מחר יהי' האות הזה. / PREDICTIONS פסק.
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1956984
רבותי.
קיין נייעס בין איך היינט קיינעם נישט געקומען פארציילן.
מארגן. דינסטאג שלח, איז דער גורל'דיגער טאג. ווען די ארגומענטן וועלן אויסגעהערט ווערן, און דער פסק וועט באשימט ווערן, וויפיל ריכטער עס האלטן אזוי אדער אזוי.
ע"כ איז נישט מער ווי רעכט, צו מאכן א שטיקל פרעדיקשאן, און אפשאצן וואס די ריכטער וועלן מעגליך באטראכט צו פסק'ן, און וויאזוי עס וועט אפעקטירן ווער עס זענען די לעגאלע ראשי הקהילה פון קהל יטב לב דסאטמאר. (עפ"י תורה איז דאך בערל קיינמאל נישט געווארן געווארפן. די שאלה איז עפ"י קאורט).
הקדמה קצרה.
די ארונים קענען באמת נישט פארלירן. ווייל דאס געריכט קען נאר דן זיין, צו בערל איז ראש הקהל אדער נישט. יאנקעל כהנא קען נישט באשטימט ווערן.
אויב די ארונים פארלירן, איז עס נאר, אז דאס געריכט וועט זאגן אז עס איז א רעליגיעזע אישו, און זיי טארן נישט אריינרעדן דערין - און אלעס בלייבט ווי היינט - (אננעמען פסק פון ריכטער באראש)
אלזא איז קלאר: די אישו פאר די ריכטער איז: צי בערל פרידמאן איז דער לעגאלער ראש הקהל.
זיי קענען פסק'ן ווי באראש אז זיי טארן זיך נישט מישן. אדער קענען זיי אפווארפן באראש. און דערנאך צולייגן די ארגומענטן פון ריכטער ראזענוואסער.
אבער אז יאנקעל כהנא זאל ווערן לעגאל פרעזידענט... פון דעם פארגעס.
***********************
פרעדיקשאן 1
באראש - דיסמיססד
ראזענוואסער - אפהעלד
(רעזולטאט. ארונים געווינען)
***********************
פרעדיקשאן 2
באראש - דיסמיססד
ראזענוואסער - MOOT (אומנויטיג צו דיסיידען)
(רעזולטאט. ארונים געווינען)
***********************
פרעדיקשאן 3
ראזענוואסער - אפהעלד
באראש - MOOT
(רעזולטאט. ארונים געווינען)
***********************
פרעדיקשאן 4
באראש - מאדיפייד (אראפ צום לאוער קאורט)
ראזענוואסער - אפהעלד
(רעזולטאט. ארונים געווינען)
***********************
פרעדיקשאן 5
באראש - אפהעלד
ראזענוואסער - מאדיפייד
(רעזולטאט. בלייבט ווייטער אין קאורט)
***********************
פרעדיקשאן 6
באראש - אפהעלד
ראזענוואסער - דיסמיססד
(רעזולטאט. זאלונים געווינען)
***********************
מיסטער דזשוליאני,
2 קשיות אויב איך מעג.
וואס איז די חילוק פין 1 אין 2 ?
אין אויב נאמבער 6, דאן איז קעיס קלאוזד?
(אגב. האסט נישט געזאגט וועלכע נאמבער די פרעדיקסט..)
זשוליאני08
ביי די פאריגע אפעלט הירינג האט מען גארנישט געזעהן פאר וואס זאל מען מארגן יא עפעס זעהן?
דער עולם ווערט געבעטן צו זאגן אסאך תהילים ווייל די פסק וועט לכורה זיין און די קומענדיגע וואכן
חיים נחום.
דער חילוק פון 1 ביז 2 איז אזוי:
אויב וועלן זיי אראפווארפן באראש, איז עס א זיג פאר'ן געזעץ פון NY STATE.
נאך אלעם, זענען אלע קארפארעישאנס אויף צרות אויב קען דער רבי טאן וואס ער וויל.
פאר אונז איז נישט קיין גרויסע נפקא מינא.
אגב. איך האלט אז מיר גייען אי"ה געווינען...
וויאזוי: דאס לאז איך פאר'ן באשעפער
עכטע נייעס.
מ'קען טאקע קיין סאך נישט זען דארט.
ס'איז זייער שווער צו וויסן פון די שאלות וואס די ריכטער האלטן באמת.
וואס מיינט פרעדיקשן 6?, באראש אפהעלד אז וואס, אז עס בלייבט די סטאטוס קווא, דארף מען נאך אלס וויסן וואס איז די סטאטוס קווא.
דאס האט ראזענוואסער געפסקנט, אבער אז מ' ווארפט ארויס ראזענוואסער'ס פסק, איז דאך הדרא קושיא לדוכתי'.
נאך עפעס וואס איך פארשטיי נישט, מ' האט דאך אפילט באראש'ס פסק פאר ראזענוואסער איז אריין געקומען אין די פיקטשער, סא דארף דאך דא זיין 2 פסקים אויף 2 אפילס.
ילמדנו רבותינו
קען עס זיין אזוי?
באראש - מאדיפייד(אראפ צום לאוער קאורט)
ראזענוואסער - מאדיפייד(אראפ צום לאוער קאורט)
(רעזולטאט. בלייבט ווייטער אין קאורט)
איין סאטמאר.
בארש האט געפסק'ט
1) אז דער רבי איז דער אויסשליסליכער באלעבאס. אויף גשמיות און רוחניות.
2) אז די עלעקשאן קעיס איז א רעליגיעזע אישו, און די קאורט טאר אין דעם נישט אריינרעדן.
איצט, אויב זיי באשטעטיגן באראש, מיינט עס אז דאס געריכט טאר נישט אריינרעדן אין דעם.
נישט אויף יא און נישט אויף ניין.
עכטע נייעס.
ראזענוואסער מאדיפייד קען מיינען, אז זיי זאגן אז דער פסק פון ראזענוואסער איז נישט גוט.
און מ'דארף עס צוריקשיקן אונטן, ווייל ראזענוואסער האט נישט געמאכט קיין TRIAL.
דעמאלטס קען זיך ווידער שלעפן אין קאורט, צי דער רבי האט יא געווארפן בערל פרידמאן אדער נישט.
(מ'קען אבער דעם רב'ין מער נישט רופן...)
Is there such a thing in NY State law as "kol d'alim gvar"
???????
זשוליאני, איך ווייס נישט פון וואנעט דו נעמסט די זיכערע פרעדיקשאנס אז מען גייט געווינען. לויט ווי איך ווייס האבן די זאליס צוויי פון די פיר ריכטער אין זייער קעשענע, און זיי דארפן נישט מער ווי איינעם פון די אנדערע צוויי צו באקומען א זיג.
איך ווייס מיינע קאלעגעס וועלן עס נישט גלייכן, אבער איך מיין אז איך האב גאנץ א גוטער טרעק-רעקארד מיט פרעדיקשנס,
די רעזאלטאט פונעם פסק גייט זיין, "שטאטוס קווא", דאס מיינט די זאליס וועלן בלייבן אין פול-קאנטראל פון אלע בנינים אין וויליאמסבורג, און דער ביה"ח גייט בלייבן בשותפות.
איך וועל זיין שאקט אין סורפרייזד אויב מיר געווינען עפעס בפועל ממשות'דיג.
מקוה איד,
זיי מיר מסביר וואס דו שרייבסט,
גייט דען דא זיין א נייער פסק?,
די אהרונים האבן אפיעלט דעם פסק פון באראש,
אוון די אפעלעט ריכטער גייען פסקענען, AFFIRMED אדער DENIED,
די זעלבע האבן די זאלונים אפיעלט דעם פסק פון ראזענוואסער און
אויף דעם גייען די ריכטער אויך ענטפערן AFFIRMED אדער DENIED
דער פסק קען נישט בלייבן הענגען אזוי ווי ס'איז, ווייל אויב בלייבט
דער פסק ווי עס איז דאן איז דאס א גרויסער געווינס פאר די אהרונים,
ווייל ראזענוואסער האט דאך שוין געפסקעט וואס "סטאטאס קווא" מיינט.
סא, וועלעכע פון דזשאליאני'ס פרעדיקשאן'ס מיינסטו וועלן די ריכטער פסקענען?
לבי אומר לי:
אז דער אפילס קארט וועט נישט וועלען זאגען א קלארע ווארט צו די ראביי אין א קאנג. קען אפזאגען דעם פרעזידענט צוליב א רעליגיעזע נושא.
ווייל די זאך איז זייער א פארצוויגטע און עס וועט נוגע זיין צו אלע רעליגיעזע קארפארעישאן'ס אין אמעריקע. און עס קען זיין אז זיי האלטען אז די אישו געהערט צו א העכערען געריכט ווי זיי.
עס איז דא אסאך מאל ווי דזשאדזש'עס טוען זיך אוועקציען צו א געוואוסע זייטיגע אישו עדי נישט צו דארפען מחליט זיין אויף די שווערערע. (למשל באראש)
זיי קענען זאגען ווי צ.ב.ש., אז עס איז שוין נישט אזויווייט נוגע ווייל מער ווייניגער זענען שוין זאלונים רוב מעמבערס אין וויליאמסבורגער קאנג.אין די ארונים אין אנדערע פירער קערפערשאפט.
א אנדערע אפשען איז איבערמאכען וואלען אין סאטמאר ( וואס דעמאלט וועט זיך אנהייבענן א נייע געפעכט ווער ס'איז מעמבער אין ווער נישט. זיי קענען זאגען אז א ראביניקעל קארט זאל דאס מחליט זיין.) אזוי וועלן זיי פטור זיין צו פסק'ענען איבער די שווערע אישו.
די אפשען פין וואלן האט מען שוין געשמיסט, קען נישט זיין,
לויט די שטאטוטען פין די קהלה קען נאר די פרעזידענט פאררופען וואלן, דא ווייסען מיר נישט ווער עס איז פרעזידענט.
אן אויסטויש וואס איך האב געהאט מיט א זאלי ניק
זאלי ניק:
וואס מיינסטו סטאטוס קווא? איך פארשטיי אז סטאטוס קווא איז ביז עס קומט אן אנדערע קלארקייט. נישט אזוי? ווער און וויאזוי קען דאס קלאר ווערן אויב זיי זאגן סטאטוס קווא?
וואס גייען זיי זאגן אויף באראש פסק?
וואס גייען זיי זאגן אויף ראזענוואסער פסק?
מקוה_איד:
איך בין נישט קיין לויער אין אוואדי נישט קיין נביא.
אבער איך וועל דיר זאגן דעם ריינעם אמת, די סיבה פארוואס איך האב מיך נישט מסביר געווען אויפן פורום איז ווייל ווי מער איך טראכט אריין אין די לאגיק און די שכל הישר פון די אלע אפציעס וואס די אפעלאט ריכטערס קענען טאן, און איך פראביר צו סארטירן אלע היכי תמצא'ס, גייט מיר נישט אריין אין קאפ ווי אזוי די אהרונים זאלן נישט געווינען.
העווינג סעד דעט, בין איך דאך נישט קיין לויער, אפשר פארשטיי איך נישט צו געזעץ, אפשר איז דא א געוויסע פראצעדור וואס גיבט די אויבערהאנט פאר די זאליס.
לבי אומר לי, אז די דשאדשעס וועלן טרעפן א לעגאלע וועג אז די זאליס זאלן בלייבן אין קאנטראל, קען זיין עס וועט זיין זייער פארעווע, קען זיין עס וועט עפענען א טיר פאר די אהרונים צו געווינען דורך א צווייטן וועג, אבער דער דירעקטער רעזאלט פון דער אפעלאט וועט לכאורה זיין, מפטירין כדאתמול ושלשום.
זאלי ניק:
עס גייט דיר נישט אריין אין קאפ וויאזוי די ארוינים זאלן נישט געווינען? ד.מ. דו פארשטייסט נישט וויאזוי די זאליס זאלן יא געווינען?
מקוה_איד:
יא,
איי פארוואס זאג איך אז די זאליס וועלן געווינען?
פרעגסט גוט.
ווייל מיין גאט-פילינג זאגט מיר, די וועג ווי אזוי די פרעצעדור איז ביז יעצט געגאנגען, די סטעי, ביהמ"ד החדש, די משה גבאי פאפירן, דאס זאגט מיר, אז די דשאדשעס וועלן שוין טרעפן א וועג ווי אזוי צו לאזן די זאליס אין קאנטראל.
פונקטליך ווי אזוי? ווייס איך נישט.
MARK MY WORDS
די זאליס גייען באקומען א זיג אויף א וועג ווי קיינער האט נישט פרעדיקטעט, קיין איינע פון די 8 וועגן וואס זשוליאני רעכנט אויס.
יעצט צום שליס:
איך האף אז איך בין נישט גערעכט, איך בין נישט אלס גערעכט געווען
איך ווינדער מיך אויף זשוליאני08 פאר וואס ער האט פארזעהן דעם אפענעם אפשען .
ראזענוואסער דיסמיסט, ווייל עס איז א רעליגיעזיע אישו, אין וואס באראש האט אפען געלאזט זאל געשליכטעט ווערן ביי די דיינים, אין ביז דעמאלסט איז אלעס סטאטוס קווא, דאס איז א ריינע זיג פערמענענט פאר די זאליס, היל"ת.
אין ווי איך הער מאחורי הפרגוד ארבעטען די זאליס טאקע אויף דעם אז די אפעלאט זאל אלעס ארויסווארפן מיטן תירוץ "רעליגיע", אין וואס ראזענוואסער זאגט איז ביי זיי נישט מאסגעבענד
……
בכל אופן א קאפיטעל תהילים קען זיכער העלפן פאר אונז
…………. Guar its this option
פרעדיקשאן 6
באראש - אפהעלד
ראזענוואסער - דיסמיססד
(רעזולטאט. זאלונים געווינען)
BRO567
גערעכט איך האב עס נישט גערילייזד. אויב באראש איז אפהעלד, קענען זיי נישט זאגען אז רז"ל צו ר' אהרן איז די נייע רבי און ער איז
דער וואס נעמט איבער דער כח?
דער זאלי'ס לויער האט געטענהףט אז רז"ל איז דער נעקסטע אין די רייע און מוז אטאמאטיש
איבערנעמען די טאטעס כוחות.
עס איז זייער שווער ווען עס קומט למעשה צו פארזאגן וואס די רעזולטאטן וועלן זיין. נישט נאר
וויל קיינער - איך אריינגערעכנט - נישט בלייבן קיין חוזק, נאר עס איז באמת זייער שווער
אויסצורעכענען דעם שפיל מיט די ריכטער.
זשוליאני ברענגט ארויס 6 וועגן וויאזוי זיי קענען אורטיילן, עס איז דא נאך עטליכע, וואס איך
וויל נישט יעצט אריינגיין, אבער מ'האט שוין ארויסגעברענגט דא אז דער עיקר ווענדט זיך - אויסער
דער "לב מלכים ושרים ביד השם" - אין די טובת הנאה וואס די ריכטער וועלן דערפון האבן.
דער גרינגסטער - און לדעתי איינציגער- וועג וויאזוי די ריכטער קענן ערלעדיגן - אויב זיי האבן
אזא אינטערעסע - אז די זאליס זאלן קענען ארויסקוועטשן א זיג וועט זיין אויב זיי וועלן זאגן אז
זיי מישן זיך נישט אריין ווייל עס איז א רעליגיעזע טעמע, און זיי וועלן אלעס לאזן ביי
סטאטוס-קווא. לכאורה אין אזא פאל וועלן זיי הייסן גיין צו דין תורה, וואס וועט למעשה נישט
צושטאנד קומען ווייל די זאליס וועלן טענה'ן אז זיי גייען נאר צו זייערע דיינים, ווידער א
רעליגיעזע פראגע אין וואס זיי קענען זאגן אז זיי נעמען נישט קיים שטעלונג.
דער איינציגער פראבלעם איז נאר מיט די פראגע, ווער איז סטאטוס-קווא ?, דא ליגט
די זאליס גרעסטע פראבלעם, ווייל ראזענוואסער האט שוין געאורטיילט אז אין אונזער פאל מיינט
"סטאטוס-קווא" ר' בערל פרידמאן, און זיי קענען נישט סתם אזוי אפווארפן זיינע ווערטער.
איז ווידער דער איינציגער לעזונג דערפאר, לכאורה, אז די ריכטער זאלן זאגן אז ראזענוואסער האט
זיך טועה געווען מיט איין נקודה, די זאליס האבן כסדר געטענה'ט אז ר' יעקב כהנא איז געווען
קא-פרעזידענט אינאיינעם מיט ר' בערל. א טענה וואס ראזענוואסער האט אוועקגעמאכט מיטן תירוץ אז
אין די שטאטוטן ווערט נישט דערמאנט אזא זאך ווי א קא-פרעזידענט, און במילא מוז זיין אז עס איז
ליגנט.
אויב אבער די אפעלאט ריכטער וועלן אננעמען - כדי צופרידנצושטעלן די זאליס - אז ר' יעקב איז יא
געווען קא-פרעזידענט אינאיינעם מיט ר' בערל, קומט אויס אז ביידע וואלן פון יאר תשס"א זענען
לעגיטימע וואלן, און וויבאלד למעשה איז ר' יעקב אינעווייניג אין ביהמ"ד בלייבט ער דער
פרעזידענט, ווייל די וואלן פון תשס"א האבן אוועקגענומען פון ר' בערל די אויבערהאנט פון
סטאטוס-קווא, וויבאלד עס איז שוין געשען דא א שטיקל שינוי.
אבער דאס צו זאגן מיינט אז דער אפעלאט מוז מאכן א "פעקט פיינדינג", וואס אין 90% פון די פעלער
וועלן קיין אפעלאט ריכטער נישט טוישן קיין "פעקט פיינדינג" פון א נידריגערן ריכטער, אויסער
אויב עס איז זייער אויפפאלנד און מאדנע דער באשלוס פונעם נידריגערן ריכטער. וואס דא קען מען
זיכער נישט רעכענען אלס אזא סארט.
נאך די גאנצע מגילה קומט מיר אויס קלאר אז די אהרונים האבן יעצט פיל מער שאנסן צו געווינען
אין געריכט, און די זאליס דארפן 'רוקן בערג' אז זיי זאלן קענען ארויסגיין די זיגער.
אבער...
חז"ל האבן אונז שוין געלערנט אז "הר קשה, ברזל מחתכו"... דערפאר איז זיכער אז אלעס איז תלוי
אין ווער, ווען, און וויפיל...
וואס מיר פון דא קענען טון איז בלויז צולייגן א קאפיטל תהלים און א ווארעמע תפילה צום רבש"ע
אז ער זאל אונז שוין באפרייען פון די ביטערע הענט פון די משתלטים על הציבור.
בא_ללמד, כאב פאר אייך נייעס, די אהרונים זענען היינט אין קארט געקומען גרייט און באוואפענט צו אפשלאגן די "קא פרעזידענט" טענה.
קעווין פלאנקעט האט אנגעוויזן א דאקומענט, פון יאר 98' ווי מר. שאונפעלד שרייבט אונטער אז די באורד האט בעשטעטיגט בערל פר"מ אלס "פרעזידענט".
מקוה איד.
דו ווילסט זיכער נישט אז איך זאל זיך נעמען דא אויסרעכענען אלע אפענע דאקומענטן און באווייזן
וואס די אהרונים האבן אריינגעגעבן ביי באראש, ראזענוואסער, און דעם אפעלאט געריכט...
אויב וועט דער אורטייל זיין געבויט אויף געזעץ, יושר, אדער באגריפן, בין איך הונדערט פראצענט
פארזיכערט אז די אהרונים וועלן געווינען, בע"ה !
דעם גאנצן פשעטל וואס איך האב געמאכט איז נאר אין פאל דער אורטייל וועט זיין אנגעוואנדן אין
עפעס אנדערש ווי דאס אויבנדערמאנטע... און דאן איז נישט קיין גרויסע נפ"מ אויב די אהרונים
האבן יא געברענגט א צעטל אדער נישט.
אגב, וואס האט מאללען געענטפערט דערויף ?
The following about the co presidency: ""
[בילד – נישט אפגעהיט]
אזוי ווי דער ציבור דא, זעה איך האט גאנץ גוט מיטגעהאלטן די נעכטיגע פארהער סעסיע אין געריכט.
איז כדאי ווידערצושטעלן מיינע פונקטן וועלכע איך האב אויפגעברענגט מאנטאג (איידער די ארגומענטס) מיט מיינע אבזערוואציעס פון נאך די ארגומענטן. און מאכן א שטיקל ריאלטי טשעק, צי איך בין אין גוטן דירעקשאן אדער נישט.
1) צום אלעם ערשטן איז נויטיג צו באמערקן. אז דער נעכטיגער טאג, מיט אלע קשיות און תירוצים. איז אלעס איין גרויסער נול. עס מאכט אין מיינע אויגן, קיין שום דיפערענץ אינעם פסק וואס די ריכטער געבן ארויס. אדער אינעם ריכטוג וואס זיי נויגן. יא, מ'האט דעם סקאט מאלען גוט צופאטשקעט. אבער מיט דעם אלעם, האטו עס נישט אפעקטירט די ריכטער, אלע פיר מיין איך, אז עס זאל ענדערן זייער שטאנד אינעם לעגאלן סכסוך פון קהל יטב לב דסאטמאר. (און דאס איז געווען מיין שטעלונג נאך איידער די נעכטיגע סעסיע).
רעזולטאט: א פלוס פאר די זאליס.
2) פון מיין קוק ווינקעל, האב איך באמערקט אז רוב פונעם שקלא וטריא פון נעכטן דרייט זיך ארום איבער ריכטער באראש. און נישט איבער ריכטער ראזענוואסער. דאס האט א בלינדער געקענט זען. אז וואס עס דריקט די ריכטער איז נישט צי ראזענוואסער האט געהאט רעכט אריינצורעדן דא (עס איך דאך לכאורה א רעליגיעזע קאנפליקט לויט באראש)... נאר צי איז דער גרענד רעבי, העכער דאס געזעץ פון די שטאטוטען און פון NY STATEA LAW אדער נישט.
רעזולטאט: א פלוס פאר די ארונים.
3) פון מיין קוק ווינקעל האב איך באמערקט אז די ריכטער, מער ווייניגער האבן גאר גוט ארויסגעהאט די קעיס. זיי האבן געליינט אסאך פון די פאפירן, און גוט געליינט. געלערענט עס בעיון. פון זייערע פראגן האט מען געקענט זען אז זיי האבן געכאפט די אומצאליגע סתירות פון די DATES, ווען דער רבי האט מכלומר'שט געווארפן בערל פרידמאן. צי JAN 14 אדער DEC 29. וואס מ'האט געטאן דעמאלטס און וואס דעמאלטס. און אז די סתירות פון די DATES האט געדריקט אויף זייער מחשבה, אלס א זאך וואס מ'קען נישט דורכלאזן. דאס האט מען געקענט באמערקן אויף אלע פון די פראגעס.
רעזולטאט: א פלוס פאר די ארונים.
4) איך גלייב נישט אז ס'איז אפילו נויטיג ארויסצוברענגען אז 1) SCOTT MOLLEN האט זייער מיאוס געפוטשט. 2) דער אנדערע אלטער שיכור רובין, האט סתם פארברענגט זיין צייט, און נערוועז געמאכט די ריכטער, און אליינס נישט געוואוסט פארוואס ער איז בכלל געקומען רעדן. 3) KEVIN PLUNKETT האט געמאכט א סופער דזשאב. און ארויסגעברענגט די אישוס מיט א קלארקייט און צו דער זאך. קורץ און זייער שארף.
רעזולטאט: א פלוס פאר די ארונים.
די בעסטע פארט איז געווען ווען פלאנקעט האט אראפגעלייגט וויאזוי ער גייט רייך ווערן, ער גייט ווערן א ראביי, אויפבויען א מלוכה, און נאכדעם אלעס פארקויפן פאר זיין אייגענע טאש, אן קיין טעקס...
און איך האלט אז דו ביסט נישט גערעכט, ס'מאכט יא זייער אסאך אויס פאר די דזשאדזשעס, נישט ווייל זיי ווערן עפעס געוואר יעצט, אבער קיינער וויל נישט זיין קיין fool, און נאך די מעכטיגע זשאב פון פלאנקעט גייט אפילו שמידט האבן א פראבלעם.
דאס איז קלאר אז מ'האט געזען פון זיי אלע אז זיי האבן שטארקע פראבלעמען מיט באראש, אבער ס'קען זיין אויך א שלעכטע סימן, אז זיי האלטן קלאר אז לויט באראש זענען די זאליס געווינערס, נישט ווי ראזענוואסער האט געזאגט.
זשוליאני08
וואס האט געמיינט די 4 פרעמדע ריכטער וואס זענען נישט אויפן קעס וואס זענען דארט געווען?
און די אלע פרעמדע לויער קאמפניס?
זענען זיין געווען פאר אינטערסאנט קייט?
אדער אויב מ'וועט דארפן א 5 ריכטער וועט מען נעמען אייע פון די?
מאנכע פרעגן מיך אין איש, וואס עס האט פאסירט אז סקאט מאלען האט אזוי אנגעזעצט.
איך שפיר אז עס פעלט א קלארקייט אין דעם ענין.
SCOTT MOLLEN האט נישט אנגעזעצט. ער איז געווען גוט צוגעגרייט. דער פראבלעם איז נישט ער.
דער פראבלעם איז זיין CASE. דער פראבלעם איז די געשטיקעלט מעשה וואס די זאליס האבן אים צוגעשטעלט. האלבעטע און גאנצעטע ליגענטס מיט סתירות.
אויסער דעם איז דער גרעסטער פראבלעם, דאס געזעץ פון NY STATE. און זיי ווייסן עס אליין. קיינער איז נישט העכער דאס געזעץ אפילו סאטמאר רבי אויך נישט. נישט קיין אינטערשייד ווי הייליג ער איז, איז ער נישט העכער דאס געזעץ, און אויב ער זאל אפילו וועלן ווארפען דעם פרעזידענט, דארף ער אויך אויספאלגן דעם פראצעדור פון די שטאטוטען, און דעם פראצעדור פון די RCL, דאס געזעץ פון RELIGIOUS CORPORATIONS LAW.
עס האט זיך אנגעזען אז די ריכטער האבן געליינט דעם אינטרעסענט טשארט וואס די ארונים האבן אריינגעגעבן א שטיק צייט צוריק, וואס צייגט אויף די צעמישטע סתירות פון די זאליס.
דער דאקמענט איז אריינגעגעבן געווארן ביי ראזענוואסער און ביים אפעלאט אויך.
באטראכט עס גוט.
[בילד – נישט אפגעהיט]
The following in mollens response
[בילד – נישט אפגעהיט]
אונגארישער.
מאכסט מיך לאכן. און ברענגסט מיר צו מאלענ'ס הוכחה....
געוואלד און געשריגן.
שעהנפעלד איז זיך סותר צווישן זיך אליינס.
קוק וועסטו זעהן
וואס איז דיין תירוץ?
ווערטהיימער זאגט קלאר אז מ'האט געווארפן בערל פרידמאן נאך JAN 14, ווייל ער האט געמאכט די א' שמות אסיפה.
דאס זאגט דאך קלאר אז זיי האבן געטוישט די מעשה.
--------------------------
דער פראבלעם איז אבער, אז פאר די ריכטער האט סקאט מאלענ'ס תירוץ נישט פארענטפערט די קשיא.
די הארבע סתירות און קאנפליקטן שפרינגען אין די אויגן.
איינער ווייסט פאר וואס די זאליס האבן נישט גענימען באטרא פאר לויער?
דאס שרייבט באטרא און ח.א.ס
זשוליאני שרייבט און "כל העולם כולו" ווי פאלגענגד:
פון מיין קוק ווינקעל האב איך באמערקט אז די ריכטער, מער ווייניגער האבן גאר גוט ארויסגעהאט די קעיס. זיי האבן געליינט אסאך פון די פאפירן, און גוט געליינט. געלערענט עס בעיון. פון זייערע פראגן האט מען געקענט זען אז זיי האבן געכאפט די אומצאליגע סתירות פון די DATES, ווען דער רבי האט מכלומר'שט געווארפן בערל פרידמאן. צי JAN 14 אדער DEC 29. וואס מ'האט געטאן דעמאלטס און וואס דעמאלטס. און אז די סתירות פון די DATES האט געדריקט אויף זייער מחשבה, אלס א זאך וואס מ'קען נישט דורכלאזן. דאס האט מען געקענט באמערקן אויף אלע פון די פראגעס.
אבער וער עס ווייסט און האט געהער די ענטפער האט נישט קיין פראגן
קיין שום סתירה
איינמאל האט עם דער רבי געווארפן פון ראש הקהל'שאפט, דאס איז געווען זאגענדיג די שליחות פאר ר' יעקב הערש שעהענפעלד פרייטאג
און די צווייטע מאל האט עם דער רבי געווארפן אויך פון מעמבער'שאפט ה' שמות, פאר'ן שטיין אין שפיץ פון די אסיפה המורדת פון אי שמות.
מיין פרעדיקשאן:
אזוי ווי די זאלונים האבן אזוי ליב צו רעדן פון זייער "נעילת החג",
איז מיין פרעדיקשאן אז...
עס דערנענטערט זיך זייער,
נעילת החג ! ! ! [בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט][בילד – נישט אפגעהיט]
We've predicted that too many times in the past already
יעדן דינסטאג, לייגט מען ארויף אויף די קאורטס וועבסייט אלע קעיסעס וואס מ'האט גע'פסק'נט דעם נעכטיגן מאנטאג.
דא קענט איר האלטן אן אויג דערויף.אויפן ליסטע איז דא נאך צוויי ידישע קעיסעס, 1 איז הערשי ברייער אקעגן קהל צמח צדיק
ד'סקווירא, ווייסט איינער וואס טוט זיך אין סקווירא?
ביסט א סקווערער?
אדער דו זוכסט סתם אריינצקריכן אין יענעמס געמויזעכטס.
Does anyone know why the second department did not
decide ANY cases this week?
!It's unprecedented
http://www.courts.state.ny.us/reporter/slipidx/aidxtable_2.htm
זיי קענען נאך ארויסגעבן א דעסיזשאן פרייטאג?
לויט מיין עקספיריענס [בילד – נישט אפגעהיט], איז דאס צוליב די יולי 4 אמעריקאנער יום העצמאות.
די געריכט קלוירקס מיט סעקרעטארן, זענען זיך צולאפן אויף וואקאציע, נישט וויסענדיג די הונדערטער סאטמערע פארק באזוכער, שטייען נעבאך אזוי הילפסלאז, און ווערן צושאסן פון נייגער.
כאפטס אריין א וואדקע
דער דאטום ווען עס איז דעסיידעט געווארן, איז נישט דער טאג ווען עס גייט ארויף אויף דעם קאורט וועב סייט.
עס קען געלייגט ווערן קומענדיגע וואך מיטוואך א ליסטע מיט קעיסעס, אבער עס וועט דאטירט ווערן אויף דעם דאטום פון היינט.
כאפטס אריין א וואדקע
תוקן על ידי - ארענדאר - 30/06/2006 21:42:14