היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » ברעקינג ! רבנים ציען צוריק פין די קול קורא

ברעקינג ! רבנים ציען צוריק פין די קול קורא

120 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2631110
בלאט: 1 2 3

ארגינעלער » 26/5/2009 07:06

ס'קומט א ידועה אז א שיינע צאל רבנים האבן שוין צוריק געצויגן פין דעם חזיר מילך שטערנ'ס קול קורא
ווערנידג געוואר דעם שקר גס וואס ליגט אינטער דעם.

פרטין יבאו.

תוקן על ידי ארגינעלער ב- 26/05/2009 7:03:40

באלאנד » 26/5/2009 08:09

יא יא, די שלעזינגער/לאוב קליקע זענען געפאלן אונטער שרעקליכע פרעשור, הלמאי עס הערשט א ווארימער געפיל ביים ציבור צו גיין מארגן מוחה זיין, און דא גייט ר' אליקים שלעזינגער ווערן בזוי ומבוזה פאר די גאנצע וועלט ווען עס וועט ארויסקומען דאס ביטערע מציאות אז ער מיט זיינע קינדער פארקויפן זיך פאר אפאר טאללער, פרובירן זיי יעדע פאר מינוט צו ערשיינען מיט פרישע העדליינס ווי זיי פרובירן אנצוזייען א צומישעניש ביים ציבור. אבער והוא לא תצלח!!!

לעבעדיגער » 26/5/2009 08:40

היינט מאנטאג אויפדערנאכט - אין דער זעלבער טאג ווי די קול קורא קעגן רב שלעזינגער איז ערשינען - איז ארויסגעקומען א בריוו פון רובה דרובה נייטראלע רבנים - וואס מיידלעך שטערן האט אריינגעכאפט אויף זיין קול קורא -  ווי זיי ציען אלע צוריק !!

די רבנים זענען געוואויער געווארן וואס די האנדלט זיך און איבער וואס די רעדע איז, וואס "שטערן ענד קאמפני'ס"  אמת'ע מטרה איז, די שמוץ אין וואס זיי זענען אריינגעשלעפט געווארן. און זיי האבן אלע צוריקגעצויגן פון זייערע פריערדיגער שטעלונג אז מ'זאל גיין מחזק זיין שטערן'ס עצרת אונעם מאריאט האטעל . אלע זאגן עס יעצט אפ!

די רבנים אויפן נייעם ערשינענער בריוו זענען:

כ"ק אדמו"ר מ'סקולען שליט"א

הגאון רבי מלכיאל קאטלער שליט"א – ר"מ ביהמ"ד גבוה ד'לעיקוואד

הגה"צ שמואל זאב ליכטער שליט"א - אבדק"ק כוונת הלב

הרה"ג חיים אברהם דובער פלאהר שליט"א – ראה"כ זכרון מנחם

הרה"ג מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א – אבדק"ק נייטרא, מאנסי

הרה"ג משה הלוי ראזנער שליט"א – אבדק"ק פאפא, מאנסי

הרה"ג משה יהודא מייזעלס שליט"א - אבדק"ק אבני שלמה, מאנסי

 

עס בלייבן איבער בלויז די עטליכע פעיראל דיינים, רב מארגענשטערן און ר' חיים יושע וואס האבן סייווי אינטערגעשריבן נאך פאר זיי האבן געוויסט פון וואספארא ענין מ'רעדט דא.

ס'ארא ביזיונות דאס איז. אךךךך.... א שווערע וואך פון בריוו'ן פאר די זאלי'ס...

עס קען נאך ווערן בעסער??


(א פאטא-קאפי פונעם "גילו דעת" וועל איך אי"ה שפעטער ארויפלייגן)

ארגינעלער » 26/5/2009 12:37

ב"ה דעא אייבישטער האט אינז נישט אביערגלזאזט הגאון ר' אליקים שלעזניגער קענען מען נישט טראסטן ווייל ער פארקויפט זיך פארקויפט פאר געלט ציזאמען מיט זיינע קינדער.

ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן רב הראסס סטריט עולמי ציזאמען מיט זיינע בניו הקדוישים
פארקויפט זיך נישט פאר קיין געלט.
 
ס'קען נישט זיין בעסער פין דעם.

ארגינעלער » 26/5/2009 12:54

[בילד – נישט אפגעהיט]

לעבעדיגער » 26/5/2009 16:23

באלאנד, האסט נעכטן געוואלט וויסן עפעס מער וועגן סקולען'נער רבי'ס הכחשה, נאדער האט איר עס. קוקט דא אויבן..

אז די ווילסט וויסן שטערקער דעם אמת, פארזוים זיך נישט, פארט אריבער למעון קדשו פון אדמו"ר מסקולען און פרעגט אום אן חוות דעת קדשו וואס ער האלט (אדער ווי געווארט שרייבט, וואס ר' מנשה האלט..)

דעקלעראציע » 26/5/2009 18:40

אפדעיטס פין די מערכה

1) מילך שטערנ'ס לווי' צעטיל איז דא אין אלע בתי מדרשים ווי די רבנים לייקענען אין זיין אינוואלוואט.

2) הגז"ל קאלט פרעזנדליך רבנים דערווייל קלאפט ער אן אין טויטע באנקעס.

3) סוקלנער יונגעלייט רייסן מילכ'ס שטערן פאשקעוויל פין איבראל ווייל מען איז מבזה זייער רבי'ן.

4) די זאליס זענען קראנק אז די בני ברק'ער קול קורא ציט קיין אין בית דין נישט צוריק
אין דא ציען צוריק זייער אייגענע רבנים.

5) בן פראדל איז קראנק וואס דא טוט זיך, דא האט ער פארלוירן די רבנים אין ארץ ישראל
אין יעצט לאכן דא רבנים אין אמעריקע פין אים, זיין טעראר מאשין פין פריעת בעל חוב מצוה
האט אויסגעוועפט.

בלעקבערי » 26/5/2009 18:47

פיר א זייגער פארטאגס האט הגאון רב שלעזינגער גערעדט צים סוקלנער רבי'ן שליט"א
אין סוקלנער רבי האט אים געזגט אז ער האט קיינמאל נישט אינטער געשריבן
אין ער גייט זיך נישט משתתף זיין ביים פראטעסט.

לעבעדיגער » 26/5/2009 19:11

די זאלי'ס זענען שרעקליך צושפילט פון דעם "גילו דעת" און פארפירן יעדע מינוט מיט אימעיל'ס נאכמאל און נאכאמאל אז דאס איז שקר און די רבנים האבן נישט צוריק געצויגן.

מיר האבן ש טיקל עצה ווי זיך איברצוצייגן ווער עס זאגט אמת.

אויב זעהן מיר איינע פון די רבנים וואס האבן אינטערגעשריבן אויפן גילו דעת אז זיי וועלן זיך "יא" באטייליגען ביים היינטיגען עצרת דאן וועלן מיר וויסן אז דער גילו דעת איז שקר און אויב באטייליגן זיי זיך נישט נאכדעם וואס זיי האבן דאך אינטערגעשריבן אז יעדער זאל זיך באטייליגן דאן וועלן מיר וויסן אז דער גילו דעת איז יא אקוראט!

לאמיר אויסווארטן עטליכע שעה און זיך איבערצייגן.

יכול » 26/5/2009 19:44

[בילד – נישט אפגעהיט]

באלאנד » 26/5/2009 19:56

עס איז א שאד פארוואס מען מאכט זיך אפילו וויסנדיג פון די שלעזינגער/לאוב ענד קא. פאשקעווילן, דאס איז דאך פונקטליך וואס זיי ווילן, אנזייען כאאס און בלבול המוחות ביים ציבור אנ"ש אלעס צו פארשטערן די הצלחה פון דעם מעמד קידוש השם ועצרת רבתי היינט נאכט אין מערריאט האטעל.

מבני_בניו » 26/5/2009 20:12

באלאנד, א נארישע קשיא
דו האלטסט טאקע אז די מערכה קעגן די פראטעסט וועט "שטערן" די הצלחה דערפון?
דו ווייסט אליינס אז אלע זאליס גייען ארויסקומען יעצט מיטן גאנצן התלהבות מוחה זיין קעגן די אדירי התורה ר' אליקים שלעזינגער און ר' אהרן טייטלבוים פאר די חוצפה פון זאגן אנדערש ווי דעם מנוול מיילעך שטערן

די מעריאט זאל איז זייער גרינג אנצופילן, טויזנט מענטשן און סאיז געפאקט

די מערכה וועט דוקא פארזיכערן אז די זאליס גייען אהיימקומען העפי אז סאיז געווען "ברבבותינו" [???]

דא יעצט איז נאר די איינציגע שאלה וועלכע רבנים זענען יא גרייט זיך ארויסצושטעלן קעגן הגאון האדיר ר' אליקים שלעזינגער שליט"א און וועלכע נישט.

ביי מיר איז קיין שום ספק נישט אז אפילו די אנדערע אונטערגעשריבענע וואלטן אויך צוריקגעצויגן ווען זיי ווייסן וואס דא גייט אמתדיג פאר, אויסער פארשטייט זיך די פעיראלל דיינים

ארגינעלער » 26/5/2009 20:16

שוין, ווייסען מיר שוין וואס יצחק שטערן האט געזאגט, יעצט קען איינער ברענגען עפעס וואס יצחק שטערןס ווייב האט געזאגט? איך מוז וויסן..

רבי_יונה » 26/5/2009 20:16

יצחק שטערן - מילך שטערן
די זעלבע באגלייבט.

טראק » 26/5/2009 21:01

ברעקונג!

יעצט האבן כ"ק אדמו"ר מקוויאשד שליט"א און הגה"צ רבי יצחק מאשקאוויטש שליט"א הגה"צ רבי יושע רובין שליט"א צוריק געצויגען זייער חתומה.

טראק » 26/5/2009 21:10

פאנגט אן צו ציילן, פון די אע חתימות מיט וועם די זאליס זענען געבליבען.

1... 2... 3... 4... אה נאך איינער... שאפראן.......

פעראל רבנים פעראל רבנים ותו לא.
[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יונה » 26/5/2009 21:33

עס בלייבט איבער די הייליגע פעיראלל בד"צ ואלו הם:

הרהצה"ק רז"ל טייטלבוים שליט"א
הרהצה"ק ריח"ם פרידמאן שליט"א
הרהצה"ק רח"ד כ"ץ שליט"א
הרהצה"ק רז"ל פילאפף שליט"א
הרהצה"ק רש"ל וויינבערגער שליט"א
הרהצה"ק משאפראן שליט"א
הרהצה"ק רמ"מ טירנויער שליט"א
הרהצה"ק מניימארק שליט"א
הרהצה"ק מקאשוי שליט"א
הרהצה"ק מיאוואזשנא שליט"א
הרהצה"ק מבראד שליט"א
הרהצה"ק מלאשאנץ שליט"א

קיין אנדערע רבנים וועט מען נישט זען היינט ביינאכט !

לעבעדיגער » 26/5/2009 21:57

א איד זאגט מיר היינט א גוט ווארט.

ביינאכט האט די גאנצע זאלי קאמפאני געהאנגען צעטלעך... צופרי ווען ס'איז ארויסגעקומען די הכחשות און גילוי דעת, האבן זיי געוואלט רייסן די צעטלעך און הענגען די רבנים!!...

לעבעדיגער » 26/5/2009 23:46

(באקומען פריער אין אימעיל)


אזווי די מהרסים טראגען יעצט ארום שמועות אז די רבנים האבען קיינמאל נישט אינטערגעשריבען די גילו דעת, באגלייט מיט עדות פין א באקאנטע שקרן ואכמ''ל, ווילן מיר זאגען די פאלגענדע:
דער אמת וועט זיך יעדער איבערצייגען ווען מיר וועלן ארויסגעבן די ארגינעלע חתימות פין אלע אינטערגעשריבענע רבנים.

ווי אויך די שמועס פין היינט אינדערפרי פין הגאון ר' אליקים שלעזינגער שליט''א מיט כ''ק אדמו''ר מ'סוקלען שליט''א, ווי כ''ק אדמו''ר מסוקלען האט זיך שארף אויסגעדריקט קעגן די בעלי מחלוקה אין התגרות באומות

טייערע אידן געדענקט: והוי זהיר בגחלתן!

פאקטן:
וועד להצלת בתי עלמין באיירופה ווערט געפירט דורך רבנים מבהקים, צווישען זיי הרה''ג רבי אליקים שלעזינגער שליט''א, הרה''ג רבי חיים מאיר וואזנער שליט''א, הרה''ג אהרן דוד דוננער שליט''א ועוד, אין יעדע החלטה ווערט געמאכט ציזאמען מיט הגאון הגדול פוסק הדור בעל שבט הלוי שליט''א.

ווי אויך האבען די עדה החרדית אפגערופן די פראטעסט אין ארה''ק וואס האט געדארפט פארקומען נאך פסח העעל'ט, דורך דעם אויבנדערמאנטען שטערן.

וואס דארפט איר מער ווי דעם אז כ''ק אדמו''ר מ'פשעווארסק שליט''א האט בשו''א נישט געוואלט מתחילה אינטערשרייבען דעם א''ג קול קורא, אזוי אויך נאך צענדליגע רבנים וואס שרייבען כסדר אינטער אין שטיצען אלע עצרת'ן פין יהדות החרדית.

(דערמאנט אייך וויאזוי די קול קורא'ס פין די פאריגע פראטעסטן אין עצרת פאר סיי וועלכע ענין, האבען אויסגעקוקט)

ווי אויך האבען די חברי ביד''ץ התאחדות הרבנים שטרענג  אנגעזאגט דעם ''שטערן'' אין עולם המחלוקת אז ער מעג נישט ניצן זייער דרוקסארט (לעטערהעד) פאר זיינע מעשים שפלים.

ס'איז א שפיל מיט פייער!

אגב, איר געדענקט נאך די ליגענט אז סקוואדראן איז קעגן מציצה בפה??..

מיר האפען צו אינפארמירן דעם ציבור אין די קימענדיגע וואכען ווען די מעמד פין לוי פין הייליגע עצמות וועלן פארקומען אין שטח הביה''ח ע''פ פסקו פין הרבנים הגאונים הנ''ל

לעבעדיגער » 27/5/2009 01:25

עס איז פריער געקומען א מעלדונג פון שטוב פון האדמו"ר מסקולען שליט"א אז ר' זלמן לייב פערזענליך האט פארלאנגט א מיטונג ביי אים אויף היינט נאכמיטאג.

איך ווייס נישט וואס עס איז צום סוף געווארן, אויב עס איז צושטאנג געקומען צו נישט, אבער אויב לייגן זיי אזויפיל פרעשור לאזט זיך גייבן אז דער סקולענער וועט זיך באטייליגן ביים זייער עצרת.

אויב איינער האט מער אינפארמאציע איבער דעםמיטונג ווערט מען געבעטן צו מעלדן.

willimoni » 27/5/2009 01:44

די שמועות קומט פון זייערע אייגענע מענשטן, זעהט אויס אז מענצער האט די ריכטיגע שליסלען

ארגינעלער » 27/5/2009 02:35

ד זאליס זענען געפערליך אין כעס אויפן סוקלענער רבי אז ער האט צוריק געצויגן פין די קול קורא
הגז"ל, מיט סוקלענער רבי'ס גבאי שמעון ישראל פריעד, פרענדליך האבן זיך געבעטן צי אים ער זאל קומען, אבער ער וויל נישט. 

זיי האבן פרובירט ער זאל רעדן אין א הוק אפ אפילו נאר צוויי ווערטער האט ער אויך נישט געוואלט.

דערווייל הייסט עס יעצט אז מען גייט איינעם אויף שטעלן רעדן כלומר'שט איינער וואס האט גערעדט צים סוקלנער רבי אז ער הייסט יא גיין.

ארגינעלער » 27/5/2009 06:03

כמעט קיין שים רב וואס באקומט נישט קיין פעיראל האט זיך נישט באטייליגט
דער אויבן האט אויס גכקוקט חלשות

סוקלנער רבי'ס איידים וויינבערגער ( ר' שלמה לייב וויינבערגערס ברידער פין די חברי הלישקע )
האט אויף געטרעטן אז זיין שווער האט נישט צוריק געצויגן
דאס איז געקומען נאכדעם וואס סוקלנער רבי'ס זין האט נישט געוואלט רעדן זאגנידג אז ס'איז א הוילע ליגענט וואס מען זאגט נאך אין זיין טאטע'ס נאמען  

ארגינעלער » 27/5/2009 06:11

די אלע וואס האבן חוזר זענען קיינער נישט געווען

הרה"ג ר' יחזקאל ראטה
פאפא רב
ווינער רב
ר' טודרוס זילבער
ר' מענדל זילבער
גלאנטער רב
דינוב רבי
צעהלימער רב
רב ליכטער
ר' הלל וויינבערגער
רב ביק
די זענען נישט געווען

נישט פארגעסן ר' טשיי יעקב שטבויער איז יא געווען

פעטרסאן08 » 27/5/2009 07:30

איינער שווערט זיך מיר אז ר' ישעי' יעאנקל שטויבער האט געהייסן דיר עולם זיך אראפ זעצן אויף דער ערד
טאמיר ס'איז וואר איז ער דער גרעסטער לץ ביי די שטויבער'ס ער פאקט איין זיין ברידער דער מארשעליק שלמה הערש אין ליצנות

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/05/2009 9:08:38

באלאנד » 27/5/2009 08:21

קדש את שמך על מקדישי שמך וקדש את שמך בעולמך! מיט די ווערטער הייב איך אן מיין קורצע באריכט (איך האף מארגן וועט שוין דער עולם קענען ליינען דעם איד באגלייט מיט אלע פרטים און בילדער פון דעם עצרת) פונעם היינט נאכטיגן מעמד קידוש שם שמים וואס איר אפקלאנג גייט מסוף העולם ועד סופו אז מיר אידן מאמינים בני מאמינים נאמנים לד' ולתורתו זענען נישט איינשטימונג מיט די כת פשרנים הר' אליקים שלעזינגער ושותפו הר' אהרן טייטלבוים וההולכים בעקבותם וואס זענען גרייט מאיזה סיבה שהוא מפקיר צו זיין די מקום מנוחתם פון אבותינו ורבותינו הקדושים אשר בארץ המה. און יעצט צום קורצן ס"ה: דער ברוקלין מעריעעט האטעל איז געווען אויסגעשטעלט צו קענען אקאמאדירן 3500 זיץ פלעצער, ממש א שעה נאכן פתיחת המעמד האט די פאליציי אפגעשפארט דאס זאל צוליב די איבערפלוס פון אנ"ש וואס האבן זיך משתתף געווען, עס איז געווען א מחזה הוד אנקומענדיג קיין דאונטאון ברוקלין זעהנדיג ווי טויזענטער אידן שטייען אויפן גאס אין פארענט פון זאל ווארטנדיג אריינצוגיין. דער יו"ר המעמד איז געווען דער באגאבטער מנה"ר פון ישיבתינו הק' הרה"ג רבי נפתלי בלומענפעלד שליט"א וואס האט באצויבערט דעם עולם מיט זיינע פערל ווערטער, און צוגאב צו די ביטערע פאקטן פון די השתלשלות המערכה. דער אויבענאן איז געווען פיהל מיט הרבנים הגאונים הצדיקים שליט"א תלמידי וחסידי רביה"ק זי"ע ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א ובית דינו הצדק, ספעציעל איז געווען די ערשיינונג פון הגה"צ אבדק"ק באבוב שליט"א וואס איז געקומען בפקודת זיין געהוינענעם שוואגער כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א און באגלייטונג פון די בחורי חמד פון די באבובער מתיבתא (וואס אויפן באפעל פון באבובער רבי'ן שליט"א האבן זיך אלע בחורים משתתף געווען). עס האבן אויפגעטראטן מיט פלאמפייערדיגע דברות קודש ומחאה (איך געדענק נישט אלע) הגה"צ רבי משה מנחם טירנויער שליט"א דומ"ץ סאטמאר מאנטריאל וואס איז ספעציעל געקומען צו פארן צו דעם מעמד, הגה"צ רבי זלמן לייב פילאף שליט"א חבר הביד"ץ, הרה"ג רבי ישעי' יעקב שטויבער שליט"א וואס האט פארגעזאגט די ספעציעלע תפילה מיסודו פון רבי חיים פלאגי' זצ"ל אנטקעגן די ביטערע גזירה פון חיטוטי שכבי, הרה"ג רבי מרדכי בעק שליט"א ראש ישיבה וואס האט אויפגעטראטן מיט א גאר דערהויבענע דרשה, הרה"ג רבי שמעון יואל וויינבערגער שליט"א דומ"ץ סקולען-ווילאמסבורג וואס האט געברענגט שליחת קדשו פון זיין שווער כ"ק מרן אדמו"ר הגה"ק מסקולען שליט"א. ווי אויך האט הגאון הגדול רבי מלכיאל קאטלער שליט"א ראש ישיבת לעיקוואד געשיקט זיינע ווארימע דברי חיזוק ועידוד צום עצרת. אזוי האבן אויך אויפגעטרעטן די עסקנים ושתדלנים הרב ברוך פרישמאן שליט"א וואס איז באוויסט מיט זיינע פילזייטיגע פעולות לטובת הכלל, הרה"ח ר' משה דוד נידערמאן הי"ו וואס האט אויסגעשריגן דאס וויי געשריי פון די חילול בתי חיים און שפאניע בפרט און אין גאנץ אייראפע בכלל, הרה"ג רבי מרדכי ברילל שליט"א וואס איז געווען דער אנפירער פון דעם מעמד מרומם וועלכע האט געשלאסן דעם אווענט מיט די רעזעלוציעס, הרב אלימלך שטערן שליט"א מראשי עסקני אתרא קדישא. א ספעציעלער רושם האט אויך געמאכט די דברים היוצאים מן הלב פון דעם שפאניער איד א נו"נ דורי דורות פון די קדושי שפאניע וואס האט פארציילט ערשט האנטיגע עדות'שאפט איבער די גראבונגען וואס קומען ליידער פאר אויפן ארט. מיט קבלת עול מלכות שמים איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר רבי אייזיק מספינקא שליט"א. דער ציבור איז זיך צוגאנגען מיטן געפיהל אז מען האט געהאט די זכי' ארויסצוברענגן אונזער קול מחאה אויפן שענסטן פארנעם, גלייכצייטיג שעפשענדיג א הייסע תפילה ובקשה צום בוכ"ע אז מען זאל שוין אויפהערן צו מחלל זיין די קברי הקדמונים די בכל אתר ואתר און מיר זאלן זוכה זיין אז עס זאל שוין זיין יקוצו וירננו כל שוכני עפר בביאת משיח צדקינו בב"א

פעטרסאן08 » 27/5/2009 08:28

די לץ באלאנד

ווי זענען אלע ערנסטע רבנים פין גרעיטר ניו יארק געווען פארוואס האט זיך קיין ערנסטער רב רבי דיין נישט משתתף געווען

אין א נייער תירוץ די פאר רעוולעך שיקן שליחים

פארוואס האט סוקלנער רבי נישט געהאט די זעלבע מסירות נפש ווי ביי תימן

די תירוץ איז ווייל אלעס איז פאליטיק, אתרא קדישא פארטרעט נישט כלל ישראל מער 
זיי פארטרעטן נאר די זאליס 

ווי איז געווען ר' לייביש'ס לייזער שליח ?  פארוואס האט ער נישט געשיקט  

באלאני

פעטרסאן08 » 27/5/2009 08:30

האט דער מטורף בלומנפעלד געהקאט אויף די ברבבותנו צעטליך ?

תוקן על ידי פעטרסאן08 ב- 27/05/2009 8:27:35

באלאנד » 27/5/2009 08:38

פעטערסאן איך בין שאקירט אז די בוסט גרייט צו שענקן פאר די זאליס אזא הצלחה און סוקסעס ווי מיר האבן היינט געהאט וואס לשיטתך האט זיך דארט קיין איין פרעמדער נישט באטייליגט, זענען די זאליס טאקע אזוי גרויס?

פעטרסאן08 » 27/5/2009 08:45

שטעלטס ענק פאר ווען ס'ווען טאקע דא 3500 בענקלעך וואספארא נאמבער עטץ וועלטס ווען געזאגט מן הסתם 6000

פין דיינע נאמבערס זע איך אז ס'איז נישט געווען קיין 2000 בענקלעך

דעס הייסט נישט קיין סוקסעס ,דעס איז נישט קיין % 10 פראצענט פין סאטמאר ניו יארק מיט די בחורים

תוקן על ידי פעטרסאן08 ב- 27/05/2009 8:45:32

ביז_אהער » 27/5/2009 08:47

סאו נאך אלעם זע איך אז ס'איז טאקע נישט געווען קיין התגרות באומות, ס'איז נישט געווען קיין פראטעסט קעגן שפאניע נאר קעגן די גדולי הדור. אבי נאר דאס.

באלאנד » 27/5/2009 08:50

האסט נישט גוט פארשטאנען דאס איז געווען א פראטעסט קעגן די מדינת שפאניע און די א.ג. גדולי הדור געלט גייציגע רע-בנים הגר"א שלעזינגער/הרב לאוב און די שותפים.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/05/2009 9:09:24

פעטרסאן08 » 27/5/2009 09:02

יעצט קענען די ערליכע יודן קלעמין וויקטארי.

אמאל ווען אתרא קדישא האט געמאכט א פראטעסט איז דאס געווען מיט בדי אטיילנוגונג פין אלע גדולי הדור אין יעדעס מאל פין אריבער 10000 יודען אפגעשפארט גאנצטע גאסן אין ניו יארק

היינט נישט קיין גדולי אין אפילו לויט די גרעסטע אפטעמיסין ביי ד זאליס מיט די בחורים איז געווען 3500 מענטשן

די אהרוינים האבן גוט צישאסן די זאלי פירמע אתרא קדישא מען האט זיי נוטראלייזט.
 
קיין איינע פין די גדולי הדור האבן זיך נישט משתתף געווען וויסענדיג דעם חילול השם ותרתו
כלל ישראל האט א פיינע נאז מען שמעקט מי לה' ומי לבעל

מען ווייסט ווער ס'פארקויפט זיך פארגעלט, מען ווייסט ווער ס'איז א ירא השם, אין ווער ס'איז מינוויל 
אין פארדעם האט עטץ געהאט דעם דורכפאל.
 
ווער געדענקט ווען מען האט געפאמפעט אז די זאליס האבן אלע גדולי הדור. 

קאמנטארען זענען איבריג.  

בשמחה_תמיד » 27/5/2009 09:13

אויפפאדערונג מטעם די הנהלה.

מ'בעט אלע חשוב'ע שרייבער זיך צו האלטן צו די תקנות הפארום, אפילו אין ברען פון א היציגן ויכוח.

באלאנד » 27/5/2009 09:23

פארגעסן צו ערווענען די פלאמפייערדיגע דעת תורה וואס איז געהערט געווארן פון הרב הגאון הגדול רבי אשר קאלמנוביץ שליט"א מראשי ישיבת מיר, וואס האט ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די כפירה און השארת הנפש וואס דאס איז דער גורם אז מען זאל זיך נישט אננעמען פאר די קברי קדמונים און לאזן מאכן פשרות וויאזוי מען מעג יא גראבן.

פעטרסאן08 » 27/5/2009 09:27

אן אגודיסט ?

פעטרסאן08 » 27/5/2009 09:31

באלאנד איך מיין די האסט אויס געלאזט די פאלם פייערדיגע ר' ישע' יאקל שטויבער פורים שפיל

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 27/05/2009 15:29:17

באלאנד » 27/5/2009 09:35

הגאון הגדול רבי יעקב קאמינעצקי זצ"ל איז נאך עני טיים געווען אזא אגודיסט (איך בין הכלל נישט זיכער אז דער מירער ראש ישיבה איז אן אגודאי, אבער לו יצור אז יא) אין ער האט כמה פעמים אויפגעטרעטן ביי ריזן דעמאנסטראציעס, ספעציל ביי חיטוטי שכבי. און אז מען רעדט שוין פון אגודיסטן זאג מיר נאר, הר' אליקים שלעזינגער וואס איר פאסמאקעוועט זיך מיט אים אזוי ארום לעצטענס איז א אגודיסט? הר' אהרן טייטלבוים האט א שווער א אגודיסט? הר' חיים צבי מייזליש וואס איז דער יו"ר צוות השלעגער'ס אין בני ברק איז א איידעם ביי א אגודיסט?

פעטרסאן08 » 27/5/2009 09:43

אז מען געט די הענט פאר חברי כנסת אין מען לאכט צי זיי
איז שוין גארנישט קיין איסור.

דער אגדוסיט קאלמענוויטש איז שוין א מעלה.

נאך א פלא צי אגודים איז מען אנגעקומען, אבער קיין איין היימשיען גדול קען מען נישט געקענט דערליווערן.

הרוצה לשקר ירחיק עדתו.

נ.ב. פארצייל פין שטויבער'ס פארשטעלנוג.

באלאנד » 27/5/2009 09:56

עס איז שוין גארנישט געווען אזא פארשטעלונג, עס איז געווען דער קלימאקס פונעם אווענט, הרה"ג רבי ישעי' יעקב שטויבער שליט"א האט גענומען די מייק אין די האנט און ער האט אנגעהויבן בקול בוכים כבן המתחטא די תפילה פון רבי חיים פלאגי' ווי פריער ערווענט, דער ציבור האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבן מיטזאגן די תפילה און דעם ספעציעלן קונטרס וואס איז פארטיילט געווארן, נאכער האט ער אויסגערופן אז ע"פ פקודת הרבנים איז מען מחויב נוהג צו זיין אבילות און אזא פאל פון חילול המת האט ער פארלאנגט אז דער עולם זאל זיך זעצן אויף דער ערד פראווענען אבילות, א שטארקע ערענסטקייט האט געהערשט און זאל ווען דער גאנצער ציבור בראשות גדולי ומאורי דורינו שליט"א האט זיך געזעצט אויף דר'ערד נוהג זיין אבילות. לאמיר האפן אין דעם זכות זאלן מיר שוין טאקע קיינמעל מער נישט דארפן נוהג זיין אבילות מיר זאלן זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א.

ארגינעלער » 27/5/2009 15:12

די זאליס/אתרא קדישא זענען אנגעקומען אויף אזא שפל המצב אויף וואס די אהרוינים האבן זיך נישט געוואגט צי בעטן פינעם רבוש"ע.
ס'קוקט מיט אויס ווי א חלום, קיין שום לייטישער רב האט זיך נישט באטייליגט.
ווידער בענקלעך איז געווען 1400 מיט די בחורים.
זייערע אייגענע רבנים לאכן פין זיי אין די פאסטן.
 
דער אייבישטער זאל העלפן זייערע פארברענגן זאל נישט שאטן פאר קיין יוד.

תוקן על ידי ארגינעלער ב- 27/05/2009 15:30:43

ווערץ » 27/5/2009 15:28

כ'האב שוין לאנג נישט געהאט אזא פארגענוגען פון א זאלי צוזאמקום.

ס'גייט מיך נישט אן וויפיל מענטשען ס'זענען געקומען פראטעסטירען קעגן הגאון הגדול הרב שלעזינגער שליט"א און הגה"ק רבינו שליט"א
וואס איך קוק יא איז וועלכע רבנים זענען געקומען נאך די לעצטע פאר טעג לייגען משה גבאי פרעשאר...

א שיינע מי ומי ההולכים.....

לעבעדיגער » 27/5/2009 17:27

איך האב אזא ליצנות שוין נישט מיטגעהאלטן יארן..

עס איז ארויסגעקומען א קול קורא ווי עס שטייען אינטערגעשריבן גדולי ישראל רבנים און דיינים וואס פארריפן מ'זאל גיין צום פראטעסט. מ'מיז גיין עס איז א שעת חירום.

אבער ווי אינטערסאנט עס הערט זיך זענען קיין איינע פון די רבנים זעלבסט נישט ערשינען צום מעמד! (איך גיי לשיטת די וואס האלטן אז דער "גילו דעת" איז פאלטש)

ווי קען דאס געמאלט זיין אז רבנים וואס שרייבן אינטער אז דער פראטעסט איז פון די וויכטיגסטע זאכן אין דער היינטיגער דור, זאלן דאס גענצליך איגנארירן און נישט נעמען די מי אריבערצוקומען קיין ברוקלין צום גרויסן עצרת??? מ'רייסט דאך קברים??!! וואס שלאפן זיי??!!

ווי איז געווען רבי שמואל בנימין ליכטער?? ער האט דאך אינטערגעשריבן אז דאס איז א וויכטיגער עצרת??

אויב איז וואר אז רבי מלכיאל קאטלער פארשטייט דאס וויכטיקייט פונעם ענין, ווי קען דאס זיין אז ער האט איגנארירט דעם מעמד? ווי איז ער געווען??

ווי איז רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל?? ער האט אינטערגעשריבן דעם קול קורא, פילט ער נישט פאר וויכטיג זיך צו משתתף זיין??

ווי איז געווען פאפא מאנסי רב ? ווי איז געווען ר' חיים פלאהר?? ווי איז געווען ר' משה יודא מייזעלס ?? זיי האבן דאך אלע אינטערגעשריבן און געוויסט די וויכטיגקייט דערפון.

איך רעדט שוין נישט פון אדמו"ר מ'סקולען, וואס האט איגנארירט דעם מעמד נאך די אלע פרעשור דורכאויס דעם טאג וואס מ'האט אויף אום געלייגט.

מיר געדענקן אלע די גרויסע פראטעסטן אין די גאסן פון מאנהעטן, איך רעדט נאך פון די סאמע לעצטע יארן, אייביג איז דאס געווען א מערכה ווי יעדער איד האט פארשטאנען אז מ'מיז נעמען א חלק.

דערמאנט אייך ווי עס האט אויסגעקוקט א אויבן-אן ביי די פראטעסטן, און מ'רעדט פון א פרעטעסט פאר א אינגערמאן וואס מ'האט אום איינגעשפארט פאר זיינע ווילדע שטיק אין ארץ ישראל. ווער רעדט נאך פון א פראטעסט פון חיטוטי שכבי? דארט האט יעדער רב, רבי און ראש ישיבה געוויסט אז זיין פלאץ איז דארט און מ'גייט מחזק זיין די מערכה.

דער נעכטיגער מעכטיגער פראטעסט האט ליבערשט אויסגעקוקט ווי דער מעמד "קיום התורה" פאר רז"לס ישיבה אין קווינס.

אנשטאט די אלע רבני העיר וואס וואלטן געברויכט דארט זיין, זענען בלויז געווען רז"ל ובית דינו הצדק! די גרויסע חברי הבד"ץ און אלע קרובים פון ארום די שאפראן'ע זייט..דער גרעסטער רבי/רב/ראש ישיבה וואס איז דארט געווען איז הרב יושע רובין. עס איז נישט געווען קיין איין רעספעקטירטער רבי אדער רב צו באקומען אונעם גאנצן זאל.

דאס ליצנות פון זאגן אז וויינבערגער, דער סקולענער'ס איידעם איז געקומען בשליחיתו איז דאך עד לשמים. ר' שלמה לייב'ס ברודער זיצט ביי יעדען דינער און מסיבה פון רז"ל, האבן זיי א מזל אז דאסמאל קענען זיי דאס אויסניצן און פארקוייפן פארן עולם אז ער קומט בשליחות פון זיין שווער.

אויב זיין שווער זיכט א שליח האט ער חשובע זוהן וואס וואלטן געקענט גיין ספעציעל בשליחיתו, דער איידעם וויינבערגער גייט דאך סייווי אייביג צו רז"ל, דאס קוקט נישט אויס ווי א ספעציעלער שליח.ליבערשט קוקט מיר עס אויס ווי א ספעצילער חיזוק..

ווען איך האב געהערט אז ר' ישעי' יענקל האט געהייסן אראפזעצן דעם עולם האב איך געמיינט אז דער חבר מיינער מאכט ליצנות פון מיר און וויל מיר פארקויפן לאקשאן. איך האב דאך געמיינט ביז היינט אז ר' יעשי' יענקל איז יא אן ערענסטער מענטש? ווי קומט דאס צו מאכן אזעלעכע ליצנות? זעהט אויס אז עס לויפט אים פארט אין די משפחה.

(מאנכע זאגן אז ער וויל גאר ווערן רז"לס ממלא מקום און ער האט דערפאר נאכגעמאכט דעם ברך משה זצ"ל ביים פראטעסט אום תשל"ח..)

בקיצור, לויט די קול קורא'ס איבעראל, די שרייענדיגע צעטלעך, שילדן אריבער די גאסן, ריזיגע מייקס און הויעך הילכער'ס אויף גרויסע באדזשעט טראק'ס אין די גאסן פון וויליאמסבורג, בארא פארק און קרית יואל, האב איך געטראכט אז דאס וועט זיכער איבערשטייגן אלע פראטעסטן און יעדער וועט פארשטיין דאס וויכטיקייט פונעם פראטעסט.

למעשה זענען דארט געווען די זעלבע מענטשן וואס גייען צו רז"לס נעילת החג טיש. מיטן אויסנאם פון אפאר שפאנישע רעדנער.


סך הכל: ליצנות!

מה_טובו » 27/5/2009 17:56

לעבעדיגער
זייער גוט ארויסגעברענגט די זאך,

כ'האב 2 הערות
1 - דאס וואס די זאגסט אז און די פרעגסט ווי זענען די רבנים געווען,
וואס הייסט ווי?! האסט נישט געזעהן היינט די 'דבר יומו' פאשקעוויל? דארט שטייט דאך אז ס'איז נישט געווען קיין פלאץ צו אקאדאמירען דעם עולם, די אלע רבנים זענען געווען מ'האט זיי נאר נישט אריינגעלאזט צוליב מאנגעל אין פלאץ.

2- אמאל כ'מיין די לעצטע 10-15 יאר ווען ס'איז געווען א פראטעסט איז עס אלץ געווען פול פול מיט רבנים, זיי זענען דאך פארדעם דא צו זיין די אישי ציבור, אבער ליידער ליידיג (כ'מיין נישט 'ליידיג' דוקא, כ'מיין שיטער...) פון מענטשען,
נעכטען איז געווען פול (אויך מיר פול... כ'רעד פראפאציענאל) מיט מענטשען, און קיין איין רב (מיין איך אויך א רב,) פאר א רפואה.

האקאבו » 27/5/2009 18:07

דער אויבן אן האט אויס געקוקט ווי א חמלה ואמונה אויבן אן.
ר' יושעלע רובין האט זיך באטייליגט צוליב א פרעזנדליכע מערכה מיט זיין פעטער
הרה"ג ר' בן ציון בלום פין לאנדאן וואס ער איז א חבר פין וועד להלצת
ס'האט זיך אים געלוינט לפנים פארדעם צי שמוציג מאכן די הויזן.

קושקע » 27/5/2009 18:41

איז דער וועגשיידער דארט געווען? אויב יא קענט עטס אלע קראכן!!

רבי_יונה » 27/5/2009 19:45

"שקר אין לו רגלים"... און הענט אויך נישט...
דאס איז דער פנים פון לצים...

א לענדסלייד פון א דורכפאל פון רבנים
א לענדסלייד פון א דורכפאל פון מענטשן

[בילד – נישט אפגעהיט]

נעבעך, חוץ די פעיראלל בלייבט א "רויט פאפיר"

רבי_יונה » 27/5/2009 20:36

הרב ביק אראפגענומען. (אויך פאלש)
און הרב מביאיאן אויך פאלש כמובן.

[בילד – נישט אפגעהיט] 

לעבעדיגער » 27/5/2009 20:39

א שרעקליכער מגיפה האט אויסגעבראכן!!

האט נישט מורא. מיר רעדן נישט איבער די שוויין פלו...

דער הויפט נייעס אין "דער איד" אין זייער היינטיגער נומער לייינט זיך אז קרוב צו "צען טויזענט" אידן האבן זיך באטייליגט ביים נעכטיגען פראטעסט.

אונעם "דבר יום ביומו" היינטיגער פאשקעוויל-אויסגאבע שטייט אן אפציעלער אנאנס אז קרוב צו "פיר טויזענט" אידן האבן זיך באטייליגט דארט.

רח"ל, ווי זענען די איבעריגע זעקס טויזענט אידן אויסגעשטארבן ???... ל"ע א מגיפה!

און דאס איז שוין חוץ די 30 באסעס וואס מ'האט קיינמאל נישט געפינען...

גאסט » 27/5/2009 22:14

באקומען אין אימעל kjgast@gmail.com

פרובירטס געוואויר צו ווערן די מאקסימום זיצן



Brooklyn Marriot Floor Plan * codebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab#version=9,0,0,0" id="doc_274132001428751" name="doc_274132001428751" classid="clsid:d27cdb6e-ae6d-11cf-96b8-444553540000"    ="" width="100%" align="middle" height="500">                                                                                                                                <*   
    Publish at Scribd or explore others:           
בלאט: 1 2 3