יענקעלע ! אזוי אלע וואס האלטען מיט די דעבעטע אין די אליין זעסט שוין איין אז די האסט פארלארען די דעבעטע ממילא ווילסטי יעצט אז איך נאכאמאל אנהייבען די דיבעט פין אנפאנג מיט זאגען (לאמיר פראבירן שטאטעלעך, ביטע שרייב וואס
די זאליס אפיעלן אצינד און פון דארט וועלן מיר שטאטעלעך ווייטער גיין, ביטע שרייב
נישט קיין דרשות און הסברים, נאר קלאר א פראגע און ענטפער סעשן.) ניין יענקעלע די האסט גאהאט דיין טשענס ענד יוי מיסט די בויט...קענסטי מיר ענטפערען דע אלע אים פארענטפערטע קשיות וואס איך האב דיך געפרעגט אין קיינמאל נישט באקימען קיין ענטפער איז גיט אין אז נישט גיי איך שוין צי די קלאזינג סטעטמינטס!
דא האסטי די א LIST פין מיינע קשיות וואס איך האב נאך קיינמאל נישט באקימען א ענטפער
=====================================================================
דו ברענגסט אראפ א פסק פונעם קארט אויף א קעיס וואס איז שוין לאנג דערנאך,
געב נאר א קיק אויפן דאטום פון יענעם פסק, הא?
זאג נאר יענקעלע ווי אלט ביסטי איז דען שייך אז א פסק פין קארט זאל עקספיירען ? וואס מיינסטי צי זאגען )מיט דאס לאנג דערנאך)
=====================================================================
לאמיר אביסל צולייגן די היסטאריע פונעם קעיס אנגעהויבן מיטן הויעך געשעצטן
ריכטער באראש וואס לויט אייער ווערסיע האט איר עהם געהאט אין טאש,
און פון דארט וועלן מיר גיין ווייטער,
ס'איז אמת ויציב אז דער ריכטער באראש האט אייך געוואלט געבן א זיג,
און נישט נאר סתם געוואלט, ער האט זייער זייער שטארק געוואלט,
די אהרונים האט געהאט איינעם וואס האט זיך זייער שטארק מתחצף געווען פאר עהם
און ער האט פשוט געהאט א שטארקן אינטערעס אריין צו פליקן די צד הארונים,
דער פראבלעם איז אבער געווען אז לויט די טענות און לויטן געזעץ זענען די אהרונים געווען
פאלקאם גערעכט,
וואס גערעכט ווען גערעכט אפילו די דיסטינט ריכטער סמיט פין די אלבני געריכט וואס ער איז געווען דער איינציגסטער וואס האט געהאלטען אז קארט קען זיך יא מישען אין ער האט געזאגט אז אפילו ווען מען שיקט עס צירוק צי די LOWER קארט דן צי זיין ווער עס איז פרעזידענט זעט ער נישט וואזוי בערל פרידמאן איז פרעזידענט ער לאכט אפ פין ענקערע דימיונות אין טענות
=====================================================================
רבי איז בעל הבית און דאס איז רעליגיע, און דערנאך אז דער קארט זאל פסקענען אז יאנקל כהנא
מיט שאול זענען פרעזידענטן, נו, דאס האבן זיי אייך נישט געקענט געבן ווייל דאס איז דאך א סתירה,
אויב קענען זיי זאגן ווער עס איז פרעזידענט דאן זענען זיי געצווינגען צו באשטעטיגן רבי בערל אלץ פרעזידענט,
און אויב איז דאס רעליגיע קענען זיי דאך נישט זאגן ווער עס איז פרעזידענט.
וואס? ער קען נישט האט דער שופט געזאגט ? ער האט 2 מאל געזאגט אין 2 באזינדערע פלעצער אין די פסק אז ער קען יא זאגען אין ער וועט יא זאגען ווער סאיז פרעזידענט אויב די רבי אדער די רליגעזע קערפערשארפט פין די קהילה וועט זאגען וואס ער וויל דא האסטי לייען As the Grand Rebbe has not given any indication of his wishes to the contrary, the Court leaves intact the status quo in terms of day-to-day operations of the Congregation and its institutions until and unless the Grand Rebbe or any appropriately invested ecclesiastic tribunal rules otherwise.
נא סאיז א געוואלדגע סתירה מען רעד פין די רבי איז דיך עס א רעליגיעזע אישו דארף ער דא סטאפען נא שא..שא..מען דארף זיין שטיל דרך ארץ ? ניין אבער ער גייט וויטער אין זאגט until and unless the Grand Rebbe or any appropriately invested ecclesiastic tribunal rules otherwise דאס מיינט אפילו ווען מען רעד פין די רבי איז עס קלאר נישט רעליגיעזע אישו אז ער קען יא זאגען אין ער וועט יא זאגען ווער סאיז פרעזידענט אויב די רבי אדער די רליגעזע קערפערשארפט פין די קהילה וועט זאגען וואס ער וויל ! יענקעלע האסט צווי אפשענס אדער גיי ווייטער פארקויף דיינע לאקשען פאר די קיוען אדער פרעג מיך אפ באט יוי בעטטער קאם אף מיט סאמטיג בעטטער
=====================================================================
אבער למעשה האבן די אפעלעט קארט ריכטער גענומען THE EASY WAY OUT, און איבערגעדרייט
ריכטער ראזענוואסער'ס פסק און געשריגן שב ואל תעשה מיר מישן זיך נישט, און מיר טוישן נישט גארנישט
דאס איס רעליגיע און מיר גייען נישט נעמען קיין שום נכסים פון איין צד און געבן פארן צווייטן,
וואס ? מיר גייען נישט נעמען קיין שום נכסים פון איין צד און געבן פארן צווייטן ?
דא האסטי! די פסק איך האב נאר מורא איין זאך אז באלד וועסטי זאגן אז די קענסט נישט קיין אידיש אויך נישט .........
============================================================
(Ordered that the order is reversed insofar as appealed from, on the law and as a matter of discretion,
דער פסק איז אז די פסק פין די LOWER קארט איז צוריקגעדרייט אויף די געזעץ
without costs or disbursements, the plaintiffs are denied summary judgment, and upon searching the
אן א קאסטס! די אנקלאגערס (די ארונים) פארלאנג אויף צי אפראווען די טרענפער פין די בית החיים איז צוריק געוויזן
record, summary judgment is awarded to the defendants Congregation Yetev Lev D'Satmar, Inc.,
אין נאכן נאכקיקען די רעקורדס געבען מיר די בית החיים פאר די אנגעקלאגטע
Jeno Kahana, Sol Perlstein, Jacob Schoenfeld, and Solomon Sander dismissing the complaint insofar as asserted against them,
ר יעקב כאהנא שאול פערלשטיין יעקב שענפעלד אין שלמה זלמן סאנדער מיר טיען אפווארפען די קלאגע אקעגען זיי
זיי געהאפט צו באקומען דאס וואס לעכצן אזוי שטארק, נו, האט זיך דער ריכטער שעק געדארפט אפזאגן
פון זייער קעיס וועגן זייטיגע סיבות און דער קעיס איז געגעבן געווארן פאר ריכטער אבראזיא, און דער
דאזיגער ריכטער אבראזיא האט זיי געגעבן דעם טויט קלאפ, ער האט קלאר געשריבן א פסק אז דאס וואס
די זאלונים זענען אין ראדני מיינט בכלל נישט אז זיי זענען מער בעל הבית דארט ווי רבי בערל פריעדמאן,
זאג נאר יענקעלע איך וויל דיך עפעס פרעגען ווען א קינד איז שלעכט אין חדר אין די רבי זאגט גיי אהיים אין דער מנהל זאגט ניין גיי נישט אהיים גייט דער קינד אהיים צי נישט? וואס ווילסטי מיר דא זאגען אז א ריכטער פין די LOWER COURT איז מחילק מיט די אפילס קארט האט עס אפילו א שאנס אז זיין פסק זאל בלייבען ?
=====================================================================
דאס האבן דאך שוין אלע קארטס קלאר
געפסקעט אז אין דעם קענען זיי זיך נישט מישן, איז דאך למעשה נישט קיין נפקא מינה, אדער איז דוד עקשטיין
מיט אלישע האראוויץ בעל הבית אדער איז רבי בערל פריעדמאן מיט רבי יצחק ראזענבערג בעלי בתים, דאס
איז זיכער אז דער קארט גייט נישט צונעמען קיין שום נכסים בכלל און דעם בית החיים בפרט פון איין זייט און
געבן פארן צווייטן, מען האט האט דאס שוין פראבירט און מען קומט אלץ צו אז דאס איז רעלידזשעס און זיי
מישן זיך נישט, אלזא זאלונים, אדער באצאלט איר מעמבערשיפ ביי אונז, אדער גייטס צו די בני יואל, אבער
פון קארט גייט איר גארנישט באקומען.
אין צי שליס לאם איך דיך פרעגען ווען צווי מענטשען קריגען זיך אויף א ירישה אין די קארט זאגט אז וילאנג איך וויס נישט ווער עס איז באלאבס קען קיינער גארנישט טאטשען איבערשרייבן נכסים! קימט איינער פין די צווי אין ער שרייבט איבער די נכסים אין דער אנדערער ליופט אין קארט היעלה אל הדעת אז קארט גייט זיך נישט מישען ? אזא פנים האט טראגט ענקער טרענספער פין די בית החיים
=====================================================================
מיין טייערער פריינד, שמך נאה לך ואתה נאה לשמך, YES WE CAN ביסט א טיפיקל זאלי,
אלעס קענסטו, קענסט שרייבן זאכן וואס איז נישט געשטויגן, קענסט שרייבן גאנצע ליגיונות, קענסט פארדרייען
פאקטן, קענסט גיין אין ערכאות הציונים און שרייען אז די אהרונים זענען די וואס גייען, קענסט כאפן א פליק
פון ריכטערן דעמעראסט ווי זי שרייבט קלאר אז מענדל שווימער איז דער וואס וויל נישט גיין צו דין תורה און
זי צווינגט עהם יא צו גיין, און דו קענסט מיט א בלעכן פנים שרייען געוואלד אז רבי אהרן וועלץ איז גאר דער וואס
האט נישט געוואלט גיין צו דין תורה, און איר האט גאר געווינען אין בארא פארק
אין לנו אלא דברי בן עמרם איך קים מיט א בית דין בישראל וואס זאגט קלאר אין דייטליך אז אהרן וועלץ איז דער מסרב לדין
אין די קימסט מיט א...וואס זאגט אז מענדל שווימער איז דער מסרב לדין ! וואס זאל איך דיר זאגען
=====================================================================
דאס איז א חלק פונעם זעלבן פסק וואס אונזער YES WE CAN שטאלצירט אזוי שטארק, נישט נאר דאס, די אפעלעט
ריכטער אליינס האבן דארט געפענט די טיר פאר א עווענטאעלע איבער שרייבן דאס גאנצע אדער א חלק פונעם בית החיים
פון קאנג. יטב לב וויליאמסבורג צו קרית יואל אויף וואס זיי שרייבן קלאר אז דער יעצטיגער פסק מיינט נישט אז מען
קען נישט איבער שרייבן דעם בית החיים נאר דער יעצטיגער טרענספער איז געמאכט געווארן אומלעגאל ווייל קהל יטב
לויט דיר קימט אויס אז דער פאפא שמש אדער שמאול דוד מארקעוויטש אדער JESSEY JACKSON קען טרענספערען די בית החיים ווייל די אפילס קארט האט אליין געזאגט (אז דער יעצטיגער פסק מיינט נישט אז מען
קען נישט איבער שרייבן דעם בית החיים נאר דער יעצטיגער טרענספער איז געמאכט געווארן אומלעגאל )
=====================================================================
ווייל קהל יטב לב וויליאמסבורג האט גארנישט בענעפירט פונעם טרענספער, אויב אבער ווערט דאס געטרענספערט אויף א לעגאלן וועג קען דאס יא אנגענומען ווערן
אפשר קענסטי מיר מסביר זיין פארוואס די יעצטיגע טרענספער האט יא בענעפירט קהל יטב לב
=====================================================================
אלזא ווייס איך שוין פארוואס דיין רבי איז אזא בעל מחדש נפלא,
דער רבי אהרן האט פארגעסן פון טרויפ AVE אז נאכזאגן איז נישט אינטרעסאנט,
און זאגט כסדר נאך, דא א גמרא, דא א צל''ח, דא א רבי עקיבא אייגער, און דא רמב''ם,
רמב''ן, שואל ומשיב, וכו', יא, א גרויסע חכמה נאך צוזאגן, דיין רבי אפילו א פסוק פון חומש
זאגט ער נישט נאך, אלעס אלעס איז ניי, שור שנגח את הפרה זה אומר כולו שלי, על שלשה דברים
העולם עומד דע מאין באת ולאן אתה הולך, וכו' אלעס אליין מחדש געווען, גארנישט איז נישט אלט,
פונקט ווי אין טרויפ AVE.
איך פארשטיי נישט עז ער זאגט יא אזי גיט פארוואס איז נאך נישט ארויסגקימען עפעס א ערענסטע ספר פין עם אויף קיין איין מקצוע אדער אין חשון משפט אדער אין יורה דעה אדער אין אורח חיים אזוי למשל חשב האפוד פין הרב פאדוואה אדער מאזני צדק פין ר מענדל זילבער אדער די שטארק אנגענימענע ספר פין ר יצחק מאנדעל אויף הילכות ריבית הא? אז ער איז אזא גאון פארוואס זאל נישט די וועלט הנאה האבען אלא מאי פיר אויס יענקעלע....אז זיין גאנצע גאונת הייבט זיך אן ביי הייד פארק אין עס ענדיקט זיך אין די בלאט
=====================================================================
אמת? היינט איז זונטיג? איא? (געדענקסט נאך?) אלזא פון וועלעכן בית דין רעדסטו, הא?
טארטיקוב? אדער לישקע?
איך רעד דא פין די שטארק אנגענימענע בית דין פין הרב גאביוף ובת דינו!... דרך אגב וויל איך פארשטיין וואזו קען זיין אז אהרן וועלץ האט נאך א דריסת הרגל אין ענקער קהילה ווען ער האט אינטערגעשריבען די שטרי בריריו פין הרב גאביוף ! סאיז דאך געשטאנען אין די בלאט אז טאמער
איינער וועט עפעס אננעמען פין די גאביוף ביד דין איז ארויסגעווארפען פין די קהילה?
=====================================================================
הא?, וואס פאלט דיר ביי?, אהרונים געווינען אין בארא פארק?, אבערוואס!!! יעדער ווייסט אז מענדל שוויממער האט געווינען!!!
די דזשאשקע ריכטערן דעמערעסט, איז א פאלנע בדחנ'טע, זי מאכט דזשאקס, זי שרייבט אז דער צד פון רבי אהרן וועלץ
האט געווינען און מענדל שויממער האט פארלוירן, זי האט פלעין נאר געמאכט א גרויסן דזשאק!, אמת?, יעדער האט
געזען אז ווען זי האט דאס אינטערגעשריבן האט זי אזוי געגעבן א ווינק מיט די אויגן, ווי איינער זאגט,
HERE YOU HAVE A BIG JOKE, יעדער ווייסט דעם אמת אז מענדל שוויממער האט געווינען BIG TIMES,
באלד וועלן נאך די אהרונים לייקענען אז ר' יעקב יואל חיים באנדא (בן ליבא מאטיל לרפ''ש) איז דער מעיאר פון קרית יואל,
זיי וועלן זיך נאך איינרעדן אז דזשארדזש בוש דער צווייטער איז געווען דער פרעזידענט און נישט אל גאר,
YES WE CAN, קאמאן גיוו מי א ברעיק.
יענקעלע פארדריי נישט די שמיס מיט זי מאכט דזשאקס!! געגעבן א ווינק מיט די אויגן!! לעטץ געט TO THE POINT
האט אהרן וועלץ געוואלט גיין צי דין תורה מיט א עיקול אדער אן א עיקול הא ?
האט ער געוואלט רעדען פין אלע נכסים פין סאטמאר ווילאמסבירוג מאנסי אדער נאר פין בארא פארק אין וואס האט ער באקיומען הא? אין יעצט זאג די ווער האט געווינען הא?
=====================================================================
אוודאי, אויף א לעגאלן אויפן קען מען איבער שרייבן א דיד, דאס איז דאך יעדער מודה, אגב, JESSY JACKSON
איז שוין אויפן עולם האמת, דארט ווי מענדל שוויממער איז עכט מעיאר, און דארט זענט איר עכט בעל הבית אויפן בית החיים.
יענקעלע MICKEL JACKSON איז געשטארבען נישט JESSY JACKSON אזא פנים האט אלעס ביי דיר די ווייסט נישט וואס עס טיט זיך מיט דיר
=====================================================================
ביים געריכט אין UP STATE בנוגע דעם דיד, איז דא כמה מהלכים וואס עס קען געשען,
קודם דארף מען געדענקן אז עס איז דא א ענדגילטיגער פסק פון די העכסטע קארט אין ניו-יארק
אז דאס געריכט איז נישט בארעכטיגט קובע צו זיין ווער עס איז דער ריכטיגער בעל הבית פון
קאנג. יטב לב אין וויליאמסבורג, און פון דעם אז קיין איין ריכטער האט נישט געפסקעט ווער עס איז
סטאטאס-קווא איז קלאר געדרינגען אז דאס קענען זיי אויך נישט באשליסן
אויב סאיז טעקע אזו פארוואס האבען זיי צירוקגעדרייט די ערשטע טרענספער ? לאז עס ווי סאיז סטאטיס קווא?
=====================================================================
YES WE CAN, אזוי ווי די פארשפרעכסט אז דו ביסט גרייט אויסצוהערן און ביסט גרייט זיך צו לערנען וועל
איך דיר געבן צו פארשטיין דעם חילוק פון דעם סטעי נאך ריכטער ראזענוואסער ביז צום יעצטיגן סטעי,
א "סטעי" מיינט אז אלעס זאל בלייבן אזוי ווי עס איז געווען פארן קארט, דאס מיינט אז מען זאל גארנישט טוישן
ביז נאך דעם פיינל פסק פונעם אפיעל, ביי ראזענוואסער זענען די אהרונים געגאנגן אין קארט און פארלאנגט מוציא צו זיין די
נכסים פון חזקת הזאלונים און זיי איבער געבן לחזקת הארונים, ראזענוואסער האט טאקע געפסקעט אז רבי בערל פריעדמאן איז דער לעגאלער פרעזידענט און אז די אהרונים זאלן "איבערנעמען" די פירערשאפט פון קהל יטב לב, האבן די זאלונים פארלאנגט א סטעי (וואס אגב איז זיי זייער שווער געווען צו באקומען) און פארלאנגט אז זיי זאלן נאך "בלייבן" די פירער פון קהל יטב לב. אבער דא איז דאך פארקערט, דו זאלונים זענען געגאנגען אין קארט פארלאנגען אז מען זאל זיי געבן בעלות (אדער כאטש א שותפות) אויפן בית החיים דאס מיינט זיי ווילן צו נעמען פון די חזקת הארונים און מען זאל דאס לייגן בחזקת הזאלונים, ריכטערן דעמערעסט האט דאס צוריק געוויזן און דאס נישט נאכגעגעבן, קומען זיי און פארלאנגען א preliminary injunction און מען זאל שוין אצינד תיכף "צו נעמען" בעלות (אדער א חלק פונעם בעלות) פון די אהרונים און דאס זיי געבן, אזא זאך זאך איז זייער נישט מסתבר אז זיי זאלן באקומען, ווייל דאס איז נישט קיין "שב ואל תעשה", דאס איז א "קום ועשה".
פליז זיי מיר מסביר פארוואס נאך רוזאנוואסער זענען מיר געווען מער בעלי בתים ווי היינט די פראבירסט טאקע מיט א שיינע ספין אז דעמאלטס איז געווען שב ואל תעשה אין היינט איז א "קום ועשה איך זעה עס די זעלבע זאך נאך רוזאנוואסער ווי היינט ענק זענען געגאנגען אין געטרענספערט די בית החיים אין רויזנוואסער האט עס אפראווד אין ענק האבען געהאט די דיד זענען מיר געגאנגען בעטען א סטעי אז די בית החיים איז אינזערס איך זעה נישט קיין גרעסערע קום ועשה ווי דעם! איך האלט אז פינקט פארקערט אז דעמאלטס איז געווען אסאך גרעסערע "קום ועשה ווי יעצט דעמאלטס האסטי כאטשיג געהאט א ריכטערס אפראוועל אויפען טרענספער אין היינט האסט עס נישט!! יענקעלע איך האף אז די ביסט נישט ברוגז אז איך ווייז דיר אויף ווי ראנג די ביסט אבער וי נישט וי איז דאך דעס א ערענסטע דעבאטע גלייב מיר איך מיין גארנישט פירסנעל
=====================================================================
דאס איז טאקע ענקער פראבלעם, איר קענט נישט אפיעלן דעם דיד ווייל אויף דעם איז נאכנישט דא קיין פסק
און די מיט די סערטיפיקאטן האט איר א מעידזשאר פראבלעם, ווייל IN ORDER דאס געריכט זאל פסקענען אז
מען דארף אנערקענען אייערע סערטיפאקטן זענען זיי געצווינגען אייך צו געבן בעלות און צו פסקענען אז איר זענעט
בארעכטיגט צו פארקויפן סערטיפיקאטן און דאס זענען זיי נישט בארעכטיגט צו זאגן,
קודם כל אין די סערטיפיקיט קעיס בהאנדעלט מען נישט מכאן ולהבא ווער עס קען פארקיפען פין היינט אין ווייטער יענץ האט צי טיען מיט די אמבריזיא קעיס דעס וועט זיך ווענדען ווער סאיז די סטאטיס קווא (אין לשטותך אויב סאיז בכלל דא איינס) אבער לאמיר זאגען אז ענק געווינען אין די אפאלט דייוזען אפהעלס אמבריזיא (אגב וואס איך האלט אז סאיז נישט שייך איך רעד נאר לשטותך) זענען אבער אלע אלטע סערטיפאקטן SAFE ווייל אז דאס געריכט זאל פסקענען אז מען דארף אנערקענען אינזערע סערטיפאקטן דארפען מיר נישט ווייזען קיין בעלות!! ענק וואס ווילען VOIDEN סערטיפאקטן דארפען ווייזען בעלות!! סאיז דאך דא סערטיפאקטן וואס זענען שוין אלט 10 20 אין 30 יאר נאך פאר די מחלקה האט זיך אנגעהאבען! יעצט זיי מיר מסביר וואזי קענען ענק קימען אין מבטל זיין דע קאנטראקטען ווען די אליין ביסט מודה אז די קארט האבען נישט געגעבען פאר קיינעם קיין בעלות?וואזי קען א ספק בעלות מוציא זיין פין א וודאי קאנטראקטען?
=====================================================================
לאמיר אביסל צו לייגן דעם ענין וואס דו האסט אזוי ליב צו ערוועינען דאס ווארט "סטאטוס-קווא" וואס איז ארויף
געברענגט געווארן מאנכע מאל אין די פרעסידינגס סיי ביי ריכטער באראש און אזוי ווייטער, און אויף וואס דו
האסט באשלאסן אז איר זאלונים זענט "סטאטוס-קווא" אבער למען האמת איז דאס ביי דעם דאזיגן קעיס זייער
א שווערע סוגי', ווייל געווענדליך ווען דאס געריכט קען נישט באשליסן זאגן זיי אז אלעס זאל בלייבן "סטאטוס-קווא"
וואס מיינט אלעס זאל בלייבן ביים אלטן, אבער דא איז דאס זייער שווער צו פסקענען, ווייל ווי דו זעהסט אונז ביידע
קענען אפילו נישט אגריען וואס ס'איז סטאטוס-קווא, פון ווען הייבט מען דאס אן צו רעכענען, די גאנצע זאך האט זיך
אנגעהויבן מיט די טענה אז דער רבי ז''ל האט ארויס געווארפן רבי בערל פריעדמאן, נו, אויף דעם האט ריכטער
באראש געפסקעט, אז יא, דער רבי האט געהאט א רעכט עהם ארויס צו ווארפן נאר ער איז נישט איבערגעצייגט אז דער
רבי האט עהם טאקע ארויס געווארפן, נו, פון ווען רעכענט מען סטאטוס-קווא, מיר טענה'ן אז פון ווען רבי בערל
איז געווען דער פרעזידענט, און איר טענה'ט אז מען זאל גיין צו די זמנים פון יאנקל כהנא-שאול פערלשטיין אז דאס
מיינט סטאטוס-קווא, און גלייב מיר, דער קארט גייט דאס לכאורה נישט באשליסן, די DAY TO DAY OPERATION
אפשר יא, אבער נישט אויף בעלות,
איך פארשטיי האסט א טענה פארוואס מיינט די סטאטוס-קווא פין די זמנים פון יאנקל כהנא-שאול פערלשטיין אפשר מיינט עס פין ווען ווען רבי בערל איז געווען דער פרעזידענט,?אבער וואס זעל איך טיעןאז סאיז א גזרה מן השמים אין ווען די אפאלט האט געגעבען זייער סטעי נאך רוזןוואסער האבען זיי קלאר געשריבען אז די סטאטיס קווא מיינט פין די צייטען פון יאנקל כהנא-שאול פערלשטיין אין נישט פין ווען ווען רבי בערל איז געווען דער פרעזידענט
אין יענקעלע איך קען שוין קוים ווארטען ווען קארט גייט נאר באשליסען די
DAY TO DAY OPERATION , אבער נישט אויף בעלות....
=====================================================================
דער גאנצער דין ודברים איז אויף נייע סערטיפיקאטן וואס די יאנקל כהנא גרופע
האבן אנגעהויבן צו ניצן די לעצטע פאר יאר, וואס לויט די אהרונים זענען זיי דאס נישט בארעכטיגט צו ניצן
נאר אויב זיי באקומען בעלות, און דאס האט דער קארט שוין באשטעטיגט אז בעלות קענען זיי נישט געבן פאר
קיין שום צד, סא, איז זייער פשוט, די אלטע חברה קדישא סערטיפיקאטן און די יעצטיגע סערטיפיקאטן וואס ווערן
ווייטער פארקויפט דורך די חברה קדישא וועט מען געוויס ווייטער אנעמען, ווייל דאס איז נישט קיין טויש פון ביז יעצט
אבער צו באשטעטיגן די נייע סערטיפיקאטן פון די זאלונים איז פשוט אז דער געריכט איז נישט ביכולת דאס צו
באשטעטיגן אן זיי געבן בעלות און דאס איז נישט מעגליך,
זאג נאר קיש וואלי יאנקעל קאהן מרדכי דוד ווידער ספרא שפילמאן ועוד.. זענען אויך פין די נייע סערטיפיקאטן וואס די יאנקל כהנא גרופע האבן אנגעהויבן צו ניצן די לעצטע פאר יאר הא? אדער דעס עיז שוין אלט 20 יאר וואס ענק ווילען מבטל זיין
יענקעלע איך וייס נישט צי די מאכסט דיך סתם תאמעוואטע אדער די ביסט פלען ברען דעד....
=====================================================================
ווידער, נעם אריין אין קאפ דעם חילוק פון א פסק צו א סטעי, א סטעי מיינט זאלסט דיך ווייטער פירן ווי דו האסט
דיך געפירט ביז צום אנקומען אין קארט, מאך נישט קיין שום שינוים ביז נאך דעם ענטגילטיגן פסק, און בשעת'ן קומען
אין קארט איז דאך יאנקל כהנא/שאול פערלשטיין געעוען ביים רודער האט דער קארט געזאגט אז ביז נאכן פסק
זאל דאס ווייטער זיין אזוי, אבער אויב ווילסטו א "פסק" פון "סטאטוס-קווא" דארף דער קארט צוריק גיין ביז פארן
סכסוך און נישט ביז צום אנהייב פונעם קארט, והדברים פשוטים מאוד, (פאר א נארמאלן מענטש...).
אהא סא די האלסט טאקע אז די DATE פין די די סטאטיס קווא וואס אינז האבען באקימען ביי די סטעי אין סטאטיס קווא וואס אינז האבען באקימען ביי די פיינעל פסק זענען צווי אנדערע DATES ? נעבעך נעבעך.....
=====================================================================
אלל-רייט, איך בין נישט גרייט צו פירן מיט דיר א וויכוח איבער ריכטער ראזענוואסער'ס פיקחות, אבער ווער עס האט
דורך געליינט זיין פסק און דעם אפעלעט קארט'ס פסק ווי זיי האבן דאס איבערגעדרייט, דארף מודה זיין אז ריכטער
ראזענואסער איז א חכם מחוכם, יעדער איז מודה ובתוכם אני הקטן אז ריכטער ראזענוואסער האט זייער שטארק
געוואלט געבן פאר די אהרונים א געווינס, און האבענדיג באראש'ס פסק פאר זיך האט ער נישט געקענט מחולק זיין
מיט עהם, ער איז נאר געגאנגען מיט איין טריט ווייטער, ער האט געהאלטן אז געבן "בעלות" פאר רבי בערל פריעדמאן
בתורת "סטאטאס-קווא" הייסט נישט אריין געמישט, און דער אפעלעט קארט האט געזאגט אז געבן בעלות פאר
איין צד הייסט שוין אריין געמישט. און דאס איז טאקע דער פראסק וואס די זאלונים באקומען פון קארט נאך קארט,
זיי ווילן "בעלות" אלץ סטאטוס-קווא, און אויב געט מען בעלות אלץ סטאטוס-קווא קומט צוריק ראזענוואסערס פסק,
דער אפעלעט געריכט האט דאס דאך נישט אפגעוארפן נאר געטענה'ט אז דאס הייסט אויך געמישט, דו''ק ותשכח.
יענקעלע איך האב נייעס פאר דיר איך האב ציגהערט צי דיין עדווייס עס אללוועס...אין איך האב געטיען דעם דו''ק ותשכח אין געס וואט איך האב געטראפען! רוזינוואסער האט קיינמאל נישט געגעבן "בעלות" פאר רבי בערל פריעדמאן בתורת "סטאטאס-קווא" ער האט עס געגעבען בתרות בעלות אין ער שרייבט קלאר אז אזוי מיר האבען נישט געטשעלענשט ענקער עלעקשען ממילא איז בערל פרידמאן פרעזידענט אין ער האט אפראוועד ענקער עלעקשען וואס דאס איז קלאר פארקערט ווי באראש וואס האט נישט אפפראוואד ענקער עלעקשען אין פארדעם האט עס די אפאלט אפגעווארפען ווייל זיי האבען געהאלטען אז מען קען נישט געבען פאר קיינעם קיין בעלות מכח פרעזידענט פין קהל יטב לב אזוי ראזזעןוואסער האט געטיען! אבער געבען בעלות מכח סטאטיס קווא האבען זיי קלאר געהאלטעו אז מען קען יא אין פארדעם האבען זיי טאקע צירוקגעלייגט די בית החיים צי יאנקעל קאהן אין שאול פערעלשטיין
=====================================================================
אלזא, א פסק לויפט טאקע נישט אפ, אבער א סטעי איז נאר ביז צום ענטגילטיגן פסק, און דאן איז אלעס בטל
ומבוטל און נאר דער געשריבענער פיינעל פסק איז גילטיג, YOU DON'T LIKE IT?, איז , TOO BAD !!! . סארי.
כא..כא.. איי העב בעד ניויס פאר דיר! דא זאגט אבער די סטעי מיט די פיינעל פסק די זעלבע אז? פיר אויס......
=====================================================================
אין יעצט יענקעלע לעבען איך האב דיך געפרעגט אסאך קשיות זיי מיר מוחל
אין ענטפער מיר א תירוץ
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 28/07/2009 1:19:50