואו די שטייגער ביי די זאליס איז קיין שו"ע נישט פארהאן, פון וואו זאל מען וויסען וואס עס שטייט אין שו"ע ווען זייער פאר-פירער האט נישט קיין שו"ע אין שטיב? ווען א ברידער קימט צו אים אין די דירה אין וויל נאכקיקען אן הלכה גייט מען צו ר' יחזקאל גלאנץ'ן בארגען א שו"ע, סאו זיי בלעים איך נישט אז ביי זיי עקזיסטירט מער נישט די פיר חלקים פון שו"ע. נאר וואס איך וויל יא פארשטיין איז, וואו זענען די פאליציי פון כלל ישראל? וואו איז דער שארמאשער רב? וואו איז דער וויזשניצע רב פון מאנסי? וואו איז דער ממשך דרך פין ר' אברהם לייטנער? וואו איז דער ממשיך דרך פון קאשוי רב? וואו איז דער סאלקאו רב'ס מ"מ? וואו איז ר' מאיר יודא טענענבוים? וואו איז הרב מאנדעל? וואו איז ר' משה בער בעק? וואו זענען די אלע רעבנים וואס האבען שטענדיג געוואטשט קרית יואל אז אלעס זאל ווערן געפירט לויט זייער מיינונגען? וואו זענען די אלע רבנים וואס זענען אינטערגעשריבען קעגן די אריזוינע ווייץ? וואו איז דער פארקאש פון פלעטבוש? ועוד ועוד ועוד וואו זענט איר? צו איז דען טאקע די נייע ביה"ח אזוי ווייט פין קרית יואל אז אייערע מענטשען קענען נישט גרייכען ביז אהין צו זען צו א אידישע משפחה וואוינט געהעריג אין א בית החיים? ר' ישעי יעקב וואו איז די מוחאה אין מעריאט? וואו איז דער לישקע? און נאכאמאל צו די אלע זעלבס געקרוינטע וואטש דאגס וואס געבן אכט אויף קרית יואל איכה? איך וועל מקצר זיין איך יאג מיך, אפשר ביי א צווייטע געלעגענהייט.

bigsatmar » 23/8/2009 21:18

rebyankel » 23/8/2009 21:48

א רחמנות
[בילד – נישט אפגעהיט]

מ'בויעט שנעל א גדר.

rebyankel » 23/8/2009 22:01

קוקט אין בעק פין פאללאק'ס קאר....
[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 23/8/2009 22:11

כ'האב יעצט געהערט פין א מקור נאמן
אז די צען טויזענט דאללער פאר די קרעקע האט  דער אבי הנפטר אויך נישט געוואלט געבן, זאגענדיג פאר חברה קדישא, עטץ זענסט נישט בעה''ב אין ענק וועלן מיר נישט  זאגען וויפיל צו צאלען.......

ס'שטעלט זיך ארויס, אין אפי' לויט די זאלי'ס וואס טענה'ן אז דער זין איז נישט שילדיג וועגן זיין טאטע, זעהט אבער יעדער אז אויב דער טאטע האט נישט געהאט אזוויפיל געפיל פאר'ן א אייגען קינד, בשעה שמוטל לפניו, סוי ווער זאל יא האבען??????.......

די חרפה ברענט אין פנים...... נו! אוואדאי שרייט מען מיט קראקידייל טרערן גזלנים..... יענער צווינגט דאך צו די''ת, ר''ל.............

דער_פוסק » 24/8/2009 06:30

אריגינעלער. איך בין מוחה קעגן דעם אויסדרוק אקעגן מורי הוראה בישראל וואס דיין טאטע און אפשר דו אויך האבן געפרעגט ביי זיי שאלות.

די געדאנק אז אויב מ'איז נישט צעפרידן פון א תלמיד חכם, מעג מען אים שוין מבזה זיין, לאז ביטע איבער פאר די זאליס.

בענאנע » 24/8/2009 07:14

פוסק קערעקט מי איף איי עם ראנג, א ת"ח וואס איך בין נישט צופרידען טאר מען נישט בארעדן, משא"כ א ת"ח וואס די ביזט נישט צופרידען מעג מען יא בארעדן, האב איך עס גוט ארויס? און וואס טוט זיך מיט דער ערפינדער פין קריגען אויף א מנהיג, קורח'ן אים מעג מען בארעדן אדער נישט, איך פרעג נאר דיין מיינונג פאר נייגעריקייט.

Palin12 » 24/8/2009 19:07

 ס'דערמאנט מיר א מעשה ווען די רשעים די אהרונים זענען נישט געווען אזעלכע רשעים,

נישט צו לאנג צוריק איז עפעס א שנה ופירשניק, א מחלל שבת, געשטארבען (אדער זעך גענומען דאס לעבען), און אף על וואס דער טאטע זיינער איז מראשי השונאים וואס צופיסקוועט זעך וואך איין און וואך אויס אין איינע פון די יודישסטקע צייטונגען (און דאכט זעך אליינס באקומען א בריעוו אז ער קען נישט ליגען במקום מנוחתם של רבותינו הקדושים זי"ע) האט מען איהם באגראבען בחלקת קהל  יטב לב בניו דזערסי

ווען זענען זיי יא רשעים ווען נישט

(אפשר קען דאס איינער אריינשטעלן און דעם אשכול פון די בית החיים בבחדרי חרדים)

א חידוש קיינער האט נאך נישט אנגעמערקט די גרעסטע שקר דארט, כאילו מען האט אוועק געכאפט א גוף בשעת דער טהרה (כלשון הכותרת)

יענקעלע11 » 24/8/2009 19:49

מיט א ניכטערן בליק "קבל את האמת ממי שאמרו"
עיני עיני יורדה מים,
ס'בלוטיגט דאס הארץ, 
א יונגערמאן אין די בלוהענדיגע יארן איז אזוי ביטער פארכאפט געווארן,
עוללים שואלים, ווי איז טאטי, ווען קומט ער אהיים,
א פיצל קינד פון עטליכע חדשים וועט קיינמאל נישט געדענקן דעם טאטן,
א יונגע פרוי א א אלמנה געבליבן בלי משען ומשענה,
מיט 9 קינדערלעך אינדערהיים,
און... קיינער לאזט נישט קיין טרער אויף דעם דאזיגן בראך,

איך האב נישט געקענט דעם נפטר, אבער עם כל זה קען איך מיך נישט
צוזאמען קלויבן, אזא ביטערע טראגעדיע, און קיינער קיינער קומערט זיך נישט,
די זאליס טראמפייטערן מיט זייער נצחון אז זיי האבן שוין א אייגענעם בית החיים
און די אהרונים פרייען זיך אז מען  איז פטור געווארן פון די מחרחרי ריב,
אבער א טרער פאר דעם גרויסן בראך האט קיינער נישט געלאזט,
איין מינוט..., איינער האט יא געוויינט מיט יאמערלעכע קולות,
אבער נישט פאר די אבידה פון דעם נפטר, נאר פאר זיין פערזענדליכע אבידה
שאין לה תמורתה, ער האט ענדליך אנערקענט אז ער וועט נישט ליגן אינעם
בית החיים ווי זיין טאטע ליגט, דער ושכבתי עם אבותי, וועט גיין אויפן זעלבן
פלאץ ווי דער ואלה המשפטים איז געגאנגען,

די גמרא אין מסכת סנהדרין פרעגט א איבעיא,
"איבעיא להו הספידא יקרא דחיי הוי או יקרא דשכבי הוי"
די גמרא פרעגט, פארוועמענס תועלת איז א הספד,
און די גמרא נעמט אן, און אזוי ווערט געפסקעט אין שו''ע,
אז ס'איז יקרא דשכבי, א הספד איז א תועלת פאר די נשמה,
מענטשן לאזן א טרער, מען איז מפשפש במעשים און דאס איז 
לטובת הנשמה, און טאקע וועגן דעם איז אויב דער נפטר לאזט
צוואה מען זאל עהם נישט מספיד זיין דארף מען עהם טאקע פאלגן,
ווייל דאס איז דאך לטובת זיין אייגענע נשמה איז ער דאך בעל הבית, 
(חוץ ביי א גדול הדור, וואס דארט דארף מען נישט פאלגן די צוואה),
על כל פנים, ווען מען קומט זיך צוזאם און מען איז מספיד א נפטר,
מען לאזט טרערן, מען איז זיך מקבל תשובה להבא, מיט תיקון המעשים
א קבלת דבר טוב, דאס איז א געוואלדיגער זכות פאר די נשמה,
מורי ורבותי, ליידער ליידער האט קיינער נישט געלאזט קיין טרער אויפן
נפטר וואס איז אזוי טראגיש אוועק געריסן געווארן, יעדער איז ביזי מיט
שטותים והבלים, איך האב געווינען, ניין איך האב געווינען, 
אבער קבלת תשובה מאן דכר שמיה,  אדרבה דער טאטע אליין האט 
מיט פאטאס אויסגערופן אז ער האט מקיים געווען דעם רצון פונעם נפטר,
אלזא, שאול טייערער, HOW ABOUT א שטיקל קידוש, אזא שטיקל סעודת הודאה
אז "ב''ה'' אין ווייניגער ווי א וואך וואס דו ביסט געגאנגען מיט דיין זוהן זיך אומקיקן
אויפן לאט פון פאלאק האט דיין זוהן "זוכה" געווען און דאס באנייט,
יא שאול, איך וואלט געלאכט ווען עס וואלט נישט געווען אזוי טרויעריג,
איך האף און מתפלל אז די אלע קללות נמרצות, שקרים וכזבים, 
ניבול פה, והוצאת שם רע וואס דאס האט גורם געווען זאל חלילה נישט גיין על חשבון הנפטר,
נאר אויף חשבון פון זיין טאטע וואס בשאט נפש האט ער אזוי ביטערלעך 
מבזה געווען זיין אייגענען זוהן, 

מאנכע פרעגן, פון ווי ווייסטו פארוואס דאס איז געשעהן?, די ביסט עפעס אין הימל?
און פארוואס איז דאס געשעהן?, און פארוואס איז יענץ געשעהן? יעדער פרעגט
אזעלעכע תם אוואטע קשיות, און כאפן זיך נישט אז די דאזיגע פראגעס
גרענעצט זיך מיט מינות וכפירה, אלע מינים וכופרים אין אלע דורות האבן אזוי
אפ געשפעט פון די הייליגע תורה, אלעס מלבש געווען בטבע, אה, ער איז פלעין
אזוי אוועק, און פארוואס איז ר' ד''כ פון קרית יואל אוועק? אזוי ענטפערן זיי צוריק,
  
וויל איך דא זאגן פאר מיינע טייערע זאלונישלעך חברים, אמת, נסתרים דרכי
השם, קיינער ווייסט נישט בשל מי הרעה הזאת, פארוואס א טראגעדיע פאסירט,
אבער ווי נידעריג דארף מען זיין, אזוי ביליג אוועק צו מאכן אזא בולט'דיגער
פאסירונג, ווען א יונגערמאן ווערט לא עלינו ולא עליכם קראנק, און וואלגערט
זיך ליידער מיט יסורים, ווייסט טאקע קיינער נישט פארוואס דאס קומט עהם,
מיר אידן  גלייבן דאך, מיר זענען מאמינים בני מאמינים, מיר גלייבן אז אלעס האט א חשבון,
גארנישט איז נישט פערצאפאל, און ווען דער יונגעמאן שטארבט נעבעך,
קומט מען זיך צוזאמען, מען גיסט טרערן, מען איז מפשפש במעשים, און מען איז זיך
מקבל תשובה צוטוהן, מיט תיקון המעשים, מיט דעם האפענונג אז מיט דעם קבלת
תיקון המעשים וועט זיך אפטוהן דער חרון אף ושלא ישמע עוד שוד ושבר במחנינו,
און דער זכות התשובה גייט פאר די נשמת הנפטר/ת לטובת נשמתו/ה,
איי, האסטו צו געטראפן פונקטליך דעם פראבלעם? געוויס נישט, מען ווייסט דאך נישט,
אבער מען פראבירט ווי שטארק מען קען, צו צוטרעפן בשל מי הרעה הזאת,
פארוואס דאס האט פאסירט, און מען האפט אז מען האט צוגעטראפן,

אבער דא לענינינו, ווי קען מען זיין מסופק, מען זעהט דאך בחוש וואס דא איז געשעהן,
דער אינגערמאן איז געווען געזונט אין שטארק, ס'האט עהם גארנישט געפעלט,
ער איז געווען ראשו ורובו אריין געלייגט אין בויען א קהילה על אפו וחמתו פונעם מרא דאתרא,
ער איז פערזענדליך געעוען אינסטראמענטל אין קויפן דעם דאזיגן לאט פאר א בית החיים,
ער האט געוויס נישט געקלערט אז ער גרייט דאס אן פאר זיך אליין, 
ער האט נאך זיכער נישט געפלאנט צו שטארבן, און דא אזוי פלוצלינג איז ער אוועק
געריסן געווארן אז מען האט געדארפט באנייען דעם בית החיים מיט עהם אליין,
איז דאס נישט עפעס מעורר?, זאגט דאס גארנישט? טאר מען דאס אפילו נישט טראכטן?
און אויב טראכט מען יא אז יש דברים בגו, איז מען טאקע א ניגער?, ווי א זאלי האט מיר
נאכגעשריגן, לאמיך אייך אויסשרייען קלאר און דייטליך, איך וויל ענדערשט
זיין א ניגער וואס האלט די תורה הקדושה ווי איידער זיין א סאטמארער רבי וואס איז 
בועט אין די הייליגע תורה, אינטרעסאנט, ווען עס פאסירט א אומגליק ל''ע און די רבנים
שרייען אז דאס האט פאסירט ווייל... מען גייט נישט בצניעות, צו ווייל ס'איז דא מחלוקת ביי 
אידן, אדער פאר אנדערע פירצות, ווער לאכט אפ פון דעם, נאר די פראסטע באמעס,
נאר די קלים וריקים, זיי לאכן אלץ אפ, איי פון ווי ווייסן די רבנים פארוואס דאס האט פאסירט,
איז דער תירוץ זיי ווייסן טאקע נישט, אבער למיחוש מיהא בעי', און דא ביי אונז ווען יעדער וואס
האט א מוח בקדקדו, זעהט באשיינדפערליך אז יש דברים בגו, אזעלעכע זאכן פאסירט נישט
סתם אזוי, געזונטע מענטשן שטארבן נישט, און מען לייגט דאס אן אויף ואס מען זעהט בחוש,
שעלט מען קללות נמרצות, 

(איך וויל דא באטאנען, אז איך בין נישט דא חלילה מקטרג זיין אויף דעם שוכן עפר
ואס כפי השמועה איז געווען זייער א לייטישער אינגערמאן,
און זיין גאנצער אינוואלוומענט איז נאר געווען בתורת כיבוד אב.)

והאחרון הכביד, קומט א אינגאטש באיצטלא דרבנן, און שרייט און כמארעט, גנבים!!! חמסנים!!!,
איר קענט אפילו נישט תשובה טוהן!!!, זלמן לייב, מיר זענען גנבים און דיין א מענטש איז געשטארבן,
היתכן?, ס'איז דיר נישט ביי געפאלן אז אפשר ביסטו גאר דער גנב וחמסן?, 
אפשר שיקט מען דיר א מעסעדש אז חזור בך און טוה תשובה, אפשר דארף מען יא גיין
צו דין תורה ווי אידן פירן זיך, אדרבה,לאמיר זעהן ווער ס'איז גערעכט און ווער עס איז דער גנב,
ניין, דו האסט נישט געוויינט ווייל ס'איז נעבעך אוועק געריסן א אינגערמאן במיטב שנותיו,
דאס האט דיך נישטאמאל בארירט, דו האסט נאר גיאמערט אז דו האסט פיינעלי אנערקענט
אז דו גייסט ליגן דארט ביי פאללאק ווי קיינער וועט קיינמאל נישט קומען אפילו אנצונדען א לעכטל,
דאס האסטו דיך אצינד געכאפט, יא, זלמן לייבעלע, ווייט ווייט אוועק אינטערן צוים וועט מען דיך לייגן, 
און דעמאלטס וועלן אפילו דיינע אייגענע קינדער שוין זיין צוקריגט, (זיי הרגענען זיך דאך שוין היינט)
און דאס האט דיך ארויס גענומען פון די כלים, דאס האט ארויס געברענגט אמת'ע טרערן און בכיות,
און אנשטאט זיך צו מאכן א שטיקל חשבון הנפש, וואס האט דא פאסירט? וואס וויל מען פון מיר?
קומסטו גאר באשולדיגן די נגזלים און שעלסט קללות נמרצות, זלמן לייב, לאמיך דיר זאגן,
איך בין דיר מבטיח אז טראץ די אלע גניבות וגזילות קענסטו "יא" תשובה טוהן, זיי מקדש שם שמים
און שטעל דיך אויף אין בית המדרש און שריי אויס בקול רם וגדול, חטאתי עוויתי ופשעתי,
חטאתי לאלוקי ישראל ולאבי הקדוש זי''ע ולדודי הקדוש זי''ע, והריני חוזר בתשובה און פארלאנג
זאפארט זיך צו שטעל צו דין תורה כהלכות גוברין יהודאין, יא, זלמן לייב, יש קונה עולמו בשעה,
די האסט א געלעגנהייט מקדש זיין שם שמים, ניץ דאס אויס, און דאס וועט באמת זיין א געוואלדיגע
זכות פאר די נשמה וואס איז אזוי שוידערליך אוועק געריסן געווארן, און אין דעם זכות וועלן מיר אלע
געהאלפן ווערן ס'זאל שוין זיין תכלה שנה וקללותי' תחל שנה וברכותי' בביאת גואל צדק בב''א.   


  

highliter » 24/8/2009 20:49

איך בין דיר מבטיח אז טראץ די אלע גניבות וגזילות קענסטו "יא" תשובה טוהן, זיי מקדש שם שמים
און שטעל דיך אויף אין בית המדרש און שריי אויס בקול רם וגדול, חטאתי עוויתי ופשעתי,
חטאתי לאלוקי ישראל ולאבי הקדוש זי''ע ולדודי הקדוש זי''ע, והריני חוזר בתשובה און פארלאנג
זאפארט זיך צו שטעל צו דין תורה כהלכות גוברין יהודאין, יא, זלמן לייב, יש קונה עולמו בשעה,
די האסט א געלעגנהייט מקדש זיין שם שמים, ניץ דאס אויס, און דאס וועט באמת זיין א געוואלדיגע
זכות פאר די נשמה וואס איז אזוי שוידערליך אוועק געריסן געווארן, און אין דעם זכות וועלן מיר אלע
געהאלפן ווערן ס'זאל שוין זיין תכלה שנה וקללותי' תחל שנה וברכותי' בביאת גואל צדק בב''א

הלואי ווען דיין שרייבען זאל אנקומען צי זיינע אויגען/ אויערען, אין ער זאל דיך פאלגען.

זשוליאני08 » 24/8/2009 21:35

אין מספיקין בידו לעשות תשובה איז טייטש אז מ'לאזט אים נישט פון הימל.
מעג ליידער שטארבן דאס בעסטע און דאס שענסטע, דאס יונגסטע און דאס פרישסטע.

ער וועט קיין שטרי בירורין נישט אינטערשרייבן, ער וועט ענדרש שרייען גנבים חמסנים גזלנים אבער זיך אינטערגעבן וועט ער קיינמאל נישט.

דערפאר טראגט ער דעם פנים!1

YESWECAN3 » 25/8/2009 02:16

rebyankel כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
כ'האב יעצט געהערט פין א זאלי'ס אז מ'פארלאנגט א סכום פאר די קרקע, אזווי מ'האט אייביג פארלאנגט ביי א בר מינן וואס האט נישט געקויפט א קרקע בחיים,
פלאס דארף שאול איינלייגען 50 טויזענט אז ער גייט אינטערשרייבען שטרי בירורין נאך די שבעה.

כ'האלט ס'איז זייער א קלוגע זאך, אויב שאול האט רחמנות אויף זיינע אייניקלעך די יתומים, זאל ער געבן די 50 טויזענט, {ער זאגט דאך אז ער איז נישט קיין מסרב, נו! וועט ער עס במילא ציריקבאקומען}
 
איך זעה די האלסט אין איין איבער זאגען  אז מען האט געבעטען ר שאול פערלשטיין ער זאל נאר אינטערשרייבען שטרי ברירין מין שאלה צי דיר איז! איז עס געווען שטרי ברירין פין א בית דין אדער איז עס געווען עפעס א צעטיל וואס דער טאשען שניידער האט אויפגעטייפט ביי זיך אין בעסמענט, וואס דארט איז געשטאנען אז ר שאול מיז ענק געבען אלע נכסים פין ווילאמסבירג אן א שאס אין אן א פסק בית דין. ביטע ענטפער אבער שעלט נישט אדאנק....


דעקלעראציע » 25/8/2009 03:01

שאול פערלשטיין איז געפארן אויף ארגעטינע קודם האט מען איינגערעדט וועגן א ברית וואס ער האט אויף געצויגן א קינד
אבער ס'האט זיך ארויס געשטעלט אלעס פאלש שאול איז שלעכטער מאן ער ציעט קיין קינדער נישט אויף
ער איז געפארן אנצידרייען א מחלוקה אין די ארטיגע קהילה.
 
אימיטן וועג איז ער געוואר געווארן אז זיין זין זילא איז אוועק פין א טעקס מעסיזש וואס יוסי שטוהל האט ארויס געשיקט סיסטאמטיש פאר אלע זאליס

אנקימענדיג האבן אים זיינע קינדער אפגעווארט זיי האבן נאך נישט געוואסט צי ער ווייסט

די ערשטע זאך וואס שאול האט געזאגט זיינע קינדער נאך פאר זיי האבן עספיט אים צי זאגן

איך גיי די אהרוינים גארנישט נאכגעבן

צי רעדן אזוי ווען זיין זינ'ס בלוט איז נאך ווארעם, מיז מען זיין א געשלוטער נאצי .

בלעקבערי » 25/8/2009 03:17

יענקעלע11 א גרויסן ישר כח פארן קלאר מאכן דעם ענין.

דער_פוסק » 25/8/2009 06:22

בענענע:
איך בין פונקט אזוי נישט צעפרידן פון די וועלכע מ'האט דא אזוי פארשעמט ווי דו. אבער עס געט נישט קיין היתר.

פארשטיי » 25/8/2009 19:51

די זאליבאנס, זענען ל''ע א סאך מער משיגע וואו מיר האבן געמיינט, דאס גייט גאנץ קנאפע אן פאר די מענטשהייט, אבער דאס אז זיי האלטען אונז אלע פאר משוגעים?

עס איז נעבאך נפטר געווארען א יונגערמאן און קר''י דעם פארגאנגענעם דארנאשטאג, א טראגעדיע, וואס לעכערט דאס הארטץ, פון יעדען יוד, דער יונגערמאן האבן די זאליס געניצט אז זיי זאלען קענען האבן א אייגענע בית החיים און קר''י, וואס איז ביי זיי געווען א ''מיז'' וויילמען דארף דאך מרבה זיין  ''כבוד שמים''(זאלי) בעולם,
וואו אויך אז זיי זאלען קענען ווייטער רואיג פארבלייבען און גויאישען קארט, ביז משיח צדקינו וועט זיי ארויסשלעפן פון דארט, און זיי אפשיקען צו וויגדורען און ליכטיגען ג....
שוין געשען וואס איז געשען! יעצט?
איך שמיעס אויס מיין טיפשות, איך האב א בליק געטאן וואס דער פעלשער שרייבט אונעם נוטראלען פורם, ער לייגט אראפ דער יונגערמאן ממש פארן שר החסד אונעם לעצטען יאר הינדרעט, ממש אזוי גרויס וואו דער רבי זי''ע, מיטן דברי חיים, און בעל שם טוב!
פארוואס? גרעסער צו מאכען די רשעות פון די ארוינים, אז יעדער זאל זען אז פאר אזא חשובער יונגערמאן, האבן די ארוינים געטאן וואס זיי האבן געטאן,

ער איז געווען א פיינער יונגערמאן, איך האב אים געקאנט,

אבער פון  די אלע הארטץ רירענדע מעשיות וואס פעלשער פארציילט, אזוי דערמאטיש, צו פארגרעסערען דאס ''עוולה'' פון די ארוינים קאסט א לאך!

עס קיקט אויס אז יעדע מענטש וואס די זאליס גייען לייגען און פלאק'ס סעמעטערי, גייט האבן א מציבה מיט שבחים, לכה''פ 10 שטאק!

rebyankel » 25/8/2009 20:15

אין ליכט פין דעם וואס אין די גאס איז אזוי ברייט ארויסגעקומען, מי ומי ההולכים, ווער זענען די הולכים בערכעות אין מסרבים לדין האבען זיי יעצט פריש אנגעשפאנט דעם באקאנטן שקרן צו  זיין ארבעט, 
דא האט איר א שטיקעל פין  זיין שקר וואס ער האט אויך געזאגט פאר די פרעסע

  ער האט גלייך אנגעקאלט זיין זון ר' חיים יודל וואס איז געקומען אים אויפפיקען, און געפרעגט צו עס איז אמת? יא, ליידער, ענטפערט אים דער זון. ר' שאול דערציילט איצט פאר אלע מנחמים אז ער האט שיעור נישט געכאפט א הארץ אטאקע. ער האט ווייטער געפרעגט זיין זון, מאכט מען שוועריקייטען צו מקבר זיין? ענטפערט ער אז ער מיינט אז יא. זיי דרייען אהין און א הער, איינמאל פארלאנגען זיי פופציג טויזענט דאלער און איצט ווילען זיי א אינטערשריפט אז מען זאל אויפגעבען אלע תביעות. האט ר' שאול געפרעגט, האט מען זיי געזאגט אז ער איז א אויסגעצאלטער מעמבער און זיי מוזען אים לייגען אין ביה"ח? האט ער געזאגט אז זיי קוקען נישט אויף גארנישט. האט ר' שאול געזאגט, אויב אזוי, וועט ער ליגען אין ביה"ח פון בני יואל.

שקרן! עד מתי מאנת, לייקען נישט א מציאת!
מ'האט ענק קיינמאל נישט געהייסען אויפגעבן א תביעה, מ'האט ענק געהייסען עס אוועקטראגען פין קארט אין טראגען צו להבדיל א בית דין ווי דער תוה''ק פארלאנגט.
מ'האט נישט פארלאנגט אויפן פלאץ קיין שטרי בירורין אדער קיין שום תנאים בלויז א אינטערשריפט אויף בערך אזא נוסח: איך שאול יחזקאל פערלשטיין נעם אויף מיר צו ארויסגיין פין קארט מיט די תבועה קעגן חברה קדישה אין קהל יטב לב, אין אויב כ'האב סיי וועלכע טענה וועל איך עס פארשטעלן ביי סיי וועלכע בית דין, אין כ'געב א משכון אויף דעם 50 טויזענט דאללער וואס כ'וועל ציריקבאקומען ווען כ'וועל אינטערשרייבען שטרי בירורין.

אין דאס קרענקט די זאלי'ס!!!!

yosefelye » 26/8/2009 19:02

לכבוד ר' יאנקעלע, איך הער אז דיינע הארציגע דיבורים האבן עפעס עושה רושם געווען און ר' זלמן לייב האט נעכטין נאכט ביי די יארצאט סעודה אנגעהויבן צו רעדן פין שלום, זעט אויס אז ער ליינט יא הייד פארק און איז יא גרייט תשובה טין, אפשר וועט ער טאקע אויסשרייען אז ער טיט תשובה אין איז גרייט צו גיין צו דין תורה,

rebyankel » 26/8/2009 19:44

ער רעדט פין שלום, זייער גיט!!
אבער עס דערמאנט מיך די מעשה, ווען הגז''ל איז געקומען ווי א נועם המידות קיין ק''י נאכדעם וואס ר' שלמה  זלמן סאנדער ע''ה האט אים געשיקט שלום מאכען מיט רבינו שליט''א, אין פאר די מיטינג האט זיך אנגעהויבען האט איינער פין די אנוועזענדע {קען זיין די רעביצין תליט''א, כ'געדעק נישט}  געפרעגט הגזל וואס זיין באגער איז, אין ווער ער האט גענטעפערט ער וויל שלום מאכען, האט אים יענער גענפערט, כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט אז ווען איינער גנב'ט פין איינעם א חפץ אין לויפט גלייך ציריק צום בעה''ב אין שרייט זיי מיר מוחל אין כ'בלייב מיט די גניבה, אין יענער האט אויסגעפירט, וועסט פארשיקען די קלים וריקם פין טאטע'ן היילגע שטיב, אז אלע קינדער אין אייניקלעך, תלמידים אין חסידים זאלען קענען אריינגיין געהעריג צום טאטען/רבי'ן ז''ל, וועסט ציריקגעבן אלע גניבות, גלייב איך אז דער רב {רבינו שליט''א} איז דיר גרייט מוחל צו זיין, פארשטייט זיך אליין'ס וואס פין די שלום איז געווארען.

לעניני: אני הקטן בין אויך גרייט מוחל צו זיין די אלע גנבים אין בלוט זויגער'ס, בתנאי אז ער שטעלט זיך צו די''ת, אויף יעדע זאך אין פלאץ {פארשטייט זיך אז ער וועט נישט זאגען קיין ליגענט ביים בי''ד}

די ר' זלמן איר זענט גרייט? כ'ווארט אויף א תשובה! אבער ווארט נישט ביז די נעקסטע יא''צ סעודה.

אגב, אין א פרישע שריט פין...... האט א אויבן אן זיצער פין רז''ל געטיילט היינט ציפרי די דמיונות אין פארמעגליך פאר'ן עולם, (כ'האב טאקע געהערט ווי מ'האט אנגהויבן רופן די סאטמערע ''מענטשן פרעסער'ס.... פארמעגליך האט געגבן דעם ריכטיגען נאמען)

א רחמנות אויף אזעלכע מענטשן.

rebyankel » 27/8/2009 22:05

''דער אמת'' איבער ר' מנשה'ס אפוועזענהייט ביי די קידוש פין פאללאק'ס בעקיארד
ווי באקאנט האבען די זאלי'ס פאריגע וואך מקדש געווען א ביה''ח אינטערן פלויט, אין אינטער די מחיצה, אין פאללאק'ס בעקיארד אין דרייוועי,
פארשטייט זיך אז זיי האבען צאמגעברענגט אלע שיינע יודן וואס זענען אויף זייער פעיראל, ווי אויך אלע זייער עסקנים אין מוסרים, קיין אינטערשייד וויפיל דער שיינער יוד/עסקן/מסור האט געשאלטן אין מצער געווען דעם הייליגען ברך משה ז''ל,
אבער איינעם'ס אפוועזענהייט האט די מערסטע ארויסגעשטארט, דאס איז געווען אינזער באליבטער ר' מנשה וואס איז לכאורה די העכסטע אוטעריטעיט ביי זיי, אין עס ארויסגערופן ביי מיר, גרויס ווינדער אין נייגער,
אין  כ'וויל נישט אפמאכען אז די סיבה איז טאקע די סיבה וואס כ'האב געהערט....
אשע''כ ווער עס ווייסט די אמת פארוואס ער איז נישט געקומען זאל מיך ביטע א טובה טוען אין קלארשטעלן.

יש''כ
בלאט: 1 2 3 4