זאליס בעטן א סטעי
ווען סוועט וואקסן גראז אויף יעקב מאיר פערענץ'ס האנד וועלן די זאליס באקומען א סטעי אויפן בית החיים, זייער לויער האט זיי דאס געזאגט און זיי ווייסן אז זיי האבן קיין טשענס צו באקומען א סטעי אבער וויאזוי זאגט 1נארמאלער אלעס כדי די קליינע שעפעלעך זאלן נישט איינשלאפן, און פאר אונז איז דאס נאר א טובה ווייל ווי לאנג זיי האפן נאך אויף עפעס קויפן זיי נישט קיין נייע בית החיים אין אונז מאכן געלט.
|
נישט די קליינע שעפעלעך נאר די קליינע קינדערלעך אז די זאגסט יא אזו גיט טי עס ALL THE WAY
|
די זאליס האבען עס שוין געווינען זיי דארפען עס נאר איין קעשען דא האט איר די RULLING פין די אפאלאט דייוזען אין July 11, 2006
Ordered that the order is reversed insofar as appealed from, on the law and as a matter of discretion, without costs or disbursements, the plaintiffs are denied summary judgment, and upon searching the record, summary judgment is awarded to the defendants Congregation Yetev Lev D'Satmar, Inc., Jeno Kahana, Sol Perlstein, Jacob Schoenfeld, and Solomon Sander dismissing the complaint insofar as asserted against them, the counterclaims asserted by those defendants are dismissed as academic, and the Clerk of Orange County shall, upon service of a copy of this decision and order, cancel of record the deed from the Congregation Yetev Lev D'Satmar, Inc., to the Congregation Yetev Lev D'Satmar of Kiryas Joel, Inc., dated January 19, 2001, purporting to convey a one-half interest in the subject real property, recorded at Liber 5525 of deeds, pages 245 to 255
. נא ארוניםלך לאטס מיך זען פרעגטס מיך אפ
זיי באגראבען יעדן טאג מענשטען דארט...
פרעג שאולי פערלשטיין ער וועט דיר שווערן דעראויף.
נאר איין פראבלעם.
ריכטער דעמעראסט, און אבראזיא, וכו' האבן דאס נאך נישט איינגעזעהן...
וועם מיינסטו מיט דעם וכו' ראזןוואסער אה..? אין נאך עפעס אז די פארלאזט דיך אויף (ריכטער דעמעראסט)
איי העוו בעד ניוס פאר YOU איר טרעק רעקארד איז נישט צי גיט אין די סאטמאר קעיס!! אירע פסקים זענען שוין געווארען 2 מאל צירוקגעדרייט ! פארוואס זי פעסקענט אזו קרים ווייס איך נישט אדער איז זי דום! אדער וויל זי סתם אזו נישט די סאטמאר קעיס איך ווייס נישט!! BUT ALL I CAN TELL YOU אויב די פארלאזט דיך אויף איר קען איך דיר זאגען אז די כאפסט דיך אן אויף א ציקער שטריק ענד איטץ טיים טא רילייז THAT YOUR DAYS ARE NUMBERD
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 08/07/2009 3:50:57
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 08/07/2009 17:37:03
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 08/07/2009 17:38:17
מיר קוקט אויס אז יעס ווי קען איז גערעכט... די פראבלעם איז נאר אז די קארט קען נישט איבערטייטשען די אלע פסקים אויף אידיש... במילא לערנען זיי פאלטש פשט...
סאיז טעקע א פראבלעם אפשר קענסטי יא איבערטייטשען די אלע פסקים אויף אידיש?
אבער ווארט ביי ווארט אין זיך נישט אפשטעלען אין דערמיט
(Ordered that the order is reversed insofar as appealed from, on the law and as a matter of discretion, without costs or disbursements, the plaintiffs are denied summary judgment, and upon searching the record, summary judgment is awarded to the defendants Congregation Yetev Lev D'Satmar, Inc., Jeno Kahana, Sol Perlstein, Jacob Schoenfeld, and Solomon Sander dismissing the complaint insofar as asserted against them, the counterclaims asserted by those defendants are dismissed as academic, and the Clerk of Orange County shall, upon service of a copy of this decision and order, cancel of record the deed from the Congregation Yetev Lev D'Satmar, Inc., to the Congregation Yetev Lev D'Satmar of Kiryas Joel, Inc., dated January 19, 2001, purporting to convey a one-half interest in the subject real )
וואס וועסטן האבען אז איך וועל עס איבערטייטשען? וועסט עס סייוואו נישט קענען איינקעשען דורך דעם...
איך דיך שוין געזאגט אז די דארפסט טרעפען א ריכטער וואס קען אגוטען אידיש... אפשר נאכדעם וועסטו שוין ענדליך קענען איינקעשען די פסק פון דריי יאר צוריק...
איך פארשטיי קלאר אז דו קענסט:
דו קענסט שרייבן חלומות,
דו קענסט שרייבן ליגענט,
דו קענסט שרייבן נאריש,
און יא, דו קענסט אפילו טוישן דיין ניק (ווען יעדער וועט זעהן דיינע חלומות), און אנהייבן מיט א נייעם ניק,
דו ברענגסט אראפ א פסק פונעם קארט אויף א קעיס וואס איז שוין לאנג דערנאך,
געב נאר א קיק אויפן דאטום פון יענעם פסק, הא?
דער דאטום איז July 11, 2006 און וואס האלסטו? אז אין דריי יאר האט איר דאס
נישט געקענט קעשן וועט איר אצינד דאס קעשן,
און נישט נאר האט איר דאס נישט געקענט קעשן, נאר איר האט אפילו קיינמאל
אין די לעצטע דריי יאר אפילו נישט פראבירט דאס איינציקעשן,
SO STOP THE CRAP און הער אויף מיט דיינע בהמישקייטן,
לאמיר אביסל צולייגן די היסטאריע פונעם קעיס אנגעהויבן מיטן הויעך געשעצטן
ריכטער באראש וואס לויט אייער ווערסיע האט איר עהם געהאט אין טאש,
און פון דארט וועלן מיר גיין ווייטער,
ס'איז אמת ויציב אז דער ריכטער באראש האט אייך געוואלט געבן א זיג,
און נישט נאר סתם געוואלט, ער האט זייער זייער שטארק געוואלט,
די אהרונים האט געהאט איינעם וואס האט זיך זייער שטארק מתחצף געווען פאר עהם
און ער האט פשוט געהאט א שטארקן אינטערעס אריין צו פליקן די צד הארונים,
דער פראבלעם איז אבער געווען אז לויט די טענות און לויטן געזעץ זענען די אהרונים געווען
פאלקאם גערעכט, און דער איינציגסטער וועג פאר עהם א פליק צוטוהן די אהרונים
און זיי נישט צוריק צו געבן די מאכט איז מיטן פסק אז ער קען זיך נישט מישן,
און דאס איז געווען דאס בעסטע וואס ער האט אייך געקענט געבן,
יא, בשעתו איז דאס פאר אייך געווען א מעכטיגער געוינס, איר זענט געבליבן
מיט די גניבה און דער קארט קען דאס אונז נישט צוריק געבן ווייל פשוט און גראד
זיי קענען זיך נישט מישן, איר זענט צוריק געלאפן צו דעם זעלבן ריכטער באראש
און זיך געבעטן בתחנונים, הער ריכטער, ניין, דאס איז אונז נישט גענוג,
זיי אזוי גיט און גיב אונז עמטליך בעלות, שרייב א פסק אז יאנקל כהנא מיט שאול פערלשטיין
זענען די בעלי בתים אויף קהל יטב לב דסאטמאר, -איך קען נישט-, האט דער שופט צוריק
גענטפערט, איך האב אייך געגעבן דאס מערסטע וואס איך קען, און מער קענט איר נישט באקומען,
ער האט אייך ארויס געווארפן פון די טיר זענט איר צוריק געקומען פון פענסטער און עטליכע מאל
פראבירט מיט געדרייטע שפיצלעך ארויס צו באקומען עפעס בעלות, אבער ער האט
אייך מאל נאך מאל צוריק געוויזן, און אייך בשום אויפן נישט מער געגעבן, נאר כסדר באשטעטיגט
אז "דער קארט קען זיך נישט מישן" ווייל דאס איז רעליגיע און אין רעליגיע קען מען זיך נישט מישן,
אצינד, לאמיר זיך אפשטעלן דא א מינוט,
דו חזר'סט איבער כסדר אז דאס וואס ער האט געשריבן אז דער רבי איז בעל הבית איז א ראי'
אז ער קען זיך יא מישן, שוטה שבעולם וואס דו ביסט, דער פסק איז היינט פאר אייך דער גרעסטער
דורכפאל, און ס'איז אזוי פשוט אז נאר, -לייג צו קאפ וועסטו אפשר פארשטיין-,
כדי דאס זאל ווערן א רעליגיעזע אישו, דארף ער באשטעטיגן אז דער רבי איז בעל הבית,
און דאס ווארט "רבי" מאכט דאס "רעליגיעז",
במשך דעם קעיס, האבן די אהרונים געטענה'ט אז דאס איז נישט רעליגיע און אז קהל איז
בעל הבית אויף קהל יטב לב, און די זאלונים האבן פארפירט אז דער בעל הבית איז נאר דער רבי
און דאס איז א רעליגיע אישו און דער קארט קען זיך אין דעם בשום אופן נישט מישן,
דאס איז געווען קלאר פאר ביידע צדדים אז אויב איז קהל בעל הבית און דער קארט מישט זיך יא,
דאן איז רבי בערל פריעדמאן דער פרעזידענט, אבער ווי געזאגט האט ריכטער באראש געוואלט
געבן א פליק פאר די אהרונים האט ער געפסקעט אז די זאלונים זענען גערעכט און דער רבי איז
בעל הבית, און במילא, -זאג שיין מיט- קען זיך דער קארט נישט מישן,
יעצט, איר האט געוואלט האבן ביידע וועלטן, איינס אז איר זאלט זיין גערעכט מיט אייער טענה אז דער
רבי איז בעל הבית און דאס איז רעליגיע, און דערנאך אז דער קארט זאל פסקענען אז יאנקל כהנא
מיט שאול זענען פרעזידענטן, נו, דאס האבן זיי אייך נישט געקענט געבן ווייל דאס איז דאך א סתירה,
אויב קענען זיי זאגן ווער עס איז פרעזידענט דאן זענען זיי געצווינגען צו באשטעטיגן רבי בערל אלץ פרעזידענט,
און אויב איז דאס רעליגיע קענען זיי דאך נישט זאגן ווער עס איז פרעזידענט.
נאכער איז געקומען ריכטער ראזענוואסער, וואס האט לדעתי שטארק געוואלט געבן א געווינס
פאר די אהרונים, אבער ער האט דאך נישט געקענט זיין מחולק מיט ריכטער באראש, האט ער פראבירט
צו גיין לויט ריכטער באראש'נס פסק, אז אמת דער רבי איז בעל הבית און דאס א רעליגיעזע אישו און דער
קארט קען זיך נישט אריין מישן, און טאקע וועגן דעם, אז אזוי ווי דער רבי האט דאך נישט געזאגט וואס
זיין ווילן איז, על כן האלט ער אז אלעס "דארף צוריק גיין צום אלטן" און אזוי ווי פאר די מחלוקה איז קלאר
לכל הדיעות אז רבי בערל איז געווען פרעזידענט איז לדעתו דארף אלעס צוריק צו רבי בערל,
נו, זענען די זאלונים געלאפן אפילן דעם פסק, און א יעדער געדענקט ווי שווער זיי האבן באקומען דעם סטעי,
אבער למעשה האבן די אפעלעט קארט ריכטער גענומען THE EASY WAY OUT, און איבערגעדרייט
ריכטער ראזענוואסער'ס פסק און געשריגן שב ואל תעשה מיר מישן זיך נישט, און מיר טוישן נישט גארנישט
דאס איס רעליגיע און מיר גייען נישט נעמען קיין שום נכסים פון איין צד און געבן פארן צווייטן,
"רעליגיע" און גמרנו, אזוי אויך ביים עכסטן קארט אין ניו יארק וואס איז דער קארט אוו אפיעלס האבן זיי אויך
אזוי באשטעטיגט אין א פסק פון קוים א האלב בלעטל, אז זיי גייען זיך נישט מישן ווייל דאס איז רעליגיע.
נו, די זאלונים זענען געשפרינגען פאר שמחה, זיי האבן געשריגן און טראמפייטערט מיט חסדי השם,
און די אהרונים זענען געווען צובראכן, זיי האבן געזען אז דער סוף איז דא, נאך א מזל אז דער רבש''ע
האט אונז געשיקט א שליח מיטן נאמען רבי יצחק ראזענבערג שליט''א וואס כאטש מען האט געפייט
אין קארט דעם גאנצן קעיס, עכ''ז זעהענדיג ווי דאס שלעפט זיך אזוי האט ער באשלאסען אז מיר דארפן זיך
אנהייבן צו בויען, נו, די רעסט איז היסטארי, דער ווייטאג וואס איז געווען גאנץ שטארק נאכן דורכפאל
אין קארט, איז היבש פארמינערט געווארן מיט די הערליכע בתי מדרשים און מוסדות וואס מיר האבן זיך
געבויט,
איז אדורך א שטיקל צייט, דער טריאומפ האט אנגעהויבן אויס צו וועפן האבן זיך די זאלונים געכאפט אז
WAIT A MINUTE ס'איז נישט אזוי גיט, אויב איז דער רבי בעל הבית און דער קארט באשטעטיגט נישט די
זאלונים אלץ לעגיטימע בעלי בתים פון קהל יטב לב איז דאך ביטער ווי א גאל, איבערהויפט ווען עס איז
געלינגען פאר די אהרונים איבער צו שרייבן דעם בית החיים אויף א נייעם נאמען, איז דאס שוין געווארן
TOO MUCH דאס איז דאך א גזירה וואס זיי קענען נישט אנעמען, האבן זיי דאן באשלאסן צו פראבירן
מיט א פלייץ פון נייע תביעות בערכאות פון אלע זייטן און געהאפט אז אולי יחוס, אפשר וועט זיי געלינגען
אז כאטש ביי איין פאל וועט זיי דער ריכטער באשטעטיגן אלץ בעלי בתים פון קהל יטב לב, זיי האבן
פראבירט קודם ביי ריכטער שעק, וואס איז גאר א גוטער ידיד מיט עטליכע פון די זאלונים, און ביי עהם האבן
זיי געהאפט צו באקומען דאס וואס לעכצן אזוי שטארק, נו, האט זיך דער ריכטער שעק געדארפט אפזאגן
פון זייער קעיס וועגן זייטיגע סיבות און דער קעיס איז געגעבן געווארן פאר ריכטער אבראזיא, און דער
דאזיגער ריכטער אבראזיא האט זיי געגעבן דעם טויט קלאפ, ער האט קלאר געשריבן א פסק אז דאס וואס
די זאלונים זענען אין ראדני מיינט בכלל נישט אז זיי זענען מער בעל הבית דארט ווי רבי בערל פריעדמאן,
זיי זענען דארט פשוט ווייל דער קארט קען זיך נישט מישן, אבער למעשה האבן זיי זערא בעלות, און רבי
בערל פריעדמאן איז פונקט אזוי בעל הבית ווי יאנקל כהנא, און זיי פלאגן זיך אומזיסט ארום צו לויפן פון
איין קארט צום צווייטן צו באקומען עפעס בעלות, ווייל פונקט ווי דאס איז זיי נישט געלונגען 11 מאל ביי
עטליכע קארטס ווי אויך ביים אפעלעט און ביים קארט אויף אפיעלס אזוי וועט זיי אויך ווייטער נישט
געלונגען, ווייל פשוט און גראד, "דער קארט קען זיך נישט און גייט זיך נישט מישן" דאס איז רעליגיע...
ופני המן חפו, די זאלונים זענען געווארן ביטער ביטער אנטוישט, פאר אזא קלארן פסק האבן זיי זיך נישט
גערישט, ערשט אצינד האבן זיי אנגעהויבן אנערקענען ווי ביטער פאר זיי ס'איז דאס ווארט "רעליגיע" אדער "רבי"
אבער, השקט לא יוכלו, פונקט ווי המן נאכן חפו, האט ער ווייטער געוואלט אויסרייסן דעם מרדכי, אזוי
אויך די זאלונים, אנשטאט צו נעמען און איבערמישן דאס בלעטל און זיך פרייען מיט די גניבה וואס איז זיי
יא געלונגען, שפרינגען זיי נעבעך פאר די גניבה וואס גייט עפעס נישט, צו דאס הייסט בארא פארק, צו
קרית יואל, צו בית החיים, צו דער נאמען קהל יטב לב, זיי האבן באשלאסן אז דע העק מיט ריכטער אבראזיא,
מיר וועלן ווייטער פראבירן מיט א שוואונג פון נייע קעיסעס, איין זייט אין בארא פארק און די צווייטע די אישו
פון בית החיים, און למזלם הרע זענען זיי אריין געפאלן צו א ריכטער וואס איז באקאנט אלץ איינע פון די
קליגסטע ריכטער אין ברוקלין דאס איז די הויכגעשעצטע ריכטערן דעמערעסט, וואס ווי באקאנט איז אין ברוקלין
כל דבר הקשה יביאון אלי', דער קעיס איז געשיקט געווארן צו איר נישט דורך א גורל וואס איז די געווענדליכע
פראצעדאר, נאר ס'איז געווארן געשיקט צו איר דורכן הויפט ריכטער וואס איז שוין מיד פון די זאלונים און וויל
די אישו פון סאטמאר זעהן ארויס פון געריכט, און נישט נאר דאס, נאר פון היינט אן און ווייטער איז אלע קעיסעס
וואס האט אין זיך דעם נאמען סאטמאר גייט גראד צו איר, נו, די ריכטערן דעמעראסט האט די זאך זייער גיט
אין די האנד, זי פארשטייט זייער קלאר דעם גאנצן קעיס, זי איז נישט געווען אינטרעסירט זיך צופיל מטפל זיין
מיט די הולכי לערכאות הזאלונים, און תיכף ומיד ווען דער בארא פארקער קעיס איז אנגעקומען צו איר האט זי
גפסקעט אז סוף כל סוף וועט מען דארפן צו קומען צו רעליגיע און זי האט ארויס געווארפן דעם קעיס מיט די זעלבע
טענה אז דאס איז רעליגיע און זי גייט זיך נישט מישן, דו זאלונים זענען פארצווייפלטערהייט געלאפן אין אפעלעט
קארט און פארפירט אז מען זיי נישט אמאל אויס געהערט און פארוואס האט זי דאס שוין ארויס געווארפן על שם
העתיד, דער אפעלעט קארט האט זיי רעכט געגעבן און דאס צוריק געשיקט צו איר אז זי זאל אויסהערן דעם קעיס
און דערנאך קען זי פסקענען, און כך הוה, יעדער ווייסט אז זי האט נעבעך געצווינגען דעם מסור והולך לערכאות
פון בארא פארק מ''ש צו גיין צו דין תורה, און אזוי אויך ביי די בית החיים קעיס וואס דארט איז זי שוין געווען מער
פארזיכטיג און אויסגעהערט דעם גאנצן קעיס און דאן געפסקעט אז "דאס איז רעליגיע און זי קען זיך נישט מישן"
על כל פנים דארט האלטן מיר היום יום, דער קארט גייט זיך נישט מישן, ווער עס האט געכאפט האט געכאפט,
און אדער גייט מען צו דין תורה אזוי ווי אידן פירן זיך, אדער ווישט מען זיך אפ די נאז, דער קארט גייט זיך נישט
מישן, און די זאליס דארפן דאס אריין נעמען אין קאפ אז סוף כל סוף איז דאס א טובה פאר זיי, ווייל לויט אלע
עקספערטן איז קלאר אז אויב מישט זיך יא דער קארט דאן ווערט רבי בערל פריעדמאן דער פרעזידענט און אלעס
גייט עכט צוריק צום אלטן, אלזא זאלונים, איר קענט קלעימען וויקטארי, באראש האט אייך געגעבן דאס מערסטע
וואס ער האט געקענט, און איר דארפט אייך באגענוגן מיט די גניבה וואס איז אייך יא געלינגען.
נאך איין פוינט, די אישו פון בית החיים איז דאך לכאורה יא א ריעל עסטייט אישו וואס דער קארט וואלט זיך יא
געדארפט קענען אריין מישן, אבער למעשה קען זיך דאס נישט טוישן, קודם אויב איז דער רבי בעל הבית דאן איז
דאס שוין א רעלידזשעס אישו, און אפילו אויב נישט, נו, וואס גייט געשען? זיי געבן דאס צוריק פאר קהל יטב לב
פון וויליאמסבורג, יא? נו ווער איז קהל יטב לב פון וויליאמסבורג, דאס האבן דאך שוין אלע קארטס קלאר
געפסקעט אז אין דעם קענען זיי זיך נישט מישן, איז דאך למעשה נישט קיין נפקא מינה, אדער איז דוד עקשטיין
מיט אלישע האראוויץ בעל הבית אדער איז רבי בערל פריעדמאן מיט רבי יצחק ראזענבערג בעלי בתים, דאס
איז זיכער אז דער קארט גייט נישט צונעמען קיין שום נכסים בכלל און דעם בית החיים בפרט פון איין זייט און
געבן פארן צווייטן, מען האט האט דאס שוין פראבירט און מען קומט אלץ צו אז דאס איז רעלידזשעס און זיי
מישן זיך נישט, אלזא זאלונים, אדער באצאלט איר מעמבערשיפ ביי אונז, אדער גייטס צו די בני יואל, אבער
פון קארט גייט איר גארנישט באקומען.
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 08/07/2009 22:43:18
דאס איז אמאל זיכער אז די זאליס ווילן פראבירן איינצירעדן זייערע קעלבלעך כדי צו קענען צאמנעמן די מעמבערשיפ, וואס איז דארט טיף אין דער ערד, אבער זייער באליבטער שאול פערלשטיין האט עס שוין מסדר געווען, אין זיי גלייבן שוין נישט אפי' דעם שמש
יעקעלע ארויסגעברענט צום פוינט.
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 09/07/2009 19:43:03
אוי וויי אוי וויי.
הער אויף מיט דיינע רויטע געשרייבעכטס,
באמערקסטו נישט אז די רויטע בוכשטאבן מאכן דיך זייער ווילד?,
בטבע טענה איך נישט מיט קיין פארשטאפטע קעפ,
דו טוהסט אינטערשאצן דעם אינטעלעגענץ פון אונזערע חשובע ליינערס,
דו שרייבסט פאר פייער און ואסער און האפסט אז דיינע זאלונימלעך קעלבלעק וועלן
דיר געבן א קלאפ אין די פלייצע און זאגן "איי האסטו עהם גיט גענטפערט"
אלזא איך האלט נישט ביים טענה'ן ווייל פשוט נזכה ונחי' ונראה,
דער באשעפער זאל אונז אלע געבן געזונט און לעבן ועלן מיר בעזה''ש זעהן ווער עס איז גערעכט.
דעם עתיד ווייסט קיינער נישט, נישט איך און נישט דו, אלעס וואס איך שרייב איז נאר בדרך הטבע
וואס איז קלאר און אזוי ווייזט זיך כסדר ארויס מאל נאך מאל אז דער געריכט גייט זיך און האלט זיך נישט
ביים מישן,
דו מאכסט מיך לאכן, קודם האב איך דען געשריבן אז א קארט פסק עקספייערט?,
איך האב נאר געשריבן אז דער קארט פסק איז שוין נישט אקטועל ווייל עס איז שוין
געווארן איבערגעשריבן אויף אן אנדערן נאמען, און דער פסק איז שוין נישט חל אויפן
יעצטיגן בעל הבית, לאמיר דיך פרעגן א נארישע פראגע, דער פסק וואס דו ברענגסט
אראפ שרייבט קלאר א פארארדענונג פארן קאנטי קלערק צוריק איבער צושרייבן דעם בית
החיים אופן נאמן פון קהל יטב לב וויליאמסבורג, יא? נו פארוואס קלאגט איר נישט אן דעם
קאנטי קלערק פארן נישט אויספאלגן דעם דאזיגן קארט ארדער, הא?,
ס'איז שוין גאנצע דריי יאר וואס דער בית החיים איז אויף א נייעם נאמען און איר שווייגט?
איר האט געקלאגט אז מען נעמט אייך צו די פריווילעגיע פון ליגן אין קרית יואל וואס איר
האט אלץ מעמבער, איר האט געדארפט פאכן אין קארט מיט דיין פסק וואס די ווילסט
אזוי שטארק איינקעשן, און שרייען אז דער אפעלעט קארט ווי אויך דער קארט אף אפיעלס האלט
אז איר זענט בעל הבית, דאס האט איר געדארפט שרייען אין קארט און נישט די שטותים אז
זריעלע איז שוין בעל הבית 51 יאר און יוסל ווייס איז נישט מער ווי סעקרעטאר און נאך אזעלעכע שטותים,
נאר וואס דען, איר ווייסט גאנץ גיט אז דער פסק איז נישט נוגע צום בעלות פון היינט, און די טענה פון דעם
דאזיגן פסק איז ווי דער קארט רופט אן אזא פסק MUTE.
דאס בעסטע האב איך ליעב געהאט ווי דו לאכסט מיך אויס ווען איך שרייב אז יעדער
ווייסט ווי שווער איר האט באקומען א סטעי, און די שרייבסט מיר צוריק אז איר האט באקומען
תיכף אייער סטעי ביי די ערשטי הירינג פאר די FULL PANEL, יא יא, אבער דו פארפעלסט צו שרייבן
וויפיל מאל איר זענט געווען ביי איינצעלע ריכטער זיך בעטן פאר א סטעי און איר זענט דארכגעפאלן,
און יא, איר זענט עטליסט צוויי מאל צוריק געלאפן צו באראש פאר א קלעריפיקעשאן און ער האט עס
אייך נישט געוואלט געבן, אלזא איר האט זייער שווער געארבייט עפעס צו באקומען פון באראש'ס פסק
און עד היום האט איר גארנישט באקומען,
דו בוסט א מומחה צו ברענגען האלבע אדער אומאקטועלע פסקים אדער סטעיטמענטס פון קארט
און מיט דעם ווילסטו מיך אפ ווענדן, איך קען דיר נאר איין זאך זאגן, נעם דעם פסק פון אבראזיא
ווי ער ברענגט זייער זיס אראפ דיינע אלע נארישע טענות פון סטאטוס-קווא און וויפיל מאל איר
האב פרובירט צו באקומען כאטש עפעס א שטיקל בעלות און ווי יעדער האט דאס אייך צוריק געוויזן,
אלזא, קען איך דיר נאכמאל שרייבן STOP THE CRAP, הער אויף מיט דיינע שטותים,
קויף דיר א נייעם בית החיים און דארט וועט איר קענען טוהן כאוות נפשכם, אבער ביי אונז דארפט
איר באצאלן טבין ותקילין, SORRY.
יענקעלע
, forget it
.. דו וועסט קיינמאל סוקסידן צו קאמפיטן מיט YESWECAN..... דער בחור האט א שלל מיט ליידיג צייט..
ווי דו זאגסט. time will be tell.. And this is gonna be the best answer for him! און
יעצט רבותי, לאמיר זיך אלע צוריקלייגן שלאפן..
We have another 6 hours to go
(זשאסט פאר די רעקארד, יעסוויקען וועט זיך
ווארשיינליך ארויפכאפן אויף די ווערטער.. אז מ'קען מיר זיך צוריק לייגן שלאפן... בלא בלא בלא... )
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 10/07/2009 0:18:24
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 10/07/2009 1:33:23
יעס ווי קען סתם פאר אינטערסאנטקייט... פארוואס בעטס די כסדר מ'זאל איברטייטשען "אן זיך אפשטעלען" און ווען די טייטשס איבער שטעלסטו דיך יא אב אינדערמיט?
כא... כא... כא... סטאפ שוין, סטאפ שוין מיך צו מאכן אזוי פיל לאכן,
שוין 4 טאג קאטשע איך מיך פאר געלעכטער, איך שעהם זיך פשוט אין די דריי וואכן
אזוי פיל צו לאכן, YESWECAN ס'איז נישט שיין צו מאכן איינעם אזוי שטארק לאכן אין די דריי וואכן
און נאך דערצו דאס צו שרייבן בעצם התענית פון שבעה עשר בתמוז, פוי פוי.
וויאזוי שרייבסטו?, שכינה מדברת מתוך גרונך, הא?, זייער זייער פאני, אוי שרייבסטו זיס, צוקער זיס,
יא, די שכינה רעדט טאקע מגרוני, יא, די שכינה און אלע שכינה'ס וואס האבן דיר געשריבן אין
אישי, קאלערן זיך פאר געלעכטער, זיי ווילן פשוט ענדזשויען ווי יענקעלע טיט אויס די הויזן
פאר דעם זאלי, זיי קלאפן דיר אין די פלייצע ווי די בעסטע גיטע פריינט, און ווילן נאר דו זאלסט
ווייטער פירן דעם שפיל און זיי קאטשען זיך פאר געלעכטער, פון ווי איך ווייס, פרעגסטו? וועל איך דיר
אויסזאגן א סוד, דערצייל נישט פאר קיינעם, די אלע שכינה'ס האבן מיר געשריבן אין אישי, זיי בעטן
זיך ברחמים ווייטער דיך ארויס צו נעמען פון די כלים, זיי שעפן נחת ווי איך מאך דיך ללעג ולקלס,
זיי האבן מיר פונקטליך געשיקט די קאפיס פון זייערע תגובות צו דיר, און דו גרויסער חכם רעדס דיר נעבעך איין
אז ממש דער באשעפער האט דיך געשיקט אויף דער וועלט נאר אזוי צו באוואשן יענקעלע'ן, ביסט ממש א
שליח פון הימל, נו, ר' זלמן לייב פיליפ מיינט אויך אז דער באשעפער קען זיך נישט איין טאג אן עצה געבן
אן עהם, ער איז ממש אראפ געקומען אויף דער וועלט צו ראטעווען דעם דור, און איך זאג אייך ביידע
JUST KEEP IT UP, (זעהסט, איך בין נישט קיין אומפארגינער, איך פארשטיי אז דו שעפסט נחת אז איך
האב דיך צוזאמען געשטעלט מיט ר' זלמן לייב פיליפ, און איך פארגין דיר דאס זייער שטארק).
מיין טייערער פריינד, שמך נאה לך ואתה נאה לשמך, YES WE CAN ביסט א טיפיקל זאלי,
אלעס קענסטו, קענסט שרייבן זאכן וואס איז נישט געשטויגן, קענסט שרייבן גאנצע ליגיונות, קענסט פארדרייען
פאקטן, קענסט גיין אין ערכאות הציונים און שרייען אז די אהרונים זענען די וואס גייען, קענסט כאפן א פליק
פון ריכטערן דעמעראסט ווי זי שרייבט קלאר אז מענדל שווימער איז דער וואס וויל נישט גיין צו דין תורה און
זי צווינגט עהם יא צו גיין, און דו קענסט מיט א בלעכן פנים שרייען געוואלד אז רבי אהרן וועלץ איז גאר דער וואס
האט נישט געוואלט גיין צו דין תורה, און איר האט גאר געווינען אין בארא פארק, איי פארוואס גייט איר אפילן דעם
געווינס, נו, אז מען האט א קשיא טוישט דאס נאכנישט דעם פאקט, זייער א שיינער תירוץ, און אזא תירוץ קען נאר
שרייבן א טיפיקל זאלי, יא, YES YOU CAN, ווייל איך קען נישט , איך בין זייער לימיטעד, איך בין באגרעניצט,
איך קען נישט שרייבן וואס איך וויל, ווייל איך קען דאך נישט שרייבן קיין ליגענט, איך בין דאך א אהרוני,
איך וועל דיר געבן א קורצן ביישפיל, איך שטיי אויף אינדערפרי און וואלט זייער געוואלט גיין עסן פרישטיג,
אבער NO, I CAN'T איך קען נישט, איך האב דאך נאך היינט נישט געלערנט מיין שיעור אין מסכת מכות, און דער
רבי שליט''א פאדערט דאך זייער אז מיר דארפן לערנען דעם שיעור מדי יום ביומו, (אגב, רעדענדיג פון מסכת מכות
זאגט מיר מיין זאלי שוואגער "גרויסער חכם דיין רבי, נאך 10 מסכתות האט זיך דיין רבי דערמאנט צו לערנען מסכת
מכות, מיין רבי לערנט שוין מכות פאר די לעצטע 10 יאר, ודפח''ח), עכ''פ, איך זעץ זיך לערנען פאר א שעה, און דאן
קלער איך OK יעצט קען איך שוין גיין עסן?, ניין קומט אריין דער געדאנק, דו דארפסט דאך קודם גיין דאווענען, ביסט
דען עפעס א זאלי וואס אלעס איז YES WE CAN?, נו, איך לויף ארויף פון היכל התורה לויף אריין אין ערשטן שטוב,
און הער ווי דער בעל תפילה שרייט שוין ברוך אתה השם מלך מהולל בתשבחות, איך וויל כאפן דעם טלית און זיך
מיט כאפן, אבער HOLD IT, שפרינגט אריין א געדאנק אין מוח, NO YOU CAN'T, דו קענסט דאס נישט טין, דער רבי
שליט''א שרייט כסדר וויאזוי א דאווענעכטס דארף אויסצוזעהן, זאל דער זאלי זאגן YES WE CAN, דו, קענסט נישט,
OK, איך גיי נישט מאריך זיין, I HOPE YOU GOT MY POINT.
איך פיל זיך פשוט ווי דער רבי זכרונו לברכה, ווען ער האט זיך דערזעהן מיט א נודניק וואס האט עהם סיקירט
בנוגע שמיטה, וואס דער רבי זי''ע האט עהם געשריבן דריי לאנגע תשובות, וואס איז די באקאנטע קונטרס שלש
תשובות און איז איבערגעדיקט געווארן אין ספר שאלות ותשובות סימן צ''ו צ''ז און צ''ח, ווי דער רבי זי''ע שרייבט פאר
דעם פלוני אלמוני אז ער איז איבערגעצייגט אז ער וויל נישט וויסן דעם אמת נאר ווענדט עהם אפ מיט שקרים וכזבים
און ווי ער האט נישט וואס צו ענטפערן איגנארירט ער פשוט און מאכט זיך נישט וויסענדיג, און ס'איז אשאד
זיך צו טענה'ן מיט עהם, כן הדבר הזה, מיט דיר איז פשוט אשאד צו טענה'ן, מיך אפווענדן מיט א שקר איז ביי דיר
פון די לייכסטע זאכן, און אויב איז מיין טענה זייער בולט אזוי אז דו קענסט פשוט נישט ענטפערן, דאן איגנארירסט
דאס כאילו לא הי', און פונקט ווי דער רבי זי''ע האט געשריבן אז ער גייט עהם מער נישט ענטפערן, איז דא אויך
אזוי, איך גיי דיר בל''נ מער נישט ענטפערן, ווייל אין קץ לדברי רוח, איך קען נאר שרייבן בלשון רבינו זי''ע "השי''ת
ירחם וירא בעני עמו, ויפקח עיני העוורים שבמחנה העברים...",
אבער כדי מען זאל נישט זאגן אז איך האב נישט וואס צו ענטפערן, וועל איך נאך דא אך הפעם נאר דאס איינע
מאל איבערצייגן דיינע שקרים וירא הקהל וישפוט למי החותמת ולמי הפסולים, און מיטן איבעריגן וועלן מיר בהכרח
דארפן ווארטן און זעהן איך יפול דבר, ונראה מה יהי' עם חלומותיו, וואס עס גייט זיך אויסלאזן מיט אייערע חלומות.
דו פאכעסט מיר אין די אויגן מיטן פסק פונעם אפעלעט קארט ווי זיי באפעלן צוריק צושרייבן דעם בית החיים אויף קהל
יטב לב פון וויליאמסבורג, און דארט ערוועינען זיי יאנקל כהנא שאול פערלשטיין אא''וו, וועלן מיר באלד צו קומען
צו די קשיא וואס איך האב געפרעגט און אויף וואס איך ווארט נאך א ענטפער, און דיין איגנארירן רעדט זייער אסאך,
אבער קודם, לאמיך דיר זאגן אז איך האב דורך געליינט א יעדן סעיף קטן פון אלע קעיסעס, און נישט נאר איין מאל
נאר איבער געחזרט אזוי אז אלעס איז חרוץ בזכרוני, און איך וועל דאס מסביר זיין זייער קלאר אזוי אז ווער עס וויל
נאר זעהן דעם אמת וועט קלאר זעהן עם מי הצדק ומי מלא שקרים כזבים ודמיונות,
ס'איז בשעתו געווען צוויי פסקים פון ריכטער ראזענוואסער וואס איז געווארן אפילט ביי דעם אפעלעט קארט,
איינס איז בנוגע ווער עס איז פרעזידענט פון קאנג. יטב לב, וואס ראזענוואסער האט געפסקעט אז רבי בערל פריעדמאן
איז דער פרעזידענט און דער אפעלעט האט דאס צוריק געוויזן מיט די טענה אז דאס איז א רעלידזשעס אישו און
דער קארט קען זיך אין דעם נישט מישן, און דאס צווייטע איז בנוגע דאס איבערשרייבן האלב פונעם בית החיים אויף
קאנג. יטב לב דסאטמאר קרית יואל, וואס די פראקציע פון קאנג. יטב לב דסאטמאר פון יאנקל כהנא האט געטענה'ט
אין קארט אז דאס איז נישט געווען לעגאל איבערגעשריבן און דארף צוריק ווערן איבער געשריבן אויף קהל יטב לב
פון וויליאמסבורג, און קהל יטב לב פון רבי בערל פריעדמאן האט געטענה'ט אז דאס איז יא געווען לעגאל איבערגעשריבן
און זאל בלייבן אזוי, ריכטער ראזענוואסער האט רעכט געגעבן פאר קאנג. יטב לב פון רבי בערל פריעדמאן אז
דאס איבערשרייבן האלב פונעם בית החיים פאר קאנג. יטב לב קרית יואל איז לעגאל, און דער אפעלעט קארט האט
דאס צוריק געדרייט אין געגעבן רעכט פאר קאנג. יטב לב יאנקל כהנא און געפאדערט פונעם קאנטי קלערק דאס
צוריק איבער שרייבן אויפן נאמן פון קהל יטב לב פון וויליאמסבורג, אבער זיי שרייבן זייער קלאר אז דער גאנצער
קעיס איז א חלק פונעם גרויסן סכסוך ווער עס איז דער בעל הבית פון קאנג. יטב לב פון וויליאמסבורג און זיי שרייבן
דארט נאכאמאל אז דאס איז אויסדריקלעך א רעלידזשעס אישוי און אין דעם קענען זיי זיך נישט מישן, נא דא האט איר,
There is presently an ongoing struggle for succession to the overall leadership of the [*3]Satmar community. The meeting of trustees at which the transfer was approved and the alleged expulsion from membership in the Brooklyn Congregation of the person who executed the deed were early events in the course of that struggle. They form centerpieces of the civil actions between the competing factions and, as we have held in Congregation I (supra), the resolution of the issues that cloud the validity of the meeting and the alleged expulsion involve ecclesiastical questions that the courts are not competent to answer. The transfer of an interest in the cemetery property is therefore inextricably bound with this leadership dispute and it is clear that, at least in part, it was made to advance the interests of one of the competing Satmar factions and not to advance religious or charitable objects generally. Under these circumstances it cannot be said that the transfer was in the best interests of the Brooklyn Congregation and accordingly we decline to exercise our discretion to approve it, thereby restoring the status quo ante.
דאס איז א חלק פונעם זעלבן פסק וואס אונזער YES WE CAN שטאלצירט אזוי שטארק, נישט נאר דאס, די אפעלעט
Voluminous briefs were received by the court. Interestingly, in their briefs, the Kahan faction which took the position in the Election case that the issues in that case were non-justiciable now argues that the three cases before this court are justiciable and the Friedman faction now claims all of the cases are non-justiciable. Each faction has done a 180 degree-turn on the issue of non-justiciablity.
At bottom, all three cases mask a continued effort on the part of the split Congregation to have the court make a determination as to who should be in control of the Congregation. This is what Justice Barasch, the Appellate Division and the Court of Appeals have said a civil court cannot do. דער סך הכל פון אלע דריי קעיסעס פארלאנגט מען אז דער געריכט זאל באשליסן ווער עס איז דער בעל הבית און ווער
The defendants also point to the fact that the Kahan faction made almost identical applications for injunctive and declaratory relief in the Election case before Justice Barasch who denied those motions in his final decision. Friedman also claims applications for similar relief were denied on at least seven occasions by the Appellate Division, a fact which was not disclosed by the Kahan group in their motion for a preliminary injunction in this case. The Injunction action is nothing more than another disingenuous attempt by one of the factions to obtain relief which is beyond the reach of the court. To grant the Kahan faction such broad sweeping declaratory and injunctive relief would run afoul of the language and clear import of the decisions by the Appellate Division and the Court of Appeals that the secular courts cannot declare which board is the authorized governing body of the Congregation empowered to act on its behalf. דער צד פון די אהרונים טענה'ן אז די זאלונים טוהן אצינד דאס וואס זיי האבן שוין פראבירט ביי ריכטער באראש און כאטשיג
The Kahan faction has also misinterpreted Justice Barasch's decision. He dismissed the election case as non-justiciable. Having done so there can be no outstanding orders. Justice Barasch never issued permanent stays against one faction or the other. He merely acknowledged that at the time he issued his decision, the Grand Rebbe was still alive and pursuant to the tenets of the Satmar sect, it was up to him to determine who would be on the Board and who would be his successor. Having dismissed the Election case, Justice Barasch had no intention to choose one group or the other as the properly elected board of the Congregation empowered to manage its affairs. Most notably, Justice Barasch had a pending motion by the Kahan faction seeking almost identical injunctive and declaratory relief at the time he issued his final decision. It is beyond cavil given the eloquence of his decision that he manifestly understood the issues in that case and wrote what he meant. He could have chosen one faction over the other, the fact is he did not. די כהנא גרופע האט פאלש געלערנט פשט אין ריכטער באראש'ס פסק, ריכטער באראש מיט זיין פסק (אז דער געריכט קען זיך נישט מישן) האט פאקטיש מבטל געווען אלע זיינע פריריגע פראוויזארישע פסקים, (פון סטאטוס-קווא און די דעי טו דעי אפערעישאן) ריכטער באראש מיט זיין פסק האט נישט פארגעצויגן קיין שום צד איבערן צווייטן, ער האט נישט געגעבן קיין שום
Based upon the foregoing the plaintiffs' motion for a preliminary injunction is denied in its entirety since they have failed to establish a likelihood of success on the merits. The claims raised in the Injunction action are non-justiciable. For the same reason the defendants' motion to dismiss the Injunction action pursuant to CPLR §3211(a)(2) and (5) is granted. In all other respects, all outstanding motions and cross-motions in all three actions are denied in their entirety. אלזא, די טענת הארונים איז אנגענומען, און טענת הזאלונים איז אינגאנצן אפגעווארפן.
ריכטער אליינס האבן דארט געפענט די טיר פאר א עווענטאעלע איבער שרייבן דאס גאנצע אדער א חלק פונעם בית החיים
פון קאנג. יטב לב וויליאמסבורג צו קרית יואל אויף וואס זיי שרייבן קלאר אז דער יעצטיגער פסק מיינט נישט אז מען
קען נישט איבער שרייבן דעם בית החיים נאר דער יעצטיגער טרענספער איז געמאכט געווארן אומלעגאל ווייל קהל יטב
לב וויליאמסבורג האט גארנישט בענעפירט פונעם טרענספער, אויב אבער ווערט דאס געטרענספערט אויף א לעגאלן
וועג קען דאס יא אנגענומען ווערן, דא האט איר פונעם זעלבן פסק:
Accordingly, the transfer should have been vetoed (see Church of God of Prospect Plaza v Fourth Church of Christ, Scientist, of Brooklyn, 76 AD2d 712, 717 [1980], affd 54 NY2d 742 [1981]), and summary judgment is awarded to the appellants dismissing the complaint insofar as asserted against them. In light of this determination, the appellants' counterclaims should have been dismissed as academic and we need not reach the parties' remaining contentions. In so holding, we express no opinion as to whether a transfer of an interest in the cemetery to the KJ Congregation may, in the future, benefit the grantor by promoting the religious interests of the Satmar Hasidim sect generally as part of a settlement of the existing ecclesiastical disputes. Schmidt, J.P., Lunn and Covello, JJ., concur.
נו, THE REST IS HISTORY, איך וויל נישט אריין גיין אין די דיטעילס, נאר די זאליס ווייסן זייער גיט אז אצינד טאפן
זיי א וואנט, און אז אלעס איז געמאכט געווארן לויטן געזעץ און אז דער פסק פון צוריק דרייען דעם דיד פאר קאנג.
יטב לב וויליאמסבורג איז שוין נישט אקטועל, והראי' לזה איז מיין הארבע קשיא וואס איך האב געפרעגט און נישט
באקומען קיין ענטפער, אויב איז YES WE CAN גערעכט מיט זיין טענה, איז פארוואס האט מען קיינמאל אין די לעצטע
דריי יאר דאס נישט געטענה'ט, מען איז שוין געווען ביי עטלעכע קארטס, ביי אבראזיא, ביי דעמערעסט בנוגע דעם
בית החיים און אויב איז דא אזא קלארער פסק ווי YES WE CAN טענה'ט האט מען דאס געדארפט ווייזן פארן
ריכטער, און בכלל פארוואס האבן די זאליס נישט געקלאגט דעם קאנטי קלערק פארן נישט פאלגן דעם "קלארן"
פסק פונעם אפעלעט קארט? די קשיא איז דאך מרפסין איגרא, אלא כדאמרינן, זיי ווייסן קלאר אז דער אמת איז
ווי יענקעלע שרייבט, ס'איז פשוט שכינה מדברת מתוך גרונו...
לאמיר אצינד אביסל צולייגן די גאנצע אישו פון רבי, רעלידזשעס, יא מישן נישט מישן, לאמיר אביסל דורכגיין די
השתלשלות הדברים, די זאלונים האבן געטענה'ט אז דער רבי האט ארויס געווארפן רבי בערל פריעדמאן ומי יבא
אחר המלך, דער רבי איז בעל הבית און קיינער קען אין דעם נישט אריין רעדן אפילו נישט דאס געריכט, דאס איז
אויסדריקלעך א רעלידזשעס אישו און דער קארט האט נישט קיין רעכט אריין צו רעדן, די אהרונים ווידער האבן
געטענה'ט, אז דער רבי איז נאר בעל הבית אויף רוחניות און אויף גשמיות איז דער קארפארעישאן בעל הבית און
דער קארט קען זיך אין דעם יא מישן ווייל דאס איז נישט רעלידזשעס, נו, זייער פרענד ריכטער באראש האט רעכט
געגעבן פאר די זאלונים און געפסקעט אז דער רבי איז יא בעל הבית אויף אלעם במילא קען זיך דער קארט אין
דעם נישט אריין מישן, נו, איז דאך לכאורה פיין און וואויל, די זאלונים האבן געווינען, איז אבער געשעהן א פאנטשער,
ווען די זאלונים האבן געוואלט איינקעשן זייער געווינס -ווי מיין קאליג רופט דאס אן- זענען זיי געוואויר געווארן אז דער
טשעק איז נישט אויסגעמאכט צו זיי, זיי זענען גארנישט בעל הבית אויף דעם טשעק, זיי האבן אנגעהויבן ארום
צו לויפן פון איין טשעק קעשינג צום צווייטן, און געשריגן קעש מיר "מיין" טשעק, איז דער ענטפער כסדר געקומען,
ניין, דו ביסט נישט דער אייגענטומער פון דעם טשעק און מיר קענען דאס פאר אייך נישט קעשן, און ס'איז געווארן
א ונהפוך הוא, די אהרונים זענען פלוצלינג צופרידן געווארן מיט דעם דאזיגן פסק און געשריגן אז דער קארט איז
גערעכט, ס'איז א רעלידזשעס אישו, און די זאלונים האבן אנגעהויבן א נייעם ניגון, (פארגעסט נישט, זיי קענען דאך
אלעס, YES WE CAN) און האבן אנגהויבן ארום צו לויפן פון קארט צו קארט שרייען אז זיי דארפן
דעם טשעק געקעשט, נו, דער קארט האט גענטפערט, איר קענט טאקע אלעס, טאמער דארפט איר היתר לערכאות
האט איר א לישקע וואס וועט אייך דאס באלד געבן, טאמער דארפט איר א עירוב פאר די גוים איז אויך נאו פראבלעם
איין טעלעפאן פאר די לישקע און איר האט א עירוב, א איסור אויף מהודרדיגע אריזאנא ווייץ איז ווייטער נישט
קיין שום פראבלעם, איין טעלעפאן קאל און ס'איז דא, און אזוי ווייטער, איר קענט אלעס טון וואס איר ווילט, ווי אזוי גייט
נאר YES WE CAN, אבער מיר ריכטער, האבן א געזעץ וואס מיר דארפן איינהאלטן מיר קענען נישט אלעס טון,
מיר האבן געבינדענע הענט, דאס געזעץ ערלויבט אונז נישט זיך אריין מישן אין רעלידזשעס,
און דארט האלטן מיר יעצט, די זאלונים שרייען חי וקיים, קעשט מיר דעם טשעק, דאס איז נישט קיין רעלידזשעס
אישו, און די אהרונים ענטפערן מיט א שמייכל, רעלידזשעס רעלידזשעס און שטייט אוועק, און לעת עתה האבן
די געריכטן רעכט געגעבן פאר די אהרונים, ופני המן חפו.
נא דא האט איר שטיקלעך פון דעם הויכגעשעצטן ריכטער אבראזיא, וואס האט דערלאנגט פאר די זאלונים א
דעוועסטעטינג פליק,
די אהרונים און די זאלונים האבן געמאכט א ונהפוך הוא מיט זייערע טענות,
________
עס זאל קאנטראלירן דעם קאנגריגעשאן, און דאס איז א זאך וואס דער געריכט איז פארבאטן צו טוהן.
__________
העכער זיבן מאל ביי אנדערע געריכטן [זיי צו געבן בעלות] און מען האט זיי דאס צוריק געוויזן, און זיי דאס אצינד נאכגעבן
וועט זיין א קלארע סתירה צו די פסקים פון די אפעלעט און הויעכע אפילס קארט,
__________
קאנטראל אדער בעלות פאר קיין שום צד, ער האט בשעת זיין פסק געהאט די אישו פון בעלות פאר זיך און האט דאס געקענט
געבן פאר איין צד און ער האט נישט געטוהן,
__________
והעיר שושן צהלה ושמחה.
,
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 14/07/2009 1:20:35
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 16/07/2009 9:58:02
יעצט איינמאל (באמת אלעמאל) האסטו אויפגעוויזען רויט אויף ווייס (עס דערמאנט מיך פון פייער און וואסער...) זיין פאלטשקייט!
לכה"פ ווייס איך יעצט צו צאלען מעמבערשיב ביי די זאליס, פארשטייט זיך אויב די זאליס באקומען א סטעי (וואס דאס איז די נושא פונעם אשכול פאר סאיז פארדרייט געווארען מיט באראש) וועל איך ווייטער דארפען צאלען פאר די ארונים.
יעצט אפאר "זייטיגע" פראגען פאר יעס ווי קען (אנטשולדיג פארן פארדרייען די אשכול)
1) האט שוין די רבי געזאגט וואס ער וויל? אויב יא וועלכע רבי? וואס האט ער געזאגט? ווען האט ער עס געזאגט? האט מען מודיע די קארט דערוועגען?
2) לויט ווי איך פארשטיי איז שוין אריבער א שטיק צייט זייט די ארונים האבען געגעבען די כ"א כסליו דעדליין.
זייט דעמאלטס איז שוין געווען די נושא פון ביה"ח אין קארט? אויב יא האט מען שוין פראבירט איינצוקעשען באראש'ס פסק? אויב יא האט מען עס שוין געקעשט?
3) אויב פעלט עס אויס כדי איינצוקעשען, גייען די זאליס אפנויגען פון זייער ביז יעצטיגען דרך התורה און יא ווערען "מוסרים"?
און צו דיר יענקעלע ביטע זיי שטיל שוין גענוג געווען מיט דיבושות
YES WE CAN,
The Kahan faction has also misinterpreted Justice Barasch's decision. He dismissed the election case as non-justiciable. Having done so there can be no outstanding orders. Justice Barasch never issued permanent stays against one faction or the other. He merely acknowledged that at the time he issued his decision, the Grand Rebbe was still alive and pursuant to the tenets of the Satmar sect, it was up to him to determine who would be on the Board and who would be his successor. Having dismissed the Election case, Justice Barasch had no intention to choose one group or the other as the properly elected board of the Congregation empowered to manage its affairs. Most notably, Justice Barasch had a pending motion by the Kahan faction seeking almost identical injunctive and declaratory relief at the time he issued his final decision. It is beyond cavil given the eloquence of his decision that he manifestly understood the issues in that case and wrote what he meant. He could have chosen one faction over the other, the fact is he did not
ביי אונז אין חדר אין טרויפ AVE געדענגסט נאך די בילדינג.....? פלגעט מען זאגען אז נאכזאגען איז נישט אינטערסאנט
אלזא ווייס איך שוין פארוואס דיין רבי איז אזא בעל מחדש נפלא,
דער רבי אהרן האט פארגעסן פון טרויפ AVE אז נאכזאגן איז נישט אינטרעסאנט,
און זאגט כסדר נאך, דא א גמרא, דא א צל''ח, דא א רבי עקיבא אייגער, און דא רמב''ם,
רמב''ן, שואל ומשיב, וכו', יא, א גרויסע חכמה נאך צוזאגן, דיין רבי אפילו א פסוק פון חומש
זאגט ער נישט נאך, אלעס אלעס איז ניי, שור שנגח את הפרה זה אומר כולו שלי, על שלשה דברים
העולם עומד דע מאין באת ולאן אתה הולך, וכו' אלעס אליין מחדש געווען, גארנישט איז נישט אלט,
פונקט ווי אין טרויפ AVE.
כא..כא..כא..וואס זאל איך דיר זאגען יענקעלע די ביסט גיט....
יישר כוחכם, ס'האט עכט נישט אויסגעפעלט, אבער איך פיל גיט...
אין לנו אלא דברי בן עמרם איך קים מיט א בית דין בישראל וואס זאגט קלאר אין דייטליך אז אהרן וועלץ איז דער מסרב לדין
אין די קימסט מיט א...וואס זאגט אז מענדל שווימער איז דער מסרב לדין ! וואס זאל איך דיר זאגען יענקעלע אויף דעם באקימסטי א A +
אמת? היינט איז זונטיג? איא? (געדענקסט נאך?) אלזא פון וועלעכן בית דין רעדסטו, הא?
טארטיקוב? אדער לישקע?, הער אויף צו שוועבן אין דיינע דמיונות, איך האב דיך שוין געבעטן
כמה פעמים, שאץ נישט אינטער דעם אינטעליגענץ פון אונזערע ליינער, אפילו די נארמאלע זאליס
זענען מודה אז מענדל שווימער האט נישט געוואלט גיין צו דין תורה נאר זענען מטהר את השרץ
בק''נ טעמים, זיי האבן טויזענט הסברים פארוואס ער דארף טאקע נישט גיין צו דין תורה,
קומט דער אלעס קענער (YES WE CAN) און דרייט אויס דעם דאטשיק, אז רבי אהרן וועלץ שליט''א
איז גאר דער וואס האט נישט געוואלט גיין, כא... כא... כא..., יעדער לאכט פון דיר,
אוי, איך האב פארגעסן אז איך טאר דאס נישט זאגן וועגן טרויפ AVE. סארי...
מיר האבען שלעכטע נייעס פאר אייך מיר גייען נישט אפילן מיר זענען זייער העפי אז ענדליך נאך 3 לאנגע יארן מיט אלע מינע תרוצים וואס ענק האבען זיך פראבירט ארויס צידרייען פין דין תורה האבען מיר ענק געצווינגען צי דין תורה! קודם האט מען געטהנעט אז סאיז ריליגיע אין ווען די אפאלט דייויזען האט עס צירוק געווארפען אין געזאגט מיט א גרויסען ניין סאיז נישט ריליגיע זא דיין אויף די בארד אין אהרן וועלץ האט געזען אז סאיז דערנאך וויל טאמער מען איז דן אויף די בארד איז ער אינדרויסען איז ער שנעל געקימען צי ליופען אז ער וויל גיין צי דין תורה אין שנעל בלית ברירה אינטערגעשרייבען די שטרי ברירין פין הרב גאביוף בית דין וואס ייעדער ווייסט אז אהרן וועלץ האט נישט געוואלט גיין צי דין תורה מיט די תנאים דהיינו 1# אז מען איז דן נאר אויף בארא פארק 2# אז די בית דין מיז דן זיין 4 מאל א חודש כדי מען זאל נישט קענען שלעפען 3# די עקיול פין הרב גאביוף איז חיי וקים איז סאיז קלאר אז אהרן וועלץ האט דעס נישט געוואלט אזוי ווי ער האט געזאגט ביי זיין דרשה
אבער יענקעלע שריי ווייטער עטץ האט געווינען בארא פארק
הא?, וואס פאלט דיר ביי?, אהרונים געווינען אין בארא פארק?, אבערוואס!!! יעדער ווייסט אז מענדל שוויממער האט געווינען!!!
די דזשאשקע ריכטערן דעמערעסט, איז א פאלנע בדחנ'טע, זי מאכט דזשאקס, זי שרייבט אז דער צד פון רבי אהרן וועלץ
האט געווינען און מענדל שויממער האט פארלוירן, זי האט פלעין נאר געמאכט א גרויסן דזשאק!, אמת?, יעדער האט
געזען אז ווען זי האט דאס אינטערגעשריבן האט זי אזוי געגעבן א ווינק מיט די אויגן, ווי איינער זאגט,
HERE YOU HAVE A BIG JOKE, יעדער ווייסט דעם אמת אז מענדל שוויממער האט געווינען BIG TIMES,
באלד וועלן נאך די אהרונים לייקענען אז ר' יעקב יואל חיים באנדא (בן ליבא מאטיל לרפ''ש) איז דער מעיאר פון קרית יואל,
זיי וועלן זיך נאך איינרעדן אז דזשארדזש בוש דער צווייטער איז געווען דער פרעזידענט און נישט אל גאר,
YES WE CAN, קאמאן גיוו מי א ברעיק.
זייער גיט געזאגט
THANK YOU!!! THANK YOU !!!
פארוואס דארף די רבי שרייען? די רבי קען עס מאכען זייער גרינג ער זאל פשוט זאגען אז מען זאל קיקען וואזוי ער דאווענט
וועט מען וויסען וויאזוי א דאווענעכטס דארף אויסצוזעהן
דער ערשטער אמת'ע ווארט.
איך בין זייער צימישט די אדער דיין רבי?
מיין רבי איז דער ממלא מקום פונעם רבין זי''ע (כלשונו פון זיין הייליגן טאטן זי''ע
אז ער איז נאר דער בריק פונעם פעטער צו זיין רבי אהרן, און איך אלץ געטרייער חסיד פרוביר איך צו זיין ווי מיין רבי,
פארשטאנען?
יענקעלע איך האט דיך סיקירט ביסט נישט ציגעוואנט אז איינער זאל נעמען אלע דיינע געביידעס אין עס אזוי ציווארפען הא?...
יא, SURE ציווארפן מיין געביידע, איך בעט דיך, דערצייל נישט פאר קיינעם, ריכטער אבראזיא און דעמערעסט,
קענען נאך געוואויר ווערן אז מיין גאנצע געביידע איז גאר צו פאלן, יא, ביז זיי ווערן נישט געוואויר
פסקענען זיי אזוי ווי מיין פשט, אבער אזוי ווי זיי כאפן זיך אז דער געביידע איז צו פאלן קענען זיי נאך
חלילה וחס טוישן זייער פסקים הש''י.
זאג נאר, ביסט שוין אויפגעשטאנען אדער חלום'סטו נאך אלץ,
יענקעלע פארדריי נישט די שמיס איך רעד יעצט נישט דא פין דעם עתיד איך רעד יעצט פין די באראש פסק וואס די האסט געמיינט אז די פארשטייסט אין איך האב דיר אויף געוויזען שווארטץ אויף ווייס אז די ביסט RONG די האסט מיר נאך קיינמאל נישט גענפערט וואס דעס מיינט ( until and unless the Grand Rebbe or any appropriately invested ecclesiastic tribunal rules otherwise דאס מיינט אפילו ווען מען רעד פין די רבי איז עס קלאר נישט א רעליגיעזע אישו אז ער קען יא זאגען אין ער וועט יא זאגען ווער סאיז פרעזידענט אויב די רבי אדער די רליגעזע קערפערשארפט פין די קהילה וועט זאגען וואס ער וויל !)
הא? דו רעדסט נישט פונעם עתיד? דו ביסט מסכים אלעס זאל בלייבן ווי אצינד, נו גיט!
מיר זענען מסכים, הערטס אויף צו אפילן די פסקים, און "אלעס זאל בלייבן ביים אלטן",
הער מיך גיט צו, איך האב דיר נישט גענטפערט, ווייל איך האב געהאלטן אז דו ווייסט אויך דעם ענטפער,
נאר אצינד אז דו האלסט אין איין איבער חזר'ן דיין פערדישע טענה, הייב איך שוין אן צו קלערן
אז אפשר טאקע ביסטו נעבעך קורץ געבינדן און ווייסט טאקע נישט וואס דו רעדסט,
וועל איך עס געבן א שאט, אולי ווילסטו באמת וויסן דעם אמת, (YE SURE!!!)
אלזא, דער פשוטער פשט פון ריכטער באראשנס פסק איז, איך (דער קארט) קען זיך אין דעם לגמרי
נישט מישן, דאס איז א רעליגיעזע אישו, און נאר דער רבי קען דעצידירן ווער עס איז פרעזידענט,
"און ביז דער רבי וועט דאס נישט דעצידירן קען איך זיך נישט מישן" און געוויס אז אויב וועט דער רבי
מחליט זיין ווער עס איז פרעזידענט וועל "איך" און יעדער איינער דאס אנעמען, ער איז דאך בעל הבית,
סא, וואס זאגסטו?, אז זאגן אז דער רבי איז בעל הבית הייסט געמישט אין רעליגיע,
העי, איך לאך נישט, I PROMISE, איך האלט מיך אן, ס'קומט מיר ענדערשט צו וויינען, אזוי יונג און... נעבעך...
איך האב דיר יא גענטפערט קיק אפאר שירות צירוק אין אז די ביסט בלינד נאדיר נאכאמאל
(מיר האבען נישט פראבירט איינציקעשן די בית החיים ביז ענק האבען נישט געמאכט קיין פראבלעמען מיט ענקער כ א כסלו דעד ליין)
אזוי, די 7 קארט קעיסעס אינקלאדעט די לעצטע דריי כ''ו אב'ס, איז געווען נאכן מאכן דעם
פראבלעם פון כ''א כסליו תשס''ט, אמת?, און דריבער זענט איר געלאפן אין קארט תשס''ו-ז-ח
פשוט ווייל מיר האבן אנגעהויבן צו מאכן פראבלעמען כ''א כסליו תשס''ט, זיס ווי צוקער...
OK זאל זיין ווי דו שרייבסט, אבער די קשיא איז נאך אלץ, פארוואס ביי די לעצטע קארט קעיסעס
ביי ריכטער אבראזיא און ריכטערן דעמערעסט, האט איר קיינמאל נישט ערוועינט אז יענקעלע לערענט
פאלש פשט אין באראש'ס פסק, איר האט דאך געקענט קעשן אייער פסק, און געווינען, הא?
נא אויב אזוי אז סאיז ריליגיע פארוואס האבען זיי געהייסען צירויק לייגען די דיד צי די נאמען פון קהל יטב לב פון וויליאמסבורג לאז עס דארט ווי סאיז?הא
I AM GLAD YOU ASKED THIS QUESTION, לייג צו קאפ וועסטו פארשטיין, א דיד אישו
איז נישט קיין רעלידזשעס אישו און זיי קענען פסקענען, אבער ווער עס איז בעל הבית אויף קהל יטב לב
איז אויסדריקלעך יא א רעלידזשעס אישו און דאס קען נאר דער רבי מחליט זיין און נישט דער קארט,
יעצט איז אזוי, ס'איז א מציאות אז דער קארט וועט זאגן אז דער דיד דארף צוריק גיין פאר קהל יטב לב
פון וויליאמסבורג, אבער ווי געזאגט קענען זיי זיך נישט מישן ווער עס איז דער בעל הבית פון וויליאמסבורג
במילא פאלט דאס אריין צו בעלות פון רבי בערל פריעדמאן און רבי יצחק ראזענבערג, אדער קענען זיי גאר זאגן
אז למעשה וועט דאך במילא נישט זיין קיין נפקא מינה איז על כן גייען זיי זיך אינגאנצן נישט מישן און לאזן
אלעס אזוי ווי עס איז, אבער דאס איז קלאר אז בנוגע בעלות פון קהל יטב לב פון וויליאמסבורג איז דאך
שוין דא א ענטגילטיגער פסק פונעם העכסטן געריכט פון ניו יארק אז זיי קענען זיך אין דעם נישט מישן,
לויט דיר קימט אויס אז דער פאפא שמש אדער שמאול דוד מארקעוויטש אדער JESSEY JACKSON קען טרענספערען די בית החיים ווייל די אפילס קארט האט אליין געזאגט (אז דער יעצטיגער פסק מיינט נישט אז מען
קען נישט איבער שרייבן דעם בית החיים נאר דער יעצטיגער טרענספער איז געמאכט געווארן אומלעגאל )
אוודאי, אויף א לעגאלן אויפן קען מען איבער שרייבן א דיד, דאס איז דאך יעדער מודה, אגב, JESSY JACKSON
איז שוין אויפן עולם האמת, דארט ווי מענדל שוויממער איז עכט מעיאר, און דארט זענט איר עכט בעל הבית אויפן בית החיים.
אפשר קענסטי מיר מסביר זיין פארוואס די יעצטיגע טרענספער האט יא בענעפירט קהל יטב לב
האסט באמת געוואלט וויסן? סארי איך האלט דיר נישט ביים אויסזאגן
ווייל מיר זענען נישט קיין מוסרים פאר די זעלבע ריוזען מיר האבען נישט געמאסערט ווען ענק האבען געפעלשט די דיד
פין UTA אויף די בילדינג פין די ישיבה גדולה אין די ווייסט גאנץ גיט אז אויב אינז וויל מיר דוקא קען מיר אונז עס האבען היינט נאר וואס זאלען מיר טיוען מיר זענען דאך ערליכע יודען זאליס
נא, נא, ליצנות אין די דריי וואכן,
איך האב דיר שוין גענטפערט אויף דעם אין אז די ביסט בלינד נאדיר נאכאמאל
(ווייל עס איז אסאך בעסער אין שטערקער צי קלאגען בערל פרידמאן אין עם איינמאל פאר אלעמאל מודיע זיין אז ער איז נישט דער די סאטיס קווא אין ער קען גארנישט רירען פין יעצט אין ווייטער א קארקע פין קהל יטב לב פארשטאנטא ?)
איך האב דיך שוין געפרעגט, און אז דו ביסט בלינד נאדיר נאאמאל,
אבער די קשיא איז נאך אלץ, פארוואס ביי די לעצטע קארט קעיסעס
ביי ריכטער אבראזיא און ריכטערן דעמערעסט, האט איר קיינמאל נישט ערוועינט אז יענקעלע לערענט
פאלש פשט אין באראש'ס פסק, איר האט דאך געקענט קעשן אייער פסק, און געווינען, הא?
יענקעלע דיין אלטע ספין אויסציטייטשען באראשס פסק האב איך איך שוין לאנג ציווארפען עס וועט דיר נישט קיין סאך העלפען קענסטי ענטפערען וואס דעס מיינט איז גיט אז נישט בעט איך דיך א פרעזענליכע טובה רעד מער נישט פין באראש
As the Grand Rebbe has not given any indication of his wishes to the contrary, the Court leaves intact the status quo in terms of day-to-day operations of the Congregation and its institutions until and unless the Grand Rebbe or any appropriately invested ecclesiastic tribunal rules otherwise.
נא סאיז א געוואלדגע סתירה מען רעד פין די רבי איז דיך עס א רעליגיעזע אישו דארף ער דא סטאפען נא שא..שא..מען דארף זיין שטיל דרך ארץ ? ניין אבער ער גייט וויטער אין זאגט until and unless the Grand Rebbe or any appropriately invested ecclesiastic tribunal rules otherwise דאס מיינט אפילו ווען מען רעד פין די רבי איז עס קלאר נישט רעליגיעזע אישו אז ער קען יא זאגען אין ער וועט יא זאגען ווער סאיז פרעזידענט אויב די רבי אדער די רליגעזע קערפערשארפט פין די קהילה וועט זאגען וואס ער וויל ! יענקעלע האסט צווי אפשענס אדער גיי ווייטער פארקויף דיינע לאקשען פאר די קיוען אדער פרעג מיך אפ באט יוי בעטטער קאם אף מיט סאמטיג בעטטער.
דא האסטו דעם ענטפער צו דיין טענה, ריכטער אבראזיא האט שוין געפסקעט אז ריכטער באראש מיט
זיין ענטגילטיגן פסק אז דאס איז רעליגיע און אז דער קארט קען זיך נישט מישן, האט ער מבטל געווען זיינע
אלע פרירעדיגע פראוויזארישע פסקים, און יא, איך ווייס אז איר אפילט דעם דאזיגן פסק פון ריכטער אבראזיא,
אבער אזוי וי דו ווילסט נישט רעדן פונעם עתיד, דארפן מיר ווארטן צו זעהן אויב דו ריכטער פון אפעלעט קארט
ועלן דאס אפווארפן צו נישט, און ביז דאן בלייבט ריכטער אבראזיא'ס פסק אין קראפט.
YES WE CAN, נעם דיר אריין אין קאפ, אז א ריכטער איז נישט פארבאטן ארויס צו זאגן דאס ווארט רבי,
און אויב זאגט ער יא רבי מיינט נישט אז ער מישט זיך אין רעליגיע, דא איז דער פסק פון אבראזיא:
זאג נאר יענקעלע איך וויל דיך עפעס פרעגען א צווייטע מאל ווען א קינד איז שלעכט אין חדר אין די רבי זאגט גיי אהיים אין דער מנהל זאגט ניין גיי נישט אהיים גייט דער קינד אהיים צי נישט? וואס ווילסטי מיר דא זאגען אז א ריכטער פין די LOWER COURT איז מחילק מיט די אפילס קארט האט עס אפילו א שאנס אז זיין פסק זאל בלייבען
יא, ווען דער מנהל (אפעלעט קארט אדער קארט אוו אפיעלס) וועט טאקע זאגן פארקערט פון ריכטער
אבראזיא און ריכטערן דעמערעסט, אדער אפילו פון יענקעלע11 דאן וועט דער נייער פסק זיין אין קראפט,
נאר צו מיין מזל רעדסטו נישט פונעם עתיד, און ביזדערווייל האבן זיי נאכנישט אפגעווארפן די אויבן
דערמאנטע פסקים, איז אשר על כן לעת עתה דער פסק פון ריכטער אבראזיא און ריכטערן דעמערעסט אין קראפט
און אזוי אויך דער פשט פון יענקעלע11, און אלעס בלייבט ביים אלטן.
תוקן על ידי יענקעלע11 ב- 16/07/2009 22:56:05
|
זאג נאר צירוקנעמען א געגאנבעטע דיד דעס הייסט מסירה? זאג נאר ווען איינער קימט אריין צי דיר אין דייניג רום אין ער הייבט אן איינציפאקען זאכען וועמען ריפסטי האתאחדות הרבנים אדער 911 הא?
לאמיך טרייען נאך איינמאל,
1) מיין קשיא איז בנוגע די ביה"ח נישט ראדני.
2) זייט די דעדליין פון כ"א כסליו איז שוין געווען א קארט בנוגע די ביה"ח אויסער די יעצטיגע סטעי פארלאנג?
3) אין הנידון דומה לראי', אבער לאמיר זאגען לשיטתך אז יא, איז הדרא קושיא לדוכתי' פארוואס האט מען עס נישט געוויזען ביז יעצט באראש פסק (און אידיש...) פאר די ריכטער??? און פארוואס איז נישט די דיד פון UTA אויף ישיבה גדולה א דיינונג רום???
א זייטיגע קשיא ווער זאגט אז 911 איז טאקע נישט קיין מסירה??? וואס מיינט "דין תורה"?? איז די תורה נאר געמאכט געווארען אויב דיין פאן איז צובראכען אדער די 911 סיסטעם איז down למשל אין א בלעיקאט???
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 17/07/2009 1:57:48
זיי מוחל זאג קלאר ווען די רעדס יא פון עתיד און ווען נישט, האסט נישט מורא אז מוועט אויך צוריקדרייען די פסק אז ר' אהרן וועלץ דארף גיין צו דין תורה?
איך האב שוין געקוקט וואס די האסט גענטפערט פריער און איך ווער נאר מער צומישט... מעיק אפ יאר מיינד פארוואס UTA נישט? יעדע מאל האסטו א נייע תירוץ וואס איז סותר די פריעדיגע...
הייסט דאס לשיטתך אז מסירה איז נאר צווישען צוויי ברידער אדער שותפים, און דין תורה איז נאר פאר פשרה'ס
גראדע ווי שטייט דיין נייע היתר? איך מיין ר' אהרן וועלץ קען עס אפשר ניטצען (מסתם לויט די חזקה [לויט די מאן דאמר אז צוויי איז שוין חזקה] גייט מען דאך אויך איבערדרייען די פסק אז ער דארף גיין צו די"ת)
יעס ווי קען, ביטע ענטפער נישט ווייל מיין קאפ שווינדעלט שוין גענוג
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 17/07/2009 3:38:14
OK איך וועל דיך פאלגען די זעסט allgood1s איך בין נישט אזא שלעכטער
אלזא איך קען מיט דעם יעס ווי קען נישט ארויס קריכן,
ער רעדט "נישט" פונעם עתיד, ער זאגט נאר וואס עס "גייט זיין",
ווייל דאס איז קלאר אז פונעם יעצטיגן מצב איז ער דאך נישט צופרידן,
ער גייט ערשט לעתיד קעשן דעם טשעק, סא, לאמיר מאכן א שטיקל
סך הכל, וואס עס הייסט א זאלונישער געווינס און וואס איז א אהרונישע געווינס,
און וואס מיינט אז קיינער האט נישט געווינען,
ווייל לויט די היסטאריע איז דאך ביי די זאלונים סיי וואס פאר א פסק עס קומט
ארויס דערקלערן זיי וויקטארי, און שרייען אז אקאראט דאס האבן זיי ערווארטעט,
וועל איך דא אראפ שרייבן מיין מיינונג און ווען הייסט א אהרונישער ניצחון
און ווען נישט, און איך ערווארט פון מיין קאנטערפארט אויך צו פארשרייבן וואס
עס איז א זאלונישער ניצחון און וואס איז א אהרונישער ניצחון (אויב עס איז בכלל שייך אזא זאך).
באשר הוא שם האלט מען אצינד ווי די זאליס פארלאנגען ביים אפעלעט קארט א סטעי
אויפן פסק פון ריכטערן דעמערעסט אויף די לעצטע פסק ווי זי האט ארויס געווארפן די
קלאגע פון די 9 מוסרים מיט די טענה אז דאס איז רעליגיע און די זאליס פארלאנגען אז
מען זאל לייגען א עמערדזשענסי סטעי און אז זיי זאלן "אויך" קענען נוצן דעם בית החיים אין
קרית יואל,
איז לדעתי, וועט דאס דער אפעלעט קארט צוריק ווייזן און זיי נישט געבן קיין "עמערדזשענסי" סטעי,
פשוט, ווייל עס איז נישט קיין עמערדזשענסי, קיינער פון די 9 חברה זענען נישט טויט, און קיינער
איז נישט שטערבליך קראנק במילא איז דאס נישט קיין עמערדזשנסי, = זאלונים פארלוירן, במילא אהרונים געווינען.
אבער דאס איז נאכנישט עק וועלט פאר די זאלונים, ווייל דאס איז דאך נאר אויפן עמערדזשענסי סטעי,
דער אפיעל פראצעדאר וועט נאך ווייטער גיין, און געוויס וועלן זיך די זאלונים טרייסטן מיט דעם,
און יעס ווי קען וועט ווייטער שרייען אז ער גייט קעשן דעם אלטן פסק בנוגע דעם דיד,
יעצט, דעם אפיעל גייען זיי לדעתי אויך ארויס ווארפן פשוט ווייל די דאזיגע אישו איז נאכנישט געפסקעט
געווארן, דאס גייט מען ערשט דן זיין ביים קומענדיגן געריכן אין UP STATE ווי ריכטערן דעמערעסט
האט דאס געשיקט, און ווי באקאנט קען מען נישט אפיעלן א פסק על שם העתיד, בעפאר מען קומט ארויס מיטן פסק.
אהרונים געווינען, עטליסט נאך א יאר בעלות אויפן בית החיים.
ביים געריכט אין UP STATE בנוגע דעם דיד, איז דא כמה מהלכים וואס עס קען געשען,
קודם דארף מען געדענקן אז עס איז דא א ענדגילטיגער פסק פון די העכסטע קארט אין ניו-יארק
אז דאס געריכט איז נישט בארעכטיגט קובע צו זיין ווער עס איז דער ריכטיגער בעל הבית פון
קאנג. יטב לב אין וויליאמסבורג, און פון דעם אז קיין איין ריכטער האט נישט געפסקעט ווער עס איז
סטאטאס-קווא איז קלאר געדרינגען אז דאס קענען זיי אויך נישט באשליסן, אפילו ריכטער באראש
וואס האט לכתחילה יא געגעבן דעם סטאטאס-קווא פאר די זאלונים, האט דאס ביים ענדגילטיגן פסק
זיי דאס נישט געגעבן, און ריכטער אבראזיא איז דאס מסביר אין זיין פסק זייער קלאר בטוב טעם ודעת.
דאס איז יעדער מודה אז געווענדליך איז א סכסוך בנוגע א דיד נישט קיין רעלידזשעס אישו, און דער קארט
האט זיך פיל מאל אריינגעמישט און מחליט געווען אויף אזא סכסוך, אבער לא ראוי זה כראוי זה,
ווייל געווענדליך איז דער סכסוך צעווישן צוויי רעלידזשעס קארפארעישאן'ס וואס יעדער צד האט א קלארן
בעל הבית און קיינער טענה'ט נישט קיין בעלות אויפן צווייטן קארפארעישאן, די טענה איז בלויז אויפן דיד,
אבער דא ביי אונז איז דאך שנים אוחזין בטלית, צוויי צדדים שרייען אז כולו שלי, נו, דא איז סופו מוכיח
על תחילתו אז מען קען פשוט נישט באשליסן ווער עס איז בעל הבית אויפן בית החיים אן דעם מען זאל
דארפן דעצידירן בעלות אויף קהל יטב לב וויליאמסבורג. (דאס איז זיכער אז דער קארט איז נישט בארעכטיגט
צו טיילן המוציא'ס און באשליסן א יחלוקו און געבן א שותפות, עס עקזעסטירט נישט אזא באגריף אין קארט.
איז דא עטליכע וועגן וואס איז לכאורה מעגליך,
1) אז דער קארט זאל באשליסן אז אזוי ווי למעשה קען דער קארט נישט געבן קיין בעלות פאר קיין
שום צד, וועלן זיי דאס שוין לכתחילה ארויס ווארפן על שם העתיד און אלעס זאל בלייבן -ווי שאול האט געזאגט-
ביים אלטן. א פארלוסט פאר די זאלונים.
2) דער קארט וועט פסקענען אז די אהרונים זענען אצינד יא נאכגעקומען דאס געזעץ און יא לעגאל איבער געשריבן
דעם בית החיים, און אז אלעס איז יא לעגאל און אז קרית יואל יואל זענען די לעגאלע בעלי בתים
אויפן בית החיים, א מעכטיגער פארלוסט פאר די זאלונים.
3) אז דער קארט וועט צוריק קערן דעם דיד פאר קהל יטב לב וויליאמסבורג. אן דעם וואס זיי זאלן זיך מישן
ווער עס איז בעל הבית אין וויליאמסבורג, (וואס דאס קענען זיי דאך בשום אופן נישט באשליסן), און אפילו סטאטאס-קווא
וועלן זיי אויך נישק קענען באשליסן ווייל סטאטאס-קווא אפילו לויט ריכטער באראש איז געווען ר' שלמה ווערצבערגער
(שמש) און ר' דוד הערש מערץ וואס ביידע זענען היינט צו טאג אהרונים, אלזא, ווייטער א פארלוסט פאר די זאלונים.
אצינד לאמיר אריבער שפרינגען צום לעצטן אפיעל פון די זאלונים אויפן עווענטועלן פסק פונעם בית החיים, ווי די
זאלונים וועלן שרייען סטאטוס-קווא, האלט איך אז דער געריכט וועט ווייטער שרייען אז לאטס אונז אפ, דאס איז
רעליגיע און מיר מישן זיך נישט, אבער הערטס מיך גיט צו!!!, עס איז דא A VERY SLIM CHANCE גאר א קליינע
פראצענט אבער פארט איז דאס א מציאות, אז זיי זאלן געבן סטאטוס-קווא פאר די אהרונים, (נאר בנוגע דעם דיד),
על כל פנים א סאך א בעסערן טשענס ווי דאס צו געבן פאר די זאלונים. אלזא ווייטער א פארלוסט פאר די זאלונים.
יעצט לאמיר הערן איינמאל פאר אלע מאל פון מיין בר פלוגתא קלארע דיבורים, וואס ער האלט ס'גייט זיין
און וויאזוי און פארוואס, אדרבה, מיט אזא אפענע פרעדיקשאן ווען קיין שום צד נישט קענען לערנען פשטים
אז למעשה האבן זיי יא געווינען, זאל ער שרייבן וואס ער ערווארט און ווייניגער ווי דאס איז א פארלוסט,
אגב, אויב איז דא א מציאות אז ביידע זאלן קענען ניצן דעם בית החיים, (וואס איז אויבן אויף נישט מעגליך)
דאן האט קיינער נישט געווינען און נישט פארלוירן, אבער עם כל זה ווען זיין א גרויסער סימבאלישער און מאראלישער
ניצחון פאר די זאלונים, אבער ווי געזאגט, ס'איז כמעט אומ-מעגליך, זייער איינציגער האפענונג איז צו שלעפן די
זאך ווי לאנג זיי קענען און אריין געבן א שטיקל פאלשע האפענונג און טרייסט פאר זייערע קעלבלעך, און
מיט דעם ווייטער צו שטיפן זייער אזוי וואקעלדיגער מעמבערשיפ קאסירונג.
האסט טאקע נישט געטראפן קיין VERY SLIM CHANCE אז די זאליס זאלן געווינען?
פליז
דא האסטו א בפירוש'ער יוד, וואס שרייבט אז:די קארט שליידערט "ענדגילטיג" ארויס בלא בלא[בילד – נישט אפגעהיט]
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 21/07/2009 8:51:00
YES WE CAN,
די ערשטע כמעשה'דיג נורמאלע תגובה,
יעצט, על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון,
מען גייט נישט פאר קיין עמערדזשענסי סטעי מען גייט פאר א רעגליער סטעי פאר די פילע פענעל פין 4 ריכטער אין צי באקימען א רעגילער סטעי דארפען זיך נישט וואלגערן קיין טויטע מענטשען אויף די גאסען! נאך רויזנוואסער האבען מיר אויך באקימען א סטעי ממילא זעה איך נישט פארוואס יעצט זאל זיין אנדרעש אז די קענסט מיר מסביר פארוואס דעמאלטס איז געווען מער עמערדזשענסי ווי היינט דעמאלטס וועל איך צירוקציען פין מיינע רייד
איר זענט געגאנגען אין אפעלעט קארט פאר א preliminary injunction
וואס מיינט אז איר פארלאנגט פון קארט צו געבן א סטעי נאך בעפאר די פריסידינגס,
נאך איידער מען האט אויסגעהערט די צוויי צדדים, און דאס צו קריגן דארף זיין א "עמערדזשענסי"
in order to obtain a preliminary injunction a movant must demonstrate [1]
a likelihood of ultimate success on the merits; [2] irreparable harm unless the injunction is
granted; and [3] that the equities are balanced in its favor
YES WE CAN, אזוי ווי די פארשפרעכסט אז דו ביסט גרייט אויסצוהערן און ביסט גרייט זיך צו לערנען וועל
איך דיר געבן צו פארשטיין דעם חילוק פון דעם סטעי נאך ריכטער ראזענוואסער ביז צום יעצטיגן סטעי,
א "סטעי" מיינט אז אלעס זאל בלייבן אזוי ווי עס איז געווען פארן קארט, דאס מיינט אז מען זאל גארנישט טוישן
ביז נאך דעם פיינל פסק פונעם אפיעל, ביי ראזענוואסער זענען די אהרונים געגאנגן אין קארט און פארלאנגט מוציא צו זיין די
נכסים פון חזקת הזאלונים און זיי איבער געבן לחזקת הארונים, ראזענוואסער האט טאקע געפסקעט אז רבי בערל פריעדמאן איז דער לעגאלער פרעזידענט און אז די אהרונים זאלן "איבערנעמען" די פירערשאפט פון קהל יטב לב, האבן די זאלונים פארלאנגט א סטעי (וואס אגב איז זיי זייער שווער געווען צו באקומען) און פארלאנגט אז זיי זאלן נאך "בלייבן" די פירער פון קהל יטב לב. אבער דא איז דאך פארקערט, דו זאלונים זענען געגאנגען אין קארט פארלאנגען אז מען זאל זיי געבן בעלות (אדער כאטש א שותפות) אויפן בית החיים דאס מיינט זיי ווילן צו נעמען פון די חזקת הארונים און מען זאל דאס לייגן בחזקת הזאלונים, ריכטערן דעמערעסט האט דאס צוריק געוויזן און דאס נישט נאכגעגעבן, קומען זיי און פארלאנגען א preliminary injunction און מען זאל שוין אצינד תיכף "צו נעמען" בעלות (אדער א חלק פונעם בעלות) פון די אהרונים און דאס זיי געבן, אזא זאך זאך איז זייער נישט מסתבר אז זיי זאלן באקומען, ווייל דאס איז נישט קיין "שב ואל תעשה", דאס איז א "קום ועשה".
דאס איז טאקע ענקער פראבלעם, איר קענט נישט אפיעלן דעם דיד ווייל אויף דעם איז נאכנישט דא קיין פסק
און די מיט די סערטיפיקאטן האט איר א מעידזשאר פראבלעם, ווייל IN ORDER דאס געריכט זאל פסקענען אז
מען דארף אנערקענען אייערע סערטיפאקטן זענען זיי געצווינגען אייך צו געבן בעלות און צו פסקענען אז איר זענעט
בארעכטיגט צו פארקויפן סערטיפיקאטן און דאס זענען זיי נישט בארעכטיגט צו זאגן,
לאמיר אביסל צו לייגן דעם ענין וואס דו האסט אזוי ליב צו ערוועינען דאס ווארט "סטאטוס-קווא" וואס איז ארויף
געברענגט געווארן מאנכע מאל אין די פרעסידינגס סיי ביי ריכטער באראש און אזוי ווייטער, און אויף וואס דו
האסט באשלאסן אז איר זאלונים זענט "סטאטוס-קווא" אבער למען האמת איז דאס ביי דעם דאזיגן קעיס זייער
א שווערע סוגי', ווייל געווענדליך ווען דאס געריכט קען נישט באשליסן זאגן זיי אז אלעס זאל בלייבן "סטאטוס-קווא"
וואס מיינט אלעס זאל בלייבן ביים אלטן, אבער דא איז דאס זייער שווער צו פסקענען, ווייל ווי דו זעהסט אונז ביידע
קענען אפילו נישט אגריען וואס ס'איז סטאטוס-קווא, פון ווען הייבט מען דאס אן צו רעכענען, די גאנצע זאך האט זיך
אנגעהויבן מיט די טענה אז דער רבי ז''ל האט ארויס געווארפן רבי בערל פריעדמאן, נו, אויף דעם האט ריכטער
באראש געפסקעט, אז יא, דער רבי האט געהאט א רעכט עהם ארויס צו ווארפן נאר ער איז נישט איבערגעצייגט אז דער
רבי האט עהם טאקע ארויס געווארפן, נו, פון ווען רעכענט מען סטאטוס-קווא, מיר טענה'ן אז פון ווען רבי בערל
איז געווען דער פרעזידענט, און איר טענה'ט אז מען זאל גיין צו די זמנים פון יאנקל כהנא-שאול פערלשטיין אז דאס
מיינט סטאטוס-קווא, און גלייב מיר, דער קארט גייט דאס לכאורה נישט באשליסן, די DAY TO DAY OPERATION
אפשר יא, אבער נישט אויף בעלות,
בפרט ביים בית החיים, איז דאך קלאר אז דער סטאטוס-קווא איז לצד הארונים, ווייל אפילו די זאלונים זענען מודה
אז שלמה שמש מיט יוסף ווייס האבן דאס געפירט ביז היינט, יא, איך פארשטיי אז אייער טענה איז אז זיי האבן דעמאלטס געארבייט פאר אייך, אבער דאס מחליט צו זיין איז פארבינדן מיט מחליט צו זיין אז איר זענט טאקע בעל הבית און
דאס איז פארבינדן מיט די גאנצע סוגי' פון בעלות אויף די קארפארעשאן וואס זיי האבן שוין געפסקעט אז דאס איז
פארבינדן מיט רעליגיע.
אויב סאיז טעקע אזו פארוואס האבען זיי צירוקגעדרייט די ערשטע טרענספער ? לאז עס ווי סאיז סטאטיס קווא?
זיי האבן טאקע צוריק געדרייט דעם דיד (וואס איז לכולי עלמא נישט קיין רעליגיעזע אישו, אבער "בעלות" אויפן
בית החיים האבן זיי פאר קיינעם נישט געגעבן,
יענקעלע איך וויל נישט אויסזען ווי קיין ארוני יעצט BUT LETS BE HONEST איך האב עס נאך קיינמאל נישט אויף געברענקט במשך אינזער דעבאטע אבער יעצט אז די ביסט נישט אזו ווילד מיין איך אז סאיז א שעת הכושר עס אויפציברענגען! האלסטי טאקע אז ריכטער אבראזיא פסק האט הענט אין פיסאין סהאט אפילו א שאנס דורךצילעבען אינזער אפיל? האט דעס דען באראש געזאגט אדער געמיינט אז סאיז נישט דא קיין סטאטיס קווא? לויט ריכטער אבראזיא וויבאלד באראש האט דינייד אלע מוישעןס מיינט דאס אז אלע פלימנערי ארדערס איז געווארען אויס!! יא יא דאס וואלט אלעס געזאגט געווארען ווען ער זאגט ווען נאר דאס
All petitions,
counterclaims are dismissed and all outstanding motions in all three actions before the Court are denied to the extent stated
אבער ער גייט דיך ווייטער אין זאגט
the Court leaves intact the status quo in terms of day-to-day operations of the Congregation and its institutions until and unless the Grand Rebbe or any appropriately invested ecclesiastic tribunal rules otherwise.
דאס מיינט אפילו ער דינייד טאקע די מאשענס אבער די פלימנערי ארדערס לאזט ער יא! אדרבה יענקעלע זאג מיר וואזי מען קען לערנען אנדרעש פשט I WILL BE HAPPY TO LISTEN
2# אבראזיא זאגט אז די אפאלט קארט האט געזאגט ווען אונז האבען געבעטען אינזער עמערדזשענסי סטעי האט די ריכטער געזאגט HE DOESN'T SEE ANY LIKE BILETY OF SUCCESS וואס דעס איז א שקר אין 3# סוף כל סוף האט מען יא באקימען א סטעי אין פין דעם רעד ער אפילו נישט! אין די גרעסטע דוזאק איז נאך וואזי ער טייטשט אפ וואס די סטאטיס קווא מיינט
the Court leaves intact the status quo in terms of day-to-day operations of the Congregation
ער זאגט אז די סטאטיס קווא מיינט אז די מחלקה וועט אנגיין ביז די רבי זאגט וואס ער וויל!! איי גיי פארשטיי וי קימט אריין די ווערטער פין
in terms of day-to-day operations of the Congregation גיי פארשטיי
איך האלט ער איז אסאך א גרעסער טיפש ווי ראזענוואסער!! ראזענוואסער האט כאטשיג געזאגט אז ער דיסאגריד מיט באראש אבער צי זאגען אז דעס האט באראש געמיינט קאם אן יענקעלע ...
אלזא גייען מיר צוריק צו די סוגי' פון "סטאטוס-קווא" און אויף דעם וועלן מיר דארפן ווארטן צו זעהן וואס דער אפעלעט
קארט וועט פסקענען, איך האלט אז זיי וועלן יא רעכט געבן פאר ריכטער אבראזיא, און לויט דיר וועלן זיי דאס
אפ ווארפן, נו, נזכה ונחי' ונראה, דורכליינענדיג אלע פארפירן פון די זאלונים און פון די אהרונים זעהט מיר אויס
ווי מען זאגט "לעניית דעתי" אז די אהרונים וועלן זיגן, (יא, איך פארשטיי, איך בין באיעסט, אמת,) דו האלסט אין
איין ברענגן ראיות פון פראוויזארישע פסקים פון ווען דאס געריכט האט נאך געהאלטן אז זיי גייען דא מאכן ארדענונג
און זיי וועלן באשליסן דעם קאנפליקט, ווי שפעטער דאס האט זיך פארצויגן, האבן זיי מחליט געווען אז זיי זענען
גאר ווייניג אינטרעסירט זיך צו מישן אין דעם קאנפליקט מיטן אויסרייד אז דאס איז רעלידזשעס, און זייט דעמאלטס
איז מען אלץ אנגעקומען צום פסק אז דאס איז רעלידזשעס און גייטס ווייטער, ס'זעהט אויס אז זיי גייען זיך אין
דעם סכסוך נישט מישן, אגב, האלט איך אז ריכטער ראזענוואסער איז זייער א קליגער מענטש און זיין פסק האט
געהאט זייער אסאך שכל'דיגער תוכן,און פארגעס נישט, די אפעלעט קארט האט נישט אפגעווארפן זיינע סברות
זיי האבן נאר געזאגט (ווי איך האב פריער געשריבן) אז דאס איז רעלידזשעס און אפילו דו ביסט גערעכט קענען
(אדער ווילן מיר זיך) נישט מישן. און ניין ביסט נישט גערעכט, ער האט נישט געזאגט אז ער איז מחולק מיט באראש,
להיפוך ער האט קלאר געשריבן אז ער איז נישט בכוח מהפך צו זיין ריכטער באראש'ס פסק, נאר ער האט געלערנט
פשט אין באראש פסק און זיין פשט האבן די אפעלעט קארט קיינמאל נישט אפגעווארפן,
כא..כא..כא.. יענקעלע א מסארי דא מיז איך שוין לאכען! איך האב נייעס פאר דיר אלעס ביים אלטען מיינט נישט נאך די גנבה דאס מיינט the status quo which existed as of July 11, 2005
דא האסטי די עקזעגט קויט ווארט ביי ווארט פין די סטעי וואס מיר האבען באקמען (נישט מער געדאכט) פין די אפאלאט דיוזען אין March 3, 2006
the parties, their officers, agents, successors, assigns, or any other person acting on their behalf, are enjoined from changing the status quo which existed as of July 11, 2005, the date this action was commenced, with regard to the management of, and the parties' use of, the subject Congregation's main synagogue and any other assets, including the cemetery property
אוי וויי וויי, מישט דו צוזאם לאקשן מיט פארדייעס, קודם כל ביסטו עפעס אבסעסט מיט ברענגן פראוויזארישע
לאנג אפגעלאפענע פסקים, אבער קענסטו דען נישט ליינען קיין ענגליש?, האבן זיי דען געגעבן עמעצן דעם "סטאטוס-קווא"?
זיי האבן נאר געזאגט אז ביז צום ענדגילטיגן פסק זאל מען גאנישט "טוישן" פון וואס עס איז געווען JULY 1 2005
אלעס זאל ווייטער פארן ווי ביז איצט, נו מיינט דאס אז זיי האבן אייך געגעבן עפעס בעלות, זיי האבן דאס דאך פארבאטן
פאר "ביידע" צדדים, נו, לויט דיר איז קיינער נישט בעל הבית, הא?
איך אגרי אבער נאר טאמער....
הא!!! I FEEL SOOOOO GOOD... יישר כח חמה ולבבית.
רעד נישט קיין שטיתים באראש האט קיינמאל נישט געזאגט אז ר' שלמה ווערצבערגער
(שמש) און ר' דוד הערש מערץ איז די סטאטיס קווא! ער האט געזאגט אז די סטאטיס קווא איז די אפיס פין 152 ראדני אין וויבאלד זיי האבען געארבעט דארטען אין יענע צייטען האבען נאר זיי געמעגט פארקפען זיצען וכדמה סהאט גארנישט געהאט מיט זיי סהאט געהאט מיט די אפיס לויט דיר קימט אויס אז שלמה שמש קען יעצט אריין גיין אין ראדני אין פארקפען זיצען? COME ON...
די סוגי' פון סטאטוס-קווא האב איך שוין פריער אויסגעשמיסט, און מיר וועלן דאס לאזן מיט דעם.
ביטע זיי מסביר וואס איז די טשענס יעצט מער ווי נאך רויזנוואסער אין פארוואס
שוין פריער מסביר געווען, שוין פארגעסן? נעבעך...
איך ערווארט אז מיר גייען באקימען א געזינטען סטעי מער ווייניגער וואס אונז האבען באקימען MARCH 3 2006 איך זעה נישט פארוואס נישט אז די האלסט אנדרעש ביטע זיי מסביר פארוואס דעמאלטס יא אין היינט נישט
I DON'T THINK SO, ליסטן, חזער דיר איין מיינע הסברים, איך קען נישט יעדע מינוט דיר איבער חזרן,
לעגאל זעה איך נישט קיין וועג אז ביים סוף זאלען ענק האבען א דריסת הרגל אין דעם בית החיים נאר וואס זאל איך ענק זאגען אונז האב מיר דאך א גרויסען רבי א נעם המידות ער וועט ענק זיכער נישט מאכען קיין פראבלעמען טאמער ענק וועלען זיין וואל
כא... כא... כא... א גיטן פורים...
יענקעלע פארוואס זאלסטו זיך נישט לערנען פון עקספיריענס נישט פאראויס צו זאגן קיין עתידות?
דערמאן דיך נאר נישט לאנג צוריק,
קוק נאר דא
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1956984&forum_id=16386
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1960942&forum_id=16386
די בושות פון די פאראויס ווייסער זענען געווען זייער גרויס
אויסער דעם הילכיגן פראסק פון דעם עצם פסק, זעה זאלסט נישט נאכאמאל אויסקוקן ווי דעמאלס
און טרעף עפעס בעסערע שאנסן פאר די זאליס.
איךהאב לעצטענס דורך געליינט מיינע אלע אלטע תגובות,
און וואס זאל איך דיר זאגן,
-איין מינוט, לאמיך מיר א קלאפ טוהן אין די פלייצע,-
אלעס איז געשריבן בטוב טעם ודעת,
אמת, איך האב געשריבן אז דער קארט קען נישט פסקענען לטובת הזאלונים
ווייל דאס איז היפוך פונעם געזעץ,
אבער קיינער האט נישט פאראויס געזעהן אז זיי וועלן בכלל נישט
פסקענען, ווייל נישט פסקענען בכלל איז נישט קיין סעלאשן נאר מאכט נאר
דעם סכסוך פיל ארגער, אבער למעשה האבן זיי יא גענומען דעם מהלך
און אויב גלייבסטו נישט אז דאס האט נאכמער קאמפליצירט דעם סכסוך
געב נאר א פרעג די זאלונים, אצינד שפרינגען זיי אז מען דארף זיך יא מישן,
נו, מען קען נישט טאנצן אויף צוויי חתונות, אדער יא מישן, אדער נישט.
למעשה בין איך מודה, אז עתידות ווייסט נישט קיינער נאר דער כל יכול,
און איך ווייס נישט וואס עס גייט פאסירן,
האבן די זאליס א טשענס צו געווינען?
א וודאי יא!!!
וויפיל פראצענט?
וואס איז די נפקא מינה?
ווען די קויפסט א לאטערי וויפיל פראצענט האסטו צו געווינען?
נעקס טו נאטינג, אמת?
אבער דער געווינער האט אויך נאר געהאט דעם זעלבן נעקסט טו נאטינג פראצענט
און עם כל זה האט ער געווינען,
סא דער פראצענט איז אירעלעווענט.
און אלעס וואס איך שרייב איז נאר לכאורה און בדרך הטבע
וואס איך האף און מיין אז עס גייט זיין,
אבער לב מלכים ושרים ביד השם
און רבות מחשבות בלב איש און ועצת השם היא תקום.
איךהאב לעצטענס דורך געליינט מיינע אלע אלטע תגובות,
און וואס זאל איך דיר זאגן,
-איין מינוט, לאמיך מיר א קלאפ טוהן אין די פלייצע,-
אלעס איז געשריבן בטוב טעם ודעת,
כא כא כא פון דיינע אלטע קלוגע תגובות איז נישט דא ווער עס זאל דיר קלאפן אויף די פלייצע
נאר דו אליינס מוזט עס טוהן, די אפעלאט שופטים האבן נעבעך נישט איינגעזעהן דיין גרויס חכמה
נעבעך.
א סך הכל פון דיינע תגובות איז אז נארמאלערהייט בדרך הטבע גייען די זאליס נישט באקומען
א TRO, און אויב עס וועט זיי געלונגען יא צו באקומען וועסטו מוזן מודה זיין אז עס איז חוץ לדרך הטבע, לאמיר דאס אוועקלייגן און איך האף און איך בין מתפלל אז איך זאל בקרוב קענען זיך אונטערשמייכלן פון דעם פרעדיקשאן דיינע אין פריידן.
ווי אזוי פלעגט מעיאר קאטש צו זאגן?
איף יא אגרי וויט מי 12 אאוט אף 12 טיימס יו מוסט גא טו בעלוויא,
פארשטייסטו?
איך היט נאך אלץ אבאאוט 900
און דאס איז נאך אלץ אסאך בעסער פון אלע זאלונישע פרעדיקשאנס,
פון מיינע אלע פרעדיקשאנס בין איך נאך אלץ גערעכט געווען 9 אאוט אויף 10 מאל,
סא, I AM STILL PROUD OF MYSELF,
א פרעדיקשאן איז ווי א חלום אדער א ווישפול טינקינג,
טאמער ליינסטו פעיפערס פאשטייסטו וואס איך מיין,
סיי ביי פאליטיק, ספורטס, וועטער וכדומה,
קומען ארויס גרויסע מומחים און יעדער פרעדיקט וואס עס גייט זיין,
יא, דער האט פרעדיקטעד אז דזשאליאני גייט געווינען די פרעזידענסי,
דער האט פרעדיקטעס אז די ניו יארק מעטס גייען געוינען די ווארלד סיריעס,
יענער מומחה האט פרעדיקטעד אז דער זומער גייט זיין שרעקליכע היצן,
נו, אזא פנים האבן אלע פרעדיקשאנס,
און אויב נעמסטו אזוי ערענסט אן פרעדיקשאנס,
ביסטו אינעם ראנג וועב בלעטל,
זאג נאר, אויב באקומט איר נישט קיין Preliminary Injunction קען איך
ערווארטן אז דו גרויסער העלד, וועסט מיר א קלאפ טוהן אין די פלייצע,
אדער וועסטו דיר ווייטער טוישן דעם ניק און זיך נישט וויסענדיג מאכן,
און אלעס וואס איך שרייב איז נאר לכאורה און בדרך הטבע
זאגסטו שוין יעצט אז
:א פרעדיקשאן איז ווי א חלום אדער א ווישפול טינקינג,
טאמער ליינסטו פעיפערס פאשטייסטו וואס איך מיין,
סיי ביי פאליטיק, ספורטס, וועטער וכדומה,
קומען ארויס גרויסע מומחים און יעדער פרעדיקט וואס עס גייט זיין,
יא, דער האט פרעדיקטעד אז דזשאליאני גייט געווינען די פרעזידענסי,
דער האט פרעדיקטעס אז די ניו יארק מעטס גייען געוינען די ווארלד סיריעס,
יענער מומחה האט פרעדיקטעד אז דער זומער גייט זיין שרעקליכע היצן,
נו, אזא פנים האבן אלע פרעדיקשאנס,
איך האב נאך ביזדערווייל נאכנישט געמאכט קיין שום פרעדיקשאן לויט קיין איינס פון דיינע פשטים דערין
אבער מיט דעם אלעם אויב מיר באקומען נישט קיין סטעי וועל איך דיר זיכער קלאפן אויף די פלייצע,
(נישט קיין שטארקע, ווייל איל וועל שוין מורא האבן פון דיר)אויב דו וועסט נאך בכלל קוקן אויף מיין זייט.........
אבער איך ערווארט אויך אז אויבפארקערט מיר באקומען יא א סטעי זאלסטו קומען דא ברבים קלאפן
אין די פלייצע פון YESWECAN
מסכים?.
אבער זאג מיר שטילערהייט,
ווען איר גייט פארלירן, אויף וואס פאר ניק נאמען גייסטו טוישן, הא?
דער נאמען יענקעלע בלייבט ווייל זה שמי לעלם, WIN OR LOOSE,
אבער דער העלד און YES WE CAN קומען ארויף נאר נאכדעם ווען
מען איז מחליט אז עס איז צייט צו פארשווינדן.
נא מסכים?
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 22/07/2009 6:48:35
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 22/07/2009 8:51:11
YES WE CAN,
אדאנק פאר די דברי חיזק
נישטא פאר וואס,
1# די האסט א טעות א preliminary injunction מיינט א רעגלער סטעי אין א עמערדזשענסי סטעי מיינט א עמערדזשענסי סטעי 2# איך מיין אז מען דארף זיך נישט קריגען וואס preliminary injunction מיינט סאיז נישט וויכטיג צי דעם דעבעטע מיין POINT איז נאר אז נאך ראוזנוואסער זענען מיר אויך געגאנגען פאר
preliminary injunction
אין מיר האבען עס באקימען ממילא זעה איך נישט פארוואס יעצט זאל זיין אנדרעש
ס'קען זיין אז דו ווייסט וואס עס מיינט א preliminary injunction אבער וואס עס מיינט א "סטעי"
זעהט אויס אז דו ווייסט נישט, און אויב וועסטו דאס משיג זיין וועט דיר פארענטפערט ווערן רוב פון
דיינע קשיות, איך האב דיר קלאר געשריבן וואס עס מיינט און וואס עס פארלאנגט זיך כדי צו באקומען
פון קארט א preliminary injunction קודם כל דארף דער תובע איבערצייגן אז ער האט א גיטן טשענס
סוף כל סוף צו געווינען דעם קעיס, צווייטענס דארף ער איבערצייגן אז דאס איז א עמערדזשענסי וואס אויב
ווארט מען מיטן פסק ביז צום ענדע וועט מען ליידן תוצאות וואס מען קען נישט צוריק דרייען, וואס מיינט
א מעוות לא יוכל לתקן, (למשל: א נפטר וואס מען לייגט ערגעץ אנדערשט, קען מען נישט צוריק דרייען אויב
געווינט מען שפעטער דעם קעיס), דריטענס דארף דער תובע איבערצייגן אז אויב באקומט ער נישט דעם
סטעי איז "זיין" שאדן גרעסער פון דעם שאדן פונעם נתבע אויב מען גיט "יא" דעם סטעי,
אצינד וועלן מיר דאס צולייגן אויף קליין געלט, לדעתי האבן די זאליס שוין ביים ערשטן תנאי אויגעסטרייקט,
ווייל ווי שוין געשריבן האבן זיי א גאר שוואכן טשענס צו געווינען אן ענטגילטיגן פסק לטובתם, ווייל וויאזוי
מען וויל נאר דרייען די פאקטן איז מען געצווינגען צו צוקומען צו רעלידזשעס און ווער עס איז רבי און וואס דעם
רבי'נס רצון איז, דער צווייטער תנאי איז אויך דא נישט שייך, ווייל כולי עלמא מודים אז די אישו איז נאר געלט,
און מיט געלט (אויב איז מען א מעמבער) קען מען ליגן אין בית החיים, נו, געלט קען אלץ צוריק גיין, און דאס
איז נישט קיין irreparable harm דאס איז געווען דער מיינונג פון ריכטערן דעמערעסט ווען זי האט באשלאסן
אראפ צו נעמען איר "פראוויזארישן" TRO, דער דריטער תנאי איז יא שייך דא, ווייל די זאליס פארלאנגען נישט
אז די אהרונים זאלן "נישט" קענען ניצן דעם בית החיים נאר זיי פארלאנגען אז זיי זאלן דאס "אויך" קענען ניצן,
איז דאך זייער שאדן ביים נישט באקומען דעם סטעי פיל גרעסער פון דעם אהרונים שאדן אויב גיט מען יא א סטעי,
על כל פנים די ערשטע צוויי תנאים איז דא נישט שייך ועל כן האלט איך אז זיי וועלן דאס נישט באקומען.
פליז זיי מיר מסביר פארוואס נאך רוזאנוואסער זענען מיר געווען מער בעלי בתים ווי היינט די פראבירסט טאקע מיט א שיינע ספין אז דעמאלטס איז געווען שב ואל תעשה אין היינט איז א "קום ועשה איך זעה עס די זעלבע זאך נאך רוזאנוואסער ווי היינט ענק זענען געגאנגען אין געטרענספערט די בית החיים אין רויזנוואסער האט עס אפראווד אין ענק האבען געהאט די דיד זענען מיר געגאנגען בעטען א סטעי אז די בית החיים איז אינזערס איך זעה נישט קיין גרעסערע קום ועשה ווי דעם! איך האלט אז פינקט פארקערט אז דעמאלטס איז געווען אסאך גרעסערע "קום ועשה ווי יעצט דעמאלטס האסטי כאטשיג געהאט א ריכטערס אפראוועל אויפען טרענספער אין היינט האסט עס נישט!! יענקעלע איך האף אז די ביסט נישט ברוגז אז איך ווייז דיר אויף ווי ראנג די ביסט אבער וי נישט וי איז דאך דעס א ערענסטע דעבאטע גלייב מיר איך מיין גארנישט פירסנעל
איך פיל מיך ווי א טעיפ-רעקארדער, וואס שפילט איבער דעם זעלבן ניגון נאכאמאל און נאכאמאל, און איך האלט נישט
אז נאך איבער חזר'ן נאכאמאל וועסטו דאס יא כאפן, ווייל פשוט, מיט א זאלונישער IQ איז זייער שווער צו פארשטיין
אפילו א פשוטער שכלדיגער סטעיטמענטס, אבער למען כבודך וועל איך דאס נאך איינמאל פראבירן ואולי יחוס,
דו מישט ווייטער צוזאם א סטעי מיט אן פסק, ראזענוואסער האט געשריבן א "פסק" בנוגע דעם דיד און דער אפעלעט
קארט האט דאס צוריק געדרייט, נו ביי א פיינעל פסק איז נישט שייך די דריי תנאים וואס איך האב געשריבן, א פסק
איז א פסק, און זעלבסטפארשטענדליך אז איין צד האט געווענדליך שאדן ביי א פסק, ס'דארף נישט זיין קיין מעוות
לא יוכל לתקן, ווייל דאס איז דאך א פיינעל פסק, די גאנצע סברה פון שב ואל תעשה (וואס דאס איז די טייטש פון
א "סטעי") און קום ועשה איז נישט שייך ביי א פיינעל פסק, אצינד אז דו האסט שוין דעם שליסל פראביר נאכאמאל
צו ליינען מיין תגובה, און וועסטו זעהן אז ס'איז אזוי קלאר און דייטליך פשוט קילורין לעינים, און אויב נאך אלעמען
וועסטו נאך אלץ נישט פארשטיין, פיל איך סארי פאר דיר ווייל ס'איז אין תרופה למכתך,
קודם כל אין די סערטיפיקיט קעיס בהאנדעלט מען נישט מכאן ולהבא ווער עס קען פארקיפען פין היינט אין ווייטער יענץ האט צי טיען מיט די אמבריזיא קעיס דעס וועט זיך ווענדען ווער סאיז די סטאטיס קווא (אין לשטותך אויב סאיז בכלל דא איינס) אבער לאמיר זאגען אז ענק געווינען אין די אפאלט דייוזען אפהעלס אמבריזיא (אגב וואס איך האלט אז סאיז נישט שייך איך רעד נאר לשטותך) זענען אבער אלע אלטע סערטיפאקטן SAFE ווייל אז דאס געריכט זאל פסקענען אז מען דארף אנערקענען אינזערע סערטיפאקטן דארפען מיר נישט ווייזען קיין בעלות!! ענק וואס ווילען VOIDEN סערטיפאקטן דארפען ווייזען בעלות!! סאיז דאך דא סערטיפאקטן וואס זענען שוין אלט 10 20 אין 30 יאר נאך פאר די מחלקה האט זיך אנגעהאבען! יעצט זיי מיר מסביר וואזי קענען ענק קימען אין מבטל זיין דע קאנטראקטען ווען די אליין ביסט מודה אז די קארט האבען נישט געגעבען פאר קיינעם קיין בעלות?וואזי קען א ספק בעלות מוציא זיין פין א וודאי קאנטראקטען?
מען איז נישט דן דא אויף די אלטע סערטיפיקאטן, וואס די אהרונים שרייבן קלאר אז זיי נעמען אן, (זעלבסט
פארשטענדליך אויב די אישו פון מעמבערשיפ איז באשטעטיגט, וואס אין דעם קען דער קארט נישט אריין רעדן,
ווייל דאס איז PURE רעליגיע), דער גאנצער דין ודברים איז אויף נייע סערטיפיקאטן וואס די יאנקל כהנא גרופע
האבן אנגעהויבן צו ניצן די לעצטע פאר יאר, וואס לויט די אהרונים זענען זיי דאס נישט בארעכטיגט צו ניצן
נאר אויב זיי באקומען בעלות, און דאס האט דער קארט שוין באשטעטיגט אז בעלות קענען זיי נישט געבן פאר
קיין שום צד, סא, איז זייער פשוט, די אלטע חברה קדישא סערטיפיקאטן און די יעצטיגע סערטיפיקאטן וואס ווערן
ווייטער פארקויפט דורך די חברה קדישא וועט מען געוויס ווייטער אנעמען, ווייל דאס איז נישט קיין טויש פון ביז יעצט
אבער צו באשטעטיגן די נייע סערטיפיקאטן פון די זאלונים איז פשוט אז דער געריכט איז נישט ביכולת דאס צו
באשטעטיגן אן זיי געבן בעלות און דאס איז נישט מעגליך,
איך פארשטיי האסט א טענה פארוואס מיינט די סטאטוס-קווא פין די זמנים פון יאנקל כהנא-שאול פערלשטיין אפשר מיינט עס פין ווען ווען רבי בערל איז געווען דער פרעזידענט,?אבער וואס זעל איך טיעןאז סאיז א גזרה מן השמים אין ווען די אפאלט האט געגעבען זייער סטעי נאך רוזןוואסער האבען זיי קלאר געשריבען אז די סטאטיס קווא מיינט פין די צייטען פון יאנקל כהנא-שאול פערלשטיין אין נישט פין ווען ווען רבי בערל איז געווען דער פרעזידענט
אין יענקעלע איך קען שוין קוים ווארטען ווען קארט גייט נאר באשליסען די
DAY TO DAY OPERATION , אבער נישט אויף בעלות,
ווידער, נעם אריין אין קאפ דעם חילוק פון א פסק צו א סטעי, א סטעי מיינט זאלסט דיך ווייטער פירן ווי דו האסט
דיך געפירט ביז צום אנקומען אין קארט, מאך נישט קיין שום שינוים ביז נאך דעם ענטגילטיגן פסק, און בשעת'ן קומען
אין קארט איז דאך יאנקל כהנא/שאול פערלשטיין געעוען ביים רודער האט דער קארט געזאגט אז ביז נאכן פסק
זאל דאס ווייטער זיין אזוי, אבער אויב ווילסטו א "פסק" פון "סטאטוס-קווא" דארף דער קארט צוריק גיין ביז פארן
סכסוך און נישט ביז צום אנהייב פונעם קארט, והדברים פשוטים מאוד, (פאר א נארמאלן מענטש...).
א ואדאי האט ער געמיזט שפילען טאמעוואטע עה ..ער זאגט ממש די זעלבע זאך ווי באראש.. ווייל לעגעל קען ער טאקע נישט זאגען אנדרעש ווי באראש אבער קאם אן...קודם לאז מיך רעדען פין דיין סטעטמינט אז ער האט געזאגט ממש ווי באראש! ני לאמיר זען באראש האט קלאר דינייד ענקער מאשען אין נישט אפראוואד די עלעקשען פין בערל פרידמאן אין רוזנוואסער האט געזאגט אז איך אפראוואס עס יא ממש די זעלבע ווי באראש יא?אמת? אין יעצט וועל איך אביסעל רעדען פין זיין טיפשות קודם זאגט אז ער וויל רעדען צים רבין אין וואס די רבי וועט זאגען אזי וועט זיין!!! פארגעס נישט די געים דארף דאך גיין ווייל אזי האט באראש אליין געזאגט ....אין נאכדעם זאגט ער אז יאנקל קאהן קימט מכח די רבי ממילא איז עס גארנישט ווערט ווייל די בארד איז באלאבאס!!.... דעס איז נאר א מיקצית מין המקצית פין די סתירות וואס ער האט געהאט אין זיין פסק!! איך וועל דיר נאך זאגען מער ווען רוזעןוואסער שרייבט ווען אביסעל נארמאלער זיין פסק אין נישט אזי ווילד וואלט עטץ נאך אפשר געהאט א שענס צי געווינען די אפיל אבער ער האט געשריבען אזוי משיגע אז די אפאלאט קארט איז שנעל געווארען א מבין אויף עם סהאט נאר געבעקט פייערד אויף ענק!! די וועלט זאגט א ווערטעל.. מיט וועם מען דרייט זיך אזוי לעבט זיך. ער האט זיך געדרייט מיט די ארונים האט ער געשריבען זיין פסק ווי אן ארוני אין דעס האט ענק באגראבען!! אין ווער געדענקט נישט אין די נאכט פין די לויה פין די ברך משה זכר צדיק לברכה האט מען גענימען רוזינוואסער אין עפעס א בינקער אין ארויס באקימען פין עם א ארדער אז אזוי ווי בערל פרידמאן איז דאך פרעזידענט.. יא יא סאיז טאקע דא א סטעי אבער אזוי סאיז א EMERGENCY ממילא קען נאר ער אנפירען מיט די לויה! אין יעצט לאז מיך דיך פרעגען יענקעלע
האסטי שוין אמאל געהערט אז א ריכטער געט ארויס א ארדער פין עפעס א בינקער אן אויסהערען ביידע צדידים יא אזוי גייט עס ? אבער פיר שנעל אויס... רויזענוואסער איז געווען זייער קליג...
אלל-רייט, איך בין נישט גרייט צו פירן מיט דיר א וויכוח איבער ריכטער ראזענוואסער'ס פיקחות, אבער ווער עס האט
דורך געליינט זיין פסק און דעם אפעלעט קארט'ס פסק ווי זיי האבן דאס איבערגעדרייט, דארף מודה זיין אז ריכטער
ראזענואסער איז א חכם מחוכם, יעדער איז מודה ובתוכם אני הקטן אז ריכטער ראזענוואסער האט זייער שטארק
געוואלט געבן פאר די אהרונים א געווינס, און האבענדיג באראש'ס פסק פאר זיך האט ער נישט געקענט מחולק זיין
מיט עהם, ער איז נאר געגאנגען מיט איין טריט ווייטער, ער האט געהאלטן אז געבן "בעלות" פאר רבי בערל פריעדמאן
בתורת "סטאטאס-קווא" הייסט נישט אריין געמישט, און דער אפעלעט קארט האט געזאגט אז געבן בעלות פאר
איין צד הייסט שוין אריין געמישט. און דאס איז טאקע דער פראסק וואס די זאלונים באקומען פון קארט נאך קארט,
זיי ווילן "בעלות" אלץ סטאטוס-קווא, און אויב געט מען בעלות אלץ סטאטוס-קווא קומט צוריק ראזענוואסערס פסק,
דער אפעלעט געריכט האט דאס דאך נישט אפגעוארפן נאר געטענה'ט אז דאס הייסט אויך געמישט, דו''ק ותשכח.
איך האב דיר שוין געזאגט יענקעלע אז א פסק לויפט קיינמאל נישט אפ אין נאכדערצי ווען די אפאלט האט געגרענט אינזער מאשען אין צירוקגעשעלט די סטאטיס קווא דאס מיינט אז די סטעי איז אריין אין קראפט!! זעסט יענקעלע איך טריי צי זיין נייס סאיז שוין די צווייטע מאל וואס די מאכסט די נארישע סטעטמינט (א אפגעלאפענע פסקים) געדענק האק דיר עס ארויס פין קאפ סאיז נישט דא אזא זאך
אלזא, א פסק לויפט טאקע נישט אפ, אבער א סטעי איז נאר ביז צום ענטגילטיגן פסק, און דאן איז אלעס בטל
ומבוטל און נאר דער געשריבענער פיינעל פסק איז גילטיג, YOU DON'T LIKE IT?, איז , TOO BAD !!! . סארי.
אין ביטע זיי מסביר וואס איז די טשענס יעצט מער ווי נאך רויזנוואסער אין פארוואס
HO NO, נישט נאכאמאל, HERE YOU GO AGAIN,
יענקעלע אין צים שליס מיז איך דיר זאגען אז סאיז געווען א פלעזיר צי האבען א דעבעט מיט דיר איך מיז דיר זאגען האסט דיך אויפגעפירט אזו האנערבעל גלויב מיר ווען די שטייסט ווען יעצט לעבען מיר וואלט איך דיר געגעבען א גיטען הענד שעק...
אין יעצט וואלט איך דיך געוואלט אויפמארקזאם מאכען אזוי עס איז איינגעפירט אז נאך יעדע דעבאטע איז דא קלאזינג סטעטמינטס פין ביידע קאנדידאטען וואלט איך דיך געוואלט פרעגען צי די ווילסט גיין קודם אדער די ווילסט אז איך זאל גיין קודם? זעסט יענקעלע איך בין נייס איך וויל קודם הערן וואס די ווילסט......
אויב ביסטו גרייט פאר א קלאזינג סטעיטמענט, BE MY GUEST,
CORRECTION
איך דארף דא קאריגירן איין פוינט וואס איך האב געשריבן אז אויפן דריטען תנאי צו באקומען א
preliminary injunction האב איך געשריבן אז:
דער דריטער תנאי איז יא שייך דא, ווייל די זאליס פארלאנגען נישט
אז די אהרונים זאלן "נישט" קענען ניצן דעם בית החיים נאר זיי פארלאנגען אז זיי זאלן דאס "אויך" קענען ניצן,
איז דאך זייער שאדן ביים נישט באקומען דעם סטעי פיל גרעסער פון דעם אהרונים שאדן אויב גיט מען יא א סטעי,
האט מען מיך מעורר געווען אז דאס איז אויך נישט אזוי זיכער, ווייל די זאליס פארלאנגען פונעם געריכט אז
מען זאל באשטעטיגן צו קענען באערדיגן אין קרית יואל'ער בית החיים סיי וועמען זיי ווילן און קיינער זאל זיי
נישט קענען צוריק האלטן, און דאס קען זיין א irreparable harm וואס מיינט א מעוות לא יוכל לתקן,
ווייל אויב באשליסן די זאליס דארט צו באערדיגן למשל (הער אויף צו שרייען, איך האב נאר געשריבן למשל...)
א ציוני אדער גאר א מחלל שבת, איז לויט די זאליס פארלאנג, קען זיי קיינער נישט שטערן דאס אדורך צו פירן,
נישט קיין סאטמארער רבי און נישט קיין שום דיין, קיינער קיינער זאל דאס נישט קענען שטערן, און אויב געט זיי
דער געריכט נאך דעם preliminary injunction ווי זיי פארלאנגען, איז דאס שוין גאר א irreparable harm ווייל
נאכן באערדיגן איז שוין נישט שייך ארויס צו נעמען, איז על כן למעשה זייער שאדן אויב געט מען "נישט" נאך דעם
preliminary injunction בכלל נישט אזוי גרויס ווייל אפילו לויט זייערע טענות איז די גאנצע אישו נאר געלט און
געלט קען צוריק גיין, אבער אויב וועלן זיי עווענטועל פארלירן דעם פיינעל פסק און ביני לביני וועלן זיי האבן
דארט באערדיגט נפטרים וואס באלאנגען נישט דארט, דאס קען מען שוין נישט צוריק ציען,
|
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 24/07/2009 23:24:16