היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בד''ה המנוח ר' עזריעל פערלשטיין ע''ה

בד''ה המנוח ר' עזריעל פערלשטיין ע''ה

161 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2675259
בלאט: 1 2 3 4

rebyankel » 20/8/2009 22:21

פין אישי
:Strulowitz want Pay $50K, he Dont want his Eidem to be Korben Lazoozel will Not be Mekadish Bies Hachaim & Working on Shturie Brir

פארשטיי » 20/8/2009 22:23


דער רחמניות שאול האלט אומיטען אויף טאן פאר יודישקייט! אויפן בית החיים!

Palin12 » 20/8/2009 22:23

[בילד – נישט אפגעהיט]

rebyankel » 20/8/2009 22:25

פארשטיי כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

דער רחמניות שאול האלט אומיטען אויף טאן פאר יודישקייט! אויפן בית החיים!


לייג עס איבער ביטע
מ'זעהט עס נישט

פארשטיי » 20/8/2009 22:28

אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

היינט אינדערפרי, דאנערשטאג פר' שופטים, א' דראש חודש אלול תשס"ט לפ"ק, האט דער סאטמארער ציבור זיך אויפגעוועקט צו די ביטערע בשורה אז "ברוך דיין האמת", א גאר חשובער אינגערמאן מו"ה עזריאל (זילא) פערלשטיין ע"ה איז פרייצייטיג אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו אין בליענדן עלטער פון בלויז 40 יאר, איבערלאזנדיג א שטוב מיט קינדער און א ערשיטעטע אלמנה שתחי'.

די חברה קדישא דקהל יטב לב, וועלכע ווערן ליידער געפלאגט דורך זיין טאטן, דער מונטקאטשער חצוף, שאול פערלשטיין, וואס קלאגט די קהלה קדושה יטב לב ד'סאטמאר אין וויליאמסבורג און קרית יואל אין ערכאות של עכו"ם, "אן קיין רשות בית דין און אן קיין שום הזמנה לדין תורה בישראל", האבן געלאזט מעלדן פאר די משפחה, אז היות דער נפטר ר' עוזיאל ע"ה איז געווען אן ארנטליכער מענטש און ביז לעצטענס באצאלט מעמבערשיפ פאר קהל יטב לב אין קרית יואל, דעריבער כאטש די מיינונגס-דיפרענצן צווישן די צדדים, זענען זיי גרייט מוותר צו זיין און מקבר זיין דעם נפטר אין בית החיים אין קרית יואל, אויף א מכובד'דיגן פלאץ, לפי כבודו.

נאר מיט איין באדינג, אז היות דער פאטער פונעם נפטר איז דער עומד בראש פון די שענדליכע תביעות בערכאות של עכו"ם אן קיין רשות בית דין און אן קיין שום הזמנה לדין תורה בישראל, ער איז מבזה רבותינו הקדושים נבג"מ זי"ע דורך אריינשלעפן זיין מקום מנוחת קדשו אין גוי'שן געריכט און פארשווענדעט מילליאנען דאללארן ממון ישראל אויף קאורטס, ער דינט אלס זייער אפיציעלער סגן ראה"ק פון די מסרבים לדין, ער איז זייער ווארטזאגער, ער שרייבט אונטער זייערע בריוו'ן, ער זאגט די דרשות של דופי, און ער קען אפשטעלן די גאנצע ערכאות, דעריבער פארלאנגט מען פון אים א נישטיגע הבטחה, דאס איז:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

די ראשי הקהלה האבן געבעטן א קליינע הבטחה, יעצט ווען ס'איז מתו מוטל לפניו און ס'איז צו האפן אז לבבו הערל איז עטוואס ווייכער, אז ער זאל אונטערשרייבן אז באלד נאך די שבעה וועט ער ארויסציען דעם הייליגן מקום קדוש פון גוי'שן קאורט, און על כל דין ודברים וועט ער אונטערשרייבן שטרי בירורין ביי א אידישן בית דין, ביי זבל"א אדער ביי סיי וועלכע נייטראלן בית דין.

הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א הדיינים דקהלתינו, וועלכע בלוטיגן שוין א לאנגע תקופה אויף דעם בזיון נורא וואס ווערט אפגעטוהן דורך די קליקע רשעים בראש פון דעם לץ זהיד שאול פערלשטיין, האבן באפוילן פאר די ראשי קהלה אז זאלן נוצן יעדן מיטל צו צווינגען דעם רשע ארויסצוגיין פון קאורט און מאבד זיין מיליאנען דאללאר ממון הקדש, מ'זאל זיך נישט לאזן פירן פון נארישע געפילן אויפן חשבון פון דעם יסוד היהדות "ואלה המשפטים אשר תשים לפניהם"! און אויב שטרעבט ער צו פארמינערן דעם בזיון פון בנו המנוח ע"ה, אדער סיי ווער ס'זוכט דא תכלית הנרצה, זאל ביי אים שתד'לן און אים באוועגן ארויסצונעמען דעם בית החיים פון גוי'שן קאורט, און דאס קען ער טוהן מיט בלויז:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

אויך דער חשובער שווער פונעם נפטר ע"ה, יבלח"ט הרבני הנגיד החשוב מו"ה יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו פון קרית יואל, האט זיך נישט פארלוירן און זיך געבעטן צו זיין מחותן שאול פערלשטיין ווי צו א גזל'ן ער זאל נישט מבזה זיין, זיין אייגן קינד, און נאכקומען די פארלאנגען פון די ערליכע ראשי הקהלה און הנהלת חברה קדישא, און נישט לאזן זיין חשובן איידעם ע"ה ווערן אפגעסטעמפלט לחרפה ולדראון עולם ביז תחיית המתים, אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

ס'איז געווען צו האפן אז דער קשה עורף שאול פערלשטיין וועט זיך יעצט איינמאל ברעכן, זיך מכניע זיין צום דעת תורה און טוהן די געוואלדיגע שריט פון "גיין צו דין תורה", אבער השנאה והתאוה והכבוד מוציאין את האדם מן העולם, האט ער פראסט אפגעענטפרט: "עטץ וועטס מיך נישט איינטיילן וואס צו טוהן"!! ער ברעכט זיך נישט, און וועט אויף קיין פאל נישט געבן דעם:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

וואס א בלוטיגער טאטע טוט צו א אייגן קינד!

נאך אלע זיינע דעמאגאגישע רעדעס אז "אלעס בלייבט ביים אלטן", נאך אלע זיינע לגיונות אז ער איז נישט קיין מסרב לדין נאר איז גאר גרייט צו גיין צו דין תורה, שעמט ער זיך נישט און איז גרייט מיט א מאסע רציחה צו טוהן כל טצדקי שבעולם, ביז לייגן זיין אייגן קינד כדומם על פני השדה, אלעס כדי נישט צו דארפן גיין צו דין תורה?! און זיך נישט ברעכן צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

ס'איז ממש נישט געווען צו פארשטיין!

א טאטע קומט צוריק פון ארגענטינע, מ'איז אים מודיע אז זיין באליבטער זון איז פלוצים נפטר געווארן אין די שענסטע יארן ה"י, אלעס וואס ער דארף טוהן איז בלויז זיך מקבל זיין זיך צו פירן על פי תורה און ארויסגיין פון קאורט, און זיין קאפ קען נישט שלום מאכן מיטן מצב און פאר'עקשנ'ט זיך נאך אלץ קעגן אונטערשרייבן שטרי בירורין! און אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

וואס האט מען שוין געבעטן פון אים?! בלויז ער זאל זיך פארפליכטן אראפצונעמען די גוי'שע ריכטער פון דעם הייליגן מקום קדוש, מקום חלקת מחוקק ספון פון רבותינו הקדושים זי"ע, און אויפהערן מיט דעם סירוב לדין, הליכה לערכאות, און בזיון המתים, דאס איז ס'גאנצע וואס מ'וויל פון אים האבן יעצט:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

דערווייל, אויף די אינציאטיוו פון דעם "נועם המדות" פערזענליך", שטייט דער טאטע וואס שטאמט מזרע ישראל, מיט א פארביסענע קאלטבלוטיגקייט בשעה שמתו מוטל לפניו, און באוויליגט נישט ארויסצוגיין פון קאורט, אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

דער ערנסטער ציבור קען דאס ממש נישט גלויבן, אפילו זיין ציבור, ס'איז דאך היינט ר"ח אלול ביי יעדן, איז דען די שרעקליכע טראגעדיע נישט א גענוגנדער סיבה אפצושטעלן דעם אשר המחלוקת וואס פלאקערט ביי אנשי שלומינו, וואס קען יעצט ווערן אפגעשטעלט בלויז דורך:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

דער טיראנישער פאטער געפינט זיך אין די מרחקים, ער באקומט די ביטערע בשורה אז ליידער איז זיין זון אזוי טראגיש אומגעקומען, ער האט א 12 שעה פלייט צו וויינען און איבערטראכטן זיינע אפציעס, זיין שונא אפפערט אים א סימפל-דיעל, אז זיין זון קען גערן ווערן באגראבן אין בית החיים קעגן וועלכן ער קעמפט מיט ציין און נעגל, מ'בעט גארנישט עקסטערע, נאר איין זאך:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

די ערליכע חברה קדישא, וועמען דעם כבוד פון רבותינו הקדושים זי"ע איז נוגע ללבם, לאזן אים מעלדן, אז אזויווי ער האט אריינגעפירט דעם בית החיים אין גוי'שן געריכט שלא ברשות בי"ד, בעט מען נישט אז ער זאל חלילה אויפגעבן זיין הייליגן קליפה-קאמף!  חלילה! דאס גאנצע וואס מ'פארלאנגט פון אים איז:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

ער זאל אונטערשרייבן שטרי בירורין אריבערריקן דעם קליפה-קאמף פארנט פון א אידישן בי"ד, און אביסעלע איינלייג-געלט (נישט באזונדערע "קבורה-געלט") צו געבן געוויכט פארן אינטערשריפט.

וואס וואלט יעדער תורה-טרייע איד געטוהן אין אזא זמן? ספעציעל אזא איינער וואס מ'כלומר'שט רירט זיך נישט נאר לויטן פסק פון די דיינים?  וואס פארלאנגט מען דען?

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

וואו איז זיין שכל? וואו איז זיין קאפ? וויאזוי טוט דאס א טאטע מיט א קינד? ראש חודש אלול? ווי ציטערט נישט דאס הארץ? און אלעס בלויז צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

זאל דער אבי היתומים זיך מרחם זיין אויף די חשובע אלמנה און אירע אינגע יתומים, אז זיי זאלן קענען איבערטראגן דעם שרעקליכן צער, סיי דעם צער פון די פטירה פון זייער חשובן טאטן ע"ה, און דעם שרעקליכן בזיון און צער וואס זייער שווער און זיידע ברענגט ארויף אויף זייער גאנצע משפחה, אלעס צוליב:

"אביסל טינט פון א קליינעם פעדער"!

געדענק » 20/8/2009 22:28

[בילד – נישט אפגעהיט]

באקומען נאך איינס

זשוליאני08 » 20/8/2009 22:40

[בילד – נישט אפגעהיט]

מתעסקים » 20/8/2009 22:40

דא זעה וואו די נייע לאט איז וואס זיי האבן
[בילד – נישט אפגעהיט]

זשוליאני08 » 20/8/2009 22:42

באקומען אין אישי.

פאליס איז אנגעקומען מיט אפישעלס פון די  טאון.
עפעס געפעכטן גייען אן ביי פאלאק'ס לאט.

ווער קען באשטעטיגן?

לעבעדיגער » 20/8/2009 22:43

דער באקאנטער מסור יוסל וואלדמאן איז שוין אויפן שטח אינאיינעם מיט ר' יואליש מארגענשטערן און פירן אן מיט די פראסעס פון די קידוש בית החיים.

rebyankel » 20/8/2009 22:49

די זאלי'ס פראבירן מסביר צו זיין פארוואס דאס איז א געווינס פאר זיי...... פארמעגליך זיכט פרישע הסברים יעדע פאר מיניט, ער ארבעט שווער
(אז מ'דארף מסביר זיין.....)

ס'גייט עפעס נישט, נעמט מען זיך פארקויפן שקרים
כאילוי די בחורים פין ישיבה ווארפן שטיינער אין שרייען זיי נאך {א טיפיקעל זאלי נוסח}
שטייענדיג פינדערווייטענס, איז אויסגעצויגען א שמייכעל ביי אלע ציקוקער'ס, די מרי לב וואלטען ג'חלש'ט צו זאגען אז מ'ווארפט שטיינער.
אבער ב''ה בן פראדעל פירט אינז נישט, נאר ער פירט........... אבער דאס מאל אין וואנט אריין....

(פארגעסן צוצילייגען, באקומען אין אישי)

תוקן על ידי rebyankel ב- 20/08/2009 22:47:35

אינדפנדנט » 20/8/2009 22:50

די פונקטליכע בארדערס לויט די ארענדזש קאונטי וועבסייט (זעט עראו וואו די לאטס וואס די זאליס האבן אפגעקויפט ענדיגן זיך)
[בילד – נישט אפגעהיט]

אינדפנדנט » 20/8/2009 22:53

ווער האט זיך דאס געקענט גלייבן. די הייליגע רביצין ליגט יא אינעם ביה"ח אבער משה בן פראדל גייט נישט ליגן דארט...

דאס איז נאר איינס פון די קליינע סיבות פארוואס דער ציבור איז אזוי עקסיידעט דעם היינטיגן טאג...

לעבעדיגער » 20/8/2009 23:02

ביים קידוש בית החיים - מערקענדיג יוסל וואלדמאן - דער מסור

[בילד – נישט אפגעהיט]

לעבעדיגער » 20/8/2009 23:03

שפטיווקער גאלד נעמט צוזאם כופר נפש.
[בילד – נישט אפגעהיט]

סופרעמעסי » 20/8/2009 23:04

עס פאסט אפשר נישט אבער כ'קען זיך נישט איינהאלטן.

ווער געדענקט נאך שאול'ס פייערדיגע דרשות אז דער ביה"ח איז אינזערס אין די אהרונים האבן גארנישט...

יעצט איז פון הימל געווען באשערט אז פונקט זיין זון איז (ליידער) דער ערשטער אויפצואוועקן דעם טאטן פון א טיפן חלום.

כ'מיין אז קיינמאל אין די געשיכטע איז נאך די ווערטל "א מענטש טראכט און ג-ט לאכט" נישט געווען אזוי אמת ווי דא...

טאטלע » 20/8/2009 23:06

וואס טיט די פאליס דארט ?

rebyankel » 20/8/2009 23:08

מוסרים וואלדמאן אין יאקאבאוויטש ביים קידוש
[בילד – נישט אפגעהיט]

א רחמנות אויף די זאלי'ס
וואס דער מסור האט געהאט א חלק אין מקדש זיין זייער פלאץ לאחר מוע''ש

ביבער » 20/8/2009 23:08

די זאליס זענען אזוי העפי ווי די אהרונים זענען געווען די טאג וואס זיי האבן פארלוירן אין קאורט.

"אוי שעלטן די זאליס, מעהאמער פארלוירן ראדני, און די נארישע זאליס האבן זיך נאך איינגערעדט אז אונז גיי מיר געווינען ראדני..."

לעבעדיגער » 20/8/2009 23:12

קידוש בית החיים
[בילד – נישט אפגעהיט]

מנהלרוחני » 20/8/2009 23:21


ווען איז די לוי' ???

משמשבקודש » 20/8/2009 23:23


ווי האלט מען דארט, ווייסט איינער פרטים?

ווער פירט דאס אהן?

guar » 20/8/2009 23:23

הייסט דער שטיקעל אינמיטן וואלד איז סמוך ונראה?

יקרבו » 20/8/2009 23:38


מדה כנגד מדה די חברה האבן געוואלט לייגן א וואנט צווישען רביה"ק בעל ד"י זי"ע אין רביה"ק בעל ב"מ זי"ע. ווען די בית החיים וואלט נאך געווען יעצט אינטער זייער הענט וואלט שוין א גדר.

מדה כנגד מדה וועלן זיי דארף ליגן מיט א גדר צווישען זיי אין רבוה"ק זי"ע,

מבני_בניו » 20/8/2009 23:45

איך הער אז יוסף פנחס סטראלאוויטש וויל נאכנישט לייגן דארט זיין איידעם

וילימסבורג » 20/8/2009 23:46

זיי טענען דאך אז זיי האבן ממש ביזן גדר איז פארוואס איז אלע בילדער פונעם קידוש צווישן ביימער

שקל_שלם » 20/8/2009 23:47

ס'קומט מיר ממש צו לאכן ווען איך זע די זאליס שרייען אז ער איז געווען א מעמבער און גארנישט שולדיג אז זיין טאטע איז פארמישט אין פאליטיק.

אן די פאקט אז זיין טאטע איז די חי' וואס וואלט אלעס געקענט פארמיידן מיט "אביסל טינט פון א פעדער" כלשונו הקדוש, איז מיר פאני וויאזוי מקען איינרעדן פארן עולם געבראטענע שטותים נאר ווייל מענטשן וואס וואוינען נישט אין קר"י האבן אים נישט געקענט.

דער נפטר איז געווען א עסקן וואס האט געהאלפן היפש מענטשן, וכבודו במקומו מונח, אבער ער איז געווען פון די גרעסטע זאלי היץ קעפ אין קר"י, ער האט אנגעפירט אסאך שמוציגע שטיקלעך קעגן רבין און קעגן קהל, ער איז געשטאנען אונטער אסאך פראזשעקטס פון די זאליס.

יעדער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג (נישט עפ"י תורה, באט אין אמעריקע), אבער ארבעטן אלע יארן קעגן קהל און נאכדעם קומען שרייען אז "איך בין א געהעריגע מעמבער" איז לעכערליך.

וילימסבורג » 20/8/2009 23:51

יעצט בייקומען א טעקסט פון אנש נייעס אז די זאליס האבן נאך נישט א פערמיט
ווער דארף זיי געבען די פערמיט

יקרבו » 20/8/2009 23:56


זייער לאט איז אין די טאון, די טאון דארף זיי געבען די פערמיט 

וילימסבורג » 20/8/2009 23:58

עס האט מיט די ווילעדש אדער נישט

mechel19 » 21/8/2009 00:00

איך הער אז דארט גייט א ליצי ליצנות, יעדער כאפט זיך פלעצער, זריאלע גליק וויל וויסן ווי דע רעבע גייט ליגן ווייל ער וויל ליגן לעבן רעבע, וואלי פרידמאן וויל ליגן לעבן ר שראל חיים מנשה, און זלמן לייב פיליפ וויל וויסן ווי ווייט סאיז פין זיין טאטע, אין יוסעלע וואלדמאן וויל ליגן לעבן שארמאשער, שלמה יאנקל וויל ליגן לעבן יודל וויינשטאק, הקיצור א עכטע פירום אינמיטן תשעה באב, ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר במחנותינו.

בענאנע » 21/8/2009 00:13

איך וויל נישט פארדרייען די נושא, אבער איך וויל נאר וויסען, חיים שלום שפירא ליגט אין סאטמער?

ממ"נ אויב יא וואו קימט אז מען זאל לייגען איינער וואס איז נישט געווען קיין שומר שבת אין סאטמער, ליגט ער נישט אין סאטמער וואס איז עס אנדערש וואו די נייע זאלי ביה"ק, איך מיין ער איז נאך עני טיים אזוי נאנט צו די סאטמערע חלקה ווואו די נייע ביה"ק גייט זיין צו סאטמערע ביה"ח.

(בייגעלייגט א בילד פינעם מצבה פאר די אינגע דורות וואס געדענקען אים שוין נישטמ[בילד – נישט אפגעהיט])

דעקלעראציע » 21/8/2009 00:37

אינדערצייט וואס דער טמא'נער צייטנוג דער איד איז געגאנגען צים דריק
אין די צייט איז ל"ע אוועק דער יונעגרמאן ואס זיין טאטע איז געווען דער גרעסטער מחוצף

אינדערציייט וואס די קארפטירטע זאלי דיינים זאלן זיין ביזי מיט ענטפערן שאלות איבער
כשר'ן כלים פין ווער ס'האט געהאט געהאט קרית יואל פלייש
זענען זיי ביזי מיטן כשר'ן א בית החיים

אין די צייט וואס די רבוש"ע האט זיי געווינקען מיט ביידע הענט ר"ח אלול אז זיי זאלן תשובה אין ארויס גיין פין קארט
לאכן זיי זיך זיך אויס אין זיי ווילן נישט גיין צי קיין דין תורה.

אינדערצייט וואס דער הדיוט קופץ בראש שאול פערלשטיין האט געזאגט אז ער האט 20 וועגן צוריק צי באקומען דעם בית החיים
איז ער געווען דער ערשטער צי קאפטעלירין אין זיך גיין צי פאללאק'ס בית הקברות




פעטרסאן08 » 21/8/2009 00:58

איינער זאגט מיר אז שאול פערלשטיין איז געווען אין ארגעטינע פאר די זעלבע סיבה
פאר וואס די גאווערנער פין סאוט קארליינע איז דארט געווען אפאר וואכן צוריק

מיט אזעלכע רשעים קענען מען זיך נישט אויס רעכנען.

בענאנע » 21/8/2009 01:02

די מעשה איז אזוי, דער חיים שלום איז אן אייניקעל פין טשענסטעכאוויץ רב, ער איז ליידער אראפ פין וועג ער איז נישט געווען קיין שומר שבת, זיין מומע די רביצען ע"ה האט געברענגט איר טאטע'ן קיין נוי דזשערזי, און בשעתו האט מען געשמיעסט אז די רבי ז"ל האט געזאגט  פאר חיים שלומ'ן אז טאמער ווערט ער א שומר שבת וועט ער קענען ליגען לעבען זיין זיידען, און אזוי איז טאקע געווען ער איז געווארען א בעל תשובה, א סך אירע געדענקען נאך זיכער וואו ער האט זיך אנגעפאנגען דרייען אין סאטמער יענע צייט.

למעשה מיט די צייט האט זיך די יצר הרע נישט אפגעשטעלט און געארבעט פלייסוג אויף אינזער חיים שלומ'ן, אזוי א לאנגע צייט איז ער נישט געווען קיין שומר שבת, מענטשען וואס זענען אפטע באזיכער אינעם נוי דזשערזי סאטמערע חלקה, האבען זיך זיכער אנגעשטויסען אין אים, עס איז געווען א ביסעל אויפאלענד וואו עס פלעגט אנקימען א קאר און א גוי אויסזענדער איז ארויסגעקימען מיט א בעזעם אין שאוועל אויפקערן די אוהל פינעם טשענסטעכאוויץער רב, ווען מען האט געזאגט קדיש האט ער ארויפגעלייגט זיין דזשעקעט אויפען קאפ אין גענטפערט אמן, עס האט אויסגעזען אויפאלענד פאר ווער עס האט עס אמאל באמערקט, די וואס זענען אמאל דארט געווען ביי די  יאצייט מיטען רביצען, געדענקען נאך וואו ער פלעגט אוועקלויפען ווילדערהייט ווען ער האט נאר געזעהן, איך ווייס נישט די סיבה דערצו אבער אזוי איז געווען די פאקט, ער פלעגט א וועק  לויפען זייער ווילד, איך האב עס מיטגעהאלטען עטליכע מאל.

אכלל וואו האלט איך נאר, יא ווען ער איז א וועק האט מען אים ניטש געוואלט לייגען אין סאטמער ווייל ער איז נישט געווען קיין שומר שבת, האט מען אים געלייגט לעבן די ראצפערטער רבי אינטערען סאטמערע חלקה.

איז מיין שאלה ליגט ער אין סאטמער אדער נישט? 

allgood1s » 21/8/2009 01:14

גייט מען באגראבען מסור יאשקע ביי די זאליס אדער ב"י?

רעכטער » 21/8/2009 01:34

אין קוברין רשע חמור אצל רשע קל. די שאלה איז נאר ווער ס'איז א גרעסערער רשע, דער וואס איז א מסור און איז מחלל שם שמים בפני כל העמים, אדער דער וואס שטיצט אים רח"ל.

ארגינעלער » 21/8/2009 01:48

זאלן זיי מיטנעמען די צוויי כלבים אביגדור מיט יעקב נחמי'
צי פאלקאס לאט
וואלט איך זיי שיין באדאנקט.

עליגעיטאר » 21/8/2009 01:53

איינער ווייסט וואס גייט פאר?

האבען זיי שוין א פערמיט?

האט מען שוין געענדיגט מקדש זיין?

ווען איז די לויה?

פון ווי גייט עס ארויס?

ארגינעלער » 21/8/2009 02:00

יעצט האלב 7, ביי לי קארנער ראסס נעבן די סאטמארער בוטשער, האט זיך דער באקאנטער ויואל משה דריקער ערעב קישוואלי, צו ווילדעוועט אויף ר' שלמה שמש מיט קולי קולות שרייענדיג אז "זייט היטלער איז נאך נישט געווען אזא רוצח ווי די"..... עכלשק"ד  תן לחכם ויחכם עוד!!! 

טאטלע » 21/8/2009 02:03

אויף זייער צעטיל שטייט 6:00 אזייגער

ארגינעלער » 21/8/2009 02:04

נחמי' קרויס וואס האט אריין געברענגט דעם קעץ אינמיטן ר' נתן יוספ'ס דרשה אין סאנז'ס סטריט
האט געמאלדן אז ר' ישראל חיים מנשה מראסס סטריט עולמי וועט נישט גיין מקדש זיין ביי פאללאקס בית הקברות
ווייל ער האט נאך אמביציעס צי ליגן ביי אין קרית יואל

ויקץ ויחלום שנית אזאז יוד ווי ר' ישראל חיים מנשה דארף מען ווארפן צי די זאליס מאוחרי הגדר.

Palin12 » 21/8/2009 02:07

די קידוש איז פארטיג געווען פאר א שעה
די לויה איז יעצט ביי קהל ויואל משה, מהרז"ל איז מספיד כרגע

מנהלרוחני » 21/8/2009 02:14

ארגינעלער כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]

יעצט האלב 7, ביי לי קארנער ראסס נעבן די סאטמארער בוטשער, האט זיך דער באקאנטער ויואל משה דריקער ערעב קישוואלי, צו ווילדעוועט אויף ר' שלמה שמש מיט קולי קולות שרייענדיג אז "זייט היטלער איז נאך נישט געווען אזא רוצח ווי די"..... עכלשק"ד  תן לחכם ויחכם עוד!!! 




אהה! יעצט האב איך שוין א שטיקל באגריף וואס פאר א קאליווער פערזאן דער היטלער ימ"ש איז געווען......

מישמאש » 21/8/2009 02:18

האט די טראגעדיע עפעס צי טאן פארוואס די זאליס האבן צוריק געטוישט זייער קהילה נאמען אין קרית יואל צי קהל ויואל משה ?

13Hooper » 21/8/2009 02:28

לפי השמועה האבען זיך די צוויי מחתנים פערלשטיין אין סטרולעוויטש ארומגעקריגט ווען סטרולעוויטש האט עיהם געפרעגט די האלטס דאך אז דער ביה"ח וועט אריבער גיין בקרוב צי די זאליס פארוואס ביסטי אזא עקשן אין לאזט מיך נישט באצאהלען יעצט

האט ער געענטפערט אז מען וועט עיהם לייגען על תנאי אין מען וועט עיהם דעמאלטס מפנה זיין פאר אסאך ביליגער וואס ברויך יעצט קאסטען

סטראלעוויטש איז בלאס געווארען אז מען האט געמיינט אז עס גייט זיין אט אט נאך א לויה

ביבער » 21/8/2009 02:30

פאר די וואס ווינדערן זיך פאר וואס די זאליס האבן זיך אזוי געמיטשעט ביז צום קידוש. דעס איז ווייל די נייע ביה"ח איז און טאון אף מאנרא, און די גוים האבן נישט געוואלט אזוי שנעל נאכגעבען זייערע פאראלאנגען

אדמיראל » 21/8/2009 02:54

איך שטיי אין איך שטוין
אנשטאט צי רעדן פין יד ה' וואס מען האט דא געזעהן געזעהן ווי א יונגערמאן גייט אזוי פלוצלים אוועק
אין זעהן בשל מי הרעה הזאת ווער איז שולדיג אין די טראגעדיע

רעד מען דא פין נער'שקייטן

מען ווינקט דאך פין הימעל עפעס וויל מען דא.

יקרבו » 21/8/2009 03:16

מען געט זיך א כאפ וואס די לעצטע 12 שעה איז געשעהן, לאזט זיך נישט גלייבן
די זאליס האבן זי אפגעטראגן פין דאס הייליגעסטע וואס אינז פארמאג מיר
טאקע דורך דורך פאלנעם לץ וואס האבן די זאליס אריין געטראגן די זאליס אין באד אריין
ס'איז קלאר ווען נישט שאול פערלשטיין וואלט קהל ווען געקענט זיך אדורך קומען מיט די זאליס

ער איז א אבן נגף א לץ א בילגער בעל חוב א ריכטיגער דל גאה !

ארגינעלער » 21/8/2009 03:25

אויב אלע עוויקשאנס אין אמעריקע זאלן זיין פונקט אזוי גרינג ווי די עוויקשאן וואס איז היינט פארגעקומען קען מען פארשפארן אלע שעריף דעפארטמענטס אין אמעריקע.

נאך פאר מען האט אים אפילו געגעבן 30 טעג נאוטיס האט דער אומלעגאלער טענענט געכאפט הענט און פיס און אנטלאפן... ווער האט זיך געגלייבט אז מען וועט דאס דערלעבן?
בלאט: 1 2 3 4